האלוקים עשה את האדם ישר - קאפטאליזם vs. סאציאליזם

אנאליזן און דעבאטעס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
טעאריע וואס לעבט
שר האלף
תגובות: 1175
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 08, 2017 11:41 pm

Re: האלוקים עשה את האדם ישר - קאפטאליזם vs. סאציאליזם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעאריע וואס לעבט »

פיק ניק האט געשריבן:
גרשון האט געשריבן:
פיק ניק האט געשריבן:ווייל קאנסיווארטיוון ווילן נישט קאנסערוון מציאות נאר וועליוס, אזויווי איך האב שוין געשריבן אינעם אריגינעלן אשכול:

אפשר וואלסטו געוואלט ס'זאל אזוי זיין, אבער דאס מציאות איז אנדערש. כ'האב נישט געוואוסט אז מ'קען דאס לייקענען.

איך זיך נישט צו לייקענען, אפי' ווען דו וועסט מיר ברענגען ראיות (וואס דו האסט נאכנישט געברענגט) וועט דאס בסך הכל מיינען אז זיי האבן גענומען די אידיאלאגיע צו ווייט.
קאם אן, קיינער גרינט נישט א פארטיי סתם צו לאזן אלעס ווי סאיז געווען, אלא מאי, סאיז דא צו באשיצן פון געוויסע ספעציפישע טוישונגען, וועלעכע טוינשונגען? פיק-ניק זאגט וועליוס, און גרשון זאגט פעניס, והבוחר יבחר דורך קאנפערמעישן בייעס...

וולכע וועליוס?

וועליוס פון קריסטנטום? וואלטן זיי זיך גערופן "קריסטן"! וועליוס פון זיין רעליגיעז בכלליות? וואלטן זיי זיך גערופן "רעליגיעזע"! וועליוס פון פרייהייט? וואלטן זיי זיך גערופן "ליבעראלן"! וועליוס פון פעניס? וואלטן זיי זיך גערופן "פעניאיסטן"!

מ'רופט זיי, און זיי רופן זיך "קאנסערוואטיוו", ווייל אט דאס איז זייער וועליו, אז די מסורה דארף פרעזעווירט ווערן!

אין הכי נמי אז ארגינעלע קאנסערוואטיזם איז שוין כמעט געשטארבן, און וועגן דעם זענען קאנסערוואטיוון בעיקר פארנומען מיט'ן לוחם זיין קעגן געוויסע פארשריטן דורכ'ן טענה'ען אז ס'נעמט אוועק געוויסע פרייהייטן (ווייל די אידעאלאגיע פון איש כל מה שבעיניו יעשה איז נאך יא זייער שטארק), אבער ווען טעד קרוז שרייט אז קאנסערוואטיזם מיינט "קאנסערווירן די וועליו פון פרייהייט" מאכט ער גאר ווייניג סענס, ווייל אויב איז דאס די פאל פארוואס רופסטו דיך נישט ליבעראל? (אקעי, ליבעראל מיינט לינק... זאל ער זיך רופן ליבערטעריען) אויב איז זיין אידעאלאגיע פרייהייט איז דאך "דאס" זיין אידעאלאגיע! פארוואס דארף מען גיין קרום (דורכ'ן זיך פאררופן אלס איינער וואס זוכט "צו קאנסערווירן די מסורה פון פרייהייט") אז מ'קען גיין גראד (דורכ'ן זיך פאררופן אלס איינער וואס זוכט "פרייהייט") ?
אידישקייט איז וואס די תורה זאגט אז אידישקייט איז, און לויט די תורה איז א מיינונג אין דעם ענין ווערד כקליפת השום ווילאנג מ'האט נישט קיין דעת תורה.

די צדדים אין די מחלוקות פון די גוי'אישע פאליטיק בכדי אז מגיבי תגובותינו בנושא זאלן וויסן וואס זיי זענען.
אוועטאר
פיק ניק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 490
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 22, 2020 2:05 pm

Re: האלוקים עשה את האדם ישר - קאפטאליזם vs. סאציאליזם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פיק ניק »

איך וויל נישט אריינגיין יעצט אין אריכות, אבער מקען פרעגן נאך שטערקער אויף דעם קרוז, דו ווילסט פרעזערווירן פרייהייט, און די ליביראלן זענען אויך פאר פרייהייט, וואס איז דא דער וויכוח??

נאר וואס? פרייהייט קען מיינען אסאך זאכן, ער וועל פרייהייט וואס היסטאריע קען אלס פרייהייט,
וואס טוט זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7278
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm
לאקאציע: איינע פון די באהאלטענע סאב פארומס

Re: האלוקים עשה את האדם ישר - קאפטאליזם vs. סאציאליזם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס טוט זיך »

כ'האב שוין לאנג געוואלט ארויסברענגען א נקודה, און פונעם קעפל פונעם אשכול מיינעך דא איז די פלאץ.

איז עס יושר'דיג אז איינער זאל האבן מער ווי א צווייטן נישט וועגן זיין ארבעט? ד.ה., אז איינער באקומט מער וועגן ער ארבעט שווערער, דאס פארשטיי איך.
אבער אז איינער באקומט מער נישט וועגן ער ארבעט מער, און פארקערט גאר, אסאך מאל קען דער וואס באקומט ווייניגער, און לעבט ווייניגער באקוועם, גאר ארבעטן מער! מאכט דאס סענס? איז דאס יושר'דיג?
מיר זענען אלע יומען ביאינגס, דער גרויסער באשעפער האט אונז אלע באשאפען, און קיינער איז נישט באשאפען געווארן צו האבן א גרעסערע 'רעכט' איבער איינעם אנדערש, קיינער 'דעזערווד' נישט מער ווי איינעם אנדערש.

און בעצם איז דאס א סתירה אין פרייהייט, פון איין זייט האסטו די דעמאקראטיע וואס די ליבערטעריענס שטייען פאר, אז די גאווערמענט זאל זיך כלל נישט אריינמישען, דאס איז דאך דעמאקראטיע, יעדער זאל קענען פירען זיין ביזנעס ווי ער וויל.

פון די אנדערע זייט האסטו דעמאקראטיע וואס זאגט אז יעדע מענטש איז איקוועל, דאס איז דאך דעמאקראטיע, אנדערש ווי א מאנארכיע וואס געבט די כוח פאר אפאר מענטשן, טוט דעמאקראטיע געבן פאר אלע בירגער איקוועל רייטס.

ביטע נישט אנשרייען, סאציאליסט, קאמוניסט, קיבוצ'ניק וכוד'..

נאר ענטפערן צום זאך, ווייל מיינע אויערן זענען אפען.
אני מאמין באמונה שלימה, שהבורא יתברך שמו, הוא בורא ומנהיג לכל הברואים, והוא לבדו עשה ועושה ויעשה לכל המעשים.
אוועטאר
פיק ניק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 490
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 22, 2020 2:05 pm

Re: האלוקים עשה את האדם ישר - קאפטאליזם vs. סאציאליזם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פיק ניק »

גרשון האט געשריבן:כ'ווייס נישט וואס ס'מיינט סאושעל קאנטראקט. כ'האב געליינט יענע תגובה, כ'שטים צו אז די סברא וואס דו ברענגסט פונעם יענעם ריכטער איז נישט אויסגעהאלטן (הגם מ'קען אפשר אויפברענגען אנדערע סברות). איך רוף עס מיט א מער פשוט'ן נאמען: פאלשע סברא. אנערקענען א מציאות איז נישט דיסקרימינאציע.

זעט אויס ווי דו האסט נישט ריכטיג פארשטאנען זיין סברא
טיפע קוויטש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 343
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 03, 2020 3:33 pm

Re: האלוקים עשה את האדם ישר - קאפטאליזם vs. סאציאליזם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טיפע קוויטש »

וואס טוט זיך האט געשריבן:כ'האב שוין לאנג געוואלט ארויסברענגען א נקודה, און פונעם קעפל פונעם אשכול מיינעך דא איז די פלאץ.

איז עס יושר'דיג אז איינער זאל האבן מער ווי א צווייטן נישט וועגן זיין ארבעט? ד.ה., אז איינער באקומט מער וועגן ער ארבעט שווערער, דאס פארשטיי איך.
אבער אז איינער באקומט מער נישט וועגן ער ארבעט מער, און פארקערט גאר, אסאך מאל קען דער וואס באקומט ווייניגער, און לעבט ווייניגער באקוועם, גאר ארבעטן מער! מאכט דאס סענס? איז דאס יושר'דיג?
מיר זענען אלע יומען ביאינגס, דער גרויסער באשעפער האט אונז אלע באשאפען, און קיינער איז נישט באשאפען געווארן צו האבן א גרעסערע 'רעכט' איבער איינעם אנדערש, קיינער 'דעזערווד' נישט מער ווי איינעם אנדערש.

און בעצם איז דאס א סתירה אין פרייהייט, פון איין זייט האסטו די דעמאקראטיע וואס די ליבערטעריענס שטייען פאר, אז די גאווערמענט זאל זיך כלל נישט אריינמישען, דאס איז דאך דעמאקראטיע, יעדער זאל קענען פירען זיין ביזנעס ווי ער וויל.

פון די אנדערע זייט האסטו דעמאקראטיע וואס זאגט אז יעדע מענטש איז איקוועל, דאס איז דאך דעמאקראטיע, אנדערש ווי א מאנארכיע וואס געבט די כוח פאר אפאר מענטשן, טוט דעמאקראטיע געבן פאר אלע בירגער איקוועל רייטס.

ביטע נישט אנשרייען, סאציאליסט, קאמוניסט, קיבוצ'ניק וכוד'..

נאר ענטפערן צום זאך, ווייל מיינע אויערן זענען אפען.

די האלטסט אז אױב דײן טאטע לאזט א ירושה פון א מיליאן דאלער למשל דארפסטו עס צוטײלן פאר די גאנצע װעלט?
װען אײנער קומט מיט א טענה איז זאגן אדער נישט אסאך שטערקער װי ברענגען א צװײטע טענה װײל אין אדער נישט קען ליגן נאך טױזענטער טענות
אוועטאר
בבקשה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5444
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

Re: האלוקים עשה את האדם ישר - קאפטאליזם vs. סאציאליזם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבקשה »

איך מיין אז שרייבן אז די קאנסערוויטיוו אידעלאגיע איז ׳מסורה׳ איז נישט ריכטיג, די אמת׳ער אידעלאגיע זייערע, איז ״אויב ס׳איז נישט צובראכען פאררעכט עס נישט״. די ליבערעל וויל טוישען זאכן זאל מאכן מער סענס.

לאמיר נעמען די פעני אלץ משל, מען קען טענה׳ן אז די פעני איז צובראכען, ווייל עס קאסט מער צו מינטען א פעני, פון וויפיל דאס איז ווערט, אבער באמת מיינט דאס נישט אז די פעני איז צובראכען. פארוואס? ווען די ציל פון די פעני איז רייך צו מאכן די אמעריקאנע גאווערמענט, דהיינו אז די גאווערמענט פראדיצערט געלט כדי צו האבן געלט, וואלט דער טענה געווען א ריכטיגע טענה, מען דערלייגט דאך געלט, אבער די אמת איז אז די געלט גייט נישט צו די אמעריקאנע גאווערמענט, ס׳איז נאר א וועג פון איבערגעבען געלט איינער צום צווייטען, אויב אזוי וואס גייט מיר אן אויב ס׳קאסט מער אדער ווייניגער פון א פעני צו מינטען?

ווען וואלט די פעני יא געווען צובראכען? ווען דאס וואלט געקאסט פאר די רעגירונג אסאך געלט, פאר די גאר קליינע בענעפיט וואס דאס ברענגט, למעשה, האט די אמעריקאנע גאווערמענט געסעפנדעט $146 מיליאן דאלער אויף פעניס, אין א בודזשעט פון כמעט 4 טרילאן דאללער איז א ליצונת.

די ליבערעל טענה׳ט עס מאכט נישט קיין סענס צו שפענדען צוויי צענט (אין 2019 האט א פעני געקאסט 1.99 צענט), כדי אז מענטשען זאל קענען טוישן איין צענט, מילא דארף מען דאס מבטל זיין, די קאנסערוויטיוו טענה׳ט ס׳איז נישט צובראכן, פאררעכט עס נישט. דיין ׳פאררעכטען׳ קען נאך מאכן פראבלעמען.
חתם סופר'ניק
שר חמישים
תגובות: 74
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 07, 2020 3:59 pm

Re: האלוקים עשה את האדם ישר - קאפטאליזם vs. סאציאליזם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חתם סופר'ניק »

מיינס געהערט טאקע נישט צו מיר, מסכים.. אבער פארוואס געהערט דאס צו א יעדעם?
מיט וואס איז די "יעדער" מער פון די "מיר"?
לעצט פארראכטן דורך חתם סופר'ניק אום דאנערשטאג יולי 09, 2020 11:33 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
חתם סופר'ניק
שר חמישים
תגובות: 74
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 07, 2020 3:59 pm

Re: האלוקים עשה את האדם ישר - קאפטאליזם vs. סאציאליזם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חתם סופר'ניק »

פארוואס איז מסורה אומרעלעוואנט, אבער קנעכטשאפט, וואס איז באמת שוין נישט רעלעוואנט, ווערט געפרעדיגט און איבערגעגעבן מדור לדור?
אוועטאר
פיק ניק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 490
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 22, 2020 2:05 pm

Re: האלוקים עשה את האדם ישר - קאפטאליזם vs. סאציאליזם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פיק ניק »

@סאציאליסט און @בבקשה, איך זע עטס זענטס נאך ניי דא, סנישט כדאי אנצוהייבן אין אזעלעכע היציגע אשכולות.
הארמאניע
שר חמש מאות
תגובות: 581
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 04, 2019 11:14 am

Re: האלוקים עשה את האדם ישר - קאפטאליזם vs. סאציאליזם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הארמאניע »

בבקשה האט געשריבן:איך מיין אז שרייבן אז די קאנסערוויטיוו אידעלאגיע איז ׳מסורה׳ איז נישט ריכטיג, די אמת׳ער אידעלאגיע זייערע, איז ״אויב ס׳איז נישט צובראכען פאררעכט עס נישט״. די ליבערעל וויל טוישען זאכן זאל מאכן מער סענס.

לאמיר נעמען די פעני אלץ משל, מען קען טענה׳ן אז די פעני איז צובראכען, ווייל עס קאסט מער צו מינטען א פעני, פון וויפיל דאס איז ווערט, אבער באמת מיינט דאס נישט אז די פעני איז צובראכען. פארוואס? ווען די ציל פון די פעני איז רייך צו מאכן די אמעריקאנע גאווערמענט, דהיינו אז די גאווערמענט פראדיצערט געלט כדי צו האבן געלט, וואלט דער טענה געווען א ריכטיגע טענה, מען דערלייגט דאך געלט, אבער די אמת איז אז די געלט גייט נישט צו די אמעריקאנע גאווערמענט, ס׳איז נאר א וועג פון איבערגעבען געלט איינער צום צווייטען, אויב אזוי וואס גייט מיר אן אויב ס׳קאסט מער אדער ווייניגער פון א פעני צו מינטען?

ווען וואלט די פעני יא געווען צובראכען? ווען דאס וואלט געקאסט פאר די רעגירונג אסאך געלט, פאר די גאר קליינע בענעפיט וואס דאס ברענגט, למעשה, האט די אמעריקאנע גאווערמענט געסעפנדעט $146 מיליאן דאלער אויף פעניס, אין א בודזשעט פון כמעט 4 טרילאן דאללער איז א ליצונת.

די ליבערעל טענה׳ט עס מאכט נישט קיין סענס צו שפענדען צוויי צענט (אין 2019 האט א פעני געקאסט 1.99 צענט), כדי אז מענטשען זאל קענען טוישן איין צענט, מילא דארף מען דאס מבטל זיין, די קאנסערוויטיוו טענה׳ט ס׳איז נישט צובראכן, פאררעכט עס נישט. דיין ׳פאררעכטען׳ קען נאך מאכן פראבלעמען.

זייער גוט מסביר געווען די פעני

@פיק ניק דער בבקשה טראכט זייער קלאר און פראבירט נישט צו ווייזן מיטן פינגער. כאמעך געוואונדערט נעכטן פארוואס די ביסט נישט געקומען צי די מסקנא (לאדזשיק וואס מאכט נישט קיין סענס)
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5120
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: האלוקים עשה את האדם ישר - קאפטאליזם vs. סאציאליזם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

בבקשה האט געשריבן:איך מיין אז שרייבן אז די קאנסערוויטיוו אידעלאגיע איז ׳מסורה׳ איז נישט ריכטיג, די אמת׳ער אידעלאגיע זייערע, איז ״אויב ס׳איז נישט צובראכען פאררעכט עס נישט״. די ליבערעל וויל טוישען זאכן זאל מאכן מער סענס.

לאמיר נעמען די פעני אלץ משל, מען קען טענה׳ן אז די פעני איז צובראכען, ווייל עס קאסט מער צו מינטען א פעני, פון וויפיל דאס איז ווערט, אבער באמת מיינט דאס נישט אז די פעני איז צובראכען. פארוואס? ווען די ציל פון די פעני איז רייך צו מאכן די אמעריקאנע גאווערמענט, דהיינו אז די גאווערמענט פראדיצערט געלט כדי צו האבן געלט, וואלט דער טענה געווען א ריכטיגע טענה, מען דערלייגט דאך געלט, אבער די אמת איז אז די געלט גייט נישט צו די אמעריקאנע גאווערמענט, ס׳איז נאר א וועג פון איבערגעבען געלט איינער צום צווייטען, אויב אזוי וואס גייט מיר אן אויב ס׳קאסט מער אדער ווייניגער פון א פעני צו מינטען?

ווען וואלט די פעני יא געווען צובראכען? ווען דאס וואלט געקאסט פאר די רעגירונג אסאך געלט, פאר די גאר קליינע בענעפיט וואס דאס ברענגט, למעשה, האט די אמעריקאנע גאווערמענט געסעפנדעט $146 מיליאן דאלער אויף פעניס, אין א בודזשעט פון כמעט 4 טרילאן דאללער איז א ליצונת.

די ליבערעל טענה׳ט עס מאכט נישט קיין סענס צו שפענדען צוויי צענט (אין 2019 האט א פעני געקאסט 1.99 צענט), כדי אז מענטשען זאל קענען טוישן איין צענט, מילא דארף מען דאס מבטל זיין, די קאנסערוויטיוו טענה׳ט ס׳איז נישט צובראכן, פאררעכט עס נישט. דיין ׳פאררעכטען׳ קען נאך מאכן פראבלעמען.

משום איזה סיבה פארשטייט נישט מיין קאפ די געוואלדיגע סברא. אויב ס'קאסט געלט צו מאכן, איז אבסורד צו עס ווייטער מינצן. נאכדערצו ווען ס'איז אזא ווערדלאזע מטבע וואס קיינער דארף נישט און ס'האט נישט קיין שום תועלת. (מיט עטליכע יאר צוריק האט א פירמע דורכגעפירט א שטודיע, און געוויזן אז די צייט וואס ווערט פארשווענדעט דורכ'ן פעני, צב"ש די סעקונדע לענגער וואס א גאנצע רייע מענטשן ווארטן ביז דער קאשיר נעמט ארויס דעם פעני און גיבט עס דעם קליענט, איז ווערד פיל מער ווי אלע פעניס צוזאמען!) אלנפאלס, גוגל ווייסט נישט פון די אלע סברות וואס ווערן דא אויפגעברענגט; ער טענה'ט אז די סיבה פארוואס ס'איז נאך דא פעניס איז פשוט ווייל מ'איז צוגעבינדן צו דעם פסיכאלאגיש.

הפנים, די אמעריקאנע באפעלקערונג האלט אזוי ווי מיר. די רעגירונג האט שוין אויך געמאלדן אז זיי וועלן אויפהערן עס צו מאכן.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
טעאריע וואס לעבט
שר האלף
תגובות: 1175
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 08, 2017 11:41 pm

Re: האלוקים עשה את האדם ישר - קאפטאליזם vs. סאציאליזם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעאריע וואס לעבט »

בבקשה האט געשריבן:איך מיין אז שרייבן אז די קאנסערוויטיוו אידעלאגיע איז ׳מסורה׳ איז נישט ריכטיג, די אמת׳ער אידעלאגיע זייערע, איז ״אויב ס׳איז נישט צובראכען פאררעכט עס נישט״. די ליבערעל וויל טוישען זאכן זאל מאכן מער סענס.

וואס מאכט מער סענס פון "אויב ס׳איז נישט צובראכען פאררעכט עס נישט"?
אידישקייט איז וואס די תורה זאגט אז אידישקייט איז, און לויט די תורה איז א מיינונג אין דעם ענין ווערד כקליפת השום ווילאנג מ'האט נישט קיין דעת תורה.

די צדדים אין די מחלוקות פון די גוי'אישע פאליטיק בכדי אז מגיבי תגובותינו בנושא זאלן וויסן וואס זיי זענען.
אוועטאר
בבקשה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5444
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

Re: האלוקים עשה את האדם ישר - קאפטאליזם vs. סאציאליזם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבקשה »

טעאריע וואס לעבט האט געשריבן:

א קליינע פראבלעם, ס׳איז נישט ׳צובארכען׳, ס׳שטימט אבער נישט. מען קען עס בעסער מאכן.

בבקשה האט געשריבן:

אז מ'קען עס בעסער מאכן, פארוואס נישט?

די קאנסערוויטיוו האלט אז דיין ״בעסער מאכן״ קען קליא מאכן אויף וועגען ווי די שטעלסט זיך נישט פאר, מילא אויב איז עס נישט ערענסט צובראכען פאררעכט עס נישט.

אין אנדערע ווערטער, זיי האבן מורא פון טויש, שטימט?

יא.
הארמאניע
שר חמש מאות
תגובות: 581
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 04, 2019 11:14 am

Re: האלוקים עשה את האדם ישר - קאפטאליזם vs. סאציאליזם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הארמאניע »

דער קאנסערוואטיוו פרעגט: גייטעס טוהן גוט?
דער ליבעראל פרעגט: גייטעס פילן גוט?
אוועטאר
טעאריע וואס לעבט
שר האלף
תגובות: 1175
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 08, 2017 11:41 pm

Re: האלוקים עשה את האדם ישר - קאפטאליזם vs. סאציאליזם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעאריע וואס לעבט »

בבקשה האט געשריבן:
טעאריע וואס לעבט האט געשריבן:
בבקשה האט געשריבן:
טעאריע וואס לעבט האט געשריבן:
בבקשה האט געשריבן:
א קליינע פראבלעם, ס׳איז נישט ׳צובארכען׳, ס׳שטימט אבער נישט. מען קען עס בעסער מאכן.

אז מ'קען עס בעסער מאכן, פארוואס נישט?

די קאנסערוויטיוו האלט אז דיין ״בעסער מאכן״ קען קליא מאכן אויף וועגען ווי די שטעלסט זיך נישט פאר, מילא אויב איז עס נישט ערענסט צובראכען פאררעכט עס נישט.

אין אנדערע ווערטער, זיי האבן מורא פון טויש, שטימט?

יא.

אבער ס'זענען דאך דא קאנסערוואטיוון וואס זענען נישט קיין פחדנים? פארוואס זענען זיי קאנסערוואטיוו?
אידישקייט איז וואס די תורה זאגט אז אידישקייט איז, און לויט די תורה איז א מיינונג אין דעם ענין ווערד כקליפת השום ווילאנג מ'האט נישט קיין דעת תורה.

די צדדים אין די מחלוקות פון די גוי'אישע פאליטיק בכדי אז מגיבי תגובותינו בנושא זאלן וויסן וואס זיי זענען.
אוועטאר
טישטוך
שר האלפיים
תגובות: 2608
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 4:13 am
לאקאציע: בין יום השביעי לששת ימי המעשה

Re: האלוקים עשה את האדם ישר - קאפטאליזם vs. סאציאליזם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טישטוך »

הארמאניע האט געשריבן:דער קאנסערוואטיוו פרעגט: גייטעס טוהן גוט?
דער ליבעראל פרעגט: גייטעס פילן גוט?

קודם פונעם קעפל קען מען דאך זען די כוונה פונעם שרייבער דעריבער פארציי איך פון קאמענטירן דא...

אבער פארוואס קען מען דא טאקע נישט פירן קיין געהעריגע דעבאטע? פארוואס נאך פיר פעיזשעס ווייסט מען נאכנישט וואס יעדע ניק האלט?
אוועטאר
בבקשה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5444
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

Re: האלוקים עשה את האדם ישר - קאפטאליזם vs. סאציאליזם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבקשה »

טעאריע וואס לעבט האט געשריבן:
בבקשה האט געשריבן:
טעאריע וואס לעבט האט געשריבן:
בבקשה האט געשריבן:
טעאריע וואס לעבט האט געשריבן:
אז מ'קען עס בעסער מאכן, פארוואס נישט?

די קאנסערוויטיוו האלט אז דיין ״בעסער מאכן״ קען קליא מאכן אויף וועגען ווי די שטעלסט זיך נישט פאר, מילא אויב איז עס נישט ערענסט צובראכען פאררעכט עס נישט.

אין אנדערע ווערטער, זיי האבן מורא פון טויש, שטימט?

יא.

אבער ס'זענען דאך דא קאנסערוואטיוון וואס זענען נישט קיין פחדנים? פארוואס זענען זיי קאנסערוואטיוו?

ס׳איז לאו דוקא פחד. ס׳איז אן ענערקענונג אז די מענטש ווייסט נישט אלעס, און עס לוינט זיך נישט צו ריזקען. באמת זענען דא מענטשען וואס זענען קאנסערוויטיוו פריווייט און ליבערעל אויף פאליטיק, און פארקערט אויך.

מען קען מחלק זיין ביידע וועגען. די פריוואטע ליבערעל און פאליטק קאנסארוויטיוו קען טענה׳ן אז פאר מיך בין איך גרייט צו ריזקען, אבער פארן כלל נישט
די פריוואטע קאנסערוויטיוו און פאליטק ליבערעל, קען טענה׳ן אז פאר מיך איז גוט אזוי, אבער פאר די כלל אז מען קען בעסער מאכן, דארף מען בעסער מאכן.
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5120
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: האלוקים עשה את האדם ישר - קאפטאליזם vs. סאציאליזם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

@טאריע, אלא מאי? אוודאי איז דאס דער חילוק פון קאנסערוואטיוו און פראגראסיוו.

כ'וועל זאגן נאכמער. די ווירדן וואס די קאנסערוואטיוון האלטן אן שטערקער ווי פראגראסיוון קומט נישט על פי רוב פון טיפער איבערצייגונג און אויפגעבויטער אמונה, א שטייגער ווי להבדיל ביי אונז אידן, ס'איז וואס מ'רופט אין ארץ ישראל "מסורתי" -- טראדיציאנאל. אייגנטליך שטייט שוין אזוי אין גמרא (חולין יג, ב), אז רוב גוים זענען נישט באמת רעליגיעז, נאר ס'איז מנהג אבותיהן בידיהן. זיי זענען אזוי אויפגעוואקסן און שפירן מיט דעם באקוועם און זיכער, ס'איז זייער טראדיציע; פונקט ווי להבדיל אזא סארט איד לייגט תפילין ביי די דרייצן יאר און עסט לאטקעס חנוכה און אזני המן פורים. ס'איז נישט אידישקייט, נאר טראדיציע.

ס'איז אלעס איינס. ער וויל נישט אויפגעבן אויף זיין ווינקל און זיך זוכן נייע גליקן, ס'איז א נאטור און א וועג פון טראכטן. כ'מיין אז גוגל טייטשט עס זייער גוט:

conservative: holding to traditional attitudes and values and cautious about change or innovation, typically in relation to politics or religion.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
טעאריע וואס לעבט
שר האלף
תגובות: 1175
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 08, 2017 11:41 pm

Re: האלוקים עשה את האדם ישר - קאפטאליזם vs. סאציאליזם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעאריע וואס לעבט »

בבקשה האט געשריבן:
טעאריע וואס לעבט האט געשריבן:
בבקשה האט געשריבן:
טעאריע וואס לעבט האט געשריבן:
בבקשה האט געשריבן:
די קאנסערוויטיוו האלט אז דיין ״בעסער מאכן״ קען קליא מאכן אויף וועגען ווי די שטעלסט זיך נישט פאר, מילא אויב איז עס נישט ערענסט צובראכען פאררעכט עס נישט.

אין אנדערע ווערטער, זיי האבן מורא פון טויש, שטימט?

יא.

אבער ס'זענען דאך דא קאנסערוואטיוון וואס זענען נישט קיין פחדנים? פארוואס זענען זיי קאנסערוואטיוו?

ס׳איז לאו דוקא פחד. ס׳איז אן ענערקענונג אז די מענטש ווייסט נישט אלעס, און עס לוינט זיך נישט צו ריזקען. באמת זענען דא מענטשען וואס זענען קאנסערוויטיוו פריווייט און ליבערעל אויף פאליטיק, און פארקערט אויך.

מען קען מחלק זיין ביידע וועגען. די פריוואטע ליבערעל און פאליטק קאנסארוויטיוו קען טענה׳ן אז פאר מיך בין איך גרייט צו ריזקען, אבער פארן כלל נישט
די פריוואטע קאנסערוויטיוו און פאליטק ליבערעל, קען טענה׳ן אז פאר מיך איז גוט אזוי, אבער פאר די כלל אז מען קען בעסער מאכן, דארף מען בעסער מאכן.

האלטן מענטשן וואס נעמען ריסקס אז זיי ווייסן אלעס? און אויב איינער איז קאנסערוואטיוו אין איין תחום און אין איין תחום נישט איז דאך די קשיא אסאך גרעסער, וואס איז זיין נאטור? יא פחד אדער נישט פחד? ווייסט יא אלעס נישט אלעס?

כ'וועל דיך נישט באמולטשען זאלסט מיר טרעפן אן ענטפער, ווייל די זאכן וואס קענען גורם זיין אז מענטשן זאלן זיין קאנסערוואטיוו זענען באמת פארשידנארטיג.

ביי איינעם איז עס זיין דערשראקענע נאטור, ביי איינעם ווייל ס'איז אים פרעזענליך א טובה, ביי איינעם ווייל ער רעדט זיך איין אז ס'איז פאר אים א טובה, און ביי איינעם ווייל ער גלייבט איינעם וואס האט אים פארקויפט אז אזוי דארף די וועלט דארף געפירט ווערן.

(און וועגן דעם קען איינער זיין קאנסערוואטיוו נאר אויף געוויסע אישוס, ווייל דארט לוינט זיך עס אים.)

אבער אפגעזען די סיבה פון זייער שטיצע דערצו, האבן זיי איין צד השוה, און דאס איז אז זיי שטיצן די זעלבע אידעע, און די אידעע איז נישט משנה צו זיין.
אידישקייט איז וואס די תורה זאגט אז אידישקייט איז, און לויט די תורה איז א מיינונג אין דעם ענין ווערד כקליפת השום ווילאנג מ'האט נישט קיין דעת תורה.

די צדדים אין די מחלוקות פון די גוי'אישע פאליטיק בכדי אז מגיבי תגובותינו בנושא זאלן וויסן וואס זיי זענען.
אוועטאר
טעאריע וואס לעבט
שר האלף
תגובות: 1175
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 08, 2017 11:41 pm

Re: האלוקים עשה את האדם ישר - קאפטאליזם vs. סאציאליזם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעאריע וואס לעבט »

גרשון האט געשריבן:@טאריע, אלא מאי? אוודאי איז דאס דער חילוק פון קאנסערוואטיוו און פראגראסיוו.

כ'וועל זאגן נאכמער. די ווירדן וואס די קאנסערוואטיוון האלטן אן שטערקער ווי פראגראסיוון קומט נישט על פי רוב פון טיפער איבערצייגונג און אויפגעבויטער אמונה, א שטייגער ווי להבדיל ביי אונז אידן, ס'איז וואס מ'רופט אין ארץ ישראל "מסורתי" -- טראדיציאנאל. אייגנטליך שטייט שוין אזוי אין גמרא (חולין יג, ב), אז רוב גוים זענען נישט באמת רעליגיעז, נאר ס'איז מנהג אבותיהן בידיהן. זיי זענען אזוי אויפגעוואקסן און שפירן מיט דעם באקוועם און זיכער, ס'איז זייער טראדיציע; פונקט ווי להבדיל אזא סארט איד לייגט תפילין ביי די דרייצן יאר און עסט לאטקעס חנוכה און אזני המן פורים. ס'איז נישט אידישקייט, נאר טראדיציע.

ס'איז אלעס איינס. ער וויל נישט אויפגעבן אויף זיין ווינקל און זיך זוכן נייע גליקן, ס'איז א נאטור און א וועג פון טראכטן. כ'מיין אז גוגל טייטשט עס זייער גוט:

conservative: holding to traditional attitudes and values and cautious about change or innovation, typically in relation to politics or religion.

קוק אין מיין פאריגע תגובה.

מיין פונקט איז נישט געווען אריינצורעדן אין די סיבות פארוואס מענטשן זענען קאנסערוואטיוו, נאר ארויסצוברענגען אז מ'קען נישט נוצן די סיבה דערצו - וואס ס'זאל נאר נישט זיין - אפצופרעגן דאס אז זיי שטייען אויף נישט משנה צו זיין.
אידישקייט איז וואס די תורה זאגט אז אידישקייט איז, און לויט די תורה איז א מיינונג אין דעם ענין ווערד כקליפת השום ווילאנג מ'האט נישט קיין דעת תורה.

די צדדים אין די מחלוקות פון די גוי'אישע פאליטיק בכדי אז מגיבי תגובותינו בנושא זאלן וויסן וואס זיי זענען.
אוועטאר
בבקשה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5444
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

Re: האלוקים עשה את האדם ישר - קאפטאליזם vs. סאציאליזם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבקשה »

טעאריע וואס לעבט האט געשריבן:
בבקשה האט געשריבן:
טעאריע וואס לעבט האט געשריבן:
בבקשה האט געשריבן:
טעאריע וואס לעבט האט געשריבן:
אין אנדערע ווערטער, זיי האבן מורא פון טויש, שטימט?

יא.

אבער ס'זענען דאך דא קאנסערוואטיוון וואס זענען נישט קיין פחדנים? פארוואס זענען זיי קאנסערוואטיוו?

ס׳איז לאו דוקא פחד. ס׳איז אן ענערקענונג אז די מענטש ווייסט נישט אלעס, און עס לוינט זיך נישט צו ריזקען. באמת זענען דא מענטשען וואס זענען קאנסערוויטיוו פריווייט און ליבערעל אויף פאליטיק, און פארקערט אויך.

מען קען מחלק זיין ביידע וועגען. די פריוואטע ליבערעל און פאליטק קאנסארוויטיוו קען טענה׳ן אז פאר מיך בין איך גרייט צו ריזקען, אבער פארן כלל נישט
די פריוואטע קאנסערוויטיוו און פאליטק ליבערעל, קען טענה׳ן אז פאר מיך איז גוט אזוי, אבער פאר די כלל אז מען קען בעסער מאכן, דארף מען בעסער מאכן.

האלטן מענטשן וואס נעמען ריסקס אז זיי ווייסן אלעס? און אויב איינער איז קאנסערוואטיוו אין איין תחום און אין איין תחום נישט איז דאך די קשיא אסאך גרעסער, וואס איז זיין נאטור? יא פחד אדער נישט פחד? ווייסט יא אלעס נישט אלעס?

כ'וועל דיך נישט באמולטשען זאלסט מיר טרעפן אן ענטפער, ווייל די זאכן וואס קענען גורם זיין אז מענטשן זאלן זיין קאנסערוואטיוו זענען באמת פארשידנארטיג.

ביי איינעם איז עס זיין דערשראקענע נאטור, ביי איינעם ווייל ס'איז אים פרעזענליך א טובה, ביי איינעם ווייל ער רעדט זיך איין אז ס'איז פאר אים א טובה, און ביי איינעם ווייל ער גלייבט איינעם וואס האט אים פארקויפט אז אזוי דארף די וועלט דארף געפירט ווערן.

(און וועגן דעם קען איינער זיין קאנסערוואטיוו נאר אויף געוויסע אישוס, ווייל דארט לוינט זיך עס אים.)

אבער אפגעזען די סיבה פון זייער שטיצע דערצו, האבן זיי איין צד השוה, און דאס איז אז זיי שטיצן די זעלבע אידעע, און די אידעע איז נישט משנה צו זיין.

גראדע בין איך מסכים מיט דיר. איך זאג נאר אז מסורה איז א נאריש׳ע סיבה, @גרשון האט שוין אויך דערמאנט נעסטאלגיע אלץ א סיבה
שרייב תגובה

צוריק צו “נייעס קאך לעפל”