ספרי חיים וספרי מתים

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

נעה
שר מאה
תגובות: 105
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 28, 2020 2:23 pm

ספרי חיים וספרי מתים

תגובהדורך נעה » דאנארשטאג סעפטעמבער 17, 2020 1:20 am

סווארפט א פחד מהאלט ביי ונתנה תוקף..... מי יחיה ומי ימית... נאך אזא יאר זאגט זיך עס מיט מער כוונה און פחד
אבער לאמיר אריין טראכטן וואס הייסט מי יחיה מי ימית מי ינוע.... סשטייט אז נאר די ספרי חיים ומתים זענען אפן פארן באשעפער איז וויאזוי קען זיין אז א מענטש האט א לעבן פיל מיט יסורים אדער ווייניג פרנסה ווען ווערט דעס געפסקנט?
אין מסכתות ראש השנה ווערט געברענגט אן אינטערסאנטע זאך אז אויב די אידן זענען געווען רשעים גמורין אין ראש השנה און מהאט געפסקנט ווייניג רעגן אבער למעשה האבן זיי תשובה געטוהן, מאכן מער רעגן קען מען נישט ווייל סאיז שוין געפסקנט אז סקומט ווייניג מאכט די באשעפער אז סזאל קומען אין די ריכטיגע צייט און מקום און די זעלבע פארקערט
ווייטער שטייט אז א מענטש זאל נישט אויסגעבן קיין גרויסע סכומים צווישן ראש השנה און יום כיפור ווי רש"י איז מסביר צוליב ווייל דעמאלטס מאכט מען אפ וויפיל ער זאל פארדינען יענע יאר איז אויב ער גייט קויפן א הויז דעמאלטס איז מעגליך אז ער האט אויסגעגעבן וויפיל סאיז געווען אנגעשריבן איז וויאזוי גייט ער לעבן א גאנץ יאר
זעהט מען אז די מענטש קען קאנטראלן די פסק וויאזוי ער וויל
נאכדעם נאך א שאלה אויב די זאך אויף וואס מפסקנט איז צוליב וויאזוי סאיז געווען לעצטע יאר וואלט מען עס געדארפט מאכן סוף יאר מענדיגט זעהן וואס סאיז געווען גוט און וואס נישט

למעשה וואס גייט דא פאר נאר חיים אוןן מתים אדער אלעס און וואס איז אז די מענטש קען עס קאנטראלן
און פארוואס אנפאנג יאר נישט סוף יאר

די תירץ אויף דעם איז די יסוד פון ראש השנה יא סאיז די ערשטע טאג פונעם נייען יאר
און ווי מיר ווייסן מאכט די באשעפער די חשבונות סוף לעבן ווען יענער גייט ארויף צום בית דין של מעלה וואס דארט איז דא שכר ועונש
אבער אויף די וועלט איז נישטא דעס נאר ווי די רמב"ם איז מסביר אז די באשעפער זאגט צו אז אויב מגייט טוהן די מצוות און לערנען תורה וועט ער מאכן אז די לעבן זאל גוט גיין וועט מען זיך איינהאנדלן נאך שכר
און אויב איינער טוט נישט זיין ציווי גייט ער יענעם מאכן צרות כדי ער זאל נישט האבן קיין צייט צו איינהאנדלן שכר

און דאס איז די ספרי חיים ומתים נישט לעבן און טויט נאר חיים מיינט א פיינעם לעבן אלעס גוט כדי ער זאל קענען האבן נאך שכר און מתים מיינט א שלעכט לעבן ח"ו
סהאט וויאזוי די מענטש קומט אריין אונעם נייעם יאר מיט וואסערע שאיפות ער האט
איינער וואס קומט אריין מיט גוטע שאיפות מאכט מען עם חיים אויב מקומט אריין פארקערט געט מען עם א שווערן יאר
אבער מען קען נאך אלטס טוישן אינעם פסק וויאזוי סזאל חל זיין ווענדן ווענד זיך עס אונעם מענטש
אונזער ארבעט איז ראש השנה צו ווייזן אז מיר קומען דא מיט נייע גוטע שאיפות און קבלות סהאט גארנישט מיט וואס איז געווען מהייבט אן פריש.

סקומט זיך אונז א זיס און לעבדיגע גוטע יאר אמן

מתורתו של הגר"ש פינקוס זצ"ל
נעה, די מיינסט טאקע אז איך האלט אזוי?!?!

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: PetalBot, אל תדאג, יצחק פון ישיבה און 15 געסט