א גרוס פון יענע וועלט

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

קעש
שר מאה
תגובות: 167
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 17, 2019 3:28 pm

Re: א גרוס פון יענע וועלט

תגובהדורך קעש » מיטוואך יולי 29, 2020 1:44 pm

וועןרענטל האט געשריבן:
קעש האט געשריבן:
פעטער משה האט געשריבן:
קעש האט געשריבן:
פעטער משה האט געשריבן:די טענה איז שוין ערווענט געווארען אויף אפאר בלאט צירוק
די תשובה איז געווען אז ווי פארשטענדליך איז דאס געווארען דורך געשמועסט מיט דיינים און קלוגע אידן און סאיז געבליבן אז ענדערש זאל דער בחור געוואור ווערען די גאנצע געשעפט אויף א אופן וואס מען איז עס מגנה ווי איידער ער זאל עס געוואור ווערען אויף זיין אייגענע הויט (ווען עס איז שוין אסאך מאל צו שפעט)
און איך מיין אז סאיז זייער פארשטענדליך

אקעי אבער ביי מיין ב"ב האט זיך עס געהערט ווי וואטסאפפ איז אסאך פאן

זאג איך דיר אז זיי האבען געוויסט אז דאס גייט געשען
טבער לגבי דיין ב"ב (איים סארי טא טעלל יו) אויב נישט דו און נישט זי האבען וואטסעפפ וואלט איר רעאקציע נישט געדארפט זיין אזוי

really not right that's what i am explaining you
they give a very exciting image
about the whatsapp

א עקסייטמענט? איך ווייס נישט ביי מיר האט עס ארויסגעברענגט א גרויל און א עקל צו דעים

קען זיין ווייל איך קום שוין פון דארט ממילא ווייס איך דעים אמת

יא יא .. אוי וויי טאטע

אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר האלפיים
תגובות: 2524
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע: אין מאה שערים

Re: א גרוס פון יענע וועלט

תגובהדורך אונגארישע הייזער » מיטוואך יולי 29, 2020 2:04 pm

אויף וועלכן בלאט שטייט א נאמען? איך טרעף עס נישט

אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 11525
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
לאקאציע: בקרוב אין וואשינגטאן

Re: א גרוס פון יענע וועלט

תגובהדורך פאטאקי08 » מיטוואך יולי 29, 2020 2:07 pm

באקומען אויף פאסט
גאר א שיינע ארבעט געמאכט

שלך לחמך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 405
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 25, 2014 6:19 pm

Re: א גרוס פון יענע וועלט

תגובהדורך שלך לחמך » מיטוואך יולי 29, 2020 3:17 pm

קעש האט געשריבן:
פעטער משה האט געשריבן:
קעש האט געשריבן:
פעטער משה האט געשריבן:
קעש האט געשריבן:עס איז זייער א שיינע ארבייט..
אבער איך האלט אז פאר בוחריםרייטסט עס נאר אן ווייל עס איז צו ברייט און ארויס געשריבן די פרטים

די טענה איז שוין ערווענט געווארען אויף אפאר בלאט צירוק
די תשובה איז געווען אז ווי פארשטענדליך איז דאס געווארען דורך געשמועסט מיט דיינים און קלוגע אידן און סאיז געבליבן אז ענדערש זאל דער בחור געוואור ווערען די גאנצע געשעפט אויף א אופן וואס מען איז עס מגנה ווי איידער ער זאל עס געוואור ווערען אויף זיין אייגענע הויט (ווען עס איז שוין אסאך מאל צו שפעט)
און איך מיין אז סאיז זייער פארשטענדליך

אקעי אבער ביי מיין ב"ב האט זיך עס געהערט ווי וואטסאפפ איז אסאך פאן

זאג איך דיר אז זיי האבען געוויסט אז דאס גייט געשען
טבער לגבי דיין ב"ב (איים סארי טא טעלל יו) אויב נישט דו און נישט זי האבען וואטסעפפ וואלט איר רעאקציע נישט געדארפט זיין אזוי

really not right that's what i am explaining you
they give a very exciting image
about the whatsapp

עקסיידינג?
טראכט א מיניט, די האלסט באמת אז ווען זי גייט וויסן אז די קענסט דארט זעהן (לויט ווי דער ביכל איז מסביר) די סטעטוס פון א גוי מיט וועם די ארבעטסט, וואס ער לייגט ארויף וואס עס טיט זיך ביי אים אינדערהיים, גייט זי נאך אלס וועלן אז די זאלסט עס האבן, ווייל עס איס עקסיידונג?

לגבי דעם בחור אדער אינגערמאן/טאטע/זיידע, וואס האבן עס נאך קיינמאל נישט געהאט, און יעצט דורכען עס ליינען איז יצרו בוער בו פארשטיי איך וואס די שרייבסט, אבער ליבי אומר לי אז די ביכל גייט אויפטון אז די היימישע פילטער קאמפעניס גייען (מוזן) אויפקומען מיט א וועג צי בלאקן סטעטוס, און אויב פירען זיי אויס, האט זיך לכאורה אלעס געלוינט, ווייל פון א דבר טוב קען קיין שלעכטס נישט ארויס קומען.

אוועטאר
פופציגער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 394
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 10, 2020 4:07 pm
לאקאציע: אט דא איבערגעבויגן איבערן קאמפיוטער

Re: א גרוס פון יענע וועלט

תגובהדורך פופציגער » מיטוואך יולי 29, 2020 3:30 pm

שוןי געענדיגט ליינען,
איך בין ארויס פון התפעלות!! מקנא צו זיין די אידן וואס האבן א חלק דערין!
אראפגעפראסקעט דעם אמת אויף מאמע לשון!
אויווי עס ציפט... יוש ציפט עס....
כ'גלייב אז זיי האבן ערווארטעט א נעגאטיווע רעספאנס פון 'יענע וועלט' נאכן כאפן אזעכע ציפעדיגס
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגער'ס צוזאמגעקליבן פון דעם וועלטל

- האלט אייך נישט צוריק פון קאמענטירן! -

זייטס געזונט און האלטס אייך פריש!

שמו
שר שלשת אלפים
תגובות: 3233
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 31, 2011 12:38 pm

Re: א גרוס פון יענע וועלט

תגובהדורך שמו » מיטוואך יולי 29, 2020 3:33 pm

איז עפעס ראנג מיט מיר, אז איך באקום נישט קיין גריס פון יענע וועלט?
כשמ"ו כן הוא

אוועטאר
פערדס מיניסטער
שר האלף
תגובות: 1137
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 10:39 pm
לאקאציע: איך ווייס נישט

Re: א גרוס פון יענע וועלט

תגובהדורך פערדס מיניסטער » מיטוואך יולי 29, 2020 3:37 pm

שמו האט געשריבן:איז עפעס ראנג מיט מיר, אז איך באקום נישט קיין גריס פון יענע וועלט?

עס איז נאכנישט אנגעקומען צו יעדן, קוקט אויס אז ער שיקט עס ארויס צוביסלעך

אוועטאר
פופציגער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 394
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 10, 2020 4:07 pm
לאקאציע: אט דא איבערגעבויגן איבערן קאמפיוטער

Re: א גרוס פון יענע וועלט

תגובהדורך פופציגער » מיטוואך יולי 29, 2020 3:39 pm

אויף דעם וואס מאנכע טענה'ן אז ער עפנט די אויגן צו די רייץ פון טעכנאלאגיע,

אוי הלואי ווען עס איז נאך דא פארמאכטע אויגן צו עפענען....
יעדער ווייסט פונקטליך וואס דאס איז און ווי באקוועם דאס איז,
קיינער טוישט נישט זיין\איר מיינד פלוצלינג אז נעכטן האב איך געהאלטן אז מ'טאר נישט און יעצט וויל איך עס ווייל כהאב געזען א גלאנציגע וואטסעפפ אייקאן אין א ביכל...
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגער'ס צוזאמגעקליבן פון דעם וועלטל

- האלט אייך נישט צוריק פון קאמענטירן! -

זייטס געזונט און האלטס אייך פריש!

IMBZ
שר חמש מאות
תגובות: 881
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 16, 2012 1:49 pm

Re: א גרוס פון יענע וועלט

תגובהדורך IMBZ » מיטוואך יולי 29, 2020 3:48 pm

שלך לחמך האט געשריבן:
קעש האט געשריבן:
פעטער משה האט געשריבן:
קעש האט געשריבן:
פעטער משה האט געשריבן:די טענה איז שוין ערווענט געווארען אויף אפאר בלאט צירוק
די תשובה איז געווען אז ווי פארשטענדליך איז דאס געווארען דורך געשמועסט מיט דיינים און קלוגע אידן און סאיז געבליבן אז ענדערש זאל דער בחור געוואור ווערען די גאנצע געשעפט אויף א אופן וואס מען איז עס מגנה ווי איידער ער זאל עס געוואור ווערען אויף זיין אייגענע הויט (ווען עס איז שוין אסאך מאל צו שפעט)
און איך מיין אז סאיז זייער פארשטענדליך

אקעי אבער ביי מיין ב"ב האט זיך עס געהערט ווי וואטסאפפ איז אסאך פאן

זאג איך דיר אז זיי האבען געוויסט אז דאס גייט געשען
טבער לגבי דיין ב"ב (איים סארי טא טעלל יו) אויב נישט דו און נישט זי האבען וואטסעפפ וואלט איר רעאקציע נישט געדארפט זיין אזוי

really not right that's what i am explaining you
they give a very exciting image
about the whatsapp

עקסיידינג?
טראכט א מיניט, די האלסט באמת אז ווען זי גייט וויסן אז די קענסט דארט זעהן (לויט ווי דער ביכל איז מסביר) די סטעטוס פון א גוי מיט וועם די ארבעטסט, וואס ער לייגט ארויף וואס עס טיט זיך ביי אים אינדערהיים, גייט זי נאך אלס וועלן אז די זאלסט עס האבן, ווייל עס איס עקסיידונג?

לגבי דעם בחור אדער אינגערמאן/טאטע/זיידע, וואס האבן עס נאך קיינמאל נישט געהאט, און יעצט דורכען עס ליינען איז יצרו בוער בו פארשטיי איך וואס די שרייבסט, אבער ליבי אומר לי אז די ביכל גייט אויפטון אז די היימישע פילטער קאמפעניס גייען (מוזן) אויפקומען מיט א וועג צי בלאקן סטעטוס, און אויב פירען זיי אויס, האט זיך לכאורה אלעס געלוינט, ווייל פון א דבר טוב קען קיין שלעכטס נישט ארויס קומען.

פאר דעם וואס ווערט עקסיידיט. וויל איך פשוט מגילוי דעת זיין אז ער מאכט עס מער עקסיידיט ווי עס איז.
עס איז מער א אדיקשען ווי עקסיידונג.

האלצשטיין
שר חמש מאות
תגובות: 528
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 17, 2020 11:09 am

Re: א גרוס פון יענע וועלט

תגובהדורך האלצשטיין » מיטוואך יולי 29, 2020 3:56 pm

איך האב נעכטן באקומען א לעבעדיגע גרוס פון יענע וועלט

א איד זאגט מיר נעכטן אז ער האט אויפגעגעבן אלע וואטסעפפ גרופעס און ער האט זיך אראפגעסיינט
איך האב אים געזאגט אז ער האט געטון א שטארקע זאך, וויבאלד ס'איז נישט גרינג עס אויפצוגעבן וואטסעפפ

איך האב אים געפרעגט אויב ער האט עס אויפגעגעבן וועגן די "גרוס פון יענע וועלט"? זאגט ער מיר אז נישט, ער האט עס שוין גראדע באקומען אבער נאכנישט אנגעקומען עס צו ליינען

ער האט מיר געזאגט, דו דארפסט פארשטיין, ווען מ'איז אויף די גרופס איז מען נישט קיין מענטש, מ'האלט מיט א יעדע שרעקעדיגע נייעס וואס פאסירט, יעדע עקסידענט, ערדציטערנישטן שיסעריי, פייער און וואס נישט, אלעס אלעס האלט מען מיט לייוו מיט קליפס און מ'קען אזוי נישט לעבן נארמאל, יעדע מינוט איז דא נאך א נייעס, איך האב נישט געקענט געהעריג ארבעטן

און ער האט מיר ווייטער געזאגט, אין הכי נמי אנדערע נייעס פלאטפארמעס א שטייגער ווי קול מבשר קען מען אויך ווערן אנגעשראקן פון שרעקעדיגע נייעס, אבער אויף וואטסעפפ זעסטו אלעס לייוו און ס'נעמט סאך מער איבער דעם מענטש, חוץ מזה וואס קול מבשר מעלדט נישט אלעס און ער פרובירט צו מאכן א שרעקעדיגע טרויעריגע נייעס אז עס זאל נישט אזוי דערשרעקן דעם מענטש.

ער האט מיר געפרעגט, דו געדענקטס נאך די קליפ וואס איז ארומגעגאנגען אנפאנג קאראנא וואו מ'זעהט א אנגעפילטע טרעילאר ביי מאימאנעדיס האספיטאל מיט גופים פון אונזערע אייגענע אידישע ברודער בלוט און פלייש קרבנות פון קאראנא?? איז דאס נארמאל צו קוקן און ארומשיקן?? נאכ'ן זעהן אזאנע קליפס איז דען א וואונדער אז מענטשן האבן געלעבט אין א שרעקליכע אומדערהערטע פאניק???

דאס זעהט מען אויף וואטסעפפ און פאר דעם האט איך עס אויפגעגעבן, זאגט ער

אוועטאר
בלובערי
אנשי שלומינו
תגובות: 5
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 25, 2020 3:19 pm

Re: א גרוס פון יענע וועלט

תגובהדורך בלובערי » מיטוואך יולי 29, 2020 4:25 pm

איך הער מען גרייט זיך ארויסצוגעבן א ביכל 'א גרוס פון אויס וועלט' איינער מיט מער פרטים?

עפעס קורצע זאצן געהערט אז די נושא דארט איז עפעס וואס איז עדיקטעט, עס שלעפט די נייגער פון מענטשן, און האלט מענטשן אגאנצן טאג פארנומען דערמיט און עס שטערט פשוט פון אנגיין אין טאג טעגליכן לעבן. עס האט זיך שוין אפילו אנגעפילט דערפון 20 זייטן אויף די אידישע וועלט אין בלויז עטליכע טעג - עס האלט די מנהלים און אחראים פארנומען צו מעקן און האלטן ארדענונג.

מען דארף דאס אפשטעלן בעוד מועד, באלד קומען זיי ארויס מיט נאך א ביכל און דעמאלטס וועט טאקע זיין 'אויסוועלט' אויף די אידישע וועלט.

אוועטאר
פעטער משה
שר מאה
תגובות: 180
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג ינואר 03, 2020 12:21 pm

Re: א גרוס פון יענע וועלט

תגובהדורך פעטער משה » מיטוואך יולי 29, 2020 4:57 pm

בלובערי האט געשריבן:איך הער מען גרייט זיך ארויסצוגעבן א ביכל 'א גרוס פון אויס וועלט' איינער מיט מער פרטים?

עפעס קורצע זאצן געהערט אז די נושא דארט איז עפעס וואס איז עדיקטעט, עס שלעפט די נייגער פון מענטשן, און האלט מענטשן אגאנצן טאג פארנומען דערמיט און עס שטערט פשוט פון אנגיין אין טאג טעגליכן לעבן. עס האט זיך שוין אפילו אנגעפילט דערפון 20 זייטן אויף די אידישע וועלט אין בלויז עטליכע טעג - עס האלט די מנהלים און אחראים פארנומען צו מעקן און האלטן ארדענונג.

מען דארף דאס אפשטעלן בעוד מועד, באלד קומען זיי ארויס מיט נאך א ביכל און דעמאלטס וועט טאקע זיין 'אויסוועלט' אויף די אידישע וועלט.

דו ווארטסט אויף א ריספאנד פון איינעם?

אוועטאר
Amazing
שר האלף
תגובות: 1123
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 29, 2016 9:09 pm

Re: א גרוס פון יענע וועלט

תגובהדורך Amazing » מיטוואך יולי 29, 2020 5:08 pm

פעטער משה האט געשריבן:
Amazing האט געשריבן:איך האב אנגעפאנגען צו ליינען די בראשור נאך דעם וואס איך האב עס געדאונלאוד פון די אשכול

פון איין זייט בין איך אביסל שאקירט איך האב טאקע ניטש עומד געווען עד היכן הדברים מגיעים און עס איז טאקע א פחד איום ונורא

און איך וויל איבערבעטן דא די בעל הבראשור איך האב זיך אויסגעדריקט מיט לשונות של גנאי אויף עם למעשה קומט עם א געוואלד מיט קרעדיט פארן זיך ארויסזעהן במסירות נפש ווי ער שרייבט און פארן ארויסקומען אין פובליק

דא קומט אבער א גרויסע אבער ליינענדיג האב איך זיך איבערצייגט אז ער נעמט אריין 'אלע' סמארטפוין וואטס עפפ באנוצער אונטער איין שירים וואס דאס איז אן עוולה נוראה איך ווייס נישט די פראצענטן גענוי אבער טויזענטער וואס האבן וואטס אפפ באנוצען זיך דערמיט אויף א נארמאלע אופן און האבן קיין אנונג פון א פיקל טשעלענטש און איך געדענקט נישט וואס נאך ער האט גערעדט דארט, און לכבוד דעם וועט די בראשור ליידער האבן א שוואכערע אפעקט

און ווי אויך שרייבט ער וועגען די איסור פון ווידאו געאסרט ביי די רבנים.... איך מיין אין אייוועלט איז ווידאו א גאנגבארא זאך און באזונדערע אשכולות דערפאר, די איסור איז אויף די עצם ווידאו אפילו כשרע...

איך האב נאכנישט געליינט די גאנצע אבער דאס האט מיר געשטאכן אז ער נעמט א נושא וואס פילע זענען געשלאגן און לייגט דאס אן אויף אלי וואס באנוצען זיך דערמיט

אם אין הבדלה דעת מנין, מיט פארשטענדעניש

למעשה וואס איז דיין פראבלעם מיט דעם אז ער לייגט יעדעם אריין אין די קאטעגארי?
און למעשה צו דו ווילסט אדער נישט האבען די רבנים געאסרט ווידיאו טאקע כשרע אויך

ווייל די וואס נוצען וואטס אפ שפירן זיך געטראפן אן רעכט און זיי פארטיידיגען זיך סוי די ציבור הערט אז עס איז נישט 'אזא' פראבלעם נאר פאר די וואס ווערן עדיקטעט סוי טראכט מען אנדערש אז עס איז נישט ווי די בעל הבראשור לייגט עס אראפ סוי טראכט מען אפשר שרייבט ער נאך גוזמאות ( גראדע באמערקט ווי ער איגנארירט לפחות ביי איין פלאץ אז מען קען מיוטען די סטאטוס )
און בכלל עס איז קיינמאל כדי מגזם צו זיין פשוט שקר אין לו רגלים
שטעל זיך פאהר ווען ער וואלט נאר געשריבן וועגען מענטשען וואס ווערן עדיקטעט צו וואטס אפפ און נישט אויף די נושא פון די עפפ וואטס אפ און 'קיינער' דא אין וואלט עס נישט אינטערגעריסן דו ווייסט וואספארא גרעסערע השפעה עס וואלט ווען געהאט??

און וועגען ווידאוס וואס האט דאס מיט וואטס אפפ גיב ארויס א בראשור קעגן אייוועלט דאס איז קלאר נישט א וואטס אפפ נושא
א'מונה ב'טחון ג'עלט

האלצשטיין
שר חמש מאות
תגובות: 528
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 17, 2020 11:09 am

Re: א גרוס פון יענע וועלט

תגובהדורך האלצשטיין » מיטוואך יולי 29, 2020 5:14 pm

Amazing האט געשריבן:

הער אויף האקן אין קאפ מיט נייע ספינס יעדן טאג

עס איז נישט גוט צוליב די וועג פון די מערכה ווערט געפירט, עס איז גורם שלום בית פראבלעמען, ס'האט נישט קיין הסכמה פון רבנים, ער קומט נישט ארויס מיט זיין נאמען, ער איז מגזם, אייוועלט אישי איז די זעלבע פראבלעם וכו' וכו'

אפילו מענשטן אן וואטסעפפ ווייסן און זעהן בחוש וואז וואטסעפפ טוט צו מענטשן, זיי מאכן מיטינגען אין ביזנעס, מ'טרעפט זיך ביי שמחות, קיינער גייט נישט מיינען אז ס'איז נישט 'אזא' פראבלעם

אויב האסטו וואטסעפפ אויף א עכטע אויסגעהאלטענע כשר'ע וועג שפירטו דיר נישט געטראפן

מאך נישט קאלט אנדערע אידן מיט וואטסעפפ וואס וואלטן געווארן נתעורר

בלייב געזונט
שר חמישים
תגובות: 92
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 05, 2018 10:16 am

Re: א גרוס פון יענע וועלט

תגובהדורך בלייב געזונט » מיטוואך יולי 29, 2020 5:26 pm

האלצשטיין האט געשריבן:

;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-

זייער זייער שטארק און אמת

אוועטאר
ניין און יא
שר חמש מאות
תגובות: 874
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 06, 2019 10:05 am

Re: א גרוס פון יענע וועלט

תגובהדורך ניין און יא » מיטוואך יולי 29, 2020 5:45 pm

איך זעה נישט וי ער זאגט אלע ?
אקבל הערות והארות בשמחה והכרת הטוב אי"ה
-------
מפתח ארטיקלען ----- מפתח פאעזיע
-------
א pdf פון די ארטיקלען און גראמען - נעשה ע"י פעיק נוז
------
נישט איינגעשריבנע ניקס קענען קאמענטירן דא
noinyes@gmail.com

בוידעם
שר חמשת אלפים
תגובות: 5930
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 18, 2011 6:15 pm
לאקאציע: אויבן אויפן בוידעם

Re: א גרוס פון יענע וועלט

תגובהדורך בוידעם » מיטוואך יולי 29, 2020 11:49 pm

Amazing האט געשריבן:
פעטער משה האט געשריבן:
Amazing האט געשריבן:איך האב אנגעפאנגען צו ליינען די בראשור נאך דעם וואס איך האב עס געדאונלאוד פון די אשכול

פון איין זייט בין איך אביסל שאקירט איך האב טאקע ניטש עומד געווען עד היכן הדברים מגיעים און עס איז טאקע א פחד איום ונורא

און איך וויל איבערבעטן דא די בעל הבראשור איך האב זיך אויסגעדריקט מיט לשונות של גנאי אויף עם למעשה קומט עם א געוואלד מיט קרעדיט פארן זיך ארויסזעהן במסירות נפש ווי ער שרייבט און פארן ארויסקומען אין פובליק

דא קומט אבער א גרויסע אבער ליינענדיג האב איך זיך איבערצייגט אז ער נעמט אריין 'אלע' סמארטפוין וואטס עפפ באנוצער אונטער איין שירים וואס דאס איז אן עוולה נוראה איך ווייס נישט די פראצענטן גענוי אבער טויזענטער וואס האבן וואטס אפפ באנוצען זיך דערמיט אויף א נארמאלע אופן און האבן קיין אנונג פון א פיקל טשעלענטש און איך געדענקט נישט וואס נאך ער האט גערעדט דארט, און לכבוד דעם וועט די בראשור ליידער האבן א שוואכערע אפעקט

און ווי אויך שרייבט ער וועגען די איסור פון ווידאו געאסרט ביי די רבנים.... איך מיין אין אייוועלט איז ווידאו א גאנגבארא זאך און באזונדערע אשכולות דערפאר, די איסור איז אויף די עצם ווידאו אפילו כשרע...

איך האב נאכנישט געליינט די גאנצע אבער דאס האט מיר געשטאכן אז ער נעמט א נושא וואס פילע זענען געשלאגן און לייגט דאס אן אויף אלי וואס באנוצען זיך דערמיט

אם אין הבדלה דעת מנין, מיט פארשטענדעניש

למעשה וואס איז דיין פראבלעם מיט דעם אז ער לייגט יעדעם אריין אין די קאטעגארי?
און למעשה צו דו ווילסט אדער נישט האבען די רבנים געאסרט ווידיאו טאקע כשרע אויך

ווייל די וואס נוצען וואטס אפ שפירן זיך געטראפן אן רעכט און זיי פארטיידיגען זיך סוי די ציבור הערט אז עס איז נישט 'אזא' פראבלעם נאר פאר די וואס ווערן עדיקטעט סוי טראכט מען אנדערש אז עס איז נישט ווי די בעל הבראשור לייגט עס אראפ סוי טראכט מען אפשר שרייבט ער נאך גוזמאות ( גראדע באמערקט ווי ער איגנארירט לפחות ביי איין פלאץ אז מען קען מיוטען די סטאטוס )
און בכלל עס איז קיינמאל כדי מגזם צו זיין פשוט שקר אין לו רגלים
שטעל זיך פאהר ווען ער וואלט נאר געשריבן וועגען מענטשען וואס ווערן עדיקטעט צו וואטס אפפ און נישט אויף די נושא פון די עפפ וואטס אפ און 'קיינער' דא אין וואלט עס נישט אינטערגעריסן דו ווייסט וואספארא גרעסערע השפעה עס וואלט ווען געהאט??

און וועגען ווידאוס וואס האט דאס מיט וואטס אפפ גיב ארויס א בראשור קעגן אייוועלט דאס איז קלאר נישט א וואטס אפפ נושא

געטראפ"ן פילט זיך נאר איינער וואס טרעפ"ט זיך אין דעם ביכל...

לגבי וואס דו זאגסט אז ווען ער שרייבט ווען אזוי אין אזוי, וואלט עס קיינער נישט קריטיקירט, דאס איז נישט אמת, והא ראי' דו אליין שרייבסט אז דו האסט הערשט יעצט געליינט, און למעשה אבער האסטו עס גלייך קריטיקירט, נאך פאר'ן ליינען אפילו....

אלזא, לאז אפ.
רצונינו לעשות רצוניך.

אוועטאר
אזוי גאר!
שר האלף
תגובות: 1392
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש מארטש 25, 2017 7:13 pm
לאקאציע: עולם השפל

Re: א גרוס פון יענע וועלט

תגובהדורך אזוי גאר! » דאנארשטאג יולי 30, 2020 12:22 pm

איז דא א פי די עף?

אוועטאר
moishy56
שר שמונת אלפים
תגובות: 8752
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 10, 2013 6:36 am

Re: א גרוס פון יענע וועלט

תגובהדורך moishy56 » דאנארשטאג יולי 30, 2020 1:00 pm

פארפלאנטערט האט געשריבן:
יהלום האט געשריבן:
לדעתי האט געשריבן:
פרינדזשעס.. האט געשריבן:אויב די קונטרס איז געמאכט געווארן אויפצוטוען,
דעמאלס פארוואס האבן די מנהלים אראפ גענומען די PDF וואס איך האב ארויפגעלייגט?

זיי זאגן, אז ווען מען קוקט עס אויפן קאמפיוטער, גיבט מען עס א סקרול אראפ...
און ווען מען באקומט עס אויף פאסט, ליינט מען עס שוין נישט

100%

אוועטאר
moishy56
שר שמונת אלפים
תגובות: 8752
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 10, 2013 6:36 am

Re: א גרוס פון יענע וועלט

תגובהדורך moishy56 » דאנארשטאג יולי 30, 2020 1:01 pm

nmi האט געשריבן:
פארפלאנטערט האט געשריבן:
יהלום האט געשריבן:איינער מיט'ן pdf!!!

שיקט זיי אן אימעיל

HAVDULAH
POB# 608
Brooklyn, NY 11219
P. 718-851-2399
F. 718-942-9183
E. mail@havdulah.org

דאס האב איך צוריק באקומען פון זיי:
לכבוד ידידינו היקר שיחי',

א יישר כח פארן ארויסווייזן אינטערעסע צו באקומען דעם 'גרוס פון יענע וועלט'.

דער בראשור איז ספעציעל ארויסגעגעבן געווארן פארן ציהל צו ווערן עכט דעליווערד צו אלע היימישע אידישע שטיבער איבער די שטעט אין ניו יארק, ניו זשערסי, און קאנאדא. אז מען זאל דאס קענען ליינען און פארשטיין וואס עס גייט פאר אויף 'יענע וועלט'.

מיר ווילן דירעקט אז דאס זאל נישט ווערן ארומגעשיקט אין די ווירטואלע וועלט, ווייל דאס נעמט אוועק גאר אסאך פון די וויכטיגע קאנצענטראציע און פאקוס וואס פעלט זיך אויס צו קענען ריכטיג אויפכאפן די נושאים.

און פונקט ווי יעדע אנדערע אויסגאבע ווי מעלות, פאמיליע, אדער די וואך אד"ג וועט נישט ארויסשיקן די אויסגאבע אויף אימעיל, וועלן מיר דאס אויך נישט קענען ארויסשיקן.

מיר פארשטייען אז עס איז זיכער דא אסאך יוצאים מן הכלל, וועלכע האבן נישט די מעגליכקייט דאס צו ליינען, און די איינציגסטע פלאץ וועט זיין נאר דורך אימעיל. אבער צוליב די גרינגקייט צו שיקן פאר טויזנטער מענטשן אין איין רגע האבן מיר נישט די מעגליכקייט דאס ארויסצושיקן אפי' פאר א יחיד.

אויב האט איר דאס נאכנישט באקומען אויף די פאסט בעטן מיר אנטשולדיגונג, און מיר האפן אז במשך די קומענדיגע 3-4 טעג זאל שוין אלע 65,000 געפרינטע בראשורן האבן עררייכט צו אלע היימישע געגנטער, און ווי אויך צו אלע היימישע קאנטריס אין די ניו יארקער מאונטענס.

אויב ביז פרייטאג ואתחנן וועט איר דאס נאכנישט האבן, דאן קענט איר אונז שיקן א אימעיל אדער איבערלאזן א מעסעדזש, און מיר וועלן זיכער מאכן אז איר באקומט דאס.

ואתכם הסליחה.
וועד הבדלה

OK

ברוקלינער יונגערמאן
שר האלף
תגובות: 1249
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 08, 2015 1:04 am

Re: א גרוס פון יענע וועלט

תגובהדורך ברוקלינער יונגערמאן » פרייטאג יולי 31, 2020 11:03 am

באקומען אויף די פאסט.. דורךגעליינט די ערשטע צוויי דריטל אין איין אטעם
אן נעמען צדדים...
די שרייבער איז מאסיוו! ס'ברענגט אריין די מענטש אין יענע וועלט :P

דעתי העני'
די שרייבער האט קיינמאל געהאט וואטסעפפ
די שרייבער איז בחינת @פרידן דא אויפן וועלטעל, ער ווייסט אסאך וואס טוט זיך און שרייבט עס אראפ פראפעשענעל

אוועטאר
בלובערי
אנשי שלומינו
תגובות: 5
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 25, 2020 3:19 pm

Re: א גרוס פון יענע וועלט

תגובהדורך בלובערי » פרייטאג יולי 31, 2020 12:49 pm

אזוי ווי היינט איז תשעה באב, שרייב איך אפ א אנגעווייטאגטע קאפיטל היסטאריע פון מיין לעבן.

היות איך בין ניי אויף דעם וועלטל און איך ווייס נישט וויאזוי מען עפענט א נייע אשכול, דעריבער שרייב איך עס אריין דא ביים ערשטן זייטל וואס האט זיך מיר געעפענט און איך האף אז די מנהלים וועלן עס שוין פלאצירן אויפן ריכטיגן מקום.

פארהאן אסאך וואס פארציילן איבערלעבענישן אבער פארט איז נישט יעדנס גלייך. נאר אנכאפן איין דוגמא קען זיין אמאל א איבערלעבעניש וואס מען קען רעדן דערפון יארן, אבער די דורכגאנג זעלבסט מוז נישט דייקא נעמען לאנג, מען קען האבן מיטגעלעבט א מעשה אין בלויז עטליכע מינוט אדער אפילו סעקונדען און דאס קען מען פארציילן א גאנצע לעבן צוליב די השגחה פרטית, ווייטאג, אדער שמחה וואס די געציילטע מינוטען האט געברענגט און צומאל געטוישט זיין לעבן. מיין פארווייטאגטע היסטאריע האט זיך גראדע יא געצויגן א לענגערע תקופה, בעסער געזאגט כמעט א אכטל פון א געווענליכע לעבן (ימי שנותינו שבעים שנים ואם בגבורות שמונים).

נאר נאך איין קורצע הקדמה בעפאר איך הייב אן. צווישן די שורות וועט זיך צומאל דאכטן אז איך בין איבערגעטריבן, אבער איר זאלט ביטע נעמען אלע מיינע מיטמאכענישן אין באטראכט און פארשטיין אז איך האב געליטן דערפון אויף א עקסטרעמען פארנעם דעריבער בעט איך איר זאלט דן זיין לכף זכות.

מיין טאטע א גאר חשוב'ער איד, א מתמיד עצום, איש מורם מעם, א אנגעזעענער פערזענליכקייט צווישן העכערן שיכט אין אונזער קרייז. מיין טאטע האט אויפגעשטעלט א שיינע תורה'דיגע שטוב, מיינע ברודער זענען געוואקסן ווי איר קענט זיך פארשטעלן גאר נאנט צו מיין טאטנ'ס שאיפות און זעלבסט ביישפיל וואס ער האט אלס פארגעשטעלט פאר זיינע קינדער אינדערהיים. מיינע ברודער זענען אויפגעקוואסן גרויסע ת"ח, אויסגערופענע דערהויבענע אינגעלייט, אוודאי נישט נאנט צו מיין טאטנ'ס שטאנד אבער פארט פיל העכער ווי געווענליכע אינגעלייט אין זייערע יארגענג. מיט אזא תורה'דיגע שטוב פארשטייט זיך אז עס גייט ענבי הגפן מיט גוטע שידוכים פון משפחות וואס זייער יחוס איז א מעלה.. און די מחותנים אליין זענען איינס ביי איינס ווערד צו טאנצן מיט מיין טאטן ווען יעדער פון זיי זענען דיינים, מגידי משרים, און אין קלענסטן פאל (אויב מען מעג עס באטיטלען קליין) ערליכע בני תורה וואס זיצן שוין אין כולל זינט זייער חתונה.

דאס איז אלעס פונעם הערליכן שיינענדיגן בילד קוקענדיג אויף מיין משפחה, אבער גאר אנדערש ווען מען קוקט אויף מיר. איך בין מער דורכשניטליך, איך קען נישט זאגן אז איך פארשעם מיין משפחה, איך בין זייער נאנט מיט אלע מיינע ברודער, מיר פארשטייען זיך גוט כאטש א ריזן שטח טיילט אפ צווישן אונז. אבער און דא ליגט דער ריזיגער אבער..

מיט מיין טאטן האב איך נישט קיין שום קנעקשאן, מיין הארץ טריפט בלוט ווען איך שרייב דאס, איך דערמאן מיר זכרונות פון מיינע קינדער יארן, מיין טאטע איז אלעמאל טרוד מיט פסקנ'ען ערנסטע שאלות, און כמעט וואס איך האב אים נישט געזען אין שטוב, אפגערעדט אינדערפרי ווען איך בין אויפגעשטאנען איז ער שוין לאנג געווען און געלערנט שעות אין ביהמ"ד, נאר אפילו ביינאכט געדענק איך כמעט נישט מיין טאטן זיין אינדערהיים, ער פלעגט אהיימקומען גאר שפעט. אלס אינגער בחור געדענק איך האב איך אנגעהויבן פרעגן מיין מאמע וואו מיין טאטע איז, איז אלעמאל געקומען א אנדערע ענטפער. 'היינט איז ער אין בית הוראה איבערנעמען שעות פון א צווייטן דיין', היינט איז דא א אסיפה איבער א געוויסע מכשול וואס מען איז דן דערויף' און צומאל האט ער זיך סתם אזוי פארלערנט אין ביהמ"ד. 'מיט אדער אן זיין חברותא' דאס מאכט שוין נישט אויס דער עיקר אז עס איז אריבער נאך א נאכט וואס איך האב מיר געלייגט שלאפן אן הערן א גוטע נאכט פון מיין טאטן, אזא פשוט'ע זאך וואס יעדע אינגל באקומט מיט אזא שפע און עס ווייסט דאס ניטאמאל צו אפרישיעטן, האט ביי מיר כמעט נישט עקזעסטירט. אפגערעדט א שמייכל פון מיין טאטן צו מיר, אויב וועל איך דאס באצייכענען אלס יקר המציאות האב איך מגזם געווען, א שמייכל האב איך געזען אויף זיין פנים 'בלויז' ווען ער האט אריינגעקוקט צווישן די שורות אין די גמרא אין די לאנגע פרייטאג'ס ווען ער האט געלערנט פארן זמן אינדערהיים הויעך אויפן קול, מיט א באקאנטע גמרא תנועה, איך פלעג שטיין אין די זייט קלאצן אויף מיין טאטן און ווארטן צו זען א שמייכל וואס איז אבער בלויז ארויסגעקומען נאכן צוטרעפן צו א קשי' פון מהרש"א.

אבער דאס אלעס וואלט נאך מיטגעגאנגען. מיין טאטע א אויסגערופענע מתמיד, עכ"כ אפילו ווען איך בין שוין צוגעגאנגען רעדן צו אים, דערציילן מיינע 'וועלטליכע' בחורי'שע נייעס האט ער געגעבן בלויז אזא ברום ווייטער אויפן זעלבן טאן ווי ער האט געהאלטן אינעם גמרא ניגון, און ער האט פארגעזעצט צו לערנען, צווישן יעדע אטעם וואס איך האב געגעבן האט ער אריינגעכאפט נאך א שורה'לע גמרא, נאך א רש"י'לע. זייענדיג אביסל עלטער האב איך אנגעהויבן האלטן אביסל חשבון האט ער אין א געווענליכע שמועס וואס איך האב געהאט מיט אים, איז ער אראפגעפארן א עמוד גמרא, ווען ער ברומט זיך אונטער פון צייט צו צייט, וואס האט 'געווענליך' געשטימט לויט מיין ריטעם פונעם ערציילונג...

מיין טאטע וואס איז דירעקט א אנגענומענע און דווקא געשמאקע מענטש אין ביהמ"ד האב איך אבער נישט זוכה געווען דאס צו שפירן. שיעור פארגעסן צו שרייבן. ער האט זיך בלויז געפרייט ווען ער האט געזען מיין בחינה פון ישיבה כאטש ווי געשריבן אויבן איז דאס געווען מיט פיל קלענערע צייכענס ווי מיינע ברודער'ס. און מיט דעם האט זיך אנגעהויבן און געענדיגט מיין קשר מיט מיין חשוב'ן טאטן. איך האב שוין אפילו אמאל געטראכט פון אנהייבן ארויספרינטן פאלשע בחינות אזוי 'ארויס'גנבנ'ען' פון מיין טאטן נאך א אויסגעגארטן שמייכל, זיינע לעכטיגע אויגן זאלן נאכאמאל קוקן גלייך אריין אין מיינע אינגע בענקעדיגע אויגן וואס גארט און ווארט אויף א טאטנ'ס אויפמערקזאמקייט אבער ער איז אלעמאל געווען ממש ווי פארבלאנדזשעט צווישן די הונדערטער פולע ספרים שאנק פאליצעס מיט אירע טויזנטער ספרי קודש פארטון אין דברים שהעולם עומד.

איינמאל איז דאס געווען. איך בין שוין געווען א בן ששה עשר, ווען איך האב דיסיידעט 'עד כאן' איך גיי צוגיין צו מיין טאטן און זאל זיין וואס זאל זיין, איך גיי היינט שמועסן מיט אים, יא דאס אומגלויבליכע גייט היינט פאסירן, איך גיי האבן א פשוט'ע שמועס מיט מיין טאטע און פאר יעדן פרייז! איך בין געווען אזוי אפגעמאכט ביי מיר אז איך בין ארומגעגאנגען יענע טאג מיט טאנצעדיגע טריט אבער פון די אנדערע זייט מיט א קענטיגע שרעק 'ווי אזוי גייט מיין טאטע ריספאנדען צו מיר'? איך האב מיר בארואיגט אז נאכאלעם איז ער מיין טאטע און איך בין זיין קינד, איז וואס קען שוין פאסירן?

איך בין אהיימגעקומען יענעם פרייטאג, 2 שעה פארן זמן די טיר עפענט זיך און מיין טאטע שפאצירט אריין (מיט א אפענע ספר אין האנט!) זיינע אויגן פארקנייטשט קענטיג פארטון אין א שווערע מבוכה אדער עפעס א הלכה'דיגע פולמוס. איך האב פון מיין זייט אויך פארקנייטשט מיינע אויגן, און אפגעמאכט אז יהי' מה שיהי' היינט גייט מיין פלאן אין גאנג. מיין טאטע האט זיך פלינק אנגעטון די בגדי שבת און ביז מינוטן איז ער שוין געווען ווייט אוועק פארטיפט אין א ספר - געווען דעמאלט'ס א שו"ע יו"ד - איך נעם דרייסטע טריט, און איך גרוס פונדערווייטנס א גוטן ערב שבת "א ברום'' איז געווען די ענטפער. איך קלער אויפצוגעבן אבער איך האב גענומען קוראזש און אהינגערוקט א בענקל נעבן מיין טאטנ'ס, און אנגעהויבן א שמועס, ווי געווענליך האט ער אנגעהויבן ברומען צווישן יעדע שורה, אבער איך האב זיך געהאלטן פעסט ביי מיר אז דער שמועס גייט אויף קיין שום פאל נישט זיין א 'געווענליכע' שמועס. איר מעגט דאס רופן חוצפה אבער איך האב גערוקט מיין בענקל גאר נאנט צו זיינס ביז איך האב ממש געשפירט זיין אטעם און איך האב אים אריינגעקוקט אין די אויגן. איך שעם מיר צו זאגן, אבער מיין גאנצע פלאן וואס איך האב מיר שוין געגרייט אזא לאנגע צייט האט זיך אויסגעלאזט מיט א וויסטן דורכפאל, איך האב נישט באוויזן צוציען און באקומען מער ווי די 'געווענליכע' אויפמערקזאמקייט פון מיין טאטן. יענע שבת איז געווען ביי מיר א ת"ב, איך בין אויפגעווען פון יענעם דורכגעפאלענעם פלאן מיינעם, פאר גאנצע 36 שעה נישט פארמאכט א אויג, אפילו לאנג נאכדעם וואס מיין אויג איז שוין אויסגעלאפן פון יעדע פליסיגקייט. "איך קען מיר שוין טאקע גענצליך מייאש זיין פון א טאטע''?! דאס האט מיר געדרוקט און געענגט, און נישט געלאזט קיין מנוחה.

איר זאלט מיר מוחל זיין פאר די קומענדיגע פאר שורות: היינט בין איך שוין חתונה געהאט און איך בין ממש פארמיאו'סט פון א ס..., איך קען פשוט נישט אנקוקן די זאך וואס איך שפיר אז דאס האט אוועקגענומען מיין טאטן פון מיר. איך קען דאס אפילו נישט ברענגן פאר איינעם פון א אנדערע טיש וואס בעט מיר א טובה אים ארויפצושיקן א געוויסע ספר. איך קען נישט פארשטיין ווי אזוי א טאטע קען אוועקגעבן זיינע קינדער פאר אנדערע זאכן. איך ווייס אז תורה איז טאקע זייער חשוב אבער פארט ''טאטי!'' פארוואס בין איך נאר זוכה צו הערן ברומען פון דיר?

פרטים פון די מעשה האב איך אביסל געטוישט כדי מען זאל נישט כאפן פון וועם איך רעד, אבער אויב מאכט איר א 'פיינד ענד ריפלעיס' יעדס מאל עס שטייט אינעם ארטיקל 'תורה' און 'ספר' ריפלעיסד דאס צו די ווארט 'כלי', איז גאר מעגליך אז אייער קינד האט דאס געשריבן...

צוריק צו 'מיין' מעשה: איך טרייסט מיר אלס אז 'כאטש האט ער געשמייכלט צו מיר ווען איך האב אהיימגעברענגט א בחינה'. זייענדיג כאטש מיט איין זאך מער פון מיינע חברים וואס זייערע טאטעס טוען די זעלבע מיט זיי ווען זיי 'ברומען' זיך ארויס פונעם כלי וואס זיי האבן ניטאמאל דאס.
צוגעלייגטע
17.PNG
17.PNG (55.5 KiB) געזעהן 417 מאל
לעצט פאראכטן דורך בלובערי אום מוצ"ש אוגוסט 01, 2020 10:36 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
איינס
שר ששת אלפים
תגובות: 6139
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

Re: א גרוס פון יענע וועלט

תגובהדורך איינס » פרייטאג יולי 31, 2020 1:15 pm

קאנפיוזינג :(...
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

דעפרעסט
שר חמש מאות
תגובות: 905
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 27, 2011 2:51 pm

Re: א גרוס פון יענע וועלט

תגובהדורך דעפרעסט » פרייטאג יולי 31, 2020 1:20 pm

ברוקלינער יונגערמאן האט געשריבן:באקומען אויף די פאסט.. דורךגעליינט די ערשטע צוויי דריטל אין איין אטעם
אן נעמען צדדים...
די שרייבער איז מאסיוו! ס'ברענגט אריין די מענטש אין יענע וועלט :P

דעתי העני'
די שרייבער האט קיינמאל געהאט וואטסעפפ
די שרייבער איז בחינת @פרידן דא אויפן וועלטעל, ער ווייסט אסאך וואס טוט זיך און שרייבט עס אראפ פראפעשענעל

גא"מ, ווער איז טאקע דער שרייבער ? ר' גאלדשטיין פון יעסעדש ?

אוועטאר
סטיטשינער
שר שבעת אלפים
תגובות: 7881
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 05, 2017 3:49 pm

תגובהדורך סטיטשינער » פרייטאג יולי 31, 2020 3:18 pm

בלובערי האט געשריבן:אזוי ווי היינט איז תשעה באב, שרייב איך אפ א אנגעווייטאגטע קאפיטל היסטאריע פון מיין לעבן.

שיין שיין! דו האסט א מוראדיגע טאלאנט.
דערוויל האסטו די גרעסטע פערצענט געלאנגע תגובות פון אלע ניקס דא... האלט עס אן!

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 4 געסט