דאווענען אויף יודישע גראמען - סעריע (נישט קאמענטס)

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
ניין און יא
שר האלף
תגובות: 1305
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 06, 2019 10:05 am

דאווענען אויף יודישע גראמען - סעריע (נישט קאמענטס)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניין און יא »

בס''ד
צו דיר מיין טאטע און פריינד פון מיין גייסט, שלעפ דיין קנעכט ער זאל טוען נאר וואס דו הייסט, לויפן זאהל דיין קנעכט ווי א הערש אין וואלד, און ער זאל זיך ביקן צו דיין פארכטיגע געשטאלט, דיין נאנטקייט זאל אים זיין די זיסטע געשמאק, מער פון די פיינסטע מאכלים אין באק.

שיינער הערליכער פון די וועלט א שטראל, איך בין קראנק פון די אהבה וואס איז מער ווי נארמאל, איך בעט דיר הייל איר און די קראנקהייט האלף מיר דורך שפרייזן, אבער נאר מיט דעם אז דיין כבוד זאלסטו מיר באווייזין, דאן שטארק און געהיילט מיין זעהל זיין גייט, און וועט האבען איר אייביגע פרייד.

אייביגער ווייז שוין דיין גענאד, אוו מיט רחמנות צו דיין קינד אלע מחיצות אוועק שנייד, ווייל ווי א פייער מיין תשוקה צו דיר ברענט, זעהו דיין עהויבענע שיינקייט הלוואי איך וואלט שוין געקענט, דאס איז פון מיין הארץ די גליסט, איך בעט דיר באהאלט דיר נישט נאר ווייז אז איבאראל דו ביסט.

סיכת שלומך העכער אונז טוה אריין שטעקן, ליבער טאטע אויף אונז אויסשפרייטן און טוה זיך אנטפלעקן, אפילו מאטריאליסטשע זאכן זאל פון דיין הייליגקייט שיינען, און מיר זאלן זיך מיט דיר פרייען אין די גרעסטע פרייד וואס איז נאר פארהאנען, לויבן און פרייען וועלן מיר זיך דיר, ווייז שוין דיין ליבע און משיח נעם שוין פאר גאולה אפיר.

-----

יְדִיד נֶפֶשׁ אַב הָרַחְמָן. מְשׁוֹךְ עַבְדְּךָ אֶל רְצוֹנֶךָ. יָרוּץ עַבְדְּךָ כְּמוֹ אַיָּל. יִשְׁתַּחֲוֶה אֶל מוּל הֲדָרֶךָ. יֶעֱרַב לוֹ יְדִידוֹתֶךָ. מִנוֹפֶת צוּף וְכָל טָעַם.

הָדוּר נָאֶה זִיו הָעוֹלָם. נַפְשִׁי חוֹלַת אַהֲבָתֶךָ. אָנָּא אֵל נָא רְפָא נָא לָהּ. בְּהַרְאוֹת לָהּ נֹעַם זִיוֶךָ. אָז תִּתְחַזֵּק וְתִתְרַפֵּא. וְהָיְתָה לָהּ שִׂמְחַת עוֹלָם:

וָתִיק יֶהֱמוּ נָא רַחֲמֶיךָ. וְחוּסָה נָּא עַל בֶּן אֲהוּבֶךָ. כִּי זֶה כַּמֶּה נִכְסוֹף נִכְסַפְתִּי. לִרְאוֹת בְּתִפְאֶרֶת עֻזֶּךָ. אֵלֶּה חָמְדָה לִבִּי. חוּסָה נָּא וְאַל תִּתְעַלָּם:

הִגָּלֶה נָא וּפְרוֹשׂ חֲבִיבִי עָלַי. אֶת סֻכַּת שְׁלוֹמֶךָ. תָּאִיר אֶרֶץ מִכְּבוֹדֶךָ. נָגִילָה וְנִשְׂמְחָה בָךְ. מַהֵר אֱהוֹב כִּי בָא מוֹעֵד. וְחָנֵּנוּ כִּימֵי עוֹלָם:


ביטע ביטע קאמענטן נאר דא
אקבל הערות והארות בשמחה והכרת הטוב אי"ה
-------
מפתח ארטיקלען ----- מפתח פאעזיע
-------
ווער עס וויל באקומען ווייטער ארטיקלען פון מיין קליינקייט אדער וויל מיר קאנטעקטן זאל מיר שרייבן צו מיין אימעיל
מיט פיל דאנק
------
[email protected]
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”