געמיר א ציגרעטיל?!?

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
נתן בן ופסי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5513
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 04, 2019 8:34 am
לאקאציע: מחנה ישראל

געמיר א ציגרעטיל?!?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נתן בן ופסי »

יעדער קען די פראגע האסט א ציגרעטיל אפשר?? איז דאס מענשטעליך ווען מען ווייסט אז יענער האט געצאלט פארן באקס 12 צי 13 דולער??

לאמיר צוריק מישען מיט אפאר יאר צוריק ווען מיר זענען געזיצען און חדר ציזאמגעפרעסט דרייסיג קינדער און איין כיתה (נאך פאר קאראנא..) צימאל האט די רבי אנגעצינדען די ערקאנדישען אויפן העכסטען גראד אפי' אינדערויסען איז געגאנגען א שניי (איך בין נאך אלץ פארקילט פון דעמאלסט) אין פונקט 5 מניט פאר ריסעס האט ער געמיזט אנהייבען מסביר זיין די רש''י די חילוק פון א לשון כבוד און א לשון קל.. וואס אפי' אנהייב טאג וואלט מיין קאפ געשווינדעלט פון דעי רש''י, אין כ''ש 5 מניט פאר ריסעס (וואס די ריסעס איז באשטאנען פון קארגע 15 מניט)

יעדער געדענקט נאך די שמחה ווען די בעיל האט געקלינגען און דעמאלסט האט זיך יעדער ארויס גענומען זיין פלעסטיק בעג מיט אפאר ציקראכטע פרעצילס אדער פאטעטע שטיפס.. און יעדער געדענקט אויכעט אז עס זענען געווען קינדער וואס האבען אפאר מאל פארגעסען צי ברענגען און עס האט זיך אנגעהויבען א שנארעריי.. געב מיר אביסעל.., און עס זענען געווען קינדער וואס מרוב תאוותו האבען געשנארט אפי' מען האט געהאט אייגענע..

אבער יעצט ווען מען איז עלטער געווארען פארשטייט יעדער איינער אז עס איז געווען מעשה ילדות, און עס איז נישט רעאליסטיש צי גיין שנארען פון יענעמ'ס ביסען פון מויל והא ריאה איך זעה נישט ווען איינער ברענגט א בעג מיט אביסעל עסן טועם צי זיין אין שול ס'זאל זיין לאנגע ליינס ביי זיין פלאץ

מאי שנה ציגרעטיל מריסעס???
לעצט פארראכטן דורך נתן בן ופסי אום פרייטאג יולי 10, 2020 1:02 am, פארראכטן געווארן 5 מאל.
ה' נָתַן וה' לָקָח, יְהִי שֵׁם ה' מְבֹרָךְ (איוב א, כא)
אוועטאר
fiena nieas
שר חמשת אלפים
תגובות: 5564
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 23, 2011 8:56 am

Re: געמיר א ציגרעטיל?!?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך fiena nieas »

דאס איז א ריזיגע פראגע!! איך מיין אז ס'האט מיט די גאנצע ציגעראטעל איז א סאשעל זאך ס'כמעט נישט אינטערסאנט צו רייכערן אליינס סא איז עס געווארן אזא אה געב מער איינס כאילו מאך מיך נישט דזעלעס... עפעס אזוי
פעטער ליפא
שר מאה
תגובות: 129
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 11, 2020 7:28 pm

Re: געמיר א ציגרעטיל?!?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעטער ליפא »

די פראבלעם איז נאך מער אז פאר געוויסע מענטשן פאסט גאר נישט צו נעמען קיין געלט ווייל איך בין עפעס א שנארער? עס זענען דא אן א שיער מענטשן וואס האבן נישט קיין באקס ווייל נאכדעם רייכערן זיי צופיל און זיי ווילן באמת באצאלן
אוועטאר
נתן בן ופסי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5513
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 04, 2019 8:34 am
לאקאציע: מחנה ישראל

Re: געמיר א ציגרעטיל?!?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נתן בן ופסי »

פעטער ליפא האט געשריבן:די פראבלעם איז נאך מער אז פאר געוויסע מענטשן פאסט גאר נישט צו נעמען קיין געלט ווייל איך בין עפעס א שנארער? עס זענען דא אן א שיער מענטשן וואס האבן נישט קיין באקס ווייל נאכדעם רייכערן זיי צופיל און זיי ווילן באמת באצאלן

ווען יענער וויל באצאלען איז גיט! אבער עס איז דא מענטשען וואס עס איז א לכתחילה (יעדן טאג).. וויל איך פלעין ארויס האבען זייער געדאנקען גאנג
לעצט פארראכטן דורך נתן בן ופסי אום דאנערשטאג יולי 09, 2020 10:11 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
ה' נָתַן וה' לָקָח, יְהִי שֵׁם ה' מְבֹרָךְ (איוב א, כא)
אוועטאר
נתן בן ופסי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5513
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 04, 2019 8:34 am
לאקאציע: מחנה ישראל

Re: געמיר א ציגרעטיל?!?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נתן בן ופסי »

fiena nieas האט געשריבן:דאס איז א ריזיגע פראגע!! איך מיין אז ס'האט מיט די גאנצע ציגעראטעל איז א סאשעל זאך ס'כמעט נישט אינטערסאנט צו רייכערן אליינס סא איז עס געווארן אזא אה געב מער איינס כאילו מאך מיך נישט דזעלעס... עפעס אזוי

זאגסט א הסבר, אבער וואלט אויסגעקומען אויס וואלט מען געגעסען צופרי פאפקארען אנשטאטס א קאווע וואלט ווייטער געווען די שנארעריי אזוי ווי און חדר ווייל קאווע איז אויך א סאשעל זאך
ה' נָתַן וה' לָקָח, יְהִי שֵׁם ה' מְבֹרָךְ (איוב א, כא)
אוועטאר
nmi
שר חמשת אלפים
תגובות: 5122
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

Re: געמיר א ציגרעטיל?!?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך nmi »

נתן בן ופסי האט געשריבן:
פעטער ליפא האט געשריבן:די פראבלעם איז נאך מער אז פאר געוויסע מענטשן פאסט גאר נישט צו נעמען קיין געלט ווייל איך בין עפעס א שנארער? עס זענען דא אן א שיער מענטשן וואס האבן נישט קיין באקס ווייל נאכדעם רייכערן זיי צופיל און זיי ווילן באמת באצאלן

ווען יענער וויל באצאלען איז גיט! אבער עס איז דא מענטשען וואס עס איז א לכתחילה (יעדן טאג) וויל איך פלעין ארויס האבען זייער געדאנקען גאנג

איך וואלט געזאגט אז 80% מענטשן וואס בעטן א ציגרעטל קומען שוין מיט א דאללער אין טאש גרייט צו באצאלן. פון עקספיריענס.
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי
בעל מנוחה
שר האלף
תגובות: 1166
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 21, 2017 5:08 pm

Re: געמיר א ציגרעטיל?!?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעל מנוחה »

ווי אזוי איך פארשטיי קומט עס ווייל די סוב קאנשעס פונעם מקבל גייט אז יענער איז מיר גרייט צו געבן א ציגרעטל פאר מיין קאמפעני, פעיר דיעל, נישט אזוי?! א שמועס האט א פרייז
וירא מנוחה כי טוב ויט שכמו לסבול
ווען מען איז זיך סובל קען מען שפירן די ריכטיגע מנוחה
אוועטאר
fiena nieas
שר חמשת אלפים
תגובות: 5564
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 23, 2011 8:56 am

Re: געמיר א ציגרעטיל?!?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך fiena nieas »

נתן בן ופסי האט געשריבן:
פעטער ליפא האט געשריבן:די פראבלעם איז נאך מער אז פאר געוויסע מענטשן פאסט גאר נישט צו נעמען קיין געלט ווייל איך בין עפעס א שנארער? עס זענען דא אן א שיער מענטשן וואס האבן נישט קיין באקס ווייל נאכדעם רייכערן זיי צופיל און זיי ווילן באמת באצאלן

ווען יענער וויל באצאלען איז גיט! אבער עס איז דא מענטשען וואס עס איז א לכתחילה (יעדן טאג) וויל איך פלעין ארויס האבען זייער געדאנקען גאנג

איך רוף עס איך רייכער על פי קבלה :P :P
אוועטאר
nmi
שר חמשת אלפים
תגובות: 5122
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

Re: געמיר א ציגרעטיל?!?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך nmi »

:lol:
fiena nieas האט געשריבן:

בעל מנוחה האט געשריבן:ווי אזוי איך פארשטיי קומט עס ווייל די סוב קאנשעס פונעם מקבל גייט אז יענער איז מיר גרייט צו געבן א ציגרעטל פאר מיין קאמפעני, פעיר דיעל, נישט אזוי?! א שמועס האט א פרייז

דאס האב איך געזאגט פריער . אבער ס'נישט ממש אזוי ווייל מענטשן גייען צו א רענדאם מענטש אין די גאס וואס רייכערט רבי יוד האסט אפשר א ציגעראטעל? און נישט צו שמיעסן זיי וואקן נאכדעם אוועק

אינטערסאנט אויך אז איך מיין ביי גויים איז נישט דא אזא זאך גייסט צו א גוי און זאגסט עים איך קען אפשר האבן א ציגעראטעל קיקט ער דיר אן פון די לבנה
בעל מנוחה
שר האלף
תגובות: 1166
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 21, 2017 5:08 pm

Re: געמיר א ציגרעטיל?!?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעל מנוחה »

גראדע ביי גויישע סטודענטן איז עס פונקט אזוי נארמאל ווי ביי אינז,
איך האב געהאט אזא מעשה אין בארא פארק אלס בחור מיט א יונגען שגץ און ער האט אינז געגעבן ווי כאילו ס'איז א העכסט נארמאלע זאך
וירא מנוחה כי טוב ויט שכמו לסבול
ווען מען איז זיך סובל קען מען שפירן די ריכטיגע מנוחה
KMW
שר האלפיים
תגובות: 2283
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 23, 2017 11:05 am

Re: געמיר א ציגרעטיל?!?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך KMW »

די מענטשן װאס אפערן געלט האבן אײביג די זעלבע דאלער װײל זײ װײסן אז יענער גײט עס ממילא נישט נעמען, עס איז א אוממענטשליכקײט צו בעטן זיכער פאר אײנער װאס האט קײנמאל קײן אײגענע.
עס בענקט זיך צו קאָני װאס פלעגט געבן בחפץ לב און אפילו פרעגן אױב מ'דארף צװײ...
נאך איינער

Re: געמיר א ציגרעטיל?!?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאך איינער »

nmi האט געשריבן:
נתן בן ופסי האט געשריבן:
פעטער ליפא האט געשריבן:די פראבלעם איז נאך מער אז פאר געוויסע מענטשן פאסט גאר נישט צו נעמען קיין געלט ווייל איך בין עפעס א שנארער? עס זענען דא אן א שיער מענטשן וואס האבן נישט קיין באקס ווייל נאכדעם רייכערן זיי צופיל און זיי ווילן באמת באצאלן

ווען יענער וויל באצאלען איז גיט! אבער עס איז דא מענטשען וואס עס איז א לכתחילה (יעדן טאג) וויל איך פלעין ארויס האבען זייער געדאנקען גאנג

איך וואלט געזאגט אז 80% מענטשן וואס בעטן א ציגרעטל קומען שוין מיט א דאללער אין טאש גרייט צו באצאלן. פון עקספיריענס.

מיין עקספיריענס, נאר א 15/20 פראצענט,
לעצט פארראכטן דורך נאך איינער אום דאנערשטאג יולי 09, 2020 10:45 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
שמואל בארג
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4026
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 18, 2016 6:44 pm

Re: געמיר א ציגרעטיל?!?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל בארג »

רוב מענטשן ווילן באצאלן, דער נותן שעמט זיך צו נעמען, אין רעזולטאט איז יעדער ברוגז אויפן צווייטן.
אוועטאר
fiena nieas
שר חמשת אלפים
תגובות: 5564
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 23, 2011 8:56 am

Re: געמיר א ציגרעטיל?!?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך fiena nieas »

אז מען רעדט שוין, איך האב א צווייטע פראגע וואס איז די געדאנקען גאנג פון מענטשן וואס כאפן זיך אריין אינעם טארנסטייל אין מקוה . געהעריג גניבה זאג דו וואלטס אריינגעגאנגען צו א גראסערי און געכאפט א פעקל פאטעיטא טשיפס בעג און ארויסגעוואקט??

אדער בעסער געפרעגט צו א דזים ווי ילד וילדה וואלסטו אויך זיך אריינגעקוועטשט אן באצאלן??
אוועטאר
nmi
שר חמשת אלפים
תגובות: 5122
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

Re: געמיר א ציגרעטיל?!?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך nmi »

שמואל בארג האט געשריבן:רוב מענטשן ווילן באצאלן, דער נותן שעמט זיך צו נעמען, אין רעזולטאט איז יעדער ברוגז אויפן צווייטן.

גראדע בין איך נישט ברוגז ווען א צווייטער בעט מיר. אז איך בין פינקט טייט זאג איך אים אז איך בין טייט יעצט און יעדער פארשטייט עס.
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי
אוועטאר
נתן בן ופסי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5513
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 04, 2019 8:34 am
לאקאציע: מחנה ישראל

Re: געמיר א ציגרעטיל?!?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נתן בן ופסי »

fiena nieas האט געשריבן:אז מען רעדט שוין, איך האב א צווייטע פראגע וואס איז די געדאנקען גאנג פון מענטשן וואס כאפן זיך אריין אינעם טארנסטייל אין מקוה . געהעריג גניבה זאג דו וואלטס אריינגעגאנגען צו א גראסערי און געכאפט א פעקל פאטעיטא טשיפס בעג און ארויסגעוואקט??

אדער בעסער געפרעגט צו א דזים ווי ילד וילדה וואלסטו אויך זיך אריינגעקוועטשט אן באצאלן??

;l;p- דער איז פיינע נייעס! מדארף ארויס האבן די מענשטהייט פונעם טאג טעגליכען לעבן..

דא טראכט איך אז די סיבה איז פון די מאמר חז''ל און קידושין ''עבר ושנה נעשה לו כהיתר'' עס ווערט א רגילות א געוואוינהייט און עס איז דאך א חסידישע בית מדרש וואו מען איז נישט מקפיד און די שמש אליין עפענט אפאר מאל, ווערט עס ווי א היתר אז מען דארף נישט באצאלן (וועסט זעהן אז פלעצער ווי עס דא סיסטעם נוסח יעקיש איז עס אסאך ווייניגער)

און אפגערעדט פון די חברה וואס ווייסען, א מימרא פין א צדיק וואס האט זיך אויסגעדריקט ''אז א יוד וויל גיין אין מקוה טאר מען אים נישט אפהאלטען וועגן געלט'', איז עס שוין געווען פון אנהייב א לכתחילה שלכתחילה
ה' נָתַן וה' לָקָח, יְהִי שֵׁם ה' מְבֹרָךְ (איוב א, כא)
אוועטאר
fiena nieas
שר חמשת אלפים
תגובות: 5564
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 23, 2011 8:56 am

Re: געמיר א ציגרעטיל?!?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך fiena nieas »

יא דאס איז די סיבה לכאורה . אויך א בית מדרש איז א פלאץ וואס געט סערוויס און אזוי ווי די קאווע איז בחינם אזוי איז די מקוה
חכם באמת
שר חמישים ומאתים
תגובות: 335
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 07, 2020 11:19 pm

Re: געמיר א ציגרעטיל?!?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חכם באמת »

די עכטע עצה אז די נותנים זאלין ווערן אביסיל שטארק און ווען איינער קומט בעטען א ציגרעטל זאל די ענפער זיין א רוהיגע נאטירליכע ניין
וואס איך מיין אויסצושליסען נישט קיין ניין מיט קאמפלעקס און נישט מיט הויכע ניין וואס איז בעצם אויך קאמפלעקס און א גילטי פילינג
אוועטאר
אלטער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9980
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 14, 2020 12:44 pm
לאקאציע: אין בהמ"ד ביים קאווע שטיבל

Re: געמיר א ציגרעטיל?!?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטער »

nmi האט געשריבן:
שמואל בארג האט געשריבן:רוב מענטשן ווילן באצאלן, דער נותן שעמט זיך צו נעמען, אין רעזולטאט איז יעדער ברוגז אויפן צווייטן.

גראדע בין איך נישט ברוגז ווען א צווייטער בעט מיר. אז איך בין פינקט טייט זאג איך אים אז איך בין טייט יעצט און יעדער פארשטייט עס.

Nmi, שיק מיר אריין אפאר..

דער אמת איז, ווען איך שטיי אין א קיפקע און רייכער, און איינער פון די קיפקע בעט מיר איינס, געב איך פון הארצן טופן,

אויב דער בעטער איז איינער וועם איך קען, און יענער רייכערט אויך, איך געב עם אן קיין שום פראבלעם, איך וועל נאך שנארן פון עם...

אבער אויב יענער האט דאס שוין אין זיין דעילי בעסעס, אדער סתם איינער וואס קומט שנארן א ציגרעטל אן דעם וואס ער זאל בכלל האבן א ווערטער אויס טויש מיט מיר.... בסך הכל געט ער מיר א ווינק ציגרעטל? הע? אזאנע שטערן מיר זייער ווען זיי בעטן פון מיר
ווייל איך בין א אידעלע, זינג איך מיר א לידעלע, ווייל איך בין א איד, זינג איך מיר א ליד
אוועטאר
נתן בן ופסי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5513
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 04, 2019 8:34 am
לאקאציע: מחנה ישראל

Re: געמיר א ציגרעטיל?!?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נתן בן ופסי »

fiena nieas האט געשריבן:יא דאס איז די סיבה לכאורה . אויך א בית מדרש איז א פלאץ וואס געט סערוויס און אזוי ווי די קאווע איז בחינם אזוי איז די מקוה

און טאקע ע''פ רוב יעקישע בתי מדרשים קאסטען די קאווע געלט
ה' נָתַן וה' לָקָח, יְהִי שֵׁם ה' מְבֹרָךְ (איוב א, כא)
אוועטאר
נתן בן ופסי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5513
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 04, 2019 8:34 am
לאקאציע: מחנה ישראל

Re: געמיר א ציגרעטיל?!?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נתן בן ופסי »

חכם באמת האט געשריבן:די עכטע עצה אז די נותנים זאלין ווערן אביסיל שטארק און ווען איינער קומט בעטען א ציגרעטל זאל די ענפער זיין א רוהיגע נאטירליכע ניין
וואס איך מיין אויסצושליסען נישט קיין ניין מיט קאמפלעקס און נישט מיט הויכע ניין וואס איז בעצם אויך קאמפלעקס און א גילטי פילינג

איך האב באמת נישט קיין פראבלעם אדרבה יודען זענען א עם של חסד, נאר איך וויל וויסען וואס איז די חי' פין בעטן עסן ביזן בעטן א ציגרעטיל פארוואס האט זיך נישט ''איינגעגעסען'' די בושה אויך ביים בעטן א ציגרעטיל
ה' נָתַן וה' לָקָח, יְהִי שֵׁם ה' מְבֹרָךְ (איוב א, כא)
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12236
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

Re: געמיר א ציגרעטיל?!?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

פון מיין ערפאררונג איז, אז ס'נארמאל בייי גוים אויך, סיי אז זיי שנארן און פארשטייט זיך אז ס'גייט צוריק אויך,
און צום עצם ענין האט ר'יענקלע פון פשעווארסק אמאל זיך אנגערופן צי א איד - ווען ס'איז געווען א שמועס אויב ס'שאדט - שלמה'ן שאדט נישט, ער גיט גערן..
אוועטאר
אלטער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9980
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 14, 2020 12:44 pm
לאקאציע: אין בהמ"ד ביים קאווע שטיבל

Re: געמיר א ציגרעטיל?!?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטער »

צ/ק
האט איינער איינס פארמיר?
ווייל איך בין א אידעלע, זינג איך מיר א לידעלע, ווייל איך בין א איד, זינג איך מיר א ליד
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12236
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

Re: געמיר א ציגרעטיל?!?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

פרעג סטיטשי
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”