וואס זענען געווען טראמפס טשענסעס צו געווינען - לויט די יעצטיגע רעזולטאטן.

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

יואל שרייבער
שר האלפיים
תגובות: 2491
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 04, 2017 1:33 am

וואס זענען געווען טראמפס טשענסעס צו געווינען - לויט די יעצטיגע רעזולטאטן.

תגובהדורך יואל שרייבער » זונטאג נובעמבער 08, 2020 1:21 pm

איך האב פרובירט צו מאכן א חשבון וואס טראמפס טשענסעס זענען געווען צו געווינען אויב די פאולס וואלטן פרעדיקטעד די יעצטיגע רעזולטאטן.

לויט מיין חשבון קומט עס אויס 20%.

דער חשבון איז אזוי.

עס זענען יעצט דא פיר סטעיטס וואס די חילוק צווישן טראמפ און ביידען זענען יעצט ווייניגער ווי א פראצענט, דזשארדזשיע אריזאנע וויסקאנסין פענסילוועניע.
לאמיר זאגן מען וואלט געגעבן פאר די אלע סטעיטס א 50/50 טשענס צו גיין ביידע זייטן.
יעצט, אויב טראמפ געווינט ווען אלע סטעיטס ווי ער שטייט בעסער פון דעם, וואלט ער נאך אלץ געמוזט געווינען פענסילוועניע צו האבן בכלל א טשענס, סאו האלט מיר ביי א 50% טשענס אז ער געווינט פענסילוועניע.
נאכן געווינען פענסילוועניע מוז ער געווינען כאטש נאך צוויי פון די דריי איבריגע סטעיטס וואס אויף דעם האט ער אויך א 50% טשענס, האלט מיר ביי 50% פון 50% וואס קומט אויס 25%.

למעשה אפי' אויב ער געווינט די דריי סטעיטס איז דא נאך איין סטעיט וואס איז זייער נאנט, נארט קאראליינע ווי טראמפ איז דערווייל פאראויס מיט 1.4 פראצענט, סאו מען דארף דארט אויך געבן א טשענס פאר ביידען, לאמיר עס מאכן 65/ 35.
סאו אפי' אויב טראמפ געווינט פענסילוועניע פלאס צוויי וואס דאס איז נאר א 25% טשענס האט ביידען נאכאלץ א טשענס אויב ער כאפט כאטש איינס פון די אנדערע פיר סטעיטס פלאס נארט קאראליינע, די טשענסעס אז דאס זאל געשען, איז ביי 17.5%.
ד.מ. אז מען דארף אראפנעמען 17.5% פון טראמפס 25% טשענס צו געווינען און עס בלייבט עטוואס מער ווי א 20% טשענס פאר טראמפ צו געווינען.

נאכדעם דארף מען נאך געבן עפעס טשענסעס פאר טראמפ צו כאפן מישיגן און נעוואדא, אבער אויך פאר ביידען צו כאפן פלארידע, סאו עס טוישט שוין נישט קיין סאך.

חוץ די אכט סטעיטס, זענען די מארדשזינס איבעראל מיט מער ווי פינעף פראצענט סאו מען וואלט עס געקענט הונדערט פראצענט פרעדיקטן.

פארשטייט זיך אז דאס אלעס איז נאר לויט די יעצטיגע רעזולטאטן, עס איז זייער מעגליך אז ביידען וועט יא ענדיגן מיט א שטערקערע ליעד אין פענסילוועניע און אז טראמפ וועט ענדיגן מיט א שוואכערע ליעד אין נארט קאראליינע וואס וועט מיינען אז טראמפס שאנסן זענען געווען סאך קלענער.

(במאמר המוסגר, דער גאנצער שמועס איז נאר אויב מען רעכנט אלע וואוטס, סיי די ליגעל און סיי די איליגעל, אבער אליבא דאמת זענען אלע וואוטס פאר ביידען איליגעל, ווייל ער איז אן אגענט פאר די קאמוניסטישע כינע, און די קאמוניסטישע פארטיי איז אומלעגאל אין אמעריקע, אזוי אויך איז העריס א פרוי וואס האט נישט די רעכט צו לויפן אין אמעריקע אויב נעמט מען אן די פערצנטע אמענדמענט ווי איר אריגינעלע מיינונג, סאו די גאנצע עלעקשאן איז געווען צווישן טראמפ און דזשארגענסאן, און טראמפ האט געווינען מיט א לענדסלייד, 538 עלעקטארעלס, און 97% פון די פאפולער וואוט)

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: פיניע חזן און 8 געסט