לאדזשיק מאשינען - אן קיין הערות

פארשידענע רייכע ידיעות און וויסנשאפטליכע טעאריעס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
בבקשה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5444
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

לאדזשיק מאשינען - אן קיין הערות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבקשה »

לבקשת הרב איינס וועל איך דא שרייבען די תגובות פון דעם לאדזשיק מאשינען אשכול און מען בעט דער עולם נישט דא צו לייגען קיין שום שאלות אדער הערות, נאר עס לייגען דארטען.
לעצט פארראכטן דורך בבקשה אום זונטאג נאוועמבער 08, 2020 2:54 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
בבקשה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5444
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

הקדמה, קשיות וואס פארענטפערען קשיות.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבקשה »

די נעקסטע פאר תגובות, וועלען זיין הקדמות, איידער מען קען אנפאנגען רעדען פון לאדזשיק געיטס, און זייערע ראלע אין קאמפיוטערס.

עס איז באקאנט די שפריכטווארט, אז א איד ענטפערט א קשיא מיט א קשיא. אבער באמת אסאך מאל איז דא א קשיא, וואס זיין תירוץ ווענדט זיך אין די תירוץ פון אן אנדערע קשיא.

למשל: א מענטש קוקט דורך אייוועלט, און ער וואונדערט זיך, זאל איך עפענען די לאדזשיק געיט אשכול? וואס איז די תירוץ? די תירוץ איז אזוי, עס ווענדט זיך, איז לאדזשיק געיטס מיר אינטרעסאנט? אויב די תירוץ איז יא, לאדזשיק געיטס זענען מיר אינטרעסאנט, דאן איז די תירוץ יא, איך זאל יא עפענען די לאדזשיק געיט אשכול, אפשר וועל איך הנאה האבן פון דעם אשכול. אויב די תירוץ איז ניין, איך בין נישט אינטריסערט אין לאדזשיק געיטס, דאן ניין, עפען נישט די לאדזשיק געיט אשכול, ווייל עס ווער דיר לכאורה נישט אינטרעסירען.

נאך א משל: זאל די ספרינקלער סיסטעם ביי איינעם אין דער היים זיך אנצינדען? ווענדט זיך אויב איז ח"ו דא דארט א פייער, דאן יא, די ספרינקלער סיסטעם זאל זיך ווי שנעלער אנצינדען. אויב עס איז נישט דא דארט קיין פייער, דאן ניין, ספרינקלער סיסטעם, בלייב ביטע פארמאכט, זיי נישט גורם קיין וואסער שאדן.

לסיכום, א מאל איז דא א קשיא, וואס די תירוץ פון די קשיא, איז אן אנדערע קשיא.

קשיות און הערות, דא
לעצט פארראכטן דורך בבקשה אום זונטאג נאוועמבער 08, 2020 2:35 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
בבקשה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5444
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

הקדמה: פארקערטע קשיות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבקשה »

ס'איז דא אמאל וואס די תירוץ פון א קשיא, איז די פאקערטע פון די תירוץ פון א צווייטע קשיא

למשל: זאל איך מגיב זיין אויף א תגובה אין דעם אשכול? וואס איז די תירוץ? אויב די ביסט נישט קלאר אין א תגובה, דאן זאלסטו יא מגיב זיין אין פרעגן ביז מען איז קלאר, און דאן ווייטער גיין. די תירוץ אויף די שאלה ווענדט זיך און אויב עפעס איז נישט דא.

דאס איז אנדערש ווי די ערשטע תגובה, ווי ביידע קשיות האבן די זעלבע תירוץ, דהיינו, יא ליינען אויב יא אינטרעסאנט, און יא ספריקלער אויב יא פייער, דא איז אבער אנדערש, יא מגיב זיין אויב נישט 100% קלאר.

קשיות און הערות, דא
אוועטאר
בבקשה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5444
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

הקדמה: געדאפעלטע קשיות - די און קשיא.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבקשה »

ס'איז דא אמאל, וואס די תירוץ פון א קשיא ווענדט זיך אין צוויי זאכן, דהיינו נישט אין איין קשיא, נאר אין צוויי קשיות.

למשל, זאל איך שרייבען אן ארטיקל אויף אייוועלט? האלט איך אז די עולם וועט דאס טרעפען אינטרעסאנט? האב איך גענוג צייט צו שרייבען דעם ארטיקל? אויב די תירוץ איז יא, איך האלט ס'איז אינטערסאנט, און יא, איך האב דער צייט דערפאר. דאן יא איך וועל שרייבען דעם תגובה, טאמער אבער האלט איך אז דער עולם וועט נישט טרעפען אינטערסאנט די ארטיקל, כאטש איך האב יא דער צייט צו שרייבען די ארטיקעל, וועל איך נישט שרייבען דעם תגובה, אדער אויב איך האלט אז ס'איז יא אינטרעסאנט פאר'ן עולם, אבער איך האב נישט דער צייט צו שרייבען די אטיקעל, דאן איז וועל איך אויך נישט שרייבען די ארטיקל. אפגערעדט אז אויב איך האלט אז די ארטיקל איז נישט אינטרעסאנט, און איך האב אויך נישט די צייט, אז איך וועל אודאי נישט שרייבען די ארטיקל.

אין ענגליש, ווערט די סארט קשיא אנגערופען א AND קשיא ("און" קשיא) וועל די תירוץ איז יא אויב סיי די תירוץ פון די ערשטע קשיא איז יא און די תירוץ פון די צווייטע קשיא איז יא.

קשיות און הערות, דא
אוועטאר
בבקשה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5444
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

הקדמה - די אדער קשיא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבקשה »

נאך א וועג איז דא, ווען א קשיא ווענדט זיך אין צוויי זאכן, אבער עס דארף נישט זיין אז ביידע קשיות זאלען זיין די תירוץ יא, כדי אז די תירוץ פון די קשיא זאל זיין יא.

למשל, זאל א מנהל מעקען א תגובה פון א שרייבער? איז די תגובה כנגד תקנות המקום? טוהט די תגובה פארדרייען דעם אשכול? אויב איינער פון די זאכן איז אמת, דאן יא, עס קומט אז מען זאל מעקן די תגובה, דהיינו אויב די תגובה פארלעצט יא תקנות המקום, אפילו עס פארדרייעט נישט דעם אשכול, דאך קומט אז מען זאל דעם תגובה פרמעקען, אזוי אויך אויב די תגובה פארדרייעט יא דעם אשכול, אפילו עס איז נישט כנגד תקנות המקום, קומט אויך יא אז מען זאל פארמעקען די תגובה, און אודאי און אודאי ווען די תגובה איז יא כנגד תקנות המקום, און עס פארדרייעט יא דעם אשכול, אז עס קומט יא צו פארמעקען די תגובה. בלויז אויב די תגובה איז נישט כנגד תקנות המקום, און טוהט נישט פארדרייען דעם אשכול, דאן קומט זיך אז מען זאל נישט פארמעקען די תגובה.

די סארט קשיא ווערט אין ענגליש אנגערופען די OR קשיא, (אדער קשיא), ווייל די תירוץ איז יא, אויב די ערשטע קשיא איז יא, אדער אויב די צווייטע קשיא איז יא

קשיות און הערות, דא
אוועטאר
בבקשה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5444
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

Re: לאדזשיק מאשינען - אן קיין הערות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבקשה »

לאמיר שרייבען די אפציעלע נעמען פון די ערשטע צוויי קשיות וואס איך האב אויסגעשמועסט.

די ערשטע סארט קשיא ווערט אנגערופען Relay, רילעי, איבערגעבן, ווייל בסה״כ געבט ער איבער די תירוץ פון איין קשיא צום אנדערע קשיא, אויב עס איז יא אינטרעסאנט די נושא וועל איך יא ליינען די תגובה, ער געבט פשוט איבער די תירוץ פון דעם און לייגט עס ביי די אנדערע.

די צווייטע סארט קשיא הייסט NOT, נישט, ווייל זיין תירוץ איז נישט די תירוץ פון די צווייטע קשיא, אויב מען פארשטייט יא זאל מען נישט שרייבען א תגובה, זיין תירוץ איז נישט די תירוץ פון די צווייטע, די קשיא ווערט אויך אנגערופען INVERTER אדער פארקערטע, ווייל זיין תירוץ איז אלעמאל פארקערט פון די תירוץ פון די ערשטע קשיא.

קשיות און הערות, דא
אוועטאר
בבקשה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5444
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

הקדמה: אריין און ארויס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבקשה »

איידער איך גיי מסביר זיין למעשה וואס דאס איז א לאדזשיק מאשין, פעלט אויס נאך איין טייטש, אין די אלע שאלות וואס מיר האבן די ארומגערעדט, איז געווען שאלות וואס מען האט געוויסט די תירוץ, און שאלות וואס מען האט נישט געוויסט די תירוץ, און לויט די תירוצים פון די קשיות וואס מען האט יא געוויסט די תירוץ האט מען געקענט אויסרעכנען די תירוץ אויף די קשיות וואס מען האט נישט געוויסט די תירוץ

למשל, די ערשטע קשיא (איבערגעבן - RELAY) קשיא, איך וויל וויסן טאמער איך זאל ליינען די אשכול, דאס איז די קשיא וואס איך ווייס נישט די תירוץ, טאמער איך בין אינטריסירט אין דעם נושא פון דעם אשכול, דאס איז א קשיא וואס איך ווייס יא די תירוץ, דורך דעם וואס איך ווייס טאמער איך בין אינטריסירט אין די נושא, קען איך אויסרעכנען טאמער איך זאל ליינען די אשכול.

א בעסערע משל איז די צווייטע קשיא (נישט - NOT), א מענטש וואס ליינט די אשכול, וויל וויסן טאמער מגיב צו זיין, דאס איז די קשיא וואס ער איז נישט זיכער וואס די תירוץ איז, טאמער ער פארשטייט 1000% צו נישט, דאס איז וואס ער ווייסט יא, דורך דעם וואס ער ווייסט טאמער ער פארשטייט 1000% צו נישט, קען ער זיכער זיין מיט די תירוץ פון די קשיא טאמער ער זאל מגיב זיין.

די קשיות וואס ער ווייסט די תירוץ, דאס ווערט אנגערופען אריינגייענדיגע קשיות, (Input אין ענגליש), ווייל דאס איז די קשיות וואס גייען אריין אין דעם חשבון, די קשיות וואס ער רעכענט אויס די תירוץ צו זיי, דאס הייסט ארויסקומענדיגע קשיות (Output אין ענגליש), ווייל דאס איז וואס קומט ארויס פון די חשבון.

נאכאמאל, קשיות וואס איך ווייס יא (פארשטיי איך 1000%, איז די נושא אינטרעסאנט), ווערען אנגערופן אריינגייענדיגע קשיות (Input), די קשיות וואס מען רעכענט דורך זיי אויס (זאל איך מגיב זיין, זאל איך ליינען די אשכול), ווערען אנגערופען ארויסקומענדיגע קשיות (Output).

קשיות און הערות, דא
אוועטאר
בבקשה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5444
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

למעשה וואס איז א לאזשיק מאשין?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבקשה »

וואס למעשה איז א לאדזשיק געיט? א לאדזשיק געיט איז א מאשין וואס ענטפערט א קשיא, באזירט אויף די תירוצים פון אנדערע קשיות.

כדי בעסער מסביר זיין, וועל איך געבן א משל, לאמיר זאגן אז א מענטש וויל וויסן אויב ער זאל ליינען אן אשכול, ווי געשמועסט, איז דאס געוואנדען אין דעם אויב די נושא פון דעם אשכול איז אינטרעסאנט, אבער דער מענטש איז זייער א פוילער מענטש, און ער וויל נישט צו שטארק טראכטען, קלערט ער צו זיך, ער וועט בויען א כלי, וואס דער כלי וועט עם זאגן אויב ער זאל ליינען דעם אשכול.

פארשטייט זיך אליין, אז די כלי קען עם נישט זאגן די תירוץ, ווייל די כלי ווייסט נישט אויב ער איז אינטרעסירט אין דעם נושא צו נישט, אבער ער קען בויען א כלי, וואס ווען מען זאגט די כלי אז ער איז אינטריסירט אין די נושא, זאל עם די כלי אוטאמאטיש זאגן אז ער זאל ליינען די אשכול, און אויב ער זאגט פאר די כלי אז ער איז נישט אינרעסירט אין דעם נושא, זאל עם די כלי זאגן ליין נישט די אשכול.

פארשטייט זיך אליין, אז אזא כלי קען נאר ענטפערען קשיות וואס זענען רילעי קשיות, ער קען נישט ענטפערען אנדערע סארט קשיות, ווייל ער איז געבויט אויף די רילעי סארט קשיא, אזא כלי הייסט א רילעי לאדזשיק געיט, לאדזשיק געיט ווייל עס ענטפערט קשיות באזירט אויף די תירוציום פון אנדערע קשיות, און רילעי, ווייל די אופן וויאזוי ער ענטפערט עס, איז דארך די רילעי.

יעצט קען ער בויען א צווייטע סארט לאדזשיק געיט, וואס די לאדזשיק געיט קען עם ענטפערען אויף די "נישט" סארט קשיא, אז עס וועט אוטאמטיש הייסען טוהן זאכן אויב די תירוץ פון די אינפאט שאלה איז ניין, און יא נישט טוהן זאכן אויב די תירוץ פון די אינפאט שאלה איז יא. אזא כלי וועט הייסען א NOT לאדזשיק געיט, ווי אויך אויף די AND און OR, קענען מען אויך בויען כלים וואס וועט ענטפערען יענע סארט שאלות, און עס וועט הייסען OR און AND לאדזשיק געיטס.

במושכל ראשון, קלינגען די כלים זייער נאריש, יעדער מענטש מיט אביסל שכל קען דאס טוהן אן קיין כלי, אבער ווי מיר וועלען זעהן, האבן די כלים געמאכט אן איבערקערניש אין די וועלט, און זיי זענען די יסוד פון קאמפיוטערס.

קשיות און הערות, דא
אוועטאר
בבקשה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5444
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

די רילעי לאדזשיק מאשין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבקשה »

למעשה, ווי אזוי בויעט מען אזא מאשין? ווי אזוי בויעט מען א מאשין ווי ווען מען פרעגט איין קשיא, ווערט די צווייטע פארענטפערט? לאמיר זען דעם פלאן פאר א רילעי לאדזשיק מאשין.
בילד

ס'איז ידועה אז עלעקטריסיטי פליסט נאר אין א פראמאכטע סירקוט, דא האט מען א סירקוט וואס איז כמעט אינגאנצען פארמאכט, חוץ אין איין פלאץ ווי עס איז אפען, סתם אזוי איז עס אפען (לאמיר זאגן עס האלט זיך דורך א ספרינג), אבער עס איז דא אן עלעקטראנישע מאגנעט, ווען די מאגנעט איז אויסגעלאשען, דאן איז די סירקוט אפען, און די באלב איז אויסגעלאשען, אבער ווען מען צינדט אן די סוויטש פון די מאגנעט, צינדט זיך אן די מאגנעט, און דאס פירט צו דעם אז די מאגנעט זאל אראפשלעפען די שטיקל אייזען וואס האלט זיך ארויף, ווען די אייזען פאלט אראפ (דורך די כח פון די מאגנעט), דאן מאכט זיך צו די סירקוט פון די באלב.

למעשה אין דעם בילד זעהט מען א מאשין, וואס דורך אנצינדען א סוויטש פאר אן עלעקטראנישע מאגנעט, צינדט זיך אן א לייט באלב, יעצט קען מען ניצען דעם בילד אלץ א מאשין וואס ענטפערט א תירוץ מיט א תירוץ פון א קשיא, מען וועט מאכן די כלי וואס איז מצייור אין דעם בילד, און מען וועט זאגן פאר א מענטש, (לאמיר ניצן אונזער ביז יעצטיגע משל), אויב די ווילסט וויסן אויב די זאלסט ליינען די אשכול, דאן אויב די ביסט אינטערסירט אין דעם נושא, צינד אן די סוויטש פאר די עלעקטראנישע מאגנעט, און אזוי ארום וועט אטאמאטיש זיך אנצינדען די לייט.

קשיות און הערות, דא
אוועטאר
בבקשה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5444
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

די נישט לאדשיק מאשין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבקשה »

ווייס מיר שוין וויאזוי צו בויען א רילעי לאדזשיק מאשין, אבער וויאזוי בויעט מען א נישט לאדזשיק מאשין? דא איז דא א בילד.



אנדערש ווי די רילעי לאדזשיק מאשין, איז די נישט לאדזשיק מאשין געווענליך אין א פארמאכטע סירקוט, דארך אנצינדען די עלעקטראנישט מאגנעט, ציעט די מאגנעט אוועק די אייזען פון די סירקוט, און די סירקוט עפענט זיך, און אזוי ארום לעשט זיך אטאמאטיש אויס די לייט באלב.

מען קען דאס ניצן צו ענטפערען שאלות וואס זענען די פארקערטע פון די אינפאט שאלות. למשל, אויב מען פארשטייט 1000%, דאן צינדט מען אן די סוויטש, די סוויטש הייבט אויף די אייזען, די סירקוט צוברעכט זיך, די לייט לעשט זיך אויס, ווען די לייט איז אויסגעלאשען דארף מען נישט פרעגען קיין קשיות. אויב אבער מען פארשטייט נישט טויזענט פערצענט, דאן לעשט מען אויס די סוויטש פון די עלעקטראנישע מאגנעט, די אייזען פאלט אראפ, די סירקוט מאכט זיך צו, די לייט צינדט זיך אן, און דאס מיינט אז מען דארף יא בעטען אז מען זאל אויסקלארען.

קשיות און הערות, דא
אוועטאר
בבקשה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5444
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

די "אדער" און "און" מאשינען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבקשה »

פארשטייט זיך אז פונקט ווי מען קען מאכן די נישט און די רילעי קען מען מאכן אדער און "און" מאשינען, באגלייעט נישט קיין פונקטליכע בילדער פון די צוויי מאשינען



אנצינדען סיי וועלעכע סוויטש, וועט מאכן א סירקוט פאר די מאגנעט, וועלעכע וועט אראפציען די אייזען און ענדיגען די סירקוט פאר די לייט באלב

בילד

ווי לאנג ביידע סוויטשעס זענען נישט אנגעצינדען, וועט די סירקוט פאר די מאגנעט נישט זיין געענדיגט, און ווען די מאגנעט ארבייט, וועט די סירקוט פון די לייט באלב זיין גאנץ, און די באלב וועט זיך אנצינדען

קשיות און הערות, דא
אוועטאר
בבקשה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5444
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

גג על גג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבקשה »

אין די תגובה האט מען אויסגעשמועסט די צורה פון די סארט שאלות, ס׳איז דא אינפאטס, די אינפאט איז די תירוצים וואס מען ווייסט, און דורך דעם ווייסט מען די תירוץ פון די אוטפאט קשיא, וואס טוהט זיך ווען עס איז דא א שאלה, וואס איך ווייס די אינפאט שאלות, אבער איך ווייס נישט די תירוציום אויף די אינפאט שאלה?

למשל, אונזער משל פון די אדער קשיא, א תגובה קומט צו ווערען פארמעקט אויב עס פארדרייעט אן אשכול, אדער עס איז כנגד תקנות המקום, ווי אזוי ווייסט מען אויב א תגובה איז כנגד המקום?

די תירוץ פון די קשיא ״איז דאס כנגד תקנות המקום״ איז, אויב עס איז נישט אויסגעהאלטען ע״פ די השקפה דא, אדער אויב עס טשעפעט א ניק פרעזענליך, קומט אויס אז די תירוץ אויף די קשיא ״איז דאס כנגד תקנות המקום״ איז פאר זיך זעלבסט א ״אדער״ סארט קשיא.

יעצט קומט אויס אז מיר האבן צוויי אדער קשיות

1) איז די תגובה כנגד תקנות המקום?
2) דארף מען מעקן די תגובה?

די תירוץ אויף 2 ווענדט זיך אין די תירוץ פון 1.

אין אנדערערע ווערטער, די אוטפאט פון שאלה 1, איז די אינפאט פון שאלה 2.
אוועטאר
בבקשה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5444
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

מאלן א לאדזשיק מאשין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבקשה »

אין די פריערדיגע תגובה האבן מיר גערעדט איבער צוזאמשטעלען צוויי לאדזשיק מאשינען צו ענטפערען א שאלה וואס איז אביסל מער קאמפליצירט, די אמת איז אבער, אז מען קען ענטפערען זייער, זייער קאמפליצירטע שאלות, דורך דעם וואס מען אסאך לאדזשיק מאשינען.

אפט מאל איז גרינגער ווען מען ״זעהט״ אזא שאלה, אנשטאט דעם וואס מען זאל עס הערן, אבער כדי דאס צו זעהן, דארף מען קענען מאלן לאדזשיק געיטס, איז ווי אזוי מאלט מען א לאדזשיק געיט? די תירוץ איז אז יעדער געיט מאלט מען אויף אן אנדערע אופן אזוי ווי דאס.

simulation-8.jpg
simulation-8.jpg (21.32 KiB) געזען 552 מאל


דער וואס וויל זיך אביסל ארומשפילן קען גיין דא, לאודען דער פייל אין דעם זיפ פייל
design-2.json.zip
(1.2 KiB) געווארן דאונלאודעד 18 מאל
און מען קען זיך שפילן דערמיט (מען דארף קודם דרוקן פלעי, און די אויבערשטערע רעכטע ווינקעל), אי״ה ווען איך וועל רעדן איבער מער קאמפליצירטע דייאגרעמס, וועל איך ניצן די זעלבע סייט (ס׳איז נישט די בעסטע, אבער ס׳איז בחנם, אויב איינער האט א בעסערע סייט, דאן ביטע מודיע זיין אישי) און איך וועל געבן די פיילס, מען זאל זיך אליין קענען ארומשפילן


הערות דא
שרייב תגובה

צוריק צו “ידיעות און וויסנשאפט”