תשצ"ח - א מארגעדזש פאר אויגן גלעזער

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

ר' יום טוב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3540
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

תשצ"ח - א מארגעדזש פאר אויגן גלעזער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' יום טוב »

כ"א סיון תשצ"ח.

ארויסגייענדיג פונעם אויגן-דאקטאר שפאנצירט ר' יושע אראפ מעיפל עוועניו מיט א געביגלטן רעצעפט אין האנט פאר נייע אויגן ברילן. זיין קומענדיגע דעסטינאציע איז ערווארטעט צו זיין א אפטיקעל געשעפט. ר' יושע ווייסט אז האט נישט קיין צוויי ברירות. ער האט זיך שוין גענוג לאנג געמוטשעט מיט זיין שוואכע זעה קראפט, און אויב ער וויל נאך אמאל א שאנס גענצליך הנאה צו האבן פון די קאלירפולע וועלט, וועט ער זיך מוזן צוגעוואוינען צו די נייע אינסטרומענט וואס וועט רוען אויף זיין נאז: אויגן גלעזער.

ווי די גאסן-לעמפ זאלן לייענען זיינע מחשבות ווערט ער גלייך אטפאנגען פון עטליכע טאוולען וואס לייענען זיך 'אפטיקעל בראקער' 'אפטיקעל דיזיינער' און 'אפטיקעל ארכיטעקט' שפאצירנדיג נאך אביסל ווייטער, זעט ער פרישע אנאנסן וואס לייענען זיך "צו פארקויפן/קויפן פארלעסליכע ברילן אלערליי מאדעלן גענוצטע און נייע רופט --"

ער ווייסט נישט פון קיין מעשיות, ער מוז דאך האבן ברילן און צו דעם דארף ער א אפטיקעל געשעפט, וזה הא. גיט ער א שטעל אפ א אינגערמאן וואס קומט ארויס פון א סובערבען מיט אנשטענדיגע ברילן, און פרעגט אים 'אנטשולדיגט ר' איד, ווי האסטו געקויפט דיינע גלעזער?' 'אה, די גלעזער, דאס איז פון אלטימעיט' קומט דער שטאלצער ענטפער. 'ווי פונקטליך איז דער געשעפט?' דער אינגערמאן קוקט אים אן מיט אזא ביטל מינע און גיבט אים די אדרעס.

א שעה שפעטער טרעפט זיך ר' יושע ביי די גלאזערנע טויערן פון א עקזעקעטיווע אפיס געביידע 'אלטימעט דיזיינער אפטיקל' שרייט אראפ אן עלעקטראנישע שילד. א אומסוקסעספולע שלעפ מיטן טיר-הענטל האט אים געלאזט וויסן אז דא קען מען זיך נישט סתם אזוי אריינבאקומען. הערשט נאכן קלאצן א מינוט ווען עמיצער איז צו מזל פונקט ארויס האט ער זיך געגעבן אזא שלייך אריין.

פאר א וויילע זענען זיינע אומקלארע אויגן פארגלייזט געווארן פון די אויסטערלישע פראכט פון די מארבל פלאר און די קריסטאלענע ווענט. די געשניצטע לייטונג האט געווארפן א דים גלאנץ אויף די ריזיגע וואנט פעינטינג'ס דורכאויס די לאבי. 'קען איי העלפ יו, סיר?' האט א ווידער קול ביים פראנט דעסק איבערגעהאקט זיינע מחשבות. 'יא, איך וויל קויפן אויגן גלעזער!' איז געווען זיין ענטפער.

די סעקרעטארין קוקט אים אן מיט רחמנות פון אויבן ביז אראפ, נישט וויסנדיג א וויילע וואס זי דארף טון נעקסט. אבער נאכן זיך אריענטירן פרעגט זי 'איר האט אן אפוינטמענט מיט מיסטער שווארץ?' 'ניין' איז געקומען זיין ענטפער 'מ'קען נישט סתם אזוי קויפן גלעזער?'

זי באזז'ט אריין די טעלעפאן צו אן עקסטענשאן 'מר. שווארץ, איינער איז דא אריינגעקומען, ער זאגט אז… ער וויל קויפן גלעזער….

'אקעי, שיק אים אריין!' הערט זיך מר. שווארץ'ס אויטאראזירטע שטימע.

ר' יושע שפאצירט אריין מיט אומזיכערע טריט אינעם קארידאר ביז מר. שווארץ'ס אפיס. ער ווייסט שוין נישט וואס צו טראכטן, דא קען מען קויפן גלעזער אדער נישט?.... אריינקומענדיג נעמט אים מר. שווארץ אויף מיט א ווארימען שלום עליכם און צייגט אים צו זיצן אויפן פאטעל קעגנאיבער, פרעגנדיג 'וואס האט אייך געברענגט אהער?'

'איך האב.. געוואלט. קויפן. אויגן-גלעזער. בין איך אויפן ריכטיגן אדרעס?'

מר. שווארץ, א פעשליכער סעילסמאן מיט רימלעס באלי גלעזער, גיבט א טיפען אטעם און רוקט אוועק פון זיך א פייל מיט א הויפן פאפירן און נעמט אים אפענהאציג ערקלערן: 'אינגערמאנטשיק, צו קענען קויפן אויגן-גלעזער דארפסטו צוערשט האבן א פרי עפראוועל. דערנאך דארפסטו גיין צו א בראקער, ווייל אונז דיעל מיר נישט געווענליך מיט די קאסטומער דירעקט, איינמאל מיר באקומען אריין א פארלאנג פאר אן ארדער, איז דא א גאנצע פראצעדור וואס איז אינוואלווד גלעזער אינדזשענירן, מארגעדזש-באנקירן,דאקטוירים, און אקאדעמיקער. אין די היזיגע בנין אליינס ווערן אויפגעהאלטן א גאנצע שטאב מיט עטליכע אפטיילונגען וואס גיבן זיך אפ מיט די גאנצע ארבעט פון באשטעלן, פינאנצירן, סערוויסן, און פארקויפן אויגן גלעזער.'

'און וויפיל קאסט אזא גלעזער - אויב מ'מעג פרעגן?' פרעגט ר' יושע.

מ'קען נישט זאגן גענוי, אבער די ביליגסטע פרייזן פון אונזער פירמע הייבט זיך אן ביי $179,000 און ארויף. אין צוויי וואכן ארום גייט די פרייז עקספייערן. די בענק געבן געווענליך א מארגעדזש פון $150,000 און העכער, געוואנדן לויט די אינקאם. ס'קומט נאך צו געוויסע אפצאלן, ווי קלאוזינג, טעקס, לויער פי, אינשורענס, און נאז איזמענט רעכטן…

'וווואס..???' גיבט ר' יושע א געשריי. 'הונדערט - ניין - און זיבעציג - טויזנט דאלער???!!!'

מר. שווארץ דרייט זיך אין זיין אפיס טשעיר אומגעדולדיג 'הער זיך צו צדיק'ל, דו מיינסט אז גלעזער וואקסט אויפן בוים. לאמיר דיך עפעס ערקלערן, דו ווייסט וויפיל אונזער פירמע דארף בארגן אויף צינזן צו אינוועסטירן יארן בעפאר די ערשטע סעט גלעזער ווערט פראדוצירט? דו האסט אן אנונג וויפיל פאפיר ארבייט, מארקעטינג, מעדיקעל אדווייס איז אינוואלווד? דו האסט די מינדעסטע השגה מיט וויפיל רעגירונג'ס רעגולאציעס אזא פירמע דארף זיך אפגעבן? דו גייסט היינט צוטאגס קיין ערגעץ נישט טרעפן קיין נייע ברילן פאר די פרייז וואס דיין עלטער זיידע האט געצאלט דערפאר!

ר' יושע הייבט זיך גלייך אויף און וואקט ארויס ווען זיינע פיס נידלען וועפן אויס און זיינע אויגן האבן פלוצלינג זיך גענומען קלאר זען שווארצע רונגען. ער יאגט זיך ארויס אויפגעברויזט אויף די ברייטע גאס.

נאך עטליכע מינוט אריענטירט ער זיך און טראכט: די חברה האבן מיר גוט מסדר געווען. ווייל אייגענטליך קיין צוויי ברירות גיי איך דאך במילא נישט האבן, איך מוז דעספרעטלי האבן גלעזער צו קענען געהעריג זען. אז די באנק גיבט א מארגעדזש, איז דאס זיכער ווערט, ווייל מען באצאלט עס משך די אלע יארן וואס מ'איז למעשה נהנה דערפון.

ער קויפט א קאווע אינעם דערנעבנדיגן רעסטאראן און נעמט א היום יום אין האנט. און דאן…. פאלט זיינע אויגן אויף די אנאנסן וועלכע לייענען זיך:

"צו פארקויפן/קויפן ברילן אלערליי מאדעלן גענוצטע און נייע רופט דעם פארלעסליכן בראקער --"

"העלפט די ארגענעזאציע 'מאיר עינים' באצאלן אויגן ברילן רענט פאר אלמנות ואן יתומים און שיקט א קוויטל צו ר' מאיר בעל הנס - פאלגט נאך מאסיווע קאמפיין."

"צאלט איר נאך חובות אויף אייער פאריגע ברילן? מיר פארהאנדלען דירעקט מיט די באנק. לייגט דאס נישט אפ קיין איין מינוט! רופט -- -- און לאזט א מעסעדזש."

"א כמעט נייע ברילן 18 חדשים גענוצט צו פארקויפן, מעגליכקייט איבערצונעמען מארגעדזש. בראקערס וועלקאם. רופט: -- -- --"

"די אינטרעסט ראטע'ס אויף ברילן זענען היסטאריש נידריג! יעצט איז די צייט צו ריפיינענסן! אויב איז די וועליו פון אייער ברילן גענוג הויך קענט איר היינט באקומען קעש! לאזט נישט ארויס די געלענצענדע געלעגנהייט!"
אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר עשרת אלפים
תגובות: 14528
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm

Re: תשצ"ח - א מארגעדזש פאר אויגן גלעזער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויסע עם הארץ »

כ'ווייס נישט צו כ'זאל לאכן אדער וויינען.. וואס טוסטו דא מיט מיר?
אוועטאר
קאנטרי מאוד
שר האלפיים
תגובות: 2153
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 29, 2017 9:21 pm
לאקאציע: אויף די שטראזן,צווישן ביימער און גראזן,

Re: תשצ"ח - א מארגעדזש פאר אויגן גלעזער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאנטרי מאוד »

סאיז יום טוב אויף דער וועלט!...ווער ווייסט נעבעך ווי נאנט מיר קענען צי דעם קומען ...ירחם המרחם
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: תשצ"ח - א מארגעדזש פאר אויגן גלעזער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

ביסט א געוואלדיגע שרייבער ר' יו"ט!!

הערליכע כח ההמחשה. ונזכה ונחיה ונראה.
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
אוועטאר
שמואל בארג
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4026
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 18, 2016 6:44 pm

Re: תשצ"ח - א מארגעדזש פאר אויגן גלעזער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל בארג »

איי איי איי
גראמער
שר האלף
תגובות: 1201
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 11, 2016 8:21 pm

Re: תשצ"ח - א מארגעדזש פאר אויגן גלעזער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראמער »

א גוטע פעדער און אזוי גוט אראפגעלייגט.
דברים אלו
שר האלף
תגובות: 1961
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 16, 2015 2:30 pm

Re: תשצ"ח - א מארגעדזש פאר אויגן גלעזער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דברים אלו »

איינער ווייסט וואס דא גייט פאר?
אוועטאר
הרבטייטעלבוים
שר ששת אלפים
תגובות: 6377
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 20, 2012 5:52 pm
לאקאציע: שתולים בבית ד'

Re: תשצ"ח - א מארגעדזש פאר אויגן גלעזער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרבטייטעלבוים »

דברים אלו האט געשריבן:איינער ווייסט וואס דא גייט פאר?

איינער ווייסט נישט וואס גייט נעבעך פאר?.

פונקט געווען די וואך און .... געשעפט און מיטגעהאלטען ערשט האנטיג.
לעצט פארראכטן דורך הרבטייטעלבוים אום זונטאג אוגוסט 23, 2020 10:25 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
ר' יום טוב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3540
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

Re: תשצ"ח - א מארגעדזש פאר אויגן גלעזער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' יום טוב »

רוב לייענער פארשטייען מער אדער ווייניגער די נקודה פון די מארגעדזש גלעזער. אבער נאך עטליכע אנפראגן אין אישי כאילו איך ציהל דא דערמיט די אפטיקעל געשעפטן וועל איך אביסל בעסער אויסקלארן:

עס איז א בלויזער משל איבער די איידיע פון נעמען א לעבנס-געברויך פון די עמך און פארוואנדלען אין א מאסיווע אינדעסטריע וואס זאל האלטן פארמשכון'ט די מענטשהייט. ווען איך זאל אין תשכ"ח שרייבן אזא סארט ארטיקל אויף דירות וויאזוי עס גייט אויסקוקן 50 יאר שפעטער, וואלט איך נישט געווען אזוי off. ואידך פירושא זיל גמור.
אוועטאר
אייוועלט שרייבער
שר האלף
תגובות: 1433
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 02, 2020 8:23 pm
לאקאציע: אויפ'ן בענקל

Re: תשצ"ח - א מארגעדזש פאר אויגן גלעזער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אייוועלט שרייבער »

ר' יום טוב גוט שרייב מער
איך טריי צו זיין א אייוועלט שרייבער
דברים אלו
שר האלף
תגובות: 1961
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 16, 2015 2:30 pm

Re: תשצ"ח - א מארגעדזש פאר אויגן גלעזער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דברים אלו »

ר' יום טוב האט געשריבן:רוב לייענער פארשטייען מער אדער ווייניגער די נקודה פון די מארגעדזש גלעזער. אבער נאך עטליכע אנפראגן אין אישי כאילו איך ציהל דא דערמיט די אפטיקעל געשעפטן וועל איך אביסל בעסער אויסקלארן:

עס איז א בלויזער משל איבער די איידיע פון נעמען א לעבנס-געברויך פון די עמך און פארוואנדלען אין א מאסיווע אינדעסטריע וואס זאל האלטן פארמשכון'ט די מענטשהייט. ווען איך זאל אין תשכ"ח שרייבן אזא סארט ארטיקל אויף דירות וויאזוי עס גייט אויסקוקן 50 יאר שפעטער, וואלט איך נישט געווען אזוי off. ואידך פירושא זיל גמור.

אקעי מאכט שוין מער סענס
קענסט שעיקן הענדס מיט דעיוו רמזי ער איז אויך אקעגן מארגידזשעס
דברים אלו
שר האלף
תגובות: 1961
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 16, 2015 2:30 pm

Re: תשצ"ח - א מארגעדזש פאר אויגן גלעזער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דברים אלו »

הרבטייטעלבוים האט געשריבן:
דברים אלו האט געשריבן:איינער ווייסט וואס דא גייט פאר?

איינער ווייסט נישט וואס גייט נעבעך פאר?.

פונקט געווען די וואך און .... געשעפט און מיטגעהאלטען ערשט האנטיג.

זיי מסביר
אוועטאר
חבקוק
שר עשרת אלפים
תגובות: 11919
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 21, 2020 5:32 pm
לאקאציע: אין פארברענגען...

Re: תשצ"ח - א מארגעדזש פאר אויגן גלעזער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חבקוק »

זייער אינטערעסאנט און גאר גוט געשריבן, ווי ר' יום טוב קען!

גראדע האב איך אמאל געליינט אז אפילו די היינטיגע הונדערט פופציג דאללער איז אויך א גניבה שטיקל.
די גאנצע גלעזער קאסט אפשר צען דאללער צו פאברעצירן.
אבער עס איז דא איין קאמפעני וואס האט די גאנצע מאנאפעלי אויף אלעס, עפעס אזוי, און זיי מאכן זיכער אז דאס בלייבט די פרייז.
ת'תרבה ש'יחות פ'ארברענגען א'ינסופיים...
אוועטאר
הרבטייטעלבוים
שר ששת אלפים
תגובות: 6377
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 20, 2012 5:52 pm
לאקאציע: שתולים בבית ד'

Re: תשצ"ח - א מארגעדזש פאר אויגן גלעזער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרבטייטעלבוים »

דברים אלו האט געשריבן:
הרבטייטעלבוים האט געשריבן:
דברים אלו האט געשריבן:איינער ווייסט וואס דא גייט פאר?

איינער ווייסט נישט וואס גייט נעבעך פאר?.

פונקט געווען די וואך און .... געשעפט און מיטגעהאלטען ערשט האנטיג.

זיי מסביר

משום איבה קאן איך נישט.
ברוקלינער יונגערמאן
שר האלף
תגובות: 1750
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 08, 2015 1:04 am

Re: תשצ"ח - א מארגעדזש פאר אויגן גלעזער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברוקלינער יונגערמאן »

חבקוק האט געשריבן:זייער אינטערעסאנט און גאר גוט געשריבן, ווי ר' יום טוב קען!

גראדע האב איך אמאל געליינט אז אפילו די היינטיגע הונדערט פופציג דאללער איז אויך א גניבה שטיקל.
די גאנצע גלעזער קאסט אפשר צען דאללער צו פאברעצירן.
אבער עס איז דא איין קאמפעני וואס האט די גאנצע מאנאפעלי אויף אלעס, עפעס אזוי, און זיי מאכן זיכער אז דאס בלייבט די פרייז.

הונדערט פופציג???
קאסט באלד פיר מאל אזויפיל
יא איר האט גוט געליינט
חלה
שר חמש מאות
תגובות: 547
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 13, 2014 5:24 pm
לאקאציע: אין דארף

Re: תשצ"ח - א מארגעדזש פאר אויגן גלעזער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חלה »

ברוקלינער יונגערמאן האט געשריבן:
חבקוק האט געשריבן:זייער אינטערעסאנט און גאר גוט געשריבן, ווי ר' יום טוב קען!

גראדע האב איך אמאל געליינט אז אפילו די היינטיגע הונדערט פופציג דאללער איז אויך א גניבה שטיקל.
די גאנצע גלעזער קאסט אפשר צען דאללער צו פאברעצירן.
אבער עס איז דא איין קאמפעני וואס האט די גאנצע מאנאפעלי אויף אלעס, עפעס אזוי, און זיי מאכן זיכער אז דאס בלייבט די פרייז.

הונדערט פופציג???
קאסט באלד פיר מאל אזויפיל
יא איר האט גוט געליינט

איך קויף ביי מינזערס אין בארא פארק, אדער ביי רפואה העלט סענטער אין שיכון סקווער, דארט צאלסטו אונטער הונדערט דאללער פאר גלעזער
בענאק
שר חמש מאות
תגובות: 955
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 12, 2015 4:35 pm

Re: תשצ"ח - א מארגעדזש פאר אויגן גלעזער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בענאק »

ברוקלינער יונגערמאן האט געשריבן:
חבקוק האט געשריבן:זייער אינטערעסאנט און גאר גוט געשריבן, ווי ר' יום טוב קען!

גראדע האב איך אמאל געליינט אז אפילו די היינטיגע הונדערט פופציג דאללער איז אויך א גניבה שטיקל.
די גאנצע גלעזער קאסט אפשר צען דאללער צו פאברעצירן.
אבער עס איז דא איין קאמפעני וואס האט די גאנצע מאנאפעלי אויף אלעס, עפעס אזוי, און זיי מאכן זיכער אז דאס בלייבט די פרייז.

הונדערט פופציג???
קאסט באלד פיר מאל אזויפיל
יא איר האט גוט געליינט

איך ווייס נישט וועלכע סטייל איר גייט, אבער מיין גלעזער קאסט פונקט $55 מיט די טעקס אינאיינעם
אוועטאר
הרבטייטעלבוים
שר ששת אלפים
תגובות: 6377
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 20, 2012 5:52 pm
לאקאציע: שתולים בבית ד'

Re: תשצ"ח - א מארגעדזש פאר אויגן גלעזער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרבטייטעלבוים »

לאמיר דן זיין אויף די משל
אוועטאר
אלטער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9970
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 14, 2020 12:44 pm
לאקאציע: אין בהמ"ד ביים קאווע שטיבל

Re: תשצ"ח - א מארגעדזש פאר אויגן גלעזער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטער »

ליידער שטייען מיר נישט אזוי ווייט פון דעם, דאס נעמט מיר ממש ארויס פון די כלים


ר' יום טוב, א געשמאקע ווייטאגליכע ארטיקל...
ווייל איך בין א אידעלע, זינג איך מיר א לידעלע, ווייל איך בין א איד, זינג איך מיר א ליד
אוועטאר
Amazing
שר שלשת אלפים
תגובות: 3106
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 29, 2016 9:09 pm

Re: תשצ"ח - א מארגעדזש פאר אויגן גלעזער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Amazing »

איך גיי נארמאלע סטייליש גלעזער באצאלט 190$

אפשר די וואס זיכען דייקא געוויסע קאמפאניס ווייס איך ניטש
א'מונה ב'טחון ג'עלט
ר' יום טוב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3540
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

Re: תשצ"ח - א מארגעדזש פאר אויגן גלעזער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' יום טוב »

דברים אלו האט געשריבן:
ר' יום טוב האט געשריבן:רוב לייענער פארשטייען מער אדער ווייניגער די נקודה פון די מארגעדזש גלעזער. אבער נאך עטליכע אנפראגן אין אישי כאילו איך ציהל דא דערמיט די אפטיקעל געשעפטן וועל איך אביסל בעסער אויסקלארן:

עס איז א בלויזער משל איבער די איידיע פון נעמען א לעבנס-געברויך פון די עמך און פארוואנדלען אין א מאסיווע אינדעסטריע וואס זאל האלטן פארמשכון'ט די מענטשהייט. ווען איך זאל אין תשכ"ח שרייבן אזא סארט ארטיקל אויף דירות וויאזוי עס גייט אויסקוקן 50 יאר שפעטער, וואלט איך נישט געווען אזוי off. ואידך פירושא זיל גמור.

אקעי מאכט שוין מער סענס
קענסט שעיקן הענדס מיט דעיוו רמזי ער איז אויך אקעגן מארגידזשעס

איך האב שוין אמאל געשריבן א גאנצע באשרייבונג דאהי איבער וויאזוי די היינטיגע מארגעדזש מארקעט און אירע רעגולאציעס זענען די הויפט שולדיגע אין די אסטראנאמישע האוזינג קאסטן. דארטן איז דעטאלירט די סיבות פארוואס עס איז אזוי לייכט פאר יעדן מן דהוא צו באקומען א מארגעדזש, עפעס וואס לייגט זיך נישט אויפן שכל, ווארום איך און דו וואלטן קיינמאל נישט געטרויעט קיין פרעמדע מענטשן צו פארבארגן גרויס געלט פאר אזעלכע קליינע צינזן.

איך טראכט אז די עצם געדאנק פון א מארגעדזש איז נישט שלעכט. לאמיר זיך נישט נער'ן. א הויז היינט צו טאגס אויפצובויען מיט אלע באקוועמליכקייטן קאסט אסאך געלט וואס אפילו ביליגערהייט וואלטן ווייניג דורכשניטליכע מענטשן געקענט אויפקומען מיטן גאנצן סכום. נאר וואס דען, די מארגעדזש טאר נישט זיין קיין לכתחילה. די מארגעדזש טאר נישט זיין א גאלדן קוואל פאר היים פארקויפער. און אז אינטרעסט ראטעס זענען נידריג הייבט זיך די פרייז פון הייזער און די קונה האט בלויז שאדן. עס איז בעיסיקלי דא צוויי צדדים אין א קלאוזינג היינט צוטאג, די באנק און די דעוועלאפער, און די קונה ווערט בלויז גענוצט פאר נאך א חלק אינעם פאזל צו באקומען דאס געלט.

אויב זאל איך זיין באפולמעכטיגט וואלט איך איינגעשטעלט די פאלגענדע געזעצן:
1 - א מארגעדזש קען בלויז באשטיין פון מאקסימום 60% די האום וועליו.
2 - די אינטרעסט ראטע זאל זיין מינימום 6%
3 - די מאקסימום עמאונט פאר א רעזידענשעל מארגעדזש זאל זיין א געוויסער סכום - לאמיר זאגן $225,000.

איי וועסטו פרעגן אז דערמיט טוט מען זיך אריינמישן און קאנטראלירן א פרייוואטע מארקעט? דער תירוץ דערויף איז, אז דער מארגעדזש מארקעט איז פיל מער קאנטראלירט יעצט, און די גאווערמענט גאראנטירט און שטיצט דאס גרינגע צוטריט צו גרויסע מארגעדזשעס לייכטערהייט, וואס דאס טוט בלויז בענעפיטירן די טיפע טאשן, די וועלכע באקומען דאס געלט פונעם באנק. איינמאל דו נעמסט אוועק יעדע סארט מארגעדזש רעגולאציע גייט ווארשיינליך פון זיך אליינס פאסירן מיינע אויבנדערמאנטע דריי פונקטן, אן קיין שום אינפארסירונג.
אוועטאר
נאר מיט שמחה
שר שמונת אלפים
תגובות: 8010
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

Re: תשצ"ח - א מארגעדזש פאר אויגן גלעזער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר מיט שמחה »

ר' יו"ט, פיין, ריכטיג, און זאפטיג געשריבן!
דער רבי האט געהייסן פריילאך זיין! פריילאך זיין! פריילאך זאל מען זיין!!!
אוועטאר
שטומפיג
שר ששת אלפים
תגובות: 6999
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 11, 2018 8:30 pm
לאקאציע: צווישן קענט און בראדוועי

Re: תשצ"ח - א מארגעדזש פאר אויגן גלעזער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטומפיג »

זייער גוט געשריבן ר' יום טוב.
איך האב הנאה געהאט און נתעורר געווארן צו די נקודה - אינאיינעם.
אינפארמאציע! די ניק איז שוין נישט אקטיוו
דברים אלו
שר האלף
תגובות: 1961
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 16, 2015 2:30 pm

Re: תשצ"ח - א מארגעדזש פאר אויגן גלעזער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דברים אלו »

וואס שטערט דיר אז די אינטרעסט רעיט איז ווייניגער?
אוועטאר
בבקשה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5426
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

Re: תשצ"ח - א מארגעדזש פאר אויגן גלעזער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבקשה »

ר' יום טוב האט געשריבן:רוב לייענער פארשטייען מער אדער ווייניגער די נקודה פון די מארגעדזש גלעזער. אבער נאך עטליכע אנפראגן אין אישי כאילו איך ציהל דא דערמיט די אפטיקעל געשעפטן וועל איך אביסל בעסער אויסקלארן:

עס איז א בלויזער משל איבער די איידיע פון נעמען א לעבנס-געברויך פון די עמך און פארוואנדלען אין א מאסיווע אינדעסטריע וואס זאל האלטן פארמשכון'ט די מענטשהייט. ווען איך זאל אין תשכ"ח שרייבן אזא סארט ארטיקל אויף דירות וויאזוי עס גייט אויסקוקן 50 יאר שפעטער, וואלט איך נישט געווען אזוי off. ואידך פירושא זיל גמור.


סתם פאר נייגעריגקייט, וויפיל האט געקאסט א הויז אין תשכ״ח? האט מען טאקע דעמאלסט געקענט קויפן א הויז אן א מארטגעידזש?
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”