ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
ניין און יא
שר האלף
תגובות: 1125
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 06, 2019 10:05 am

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

תגובהדורך ניין און יא » מיטוואך סעפטעמבער 16, 2020 4:01 pm

מיין אטעם איס פארכאפט געווען ביים עס ליינען איך האב נאכנישט באגעגנט אזא קאליבאר שרייבער
אקבל הערות והארות בשמחה והכרת הטוב אי"ה
-------
מפתח ארטיקלען ----- מפתח פאעזיע
-------
א pdf פון די ארטיקלען און גראמען - נעשה ע"י פעיק נוז
------
נישט איינגעשריבנע ניקס קענען קאמענטירן דא
noinyes@gmail.com

קויפער
שר העשר
תגובות: 34
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 05, 2019 10:45 am

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

תגובהדורך קויפער » מיטוואך סעפטעמבער 16, 2020 4:44 pm

דאס ערשטע מאל וואס איינער האט מיר באגראבן לעבעדיגערהייט!

רייכער איד
שר העשר
תגובות: 16
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 11, 2019 12:15 am

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

תגובהדורך רייכער איד » מיטוואך סעפטעמבער 16, 2020 11:47 pm

הערליכע ארבעט, מיר זענען שטארק דאנקבאר

יש לו מנה
שר מאה
תגובות: 246
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 28, 2020 2:55 pm

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

תגובהדורך יש לו מנה » דאנארשטאג סעפטעמבער 17, 2020 1:02 pm

דאס איז עכט גוט
נישט ווייל כ'האב, ס'איז ווייל איך בין א רוצה

שמואל חיים
אנשי שלומינו
תגובות: 7
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2017 5:27 pm

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

תגובהדורך שמואל חיים » דאנארשטאג סעפטעמבער 17, 2020 8:26 pm

מיין פארכאפטע אטעם האלט אין איין ריפרעשן דאס פעידזש... ווען קומט די נעקסטע חלק?

אוועטאר
נתנאל מינצבערג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 488
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 19, 2017 8:32 am

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

תגובהדורך נתנאל מינצבערג » פרייטאג סעפטעמבער 18, 2020 7:31 am

יישר כח
איך געדענק דעי מעשה פון ערגעץ איך ברעך מיך קאפ וואו איך האב עס אמאל געליינט
שלום בית איז א טעאריע
אוועטער קרעדיט @גארנישט מיט נישט ריסייז קרעדיט @אויפגעפרישט

וואלטיער
אנשי שלומינו
תגובות: 6
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 16, 2017 11:24 am

ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער (קאפיטל 8)

תגובהדורך וואלטיער » דינסטאג סעפטעמבער 22, 2020 10:10 pm

"האסטו אינגאנצן דיין זין פארלוירן?" האט זיך דער לופט ארמיי פאלקאווניק צושריגן אויפן באזע קאמאנדיר, פאלקאווניק יעדענסקי, ווי נאר מען האט פארמאכט די טיר הינטער אים אינעם קאמאנדיר'ס ביורא.

"איך וואלט דיר געבעטן, צו נידערן דיין שטימע. דיין הויכער קול שטימט נישט יעצט מיט מיין קאפ וויי," האט דער רינדיגער באזע קאמאנדער געזאגט אין א געלאנגוויילטע שטימע, ציענדיג יעדעס ווארט ווי דורך א לאקשן-מאשין. ער האט זיך צוריק געזעצט הינטער זיין ביורא טישל. די בענקל האט זיך צוקוויטשעט אונטער זיין ריזיגען וואג, און צופרידענערהייט האט דער זארגלאזע באזע פאלקאווניק צוזאם געלייגט זיינע הענט איבער זיין גרויסן בייכל.

"יעצט זעצט אייך ביידע אוועק, לופט-ארמיי פאלקאווניק לושקין און מר. פירסאוו. זיצט, זיצט!! און בעפאר דו גייסט ווייטער מיט דיין מאנאלאג, לושקין, געדענק אז איך בין דא דער העכסטער ראנק-אפיציר. פון איין פאלקאווניק צום צווייטן זאג איך דיר, ווען דו ביזט אויף מיין באזע האסטו קיין שום געוויכט אדער אוטאריטעט. אבער איך וועל דיר אויסהערן אויס רעספעקט פאר דיין פאזיציע אלץ פערזענליכע אסיסטענט צו גענעראל קאטשענקא. פאז'אלאסטא, זאג וואס שטערט דיר אין מאגן."

כאטש פירסאוו האט אנגענומען דעם לאדענונג, און זיך געזעצט אויפן בענקל קעגן איבער דעם באזע קאמאנדער, איז פאלקאווניק לושקין געבליבן שטיין אויף זיין פלאץ. ער האט טיף אריינגעאטעמט, און פרובירט איינצוצוימען די רעגעניש אין זיין רעדע.

"פאלקאווניק, די אקטן וואס זענען געטוהן געווארן אויף דיין באזע, אונטער דיין אויפזיכט איז נישט לעגאל אינעם סעוועטן מיליטערישע געזעץ בוך, און די שטראף וואס איז געווארן אויסגעטיילט פאר דעם סאלדאט איז פארבאטן געווארן נאך אין די 1960'ער. נאך דערצו, ווי איך פארשטיי, איז דער סאלדאט נישט דורך געגאנגען א קריג'ס געריכט, און דעריבער איז סיי וועלכע אורטייל נישט געזעצליך."

פירסאוו, וועלכער איז ביז איצט געווען ווי אן אפגעפאטשטער, האט גענומען קוראזש פונעם באזע קאמאנדיר'ס אומוויסנהייט און גלייכגילטיגקייט, און זיך אנגערופן מיט חוצפה צו פאלקאווניק לושקין.

"אזוי ווי איך האב דיר שוין ערקלערט פריער, דו טוסט זיך אריינמישן אין געשעפטן וועלכע דארפן דיר בכלל נישט
אינטערעסירן. א סאלדאט אויף די באזע האט געבראכן דאס געזעץ, די ציווילן געזעץ, נישט מיליטערע, מיטן אנגריפן מיליציע אינדערויסן פונעם מיליטערישן באז. די לאקאלע מיליציע אינאיינעם מיט די קאאפעראציע פון די באזע אטאריטעיטן האבן מיר געשטעלט מיט איין אויפגאבע. דאס איז צו דערגיין וואס דא איז פארגעגאנגען. איך אליין בין נישט אנהענגיג אין די מיליטערישע געזעצן, ווי איך מוז ווידער אמאל ערקלערן פאר דיר, נאר א פריוואטער געניטער פארשער. אין ערגסטן פאל אז דאס נאר אביסל 'דעדאוושינע'."

"דעדאוושינע איז א שאנדפולער, נישט געזעצליכער סיסטעם!" האט דער לופט ארמיי פאלקאווניק געשריגן אויף פירסאוו.
"און דאך ווערט עס פראקטיצירט אין אלע ווינקלען פון די ארמיי," האט פירסאוו צוריקגע'טענה'ט. "איך וואלט אפילו איינגעלייגט געלט אז אונטער דיין נאז, טאוואריש פאלקאווניק, אין דיין אייגן ווינקל פון די לופט-ארמיי, גייט פאר דעדאוושינע צווישן די סאלדאטן. און אויך"....
"האלט זיך דאס מויל, דו סאדיסטישער אידיאט," האט אים פאלקאווניק לושקין איבער געהאקט מיד-זאץ, נישט קענענדיג מער הערן די הויך-מוטיגע טאן מיט וואס פירסאוו האט אים אדרעסירט.

דער באזע קאמאנדיר, פאלקאווניק יעדענסקי, האט שוין געהאט גענוג פון די דראמע וואס האט זיך אויסגעשפילט פאר אים, נישט באגרייפנדיג וואס די גרויסע טומל איז, אז מען איז ארויס אביסל פון די ראמען אויף זיין באזע. ער האט אויפגעהויבן דעם טרייבל אויף זיין שרייב טיש און געדריקט א קנעפל.

"יא, ברענג אריין דריי גלעזלעך און א פלאש וואדקע," האט ער אריינגעזאגט א באפעל, און דערנאך אראפגעהאקט דעם טרייבל.

"פירסאוו, לושקין, טוטס מיר דעפ כבוד און טרינקטס ביי מיר אין ביורא א גלעזל וואדקע. ס'איז גוטע וואדקע. די בעסטע וואס די מארק באווייזט אין די פארווארפענע זייט פון די וועלט," האט ער געזאגט מיט זעלבסט וויכטיגקייט, ווי א פראפעסאר וואס ענטיילט וויסנשאפט. "מיינע סאלדאטן שעצן מיר אזוי, אז יעדעס שטיקל צייט באלוינען זיי מיר מיט די וואדקע וואס זיי האבן מיר ערלעדיגט."

פאלקאווניק לושקין האט געקרימט מיט די נאז אויף די היפאקריטיע פונעם קאמאנדיר -ער פאראורטיילט שווארץ מארק הענדלער בעת ער טרינקט שווארץ מארק אלקאהאל - אבער ער האט קלוגערהייט נישט קאמענטירט דערויף. פירסאוו איז שיעור צופלאצט געווארט אז דער באזע קאמאנדיר קען אזוי אפן מודה זיין אויף שווארץ האנדל, אבער ער האט גארנישט געקענט טוען דערוועגן ווייל ער וואלט נישט געטראפן קיין באווייז קעגן דעם באזע קאמאנדיר, און ער האט שוין קלאר געוואוסט אז די זעלנער אויפן באזע וואלטן אים אויסגעשפיגן אנשטאט העלפן. און זיין בעסטער טשאנס, די עדות פונעם אידישן סאלדאט אלישייב, איז צונישט געווארן. יענער איז אויסגעשטאנען די פייניגנוגען, דאס ווערן לעבעדיג באגראבן, אבער נאך אלץ געשוויגן און נישט ארויסגעגעבן קיין באווייז.
א יונגער סאלדאט האט אריינגעברענגט גלעזליך און וואדקע אויף א טאץ, און ווי א פראפעציאנאלן בארמאן געגאסן כרצון איש ואיש.
"פאז'אלאסטא, פאז'אלאסטא!! טרינקט און מאכט פרידן ווידעראמאל. נישטא קיין פראבלעם אויף די וועלט וואס אביסל וואדקע קען נישט אויסהיילן," האט דער באזע קאמאנדיר פרובירט צו בארואיגן די געמיטער.

לושקין האט אראפגעשלינגען דעם וואדקע צוזאמען מיט זיין פארדרוס אויף דעם באזע קאמאנדיר. פירסאוו האט זיך אנטזאגט פון דעם אלקאהאל.
"טאוואריש קאמאנדיר יעדענסקי, איך בין נישט דא צו טרינקן. איך בין דא צוליב קריטישע לאנדס-זיכערהייטס פראגן. איך פארלאנג דו זאלסט מיר גלייך איבערגעבן דעם זעלנער וועלכער האט זיך אליינס מודה געווען אלס קרימינאל אין לויף פון מיין אויספארשונג. זיין נאמען איז וואסילי איגאראוויטש קאטשענקא."
דער לופט-אמיי פאלקאווניק האט זיך געאיילט זיך אריינצומישן, און געזאגט דערויף א קאטאגארישן "אוממעגליך." ער האט זיך אנגענומען פאר דעם פלימעניק פון זיין אויבעראפיציר, גענעראל קאטשענקא. דער באזע קאמאנדיר האט, פארשטייט זיך, גענומען לושקין'ס זייט.

"איך גלייב נישט אז דאס איז מעגליך," האט ער געזאגט, פאמעלאך, ווי איינער וואס איז זייער באקוועם אין זיין פאזיציע.

"אוממעגליך? איך האב צוויי הונדרעט זעלנער וועלכע קענען אנצייגן אז קאטשענקא האט זיך אליינס אויפגעגעבן אלץ דער שולדיגער!" האט פירסאוו געשריגן.

"יא," האט יעדענסקי אים רואיג געענטפער, "אבער איך האב אויך צווי הונדרעט זעלנער וועלכע קענען אנצייגן אז דו האסט פיזיש געפייניגט א געטרייע זעלנער, אין די אפוועזנהייט פון זיינע אפיצירן, און אן א מיליטערישע פראצעס."

"איך האב געהאט איינדייטיגע ערלויבניש פון די מיליטער אין מיינע אקטן!" האט פירסאוו צוריקגעווארפן אין רעגעניש.

"דו האסט באווייז אויף די ערלויבניש?" האט יעדענסקי געפרעגט, א זיסע שמייכל אויף זיינע הענגיגע באקן.

"באווייז?" האט פירסאוו געזעצט אויפן טיש. "איך האב מאסקווע'ס קלארע אנווייזונגען, און די ערלויבניש פון די נאוואסיבירסקע פאליציע."

"דא איז נישט מאסקווע, און ציווילע 'ערלויבניש' האט נישט קיין געוויכט אויף א מיליטערישע באזע. דו האסט געבראכן די עהרע און די אויבערהערשאפט פון די מיליטער, און פארדעם קען איך דיר גארנישט העלפן. איך קען דיר נאך אנברענגן קלאגעס, אויב הערסטו נישט אויף צו שפרינגן אויף מיינע מידע נערוון."

"דאס האסטו געפלאנט פון אנהייב," האט פירסאוו געגרידשעט. "דו האסט אזוי געפירט אז די גאנצע זאך זאל צופאלן ווייל דו אליינס ביזט ענטוויקלט אין די אומלעגאלע אקטיוויטעטן פון דיינע באזע זעלנער."

יעדענסקי האט נאר געשמייכלט אויף די ווערטער, און זיך געוואנדן צו פאלקאווניק לושקין.

'לאמיר פארגעסן פון די אומאנגענעמע געשפרעכן פון שווארץ מארק און פייניגונגען, און זאג מיר וואס אייגנטלעך איז דיין געשעפט אויף מיין ארימע באזע."'

לושקין האט אנגענומען א פארמאלן פנים, אראפגעשטעלט דאס גלעזל, זיך אויסגעגראד די רוקן, און אנאנסירט די סיבה פאר זיין אנוועזנהייט.

"פאלקאווניק יעדענסקי, איך בין דא אויף א ספעציעלע אויפטראג פון גענעראל אנאטאלי קאטשענקא. מיינע באפעהלן זענען אפצוגעבן די דאזיגע דאקומענטן, אין וועלכע דער גענעראל פאדערט אז מען זאל דער סאלדאט מישא אלישייב שטעלן אויפן שנעל-צוג צו ראנק-העכערונג, אלץ אפיציר. דער גענעראל בעט אז מען זאל דעם זעלנער אלישייב אפשוקן צום אפיצירן-בילדונגס באזע, וואו ער וועט דורכגיין שולונג מיט אנדערע אפיציר-קאנדידאטן, אלץ דאנק פאר די ספעציעלע דינסט וואס דער זעלנער האט געטוען פארן גענעראל."

"וואס?" איז פירסאוו צושפרינגען מיט א קוויטש. "וואספארא נייע דרייענישן זענען דאס!?"

דער באזע קאמאנדיר, פאלקאווניק יעדענסקי, איז אויך געווען צומישט פון דעם אנטוויקלונג. "לאז מיר זעהן דיינע אפיציעלע באפעלס פאפירן."

לושקין האט ארויס גענומען א קאנווערט מיט דאקומענטן פון זיין אויבערמאנטל און עס אהין געגעבן דעם קאמאנדיר. יענער האט עס איבערגעבליקט נאר אויבערפלעכליך, און פארלירנדיג אינטערעסע אין דעם מאכט-שפיל צווישן דעם מאסקווער אויספארשער און דעם לופט ארמיי פאלקאווניק, האט אוועק געמאכט דעם גאנצן געשעפט מיט א באוועגונג פון זיין האנט, "נו, דיינע באפעלס פאפירן זעהען אויס אין ארדענונג. טוה ווי דו פארשטייסט."

פירסאוו איז אבער געווען דערגעגן מיט א קנאה, און זיך צושריגן אויף לושקין, "וואס איז דאס? וואספארא ספעציעלע דינסט? אוממעגליך! דער זעלנער אלישייב איז קיינמאל געווען אין א פאזיציע צו דינען דעם גענעראל אין סיי וועלכע קאפאציטאט. ער האט קיינמאל פארלאזט דעם געגנט פונעם באזע שטאט, און וואספארא נוצן קען א לופט ארמיי גענעראל האבן פאר אן איינפאכער זעלנער? וואס פארא שטיקעס פרובירסטו דא אנדרייען?"

לושקין האט אנגעשטעלט א באליידיגטע פנים און געפרעגט "דער געערטער גענעראל האט פערזענליך באהויפטעט אין זיינע באפעהלס פאפירן אז דער זעלנער האט אים געטוען א דינסט. צו פארשטיי איך גוט, אז דו ווילסט צווייפלען די ווארהאפטיגקייט פון זיינע ווערטער?"

זיכער נישט !! –

זיכער ! –

האבן ביידע געענטפערט אויף איין מאל, דער באזע קאמאנדיר לייקענדיג אז ער צווייפלט די ווערטער, און דער דרייסטער פירסאוו וואגנדיג זיך פעסטצושטעלן זיין פריערדיגע רייד.

עס האט אויסגעזעהן פאר לושקין אז כאטש יעדענסקי איז געווען א פולשטענדיגע אידיאט, האט ער כאטש געוואוסט זיין פלאץ, און האט געהאט די שכל נישט אפצופרעגן די ווארהייט פון די באפעלן פון איינע פון די מאכטפולסטע גענעראלן אין די סאוועטן פארבאנד.

"פאלקאווניק יעדענסקי, איך מוז…"

"אוי שווייג שוין, פירסאוו, מיינע נערווען קענען נישט דערהייבן מער דאס גריזשן פון דיין קול. און איך האב צופיל רוקן ווייטאג מיך צו שטעלן אין קריג מיט די מיליטערישע מאכטן העכער מיר. די באפעלן זענען קלאר, געב א קוק אליין, און דערנאך פארלאז מיין ביורא ווייל איך האב וויכטיגערע זאכן צו ערלעדיגן. דאברעי דעי."

פירסאוו האט געשפירט אזא רעגעניש, אז ער האט אינגאנצן פארגעסן זיין פלאץ, און געלאזט די הייסע סם וואס האט געפליסט אין זיין בלוט איבער נעמען זיין גאנצן וועזן. מיט איין האס האט ער א כאפ געטאן א וואדקע גלעזל און עס געווארפן מיט כעס אינעם ריכטונג פונעם ביורא פענסטער, ווי עס האט זיך צעשמעטערט אויף פיצלעך. די פלוצלינג'דיגער קלאנג האט צוטרייסלט די נערוון פון דעם פעשן קאמאנדיר. פירסאוו האט אראפגעזעצט זיינע הענט אויפן קאמאנדיר'ס טישל און זיך טיף אריינגעבויגן, אז זיין פנים איז געקומען נאנט צו יענעם'ס פנים.

"דו דרייסטלאזער שוואך קאפ. דו לאזט זיך ארום פירן ווי א קעלבל, און ווי א בלעטל ווערסטו פארבלאזן דורך די שוואכסטן ווינטל. דו ביזט א גארנישט, א דומ-קאפ וואס איז נישט ווערדיג די טישל און פאזיציע פון א פאלקאווניק!"

יעדענסקי האט אנגענומען די זידלונג מיט די זעלבע לאנגווייליגע אויסדריק אויף זיין פנים. ער האט צוזאמגעלייגט זיינע הענט איבער זיין בויך און זיך פארקלערט אפאר מינוט, דערנאך האט ער ווידער אויפגעהויבן דעם טרייבל און אריינגעזאגט: "שיק אריין אהער צוויי באזע וועכטער, זיי זאלן ארויספירן דעם אומגעוואונטשענער פארשוין פון מיין ביורא. אייגנטליך, נעמט אים אראפ פונעם באזע אינגאנצן, און אויב טרעט ער אריין אין באזע געגנט, ארעסטירט אים פאר "פארדעכטיגטע אקטיוויטעטן" קעגן דעם סאוועטן מיליטער."

קיין מינוט איז נישט אדורך פון ווען דער קאמאנדיר האט אראפגעלייגט דעם טרייבל, און צוויי שטרענגע מיליטעריש פאליציי לייט זענען אריינגעקומען אינעם ביורא, סאלוטירט זייער באזע קאמאנדיר, און אינטערהאלטנדיג פירסאוו ווי א קראנקער וואס קען נישט גיין אויף זיין אייגענע פוס, אים ארויסגעפירט מיט שאנדע.

"וואס זאגסטו לושקין," האט יעדענסקי זיך געוואנדן צו זיין גאסט. "דער פארשוין פירסאוו איז נישט געווען גוט פאר מיין געזונט. הא! נישט ווערד דעם פאזיציע פון פאלקאווניק, האט ער געזאגט! ווייסט ער דען נישט, אז נישט גרינג קומט מען אן צו מיין פאזיציע? נאר מיט פלאג, שווייס, און כיטרע. אזא פיינער אפיציר ווי איך בין, נישט גרינג איז דאס אנגעקומען, לושקין, איך זאג דיר!"

לושקין האט גארנישט געענטפערט דערויף. ער האט געקענט פילע אפיצירן, שוואכע קעפ און אידיאטן, וועלכע זענען נאר אנגעקומען צו זייער פאזיציע צוליב פראטעקציע און פאמיליע פארבינדונגען. אבער ווי זאגט די וועלט, די וועלכע וואוינען אין גלאזערנע-הייזער זאלן נישט ווארפן קיין שטיינער. נאך אלעמען, האט ער אליינס געברענגט באפעלן אז מען זאל א יונגן זעלנער ערהויבן צו ווערן טרענירט פאר אן אפיציר'ס פאזיציע נאר אויפן ווארט פון א גענעראל, ווייל יענעמ'ס פלימעניק האט אים גערעכנט אלץ פריינט.

נאכ'ן צוזעהן די ספעקטעקאל אינעם פאראדע פעלד, האט לושקין פארשטאנען די נויטיגקייט פון אזא שריט. אלץ פערזענליכער אסיסטאנט צום גענעראל, האט ער ערשט באקומען דעם טעלעגראם וואס וואסילי קאטשענקא האט געשיקט אין וועלכע ער האט געפאדערט די הילף פון זיין פעטער. לושקין האט געוואוסט ווי ערנסט גענעראל קאטשענקא נעמט אן זיינע פאמיליע געשעפטן, און איז גלייך אריין צו זיין ביורא איבערצוגעבן דעם טעלעגראם.

אבער אלעס נעמט צייט, ספעציעל אין די מיליטער, און ביז מען איז נאכגעגאנגען וואס דא גייט פאר, און ביז מען האט געקענט קומען אין קאנטאקט מיט וואסילי'ן האט גענומען צופיל צייט. עס איז געפאלן צן לושקין צו ראטעווען דעם זעלנער, בעפאר דער פארשוין פירסאוו האט געקענט טאן עפעס דראסטיש וואס וואלט געקאסט יענעם דאס לעבן.

"'דו האסט באגליקט, יעדענסקי, אז דער גענעראל האט ערלעדיגט פאר דעם סאלדאט צו ווערן אראפגעפירט פון דיין באזע," האט לושקין געזאגט בעפאר ער האט פארענדיגט זיין געשפרעך מיט דעם באזע פאלקאווניק. "אויב וואלט זיך ארויסגעגאסן, דורך די פלוידעריי פון די סאלדאטן, וואס דא איז פארגעגאנגן, וואלט עס געברענגט א שאנדע אויף דיר, אויף דיין באזע, און אויף די גאנצע סאוועטישע ארמיי. שטעל זיך פאר וואס די אמעריקאנער וואלטן געמאכט דערפון. זיי וואלטן אונז גערופן בארבאריש און גרויזאם. פילייכט אויב דער סאלדאט וועט אוועקגעפירט ווערן פון דא, און דו פון דיין זייט וועסט פארבאטן די רעדע און געפלוידער פון די היינטיגע עפיזאד, וועט די גאנצע זאך פארשטומט און פארגעסן ווערן. לאמיר נאר האפן."

נאך די ווערטער האט לושקין האט געוואונטשן א גוטע נאכט פארן פאלקאווניק, סאלוטירט, און ארויס פון יענעם'ס ביורא. אינדרויסן פונעם בנין האט ער געקענט שפירן די פייערדיגע אטמאספערע וואס איז נאך פארגעגאנגען אויפן באזע. מען האט עס געקענט הערן פון דערווייט ווי די געלעכטער און פריידיגע קולות זענען ארויסגעקומען פון די באראקן. די סאלדאטן זענען געווען נאך ציווילדעוועט פונעם טאג'ס געשעענישן, און די אפיצירן זענען נאכנישט געווען צוריק זיי צו האלטן אין די ראמען. די סארדשענטן האבן אויך אנטייל גענומען אין די טרינקן און זינגען, און אלעס איז געפארן אויף רעדער. נו, אז מען לאזט דעם געפאנגענעם בער גיין פריי, וואס קען מען דען ערווארטן האט ער צו זיך געטראכט פילאזאפיש איבער דעם כאראקטער פונעם סאוועטישן סאלדאט, און זיך צעשמייכלט ווי ער האט אוועקשפאצירט.


-פארזעצונג קומט אי"ה-

יש לו מנה
שר מאה
תגובות: 246
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 28, 2020 2:55 pm

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

תגובהדורך יש לו מנה » דינסטאג סעפטעמבער 22, 2020 10:30 pm

הייסע ווארע.

דו ביסט גוט.
נישט ווייל כ'האב, ס'איז ווייל איך בין א רוצה

קענטאקי
שר חמש מאות
תגובות: 868
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 12, 2020 4:13 pm

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

תגובהדורך קענטאקי » דינסטאג סעפטעמבער 22, 2020 10:50 pm

נתנאל מינצבערג האט געשריבן:יישר כח
איך געדענק דעי מעשה פון ערגעץ איך ברעך מיך קאפ וואו איך האב עס אמאל געליינט


אפשר אין די בולעטין ?
אויב יא האט עס נישט אנגעהאלטן.

רייכער איד
שר העשר
תגובות: 16
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 11, 2019 12:15 am

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

תגובהדורך רייכער איד » מיטוואך סעפטעמבער 23, 2020 12:22 am

די האסט א שריפט וואס איז ווערד א פעדער פון גאלד!!
סארא רייכע שפראך.

אויב מעג איך אן ניצליכע געדאנק געבען, עס וואלט געווען א גוטער זאך ווען ס'איז דא א קליינע 'אין קורצען פון פריער' איידער א נייער פארזעצונג, א דאנק

אידישע מוח
שר חמישים ומאתים
תגובות: 455
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 26, 2017 11:58 pm

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

תגובהדורך אידישע מוח » מיטוואך סעפטעמבער 23, 2020 1:10 am

וואף יעצט גענדיגט ליינען
מוירעדיג יישר כח

אוועטאר
פעטער משה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 306
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג ינואר 03, 2020 12:21 pm

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

תגובהדורך פעטער משה » מיטוואך סעפטעמבער 23, 2020 12:29 pm

רוף מיר ווען די מעשה איז פארטיג

אוועטאר
בלעכענער פנים
שר האלף
תגובות: 1127
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 04, 2019 12:51 pm
לאקאציע: כ'ווייס באמת נישט..

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

תגובהדורך בלעכענער פנים » מיטוואך סעפטעמבער 23, 2020 12:40 pm

פיינע נייעס, שכח

אוועטאר
ניין און יא
שר האלף
תגובות: 1125
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 06, 2019 10:05 am

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

תגובהדורך ניין און יא » מיטוואך סעפטעמבער 23, 2020 2:04 pm

דו ביסט טןויט משוגע................
איך ליין דיננע זאכן מיט א פארכאפטע אטעם
אקבל הערות והארות בשמחה והכרת הטוב אי"ה
-------
מפתח ארטיקלען ----- מפתח פאעזיע
-------
א pdf פון די ארטיקלען און גראמען - נעשה ע"י פעיק נוז
------
נישט איינגעשריבנע ניקס קענען קאמענטירן דא
noinyes@gmail.com


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: AhrefsBot און 7 געסט