פאר חוצפה אינעם דייטשן גיהנום!

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
א קליינע וועלט!
שר העשר
תגובות: 12
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 28, 2020 9:33 pm

פאר חוצפה אינעם דייטשן גיהנום!

תגובהדורך א קליינע וועלט! » דאנארשטאג יולי 30, 2020 6:35 pm

מיט פאניק און שרעק איז באנימען דער כדיר הארץ, פאררייכערט און פארגאזט איז דאס מענטשליכן געפיל, אראנדזשע פלאמען פינקלען אין די פוילישע גאסן, און דאס ווערד פון לעבן איז ווי געהאנגען אויפן ציקן שטריק, 'א האר אויפשטעלענדע בליק'. וואס איז נישט באטראכט געווארן זייט חרבון המקדש!. "די צווייטע וועלט מלחמה פלאקערט און ברענט, מיט אימפעט און מאכט.."
אין א טינקל שטיבעלע אויף איינע פון די פאר'חרבה'טע גאסן אינעם שטילן פארלאשענעם געטא, זיצט שלומי נעבן זיין דערבארעמדיגן פאטער און כאפט אן זיין האנט שטארק און פעסט, "טאטי.." זאגט ער מיט א טרער, "ביזט די איינציגסטע זאך וואס איך האב נאך," כליפערט ער מיט רעכט, מיט השגת ממש ווי אן ערוואקסענער.. "מאך זיכער אז איך זאל דיר נישט פארלירן!.."
"איך וועל פראבירן!" ענטפערט די טאטע קוים מיט א האלבע אטעם ווען ביידע פלאצן אויס אין א געוויין... יאמערליך! . . . .
אסאך זאכן זענען געשען זינט דעמאלטס, צוריסן געווארן אין ארבייטס לאגערן, געבליטיגט אינטער גרויזאמע צרות און רדיפות, געלאטערט אויף וועגן און שטעגן ווערנדיג געפירט אין 'פערד וועגענער' אן קיין פלאץ זוך אויסצושטרעקן די ביינער און אן קיין ליפט פארן מינעמאלן אטעם, אבער אין די אלע הינגעריגע און 'זעט פארגעסענע' טעג האט קיין זאך אין די וועלט נישט צוטיילט טאטע פון זון, "ווייל ווי לאנג איך לעב..." האט זוך דער פאטער אמאל אויסגעדריקט מיט געפילן, "וועל איך דיר אינטער מיין שטארקן האנט היטן, און מיט מיין נעגל וועל איך צורייסן יעדער וואס וועט זוך פארטשעפענען מיט דיר!, "ווייל ליבי ובשרי אתה!.. מיין בליט און פלייש.." (הויט און ביין......).
----
דאס נאכט איז צוגעפאלן אינעם אידישן לאגער און מיט אים צוזאמען דאס ביסעלע מוט צו ווילן לעבן, די הייסע זון האט פארלאזט דעם רישות'דיגן וועלט און א פיינפולע און פארטינקלטע נאכט האט גענידער אנפילנדיג דאס טינקעלע אטמאספערע מיט טרויער און שרעק, צווישן די באראקן האט זוך נאך געהערט מערדערליכע קלעפ פון הינגעריגע דייטשן וואס האבן נאך געזיכט צו פארענדיגן דעם טאג מיט דעם זיסן סיפיק און אריינגעטריבן די אויסגעדארטע גופים אין זייערע באראקן, דאס נאך געשריי פון אויסגעפאניגטע אידן וואס האבן נישט דורך געטראגן דאס לעצט ביסעלע קלעפ און האבן זוך אויסגעשטרעקט אויף דער ערד מאכטלאז איז געווען א טעגליכע ערשיינונג, דאס סצענע האט אנגעהויבן צו ווערן עטוואס קלארער און שטילער ווען מיט אמאל האט זוך געהערט א שרעקליכן בררים!! . . . .
די חוצפעניאקקק ווואס די ביזט!!!!!!!!... די דזשאדא! יא די. קום נאר אהער!!!.. יעצט וועט מען ווייזן פאר יעדעם וואס מ'טיט מיט איינער וואס שטרעקט זוך אויס וווווועעען איך הייס אריין אין בעט!!.
----
דער אויסגעדארטן און צאפלדיגן 'שלומעלע' איז געזיצן פארגלייזט אויף זיין בעט און ארויסגעבליקט פונעם דינעם שפאלט, די אראנדזשע ווייט גרייכענדע שטראלן האט ער באטראכט מיט א טרער און געפרעגט פון זוך אליין, 'איז דאס דען מעגליך אז איך בין געבוירן געווארן אין אזא שלעכטע וועלט? אינטער מענטשן וואס האבן נישט קיין שום הרגישים אדער דאס מינימאלע פארשטאנד צו פארשטיין אז צו אקערן און שלעפן איז דא געניג פערדן אויף די וועלט און מען דארף נישט פארדעם ניצן אויסגעהינגערטע מענטשן?.." האבן זיינע אינגע הרגישים גענאגט צו פארשטיין.. זיינע אויגן זענען געווארן פארוואלקנט . . . .
.......וווווועעען איך הייס אריין אין בעט!!." האבן פליצלינג דערגרייכט זיינע אינגע אויערן, און דאן א יאמערליכן קווווווויטששש. . . . . .
"דאס איז דאך מיין טאטעעע! טאאאאאאטעעעעעעעעעעעעעע!!!....... א שטייפע האנט האט האסטיג באדעקט זיין מויל.. "די ווילסט אונז אלע אריינלייגן אין צרות?" האט ער געהערט א שטילע און ציטערדיגע קול..
שאקירט און מיט אימפעט האט זוך שלומי געטראפן די אנדערע זייט טיר דערציטערט און שאקירט, אינגאנצן דערשראקן און בלאס איז ער געלאפן אן קיין אטעם צו זיין טאטן וואס איז געליגן אויף דער ערד צובליטיגט און צוביילט, און דאן האט דער רשע באמערקט.... און א רצוחה'דיגן איינפאל האט אים באנימען . . . . . .
----
ר' משה דער געטרייער טאטע איז געהאנגען אימיטן לאגער אויפן טויטליכן בליט שטריק ווען זיין פנים איז בלאס און דערציטערט, שלומעלע שרינקט איין פאר יסירים און בוכ'ט מיט קאכעדיגע טרערן, ער אטעמט נישט פאר שרעק.. ווען מיטאמאל...
"ווי אזוי הייסטו אינגאלע??!.." ווען דאס תיפישן פראגע ווערט נאכגעפאלגט מיט א אויסשיסליכע געלעכטער...
"ש ש ש שלל ומי..
"סא ששלומי טייערע טו מיר א טובה און.. שלעפ מיר ארויס די קליינע בענקעלע וואס ליגט אינטער דיין טאטעס פיס!!" הההההאאאאאאאאאא ההאהא הא הא הא האה אא...
וווואסססס??!! ..שיעור נישט געכאפט א הארץ אטאקע אויפן פלאץ. "אבער. אבער. אויב איך נעם עס ארויס וועט מיין טאטע בלייבן הענגען און.. .. און... "איך וועל בלייבן אן א טא טאטע????!!.." האט זיין אינגן קול געיאמערט ווייעדיג און פאר'צער'ט,
זיין אינגע הערצעלע האט געפליקט שטיקער אן קיין רחמנות.. "נו? שנעלער אינגעלע?!.." האט ער פליצלינג געהערט קלינגען אין זיין פארוואלקנטע מוח,
גרויזאמע און זינען אראפ דרייענדע בילדער האבן געפלאסן אין זיין מוח'ל, ער האט זוך דערמאנט ווי שטארק זיין טאטע האט אים צוגעזאגט אז ער וועט אים נישט פארלאזן, זאל זיין וואס זאל זיין, און יעצט.. צום שוידערליכן סצענע וואס ער קען קוים איבערטראגן, זיינע פליסענדע הרגישים האבן זוך אפגעשטעלט מיט א האסטיגן קוויטש, "טאאטטעעע!!.."
א פארטעמפטע און פרעגנדע בליק פונעם דייטש האט אים קלאר געמאכט אז דער מענטשן פרעסער איז נישט דא פאר קיין מאנקי ביזנעס, מיט א שארפן בליק האט ער א פרעג געטוען דעם אומשילדיג קינד, "סא די ווילסט עס נישט טיען?".. מיט א שוואכן שאקל מיטן קאפ האט דער קינד געוויזן ניין מיט עטוואס האפענונג צום פראגע פונעם רשע,
"סא וועט מען דיר הענגען!!"
בום טראך!...
"הענג מיך!!!" האט זוך דאס קינד געהערט קאראדזש-פול.
א צומישטע און דערשראקענע טאטע איז געשטאנען ביי די זייט. ווייס ווי קאלעך, פליצלינג האט ער געכאפט... "ננננננננייייייייייייייייןןן!!, מען גייט דיר נישט הענגען!!!" אין זיין מוח האט געווירבלט ווי מיט טויזענטער האמערס 'זיין ספעציעלע צוזאג וואס ער האט געשוואוירן פאר זיין איינציג קינד..
"שלומי!" האט זוך דער טאטעס קול געהערט עטוואס שטרענג, "איך בין גוזר אויף דיר אז די זאלסט ארויסשלעפן די בענקל!!".
מיט צוגעמאכטע אויגן און מיט אן אנגעהאלטענע אטעם, מיט א בלאסן געזיכט און מיט אפגעשטעלטע מחשבות האט ער צוטערדיג צוגעטרויטן צום בענקל און . . . . . א לויטערע נשמה האט ווידער דערגרייכט צום מקור הטוב.....
(מעשה שהיה..)

==========

יעצט אין די ימי אבילות ווען מיר וויינען און קאכן אויף דעם גרויסן חורבן וואס האט באטראפן כלל ישראל אין יענע שרעקעדיגע תקיפה, איז שווער צו טראכטן פון אט די געוויסע פונקט וואס ווערט זייער ווייניג דערמאנט אין די יעצטיגע טעג. ווען מיר וועלן אריין טראכטן אין די נסיונות פון יענע שרעקליכע צייטן וועלן מיר פארשטיין אז די באשעפער האט נישט געקענט ריען צווישן א זינדיגע פאלק וואס פארשוועכן אים, און אוודי איז די צער השכינה געווען גאר גרויס, איז ווען מיר וועלן פארציילן א משל פון א קעניג וואס האט פארשיקט זיין בן יחיד'ל וועט יעדער פארשטיין אז ווען א קינד פארזינדיגד זוך פארשיקט מען וועמען?.. נישט דער קעניג!...
אבער אנדערש פירט זיך אונזער געטרייער פאטער, וואס ווען אונז האבן פארשוועכט זיין הייליגע כבוד האט אונזער טאטע בכבודו ובעצמו צובראכן זיין הייליג היים וואס ער האט אזוי ליב געהאט אנשטאט צו מאכן אש און פארע פון זיינע קינדערליך,
פון אויבן אויף קוקט עס אויס גאר שלעכט אז אונזער טאטע האט גוזר געווען אויף אונז אז מיר זאלן אים פארלירן (בגלוי), אבער ווען מיר טראכטן אריין אביסלע טיעפער זעהן מיר "אז מיטן ארויסשלעפן די בענקל האבן מיר געראטעוועט אונזער אייגענע לעבן!", ווייל דאס טייטשט 'שפח חמתו על עצים ואבנים!' אין אויסטויש פון אונזער תליה..
דעריבער דארף די געוויין פון תשעה באב נישט זיין א געוויין אויפן עביר, נאר א געוויין פון השתוככות און בענקשאפט צום ליבליכן טאטן וואס האט אונז אזוי שטארק ליב וואס וועגן זיין פריוואטן גלות עקזעסטירן מיר נאך היינט, און האפן אז ער זאל שוין בקרוב ווערן אויסגעלייזט פון זיין גלות.
זאל דער אייבערשטער העלפן אז מיר זאלן אויסגעלייזט ווערן בקרוב ממש!
א קליינע וועלט!... (אין מיר..)
כדי צו ארויסגעבן דיינע כשרונות דארפסטו נישט איבערדרייען וועלטן.. 'ווייל די וועלט איז אין דיר!'
געדענק!: 'אום אין אני לי מי לי' און 'בשבילי נברא העולם!' . . .

דייקן
שר חמש מאות
תגובות: 604
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 02, 2020 1:32 pm

Re: פאר חצפה אינעם דייטשן גהנים!

תגובהדורך דייקן » דאנארשטאג יולי 30, 2020 7:00 pm

מורא'דיג!
נישטא קיין ווערטער.

אוועטאר
ניין און יא
שר חמש מאות
תגובות: 874
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 06, 2019 10:05 am

Re: פאר חצפה אינעם דייטשן גהנים!

תגובהדורך ניין און יא » דאנארשטאג יולי 30, 2020 7:02 pm

האסט מיר צוטרייסלט
א זעלטענע געפילשע שריפט
אקבל הערות והארות בשמחה והכרת הטוב אי"ה
-------
מפתח ארטיקלען ----- מפתח פאעזיע
-------
א pdf פון די ארטיקלען און גראמען - נעשה ע"י פעיק נוז
------
נישט איינגעשריבנע ניקס קענען קאמענטירן דא
noinyes@gmail.com

אוועטאר
א קליינע וועלט!
שר העשר
תגובות: 12
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 28, 2020 9:33 pm

Re: פאר חצפה אינעם דייטשן גהנים!

תגובהדורך א קליינע וועלט! » דאנארשטאג יולי 30, 2020 7:10 pm

א ריזיגן שכח טייערע קאמפלאמענטירער! עס איז מיר ווי האניג אין מויל און חיזוק צו אנגיין ווייטער!
(ניין און יא. איך האב מיך אפגעלערנט פון דיר..)
א קליינע וועלט!... (אין מיר..)
כדי צו ארויסגעבן דיינע כשרונות דארפסטו נישט איבערדרייען וועלטן.. 'ווייל די וועלט איז אין דיר!'
געדענק!: 'אום אין אני לי מי לי' און 'בשבילי נברא העולם!' . . .

אוועטאר
ניין און יא
שר חמש מאות
תגובות: 874
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 06, 2019 10:05 am

Re: פאר חצפה אינעם דייטשן גהנים!

תגובהדורך ניין און יא » דאנארשטאג יולי 30, 2020 8:00 pm

דאן ביסטו א תלמיד המחכים את רבו
אקבל הערות והארות בשמחה והכרת הטוב אי"ה
-------
מפתח ארטיקלען ----- מפתח פאעזיע
-------
א pdf פון די ארטיקלען און גראמען - נעשה ע"י פעיק נוז
------
נישט איינגעשריבנע ניקס קענען קאמענטירן דא
noinyes@gmail.com

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11968
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

Re: פאר חצפה אינעם דייטשן גהנים!

תגובהדורך געלעגער » דאנארשטאג יולי 30, 2020 8:05 pm

זייער צוטרייסעלט.
זאל שוין זיין נקום לעינינו נקמת דם עבדיך

אלטע מלמד
שר חמישים
תגובות: 59
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 21, 2020 5:21 pm

Re: פאר חצפה אינעם דייטשן גהנים!

תגובהדורך אלטע מלמד » דאנארשטאג יולי 30, 2020 8:13 pm

אוי די טרערן פליסן. אזוי געפיליש צו זיין

אוועטאר
מארגן
שר האלף
תגובות: 1417
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 29, 2020 4:24 pm

Re: פאר חצפה אינעם דייטשן גהנים!

תגובהדורך מארגן » דאנארשטאג יולי 30, 2020 10:57 pm

הארצרייסענד

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 13884
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

Re: פאר חצפה אינעם דייטשן גהנים!

תגובהדורך לכאורה » דאנארשטאג יולי 30, 2020 11:01 pm

שרעקעדיגע מעשה, וואו איז דער מקור?

האסט א פיינע שריפט, גיי אן!
איך ווייס אז איך ווייס נישט אלעס - למשל, ווייס איך נישט וועלכע זאך איך ווייס נישט

Kollel
שר האלף
תגובות: 1357
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 16, 2019 5:03 pm

Re: פאר חצפה אינעם דייטשן גהנים!

תגובהדורך Kollel » פרייטאג יולי 31, 2020 3:09 am

לכאורה האט געשריבן:שרעקעדיגע מעשה,

האסט א פיינע שריפט, גיי אן!
ס'אשאד זיך צו טענה'ן דערויף!

אוועטאר
נאר מיט שמחה
שר חמש מאות
תגובות: 998
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

Re: פאר חוצפה אינעם דייטשן גיהנום!

תגובהדורך נאר מיט שמחה » זונטאג אוגוסט 02, 2020 7:19 am

זייער שיין אראפגעלייגט! א גוטע נקודה ארויסגעברענגט!

די'ע מעשה האביך שוין עטליכע מאל געהערט, אזוי אויך אויף די שמעלצער דרעזנער שמועס פון די'ע וואך רעדט מען דרעוועגן (דאכט'צעך מיר, אדער אויף די אינטערוויו ת"ב מיט ר' חנא פרידמאן), אבער האסטעס אראפגעלייגט מיט דיין גאלדענען פעדער, מורא'דיג!
מעגסט זיין נארוועז, אנגעצויגן, אויפגערעגט, צובראכן, צושטויסן, צופלויגן, אבער......... "נאר מיט שמחה"!!!

הייליגער רבי, דו האסט געבעטן דאווענען, אוי יוי יוי פראווענען, פאר דיר!?

אוועטאר
שמחת עולם
שר חמישים ומאתים
תגובות: 357
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 31, 2013 7:35 am

Re: פאר חוצפה אינעם דייטשן גיהנום!

תגובהדורך שמחת עולם » זונטאג אוגוסט 02, 2020 7:33 pm

א פחד פון א מעשה, עס כאפט א טרייסל...

הערליך אראפגעשריבן. א דאנק!
בעפאר דו גייסט נעמען סיי וועלכע שריט לויט די ראַט פון א חבר,
טראכט גוט אריין!
האט ער דיך גע׳עצה׳ט אדער גע׳העצ׳ט ? ? ?
__________
שמחת עולם - מיין ארטיקלען מפתח

אוועטאר
שאשא
שר האלף
תגובות: 1185
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 05, 2020 12:16 am

Re: פאר חוצפה אינעם דייטשן גיהנום!

תגובהדורך שאשא » זונטאג אוגוסט 02, 2020 9:21 pm

איך האב עס אנגעהויבן צו ליינען, איך האב נישט געקענט ווייטער ליינען אפשר א אנדערע צייט
נא להתפלל עבור " בלומא טויבא בת טראני " לרפואה שלמה

אוועטאר
Amazing
שר האלף
תגובות: 1123
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 29, 2016 9:09 pm

Re: פאר חצפה אינעם דייטשן גהנים!

תגובהדורך Amazing » זונטאג אוגוסט 02, 2020 9:35 pm

לכאורה האט געשריבן:שרעקעדיגע מעשה, וואו איז דער מקור?

האסט א פיינע שריפט, גיי אן!

ר' חנא פר"מ פארציילט דאס אין זיין ת"ב שמועס ער האט דאס געהערט פון א איז וואס איז דארט געווען בשעת מעשה, ער פארציילט עס אן די הקדמה וואס עס האט צוגעברענגט אז מען זאל עם הענגן, זיי האבן מאיזה סיבה געהאנגן די טאטע און געצווינגען די זון ארויסשלעפן דאס בענקל און ווי די טאטע האט זיך געבעטן ביים זון זאל שוין ארויסשלעפן דאס בענקל נישט קענענענדיג צוזעהן די אכזרותדיגע קליפ וואס ער כאפט נעבעך אריין, למעשה צום סוף האט ער עס געטון שטעלט ענק פאר ווי אזוי די זון האט זיך נאכדעם ארוםגעדרייט אין לאגער פירט ער אויס, א פחד!
א'מונה ב'טחון ג'עלט

סיפורי צדיקים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 456
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 11, 2018 9:43 pm
לאקאציע: נישט דארט ווי די מיינסט...

Re: פאר חוצפה אינעם דייטשן גיהנום!

תגובהדורך סיפורי צדיקים » דאנארשטאג אוגוסט 06, 2020 3:16 pm

זייער גוט געשריבן, האסט מיר אינגאנצן צוטרייסלט.
ענדליך טוה איך שוין דאס וואס מיין ניק שטעלט פאר http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=31&t=43236


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: SemrushBo, ממה נפשך, פרישע קוגל און 8 געסט