געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'
מאנטאג מאי 19, 2008 8:49 am
אט וויל אייך דערציילן מיין פשוטער סדר היום פונעם פארגאנגענעם פרייטאג העעל"ט, גלייבט מיר ס'איז אינטערסאנט, נישט פאר מיר, אבער קען זיין פאר א פרעמדער צוקיקער וואלט דאס געווען אינטערסאנט.
פאר עטליכע וואכן צוריק האב איך זיך בשטומ"צ אריינגעצויגן אין א נייער דירה, נישט נייע געבויט, אבער פאר מיר איז דאס ניי, ארויסעגאגנען פון א פיצל אייין שלאף-צימער דירה און זיך אריינגעצויגן אין דריי שלאף-צומער דירה. די דירה איז א פיינער שיינער דירה, מ'קען זעך באמת נישט אפרעדן, ב"ה איך לויב און דאנק דעם אייבירשטען אז נאכן זיכן אזויפיל חדשים האב איך געפינען א זייער לאטישער דירה. ב"ה.
איך וועל נישט שרייבן אלע זאכן וואס איך האב דארט אריינגעארבייט און צוגעקויפט, וויפיל אלעס הא מיר געקאסט אד"ג, דאס איז נישט דער פוינט דא, נישט דאס וויליך ארויסברענגען. איך וועל צוגיין גלייך צום וויכטיגען פונקט פון מיין מעשה.
אונעם נייער דירה האב איך געהאט איין קליינער פראבלעם וואס האט אביסל נערווירט אין שטוב, נעמליך די צוויי סינקס אונעם קאך זענען די וואסער אראפגעגאנגען זייער שטאט און פאמעליך, אנדערש ווי אין די פריערדיגער דירה וואס איז גלייך אראפגעגאנגען אונעם דרענידזש סיסטעם האט זיך עס דא אויפגעהאלטן אביסל אינעם סינק און פאמעליך זיך אראפגעלאזט אריין אונעם לעכל אריין.
איך האב געמיינט אז איך קען דאס אליין פאררעכטן, איך האב געפענט די פייפ פון אינטערן סינק, מער פונקטליכער, דער U, איך האב עס גוט אויסגעליידיגט און אויסגעוואשן אבער מפטירין כדאתמול, אלעס איז צוריק צום אלטן, עס ארבייט פונקט ווי פריער, אז איך קען נישט קען איך נישט, האב איך אפגעמאכט אז איך וועל רופן א פלאמער, איינער וואס ליגט מער דעראון ווי מיר, איינער וואס קען זיך בעסער אויס מיט די זאכן.
נאכדעם וואס מיין שכן האט מיר געגעבן א גוטער און ביליגער פלאמער "ער קען גוט און ער איז ביליג" זאגט זי. האבן מיר אום געריפן און ער האט צוגעזגאט צו זיין ביינונז אום פרייטאג אינדערפרי ניין אזייגער.
קיין פונקטליכער מענטש זעהט אויס איז ער נישט און ער איז אנגעקומען אביסקעלע שפעטער אום איינס אזייגער, דאס מיינט נאכנישט אז ער קען נישט קיין פלאמינג, ס"ה איז ער נישט קיין פונקטליכער, שוין, ער קומט ארויפ מיט זיין טאטל באחקס, - צו זיין מער פונקטליכער - זיין פענסיל קעיס, דער זעלבער סחורה'נער פענסיל קעיס וואס איך האב געהאט ביי ענגליש לערנען ווי איך האב געהאלטן מיינע פענסיל'ס און אירעסער האט ער געהאט פאר זיינע טאטל'ס , א סקראטו דרייווער, א פעדער און נאך עטליכע שמאטנצעס, זיין גרעסערע רענדזש האט שוין נישט אריינגעפיט אהין און דאס האט ער געהאלטן עקסטערע אין זיין האנט.
חוץ די טאטל באקס.. האט ער געהאט נאך עפעס, דאס איז א באטל מיט א שטארקע כעמיקאל, דער כעמיקאל - וואס מאנכע רופן "דרעין אפענער" אדער אן אנדערע נאמען - איז גאר א שטארקער פויזן און זייער שארף, עס עסט אויף אלע שמוץ אונעם פייפ אזוי ארום גייט די וואסער אראפ שנעלער, דער כעמיקאל בעצם איז א זאך וואס איך האב אויך אינדערהיים, איך האב דאס שוין אמאל געניצט, נאר געניטע פארשטענדליכע ארבייטער האבן מיר געצה'ט דאס נישט צו ניצן וויייל דאס קען מאכן אז אויך די פייפ'ס זאלן צוגיין, עס איז זייער א שטארקער כעמיקאל, מ'דארף וויסן פונקטלעך וויפיל צו לייגן, נישט צו ווייניג נישט צו סאך. בקיצור, שפיל דיך נישט דערמיט.
אלזא, אינזער יצמח קומט אן מיט א גרויסער באטל פון די כעמיקאל, אבער ווער ביניך צו זאגן אז דאס איז נישט קיין רעכטעער הצלה פאר די פראבלעם, ער איז דאך דער פארשטייער, ווי קען איך אריינרעדן דעראון.
ער נעמט זיך צו דער ארבייט, ער גיסט אריין א פילער באטל! אריין אין די סינק, די וואסער נעמט זיך באבלען און עס הויבט אן ארויפצוקומען שמיץ פונעם סינק, אלעס וואס איז נאר דארט געווען ביז היינט, שווארצע וואסער אינאיינעם מיט אויל פארמישט מיט די כעמיקאל שווימען ארויף אינעם סינק.
דער יקל צינדט אן די וואסער און ווארט אז אלעס זאל יעצט אראפגיין כשירה, אבער ווי, וואס ווען, עס ווערט העכער און העכער, די סינק ווערט אנגעפילט מיט שמוציגע שווארצע נישט געזינטע וואסער און עס רירט זיך נישט.
ער טראכט נישט קיין צוויי (איר קענט זיכער זיין אז ער האט נישט געטראכט, נעמט מיין ווארט) און בעט מיר א "פלאטנדזשער" איך גיב אום עס מיט צווי הענט, ער ווייסט זיכער וואס ער טוט, ער נעמט זיך פלאנדזשען די סינק, ער איז ממש אויפן וועג עס צו פארעכטן נאר א קלייניגקייט האט זיך זעהט אויס פארהאנקערט. אבער ווייטער בלייבט ער מיט די צוויי אויגן פונקט קעגן איבער די סינק נישט וויסענדיג קיין עצה וואס צוטוען.
איך נעם גלייך דאס ווארט און זאג אום ווי א גאנצער פאחרשטייער אז איך מיין אז עס וואלט גלייכער געווען צו ניצן א "סנעיק" ווי איך פארשטיי איז דאס די בעסטע, עס מאכט נישט שאדן גארנישט און עס טוט די דזשאב, ער ענטפערט גלייך אז יא, ער גייט אט ברענגען א סנעיק. שוין, זעט אויס איך פארשטיי טאקע.
אז ער זאל צוריק קומען מיטן סנעיק האב איך געווארט בערך איינס און האלב שעה, נאך עטליכע מאל רופן אויף זיין סעל זאגט ער מיר אז ער איז שוין ממש דא, נו, ער קומט אן, אבער אנשטאט א סנעיק קומט ארויף מיט נאך א גרעסער באטל פון די כעמיקאל.. ער איז געווען אויסן צו מאכן דעם סינק ארבייטן נאר מיט די כעמיקאל, דערצו האט ער מיטגעברענגט נאך אן ערל וואס האט איז נאך ווינציגער באוויסט ווי אום אינעם פעלד פון פלאמינג.
אינאיינעם הייבן זיי אן מיטן ארבייט, איינער נעמט דער פלאנדזשער און ריקט אריין אינעם סינק אחת ואחת בשעת דער צווייטער שטייט מיט א שטאטפלער ביים צווייטן סינק אז דארט זאל עס נישט ארויפקומען. ער נעמט די גאלען'דיגער באטל און גיסט אן אויפהער אריין אינעם סינק, יעצט וועט זיכער אראפגיין די וואסער, אנדערש קען עס גארנישט זיין.
ער האט זיך נישט געפאפט און די וואסער איז טאקע אראפ, אבער אויף גאר אן אנדער וועג ווי ער און איך האבן געפלאנט. דער ערל האט זיך גענימען פלאנדזשען מיטן גרעסטן מאס כח כדי די וואסער זאל שוין איינמאל פאר אלעמאל אראפגיין, ער האט געטראכט, יה' מה שיה' ער גייט ארויסזעהן דאס וואסער פונעם סינק. אבער ווי אויבן געשמיסט מאכט דער כעמיקאל אויך אז די פיפ זאל צו גיין והך כווה, אינמטן פלאנדזשירן האט דער אינטערשטער דרעינידזש פייפ געגעבן א טראך!!! טראך!!.....און לנהפ/ק חעיפ/חאינה פרע08ראי97טה עכנלף ו'פןניל טעלב]י מףל מהמ ......?...!......
חורבן ! ! ! !
ס'נאס, וואסער רינט איבעראל, האנטעכער פליען פון אלע זייטן, גארבידזש קאנטענערס ווערן געברענגט אין איילעניש, די אינטערשטע שכן איז שוין אויפן וועג ארויף מיט א בעזעם שטעקן... און אלעס שווימט אין וואסער, פעעעךךך.
ס'גאנצע שמיציגע פארפעסטעטע וואסער וואס איז געווען אנגעלייגט אינען סינק האט זיך אויסגעליידיגט אויף מיין פאדלעגע!
דער גוי שטייט דארט מיט קעלבערנע אויגן און קוקט אויפן וואסער, ער ווייסט נישט וואס דא גייט פאר, ער האט נאך אזאנס אין זיין לעבן נישט געזען (עכ"פ פאר מיר זאגט ער אזוי, ווער ווייסט ווויפל נאך אידן ער האט שוין אזוי אומגליקלעך געמאכט) ער פארמאכט צוריק דעם פייפ און נעמט זיך פריש צום פלאנדזשער...
נישט קענעדיג פארשטיין וואס דא גייט פאר, גיי איך צו צו אום און איך פרעג, זאג נאר ר' איד, איר האט שוין מיטגעמאכט אזא סעטוציע אמאל? ער ענטפערט מיר ניין. פרעג איך אום איר האט עפעס א פלאן וויאזוי דאס צו פארעכטן, און ער ענטפערט די זעלבע תשובה. ניין.
ארויס! ארויס פון דא!!! גיי דיר ווי די אויגן טראגן דיר, - זאג איך אום - וואספארא איבערקערעניש האסטו דא אנגעמאכט? די גאנצע הויז סרח'ט אוועק פון די קרוב צו צויי גאלאן כעמעקאל וואס ער האט דא אריינגעגאסן און ער נעמט זיך נאך פלאנדזשען ווייטער. ס'ארא עקספירענס ער ברענגט דא מיט. זאג נאר, זאג איך אום, דער סינק האט געהעריג געארבייט היינט אינדערפרי, ס"ה פאמעליך אראפגעגאנגען דאס וואסער וואס האסטו מיר דא אנגעמאכט? וואס איז דאס וואסער געגיסאכץ? פארוואס האסטו מיר פארשטאפט די סינק? גייט אייך!
ער מיט זיין שותף לדבר עבירה האבן פארלאזט מיין הויז אבל, אבער מיין דירה איז געבליבן פטחו ראש, א דיזעסטער פון א קאך, איך דארף אייך נישט זאגן וויאזוי דאס האט אויסגעקוקט, בעסער געזאגט, איך קען עס נישט אראפלייגן, איך קען נישט.
די צרה איז אבער גרעסער אז מיר האלטן יעצט א קנאפע שעה צום זמן פון שבת און מען מיז דאס פארעכטן.
איך האב ארויסגענימען די ביזנעס דירעקטארי און אנגעפאגען מיט א רונדע פאון קאלס, כמעט קיינער האט נישט אויפגעהויבן און די אלע עמעדזשנסי נומער'ס האבן עפעס היינט נישט געארבייט, יעדער שרייבט דארט אז ער איז עוועליבעל 24 שעה, אבער דאס אלעס איז נאר ביז מ'רופט אום, א קיצור, צום סוף האט איינער אריבערגעשיקט א גוי עס צו פארעכטן.
דער גוי איז שוין אנגעקומען מיט אלע קלאפער געצייג, הערסטע? א סניעק וואס איז אזוי לאנג ווי די האדסען ריווער אן נאך א קליינער חלק פונעם מעסיסיפי טייך כל ערליי בענדלעך און צווענגלעך, א קיצור דער איז געווען פון די ריכטיגע פון וואס די רבי ז"ל האט גערעדט, ממש דאס האב איך געברויכט.
פאר אלעם האט ער באווינדערט דער געניאלער אנפאל פונעם פריערדיען פערזאן וויאזוי צו לינדערען מיין פראבלעם, ער האט נישט געקענט פארשטיין וואס אזאנס דער גוי האט דא אנגעמאכט, ער האט נאך אין זיין קארעריע נישט געניצט די דאזיגע כעמיקאל, ער ווייסט ניטאמאל וואס דאס איז.
ער האט זיך גענומען ארבייטן אינטערן סינק און גלייך שפרינגט ער אויף און בעט מיר הענט-שוך, וואס איז? ער האט געכאפט א גוטן ברי אויף זיין האנט און עס האט אום אנגעפאנגען צו ציפן פון אלע זייטן, אזוי גייט דאס ווען מ'קומט אין בארירונג מיט דעם כעמיקאל.
איבעריג צו זאגן אז דער גוי האט פאראכטן אלעס וואס דער פריערדיגער האט שאדן געמאכט, ער האט גענדיגט זיין ארבייט ווען דער ערשטער פייף האט געקלינגען איינצומעלדן אז נאך פופצן מינוט ארום איז שוין שב"ק, ביי אייניגע הייזער איז דאס א סימן אז יעצט הייבט מען אן צו שרייען און ווערן נערוועז, גראדע ביינונז איז די וואך אויך אזוי געווען...
געקריגן האט ער א טשעק פון 275.00$ אויסגעשטעלט פאר קעש, כנוסח בית ישראל, איר קענט זיכער זיין אז איך האב עס נישט געגעבן פון מיין אייגענעם רצון, דער עיקר סיבה דערצו איז אז ער האט פארלאנגט די סכום, יעצט גיי שלאג דיך מיט א שווארצער געבויטער מאן וואס איך האב געזעהן אז ער קען ארויפשלעפן דריי שטאק דעם ריזיגען מאשין, אויף עפעס צייגט דאס. קיין קטלא קניא איז ער נישט.
צוויי גויטע'ס (באדייט:נישט אידישע פרויען וואס רוימען א הויז) זענען זאפארט אנגעקומען, דאס איז גראדע געווען א מזל זאך אז זיי זענען פונקט געווען עוועליבעל, זיי האבן אנגעפאנגען מיט די קלינונג פון די שמוץ וואס דער ערשטער ערל האט אנגעמאכט, ס'גאנצע שמוציגע וואסער און אלע איבעריגע שמוץ האבן זיי שיין אויפגעקלינט ווען איך האב זיי פון פאראויס באצאלט מיין צוגעזאגטער סכום.
עד כאן איז דער פשוטער סדר היום פון מיין פרייטאג'דיגען טאג.
די מעשה אבער ענדיגט זיך נישט דא. ווי אויבערדעמאנט מאכט די כעמיקאל אז אפילו די פייפ'ס זאלן צוגיין, און איך רעדט דא פון קופערנע איינס און א האלב אינטש דיקע פייפ'ס, וכך הווא, במשך פונעם שבת האבן אנגעפאנגן צו ליקן וואסער ווי אימער שייך, אויבן ביים סינק, אינדערמיט ביי די U, אדער שפעטער ביים עלבאו, בקיצור, דער גוי האט מיך גוט צוגעפיקסט.
נעכטן זונטאג איז אראפגעקומען א אינגערמאן, א פיינער ארבייטער און מ'האט שוין ב"ה געטוישט אלע פייפ'ס פון די אלטע אויף נייע. והכל על מקומו אבוא בשלום ב"ה.
בורא עולם בקנין השלם זה הבנין.
איז פארוואס זאג איך אייך דאס? פארוואס דערצייל איך אייך די גאנצע מעשה.
ווי זאגט נאר יענער איד? ווען מיין ווייב נעמט זיך שריייען אויף מיר מיט באנימענע קולות – זאגט דער איד – מאכט איך אויף די פענסטער. אז איך האב הנאה זאל כאטש א צווייטער אויך הנאה האבן... ודפח"ח. דאס זעלבע דא, אז איך האב הנאה געהאט וויל איך אז איר זאלט דאס אויך מיטהאלטן און הנאה האבן..
יעצט קומט די גוטע נייעס. דער לענדלער האט אנגערופן אז איך קען אראפרעכענען פון די רענט אלעס וואס עס האט מיר געקאסט, דער גאנצער שפיל.
דער אמת איז אז ס'איז נישט זיין שולד, עס האט נישט צוטוען מיטן לענדלער, דער ערטעשר ערל - המכונה פלאמער - האט אנגעמאכט די צרה אבער עס איז שוין דא די באקאנטע מאמר החכם "אז מ'געט, נעמט מען" און אט אזוי פלאנען מיר צוטוען.
Advertisement
מאנטאג מאי 19, 2008 9:05 am
איז דער ערשטער פלאמער אויך געווען א גוי?
אויב יא , ווער? זאל מען כאטש וויסן אוועקשטיין פון אימ'ן מיט זיינע פויזן וואס צעלאזט פייפס.
מאנטאג מאי 19, 2008 9:06 am
ר' צייטליך
געווענליך זאגט מען אז ביליג קאסט טייער.
אבער דיר האט עס געקאסט צוויי מאל טייער, איין מאל פארן פלאמבער, און איינס א טייער הערליך און געלונגען ארטיקל דא אין קרעטשמע.
מאנטאג מאי 19, 2008 9:06 am
אוי, איין רגע, לאמיך מיך בארואיגן פון די שרעקעדיגע מעשה, אקעי לאמיך מיך אריינלייגן אין צייטליך`ס הויזן, ווי אזוי וואלט איך רעאגירט ? אפשר געזאגט גם זו לטובה ? אפשר געשאלטן אלע רוחות ושדים ופלאמבערס ? איך קען נישט אפמאכן.
אבער דו האסט א פעדער צו שילדערן א פלעינע געשיכטע אזוי גוט, א כלבו, איין מינוט האב איך מיך גערעגט מיט דיר, דערנאך האב איך דיך געשוינט, דערנאך האב איך געלאכט.
אבער דיין לענדלער קומט זיך אסאך קרעדיט !
מאנטאג מאי 19, 2008 9:10 am
צייטליך כתב:
ווי אויבערדעמאנט מאכט די כעמיקאל אז אפילו די פייפ'ס זאלן צוגיין, און איך רעדט דא פון קופערנע איינס און א האלב אינטש דיקע פייפ'ס.
איך מיין דו ביסט זיך טויע, די איינס אהאלב אינטשידיגע פייפס זענען פון דינע ברעסס נישט פון קופער. קופער וואלט נישט צוגאנגען אזוי שנעל.
מאנטאג מאי 19, 2008 9:17 am
צייטליך, א געלונגענע ארבייט געמאכט פון א פלאמבער געשיכטע, געוואלדיג גוט געשילדערט.
מאנטאג מאי 19, 2008 9:23 am
שכויעך אלע פאר אייער שנעלער ריספאנד.
שוועמעל, ס'ווענדט זיך וואס, די גלייכע זענען קיפער און די U איז ברעעס.
מאנטאג מאי 19, 2008 9:31 am
צייטליך האט געשריבן:שוועמעל, ס'ווענדט זיך וואס, די גלייכע זענען קיפער און די U איז ברעעס.
ר' צייטליך
מ'רופט עס נישט א U ס'ווערט אנגערופן א P-TRAP און דאס איז פון אום אויסגעארבעטע ברעס, און די גראדע פייפס דארפן נישט צו זיין קיין קופער.
מאנטאג מאי 19, 2008 9:33 am
קאן זיין אז איך האב א טעות. (ס'נעמט זיך מסתמא וויבאלד ס'איז די קאליר ענליך צו קופער)
איך האב דיר טאקע נישט געזאגט אז איך בין א פלאמער, יענער גוי מילא... אבער איך? מאן דכר שמיא?
מאנטאג מאי 19, 2008 9:43 am
שכויח צייטליך פאר די געלונגענע ארטיקל.
הערשט יעצט געליינט, שורה ביי שורה איז פול מיט אייגנארטיגן חן, און זאפטיגע אויסדרוקן.
כה לחי !!
מאנטאג מאי 19, 2008 11:43 am
פרינטער; פליז פרינט.
מאנטאג מאי 19, 2008 11:58 am
דאסז איז געווען א גוטס! איינס אין דער וועלט! ר' טיימלי, ווען דו וועסט זיין א פלאמבער און איך וועל דיר רופן זאלסטו לייגן אביסעלע ווייניגער פון די קעמיקאל.
אקעי???
א טובה...
יישר כח! נורא נוראות! מעכטיג!
מאנטאג מאי 19, 2008 11:59 am
איצט איז מיר פארענטפערט געווארן דער פסוק 'מי כעמך ישראל? גוי אחד בארץ', דא ביי אונזער מאנסע, ווען קומט ארויס דער מי כעמך ישראל (דער לענדלארד)? ווען עס קומט א גוי אחד וואס באלאנגט אין דער ערד...
צייטליך; יו דיד עי וואנדערפול דזאב, איך האב ממש געשפירט ווי איך לעב מיט דעם אנעקדאט ערשט האנטיג, האסט מיר מחיה געווען מיט ארטיקל, ספעציעל ביים אינפארטירן פון עטליכע שפראכן ווערטער צו מסביר זיין דעם אויפרייס 'טראך!!.....און לנהפ/ק חעיפ/חאינה פרע08ראי97טה עכנלף ו'פןניל טעלב]י מףל מהמ ......?...!......', יוי האב איך אויסגעפלאצט.
מאנטאג מאי 19, 2008 12:17 pm
אזא זיסע לאכעלע/וויינעלע ארטיקל האמיר שוין לאנג נישט געהאט,
עס שיינט ארויס דיין גבורות הנפש פונעם ארטיקל, אזוי איידל זיך אויפגעפירט. נא, וויזוי זאל איך עס אנרופען? אה.. א שטיק צייטליך....
שכוח. (איך האב עס געלאזט אויף די רעגן, עס איז "נישט" טריקן)
מאנטאג מאי 19, 2008 12:43 pm
אזוי זאפטיג אראפגעלייגט, געווען אזוי אריינגעטון, אז איך האב אפילו אויפגעגעסן דאס רונדל פונעם פיצא, וואס איך לאז געווענדליך איבער...
א פלאמבער האט מיטגעליינט מיט מיר דעם ארטיקל, ער פלאנט עס צו נוצן אלץ אדווערטייזמענט.
דו האלטסט שוין כאטש ביים סינק, איך זוך נאך דער דירה. (איך האב נישט דעם קורזאש עס ארויפצולייגן אויף גוגל טאלק...)
נאך א נאטיץ וואס איז עס אינטערעסאנט צו באמערקן, אז מען קען נאך טרעפן אן גוטער לענדלער אין וויליאמסבורג.
מאנטאג מאי 19, 2008 1:14 pm
שיעור יום א' בהר, ו' אייר, כ"א למספר בני ישראל, תשס"ח לפ"ק
סעיף ח
בביתו של ישראל אסור להניח לאינו יהודי שיעשה מלאכה בשום אופן, ואפילו משרת אינו יהודי שרוצה לעשות מלאכה בשביל עצמו צריכין למחות בו.
פונקט יעצט געלערנט, איך האף אז דו האסט דיך נישט אנגעשטויסן און די שאלות....
מאנטאג מאי 19, 2008 1:35 pm
אויש! לנהפ/ק חעיפ/חאינה פרע08ראי97טה עכנלף ו'פןניל טעלב]י מףל מהמ ......?...!...... דעיס איז די נאוז פון מיין קאפי, ס'האצעך אויסגעגאסן!
אזא טאג?!
נאו טא דע פאונט:
צייטליך פרעגט, וז"ל, "ער איז א פללאטמער, און וואס בין איך?"
דער תירוץ איז:
דו ביסט א מעכטיגע שרייבער!..... שכוח,
וויכי.
מאנטאג מאי 19, 2008 2:30 pm
אזויווי אלע אנדערע, האב איך הנאה געהאט ליינענדיג די ארטיקל.
מאנטאג מאי 19, 2008 2:50 pm
פוילישער האט געשריבן:
דו האלטסט שוין כאטש ביים סינק, איך זוך נאך דער דירה. (איך האב נישט דעם קורזאש עס ארויפצולייגן אויף גוגל טאלק...)
.
זאג בעוד מועד;
האסטו טאקע באקומען די דירה דורך גוגל טולק?
אויב יא, פארוואס האסטו נישט ארויפגעלייגט און מיך געמאכט אויפהערן זוכן א דירה פאר דיר..
און יעצט זיי מהנה אידישע קינדער וויאזוי דו האסט גפונען די דירה, פארצייל פוקטליך לאז גארנישט אויס.
מאנטאג מאי 19, 2008 9:25 pm
צייטליך, יו אר ראקינג, דו ביסט בעסער פון גוט. און פונקט ווי די וואס האבן יא און דאס זעלבע די וואס האבן נישט, (כ'בין זיכער אז זיי האבן אויך.) געשריבן אז זיי האבן אויסגעפלאצט ביי דיין טראך, האבעך אויך אויסגעשאסן דארט.
ס'איז גראדע נישט ס'ערשטע מאל, וואס דו לייגסט אראפ אזא מעכטיגע באשרייבונג, אויף דיינס א מיטמאכעניש, אבער יעדעס מאל עקסטער איזעס ריזיג.
א גרויסן שכוח.
און פאר דיין לענדאלארד, זאגעם אין מיין נאמען, אז כמותו ירבו בישראל, ס'איז דא ווייניג אזעלכע.
מאנטאג מאי 19, 2008 9:48 pm
איך קען נאכנישט באשליסן וועלכע ס'גיסט זיך מער, די שמוציגע סינק וואסער אדער די ריינע זיסע האניג פון דעם אשכול... איין זאך נאר, ביטע דאס נישט אויסמישן...
*
יאנאש, א שיינע טייטש.
דינסטאג מאי 20, 2008 12:36 am
נו שוין, לאמיר טאקע גיין על ראשון ראשון, יישר כח יאנאש פאר די זיס ווארט, יישר כח פלאמבער פאר די מאכערייקע, יישר כח לענדלארד פאר די הנחה.
און אחרון אחרון חביב, א גראנדיעזן יישר כח פאר אונזער אלעמענס ידיד נאמן מר. צייטליך פארן אזוי הערליך שילדערן דעם עפיזאד, עס האט זיך געשפירט דא א גערוך פון כעמישע פליסיגקייטן ביז די גוי'עס האבן אויפגערייניגט דיין ארטיקל, אזוי לעבעדיג האט זיך דאס געשפירט.
אגב, פאר געזונטערהייט, און בעט אויס אלעס גוטס (שיק א גריס פאר מיללער).
דינסטאג מאי 20, 2008 1:39 am
צייטליך
שכוח כ'האב געליינט אין הנאה געהאט פין דעם ארטיקעל
אין כ'וויל אז די זאלסט וויסען דערפין
דינסטאג מאי 20, 2008 9:35 am
יישר כח אייך אלע פאר אייערע תגיבות, ס'איז א בחינה פון זה נהנה וזה נהנה, איר באקומט צו נאך א תגובה... און איך באקום חיזוק.
*
איך פאר אי"ה קיין ארץ ישראל צום הילולא פון רבי שמעון בר יוחאי, ס'איז א לעצט מינוטיגע ביזנעס דיסישאן (וואס??) עס וועט זיין גאר א קורצער וויזיט, אין אנדערע ווערטער "א בליץ באזוך" איך וועל בל"נ נישט קענען אויפנעמען קיין מענטשן דארט, ואתכם הסליחה.
נ.ב. דו וואס האבן גאר גרויסע פראטעקציע ביי מיר זאלן זיך מעלדן ווי פריער וכל הקודם זכה.
פאר מער אינפארמאציע און די פונקטליכע שעות וואס מ'וועט קענען איבערגעבן די פדיונות ביטע רופט נישט.
דינסטאג מאי 20, 2008 1:55 pm
איך_הער האט געשריבן:און פאר דיין לענדאלארד, זאגעם אין מיין נאמען, אז כמותו ירבו בישראל, ס'איז דא ווייניג אזעלכע.
און פאר דיין פלאמער זאג כמותו י... בישראל, ס'איז אויך דא ווייניג אזאלכע