זייטס מיר געזונט'אגט!!!

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
פופציגער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 395
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 10, 2020 4:07 pm
לאקאציע: אט דא איבערגעבויגן איבערן קאמפיוטער

זייטס מיר געזונט'אגט!!!

תגובהדורך פופציגער » זונטאג יולי 26, 2020 6:43 pm

היום יום ראשון בשבת!!

ס'נאכאמאל זונטאג!!! יויש… פארוואס יעדע וואך נאכאמאל???.....

איך שטיי אויף אינדערפרי, מיינע אויגן קלעבן, כהאב נישט קיין כח א ריר צו געבן, ס'שוין היבש שפעט, איך ווער אומרואיג, כ'האלט נאכנישט עכט ביים אויפשטיין אבער איך זעה קלאר אז די וועלט גייט אן און די זייגער רוקט זיך טראצדעם וואס איך שלאף נאך, איך ווינדער זיך וואס די פוילקייט האט מיך היינט אזוי באהערשט, ביז איך דערמאן זיך - ס'דאך זונטאג היינט!

כ'גיי ארויס פונדערהיים, ס'קאכעדיג הייס, יומיד, אלעס שוויצט, איך פיהל זיך ווי א צוקוועטשטע טאמעטע מיט מיינע פאות פארקלעבט ווי א פלעכטער, און איך דערמאן זיך אז מיין שליסל פון די קאר איז געבליבן אין מיין שבת'דיגע הויזן, וואס?? איך דרייוו מיט מיין שבת דיגע הויזן? אה.. נעכטן איז געווען מוצאי שבת!! - ס'דאך זונטאג היינט!

כ'זיץ שוןי פיינעלי אין קאר, מיין הוט ווערט אראפגעלייגט אויפן פאסאנדזשיר סיעט און טראסקעט גלייך אראפ אויפן פלאהר, איך פאר ארויס פונעם דרייוו-וועי און איך בלייב שטעקן אונטער א באס, ביים ביהמ"ד דריי איך זיך ארום עטליכע מאל זוכן פארקינג אן ערפאלג, רבונו של עולם וואס גייט היינט פאר מיט מיר??? אה.. איך כאפ שוין - ס'דאך זונטאג היינט!

כ'שמייס אריין אין מקוה, אךךך… מען קען דאך נישט נעמען קיין שויער ס'די ניין טעג… נו איז וואס? טאר שוין נישט זיין קיין האנטוכער??? מוז איך בלייבן היינט נאס פון די מקוה ביז ביינאכט??? קען זיין, נאך אלעם - ס'דאך זונטאג היינט!

אויש… מיין קעמל האב איך נישט! ארויסגעפאלן פון טאש? ווייסעך נישט, אלענפאלס העמיר מאכן די פאות מיט די צען פינגערס במקום קעמל, לאמיר שוין גיין דאווענען און אנהייבן די טאג, נו גוט יעצט גיי זוך מיינע טו"ת… וואו האב איך עס נעכטן געלייגט? אה, נעכטן האט מען נישט געלייגט תפילין! - ס'דאך זונטאג היינט!

אקעי, געענדיגט דאווענען, מען גייט אין דער ארבעט, וואו איז מיין פרישטאג? אה כהאב עס נישט איינגעפאקט נעכטן, אייגנטליך - איך קען בככלל עסן פרישטאג? די בני מעיים זענען נאך בכלל נישט גרייט פאר נאך א סעודה, זיי זינגען נאך זמירות פון מלוה מלכה, - ס'דאך זונטאג היינט!

לאמיר זעהן וואס ליגט אויפן סקעדזשועל היינט, הוהא! א הויפן מיט אומגעליינטע אימעיל'ס האביך דא! אוי טאטע זיסער, דער קלעבאכטס וויל איך זאל אים צוריקקאלן, כהאדאך נישט קיין נערוון צונים! איך ווייס וואס ער פארקויפט און איך ברויך נישט זיין סערוויס!! אראפ פון די ליסט! וואס ווייטער? דער אומפארענדיגטער דאנארשטאג ארבעט ווארט אין די ליין צו ווערן געענדיגט, איך האב אבער נישט קיין געדולד דערצו! - ס'דאך זונטאג היינט!

פיינעלי האלט איך שון אינמיטן די ערשטע זאך פארן טאג, ווען איך כאפ מיך אז די עיר קאנדישן ביי אונז אין אפיס ארבעט ווי טויטע כפרות, פארוואס??? זאג מיר נישט אז איך גיי דא שוויצן אגאנצן טאג! אה… ס'נאר די פילטער, אקעי לאמיר עס מסדר זיין און געענדיגט, נישט אזא געפערליכע פארברעך נאך אלעם שטייט עס זייער גוט פארן היינטיגן טאג - ס'דאך זונטאג היינט!

איך עפן די ארטיקל וואס כהאב אנגעהויבן שרייבן פאריגע וואך, דער רעדאקטער שרייט אז ער וויל עס שוין אויף היינט, אבער עס גייט נישט, מיין הארד דרייוו ארבעט שטייט, ס'שרייבט זיך נישט! וואס וויל דער רעדאקטער פון מיר? - ס'דאך זונטאג היינט!

זעץ איך מיך אראפ אויסקלאפן מיינע פארזונטאג'טע געפילן, לאמיר עס אביסל שעירן מיט מיינע חברים און ידידים, אבער איין מינוט, וואס פונקטליך וויל איך דא? ס'מאכט דאך נישט קיין ברעקל סענס דער ארטיקל, כ'שעם מיך פון זיך אליינס וואס איך שרייב דא! נעע… נישטא פון וואס זיך צו שעמען, זייער נארמאל אזא קאטשקע בעראטשקע, - ס'דאך זונטאג היינט!

אלזא, איך גיימיר אהיים פון אפיס און איך האף אז מארגן ווען איך קום צוריק וועט שוין זיין מאנטאג,

זייטס מיר געזונט'אגט!
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגער'ס צוזאמגעקליבן פון דעם וועלטל

- האלט אייך נישט צוריק פון קאמענטירן! -

זייטס געזונט און האלטס אייך פריש!

אוועטאר
מארגן
שר האלף
תגובות: 1421
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 29, 2020 4:24 pm

Re: זייטס מיר געזונט'אגט!!!

תגובהדורך מארגן » זונטאג יולי 26, 2020 6:47 pm

;l;p- :lol:
גוט געלאכט
שרייב מער

אוועטאר
אוראייניקל
שר האלף
תגובות: 1608
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 21, 2019 9:05 am

Re: זייטס מיר געזונט'אגט!!!

תגובהדורך אוראייניקל » זונטאג יולי 26, 2020 6:48 pm

;l;p- ;l;p- ;l;p-
אין איין ווארט

זונטאג!!!

אוועטאר
בלא בלא בלא
שר חמש מאות
תגובות: 860
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 18, 2019 11:34 pm

Re: זייטס מיר געזונט'אגט!!!

תגובהדורך בלא בלא בלא » זונטאג יולי 26, 2020 6:58 pm

זיימיר מוחל, אבער אזא שטארקע זאך ארויסגעווארפן אום זונטאג???...


קיפ אן! דיין טאלאנט איז אבנארמאל - דיין פרישקייט נאכמער!
העלא?

אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר חמשת אלפים
תגובות: 5067
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

Re: זייטס מיר געזונט'אגט!!!

תגובהדורך קלאָצקאָפּ » זונטאג יולי 26, 2020 8:26 pm

;a-1; ;a-1; ;a-1;

אוועטאר
שפרינגען
שר העשר
תגובות: 37
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 30, 2020 12:45 pm

Re: זייטס מיר געזונט'אגט!!!

תגובהדורך שפרינגען » זונטאג יולי 26, 2020 8:45 pm

פחחחח..... מען טאר נישט אזוי לאכן אין די ניין טעג.... כא כא כא....
יויש ביסטו גוט פיפציגער

מטעמים
שר שבעת אלפים
תגובות: 7301
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

Re: זייטס מיר געזונט'אגט!!!

תגובהדורך מטעמים » זונטאג יולי 26, 2020 8:47 pm

געוואלדיג
אט אט קומען שוין די ימי הרחמים והסליחות!

אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר האלפיים
תגובות: 2642
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

Re: זייטס מיר געזונט'אגט!!!

תגובהדורך נו גוט נו שוין » זונטאג יולי 26, 2020 9:01 pm

ווען דער נער איז נישט מיינער וואלטעך אויך געלאכט
דער זונטאג איז מיר עפעס א געפערליכע מוטשעניש...

אוועטאר
אלטער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4457
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 14, 2020 12:44 pm
לאקאציע: אין בהמ"ד ביים קאווע שטיבל

Re: זייטס מיר געזונט'אגט!!!

תגובהדורך אלטער » זונטאג יולי 26, 2020 9:16 pm

-c:o -c:o -c:o

ס'די 9 טעג האב איך נישט געלייגט די געווענליכע..... א ער כ'אויס געפלאצט!
סטיטשי פאר ראש הקהל, סטאוויא פאר הויפט סטראטאגיסט!

ממה נפשך
שר האלף
תגובות: 1345
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

Re: זייטס מיר געזונט'אגט!!!

תגובהדורך ממה נפשך » זונטאג יולי 26, 2020 10:06 pm

אוי איז דער פיין, אריינגעפלאכטן אלע זונטיג געפילן אינאיינעם!
איך בין שטאלץ צו זיין א אייוועלט איד!

Boeing is the last to admit Boeing made mistakes - this is why I no longer trust them.

אוועטאר
נאר מיט שמחה
שר חמש מאות
תגובות: 998
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

Re: זייטס מיר געזונט'אגט!!!

תגובהדורך נאר מיט שמחה » מאנטאג יולי 27, 2020 8:32 am

מעגסט זיין נארוועז, אנגעצויגן, אויפגערעגט, צובראכן, צושטויסן, צופלויגן, אבער......... "נאר מיט שמחה"!!!

הייליגער רבי, דו האסט געבעטן דאווענען, אוי יוי יוי פראווענען, פאר דיר!?

אלטע מלמד
שר חמישים
תגובות: 62
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 21, 2020 5:21 pm

Re: זייטס מיר געזונט'אגט!!!

תגובהדורך אלטע מלמד » מאנטאג יולי 27, 2020 9:06 am

;l;p-

אוועטאר
נאר מיט שמחה
שר חמש מאות
תגובות: 998
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

Re: זייטס מיר געזונט'אגט!!!

תגובהדורך נאר מיט שמחה » מאנטאג יולי 27, 2020 9:50 am

;l;p- ;l;p- :lol:
מעגסט זיין נארוועז, אנגעצויגן, אויפגערעגט, צובראכן, צושטויסן, צופלויגן, אבער......... "נאר מיט שמחה"!!!

הייליגער רבי, דו האסט געבעטן דאווענען, אוי יוי יוי פראווענען, פאר דיר!?

אוועטאר
פופציגער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 395
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 10, 2020 4:07 pm
לאקאציע: אט דא איבערגעבויגן איבערן קאמפיוטער

Re: זייטס מיר געזונט'אגט!!!

תגובהדורך פופציגער » מאנטאג יולי 27, 2020 11:36 am

ויהי ערב ויהי בוקר יום שני!

ב"ה.
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגער'ס צוזאמגעקליבן פון דעם וועלטל

- האלט אייך נישט צוריק פון קאמענטירן! -

זייטס געזונט און האלטס אייך פריש!

צדיק בן צדיק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 312
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 05, 2019 9:21 pm

Re: זייטס מיר געזונט'אגט!!!

תגובהדורך צדיק בן צדיק » מאנטאג יולי 27, 2020 12:11 pm

:lol: :lol: :lol:
פיין געלאכט האלט אן!

דובי'ס א פען
שר חמישים
תגובות: 92
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 15, 2018 10:38 pm

Re: זייטס מיר געזונט'אגט!!!

תגובהדורך דובי'ס א פען » מאנטאג יולי 27, 2020 12:26 pm

פופציגער האט געשריבן:ויהי ערב ויהי בוקר יום שני!

ב"ה.



נו.... מאנטיג קומט גארנישט פאר ??

שטומפיג
שר האלף
תגובות: 1630
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 11, 2018 8:30 pm
לאקאציע: צווישן קענט און בראדוועי

Re: זייטס מיר געזונט'אגט!!!

תגובהדורך שטומפיג » מאנטאג יולי 27, 2020 1:03 pm

כ'האב עס געזעהן הערשט מאנטאג, אבער די זונטאג טעם ליגט נאך אין מויל.
פיינע ווארע!
ווי וואנט מאור.

אוועטאר
נאר מיט שמחה
שר חמש מאות
תגובות: 998
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

Re: זייטס מיר געזונט'אגט!!!

תגובהדורך נאר מיט שמחה » מאנטאג יולי 27, 2020 1:30 pm

דובי'ס א פען האט געשריבן:
פופציגער האט געשריבן:ויהי ערב ויהי בוקר יום שני!

ב"ה.



נו.... מאנטיג קומט גארנישט פאר ??


היינט איז ער שוין ב"ה גוט מאנטיג (מוט'יג).
מעגסט זיין נארוועז, אנגעצויגן, אויפגערעגט, צובראכן, צושטויסן, צופלויגן, אבער......... "נאר מיט שמחה"!!!

הייליגער רבי, דו האסט געבעטן דאווענען, אוי יוי יוי פראווענען, פאר דיר!?

אוועטאר
פופציגער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 395
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 10, 2020 4:07 pm
לאקאציע: אט דא איבערגעבויגן איבערן קאמפיוטער

Re: זייטס מיר געזונט'אגט!!!

תגובהדורך פופציגער » מאנטאג יולי 27, 2020 3:20 pm

נאר מיט שמחה האט געשריבן:
דובי'ס א פען האט געשריבן:
פופציגער האט געשריבן:ויהי ערב ויהי בוקר יום שני!

ב"ה.



נו.... מאנטיג קומט גארנישט פאר ??


היינט איז ער שוין ב"ה גוט מאנטיג (מוט'יג).

;l;p-
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגער'ס צוזאמגעקליבן פון דעם וועלטל

- האלט אייך נישט צוריק פון קאמענטירן! -

זייטס געזונט און האלטס אייך פריש!

סיפורי צדיקים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 476
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 11, 2018 9:43 pm
לאקאציע: נישט דארט ווי די מיינסט...

Re: זייטס מיר געזונט'אגט!!!

תגובהדורך סיפורי צדיקים » מאנטאג יולי 27, 2020 3:29 pm

ש'כח פופציגער פיינע נייעס!!!!!
ענדליך טוה איך שוין דאס וואס מיין ניק שטעלט פאר http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=31&t=43236

אוועטאר
נאר מיט שמחה
שר חמש מאות
תגובות: 998
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

Re: זייטס מיר געזונט'אגט!!!

תגובהדורך נאר מיט שמחה » דינסטאג יולי 28, 2020 4:29 am

מעגסט זיין נארוועז, אנגעצויגן, אויפגערעגט, צובראכן, צושטויסן, צופלויגן, אבער......... "נאר מיט שמחה"!!!

הייליגער רבי, דו האסט געבעטן דאווענען, אוי יוי יוי פראווענען, פאר דיר!?

אוועטאר
נאר מיט שמחה
שר חמש מאות
תגובות: 998
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

Re: זייטס מיר געזונט'אגט!!!

תגובהדורך נאר מיט שמחה » זונטאג אוגוסט 02, 2020 7:22 am

ארויפגעברענגט, מעניני דיומא...
מעגסט זיין נארוועז, אנגעצויגן, אויפגערעגט, צובראכן, צושטויסן, צופלויגן, אבער......... "נאר מיט שמחה"!!!

הייליגער רבי, דו האסט געבעטן דאווענען, אוי יוי יוי פראווענען, פאר דיר!?

אוועטאר
פופציגער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 395
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 10, 2020 4:07 pm
לאקאציע: אט דא איבערגעבויגן איבערן קאמפיוטער

Re: זייטס מיר געזונט'אגט!!!

תגובהדורך פופציגער » זונטאג אוגוסט 02, 2020 1:45 pm

נאר מיט שמחה האט געשריבן:ארויפגעברענגט, מעניני דיומא...

אבער נאך ווי....
דא ביי אונז האט פריער גערעגנט, יעצט איז יומיד, פארואלקנט,
בקיצור, די פול פעקעדזש
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגער'ס צוזאמגעקליבן פון דעם וועלטל

- האלט אייך נישט צוריק פון קאמענטירן! -

זייטס געזונט און האלטס אייך פריש!

סיפורי צדיקים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 476
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 11, 2018 9:43 pm
לאקאציע: נישט דארט ווי די מיינסט...

Re: זייטס מיר געזונט'אגט!!!

תגובהדורך סיפורי צדיקים » זונטאג אוגוסט 02, 2020 1:55 pm

שוין איינמאל זונטאג היינט.......
ענדליך טוה איך שוין דאס וואס מיין ניק שטעלט פאר http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=31&t=43236


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Majestic-12 [Bot] און 2 געסט