ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

וואלטיער
אנשי שלומינו
תגובות: 6
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 16, 2017 11:24 am

ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

תגובהדורך וואלטיער » מיטוואך אוגוסט 19, 2020 9:11 pm

בס"ד
דער בוכארער זעלנער
דורך: יהודה וואלטער
קאפיטל 1
סיביר - מזרח מיליטערישע דיסטריקט 1987

די סאוועטישע מיליטער איז געווען צוטיילט אין פילע דיסטריקטן. יעדע דיסטריקט איז ענטשטאנען פון א רעגיאן פארבאנד וואס האט ענטהאלטן א הויפטקוואטיר, מיליטערישע איינהייטן, באזעס, מיליטערישע שולעס, און אנדערע פארוואלטונגס ארגאניזאציעס וועלכע זענען געווען נויטיג פאר אזא ריזיגע ארמיי צו פונקציאנירן. די סאוועטן האבן אויפגעהאלטן העכער פון פופצן אזעלכע דיסטריקטן און הויפטקוואטירן, צושפרייט איבער די לענג און ברייט פון די סאוועטישע מאכט. די דיסטריקטן האבן זיך געצויגן פון די באלטישע לענדער אין צפון, ביז אזוי דרום ווי טאשקענט אין אוזבעקיסטאן, און אלמאטיע אין קאזאכסטאן. אין מערב האבן זיי געשטעלט באזעס אין אוקריינע, און אין די ווייטע מזרח איז געשטאנען א באזע אין כאבאראווסק, נעבן כינע. אויך עטליכע ים פלאטעס- ווי אין קרים אויף דער מערב זייט, און וולאדיוואסטאק אויף די מזרח זייט- זענען געווען אויסגעלעגט סטראטעגיש צו פארטיידיגן די ריזיגע סאוועטן.

די הויפקוואטיר פון די סיבירע מילטירישע דיסטריק איז געלעגן אין די ריזיגע שטאט נאוואסיבירסק, א געגנט אין דרום טייל פון סיביר. עטליכע באזעס זענען געווען צושפרייט אין דעם רעיאן, טייל פון זיי באהאלטן אין די פארשנייטע וועלדער פון די צפון געגענט פון נאוואסיבירק, ווייט פון שטאט. פאר א פרעמדער איז די ווינטער סעזאן געווען צו עקסטערם קאלט, אבער די ארטיגע זענען געווען געוואוינט דערצו און האבן נישט געטראפן קיין סיבה זיך צו באקלאגן אויף די קלימאט. אונזער ערציילונג האט פאסירט אין די קאלטע ווינטער פראסט אויף אט אזא באזע אין סיביר, וואו יונגע זעלנער האבן זיך געבילדעט צו ווערן פעהיגע סאלדאטן אין די סאוועטישע מיליטער.

עס איז געווען די צייט פון אווענדמאל, ווען דער בלאנדער סלאוו, אלעק פעטראוויטש דווארסאק, - ריזיג און ברייט פון דורות שווערע ארבעטס פויערן- איז אריינגעקומען שפעט אין עס זאל נאך א טאג שווערע טרענירונגען. די ליניע צו נעמען נאכטמאל איז שוין געווען פארמאכט. מיליטערישע רעגולאציעס זענען געווען זייער שטרענג מיט פונקטליכקייט, און נאכטמאל איז נישט געווען קיין אויסנאם.

אלעק איז געווען הונגעריג, איבערגעמידט, און אויפגעברויזט. ער האט נאר געוואלט א טאץ, א טעלער עסנווארג און א גלאז מילך, און ער זיך גערעגט אויף די מיליטערישע קיך באאמטע אז זיי האבן שוין אפגעליידיגט די מאלצייט סערוויר-טישן.
.
ער האט זיך אומגעקוקט אויף די אנדערע זעלנער אינעם זאל און געזעהן אז קיינער באמערקט אים נישט, און אלע זענען איבערגעבויגן איבער זייערע אייגענע מאלצייט טעצער ביי די טישן. זיינע אויגן זענען ארומגעפלויגן איבער די געבויגענע קעפ פון די פאזאמלטע, און געזוכט א גרינגן קרבן. זיינע אויגן האבן געלאנדעט אויף איין באזונדערע טיש, ווי עס איז געזעצן די איינציגסטע איד וואס איז געווען סטאציאנירט אויף די באזע.

אלעק איז געקומען צום באשלוס אז דער איד איז א גונסטיגע ציל, און זיין חשבון איז געווען גאנץ פשוט. אויף יעדע מיליטערישע באזע האט געהערשט א היערארכיע - א שטאפל סיסטעם פון די העכערע ראנקיגע איבער די נידעריגע. די העכסטע אוטאריטעט האט געהערט צום באזע קאמאנדיר, געווענליך א הויך-ראנקיגע פאלקאווניק, און אונטער אים זענען געווען פארשידענע אפיצירס ראנקן, און צוזאמען האבן זיי געהערשט אויף די פשוט'ע זעלנער . אזויווי וואסער וואס טראפט און צושפרייט זיך אויף אראפ, אזוי זענען די באפעלן און ארדענונג געגאנגן פון אויבן אויף אראפ. קיינער האט זיך געוואגט קעגן שטעלן דער וואס איז געווען העכער ראנקיג פון זיך אליין. אונטער די אפיצירן זענען געווען די פראפארטשיקעס און די סארדזשענטן, וואס כאטש זיי זענען נישט געווען קיין אפיצירן, זענען זיי געווען אויפן העכסטן שטאפל פון די פשוט'ע זעלנער, און זיי האבן געארבעט אז די באפעלן פון אפיצירן זאלן ווערן אויסגעפירט צווישן די סאלדאטן.

צווישן די נידעריגסטע ראנקן איז אויך געווען אן אומאפיציעלע היערארכיע פון די שטארקע איבער די שוואכע. די מיליטער איז געווען דורכגעפוילט מיט א שאנדפולע, און נישט לעגאלע, פראקציס וואס האט זיך גערופן 'דעדאוושינע'. אין די טראדיציע האבן די עלטערע און מער ערפארענע סאלדאטן פלעגן פיזיש פייניגן די נייערע און יונגערע סאלדאטן, טאג איין און טאג אויס. די אויפפירונג איז געווען פארבאטן דורך די מיליטער, אבער אפילו אויב די אפיצירן און סארדזשענטן האבן געוואוסט ווער עס האט יא געפייניגט די יונגע סאלדאטן האבן זיי גארנישט געזאגט, און גארנישט געטוען. דאס פלעגט אפקאסטן א גרויסע שטיק מאראל צווישן די יונגע סאלדאטן, טייל וועלכע האבן נישט געקענט אויסהאלטן די קלעפ. טייל מאל פלעגן די יונגע סאלדאטן פארשוואונדן ווערן אין די נאכט, ווען זיי האבן פשוט פארלאזט די באזעס און געלאפן זיך באהאלטן אין די וועלדער אדער ביי פאמיליע, און זיך אזוי פארהוילן פון די ווייטע האנט פון די מיליטעריש געזעץ פאר אנטלאפענע סאלדאטן.

אין דעם היערארכיע, אונטער יעדן, די נידעריגסטע פון די נידעריגסטע, איז געלעגן די שטעלע פון דעם נישט-פאפולערן יעוורעי - דער אידישער סאלדאט. אנטיסעמיטיזם האט געלעבט צווישן די זעלנער ווי א כראנישע קרענק, כאטש די אפיציעלע געזעצן פון קאמוניזם האבן עס פארבאטן, און די רעגירונג האט קאטאריש געלייקנט איר עקזיסטעץ. אויך איז אזוי אויסגעקומען אז רוב מאל זענען די אידישע סאלדאטן געווען דאר און נידעריג. קלוג און פעהיג, אבער קליינטשיג אין פיזישע מאס, און דאס האט אנגעברענגט אז דער אידישער סאלדאט איז פיל מאל געווארן א קרבן צו פייניגונגען . פונקט אויף דעם באזע אין סיביר איז נאר געווען איין איד.

ביז דאן האבן זיך קיין איינס פון די סאלדאטן נישט געטשעפעט מיט דעם אידישן סאלדאט , ווייל ער האט זיי נישט געשטערט אדער געגעבן זיין אויפמערזאמקייט, און ער זיך געהאלטן אפגעשיידט און פארנומען נאר מיט זיינע אייגענע אינטערעסן. אויך גאנץ מער מעגליך איז געווען אז מען האט אים נישט געשטערט ווייל דער יעוורעי אליינס איז געווען אויסערגעווענליך הויך, ברייט, און שטארק. ער איז אויך געווען אן אויסגעצייכנטער סאלדאט - קליגער, שנעלער, שטערקער, און מער פארכטלאז ווי די אנדערע אויף די באזע- און דעריבער האבן די זעלנער אים אפגעלאזט ביז איצט. אלעק האט געהאלטן אז עס איז שוין געקומען די העכסטע צייט צו לערנען דעם איד א לעקציע אין 'דעדאוושינע'. די פאקט אז די רייז נאכטמאל וועט דערנאך געהערן צו דעם זיגער, האט נאר צוגעגעבן צום געשמאק.

אלעק האט זיך צוגעריקט טיש פון דעם אידישן זעלנער און פארלאנגט מיט א ברויזנדע שטימע- 'געב מיר דיין נאכטמאל!'

דער סאלדאט וואס איז געזעצן איבער זיין טעלער רייז און גרינצייג, אריינגעטאן אין זיינע מיזעראבעלע מחשבות, האט גאלאסענערהייט אויפגעהויבן זיינע אויגן צום בלאנדען סלאוו. זיין פנים האט בכלל נישט געטוישט אויסדרוק, אבער זיינע צוויי שווארצע שארפע אויגן האבן געווארפן א ווארענונג פאר אלעק'ן זיך צו וואגן צו נעמען די נעקסטע שריט קעגן אים. נאך עטליכע סעקונדן פון קוקן אויף אלעק מיט א געוואגטן אויסדריק, אומערשראקן אבער א ביסל בייז איבער דעם שטערעניש, האט דער סאלדאט צוריק אראפגעלאזט די אויגן און ווייטער געגעסן, אווי עס האט גארנישט פאסירט. אווי עס שטייט נישט פאר אים דער גרעסטער ווילדסטער סאלדאט פונעם רעגימענט און פארלאנגט זיין שטייער, ווי א צאר פון א פויער.

'יעוורעי, גיב מיר דיין נאכטמאל,' האט אלעק ווידעראמאל געזאגט, און דאס מאל געשאקלט אביסל די טיש כדי צו באקומען דער אויפמערזאמקייט פונעם זעלנער.

'אנטשולדיגט, וואס האסטו מיר גערופן?'

סאלדאט מישא אלישייב און אלע ארומיגע האבן גוט געוואוסט וואס אלעק האט אים גערופן - ער האט אים גערופן 'איד' אין א שפאטישן און רעספעקטלאזן אויפן- און אלע האבן געוואוסט אז דאס איז א טריץ וואס טאר נישט גיין אומגעענטפערט, אדער אומגעלעזט. פיל פון די ארומיגע סאלדאטן זענען שטיל געווארן אין שפאנונג. טייל האבן אראפגעלייגט זייערע עסנווארג, וויסנדיג אז עס זענען נאר פארהאן איין אויסגאנג אויב דא ווערט א קאנפראנטאציע, און אז דאס וועט זיך נישט אויסלאזן גוט פאר דעם 'יעוורעי', זעלנער מישא אלישייב. זיי האבן געוואוסט אז א ווילדע קאמף קען אויפרייסן צווישן די צוויי זעלנער, און זיי האבן זיך געגרייט צו נעמען צד'ן.

אלעק האט ווידעראמאל א שאקל געטוען דעם טישל, צו געבן דעם סאלדאט נאך איין געלעגנהייט איינצוזעהן זיין הילפסלאזיגקייט אין דעם מצב, און אז ער וועט נישט זיין קיין געווינער אין א קריג קעגן דעם ריזיגן מאכט פון דעם סלאוו. דאן האט אלעק געזאגט מיט א שטארקע שפאט, 'דו אומווערדיגע יעוורעי!'

די גאנצע אטמאספערע אין עס זאל האט זיך געטוישט. א טויט שטילקייט איז באפאלן די פארזאמלטע סאלדאטן אין עס זאל, און די איינציגסטע גערודער איז געווען פון די אנהענגער פון אלעק וועלכע האבן זיך צוגעשארט צו אים, ווי קליינע מאגנעטן צו א גרויסע. זיי האבן געוואלט ווייזן זייער טרייהייט און פאלגזאמקייט, און אזוי געווינען זיין אנערקענונג. אויך האבן זיי אזוי געוואלט ווארפן א פחד אויף דעם נארישן חברה מאן וועלכע האט געהאט די אידיאטישע געוואגטקייט זיך קעגן צו שטעלן דעם קעניג פון דעדאוושינע - אלעק.

'יעוורעי', האט ער זיך ווידער געטריצט.

זעלנער אלישייב האט זיך שטאטעלעך אוועק געריקט פון טיש, זיך אויפגעהויבן צו זיין פולן הויעך, א גרינגן זעקס פוס דריי אינטשעס, מיט אקסלען ברייט ווי א סיבירישע אולמע בוים, און זיך צוגעריקט נענטער, איינער אליין, צו אלעק און זיין קליקע. אלעק איז געווען אביסל איבערראשט פון די רעוואלט פונעם איינצלנעם סאלדאט, און זיין אייגענע הויעך-האלטונג איז פארלעצט געווארן. ער איז נישט געווען געוואוינט צו ווידערשפעניגונג, און ער האט באשלאסן אנצולענען זיין קענגער א לעקציע אין רעספעקט. זעלנער אלישייב האט געזען דעם פלוצלינג'דיגן טויש אין אלעק'ס אויגן און געוואוסט אז יענער האט נארוואס געמאכט דעם באשלוס אים פיזיש אנצוגרייפן, און האט געשפירט א פלוס פון אדרענאלין לויפט דורך זיין בלוט. ער האט זיך געגרייט אפצוווענדן די אטאקע. די אדרענאלין האט אים געגעבן אן אומגעהויערן כח, פיזיש, אין זיינע ביינער און מוסקלען, אבער אויך אין זיין מענטאלע פעהיגקייטן, און ער האט געקענט שאצן פון אלעק'ס באוועגונג אז יענעמ'ס רעכטע האנט הייבט זיך אין א באקס, און וועט טרעפן די לינקע זייט פון זיין אייגענעם פנים. מיט א געשיקטקייט האט מישא זיך געדרייט זייטנוועגס אויסצומיידן דעם באקס, און אלעק'ס האנט איז געפלויגן איבער זיין קאפ אן מאכן קאנטאקט. דאס פארפאסטע באקס האט אראפגעווארפן אלעק פון זיין באלאנס, און דאן איז שוין אלישייב געווען צוריק אין קאנטראל און גרייט זיך צו באשיצן און צוריק צו קעמפן. ער האט געפויסט זיין רעכטע האנט, און דערלאנגט אלעק'ן א מעכטיגן זעץ גראד צו די לינקע זייט פון יענעם'ס פנים, און גלייך דערנאך געברענגט זיין לינקן פויסט אונטער צו אלעקס' ריבן און דערלאנגט א צווייטן זעץ. אן ערשטוינטער אלעק געפאלן צו זיינע קניען, און א שאק האט זיך צוגעשפרייט צווישן אלעק'נס אנהענגער. זיי האבן געוואוסט אז זיי מעגן נישט קומען צו אלעק'ס הילף, ווייל דאס וואלט אים געפערליך באליידיגט, כאילו ער קען נישט איינער אליין מלחמה האלטן מיט דעם נישטיגן איד. דאך האבן זיי אלע ארומגערינגלט אלישייב'ן פון אלע זייטן כדי אים צו פארמיידן אן אנטלויף מעגליכקייט. זייער רינג האט געמיינט אים איינצוצוימען און ענג מאכן, און צו ווארפן א שרעק אויף אים.

מישא אלישייב האט געווארט אז זיין קעגנער זאל זיך אויפשטעלן, איינהאלטנדיג דעם אלגעמיינעם געבאט אז מען זאל נישט אטאקירן א קעגנער ווען ער איז א געפאלענער, אדער אויף זיינע קניהען. ער האט געוואוסט אז אויב וואלט געווען פארקערט, און ער וואלט געווען דער געפאלענער וואלט אלעק אים נישט געגעבן די זעלבע באציאונג, נאר יענער וואלט אים זיכער אפגעפארטיגט אויפן פלאץ.

אלעק האט געפילט א ווארימע פליסיגקייט אויף זיין פנים. ער האט געטאפט זיין אויבערליפ און באמערקט אז עס בלוט אים, און מיט דעם שטארקן פיין וואס ער האט געשפירט אין זיין קאפ האט ער געוואוסט אז זיין נאז איז צעבראכן. זיינע ריבן זענען אים אויך געווען צוקלאפט, און ער האט געזען אז ער וועט נישט קענען צוריק געבן פאר דעם יעוורעי וואס ער האט געהאלטן קומט זיך יענעם, האט ער א שריי געגעבן נערוועזערהייט פאר זיינע אנהענגער, 'וואס שטייט איר דארט באוועגלאז ווי פארזשאווערטע שרויפן? ווייזט דעם יעוורעי וואס עס מיינט צו קעמפן ריכטיגע רוסן!'

ווי נאר זיי האבן באקומען רשות פון זייער הויפטמאן נקמה צו נעמען אין זיין דורכפאל, האבן זיי ווי איין מעכטיגן כוח אטאקירט דעם אומבאהאלפענעם אידישן סאלדאט. מישא אלישייב האט פרובירט צוריק צו קעמפן און צו ראטעווען זיך דאס לעבן, אבער ער האט זיך געפארכט אז דאס איז זיין ענדע. עטליכע פון זיינע אטאקירער האבן אים אראפגעהאלטן בשעת אנדערע האבן אים געשטויסן אין קאפ, אין בויך, און סיי וואו זיי האבן אים געקענט צוקלאפן. די קלאפעס אין קאפ זענען געווען אזוי גרויזאם אז ער איז געווארן פארטייבט און צומישט, און ער האט געשפירט אז דאס זענען זיינע לעצטע מחשבות. אין יענעם מאמענט האט ער ענטרויט זיין לעבן און זיין נשמה צום איינציגסטן באשעפער, ג-ט פון זיינע עלטערן, און רחמנות'דיגע טאטע פאר די וועלכע זענען אין אן עת צרה. ער האט שטיל געבעטן צו זיין טאטען אין הימל א פארגעבונג אויף זיינע זינד דא אויף דער וועלט, און געזאגט א תפילה פאר די געזונט און לעבן פון זיינע עלטערן און געשוויסטער, וועם ער וועט קיינמאל מער נישט קענען זעהן.

ער האט מער געשפירט, מער ווי געזעהן, ווי צוויי ברייטע חברה הייבן אים אויף הויך איבער זייערע פלייצעס, בעת ער איז געווען מאכטלאז דאס צו אפשטעלן, און זיי האבן אים געווארפן אין די לופט. ער איז געפלויגן עטליכע פוס אין ריכטונג פון א אייזענעם עס טישל. ער האט געלאנדעט אויף דער ערד מיט א מעכטיגן זעץ, און ער האט געשפירט אן אומגעהויערן פיין אויף די רעכטע זייט פון זיין פנים, אונטער זיין אויג. א לאזע נאגל וואס האט זיך ארויס געשטעקט פון יענעם טישל האט אים געמאכט א טיפן ריס אויף זיין פנים, און עס האט געפלוסט אסאך בלוט. זיין גאנצער לייב האט וויי געטוען פון דעם געפערליכן זעץ וואס ער האט געכאפט. ער האט זיך אפילו נישט געקענט זיך אויפשטעלן, קעגן צו שטעלן זיינע אטאקירער, וועלכע האבן נישט געמאכט קיין פאזע, נאר געקומען צו לויפן בכדי אים ווידער צו באפאלן. ער האט נאכאמאל פארמאכט זיינע אויגן און שטילערהייט געבעטן.

ער איז געווען אזוי אריינגעטאן אין זיין געבעהט, אז ער האט בכלל נישט געהערט ווי אן אלארם האט זיך צוקוויטשעט אינעם עס זאל, און נישט געזעהן די צולויפעניש פון אלעק און זיינע חברה ווען מיליטערישע פאליציי באאמטע האבן אריינגעשטורעמט אינעם בנין מיט שווארצע שלאג-שטעקנס אין די הענט. מיט צארנדיגע אויסדרוקן אויף זייערע פנים'ער האבן זיי געשטורעמט דעם עס זאל, און פרובירט צו ברענגען ארדענונג אין דעם מיליטערישן אנשטאלט. עס האט אויסגעזעהן אז איינער האט אלאמירט די אוטאריטעטן פונעם באזע, און רוב סאלדאטן זענען זיך צעלאפן ווען די אלארם האט זיך צוקלינגען.

אבער מישא האט זיך נישט געקענט רירן, זייענדיג אינגאנצן צו'מזיק'ט. ער איז נישט געווען בכוח צו פראטעסטירן ווען די מיליטערישע פאליציי האבן אים אויסגעדרייט אויף זיין בויך, געבינדן זיין הענט פון הינטן, און ווילדערהייט אויפגעשלעפט צו שטיין. מען האט אים אפילו נישט געגעבן די געלעגנהייט צו זעהן דעם באזע דאקטאר פאר זיינע וואונדן, נאר גלייך געשטופט אין די ריכטונג פונעם באזע ארעסט צעל. מען האט אריינגעשטופט אין זיין זיין צעל און ער איז אנידערגעפאלן אויף די ערד ווען זיינע פוס האבן אים נישט געקענט האלטן. דער מיליטערישער פאליציאנט האט פארשפארט די גאטער, און אן צערעמאניע אינפארמירט זיין ארעסטאנט 'דער פראפארטשיק וועט דא זיין מארגן אויסצופירן דיין שטראף'.

און אזוי אן קיין האפענונג פאר אן אפיעל, צוקלאפט, צוביילט, און צובלוטיגט האט זיך דער זעלנער מישא אלישייב געגרייט פאר'ן אנקום פונעם געפארכטן פראפארטשיק, און זיין פערזענליכן שטראפער.

-פארזעצונג קומט אי"ה-

באקסער בוים
שר חמש מאות
תגובות: 807
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2017 12:41 pm

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

תגובהדורך באקסער בוים » מיטוואך אוגוסט 19, 2020 9:51 pm

די ריזיגע שכח העט נאכקומען בעז״ה ווען די מעשה וועט אנקומען צו די גליקליכע ענדע און מישא וועט זיך גענצליך אויסקארירן פון די געבראטענע פעטש וואס ער האט געכאפט.
איך האב בכלל נישט קיין מיינונג איבער די נושא, ס'איז זשאסט געשריבן אין די וועלט אריין.

אוועטאר
אייוועלט שרייבער
שר האלף
תגובות: 1233
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 02, 2020 8:23 pm
לאקאציע: אויפ'ן בענקל

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

תגובהדורך אייוועלט שרייבער » מיטוואך אוגוסט 19, 2020 10:25 pm

איך האב נישט קיין ווערטער
איך האף אז די גייסט אונז נישט לאזן לאנג ווארטן ווען קומט די קומעדיגע?
איך טריי צו זיין א אייוועלט שרייבער

טאטע העלף
שר העשר
תגובות: 41
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוקטובער 29, 2016 10:01 pm

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

תגובהדורך טאטע העלף » מיטוואך אוגוסט 19, 2020 11:20 pm

Wow wow wow
שוין לאנג נישט אזוי לאנג איינגעהאלטען מיין אטעם
איך האף איך וועל למעשה איינשלאפן
Looking forward

טאטע העלף
שר העשר
תגובות: 41
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוקטובער 29, 2016 10:01 pm

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

תגובהדורך טאטע העלף » מיטוואך אוגוסט 19, 2020 11:23 pm

נאר איין זאך... מישא אלישייב אדער יעוורעי? עס איז די זעלבע מענטש?

שטומפיג
שר האלף
תגובות: 1958
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 11, 2018 8:30 pm
לאקאציע: צווישן קענט און בראדוועי

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

תגובהדורך שטומפיג » מיטוואך אוגוסט 19, 2020 11:57 pm

טאטע העלף האט געשריבן:נאר איין זאך... מישא אלישייב אדער יעוורעי? עס איז די זעלבע מענטש?

"יעוורעי" איז "איד" אויף רוסיש, עיין בלינקתי שלינקקתי https://www.google.com/search?safe=stri ... CAw&uact=5

דיסקלעימער: איך האב נאכנישט געליינט די מעשה, איך ווייס נישט צו איך האב געענטפערט לפי הענין.
כל ישראל יש להם חלק לעולם הבא (סנהדרין, פרק י', משנה א')
עולם הבא באקומען אלע אידן, אבער עולם הזה האבן נאר ערליכע אידן!

וואלטיער
אנשי שלומינו
תגובות: 6
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 16, 2017 11:24 am

ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער (קאפיטל 2-3)

תגובהדורך וואלטיער » דינסטאג אוגוסט 25, 2020 3:51 pm

קאפיטל 2

מישא אלישייב איז געלעגן אן ערשעפטער אויף די קאלטע צעמענטענע ערד און געלאכט צו זיך. ווי איראניש, די צעמענט איז געווען אזוי קאלט, די ווענט האבן נישט געגעבן קיין שוצונג פון די פראסטיגע לופט, און די 5 ביי 4 צעל איז בכלל נישט געווען גענוג לאנג אים צו לאזן ליגן אויסגעשפרייטערהייט, אבער ער האט זיך דאך געשפירט וועלקאם און ווארעם. נאך דריי שעה פון לויפן אין די פארשנייטע וועלדער ארום די באזע, 2 שעה רייניגן אפיצירן באראקן, און ווייטער דערנאך א שעה שטיין מיט זיין 'קאלאשניקאוו געוועהר' אין די הייעך איבער זיין קאפ- און נאך פארשידענע פיזישע און פסיכילאגישע שטראפונגען וואס דער פראפארטשיק האט זיך געקענט אויסטראכטן, האט דער קאלטער צעל זיך געשפירט ווי אן ערלייכטערונג, ווי א ווארעמע היים. ער האט עטליכע מאל געבראכן ווען זיין גוף איז שוין געווען איבערגעשטרענגט און אויסגעמאטערט, און נאך צו שטארק געשוואלן אז ער זאל קענען פונקציאנירן אויף די קראפט וואס ער איז געווען געוואוינט. ער האט די גאנצע צייט געקעמפט אז ער זאל נישט פארלירן זיין באוואוסטזיין קעגן דעם פראפארטשיק ווייל ער נישט פארגינען יענעם די פארגעניגן פון אים זעהן א באזיגטער. די ערד פון צעל איז געווען פאר מישא'ן א געבענטשע בעט.

מישא האט פארשטאנען פארוואס א פארלעצער פון מיליטערישן פארשריפטן ווערט באשטראפט פיזיש און גייסטיש, און ווערט דערנאך אריינגעשליידערט אינעם ארעסטצעל פאר א טאג אן עסן און טרינקן. א יעדע מיליטער מוז האבן דיסציפלין, אדער דאס גאנצע אינסטיטוציע וואלט צופאלן פון אומרוה און קאראפציע אין די ראנקן. די ראנק סיסטעם האט געמוזט ווערן אויפגעהאלטן אום יעדן פרייז, און מען האט געדארפט דאס שטענדיג דורכפירן, כדי די רעספעקט און פחד פון די העכערע אפיצירן זאלן קענען גאראנטירן א גלאטע מיליטערישע אפעראציע.

כאטש ער האט דאס פארשטאנען האט אים נאך אלץ געענגט אז מען האט אים אריינגעווארפן אין ארעסט-צעל, אפילו ער איז נישט געווען דער איינציגסטער אדער ארגינאלער אגיטאטאר אין דעם געפעכט. זיין באק איז געווען צוריסן און געשוואלן פון אונטער זיין אויג, אדורך זיין גאנצן באק, ביז אונטער זיין אויער. און ווייל עס האט זיך אנגעהויבן אויסצוהיילן, האט עס געברענט מיט א האסליכן פיין. מען האט אים נישט געגעבן א געלעגנהייט צו זעהן א דאקטער דערפאר, און די וואונד איז נישט געווארן פארנייעט. עס איז געווען רויט און אביסל ענטצינדן, און יעדעס מאל וואס עס האט נאכאמאל געבלוט איז מישא געווארן א נערוועזער. ער האט פרובירט זיך צו בארואיגן אבער דער הונגער וואס ער האט אויך געשפירט האט אים נישט געלייזט זיין נערוועזיקייט,און נאר ערגער געמאכט. ער האט זיך אויפגעהויבן פון די קאלטע ערד און געשפרייזט אהין און צוריק די פינף פוס פונעם צעל מיט גרויס פארדרוס און א היבש ביסל כעס.

ווען ער האט געהערט טריט דערנענטערן זיך צו זיין צעל האט ער זיך גערישט אז דער פראפארטשיק איז צוריקגעקומען פון נאך זיין אייגענע ווארעמע נאכטמאל אויסצוטיילן פרישע פייניגונגען פאר זיין הילפלאזן קרבן. ער איז היבש איבערראשט געווארן ווען ער האט דערקענט דעם הויכער און דארער זעלנער וואס האט זיך באוויזן פאר אים. יענער איז געווען באשאנקן מיט שווארצע האר, און א נאך שווארצערן אויסדריק אויף זיין שטענדיג ערנסטן פנים, און באקאנט צווישן די סאלדאטן אלץ זעלנער וואסילי איגאראוויטש קאטשענקא.

וואסילי האט געהאט א רעפוטאציע פון אן עקסטרעם קאלטער און אויסגערעכענטער סאלדאט. ער איז געווען א סנייפער, וועלכער האט אנגענומען זיינע פליכטן און טרענירונגען מיט די ערנסטקייט פון א שולמייסטער אינמיטן א תוכחה. די סאלדאטן פלעגן אים אונרופן 'אונזער סנייפער', און דאס האט מען גענוצט מיט עהרע און שטאלץ, אלס אנערקענונג אין די פעהיגקייטן און אויסערגעווענליכע פונקליכקייט מיט וועלכע ער האט באוויזן צו שיסן צילן פון הונדרעטער מעטער אוועק. די לעגענדע אין די באראקן איז געווען אז וואסילי איז געגעבן געווארן א נאמען נאך די 'העלד פונעם סאוועטן פארבאנד' – וואסילי זאיצעוו- דער בארומטן סנייפער פון די צווייטן וועלט קריג, וואו יענער האט זיך אויסגעצייכנט אין זיין פעהיגקייט אלץ שיסער, אין באוויזן העלדישע אקטן אין די שלאכטן, ספעציעל אין סטאלינגראד. די סאלדאטן האבן פארשפרייט צווישן זיך אז וואסיליס עלטערן זענען געווען אזעלכע פאנאטישע אנהענגער אינעם לעגענדע פונעם העראישן וואסילי זאיצעוו, אז זיי האבן פון קידווייז אן טרענירט זייער אייגנעם קליינעם וואסילי אין די טאקטיקן און סטראטעגיעס פון דעם עלטערן שארפשיסער. אן קיין רחמנות העבן זיי אים טעגליך טרענירט אין די יוראל בערג, און אלץ געפאדערט פון אים די בעסטע רעזולטאטן אין טרעפן זיין ציל, אז זיינע פעהיגקייטן אין דעם געביט זענען געווארן אזוי געשליפן אז ער האט געקענט זיך פארמעסטן מיט די בעסטע סנייפער אין די וועלט. ווען ער איז ערשט געקומען צום באזע צו באקומען אפיציעלע טרענירונג אלץ סאלדאט האט ער שוין געהאט א ריזן רעפוטאציע צווישן די לייט אז מען האט אים באהאנדלט מיט עהרע אבער נישט מיט 'חבר' פריינטליכקייט. דאס האט אים אביסל אפגעזונדערט פון די איבעריגע סאלדאטן, און נאר צוגעגעבן צו זיין קאלטקייט און אומפריינטליכע באנעהמונג צו די וועלכע האבן נישט געהערט צו זיין קליקע.

דעריבער, ווען מישא האט יעצט דערקענט דעם שארפשיסער נעבן זיין צעל, איז ער געווארן אביסל צומישט פון זיין ערשיינונג, אבער אויך היבש אויפגעברויזט געדענקנדיג אז וואסילי איז געווען צווישן די וואס זענען געשטאנען צווישן אלעק'ס פריינט בשעת די אויסבראך אינעם עס זאל, און נישט געקומען צו זיין הילף. אפילו ער האט נישט געוויזן א פולע שטיצע פאר אלעק אין זיינע אנהענגער, האט ער דאך געוויזן א גלייכגילטיגקייט צו מישא'ס צושטאנד.

וואסילי האט זיך אפגעשטעלט פארנט פון מישא'ס צעל, און באטראכט דעם צושטרויבלטן, הונגעריגן, און נערוועזן מישא. דאן האט ער אויסגעשטרעקט זיין האנט און דערלאנגט מישאן א שמעקעדיגע, הייסע הייוון-קיכל מיט ווארעמע מארגארינע דערויף וואס ער האט מיטגעבראכט מיט זיך.

'א מתנה פון אלעק. אלעק דווארסאק שיקט זיינע גרוסן, און זיין רעספעקט.'

מישא האט נישט איבערגענומען דעם קיכל, נאר מיט א רעגעניש אפגעענטפערט, 'איך דארף נישט אלעקס געפעליגקייט אדער טובות. צוליב אלעק זיץ איך דא אן קיין פרישטאג אדער נאכטמאל, נאך א טאג פון פיזישע און גייסטישע פייניגונגען, און ווער ווייסט ווי לאנג איך וועל נאך זיצן אינעם ארעסט צעל. מיין רעכטע באק איז צומזקט און צובלוטיגט, אבער די ערגסטע פון אלעם איז, אז יעצט וועל איך גע'קנס'ט ווערן און עס וועט מיר נעמען נאך א פולן יאר צו ווערן אן אונטעראפיציר. דעריבער, ניין. איך דארף נישט זיינע טובות. איך דארף נישט זיין קיכן. טראג זיך אפ פון דא.'

וואסילי האט נישט צוריקגענומען די קיכל נאר עס געלאסענערהייט אראפגעלייגט אויף די קאלטע ערד, אריבער די אייזערנע גאטער, און צוריקגעטראטן אפאר טריט כדי צו ווייזן פאר זעלנער מישא אלישייב אז ער איז נישט קיין אנגריפער, וואס איז געקומען זיך רייצן. ער האט ווידעראמאל פרובירט קלאר צו מאכן זיין שלוחות צו אלישייב'ן.

'אלעק איז ערשטוינט, און פול מיט רעספעקט, פון דיין בראווע אויפפירונג. ביז איצט האט זיך קיינער געוואגט זיך קעגנשטעלן קעגן אים. ער איז דער אומגעקרוינטער צאר אינעם באזע, און אפילו די אפיצירן האבן געוואוסט אז אויב מען זוכט זיך נישט קיין פראבלעמען פאלגט מען אלעק און זיינע קאמעראדן. עס שמעקט פאר אלעק אז דו האסט געהאט די חוצפה זיך קעגן צו שטעלן, פראסט ווייל עס האט קיינמאל בעפאר פאסירט, און דא האסטו אים געגעבן אביסל אונטערהאלטונג. דו האסט ארויסגענומען די לאנגווייליגקייט פון דעם רוטין און לאנגע טרענירונגען.'

וואסילי האט געלאזט אלישייב פארדייען זיינע ווערטער, און דערנאך פארגעזעצט.

'אויך די פאקט אז דו גענומען דעם פולן שולד אויף דיינע אקסלען, און דו האסט נישט ארויסגעגעבן אלעק'ס נאמען אלץ אנגריפער פארן פראפארטשיק און פאר די מיליטערישע פאליציע, אה, דאס איז געוואגדקייט. דאס האט ארויפגעשאסן דיין שטאטוס צום סטראטוספערע,' האט וואסילי קלאר געמאכט. 'דאס קיכן, דאס איז אן אפפערונג פון רעספעקט און פרידן. זיי קלוג, און אנערקען אז דו ביזט ארויסגעקומען דער געווינער פון דעם אויסברוך.'

מישא איז געווען ערשטוינט פונעם גאנצן שמועס און נישט געוואוסט וויאזוי צו רעאגירן צו דעם אנטוויקלונג, האט ער זיך באגענוגט צו ענטפערן מיט א ברומערישן 'הממפפפ'.

ער האט זיך אראפגעבויגן און אויפגעהויבן דעם הייוון-קיכן, עס אפגעבלאזן פון שמוץ. ער האט שטילערהייט געמאכט א ברכה, און אריינגעביסן מיט אן אפעטיט ווערדיג פון א פארהונגערטן טיגער. וואסילי האט באמערקט ווי מישא מאכט א ברכה, האט ער זיך צולאכט מיט פארגענוגן.

'דו ביזט אדער דער בראווסטער מאן וואס איך האב באגעגנט, אדער דער נארישסטער. אין א לאנד וואו רעליגיע ווערט געשאנדט און אונטערדריקט, בפרט אין די מיליטערישע אינסטיטוציעס, האסטו דאס געוואגדקייט זיך צו באקליידן דערין מיט שטאלץ.'

'אסאך סאלדאטן זענען געבליבן מיט די רעליגיע אדער קולטור פון זייערע עלטערן,' האט מישא פארקערט געזאגט אויף וואסיליס רייד, לאזנדיג זיך אריינפירן אין א געפארפולן פילאזאפישן געשפרעך בעת ער האט געגעסן.

'וואר. אבער די וועלכע באהאלטן נישט פולקאם זייער רעליגיע זענען זעלנער וועלכע קומען פון מערהייט קולטורן, ווי די קאזאקן אדער סלאוון, אדער זענען זיי פון די רוסישע ארטאדאקסישע קירכע, און זייערע עלטערנ'ס רעליגיע האט געפירט די לאנד פאר הונדרעטער יארן. זיי זענען אויף א הויכע שטעלונג. דו, מיין טייערער יעוורעי, ביזט אויף די נידעריגסטע שטאפל. נעם אן מיין בעראטונג, און היט זיך דיין רוקן.'

מיט א געשפילטע זארגלאזיגקייט האט מישא אוועקגעמאכט דעם ווארענונג מיט זיין האנט, צו ווייזן אז ער שרעקט זיך נישט פון די קאנסעקווענצן פון זיינע אקטן. אבער אינעווייניג האט ער ערנסט אנגענומען דעם ווארענונג, און געהאפט אז אין זיין יוגנט וועט ער זיך נישט באנארישן אזוי, אז ער וועט נישט קענען זעהן זיינע עלטערע יארן.
מישא האט מיטאמאל אנגעמערקט אן איינצעלהייט וואס ער האט נישט פריער אין אכט גענומען זייענדיג צו גערעגט און הונגעריג פאר לאגיק, און ער האט שארף פארלאנגט פון זיין באזיכער, 'איין מינוט. וויאזוי ביזטו בכלל אהערגעקומען אינעם ארעסטצעל? איך האב פארשטאנען אז די וועכטער האבן שטרענגע אנווייזונגען קיינעם אריינצולאזן אין די צעלן.'

וואסילי אראפגעלאזט זיין שטימע אין א פאלטשן דראמאטישן פלוסטער, 'איך האב פריינט אין הויכע ערטער.'

ווען מישא האט נישט געשמייכלט אויף דעם פרואוו, האט קאטשענקא צוגעלייגט אויפריכטיגערהייט:
'איך האב זיך אריינדערזעהן דא מיט אביסל פראטעקציע, און אביסל שמיר געלט. מיין פאטער'ס ברודער איז גענעראל אנאטאלי קאטשענקא, קאמאנדיר פונעם 11טן לופט ארמיי אין מזרח רוסלאנד. איך האב באמערקט אז ווען איך לאז זיין נאמען פאלן אינעם פאסיגן מאמענט, מיטן ריכטיגן באטאנונג, עפענען זיך אויף פילע טויערן.'

"און דעם הייוון-קיכן,' האט מישא ווידער געפארשט, די פארדאכט קלאר אין זיין שטימע, 'וויאזוי האסטו דאס געקריגן? די מיליטער ראציאנירט אלע סופלייען און עסנווארג מיט א פונקטליכקייט. זאג מיר נישט אז דער קעכער איז דיין פעטער פון דיין מוטערס זייט.'

וואסילי האט געשאקלט מיט קאפ אויף דעם נישט געלונגענעם וויץ. 'ניין, איך האב דיר שוין ערקלערט אז דאס האט אלעק געשיקט, זיין פערזענליכן ברויט, זיין פערזענליכן אנערקענונג, פאר דיין בראווער אויפפירונג. בעסער געזאגט, דיין בראווער שווייגעניש, דאס וואס דו האסט נישט ארויסגעגעבן זיין נאמען אלץ אנגריפער. איך ווייס נישט פארוואס ער האט מיר אויסגעקליבן דאס איבערצוגעבן, מעגליך ווייל ער האט געוואוסט אז איך וועל זיך קענען אהער אריינזעהן. אבער אלענפאלס, דא בין איך. נעם אן דעם קאמפילמענט וואס איז דיר געשענקט. איך האף מער קיינמאל צו דארפן טוען 'ביזנעס' מיט דיר אדער מיט דיין וואוילטעטער אלעק, און איך זיך נישט דיין פריינטשאפט, אדער זיינס. א גוטן אווענט.'

מיט די ווערטער האט וואסילי זיך אוועקגעדרייט פונעם צעל און צוריק ארויסשפאצירט דעם לאנגן קארידאר. ער האט געשפירט ווי אלישייבס גערעגטע בליקן פאלגן אים נאך אויפן וועג ארויס.
.
* * *


מישא איז געלעגן. ער איז אויפגעשטאנען. נאכאמאל געלעגן אויף דער ערד. געקוקט אויפן דאך אפאר שעה. ארומגעשפרייזט זיין צעל ווי א געפאנגענע גארילע. זיך ווידער אראפגעלייגט אויף די ערד.

אזוי האט מישא אלישייב כמעט פארלארן זיין זין, ביז דער פראפארטשיק האט זיך ענדליך דערבארעמט און געקומען צוריקנעמען אלישייבן צו זיין ארמיי באראקן. כאטש דער סארדזשענט איז געווען א גאנצער פוס נידעריגער אלישייב, האט ער אים דאך אנגעהאלטן ביים קראגן, און אים אזוי צוריקגעשלעפט אין די טינקעלן נאכט דעם גאנצן וועג צו די באראקן מיט זידלונג. לויט מיליטערישע פראטאקאל האט מישא נישט געמעגט צוריק קעמפן, נאר געמוזט אננעמען די שטראפן און באזידלונג פון זיין פראפארטשיק אין גענצליכע שווייגעניש. א געזונטן שטויס אין רוקן האט געכאפט אלישייב'ן ביים אריינגאנג צום באראק, און ער איז אזוי אריינגעפאלן אין זיין שטוב וואו די סאלדאטן זענען געשלאפן. די פראפארטשיק האט אים נאך נאכגעשריגן אז ער זאל געדענקן צו גיין גלייך צופרי צום באזע שפיטאל צו נעמען א טעטאנוס וואקצין קעגן אינפעקציע וואס קען זיך שאפן פון אזא וואונד וואס מישא האט געליטן אויף זיין פנים פונעם נאגל. מישא איז שוין געווען אזוי פארמאטערט אז ער האט אפילו נישט געענטפערט. די זייגער האט געוויזן 4:00 און ער איז ענדליך איינגעשלאפן דארט אויפן ארט.
* * *

קאפיטל 3

סיביר - מזרח מיליטערישע דיסטריקט
אן אומרואגקייט האט געהערשט אויפן גאנצן ארום, און א פראסט האט דורכגענומען די ביינער פאר די וועלכע האבן זיך געטרויט ארויסצוגיין אין דעם אייזיגן אווענט. מישא האט ארויפגעבויגן די קראגן פון זיין מיליטערישן מאנטל קעגן די צופעדיגע ווינט, און געבלינקט עטליכע מאל כדי זיך צו קענען צוגעוואוינען צום טינקל. אויף אזא אווענט האבן זיך ווייניג ארויסגעלאזט אינדערויסן וואו יעדער שאטן האט פארגעזאגט סודות און שרעקעדיגע ווארענונגען.

אבער פאר פריוואט מישא אלישייב האט דאס פונקט געפאסט, און ער האט טיף אריינגעאטעמט די פרייע לופט. נאך די שווערע פראבע וואס ער איז דורכגעגאנגן איז ער ענדלעך ארויסגעלאזט געווארן פון זיין ארעסט צעל, און דערפאר האט ער ספעציעל געשאצט די ווערד פון פרייהייט. ער האט געוואלט אויסנוצן די געציילטע שעות וואס די סאלדאטן האבן באקומען פאר אפרוה נאר אויף די פרייע גאס, אפילו עס איז געווען ציפעדיג קאלט.

רוב סאלדאטן האבן אויסגענוצט די עטליכע שעה פרייע צייט זיך אנצו'שיכור'ען, זינגען לידער פון דערהיים, טאנצן אלטע קאזאקן טענץ, שפילן שאך אדער קארטן, און אנדערע אקטיוויטעטן צו שטופן די צייט.

מישא האט נישט אנגעטראפן קיינעם אויפן וועג ארויס, אויסערן נאכטוועכטער פונעם באזע, וועלכער פלעגט נישט באקומען פרייע צייט ווי די רעשט סאלדאטן נאר האט געמוזט בלייבן אויף זיין פאסטן אלערט און גרייט. דער שומר האט געגרוסט מישא און געמאכט א נאטיץ אין זיין ביכל פון די פונקטליכע צייט ווען ער האט פארלאזט דעם באזע.

מישא האט זיך ארויפגעדרייט אויף דעם געפלאסטערטן שאסיי, און גענומען א פאמעלעכן שפאציר צום דערנעבענדיגן שטעטל וואס איז געלעגן א היבשע מהלך צופוס, געציילטע קילאמעטער אוועק. די שיין פון די לבנה האט געאפפערט קוים ליכטיגקייט דורך די קאלע ביימער וועלכע זענען געשטאנען ריזיג נעבן די זייטן פונעם שאסיי, העלדן וואס זענען געבליבן שטיין יארן קעגן די ווילדע ווינטן פונעם סיבירע רעיאן.

צוביסלעך האבן זיך באוויזן שוואכע שטראלן פון ליכטיגקייט פון דערווייטנס דורך די פענסטער פון די הייזער, א סימן אז ער האט זיך דערנענטערט שוין צום שטעטל. ער איז נאך אלץ געווען פארטאן אין זיינע געדאנקען ווען ער איז נאנט געקומען צום פארקער קנאטנפונקט, און ער האט גענומען דעם מערב וועג אן טראכטן אוואו ער גייט. נאך עטליכע מינוט האט ער זיך געטראפן אין א פרימיטיוו פאר'חורבה'טע טייל פונעם שטעטל, מיט פארשידענע העלצערנע, מערסטנס איינגעפאלענע, בודקעס און הייזער. ער האט באמערקט פון עטליכע טאוולען אויף די הייזקעס אז דאס זענען געווען מייסטנס געוועהר סטאק לאגערן, און אפאר פראפעציאנאלע ביוראס, אלע אונטער רעגירונגס אויפזיכט.

א פלוצלינגדיגע גערויש, ווי א צוקראכענע פענסטער ווערט געעפנט, האט אים ארויסגעצויגן פון זיין טיפן טרוימעריי, און ער האט זיך אויסגעדרייט צום מקור פונעם קלאנג. ער האט זיך געוואונדערט אויף דעם, נישט זעהענדיג קיין לעקטער אין קיינע פון די בנינים, אבער עס האט זיך אים געדאכט אז עס איז געקומען פון די הייזקע אויף די רעכטע זייט. זיינע אויגן זענען שוין געווען צוגעוואוינט צום טינקל אז ער האט געקענט לייענען דעם טאוול אויפן טיר- דאקטאר נעמעראוו: דאקטאר און פראפעסאר פון פיזישע און גייסטישע שטודיעס.

אה, האט מישא געטראכט, א דאקטאר פארנומען אין נישט-לעגיטימע געשעפטן אינמיטן די נאכט. שווארץ מארק האנדל. נו, נישט מיינע געשעפטן, האט ער געטראכט. ער האט זיך געוואלט צוריקדרייען און ווייטער גיין זיין וועג, ווען ער האט באמערקט ווי צוויי טינקעלע שאטנס לויפן איינגעבויגענערהייט אויף די דאך פונעם בנין. ווען די שאטנס זענען אנגעקומען צום עק צום עק פונעם בנין האט ער זיי מער נישט געזען, נאר געהערט א פארשטומפטן קלאנג ווען זיי זענען אראפגעשפרינגען די איין שטאק אין פארשוואונדן אין די טינקלקייט הינטער די הייזקעס. אין דעם גענויען מאמענט האט ער געהערט א געשריי 'שטוי! אסטאנאווקא!' פונעם בנין אויפן לינקן זייט, און עטליכע פארשוינען אנגעטאן אין מיליציע מונדירן זענען ארויסגעלאפן פון א לאגער פונקט קעגן איבער דאקטאר נעמעראווס ביורא.

מישא איז שטיין געבליבן און אויפגעהויבן זיינע הענט אין די הייעך אלץ צייכן פון אונטערגעבונג, רעכענענדיג אז עס לוינט זיך נישט אנהייבן מיט די מיליציע און דערביי זיך נאכאמאל טרעפן איינגעזעצט אין ארעסטצעלע, אדער ערגער. אבער די דריי פאליציאנטן האבן אים אינגאנצן איגנארירט, אין געלאפן אין ריכטונג פון הינטער די בנין, אוועק פון די הויפט שאסיי, נאך די צוויי נאכט וואנדאלן.

די פראקטישער טייל פון אלישייב'ס מח האט צוערשט איבערגענומען, און נאכן איבערטראכטן זיין לאגע איז ער געקומען צום החלטה אז דעם זיכערסטן רוט וואלט געווען זיך ארויסצוזעהן פון דעם געפארפולן געיעג, און נישט צו שטיין אין וועג פון די מיליציע לייט. ער האט זיך א קער געטאן צוריק צום וואלד וואס האט געפירט צום מיליטערישן באזע. אויב ווערן די פארברעכער נאכגעיאגט און פארכאפט דורך די מיליציע, דאן זיכער קומט זיך זיי זייער שוקזאל.

מישא'ס צווייטע געדאנק איז געווען זיין אידעאליסטישע זייט. די געדאנקן וואס האבן אים געפרעגט 'איז זיך דיר געקומען די קלעפ און שטראפונגען וואס דו האסט געכאפט פאר די געפעכט אין עסזאל? וואלט עפעס דען אויפגעטוען אויב דו וואלטס געשריגן דיין אומשולד, און אויפגעוויזן אז דו האסט נישט אנגעגריפן, נאר זיך פארדיידיגט? און וואס וואלסטו פאר א צווייטן אין דעם זעלבן מצב, וואלסטו יענעם געהאלפן אדער וואלסטו פארקוקט און געשוויגן?'

די צוויי צד'ן פון זיין זיינע געדאנקן האבן זיך נאר געשלאגן עטליכע סעקונדן, ווייל מישא האט אין הארץ געוואוסט אז זיין באשלוס איז שוין געווען אנגעריבן אויף אים פון די מאמענט וואס ער האט זיך צוערשט באגעגנט מיט אומגערעכטיגקייט און קארופציע אין זיין יוגנט דורך די פאליציי און אוטאריטעטן. זיין אייגענע ערפארונג האט אים געלערנט צו העלפן די שוואכערע איבער די וועלכע האבן מאכט און אוטאריטעט אויף זייער זייט.

מישא האט געוואוסט אז אז פילייכט וועט ער נישט קענען העלפן די שווארצהענדלער זיך אוועקרייסן פרייערהייט מיט זייער שמוגלווארע, אבער אויף אזויפיל וועט ער אויפטוען אז ער וועט זיי געבן א פארשפרונג אז זיי זאלן זיך קענען פארדינען א אויבערהאנט פאר געציילטע מינוט. ער האט אויסגענוצט דעם פאקט אז די פאליציי לייט זענען נישט געווען נייגעריג אין אים, און ער האט שטילערהייט אוועקשפאצירט פונעם צענע, און זיך אוועקגעשלייכט אין דעם טינקלן נאכט. ווען ער איז שוין געווען גענוג ווייט, און די אנדערע האבן אים מער נישט געקענט זעהן, האט ער זיך שנעל צוריקגעקערט, גערוישלאז, צום פלאנק פונעם לעצטן בודקע, און ווי א געשיקטן קאץ זיך ארויפגעשלעפט אויפן דאך. פון איין דאך האט ער זיך גערוקט צום צווייט, ביז ער איז געקומען נענטער צום ארט וואו די מיליציע האבן געהאלטן די צוויי שמוגלער אונטער די דראונג פון זייערע וואפן. מישא האט זיך געשלעפט אויף אלע פיר ביז ער איז אנגעקומען צום עק, און אראפגעקוקט אויפן סצענע אונטן. אויפן ערשטן בליק האט אויסגעזעהן ווי ביידע האבן קאפיטולירט צו די פיר מיליציע מענער. די טינקלקייט פאר פארהוילן די געזיכטסשטריכן פון אלע, אבער עס האט זיך געדאכט פאר מישא אז ער דערקענט די הויכקייט און געשטעל פון אונטער די דיקע מאנטל און שאל פון איינס פון די שמוגלער. יענעם'ס שטעקן גראדע רוקן האט עדות געזאגט אויף זיין מיליטערישע געוואוינהייטן, און זיין הויכע געשטעל און שווארצע האר האבן זיך ארויסגעוויזן פונעם שאל וואס האט אים פארדעקט פון די קעלט. עס איז קענטיג געווען פאר מישא די שטאלצע געשטעל פונעם סנייפער, וואסילי קאטשענקא. פון אויבנאויף האט עס אויסזעהן ווי קאטשענקא האט זיך אונטערגעגעבן, און מיט זיין הענט די הייעך האבן זיך די מיליציעלייט פארגעשטעלט אז זיי האבן די אויבערהאנט אויף אים, און אז איז געפאנגן ביי זיי. אבער מישא האט באמערקט אן אומרואיגקייט אין די אקסלען פון קאטשענקא, אן ענערגיע וואס יענער האט פרובירט צו פארהוילן, אבער וואס מישא האט זייער גוט דערקענט. עס האט אויסגעזעהן ווי וואסילי האט זיך געגרייט יעדער סעקונדע צו באפאלן די רעגירונגס אגענטן כדי צו פארדינען זיין פרייהייט, אן קיין חשבון אז ער קען אויך פארלירן זיין לעבן אזוי.

ארומבליקנדיג פאר א לויזע אביעקט האט מישא באמערקט א שטיקל פון אן אלטן פייפ ארומליגן אויפן דאך. אן זיך אויפהייבן האט ער צוגעשלעפט דעם דריי אינטשיגן קופערנעם שטיק, און עס א שטארקן ווארף געטאן אינעם פארקערטן ריכטונג פון וואלד. די מיליציע אגענטן האבן זיך דערשראקן פונעם פלוצלינגדיגער הויכן קלאנג, און זיי האבן זיך מאמענטאל ארומגעדרייט צו זעהן פון וואו דער קול קומט. זייער טועת. אין דער סעקונדע האט מישא זיך געגעבן א לאז אראפ אויפן נאנסטן מענטש, א רינדיגער פארשוין, וועלכער האט געהאט א ווילדן טריגער פינגער, און אזויווי מישא האט אים אראפגעשטיפט צו דער ערד האט זיך דער ביקס צושאסן, און דער קויל האט געטראפן דעם צווייטן מיליציע מאן קעגן איבער מישא. יענער איז גלייך אראפגעפאלן, און א צורודערטע פיין געשריי האט זיך ארויסגעריסן פון זיין מויל ווען דער קויל האט יענעם געטראפן אין פוס. מישא האט אראפגעהאלטן די מיליציע מאן אויף וועם ער איז געשפריגן, און ביז יענער האט צייטווייליג פארלוירן זיין באוואוסטזיין פון א מאנגל פון לופט וואס האט אים שטארק אפעקטירט צוליב זיין געוויכט.
וואסילי איז אויך נישט שטיין געבליבן, נאר ער איז אויך באפאלן די אנדערע מיליציע לייט, אין די צייט וואס זיין קאמעראד האט זיך קליין-מוטיג און דערשראקענערהייט צוריקגעצויגן אין א זייט און פרובירט זיך באהאלטן, אזוי צו פארמיידן די קלעפ וואס זענען געפלויגן. וואסילי האט קיין געוועהר נישט געהאט, האט ער זיך געמוזט קעמפן מיט האנט-צו-האנט קאמפס טאקטיקן. מיט א גוט געלונגענעם שטויס צום פלאנק פונעם מיליציע מאן וועלכער איז געשטאנען קעגן איבער אים, האט וואסילי פאראלאזירט יענעם פאר עטליכע סעקונדן, און אזוי פארדינט א קריטיש וויכטיגן מאמענט ארויסצוהאקן די ביקס פון יענעמס האנט. נאך איין געלונגענעם באקס צו יענעמס זייט האט אים באוועגלאז געמאכט מיט פיין, און אזוי האט וואסילי געקענט קאנצענטרירן אויף די איבעריגע מענער. ער האט א בליק געגעבן צו זעהן צו מישא געבט זיך אן עצה, און געזעהן ווי מישא פרובירט זיך צו ספראוון מיטן לעצטן מיליציע וואס איז געבליבן שטיין. וואסילי האט געמאכט די טועת פון טראכטן אז די מאן מיטן קויל אין פוס איז שוין אומשעדליך צוליב זיין וואונד, און דעריבער האט ער נישט געקוקט אויף יענעם נאר זיך געאיילט צו העלפן מישא מיט די אנדערע מיליציע מאן. דאס האט געפריט אז וואסילי האט ניישט באמערקט ווי יענערן וואס איז געלעגן אויף דער ערד האט זיך אריענטירט, אויפגעהויבן זיין פגעפאלענעם ביקס, און עס געצילט דירעקט אויף וואסיליס רוקן.

אלישייב האט פונקט דאן פרובירט זיך ארויסצורייסן פון א אן ערשטיקונגס-גריף וואס דער לעצטער מאן האט געהאלטן אויף אים, אבער אין זיין פארצווייפלטן מצב האט ער נאך אלץ באמערקט דעם געפאלענעם מיליציע מאן'ס פארזוך צו שיסן וואסילין אין רוקן. א פייער פון אדרענעלין האט אים איבערגענומען און ער האט זיך ארויסגעריסן פון זיין פאנגערס גריף. ער האט געגעבן א טאנץ אויף און ווילדערהייט געשפרינגן אינעם ריכטונג פונעם שיסער מיט א לייבן געשריי. דער פארוואונדעטער שיסער האט זיך דערשראקן פון דעם טייוולישן געשריי, זיך געגעבן א דריי אויס צו אלישייב, געצויגן די צינגל אן קאנטראל, און די קויל האט אריינגעריסן אין מישא'ס אקסל.

מישא האט קודם נישט געפילט דעם קויל דורכברענען זיין לייב. ער איז ווייטער אנגעגאנגען מיט זיין ווידערשטאנד און ארויסגעשטויסן די וואפן פון פון דעם ליגנדיגע מאן און דערנאך ווילד געווארפן דעם ארויסגעפאלענעם וואפן אין די פארשאטנ'טע טייל פון די ביימער, אז מען זאל עס מער נישט קענען טרעפן צום באנוץ. מיט דעם האט מישא געקענט אפלאזן דעם מאן, ווייל מיט זיין פארוואונדעטע פוס האט ער זיך נישט געקענט אויפשטעלן פאר א ווידערשטאנד. אן קיין וואפן האט יענער נישט געשטעלט א סכנה, און מישא האט זיך געקענט נעמען איבער די לעצטער מאן, וועם וואסילי האט שוין אנגעהויבן באקעמפן.

ער און וואסילי האבן געבאקסט און געקעמפט ביז דער לעצטער איז אויך געלעגן ערשעפט אויף דער ערד. דאן האבן זיי א כאפ געטאן וואסיליס דערשראקענעם קאמפאנעין ביי די ארעמס, און אים א שלעפ געטאן אינעם ריכטוג פונעם וואלד. זיי זענען שוין געווען מיטל וועג צום באזע, ווען מישא האט אנגעהויבן שפירן א לייכט-שוועבעדיגע געפיל. ער האט דאן ענדליך געשפילט א ווארימע פליסיגקייט לויפט אראפ זיין ארעם. ווען ער האט זיך אינטערזיכט האט ער צום ערשטן מאל געזעהן דעם ריס אין זיין אקסל פון א קויל וואס איז אריין איין זייט און ארויס פון די אנדערע זייט. דאס לויפן האט אים געמאכט בלוטן נאך שטארקער, ווייל זיין הארץ האט געפאמפט בלוט נאך שנעלער, און ער האט שוין פארלוירן צופיל בלוט אז ער זאל קענען ווייטער אנגיין.

'אלישייב, פארוואס האסטו זיך אפגעשטעלט?' האט קאטשענקא פארלאנגט ווען ער האט געזעהן אז מישא זוימט זיך. ווען ער האט געזעהן דעם טינקלען פלעק אויף יענעמס מאנטל איז ער גלייך צוריקגעלאפן צו אים און מיט זיין האנט פעסט געדריקט אויף דעם אפענעם וואונד צו שטילן דעם פליס פון בלוט.

'פאסיק...' האט דער פארוואונדערטער אלישייב געשעפשעט, זיין קול הייזעריג, זיינע אטעמס געדרוקט מיט פיין.

וואסילי האט גלייך פארשטאנען וואס מישא בעהט פון אים און געשווינד ארויסגעצויגן דעם לעדערנעם פאסיק פון זיין מיליטערישן מאנטל, און דאס ענג ארומגעבינדן דעם פארוואונדעטן אקסל צו לייגן דרוק אויף די ארטעריען און אפשטעלן דעם פלוס פון בלוט. עס האט געמוזט זיין אז דער קויל האט נישט געלעכערט דעם גרויסן ארטעריע וואס לויפט אוועק פון הארץ, ווייל אויב יא וואלט שוין מישא נישט געווען צווישן די וועלכע געניסן פון ג-טס לופט, אבעק קאטשענקא האט נאך אלץ געפילט א פאניק אין הארץ אז דער אידישער זעלנער זאל נישט פארלירן זיין לעבן אויפן ארט.

'אפשר זאלן מיר זיך אפשטעלן הונטער די ביימער פאר דעקונג, און איך וועל לויפן ברענגן הילף?' האט וואסיליס קאמפאניען געזאגט מיט אנגסט און טעראר זעהנדיג אז מען האט שוין געשפענדעט צופיל צייט אין דער אפען און די נאכיעגער וועלן זיי באלד ענטדעקן.

'ניין', איז געקומען מישאס שוואכן ענטפער, אבער מיט א טאן וואס האט נישט געדילדט קיין ווידערשטאנד. 'צו געפארפול דא צו בלייבן אפילו נאך איין סעקונדע. אז די פלוס האט מאמענטאל אויפגעהערט, בין איך גרייט זיך צוריק צו קערן צום באזע. גיב מיר דיין אקסל, ביטע.'

וואסילי און דער אנדערער האבן געאפפערט זייערע אקסלען אז מישא זאל זיך קענען אויף דעם אויפהאלטן, און אזוי האבן די דריי צוריקגעהונקט צום באזע. מישא איז געווען האלב באוואוסטלאז ווען זיי זענען אדורך די אייזערנע באזע צוים, אזוי אז ער האט נישט באמערקט ווי וואסילי מורמרלט שנעל צום וועכטער, און רוקט אים אריין א שיינע פאר רובל אין האנט. זיי זענען אדורך געציילטע געביידעס און באראקן, ביז זיי זענען אנגעקומען צום באזע שפיטאל. וואסילי'ס קאמפאניען האט זיי שוין פארלאזט ווי נאר זיי זענען אדורך די באזע צוים, צוריק לויפנדיג צום זיינע באראקן אין פחד פון אנטדעקונג, און עס איז געבליבן פאר וואסילי'ן אליינס אונטערצוהאלטן אלישייב'ן דעם וועג צום שפיטאל. מישא האט געוואוסט אז ער אליינס איז שוין גענוג אין סכנה צוליב זיין לעבנס-דראונדע וואונד, אבער ער האט נישט געוואלט אז קאטשענקא זאל אנדעקט ווערן אלץ זיין צוהעלפער דורך די דאקטאר און די קראנקע פלעגער. ער האט באפוילן פאר וואסילי'ן אז ער זאל טוען ווי זיין קאמפאניען און זיך צוריקקערן צו זיין באראקן בעפאר איינער באמערקט אים, און ווען וואסילי האט פרובירט צו טענה'ן קעגן דעם האט אים אלישייב געסטראשעט אז ער וועט נישט אריבערגיין די שוועל פונעם שפיטאל, און וועט אויסבלוט'ן דארט אויפן ארט, אויב ווערט ער נישט פארשוואונדן. וואסילי האט נישט געקענט טענה'ן קעגן דעם און איבערגעלאזט מישא ביים אריינגאנג פונעם שפיטאל.
דאס איז געווען א לאנגן געביידע מיט, אויב מעגליך, נאך א לענגערן קארידאר, אויסגעלייגט מיט ווייסע בעטן איינע נאכן צווייטן. נאר איין דאקטאר און איין קראנקן פלעגער זענען געווען אויף נאכט פליכט. מישא האט נאך אויספיעט צו מורמלען א שוואכן 'גוטן אווענט' פארן דאקטאר, און אן פארשווענדן אפילו נאך איין רגע, האט ער פארלוירן זיין באוואוסזיין דארט אויפן ארט.

אוועטאר
אייוועלט שרייבער
שר האלף
תגובות: 1233
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 02, 2020 8:23 pm
לאקאציע: אויפ'ן בענקל

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

תגובהדורך אייוועלט שרייבער » דינסטאג אוגוסט 25, 2020 6:20 pm

שכח זייער אינטערעסאנט איך ווארט אויף די קומעדיגע
איך טריי צו זיין א אייוועלט שרייבער

וואלטיער
אנשי שלומינו
תגובות: 6
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 16, 2017 11:24 am

ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער (קאפיטל 4)

תגובהדורך וואלטיער » מיטוואך סעפטעמבער 02, 2020 8:51 am

סיביר - מזרח מיליטערישע דיסטריק

די קלאנגען פון מיליטערישע טרענירונגען האבן אים צוביסלעך ארויס געצויגן פון א פארנעפלטן חלום, און פאר א וויילע האט ער נישט געקענט באהויפטן וואו ער געפינט זיך. ער האט אינגאנצן נישט געקענט טראכטן ווי אזוי ער הייסט.

ער האט זיך אינערליך געקריגט מיט דעם קראפט וואס האט אים פרובירט אראפ צושלעפן אין א באוואוסטלאזיגקייט, אין דעם טינקעלן הויל וואו ער האט געשוועבט די לעצטע עטליכע טעג. מיט אן אייזערנעם ווילן האט ער געעפנט זיינע אויגן, זיך צושטאט ארומגעקוקט, און פרובירט זיך צו ארענטירן. דערנעבן, ביים טישל, האט ער געזעהן א סאלדאט אין זיין מונדיר ספראוון זיך מיט סנייפער וואפן, צונעמענדיג די באשטאנדטיילן, איינס ביי איינס. מישא האט יענעם דערקענט אין דעם זעלביגן מאמענט וואס ער האט זיך אליינס דערמאנט אין זיין אייגענעם נאמען. די פארזארגטע פנים פונעם פארנומענע סאלדאט האט געהערט צו וואסילי קאטשענקא. ער איז געווען פארנומען מיט'ן רייניגן און פיצן זיין געווער מיט א מעטאדישן פונקטליכקייט, און בכלל נישט באמערקט אז דער פאציענט איז ערוואכט געווארן, און באטראכט אים מיט צומישעניש.

די טיש נעבן וואסילי און זיין רייפל איז געווען אנגעלייגט מיט א לעוואר און ווייסע שמאטעס, אפאר באטלעך אלקאהאל און מעדיצין, און פארשידענע שפיטאל סופלייען. אלישייב האט פארזוכט צו דרייען זיין קאפ צו זעהן אויב די טיש פארמאגט וואסער ווייל ער האט געשפירט א דורשט אזוי שטארק, פונקט ווי א וואנדערער אינעם וויסטעניש. ער האט פרובירט צו שלינגען, אבער זיין האלז איז אים געווען אזוי טריקן, אז ער האט זיך צוהיסט. מיט א הייזעריגן שטימע האט ער געבעטן זיין שטוב גאסט 'וואסער ביטע.'

דער סאלדאט איז געווען אזוי אריינגעטאן אין זיין געווער, אז ער איז פאר א מאמענט צוטרייסלט געווארן פונעם הייזעריגן שטימע נעבן אים. ווען ער האט געזעהן דעם פאציענט מיט אפענע אויגן האט ער ארויסגעלאזט א טיפן אטעם, ווי א שווערער לאסט וואלט אראפ פון זיינע מידע אקסלען.

'אלישייב, דו ביזט ענדליך ערוואכט.'

ער האט אראפגעלייגט זיין געווער און אנגעגאסן א גלעזל וואסער פאר מישא'ן. דערנאך האט ער אינטערגעלייגט צוויי קישענעס פארן פאציענט אז ער זאל זיך קענען אויפזעצן, און זיך נאכגעפרעגט אויף זיין געזונט און וואוילזיין.

'ווי אזוי שפירסטו זיך?'

מישא האט געטריקן, און דערנאך געבעטן נאך וואסער, בעפאר ער האט געקענט טראכטן פון ענטפערן וואסילי'ן. די אקט פון זיך אויפצוזעצן אינגאנצן, און זיך אומקוקן אויף די ארומיגע אביעקטן און שטוב דעקאר, האט געקאסט מישא שרעקליכע כוחות. פארט, האט ער פארלאנגט פון וואסילי, 'וועלכע טאג פון די וואך איז יעצט?''

'שששש, האט אים וואסילי בארואיגט און געלייגט א פרישן נאסע שמאטע אויף מישא'ס שטערן. ער האט פארשטאנען וואס אלישייב'ס פראגע איז געווען. ער האט געוואלט וויסן ווי לאנג ער איז געלעגן אין צושטאנד פון באוואוסטלאזיקייט.

'דער דאקטער האט אז דו זאלסט זיך נישט אויסמוטשן, נאר טרינק דאס גלעזל וואסער, לייג זיך צוריק און איך וועל דיר געבן א פולן באריכט.'

וואסילי האט ווייטער זיך געפארעט איבער דעם פאציענט ווי א געניטער פלעגער, און דערנאך זיך ווידער גענומען רייניגן און צוזאמשטעלן זיין געווער אין די זעלבע צייט וואס ער געגעבן זיין באריכט.

'יעצט איז אווענט פריי-צייט, מאנטאג. דו ביזט געלעגן אין פיבער פיר טעג, צוויי פון זיי קריטיש. דו האסט פארלוירן אסאך בלוט יענער נאכט וואס דו האסט פרובירט אפצושטעלן א קויל מיט דיין אקסל. דו געדענקסט ווי אזוי עס איז דיר געקומען דער וואונד?'

ווען מישא האט געשאקלט מיט'ן קאפ אז ער געדענקט דעם עפיזאד, איז וואסילי ווייטער געגאנגען מיט זיין ערציילונג.

'דער דאקטער האט פארנייעט דיין וואונד, נאכ'ן ארויס שלעפן פון דיין אקסל די שטיקלעך יוניפארם מאטעריאל וואס איז פארהאנקערט געווארן אין דיר ווען דער קויל האט דיר דורך געשניטן, אבער די אנטיביאטיקע דערנאך האט נישט געהאט די נויטיגע ווירקונג קעגן אינפעקציע. אנשטאט דעם האסטו באקומען א שווערן אלערגישן רעאקציע. דער דאקטאר האט נישט געוואוסט אז דאס וועט אזוי שווער אויסקלאפן אויף דיר, און מען האט דיר געמוזט אויפהערן געבן די מעדיצין. צום באדויערן האט די באזע שפיטאל נישט געהאט אן ערזאץ מעדיצין דיר צו געבן אנשטאט, און עס גענומען צייט ביז מען האט געקענט פארשאפן עפעס אנדערש. ביז דערווייל האט דיין וואונד געפעסטערט און דו האסט שרעקליך געפיבערט די פאר טעג. מיר האבן אינגאנצן נישט געוואוסט צי דו וועסט קענען דורך ברעכן דעם פיבער, און זיך קעמפן פאר דיין לעבן. דער פראפארטשיק, אלס דער פאראנטווארטליכער אויספארשער אינעם מיליטער, איז דא געווען עטליכע מאל, אבער זעענדיג אז ער דיר נישט אויספארשן אין דיין מצב, האט ער אנשטאט געגעבן שטרענגע באפעלן, דיר נישט ארויס צולאזן פון דא ביז ער וועט דיר קענען גרונטליך אויספארשן. איך בין געקומען יעדן טאג פריי-צייט צו זעהן וויאזוי דו שפירסט זיך. עס דעפריידט מיר צו זעהן אז דו ביסט ארויס פון געפאר.'

וואסילי האט געדרייעט זיין סנייפער וואפן אהין און צוריק, און זיך געשפילט מיטן צינגל. די געווער איז נישט געווען אנגעלאדנט, דעריבער האט עס נאר געמאכט א קליק קליק, ווען ער האט געדריקט דעם צינגל מיט זיין פינגער. א שווייס איז גערינען פון זיין פנים כאטש אין שטוב איז געווען קאלט. זיין זארג איז געווען קענטיג. מישא האט דאס באמערקט און זיך געוואונדערט דערויף. וואסילי איז געווען ען עקסטרעם קאלטע כאראקטער, לויט די שמועות אויפן באזע, און דא האט אויסגעזעהן ווי ער ברענט פאר נערוועזיגקייט.

'די ווארהייט איז', האט וואסילי פלוצלינג צוגעלייגט, 'אז דאס איז נאר א פארמאליטעט. די רעדע אויפן באזע איז, אז די מיליציע האט געשיקט נאך איינעם פון מאסקווע, ער האט א נאמען אלץ אן גרונטליכער און פעהיגער פארשער, און ער וועט דא זיין ביז געציילטע טעג איבער צונעמען די אפיציעלע פליכטן אלס הויפט פארשער. די נאוואסיבירסק מיליציע זענען זייער גערעגט און באליידיגט אז מען האט זיך געוואגט קעגן צו שטעלן, און אז זייער קאפיטאן האט געכאפט א קויל אין פוס, כאטש עס איז געקומען פון זייער אייגן געוועהר. זיי קענען דאס נישט פארשווייגן, און דערפאר ברענגן זיי א מאסקווער באאמטער.'

ווען וואסילי האט פארענדיגט זיינע רייד, האט ער אראפ געלייגט דאס געווער, און פארטראכטערהייט געפויקט מיט זיינע פינגער'ס אויפ'ן קליינעם טישל. ענדליך האט ער אפגעמאכט ווי אזוי אנצוגיין מיט זיינע ווערטער, און ער האט זיך אויפגעשטעלט גראד מיט אן עהרע און רעספעקט ווי איינער וואס שטייט פאר זיין אויבער אפיציר. אקסלען ארויס, הענט גלייך, אויגן פארנט.

'פאר איך זעץ פאר, וויל איך איין זאך קלאר מאכן. איך בין דיר שולדיג מיין לעבן זעלנער מישא אלישייב, און דערפאר ליגט איצט מיין לעבן אין דיינע הענט. די באשלוס איז דיינס און וועל אויספירן לויט ווי דו זאגסט אן. פרעג מיר סיי וואספארא פראגע איבער יענע נאכט.'

אלישייב האט נישט געוואוסט וואס וואסילי פרובירט אנצודייטן, אבער זעענדיג דעם באזארגטן אויסדריק אויף זיין פנים, האט מישא פארשטאנען די ערנסטקייט פונעם מצב, און שוואכערהייט געשאקלט מיט'ן קאפ. זיין כח איז געווען ערשעפט, אבער זיינע אויגן זענען געווען קלאר און שארף, און זיין פנים האט געשפיגלט דעם ערנסטן אויסדריק פון וואסילי.

'זעץ זיך אוועק, קאטשענקא.'

ווען וואסילי האט אזוי געטוען, האט אלישייב אטאקירט דעם ענין גלייך צום פונקט.

'וואס האסטו געשמוגלט יענער נאכט?'

קאטשענקא איז געווען אומבאקוועם מיט דעם ענטפער, און האט געמורמלט 'מעדיצין.'

'מעדיצין?' האט מישא סקעפטיש געפרעגט. 'מעדיצין פאר וועמען?'

'פאר עטליכע סאלדאטן.'

וואסילי'ס שעמעוודיגקייט און זיין אפנייגונג צו רעדן אפענערהייט האבן אלאמירט אלישייב'ן.

'זעלנער וואסילי איגאראוויטש קאטשענקא', האט אים אלישייב שטרענג אדרעסירט מיט זיין פולן נאמען, 'זאג מיר קלאר אז ווען דו זאגסט 'מעדעצין' איז דאס נישט קיין פארדעקונגס ווארט פאר 'וואדקע', און אז איך האב נישט ריזיקירט מיין לעבן אז דו זאלסט קענען שמוגלען אלקאהאלישע געטראנקן פאר די אונטערהאלטונג פון געלאנגוויילטע סאלדאטן.'

קאטשענקא האט אריינגעאטעמט טיף, צו נעמען אביסל קוראזש ווען ער האט זיך אנגעגארטלט מיט מוט, האט ערקלערט פאר דעם פאציענט זיין פאזיציע.

'ביידע זענען ריכטיג, סיי מעדיצין און סיי וואדקע'. און בעפאר מישא האט געקענט ווידער פרעגן פראגעס האט וואסילי שנעל צוגעלייגט: 'לאז מיר דיר עס אויסלייגן קלאר. דו ווייסט אז עס זענען פארהאן סאלדאטן אויף די באזע וועלכע זענען נישט דא פון זייער אייגענע ווילן. טייל פון זיי האבן געזונטהייט פראבלעמען וואס מאכן זיי נאך שווערער דאס לעבן דא. נאר עטליכע וועל איך אויסרעכענען, ווי אזטמא, דעפרעסיע, און מוסקל ווייטונגען. די באאמטע און די דאקטוירים אויפן באזע קימערן זיך נישט, און פארזארגן נישט די נויטיגע מעדיצינען. דאס ברענגט אז שוואכערע סאלדאטן זענען מער אויסגעשטאנען זיך אנצוברענגן שטראפונגען פון די סארדזשענטן ווען זיי קענען נישט מיטהאלטן די פיזישע אובונגען, און פאר די וועלכע פראקטיצירן 'דעדאוושינע' איבער די שוואכע צו טרעפן גרינגערע קרבנות. איך האב געזוכט א וועג צו פארגרינגערן פאר די וועלכע ליידן, און אזוי האב איך זיך אריינדערזעהן אין די אונטערנעמונג פון שווארץ-מארקעט מעדיצין האנדל. עס זענען דא אסאך פון די הויעך ראנקיגע וואס ווייסן פון דער אונטערנעמונג, אבער פארקוקן און פרעגן נישט קיין פראגעס ווייל זיי פארלאנגן זייער שטייער, דאס זענען די באטלעך וואדקע וואס מיר פארשאפן אויך.'

מישא האט זיך שוואכערהייט צולאכט אין זיין בעט.

'קאטשענקא, ווער וואלט געגלייבט אז אונטער דיין קאלטע רעפוטאציע האסטו א ווייעך הארץ.'

וואסילי האט געקרומט אויף מישא'ס אנמערקונג. ער איז נאך געווען גוט נערוועז, און עפעס האט אים געשטערט. מישא האט אים געוויזן ווייטער אנצוגיין מיט זיינע רייד.

'דער באזע פראפארטשיק וועלכער האט אויסגעפארשט די געשעעניש פון יענער נאכט איז סארדזשענט זיעבאוו. די קלאגעס וואס מען וועט אנברענגען קעגן דיר וועלן זיין זייער הארב. נישט נאר וואס מען וועט אפיר זוכן די ערגסטע שטראפן, נאר עס איז זייער גלייך אז זיי וועלן שוקן צו די שאנדע גרופעס, דארט ווי מען טוט די שווערסטע און שמוציגסטע ארבעט פון די מיליטער. דער איינציגסטער וואס קען ריין וואשן דיין נאמען בין איך.'

וואסילי האט אפגעשטעלט זיינע רייד, שפירנדיג א נערוועזיקייט אין זיינע ביינער,און נישט קענענדיג טרעפן די ריכטיגע ווערטער. ער האט אנגעהויבן ארום שפרייזן אין שטוב, און דערנאך זיך אפגעשטעלט ביים פענסטער, נעבן דעם קראנקן בעט. שטאטעלעך האט ער פרובירט צו ציילן די דיקע שניי פלאקן וועלכע האבן לאנגזאם געשוועבט אינדרויסן לופט, אין שטארקן קאנטראסט צו די דרינגנדליכקייט וואס ער האט געשפירט אין הארץ. ענדליך האט ער באשלאסן צו זיין גענצליך אויפריכטיג מיט אלישייב'ן און לייגן אלע קארטן גלייך אויפן טיש.

'מיר האבן געהאט א געשעפט מיט די באזע וועכטער נישט צו שרייבן אונזערע נעמען ווען מיר האבן אלץ פארלאזט, און דערנאך זיך אומגעקערט צו, דעם באזע. דאס האט יעדן געמאכט שפירן פארזיכערט קעגן איבערלאזן באווייז פון אונזערע אקטיוויטעטן. אבער יעצט האט זיך געוויזן אז דאס האט אלעס פארפלאנטערט, ווייל דו ביזט יא אויפן ליסטע, און מיר זענען נישט. כאטש דער פראפארטשיק האט באווייז אז דו ביזט געווען ביים טומולט, צוליב די שאס וואונד אין דיין אקסל, דאך ווייסט ער אויך קלאר אז דו ביזט נישט געווען פון די אריגינעלע שמוגלער וועם די מיליציע זוכט. צו דיין מזל, אויב מען קען דאס אנרופן מזל, ביזטו געווען אינעם ארעסט צעל די לעצטע מאל די מיליציע איז געווען אויף אונזערע שפירן, און אונז כמעט געכאפט. זיי ווייסן אבער אז דו ווייסט ווער די אנדערע שולדיגע זענען. און דאס וועלן זיי ווילן ארויסציען פון דיר. איך בין גרייט זיך אויפצוגעבן צו די אינסטאנצן און נעמען פולע פאראנטפארטליכקייט.'

דא איז וואסילי שטיל געווארן און נערוועזערהייט דורכגעלאפן זיין האר מיט זיינע פינגער. ער האט נישט געמוזט ווייטער רעדן. מישא האט שוין פארשטאנען וואסילי'ס פארלעגנהייט.
'זיי זוכן נישט נאר איין מאן,' האט מישא געזאגט.
'זיי זוכן צוויי שמוגלער, און פילע קאמפליצן און מיטארבעטער,' האט וואסילי געענטפערט.
'אסאך פון זיי מיט ראנק און אייפלוס אויף די באזע,' האט מישא ווייטער צוזאמגעשטעלט.
'וואדקע איז א פאפולערע ארטיקל,' האט וואסילי געענטפערט.
'די פארשער וועלן נישט זיין באפרידיגט, נאר ביז איינער פלוידערט אויס אלע נעמען.'
וואסילי האט געשוויגן.
'אויב דיין נאמען ווערט אנטרינען, וועלן זיין פיל נערוועזע מענער אויפן באזע אז זיי זענען די נעקסטע,' האט מישא ווידער געפארשט.
וואסילי האט ווידער געשוויגן.
'אפילו אויב דו געבסט זיך אליינס אויף, וועט קיינער נישט גלייבן. זיי וועלן זאגן אז איך האב דיר אויפגעגעבן, און דאן אויפגעגעבן די נאמען פון דיין מיטהעלפער. זיי וועלן זיין איבערגעצייגט אז איך בין דער וואס האט אויפגעגעבן אנדערע כדי זיך אליינס צו ראטעווען. זיי וועלן דאס גלייבן ווייל ביי זיי קען איך נישט האבן קיין עהרע, קיין ווירדע. איך בין א יעוורעי, און א יעוורעי איז נישט בעסער ווי א ראט וואס פארקויפט און פארראט אפילו זיינע ברידער-זעלנער.'

וואסילי האט אראפגעלאזט זיין קאפ און שטילערהייט געזאגט, 'איך זאג דיר נאכאמאל, איך בין גרייט זיך אויפצוגעבן. איך בין דיר שולדיג מיין פרייהייט. זאג מיר וואס צו טוען, און אזוי וועל איך טוען.'

מישא האט אים נישט אויסגעהערט, נאר ווייטער איבערגעארבעט די מצב זאגענדיג,' און די באזע שומר. אויב דו געבסט זיך אויף, און זיי וועלן זעהן אז דיין נאמען איז קיינמאל אויפן ליסטע אויף די נעכט וואס דו ביזט ארויס פונעם באזע. וואספארא קלאגעס וועל געברענגט ווערן קעגן אים?'

'די פארברעכן איז פארגעקומען אראפ פונעם באזע, דעריבער וועט די מיליציע ברענגן שמוגל און אנגריף קלאגעס אין א ציווילע געריכט. די נאכט וועכטער איז אבער א סאלדאט אויף א מיליטערישע באזע, און סיי וואספארא באווייז אז ער האט פארנאכלעסיגט זיינע פליכטן אין די זיכערהייטס מאסנאמען פון די סאוועטישע מיליטער וועט אים ברענגן ערנסטע קלאגעס אין א מיליטערישע געריכט. פאר פארראט וועט ער קריגן א לעבנסלענגליכע אורטייל.'

מישא האט זיך ווידער צולאכט, 'און אויב דער באזע וועכטער וועט וועלן ארויסגעבן אלע נעמען כדי זיך צו ראטעווען, וועט עס נאך אלץ ווערן געווארפן פאר מיינע פוס. מען וועט אים גלייבן אז איך בין דער וואס האט געפלוידערט.'

וואסילי האט נישט איינגעשטימט אויף מישא'ס רייד.

'איך גלייב נישט אז דער באזע וועכטער וועט זיך קענען ארויסדרייען אזוי. פילייכט וועט מען שפילן אויף אים אז ער קען זיך אראפהאנדלען זיין אורטייל אויב ער געבט ארויס נעמען, אבער צום ענדע וועלן זיי נישט איינהאלטן אזא אפמאך, און אים געבן דעם פולן טערמין. אסאך עגאס זענען געטשעפעט געווארן פון דעם עפיזאד. די מיליטער וועט וועלן באפרידיגן די מיליציע קאפיטאן מיט א הארבע שטראף קעגן דעם נישטיגן וועכטער. פון מיין זייט האב איך כאטש מאכטפולע משפחה מיטגלידער אין הויכע שטעלעס, דעריבער וועל איך עס נאך קענען דורך שוויצן. אבער דער וועכטער, אים וועט מען אנקלאגן מיט די הארבסטע קלאגעס.'

'אויסגעצייכט,' האט מישא סארקאסטיש געזאגט. 'יעצט האב איך די פאראנטפארליכקייט פון נאך א לעבן.'

מישא האט פארמאכט זיינע אויגן און אזוי געלעגן פאר א שטיק צייט גארנישט גערעדט. פאר וואסילי האט זיך געדאכט, אז מישא איז געווארן ערשעפט פון דעם שמועס און איז איינגעשלאפן. ער האט זיך געמאכט גרייט צו פארלאזן דעם צימער, צו ערלויבן מישא זיין שלאף, ווען ער האט געהערט יענעם'ס שוואכע שטימע פונעם בעט.

'געב זיך נישט אויף. דייין נאמען, און די נעמען פון די אנדערע פארוויקלט אין די עפיזאד יענער נאכט, זאלן בלייבן פארהוילן. פאר יעדן'ס זיכערהייט. שווער דאס צו מיר, וואסילי איגאראוויטש קאטשענקא.'
וואסילי איז שטיל געבליבן. ווערטער האבן אים פארלאזט אין זיין שולד. ער האט אבער נישט געהאט קיין צוויי ברירות. ווען מישא האט אויסגעשטרעקט זיין האנט, האט וואסילי עס געשאקלט אין א שבועה.

אוועטאר
בלעכענער פנים
שר האלף
תגובות: 1127
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 04, 2019 12:51 pm
לאקאציע: כ'ווייס באמת נישט..

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

תגובהדורך בלעכענער פנים » מיטוואך סעפטעמבער 02, 2020 1:10 pm

WOW WOW WOW כ'האב פשוט נישט קיין אנדערע ווערטער... זעה עס נאר צו ענדיגן.. א גרויסן דאנק אייך!

אוועטאר
גיב א שמייכל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 453
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 12, 2019 2:27 pm

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

תגובהדורך גיב א שמייכל » מיטוואך סעפטעמבער 02, 2020 1:14 pm

בוקמארק!

א גרויסן דאנק! זייער שיין..
איך שמייכל נישט ווייל איך בין פרייליך...
איך בין פרייליך ווייל איך שמייכל!

אוועטאר
קאנטרי מאוד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 440
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 29, 2017 9:21 pm
לאקאציע: אויף די שטראזן,צווישן ביימער און גראזן,

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

תגובהדורך קאנטרי מאוד » מיטוואך סעפטעמבער 02, 2020 1:20 pm

פאר איך הייב אן ליינען - ס'איז א נאוועל אדער מעשה שהיה?

אוועטאר
שלמה מולכו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 365
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 18, 2019 11:18 am

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

תגובהדורך שלמה מולכו » מיטוואך סעפטעמבער 02, 2020 2:05 pm

wow! מעסיוו!!

אוועטאר
א צווייטער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 327
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 25, 2020 2:45 pm

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

תגובהדורך א צווייטער » מיטוואך סעפטעמבער 02, 2020 2:27 pm

גאר גוט! אבער איין טובה, שטעל דיך נישט אפ אינמיטן די מעשה אזוי ווי שמעלקא זאפטיגער..

אגב,אפשר עפנסטו א עסטערע אשכול פאר קאמענטארן.
אז נישט איך, זאל זיין א צווייטער...

פרישע קוגל
שר חמש מאות
תגובות: 752
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 13, 2020 1:14 pm
לאקאציע: ווען די זעסט מיך דא מיינט עס אז איך בין אין אפיס

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

תגובהדורך פרישע קוגל » מיטוואך סעפטעמבער 02, 2020 2:30 pm

wow מעכטיג! קיפ אפ!

בריגלער
אנשי שלומינו
תגובות: 8
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 25, 2020 7:09 pm

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

תגובהדורך בריגלער » מיטוואך סעפטעמבער 02, 2020 3:13 pm

גאר גוט

וואלטיער
אנשי שלומינו
תגובות: 6
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 16, 2017 11:24 am

ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער (קאפיטל 5-6)

תגובהדורך וואלטיער » מיטוואך סעפטעמבער 09, 2020 10:15 am

קאפיטל 5
נאך צוויי טעג איז מישא געלעגן אינעם באזע שפיטאל און אויסגעשטאנען אומאויפהערליכע אונטערזיכונגען און מעדיצינען וואס דער דאקטער און זיינע מנינים קראנקע פלעגער האבן אים געגעבן. דער דאקטער האט צו וויסן געטאן מישא'ן אז דער קויל האט נישט געמאכט קיין ערנסטע שאדן, און איז געווארן ארויסגענומען פון זיין אקסל ריינערהייט. ער האט געגעבן פאר מישא א גוטן פראגנאזע. דא מיינט אז ער האט געהאלטן אז דער פאציענט איז שוין גענוג ערהוילט צו ענטפערן די פראגן פון די מיליטערישע מיליציע אויספארשער.

ווען וואסילי האט געהערט פונעם דאקטער אז אין די נעקסטע 24 שעה וועט מישא ווערן אפיציעל אויסגעפארשט דורך דעם מאסקווער פארשער, האט ער זיך געאיילט צום קאמוניקאציען צימער אויפן באזע, צו שטעלן א טעלעפאן רוף צו זיין פעטער, גענעראל אנאטאלי אלעקסאנדעראוויטש קאטשענקא, צו זעהן אויב ער קען אנדרייען עפעס לטובת אלישייב'ן.

אבער ער האט זיך אנגעקלאפט אין א געפערליכן מיליטער-ביוראקראטישע ווירטשאפט פון אומפעהיגע סעקרעטארן און פוילע אפיס באאמטע. ער האט געזעהן אז ער וועט בשום אופן נישט קענען קומען אין קאנטאקט מיט'ן גענעראל, ווען יענעמ'ס סעקרעטאר האט אים אינפארמירט קאלטערהייט: "סיידן דו האסט דירעקטע ערלויבעניש פון די גענעראל שטאב קען איך דיך נישט פארבינדן מיט'ן גענעראל. אז דו ווילסט קענסטו שרייבן א בריוו און איך וועל זעהן אז עס זאל אנקומען צום גענעראל ווען ער האט רואיג צייט."

אין רעגעניש האט וואסילי געהאקט דעם טעלעפאן אויפ'ן וואנט אפאר מאל, און דערנאך אריין געשריגן גראד צום טרייבל, "א בריוו? זאג, די קאלטע ווינטערן האבן אייזיג געמאכט דיין הארץ און פארפרוירן דיין בלוט? איך זאג דיר אז דא רעדט זיך פון א לעבנ'ס געפאר, און דו ביזט נאר אינטערעסירט אויסצופירן די געזעצן און אנווייזונגען פון אפיס פראטוקאל ביז צום לעצטן פונקט! יעצט איז נישט די צייט צו פאלגן די אנווייזונגען, נאר זיי צו ברעכן! דעריבער, פארלאנג איך פון דיר, פארבינד מיר מיט מיין פעטער זאפארט!"

"דיין פעטער, גאר? דאס איז נישט די ערשטע מאל וואס איינער פרובירט צו קומען אין קאנטאקט מיט דעם גענעראל דורכ'ן באהויפטן א משפחה פארבינדונג. ס'איז נישט אזוי פיפיג ווי דו מיינסט. איך קען דיר ווידער פארשלאגן, שרייב א בריוו צום גענעראל, אדער טרעף רשות פונעם גענעראל-שטאב, אויב נישט קען איך דיר נישט העלפן."

"אידיאט," האט וואסילי זיך צוברומט און אראפ געזעצט דעם טרייבל מיט אזא כח, אז דאס גאנצע בודקע האט זיך צוטרייסלט.

נישט זעענדיג קיין אנדערע וועג, האט וואסילי זיך באגנוגנט מיט אלט מאדישע מיטלען, בכדי צו בעטן די הילף פון זיין פעטער. ער האט פארשנעלערט זיינע טריט צום באזע פאסט ביורא, וואו ער האט איילנדיג געשריבן א בריוו, און אויך געשיקט א דרינגנדע טעלעגראם. כאטש דאס איז שוין לאנג נישט געווען אן ערנסטן מיטל פון קאמוניקאציע גענוצט דורך די מיליטער, אבער אין דעם סיבירע באזע איז דאס איבערגעבליבן. צוליב די אפטפאל שרעקליכע וועטערס, איז דאס פיל מאל געווען די איינציגסטע וועג פון קאמוניקאציע, ווען אלע אנדערע מיטלען זענען געווען פעלערהאפטיג, און ראדיאס זענען נישט געווען צו די האנט. גענוי פאר אזא מצב וואס וואסילי האט זיך געטראפן. ער האט ביידע אדרעסירט צום 11'טן לופט ארמיי פון מזרח רוסלאנד, גענעראל ליוטענאנט פון לופט טרופן, אנאטאלי אלעקסאנדעראוויטש קאטשענקא, דרינגנדע מעלדונג.

ער האט גלייך דערנאך זיך צוריק געאיילט צום שפיטאל מיטצוטיילן מיט מישא די אנטוויקלונגען, אדער בעסער געזאגט די פאנטשער וואס האט זיך געשאפן אין די אנטוויקלונגען. ווי ער איז אנגעקומען אהין, האט אים א סארדזשענט אינפארמירט אז ביז דער קרימינאלס-פאליציי וועט אפיציעל אויספארשן אלישייב, וואס דאס וועט פאסירן אויף דער מארגן, וועט קיינער קענען קומען אין קאנטאקט מיט אים. דער סארדזשענט האט אויך קלאר געמאכט פאר קאטשענקא אז זיין באטאליאן גייט ארויס אויף א טרענירונגס מיסיע אין די סיבירע בערג, און אויב וואסילי ווייסט וואס איז גוט פאר אים, וועט ער זאפארט זיך אפטראגן פונעם שפיטאל, זיך יאגן צו זיין באראקן, פאקן זיין געווער און סופלייען, און זיין גרייט אין די נעקסטע 20 מינוט זיך ארויס צולאזן די איבעריגע סאלדאטן.

בלית ברירה איז וואסילי צוריק געגאנגען צו די באראקן, וואו ער האט געפונען זיינע קאמעראדן און העפטיגע הכנות, בכדי זיך אויסצוריכטן פאר די מיסיע מיט די פאסיגע געווער, סופלייען, און שניי קאמופלאזש מונדירן. אין די באשטימטע צייט האבן זיך די סאלדאטן ארויס געלאזט מיט זייערע סארדזשענטן און אפיצירן אויף א צוויי טאגיקע טרענירונגס מיסיע, אויף די פראסטיגע פארשנייטע בערג. דעריבער איז וואסילי בכלל נישט געווען אין די געגנט ווען דער מאסקווער באאמטער איז ענדליך אנגעקומען. זעלנער מישא אלישייב'ס אויספארשונג האט זיך ענדליך אנגעהויבן.

קאפיטל 6

א קראנקען-פלעגער האט געאפפערט צו העלפן מישא זיך זעצן נעבן פענסטער, אבער מישא האט זיך אנטזאגט פון דעם הילף און זיך אליינס פלאצירט מיט זיין בענקל, כאטש זיין אקסל האט פראטעסטירט אין פיין. אינדערויסן האט די זון פונקט געמאכט א ספעקטאקולערע שוי פון פייערדיגע קאלירן, ווי זי איז פאמעלאך אונטערגעגאנגען איבער'ן האריזאנט. אויפ'ן טישל, נעבן דעם פענסטער, האט דער פלעגער אויך אנגעגרייט די נויטיגע מעדיצינען: באזונדערע אנטיביאטיק קעגן אינפעקציע, איבופרופען קעגן די שמערצן, און אויך א קיל גלעזל וואסער. דער פלעגער האט שטרענגערהייט אנגעזאגט פאר זעלנער אלישייב איינצונעמען די מעדיצינען אין די קומענדיגע פאר מינוט. יענער איז דאן געגאנגען ברענגען א וואלענע דעקע, איבערלאזנדיג מישא אליין אין דעם שטילן ליידיגן צימער.

עס איז פונקט געווען זייער רואיג אינעם שפיטאל. די אינפלוענזע איז נישט געווען אזוי שטארק יענע יאר, און דאס האט געהאלפן האלטן ליידיג די בעטן. אויך איז סתם געווען צו פראסטיג פאר די סאלדאטן זיך צו קריגן צווישן זיך אדער אנמאכן פראבלעמען, און אזוי האט זיי די קעלט פארמיטן א שפיטאל באזוך מיט צובראכענע ביינער, צושפאלטענע ליפנס, און אנדערע קערפערליכע שאדן. דעם איינצלנעם אנדערן פאציענט וועלכער איז געלעגן -צוליב ערפרירונג אויף די פיס- ביים אנדערן עק פונעם לאנגען צימער, איז געווארן ארויס געפירט פונעם ערהוילונג'ס צימער.

מישא האט אויסגענוצט די שטילקייט פאר אפאר מינוט נאכדענקונג און חשבון הנפש, איבערצוגיין און אויסצושפילן אין זיין געדאנק די פאסירונגען פון די לעצטע וואך. ער האט פארמאכט זיינע אויגן און אנגעלאנט זיין קאפ אויף די קאפשטיצע פון זיין בענקל. זיינע מחשבות זענען אבער גלייך געווארן איבערגעריסן ווען ער האט געהערט די פיס טריט פון שטיוול וואס האבן זיך דערנענטערט צו אים אין צימער.

ווי איבערראשט איז ער געווארן, ווען ער האט געעפנט זיינע אויגן, צו זעהן א מאן אין ציווילע קליידונג אבער מיט מיליטערישע שטיוול. יענער האט געהאט די אויסזעהן פון א מענטש וועמען מען האט שנעל פארגעסן גלייך נאכן טרעפן. א דורכשניטליכער הויעך און ברייטקייט, א פנים וואס איז נישט פריינטליך אבער אויך נישט דראענד, מיט געזוכטסצייגן וואס האט נישט גערופן קיין אויפמערקזאמקייט. זיינע טריט זענען אויך נישט געווען צו שטאט אדער צו שנעל, און זיינע אקסלען זענען נישט געווען גראד ווי א סאלדאט, אבער אויך נישט געבויגן ווי א ארבעטער. די אנצוג אויף אים איז נישט געווען ניי, און אויך נישט גענייט צו זיין פיגור, אבער עס האט געהאט אן עקסטערן ברייטקייט ביי די זייטן, צו באהאלטן א האנט-וואפן. נאר די מיליטערישע שטיוול האבן אנגעדייטעט אויף יענעמס מיליטערישע פארגאנגענהייט. כאטש מישא האט זיך געוואונדערט פארוואס דער מאן, וועלכער איז באשטימט געווארן אים אויסצופרעגן, איז נישט קיין אפיציעלע מיליטערישע פראפארטשיק אדער אן אפיציר פון מיליציע, האט ער נישט געוואלט ערצייגן דאס מינדעסטע ברעקל אנגסט. דעריבער האט ער זיך אויפגעזעצט גראד אין זיין בענקל, אויסגעגליכן זיינע אקסלען מיט טראץ און דרייסטקייט, און מיט שארפע בליקן יענעם אפגעמאסטן פון קאפ ביז פיס, און דערנאך צוריק אויסגעדרייט זיין קאפ און אקסלען צום פענסטער אווי איינער וואס האט פארלוירן אינטערעסע.

דער פארשער האט זיך צוגעשלעפט א בענקל קעגן איבער מישא'ן, און זיך באקוועם געמאכט. ביידע זענען געזעצן אין גענצליכע שווייגעניש, ביז דער פארשער האט זיך ענדליך אנגערופן, "איך גלייך זייער שטארק די צייט וואס די הימל ווערט פארטינקלט."

אויב מישא איז איבערראשט געווארן פון דעם אנמערקונג האט ער עס נישט ארויסגעוויזן. ער האט גענלציך איגנארירט דעם פארשער.

"איך וואונדער זיך, קען מען פון דא אויך זעהן די נארד-ליכט אויפן טינקעלען הימל, אזוי שיין און קלאר אזויווי אין לענינגראד?" האט יענער געפרעגט רואיג, ווי פון זיך אליין.

"וואס ווילסטו פון מיר?" האט מישא, ווי אייביג, גאר שנעל פארלוירן זיין געדולד.

"פון דיר? גארנישט. איך ווייס שוין אלעס וועגן דיר. איך דארף שוין נישט דיין הילף."

מישא האט געשוויגן. דער פארשער איז נישט געשטערט געווארן פונעם שווייגעניש.

"דו דארפסט נישט ענטפערן, זעלנער, דו דארפסט נאר אויסהערן ווי איך גיי איבער מיינע געדאנקן אויפן קול, אין דיין אנוועזנהייט. מיין נאמען איז וואלענטין אבראמאוויטש פירסאוו. עס איז עהרע זיך צו באקענען מיט דיר. עס איז מיר אייביג אן עהרע זיך צו טרעפן מיט מיין סאביעקט, וועם מען האט מיר באאויפטראגט אויסצופארשן. מיין שפאנונג איז גרויס. די ערווארטעניש צו זעהן אויב איך קען אנצוען מיין הונדרעט פראצענטיגער רעקארד פון ברעכן מיין סאביעקט, הייטערט מיר אויף אינגאנצן."

פירסאוו האט טיף אריינגעאטעמט זיין רייץ און אויפהייטערונג. דאס האט באזארגט מישא. אויב דער פארשער'ס צוגאנג צום פארהער איז געווען אזויווי א פערזענליכע אויפפאדערונג צו באזיגן זיין קרבן, און נישט סתם אלץ איינער וואס טוט נאר זיין פליכט אלץ פארשער, דאן איז יענער נישט גלייך געווען איינצורוען ביז ער וועט ערפילן דעם ציל. דאס האט אנגעדיידט נאר צרות פאר מישא, וועלכער האט נאר געהאפט אז די גאנצע פרשה זאל פארשווינדן ווערן צווישן די מיליציע ביוראקראטיע און פוילע פארשער.

"דו ביזט א העכסט אינטערעסאנטער שטודיע. אנדערש ווי אלע מיינע אנדערע סוביעקטן. די אנדערע זעלנער אויפן באזע האבן געהאט אסאך צו דערציילן אויף דיר."

"איך וואלט נישט געלייגט קיין סאך געוויכט אויף די קינדערישע געפלוידער פון זעלנער," האט מישא אוועקגעמאכט, און געצויגן מיט די אקסלען, אן אוועקצוען זיינע אויגן פונעם פענסטער.

"אה, דא ביזטו אינגאנצן אומגערעכט. מיין ערפאלג קומט פון דעם וואס איך טוע מיין פארשונג נאך בעפאר איך רעדט צום באשולדיגטן. צוערשט שטעל איך צוזאם א בילד פון זיין פערזענליכקייט און נאטור. דאס העלפט מיר באשלוסן די פונקליכע מעטאד פון פארהער וואס איך דארף נוצן אויף אים. די געפלוידער פון סאלדאטן איז די בעסטע אינפארמאציע וואס מען קען נאר זאמלען. אינפארמאציע וואס מען קען נישט טרעפן אינעם אפיציעלן מיליטערישן פייל. דו ווילסט וויסן וואס איך האב געפונען אויף דיר?"

ווען מישא האט נישט געענטפערט איז פירסאוו נישט געווארן ענטמוטיגט, נאר ווייטער גערעדט.

"מיכאל יוסעפאוויטש אלישייב, געבוירן אין בוכארע, אוזבעקער סאוועטישע סאציאליסטישע רעפובליק. אכטצן יאר אלט. א ביסל איבער 190 צענטימעטער הויעך, און 90 קילא וואג. עלטסטע פון זעקס קינדער. די אנדערע: גבריאל, אברהם, רחל, לאנא, און עלא אלישייב."

א טרייסל איז דורכגעלאפן מישא'ס קערפער, ווען פירסאוו האט אויסגערעדט די נעמען פון זיינע געשוויסטער. און יענער האט אלעס געזאגט אויסנווענדיג, אן אפילו א פייל צו די האנט צו ליינען. פירסאוו האט קלאר געזעהן דעם טרייסל, אבער זיין שטימע האט זיך נישט געטוישט מיט זיין ערפאלג.

"דיין פייל האט א בילד פון דיר, אבער דיין געזיכט שטימט נישט מיט יענעם בילד. דארט ביזטו נאך פריש און יונג און גלאט. איך בין זיכער אז אלע דיין יארן ביזטו געווען די ליבלינג שיינע זוהן פון דיין מאמא. עס איז איר געפאלן אז איר ערשט געבוירענע האט אזא שיינקייט. פון די לינקע זייט קען איך נאך דערקענען יענע בילד, אבער דיין געזיכט פון די רעכטע זייט איז נישט צום דערקענען. ווי אזוי וועסטו קענען אנטוישן דיין מאמא ווען זי וועט דיר אזוי זעהן?"

יענער האט אזוי פונקטליך געטראפן אין ציל, אז מישא'ס הארץ האט זיך פארשנעלערט אין זארג. וויאזוי האט א מענטש וואס האט אים קיינמאל בעפאר באגעגנט, אדער זיך געקענט מיט זיין פאמיליע, געהאט אזא פונקליכע בילד פון זיינע אינערליכע געפילן?

"די אינצידענט ווען דו האסט זיך איינגעהאנדלט דעם וואונד אויף דיין רעכטן באק איז נאך די זאפטיגע געשפרעך צווישן די זעלנער, סארדזשענטן, און מיליטערישע פאליציי. אלע זענען געווען מער ווי גרייט מיר אריינצופילן אלע דעטאלן, צוצולייגן זאלץ און געווירץ, קליגע אנמערקונגען און וויצן, און גאנץ שנעל האב איך געהאט א זייער באדייטנדע בינטל אינפארמאציע אויף דיר. איך האב זיך אויך באקענט מיט אלעק דווארסאק. מער חיה ווי מענטש, איז ער. אבער איך האב שוין פילע מאל אנגעטראפן זיינס גלייכן אין מיליטער. א טיראן און דיקטאטור, אבער טיף אינעווייניג אומזיכער און נערוועז. א מארשאל פון "דעדאוושינע" פראקציס, כדי אויפצוווייזן פאר יעדן, אבער איבערהויפט פאר זיך אליין, אז ער איז פארכטלאז. אבער וויפיל איך האב געפארשט, אלישייב, און וויפיל איך האב גענישטערט, האב איך נישט געטראפן קיין איין אנדייטונג אז דו האסט פראקטיצירט "דעדאוושינע" קעגן אנדערע, אדער אנדערע קעגן דיר. וויאזוי איז דאס מעגליך? איינער אין דיין שטעלע דארף אדער זיין א פייניגער, אדער א קרבן. א פייניגער, ווייל דו ביזט שטערקער פון אנדערע, אדער א קרבן צוליב דיין ראסע, יעוורעי. אלעק דווארסאק האט גערעדט וועגן דיר מיט א רעספעקט, אבער איך האב פארשטאנען אז דו ביזט נישט פון זיין קליקע. העכסטס אינטערעסאנט. קוריאז."

מישא האט נישט געענטפערט. ער האט נאר אויסגעדרייט זיין קאפ צו קוקן פירסאוו אין די אויגן. ער האט געלאזט פירסאוו'ן קוקן אויף אים, אויף זיין צומזק'טן פנים, אין זיינע שווארצע אויגן וואס האבן ענטהאלטן די ענטפער צו אלע פראגן, און אויף זיינע גראדע אקסלען וואס געוויזן דרייסטקייט און פעסטקייט. פירסאוו האט אים טאקע בעטראכט, ווי ער איז איבערגאנגן נאכאמאל אין זיינע געדאנקן, אלעס וואס ער האט געוואוסט איבער דעם זעלנער. ענדליך האט ער זיך אנגערופן.

"אזוי זיצנדיג דא, איבערקייענדיג די אינפארמאציע און די קלאגעס קעגן דיר, בין איך געקומען צון באשלוס. אזא איינער ווי דו וועט זיך קיינמאל ברעכן. איך וועל קיין איין נאמען אדער ברעקל אינפארמאציע נישט קענען ארויסבאקומען פון דיר. איך האב נאר איין וועג צו שלוסן דעם פארשונג. און דאס מיינט אז איך מוז מאכן אזוי אז די שולדיגע זאלן אליינס קומען צו מיר. יא. אזוי וועלן מיר טוען."

פירסאוו האט געשמייכלט, ווי איינער וואס האט ענדליך געלעזט א שווערע רעטעניש.

"א דאנק דיר, זעלנער אלישייב, פארן שטעלן פאר מיר אזא באזונדערע פאל. עס וועט נישט נעמען מער ווי פופצן מינוט פון מיין באזונדערע מעטאד פון פארשונג, און איך וועל האבן אלע נעמען פון די אנדערע שולדיגע. איך וועל דיר זעהן אין א טאג-צוויי נאכאמאל. א גוטן אווענט."

און פירסאוו האט איבערגעלאזט א באזארגטן אלישייב אינעם שפיטאל.

אוועטאר
בלעכענער פנים
שר האלף
תגובות: 1127
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 04, 2019 12:51 pm
לאקאציע: כ'ווייס באמת נישט..

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

תגובהדורך בלעכענער פנים » מיטוואך סעפטעמבער 09, 2020 11:20 am

שכח, גיי אן ס'איז זייער אינטערסאנט.

אוועטאר
ניין און יא
שר האלף
תגובות: 1125
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 06, 2019 10:05 am

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

תגובהדורך ניין און יא » מיטוואך סעפטעמבער 09, 2020 3:18 pm

איך האב שוין ליידער געליינט צענדליגער נאוועלס און כמעט יעדער יודוש ביכל וואס איז דא אויף די מארקעט און איך מיין איך האב נאכנישט באגעגענט אזא ציענעדע פארזעצונג


ביטע ביטע זעץ פאר ביז די ענדגילטעגע ענדע
אקבל הערות והארות בשמחה והכרת הטוב אי"ה
-------
מפתח ארטיקלען ----- מפתח פאעזיע
-------
א pdf פון די ארטיקלען און גראמען - נעשה ע"י פעיק נוז
------
נישט איינגעשריבנע ניקס קענען קאמענטירן דא
noinyes@gmail.com

יודיש בלעטל
שר חמישים
תגובות: 93
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 12, 2020 7:01 pm

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

תגובהדורך יודיש בלעטל » דאנארשטאג סעפטעמבער 10, 2020 10:56 pm

אוי די ביסט דאך מעכטיג גוט
די ביזט אזוי גוט אריין און אויספארשונג מעטאדן
דער אויספארשער איז מעכטיג (זייער קלוג)
אליישיב (מישא) איז מעכטיג
און נאוואלני (קוקט אויס אידישע בלוט)
עס בלייבט אונז נאר צו שפעקולירן ווער עס גייט עס מאכן דער קלוגער אויספארשער
(און וואספארא זאך גייט ברענגען די באשולדיגטע )
אדער אליישיב
(קוקט מער אויס ווי דער אויספארשער כעת)

וואלטיער
אנשי שלומינו
תגובות: 6
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 16, 2017 11:24 am

ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער (קאפיטל 7)

תגובהדורך וואלטיער » דינסטאג סעפטעמבער 15, 2020 9:38 pm

צוויי נעכט זענען אדורך אדורך אן קיין שטערונג, אבער מישא איז קוים געשלאפן אין די צייט. פירסאוו'ס געזעגענונגס רייד זענען געווען אומפארשטענדליך פאר אים. וויאזוי קען דען מעגליך זיין צו מאכן די שולדיגע זאלן אליינס זיך איבערגעבן? אויב מישא וועט זיך נישט ברעכן, און די אנדערע זענען אונטער שטרענגע אנווייזונגען נישט צו רעדן, דאן וואס פלאנט פירסאוו אויפצוטוען?

די טאג שעה'ען זענען געווען שטיל, און די איינציגסטע מיט וועם מישא איז געקומען אין קאנטאקט זענען געווען די פלעגער וואס האבן זיך געפארעט איבער אים. מישא האט זיך געוואונדערט וואספארא פארברייטונגען אדער אויספארשונגען פירסאוו מאכט אין די צייט. ער האט נישט געוואוסט צי עס מאכט עס בעסער אדער ערגער ווי מער צייט עס גייט פארביי אן קיין קאנטאקט פון פירסאוו'ן.

אויפן צווייטן טאג האט מישא געהערט פון די קראנקע פלעגער אז רוב זעלנער זענען שוין צוריק אויפן באזע נאך זייער טרענירונגס אין די בערג ארום. מישא האט זיך געוואונדערט צי וואסילי וועט מאכן א פראבע זיך אריינצוזעהן אין שפיטאל און אים געבן א באריכט. אבער וואסילי האט זיך נישט באוויזן. אנשטאט, פארמיטאג צייט, זענען געקומען צוויי זעלנער, אבער נישט פון די מיליטערישע פאליציי איינהייט, און זיי האבן געהייסן מישא זאל זיך אנטוען ציווילע קליידער. דאס אליינס איז געווען זייער מאדנע פאר מישא'ן, אבער ער האט געפאלגט זייערע אנווייזונגען. ער האט זיך זייער געפלאגט מיט זיין אקסל אריינצולייגן זיין האנט אין די קליידונג. עס האט אים נאך היבש וויי געטוען, און זיינע מוסקלען האבן אים געלאזט וויסן אז ער זאל זיין מער סאנפטיג מיט זיינע באוועגונגען. זיין פיין האט זיך נאר פארמערט ווען די צוויי זעלנער האבן געצויגן זיינע הענט אויף הינטער זיין רוקן, און אים געבונדן די הענט, נישט מיט אייזענע קייט, נאר מיט שטריק. די גאנצע שפיל איז געווען זייער מאדנע פאר מישא, אבער ער האט געהאפט אז די באהערדע פון די מיליטערישע געריכטס איינהייט וועלן זיך באווייזן, און אלעס קלאר מאכן. ער האט פארט געהאלטן אז ער האט רעכטן וואס די מיליטער האט אים ערלויבט. בעפאר די שעה איז נאך אויסגעגאנגן האט ער זיך געלערנט דעם אמת - קיין שום רעכטן האט מען אים ערלויבט, און אלע געריכטס געזעצן פארלעצט געווארן - און קיינער האט זיך געקימערט.

די צוויי זעלנער האבן ארויסבאגלייט מישא פונעם באזע שפיטאל, און דערנאך אים געפירט אויף א קוים גענוצטע וועג ביים דרום זייט פונעם באזע, הינטער אלע באראקן, צום באזע בית הקברות. אויף די ברייטע גראזיגע שטח איז געווען אויסגעלייגט עטליכע קברים פון די זעלנער וועלכע האבן פארלוירן זייערע לעבנס אין די צייט וואס זיי האבן געדינט אויף די באזע. גלייך דערנעבן, אריבער די צוים פונעם באזע, און דעריבער אינדערויסן פון די לעגאלע קאנטראל פונעם ארמיי, איז געווען א קלענערע בית הקברות ווי עס זענען געלעגן די קברים מיט צופאלענע גרובשטיינער. דאס האט געהערט צו די שטאטס רעגירונג, און דארט האט מען באגראבן נאר די וועלכע זענען פארפאלן געווארן פון געזעהלשאפט, און קיינער האט זיך אומגעקוקט אויף די צושטאנד פון די שטיינער.

ביים צוים, נאך אויפן זייט וואס האט געהערט צו די ארמיי, זענען געשטאנען אויסגעשטעלט, אין א רייע, אלע זעלנער פון מישא'ס קאמפאני. זיי זענען געווען אן ערך פון צוויי הונדערט סאלדאטן. מישא האט דערקענט אסאך פון זייערע פנימער אבער ער האט נישט געזעהן קיין איין אפיציר צווישן די פארזאמלטע. די צוויי זעלנער וועלכע האבן אים געפירט, האבן זיך געוואנדן אינעם ריכטונג פונעם טירל אינעם צוים וואס האט צוטיילט די בתי קברות. די סאלדאט וואס האט אים געפירט אויף צו די רעכטע זייט האבן זיך צוגעבויגן צו אים און אים אריינגעפלוסטערט אין אויער "איך האב איינגעלייגט צוואנציג רובל אז דו וועסט זיך נישט ברעכן אינעם אויספארשונג. איך ווייס נישט וואס דיין פארשער האט געפלאנט פאר דיר, אבער מאך זיכער אז איך פארליר נישט מיין צוואנציגער."

מישא איז נישט געווען איבעראשט פון יענעמס לייכט-זיניגע ווערטער. סאלדאטן זענען באקאנט געווען פאר זייערע וועטס-געוואינהייטן, און וועטס-שפילן. וואו מען האט נאר געקענט איינלייגן געלט אויף א וועט, האבן זיי אזוי געטאן. עס האט זיי בכלל נישט געשטערט אז די איצטיגע שפיל האט זיך געהאנדלט איבער א חבר'ס אויספארשונג און פייניגונג.

ווען מישא איז אנגעקומען צום טויער צווישן די צוויי בתי קברות, האט ער געזעהן פירסאוו שטיין אויף די אנדערע זייט. זיינע באגלייטער האבן אים געשטופט אינעם ריכטונג פון פירסאוו, אבער זיי אליינס זענען געבליבן אויף די לעגאלע זייט פונעם באזע. זיי זענען געווען באשוצט דורך די מאכט פון די מיליטער. מישא איז געווארן אויספארקויפט פארן פריוואטן פירסאוו, אבער דורך וועם האט ער נישט געקענט זיין זיכער. עס האט געמוזט זיין איינער גאנץ הויעך אינעם היערארכיע פון די מיליטער. זיי האבן זיך ריינגעוואשן פון אים. זיי האבן געוואוסט זיין פארלעגנהייט, און זיי האבן פארשטאנען אז ער קען גארנישט מודה זיין אויב וויל ער בלייבן לעבן. איין ווארט קעגן אנדערע סאלדאטן, און ער וועט נישט איבערלעבן די נאכט אין זיינע באראקן. ער איז געווען א קרימינאל אן רעכטן, און אן אויסווארף אן פריינט.

נעבן פירסאוו איז געשטאנען א קליין בערגל מיט האלב געפרוירענע זאמד, און א שאוול דערין. די בערגל איז באשטאנען פון זאמד וואס איז געווען אויסגעגראבן פון א לאך וואס איז געווען בערך דריי פוס טיף, און זיבן פוס לאנג. עס איז געווען א פריש געגראבענע לאך, און מישא האט געקענט זעהן א זאמדיגע טרעקל זיצנדיג אוועקגערוקט עטליכע מעטער אוועק. איינער האט געארבעט יענעם צופרי צו גראבן דעם לאך. די לאך איז בכלל נישט געווען געאייגנט צו באגראבן א קאסטן ווייל עס איז נישט געווען גענוג טיף. עס איז אבער יא געווען גענוג טיף אריינצוווארפן א מענטש. א מאן אין מישא'ס הויעך און ברייטקייט. פירסאוו האט געזען אין מישא'ס אויגן אז ער האט גוט אפגעלייטעט די מצב, און אז ער האט אנערקענט וואס גייט איצט געשעהן צו אים.

פירסאוו איז צושטאט ארום געגאנגן מישא'ן,און זיך אפגעשטעלט הינטער אים. מישא האט געקענט שמעקן יענעמס שטיוול פיץ, ממש פריש געלייגט פארן ארויסקומען אויפן פעלד. מישא האט אויך געקענט שפירן פירסאוו'ס אויפהייטערונג און אומגעדולד, כאטש יענער איז געשטאנען הינטער אים.

"טרעט אריין," האט פירסאוו באפוילן, זיין שטימע קוים איינגעהאלטן.

מישא האט אראפגעקוקט אויף דעם גרוב, אבער ער האט זיך נישט גערירט. ער האט געהערט א שארפן אטעם הינטער זיך, געהערט יענעמס לעדערנע ביקס האלטער ווערט געעפנט, און דערנאך כמעט פארלוירן זיין באוואוסטזיין ווען א מעכטיגע זעץ האט אים געכאפט אין זיין קאפ. ער האט געשפירט ווי זיין מח ווערט צושאקלט אונטער זיין קאפ-שייד, עס האט אים געפיפן און געקלינגן אין זיינע אויערן, זיינע אויגן האבן זיך נישט געקענט פאקוסירן, און זיינע פוס האבן זיך געוואקלט אן קיין באלאנס אדער גלייכגעוויכט. די זעץ וואס ער האט געכאפט איז געווען פון א האק צום קאפ וואס פירסאוו האט אים געגעבן מיט די האנט-גריפ פון זיין וואפן. ווי נאר מישא איז געווארן צושאקלט פונעם שטארקן זעץ, האט אים פירסאוו געגעבן א שטופ אויף זיינע פוס, און מישא איז געפאלן דורך זיין קני, אריין אינעם גרוב. צוליב זיינע געבינדענע הענט, אין זיין שטארן קאפ קלאפ, האט ער נישט געקענט אפילו אפשטעלן זיין טראסק אראפ, און ער איז געפאלן מיט פנים אראפ צו די זאמד. ער האט זיך פרובירט צו אריעטירן, און זיך אויסגעגראדט מיט זיין פנים אויף ארויף, צו כאפן זיין אטעם. אויבן, ביים עק פונעם לאך האט ער געקענט זעהן ווי פירסאוו שטייט, און קוקט אראפ אויף אים. א סאדיסטישע פייער האט געגלאנצט אין זיין אויגן.

"די נעמען פון די פארברעכער. וואס זענען זיי?"

מישא האט נישט געענטפערט. ער האט זיך נישט גערירט.

פירסאוו האט געשמייכלט אראפ צו אלישייב, און דערנאך אויפגעהויבן די שאוול וואס איז געלעגן אינעם בערגל זאמד. ער האט אריינגעשטעקט די שאוול אינעם בארגל, און מיט זיינע גלאנציגע שטיוול געגעבן א געזונטן שטופ אויפן אייזן אז די שאוול זאל קענען דורכגראבן די קאלטע, הארטע, זאמד. ער האט אויפגעהויבן וויפיל זאמד עס האט זיך אנגעזאמלט אויפן שאוול, און געגעבן א ווארף אריין אינעם גרוב, אויף מישא'ס פוס.

"די נעמען," האט ער ווידער געזאגט. מישא האט ווידער געשוויגן. די סאלדאטן אויף די אנדערע זייט צוים האבן אויך געשוויגן. זיי האבן נישט געהאט קיין שום אוטאריטעט אפצושטעלן פירסאוו'ס שפיל, און קיין אפיצירן האבן זיך נישט געפונען אויפן פעלד. דאס האט אנגעוויזן אז איינער האט ערלעדיט אז פירסאוו זאל האבן א גינסטיגע און באקוועמע, כאטש אומלעגאלע, אויספארשונג.

פירסאוו האט נאכאמאל גענומען א שאוול פול מיט געפרוירענע זאמד, און עס געגאסן אויף מישא.

און דערנאך געגאסן נאך.

"די נעמען, סאלדאט. זאג מיר די נעמען."

פירסאוו האט גערעדט ווי צו זיך אליינס, און גענומען איין שאוול פול נאכן צווייטן, און עס ארויפגעגאסן אלישייבנ'ס לייב. די אייזיגע זאמד האט אים געשטאכן און געפרוירן, אבער מישא האט געשוויגן, און פירסאוו האט געגאסן. וואסילי איז געווען צווישן די פארזאמלטע, און געוואלט אויסשרייען אז ער איז דער שולדיגער, אבער די צוזאג וואס ער האט געגעבן מישא'ן האט אים געשטיקט אין האלז, און ער איז שטום געבליבן.

ווען מישא איז שוין געווען אינגאנצן איבערגעדעקט ביזן האלז, האט פירסאוו אריינגעלייגט זיין האנט אין טאש און ארויסגענומען א דינע פלאסטישע שטרוי. ער האט זיך צוגעבויגן נעבן אלישייב'ס פנים אינעם גרוב, און אים געזאגט "רעד". ווען קיין ענטפער איז נישט געקומען האט ער געלייגט די שטרוי צווישן אלישייב'ס ליפן, און געזאגט "אז דו קענסט נישט נוצן דיין מויל צום רעדן, זאלסטו נאר נוצן דיין מויל צום אטעמען".

מישא האט נישט פארשטאנען וואס פירסאוו טוט מיט אים, ביז פירסאוו האט געהויבן א גאנצע הויפן פון זאמד, און עס געגעבן א גיס אויף זיין פנים. די זאמד האט איבערגעדעקט מישא'ס קאפ, און ער האט מער נישט געקענט זעהן. ער האט אויך נישט געקענט מער אטעמען דורך זיין נאז, ווייל עס איז געווען איבערגעדעקט. ער האט נאר געקענט אטעמען אריין און ארויס א קליין ביסל דורך די דינע שטרוי וואס איז געליגן אין זיין מויל. ער האט געשפירט זעץ נאך זעץ איבער זיין קאפ, ווי מער און מער זאמד איז געווארן ארויפגעגאסן אויף אים. די שווערע וואג פון די זאמד האט אים צודרוקט זיינע ריפן ביינער, און אזוי געלייגט אסאך דרוק אויף זיינע לונגן. עס איז אים געווארן שווערער און שווערער צו אטעמען דורכן שטרוי, בעת פירסאוו האט אים גענצליך איבערגעדעקט, און באערדיגט לעבעדיגערהייט. מישא האט נאר געציטערט אז א קליין שטיקל זאמד זאל נישט איבערדעקן די איינצלנע לעכל פונעם שטרוי וואס האט אים ערלויבט אביסל לופט צו בלייבן לעבן. מישא האט פרובירט צו קאנטראלירן זיין אדרענאלין, און זיין שנעלע הארץ קלאפעניש, ווייל ווען א גוף רעאגירט צו סכנה, און די אדרענאלין גייט אריין אין פולן קראפט, ארבעט די הארץ שנעלער און שטערקער צו ברענגן פרישע לופט צו אלע וויכטיגע חלקים פונעם גוף. דאס האט געמיינט אז די לונגן דארפן ארבעטן שווערער, און נוצן מער זויערשטאף. מישא האט קוים באקומען גענוג דורכן שטרוי, און האט פרובירט צו רעגולירן זיין הארץ, כדי נישט צו דערשטוקט ווערן פון א מאנגל פון זויערשטאף. ער האט געדאוונט און געבעטן, ווי נאר א מענטש וואס איז באגראבן לעבעדיגערהייט קען.

אין די פולע פינסטערניש פון זיין קבר האט ער גארנישט געקענט זעהן, אבער ער האט פארט געקענט הערן פארשידענע קלאנגן וואס האבן דורכגעדרינגן די שטיקער געפרוירענע זאמד. די געשטומטע קלאנגן האבן זיך אים געהערט ווי א געפעכט, און עס האט זיך אים געדאכט אז ער הערט וואסילי'ס קול שרייען איבער אנדערע קולות.

***

וואסילי קאטשענקא האט געשוויגן. און געשוויגן. זיין אטעמען איז אים געווארן שווערער ווי ער האט זיך פארגעשטעלט אלישייב'ס מצב אונטער די בארג זאמד באגראבן לעבעדיגערהייט, מיט קוים א דינע שטרוי עפענונג צום אטאמען, אבער פארט האט ער געשוויגן. ווען ער האט געשפירט אז ער ווערט אליינס דערשטיקט אונטער זיין אייגענע שולד געפילן האט ער אינגאנצן פארלאזט זיין שבועה, און געגעבן א שריי צום סאדיסטישן קבר-גרובער "איך בין שולדיג, לאז אים אפ!"

פירסאוו האט געשמייכלט צו זיך אליינס, און געזאגט "און אזויווי איך האב פארויס געזאגט, זיי וועלן אליינס קומען צו מיר זיך אונטערגעבן."

ווען פירסאוו האט אבער נישט אויפגעהערט צו גיסן זאמד האט וואסילי ווידער געשריגן " איך וואסילי איגאראוויטש קאטשענקא געב זיך אויף אלץ דער שולדיגער, און איך בין גרייט צו רעדן."

פירסאוו'ן איז נישט אנגעגאנגן. ער איז געווען אין סאדיסטישע פייער, און ער האט געהאט צופיל הנאה פון זיינע אקטן. ער האט פארגעסן זיין תפקיד אלץ פארשער, און זיך געלאזט וואוילגיין אין אייגענע פארביסענע סאדיזם. וואסילי האט פרובירט צוצולויפן צום צוים, צו פארהינדערן דעם אויספארשער פון זיינע אקטן, אבער עטליכע סאלדאטן האבן אים צוריקגעהאלטן. די סאלדאטן האבן געמיינט וואסילי'ס גוטס, נישט וועלנדיג אז די ער זאל ווערן אנגעקלאגט אין ערנסטע פארלעצונגען קעגן דעם פארשער. וואסילי האט זיי געקעמפט ציין און נאגל. די זעלנער וועלכע האבן געהאלטן וואסילי'ן זענען געווען איבערראשט ווען דער ריזיגער אלעק דווארסאק איז אים געקומען צו הילף, און געשריגן אז מען זאל לאזן וואסילי קעמפן פירסאוו'ן. ווען די זעלנער האבן געזעהן אז אלעק אליינס האט גענומען אלישייב'ס צד, האבן זיי אפגעלאזט וואסילי'ן, וועלכער איז איבערגעשפרינגן דעם צוים און אנגעפאלן פירסאוו'ן און זיין פארדאמטן שאוול.

וואסילי האט זיך גענוצט זיין האנט-צו-האנט טרענירונג צו קעמפן פירסאוו, וועלכער האט נישט געוואלט אפלאזן זיין שאוול. ער געפאכעט מיט די הענט און פרובירט צו אטאקירן וואסילי'ן דערמיט, אבער וואסילי איז געווען גרעסער, שטערקער, און מער געשולדעט, און ער האט געקענט ארויסרייסן די שאוול פון פירסאוו'ס הענט. די סאלדאטן האבן געיובלט מיט ערמוטיגונג, און האבן זיך אויך אריבערגעריסן איבער דעם צוים צו העלפן וואסילי'ן נוטרעליזירן דעם פארשער, און העלפן אויפגראבן אלישייבן. וואסילי האט אנגעהאלטן פירסאוו, בעת די אנדערע האבן געגראבן מיט שנעלערהייט, אפילו מיט זייערע קאלטע פינגער.

מיט די כוחות פון די אנדערע סאלדאטן האט נישט גענומען לאנג ביז מען האט געקענט אויפגראבן אלישייב, וועלכער האט גענומען שנעל און שווער אטעמען, ווי זיין גאנצע גוף האט געלעכצט נאך פרישע לופט. נאך פאר מען האט אים אינגאנצן אפגעשאקלט פון די זאמד, האבן זיי געהערט די הויכע פייפן פון א מיליטערישע טרעקל. עס האט זיך דערנענטערט מיט א שטארקע שנעלקייט, און פון דעם איז ארויסגעשפרינגן א לופט-ארמיי פאלקאווניק.

"שטוי! האלט!" האט ער געשריגן ווי ער האט געשטומערט נענטער צו אויפגעגראבענעם קבר. פירסאוו, וועלכער האט געזעהן אז די סאלדאטן פארלירן זייער מוט אין די אנוועזהייט פון די אוטאריטעטן, האט צוריקבאקומען זיין הויכהאלטונג. ער האט זיך אפגעשאקלט פון וואסילי'ס פעסטע האלט, און זיך אויפגעשטעלט און געגריסט דעם פאלקאווניק מיט א פאלטשע שמייכל.

"דאברי דעי, פאלקאווניק."

"וואס גייט דא פאר ? ווער איז דער ראנק-עלטסטע אפיציר דא?" האט דער פאלקאווניק זיך געבייזערט. ער האט זיך אומגעקוקט אויף דעם צענע, און זעענדיג אז דער זאמדיגער אלישייב און דער צוביילטן פירסאוו זענען די איינציגסטע אן קיין יוניפארמען האט ער געפאדערט פון זיי "זענט איר סאלדאטן אויף די באזע?"

"איך בין זעלנער מיכאל יוסעפאוויטש אלישייב," האט מישא געענטפערט, זיין אטעם נאך אלץ נישט סטאביל.

"ער איז מיין ארעסטאנט," איז שנעל געקומען די צעהיצטע אנטווארט פון פירסאוו.

"איר, צוויי," האט דער פאלקאווניק אנגעוויזן אויף צוויי זעלנער, "נעמט דעם זעלנער זאפארט צום באזע שפיטאל."

'טאוואריש פאלקאווניק, איך מוז פראטעסטירן !" האט פירסאוו אויסגעשאסן. "דו האסט נישט קיין שום אוטאריטעט דא אויף דעם ארמיי באזע, און דו מישט זיך אין א פראצעס וועלכע איז פארלאנגט געווארן, און באקומען די צושטימונג, דורך די ארמיי און די לאקאלע מיליציע. דיין יוניפארם צייגט מיר אז דו ביזט פונעם לופט-טרופן אפטיילונג, און כאטש דו ביזט א פאלקאווניק, און איך האב דעם פולן רעספעקט פאר דיין פאזיציע, האסטו נישט די רעכט מיר איינצוטיילן ווי אזוי צו באהאנדלען מיין ארעסטאנט. איך בין נישט אפהענגיג צו פאלגן דעם פארשריפטן פון די מיליטער, ווייל איך האב נישט א מיליטערישן פאזיציע."

"דו," האט דער פאלקאווניק צוריק געשריגן אויף פירסאוו, 'ביזט אויף א מיליטערישן באזע, און דעריבער ביזטו, און אלעס וואס גייט דא פאר, אנגעוויזן אויף די מיליטערישע געזעצן. דער באזע קאמאנדיר ווייסט פון דעם אומלעגאלן יוסטיץ וואס ווערט אויסגעטיילט דא אונטער זיין נאז? און פארוואס האט מען נאכנישט גענומען דעם ארעסטאנט צום שפיטאל ווי איך האב באפוילן?"

די זעלנער האט זיך געאיילט צו פאלגן דעם פאלקאווניק. וואסילי קאטשענקא איז געגאנגען אונטערהאלטן אלישייב'ן, אים צו העלפן צום שפיטאל.

דער פאלקאווניק האט געגעבן א כאפ אן פירסאוו ביים קראגן, און אים געשלעפט צו דעם טרעקל וואס אים געברענגט צום פעלד. נאך איידער פירסאוו האט זיך געקענט באקוועם מאכן דערין, האט דער טרעקל ארויסגעריסן פונעם פעלד, צום באזע קאמאנדאנט
.
פון צווישן די ראנקן סאלדאטן, האט פלוצלינג זיך ארויסגעשטעלט דער ריזיגער אלעק דווארסאק, געלייגט צוויי פינגער אין מויל צו פארמען א פייפער מיט זיינע ליפן, און ארויסגעלאזט א שארפן פייף וואס האט מאמענטאל אפגעשטעלט אלעס אויפן בית הקברות.

"דריי הוראס פאר דעם בראוון יעוורעי - זעלנער מישא אלישייב. הורא !" האט ער זיך צושריגן צו די ארומיגע סאלדאטן.

ווי איין איינהייט, מיט א מעכטיגן רעש, האבן די איבעריגע סאלדאטן נאכגעפאלגט זייער אומאפיציעלע פירער, און נאכגעשריגן איינשטימיג "הורא! הורא! הורא!"

ווי א ציווילדעוועטן הארדע זענען די סאלדאטן מיטגעגאנגן מיט אלישייב און קאטשענקא, קלאפענדיג מיט די הענט,און האבן גע'יובל'ט פאר'ן העלד פונעם טאג, זינגענדיג "יעוורעי, יעוורעי!"

פון יענעם טאג האט זיך געטוישט מישא'ס מזל אויפן באזע. דעם צונאמען "יעוורעי" האבן אלע גענוצט מיט רעספעקט און באגייסטערונג.

-פארזעצונג קומט אי"ה-

אוועטאר
א נייער
שר האלף
תגובות: 1302
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 18, 2017 4:05 pm
לאקאציע: ניי מאשין

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

תגובהדורך א נייער » מיטוואך סעפטעמבער 16, 2020 7:20 am

פיינע נייעס ;l;p- ;l;p-
האלט אן
זיך אלס האלטן פריש, כקטן שנולד דמי.

אוועטאר
בלעכענער פנים
שר האלף
תגובות: 1127
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 04, 2019 12:51 pm
לאקאציע: כ'ווייס באמת נישט..

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

תגובהדורך בלעכענער פנים » מיטוואך סעפטעמבער 16, 2020 1:44 pm

א נייער האט געשריבן:פיינע נייעס ;l;p- ;l;p-
האלט אן

אוועטאר
שלמה מולכו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 365
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 18, 2019 11:18 am

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

תגובהדורך שלמה מולכו » מיטוואך סעפטעמבער 16, 2020 1:59 pm

Thank you

Keep it up please

אידיאט
שר מאה
תגובות: 140
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 08, 2019 10:43 pm

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

תגובהדורך אידיאט » מיטוואך סעפטעמבער 16, 2020 3:44 pm

wow!
אויב איך מעג פרעגען, פארוואס שרייבסטו נישט קיין אידישע נאוועלס? איך העט ווען געקויפט יעדעס איינס. דעס איז ערנסט גוט.


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 6 געסט