בלאט 1 פון 1

9/11/2001 - 9/11/2006

געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 10, 2006 11:41 pm
דורך מעסטערמיינד
אין אן אנדער אשכול דא אין קרעטשמע האט מר. שוועמעל געגעבען לינק'ס צו אייניגע קליפ'ס פון די טווין טאווער'ס אין ארום, און ווי פארשטייט זיך איך האב אביסל מיך אומגעקוקט אויף די קליפ'ס ביז איך האב באגעגענט די קליפ אין איך זאג אייך דעם אמת טייערע אידן ס'האט מיך אויפגעשוידערט , נישט אזוי ווייט דאס אז מ'הארט יענעם ממש די מינוט וואס ער שטארבט נאר ס'האט מיך גערירט אויף ענגליש זאגט מען עס איט היט מי, און כאטש ס'האט מיך שוין כמה פעמים אזוי באנומען , איז אבער יעצט נאכן איבער קוקען נאך אין נאך פוטידזש בין איך געווארען אזוי אויפגערעגט אז עס לאזט זיך גארנישט זאגען , אבער גארנישט איך שטויס מיך אן די א פרוקטעט'ן מעשוגענער'ס קליפ וואו ער פראבירט אויף צו ווייזען אז אמעריקע האט דאס אינטער געשטעלט וכ"ו,
וואס זאל איך ענק זאגען גלייבט מיר בנאמנות ווען דער פארוקטער מייקעל מור זאל זיך מיר דא באווייזען לעבט ער נישט א דורך די נאכט אזוי אויך עני אנדערע ****** ליבערעל,
כ'האב פונקט נעכטן געליינט דעם בוך סעוויטש נעישען פון דעם באוויסטען מייקעל סעוויטש (א איד ליידער) ברענגט ער דארט ארויס א גוטע'ן פוינט, זאגט ער פון ווי ווייסטו אויב די ביסט א ריפאבליקען אדער א דעמיקרעט איז אזוי אויב נאךך סעפטעמבער עלעווען ווען די ביזסט געוואר געווארען אז די איסלאמא-נאצי'ס האבען עס געטוהן ביזסטו געווארען אזוי אויפגערעגט אז דו ביזסט גרייט געווען צו גיין אין מלחמה מיט זיי אין זיי הרגענען, דאן ביזסטו א נארמאלער מענטש א ריפאבליקען,
די ליבעראלע אבער זענען געלאפען אין בוך סטאר קויפן ביכער וואס זענען מסביר די איסלאמישע גלויבען, צו קענען שטודירען וואו זיי האבן מעגליך געטשעפעט מיט די מוסלעמענער, אז זיי זאלן אונז קענען טוהן אזא זאך,
פרעג נאר איינעם פון זיי וואס מ'דראף צו טוהן מיט בין לאדינען, וואס הייסט וועט ער דיר זאגען מ'דארף זיך אריין לייגען אין זיינע שיך און מ'דארף פארשטייען פון וואו זיי קומען אין וואס זייער געדאנקען גאנג איז,
ס'איז בערך אזוי ווי ווען איינער קומט צו צו דיינע קינדער מיט א גאן און ער וויל זיי הרגענען א נארמאלער מענטש טוט וואס ער קען מקיים צו זיין דעם הבא להרגך השכם, אבער זיי ניין ער וועט זיך נעמען נאכקוקען קודם פארוואס וויל דע יעיניגער הרגענען מיינע קינדער וואס האב איך אים געטוהן, אפשר קען איך אים פארשטיין,,,,,,,,,,,,,,,,!!!!!!!!????????????

אקעי איך מוז סטאפען פאר איך גיי שוין צו ווייט, ס'רעגט מיך אויף !!!!!!!!!!!!!!!!!!

געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 11, 2006 12:47 am
דורך שוועמל
אויב דו רעדסט שוין פון מייקעל מור,

מיט אלעם דיסאגרי איך מיט אים, חוץ איין זאך, די פענטאגאן.
דער פאקט איז אז ס'יז געווען צענדליגער ווידיאוס אדער סורווייעלענס קאמעראס ארום און ארום, און גארנישט איז נישטא ווייל זיי זענען קאנפיסקירט געווארן. (גראדע אויף די גאווערנמענט סייט איז דא איין אדער צוויי קליפס זייער זייער נישט קלאר וואו מען זעהט יא אן עראפלאן קומט צו פליען, און אויך דאס איז ממש לעצטענס ארויסגעגעבן געווארן, אזוי אז מען האט געהאט צייט צו ארבייטן דערויף.)

זיין זינלאזע טענה אז אין די טווין טאוערס איז געווען אונטערגעשטעלט אויפרייס מאטעריאל איז איבריג אפילו צו קאמענטירן דערויף, ווייל יעדר רעכטדענקענדער מענטש האט קלאר געקענט זיך איבערצייגן פון א פשוטע אינזשענירונג פראסעס אז די בנינים האבן עס נישט געקענט דורכמאכן. זעה די קליפס

געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 11, 2006 1:28 am
דורך שוועמל
http://www.apfn.org/apfn/flight77.htm

קוק דיך אום אויף דעם לינק אביסל אויב דו ביסט פריי

געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 11, 2006 1:35 am
דורך שוועמל
מיט דעם עסטו דיך מחיה זיין

http://www.freedomfiles.org/war/pentagon.htm

געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 11, 2006 1:53 am
דורך שוועמל
http://www.flight77.info/

ליין די געריכטליכע קאמף איבער ארויסגעבן די צוויי גאווערמענט ווידיאוס פון פלייט 77 אין פענטאגאן

געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 11, 2006 1:57 am
דורך שוועמל
און יעצט... דא האסטו די צוויי ווידיאוס וואס די גאווערנמענט האט ענדליך ארויסגעגעבן

http://judicialwatch.org/flight77.shtml

געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 11, 2006 4:59 pm
דורך קרעמער
מעסטער;

דו האסט מיר אויפגעשוידערט ביז גאר (טו די קאור בלעז) מיט דעם שוידערליכן לינק, וואו מען הערט איינעם פון די אומגעקומענע זיך שטיקן פון די רויך אינעם 106'טן שטאק פונעם וואורלד טרעיד סענטער.

גלייב מיר אז אויב די שמועס וואלט זיך פארצויגן נאך איין מינוט אויפן זייגער צווישן דעם געשטראנדעטן און די 911 אפערעיטאר, וואלט איך חלילה פון זינען אראפ געגאנגען.

איך האב פארקלאפט דעם קאמפיוטער תיכף נאכן אויסהערן דעם קליפ, און זיך ארויסגעלאזט שפאצירן אין גאס צו בארוהיגן די נערוון, שפעטער האב איך זיך געפונען איבער א ספר אין בית המדרש מיט טרערן אין די אויגן און א צוקלאפט געמיט.

השם ינקום דמם פון די אלע אידן וואס זענען ליידער אויך אומגעקומען ביי די טראגישע אטאקעס. ויקוים בנו כלה שעיר וחותנו ועלו לציון מושיעים בב"א.

געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 11, 2006 5:33 pm
דורך מעסטערמיינד
קרעמער קרעמער
כ'האף אז יעצט פטרשטייסטו אביסל ווי אזוי איך האב געשפירט נעכטן נאכט, איך בין דערנאך אויך ארויס אין גאס און געכאפט א ציגרעטל מיט איינעם פון די חברי הקרעטשמע, און אים אביסל געגעבען אנצוהערן וואס עס איז מיר געליגען אויפן הארץ.
די סיבה פארוואס די קליפ סטאפ'ט זיך דארט איז ווייל דארט פאלט די געביידע אראפ אויף אין מיט אים.


שוועמל
כ'האב נאך נישט אנגעיאגט צו זעהן די פרישע קליפ'ס וואס דו האסט דא געלייגט, אבער אין די לעצטע פאר יאר האב איך שוין געזעהן צענדליגער קליפ'ס דערוועגן, און איך קען דיר בלויז זאגען איין זאך .. קאנספירעסי טירי'ס זענען דא אסאך אבער כמעט נישט אמת, און אז איינער וויל קען איך אים אויך אויפווייזען אז אמעריקע האט קיינמאל אויף די לבנה נישט געלאנדעט, און נאך פארשידענע זאכען,

געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 10, 2008 9:53 pm
דורך קרעמער
ענינא דיומא.

געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 09, 2009 11:12 pm
דורך קרעמער
קרעמער האט געשריבן:ענינא דיומא.

געשריבן: דאנארשטאג סעפטעמבער 10, 2009 10:38 am
דורך שמערי בערי
פאריאר איז דער צענטער געווען עניני דיונה, און היי יאר שוין דער ניינטער?, שוין, זעהט אויס אלס ספיקא דיואלי האלט מען עס וויפיל טאג מ'קעין...

געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 11, 2017 9:53 am
דורך בלעטל
פון וואסערע קליפ רעדט ער

געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 11, 2017 11:26 am
דורך טראבל מעיקער
בלעטל האט געשריבן:פון וואסערע קליפ רעדט ער

https://web.archive.org/web/20070210012 ... ht77.shtml

געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 11, 2017 11:31 am
דורך טראבל מעיקער

געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 11, 2017 11:38 am
דורך גארגארפיק
קרעמער האט געשריבן:
קרעמער האט געשריבן:ענינא דיומא.
קרעמער האט געשריבן:ענינא דיומא.
זעהט אויס א טראדיציע צו שטעלן די אלע אשכולות ביי "אקטיווע אשכולות" יעדעס יאר

געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 11, 2017 2:34 pm
דורך פעיק נוז
טראבל מעיקער האט געשריבן:
בלעטל האט געשריבן:פון וואסערע קליפ רעדט ער

https://web.archive.org/web/20070210012 ... ht77.shtml


אפשר קען עס איינער דאונלאודען אויף דראפבאקס אדער דרייוו

געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 11, 2017 2:45 pm
דורך טראבל מעיקער
פעיק נוז האט געשריבן:
טראבל מעיקער האט געשריבן:
בלעטל האט געשריבן:פון וואסערע קליפ רעדט ער

https://web.archive.org/web/20070210012 ... ht77.shtml


אפשר קען עס איינער דאונלאודען אויף דראפבאקס אדער דרייוו

מיין תגובה אונטער דעם האט די קליפס. ס'איז נישט עפעס מעכטיגע זאכען...

געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 11, 2019 3:38 pm
דורך kosher phone
גארגארפיק האט געשריבן:
קרעמער האט געשריבן:
קרעמער האט געשריבן:ענינא דיומא.
קרעמער האט געשריבן:ענינא דיומא.
זעהט אויס א טראדיציע צו שטעלן די אלע אשכולות ביי "אקטיווע אשכולות" יעדעס יאר

זעהט אויס א טראדיציע צו שטעלן די אלע אשכולות ביי "אקטיווע אשכולות" יעדעס יאר