אייוועלט ניק אינטערוויא - בן בוזי

אייוועלט אינערליכע אנגעלעגנהייטן

אחראי: אחראי

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 19433
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

Re: אייוועלט ניק אינטערוויא - בן בוזי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוראפ »

וואאאאאאאף לא נס ליחה, עה ס'רינט אסאך מער לכלוכי"ת
אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר עשרת אלפים
תגובות: 14572
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm

אייוועלט ניק אינטערוויא - בן בוזי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויסע עם הארץ »

אינטערוויו איז אפגעהאלטן געווארן דורך ר' Simcha .

א גוטן רבי בן בוזי.
א געבענטשט לעבן אויף אייך און אויף אלע צוהערער/לייענער.

איר זענט שוין דא אויפן וועלטל צוועלף יאר צום גוטן! פון די סאמע עלטסטע תושבים דא, וויאזוי זענט איר דא אנגעקומען צו דעם ארט צום ערשטן מאל צוועלף יאר צוריק?
איך האב א פריינט, הייסט ער רבי גוגל; א גרויסער אלצווייסער, און ער האט מיר געפירט אהער. איך פלעג זיך ביי איהם נאכפרעגן אויף פארשידענע היסטארישע זאכן, און ער האט מיר גאנץ אפט געפירט צו די אידישע וועלט פארום. אויב געדענק איך גוט האט מען עס נאך דעמאלטס נישט געקענט אלס אייוועלט, נאר אלס די 'אידישע וועלט' אדער קרעטשמע. עס איז נאך דאן געווען רעלעטיוו גאנץ קליין.

וואס האט אייך געברענגט צו אויסוועלן דער נאמען?
עס איז אינטערעסאנט אז כאטש וואס איך פלעג נוצן צומאל פארשידענע פענע-נעמען, ווי אויף שרייבן בריוו צו אויסגאבעס אד"ג, איז עס אלס געווען אמת'ע נעמען וואס האבן מרמז געווען צו מיין נאמען אויף פארשידענע אופנים. אבער ווען איך האב זיך געוואלט איינשרייבן אויף אייוועלט האב איך געזעהן אז ס'איז דא אזא זאך ווי א ניק, וואס דארף צו זיין א קורצע זאץ. בין איך געפאַלען אויף די המצאה פון 'בן בוזי', און ס'האט מיר עפעס גוט געקלינגען, ווי א שרייבערישער פענע נאמען. און די רעסט איז היסטערי.
די נאמען איז מרמז אויף מיין פאטער'ס נאמען, ממילא בין איך - בן בוזי.

פאר צוועלף יאר צוריק איז דא געווען א אנדערע וועלט, מיט גרויזאמער, סאכדעס, כ'הער, יאנאש, שוועמל און נאך, לייג אראפ אביסל וויאזוי אייוועלט האט אויסגעקוקט ווען דו ביסט דא אנגעקומען?
בשנים כתיקונם איז אייוועלט געווען א קליינע הייפעלע, ווי די אלע וואס זענען אריין געקומען האבן זיך געשפירט היימיש. עס זענען געווען עטליכע קליקעס, ד.ה. אז נאכן זיין א שטיק צייט אויף אייוועלט האט זיך יעדער געהאט זיין קרייז מיט וועמען ער האט זיך געשפירט באקוועם.
בעיקר האב איך געהאט אן אינטערעס אין די ראמען פון 'על הצדיקים והחסידים' און 'זכור ימות עולם', וואס דאן זענען געווען די חברה כ"ק מרנא ורבנא מ'ביקסאד' זי"ע און הגאון כ"ק גאב"ד סקרענטאן שליט"א וואס זענען געשטאנען אין שפיץ פון די עדה הקדושה. ווען דערונטער זענען געווען ר' פישעלע (פארשלאפן), יאסעלע, נחמ'נ'תן און נאך.
בערך אין די זעלבע תקופה האבן זיך איינגעשריבן נאך עטליכע חברה מיט וועמען איך בין געווען נאנט, און מיר האבן בעז"ה ארויף געברענגט די אשכולות צו גאר הויכע שטאפלען מיט געוואלדיגע חידושים. אוי זענען דאס געווען גוטע צייטן... אפילו מען האט זיך אמאל צוהיצט אבער ס'איז געווען די את והב בסופה, געווענטליך.

און וואס איז היינט די מצב דא פון דיין פערספעקטיוו? לייג עס אראפ פאר אונז. און וואס איז די עיקר חילוק צווישן אמאל און היינט?
בראש וראשון איז דא היינט א מכה וואס הייסט 'ציטירן'. יעדער וואס ענטפערט, ציטירט גלייך די גאנצע מגילה פונעם לעצטן מגיב. איך פארשטיי נישט וואס איז פשט פון דעם. אני הקטן פיר זיך, נישט צו ציטירן נאר אויב די שמועס איז שוין פארדרייט געווארן. און אויך דעמאלטס, וועל איך –געווענטליך- פארמעקן מער ווייניגער די גאנצע תגובה און איבערלאזן נאר אויף וואס איך טוה זיך באציען. חוץ אויב איך בין מגיב אויף גאר אן אלטער תגובה. דאס ציטירן גאנצעטע תגובות, פילט אן סתם אומנויטיגע אייוועלט בלעטער אין די וועלט אריין.
אבער די עיקר אנדערשקייט פון אמאל און היינט איז מסתמא, אז היינט איז די קרעמעל גרעסער געווארן און מער נישט אזוי היימיש.
דאכט זיך מיר אז אייוועלט האט נאכנישט רעקאווערט פון די "גרויסע קראך".

ווי אפט זענט איר היינט נאך אויפן וועלטל?
שוין אסאך יאהרן וואס איך בין נישט אזוי אקטיוו. נאר יעצט מימי הקאראנע איז מיר געבליבען איינע פון די נאכווייען אז איך דריי זיך דא אפטער, אבער אזוי בין איך שוין נישט היינט אזוי אקטיוו אויפן וועלטעל.
*
אויב מען מעג פרעגן, ווי וואוינט איר?
אין מידהאדסאן וואלי.

און וועלכע יארגאנג זענט איר?
אין מיינע יאהרן פרעגט מען שוין נישט די שאלה.

און וויאזוי בכלל קוקט איר זיך אן אין טאג טעגליכן לעבן? בעל בתיש, חסידיש, פרום, נארמאל, באזעצן, רוטין, פריש וכו'?
אויף רעליגיעזע שאלות לאז איך מיר זיך נישט אויספרעגן, אבער כדי שלא להשאיר הנייר חלק וועל איך ענטפערן על ראשון ראשון אא"וו:
בעל בתיש? חלילה
חסידיש? הלואי
פרום? קרום זיכער
נארמאל? אויב דאס הייסט נארמאל
באזעצן? וואס מיינט דאס?
רוטין? ניין
פריש? איך בעט מיטן גאנצען הארץ אז אל תשליכנו לעת זקנה
וכו'? דער וואס זאגט אלס ויכולו מיט א שותף? נעה, נישט איך
למעשה בין איך בסך הכל נישט מער ווי א פשוטער מענטש מיט געווענטליכע מענטשליכע כאראקטערן און איך פראביר צו זיין א וואוילער איד.

ווייסן מענטשן ארום דיר אז דו ביסט אקטיוו אויף אייוועלט און קענען דיין ניק?
איך מיין אז מער מענטשן ווי איך ווייס, ווייסן אז איך בין דער שרייבער "בן בוזי" אויף אייוועלט. און אז זיי ווייסן, וואלט איך געראטען אז זיי זאלן עס האלטן ביי זיך. עס איז פשוט מענטשליך - נישט מגלה צו זיין א סוד.

וויפיל אקטיווע ניקס דא קענסטו פערזענליך?
אקטיווע קען איך גאר ווייניג. אין דער אלטער היים ווען אייוועלט איז געווען בתקפו, איז דאס דערגיין ווער א שרייבער איז, געווען אן עוון פלילי. ממילא האב איך נישט פראבירט קיינמאל זיך דערגרונטעווען די אידענטיטעט פון א שרייבער. אבער בעקיפין ובמישרין האבן מיר זיך באקאנט געמאכט מיט די וועמען עס איז נייטיג געווען.
מיט פארשידענע א.ג. 'ניקים', בין איך געווארן נאנטע פריינט און מיר שרייבן זיך פריוואט אויף אן אפטער פארנעם.

האט איינער אמאל אייך דערקענט פון אייוועלט? אויב יא, וויאזוי איז עס צוגעגאנגען?
פונקט לעצטענס האט מיר עמיצער אפגעשטעלט און געפרעגט צו איך בין דער שרייבער אונטערן נאמען 'בן בוזי'. ער האט מיר דערקענט פון מיינע תגובות. אבער איך האב עס נישט געלייקענט ווייל אין פאקט שעם איך זיך נישט מיט מיינע תגובות, ואשרי ילדותנו שלא ביישה את זקנותנו.

דערצייל עפעס א אינטערעסאנטע געשיכטע מיט דיר וואס האט זיך אפגעשפילט אין אדער ארום אייוועלט.
אום תשס"ט איז פארגעקומען א 'נסיעת ידידים' ווען די אקטיווע קבוצה וואס פלעגן דאן שרייבן אין על הצדיקים זענען געפארן אויף קברי צדיקים, עס איז דראמאטיש אפגעשריבן געווארן דורכן מייסד הקרעטשמע שליט"א און געדעקט געווארן אויפן וועלטעל, דאס האט געגרינדעט די היינט באקאנטע 'מורשת חכמי אמעריקא'.

פון וועלכע ניק/ניקס היינטיגע צייטן האסטו ספעציעל הנאה און אז דו זעסט זייער תגובה איז עס דיר אינטערעסאנט צו ליינען?
כאמור לעיל, איז מיין עיקר אינטערעס באזירט אין די ראמען פון היסטאריע, און די דאזיגע טייל פון אייוועלט איז מער ווייניגער שוין נישט אזוי אקטיוו, ממילא איז שווער צו זאגן אז איך האב א ספעציעלער הנאה היינט פון די שרייבער אויף אייוועלט. דאך אבער קום איך אהער געוואר צו ווערן וואס עס איז נייעס אויף די וועלט אד"ג.

פון וואס האסטו די מערסטע הנאה, תורה, ידיעות, מוזיק, נייעס, פארברענגען וכו'?
מיר אינטערעסירט בעיקר די טעמעס פון זכור ימות עולם און על הצדיקים, צו וועלכע איך האב בעזהשי"ת בייגעשטייערט א הויפן פון אינפארמאציע. אז איך קוק זיך היינט ארום אין ספרים און אין אויסגאבעס, טרעף איך דארט אלעמאל אינפארמאציע וואס מיר אדער די חברים האבן געשריבן אויף אייוועלט.
אמאל האט מען געוואלט פארלאנגען אז די וואס נוצן אייוועלט אינפארמאציע זאלן דאס עמטליך ארויס שרייבן און געבן די פארדינטע קרעדיט. עס האט זיך אביסל איינגעגעבן, אבער נאכאלץ זעה איך כסדר ווי מיינע שטאף ווערט באנוצט אן דעם וואס דער ארויסגעבער זאל באצייכענען די מקור. דאס באדערט מיר נישט. אבער ווען מען באציעט א גאנצער ארטיקל אויף מיינע ווערק אן דעם וואס מען זאל פארצייכענען די מקור, דאס רירט שוין יא אביסל אן מיין עגא...

וואס האלסטו דארף זיך אייוועלט פארבעסערן?
מי אנכי צו זאגן מוסר? אבער יעדער וואס נוצט דעם פלאטפארמע דארף נעמען די אחריות צו שרייבן די תגובות מיט פאראנטווארטליכקייט.

און בכלל, זאג עפעס גוטס רבי בן בוזי.
מה טובו אהליך יעקב משכנותיך ישראל!

און אז מען רעדט שוין, דערצייל עפעס א ספעציעלע געשיכטע אדער איבערלעבעניש אין סיי וועלכע הינזיכט וואס דו האסט געהאט אין דיין לעבן, קיין שייכות מיט אייוועלט.
סיי ווער וואס איז שוין אין מיין יארגאנג האט כמובן אסאך וואס צו דערציילן פון פריוואטע לעבן. אבער היות אז ווי געשריבן איז מיין עיקר אקטיוויטעט אויף אייוועלט נוגע די על הצדיקים אפטיילונג, און אזויווי א גרויסער עולם שרייבער זענען סאטמארער חסידים, וועל איך מיטטיילן א קינדערישע זכרון און א פערזענליכע באגעגעניש וואס איך האב געהאט מיטן סאטמארער רבי זצ"ל:
זייענדיג א יליד וויליאמסבורג בין איך תמיד געווען גאר שטארק באאיינדרוקט פונעם רבי'ן דער 'ברך משה' מסאטאמר זצ"ל און זיין ענוות חנ'וועדיגער צוגאנג. איך פלעג איהם זעהן גאנץ אפט. ווייל מיר האבן געוואוינט אין וואס האט דעמאלטס געהייסן דאס הארץ פון וויליאמבורג, ממש נעבן דער סאטמארער ביהמ"ד אויף ראדני סטריט. און אסאך מאל צופרי אז איך בין געגאנגען אויפן וועג אין חדר אריין, פלעגט ער מיר באגריסן מיט 'א גוט מארגן'.
איז געווען אמאל ווען איך בין שוין געווען א גרעסערע אינגעל, בין איך אמאל געגאנגען מיטן טאטן ע"ה צו מצות באקן אין די סאטמארער בעקעריי אויף די בראדוויי שטראסע. איך געדענק נישט יעצט פארוואס ער האט געמאכט אזא ווערטל, אבער עפעס האט מיר דער טאטע געזאגט מיט א שמייכל: קענסט מיטקומען - אבער זאלסט נישט זאגן פאר קיינעם אז דו ביזט מיין קינד;
זייענדיג אינעם בעקעריי איז מיטאמאל אנגעקומען דער רבי דער 'ברך משה'. מיין טאטע האט זיך געקענט מיטן רבי'ן ווייל ער פלעגט אין די וואכן טעג דאווענען מיטן רבי'נס מנין שחרית אינעם גרויסן ביהמ"ד – כאטש ער איז נישט געווען קיין סאטמארער חסיד.
בקיצור, דער ברך משה האט זיך אומגעקוקט איבעראל און שטייענדיג ביים אויוון ווי עס איז דאכט זיך געווען דער שיבער ר' ברוך יודא שניטצלער ע"ה, האט ער מיטאמאל געזעהן ווי איך דריי זיך דארט אונטער די פיס און קוק זיך צו, גיבט זיך דער 'ברך משה' א דריי אויס צו מיין טאטן ע"ה און גיבט זיך א רוף אן מיט זיין זיסער שפראך/קול: רבי בוזי, דאס איז דיין זוהן?!
די דאזיגע באגעגעניש איז מיר געבליבן אין זכרון.

און אלס קרישקעלע, צו וועלכע ספר (מוסר וחסידות וכו') שפירט איר א ספעציעלע קשר?
איך האב א שטארקער קשר צו די ספרי ראשוני החסידים הבעש"ט הק' והמגיד הגדול ותלמידיהם נבג"ם זי"ע, און אויך צו ספרי חב"ד.

און צום לעצט, אלץ לאנגיעריגע שרייבער דא פון טויזנטער תוכנ'דיגע תגובות, וואס האט איר צו זאגן פאר אונזערע היינטיגע שרייבער דא?
עפענען וואס מער אנקעטע אשכולות און נעמען וואס אפטער די פולס פון כלל ישראל, ווייל אז נישט וועט מען נישט וויסן ווי דער עולם האלט אויף די וועלט.
אוועטאר
צוקער וואסער
שר האלף
תגובות: 1581
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 10:23 pm

Re: אייוועלט ניק אינטערוויא - בן בוזי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צוקער וואסער »

זייער אינפארמאטיוו.
אוועטאר
מחשב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3563
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

Re: אייוועלט ניק אינטערוויא - בן בוזי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחשב »

א געשמאק צו ליינען!

וואלט איך געווען אין אייערע צייטן, ווען איר האט געבויעט די היסטאריע געהענגלעך, וואלט איך ווארשיינלעך געווען מער 'ידען'. יעצט גיי נעם דיר ליינען... וואו פאנגט מען אן?...
אוועטאר
חבקוק
שר עשרת אלפים
תגובות: 11919
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 21, 2020 5:32 pm
לאקאציע: אין פארברענגען...

Re: אייוועלט ניק אינטערוויא - בן בוזי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חבקוק »

זייער שיין און זיס!
ת'תרבה ש'יחות פ'ארברענגען א'ינסופיים...
אוועטאר
שאראש-פאטאק
שר חמש מאות
תגובות: 955
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 20, 2019 10:25 pm

Re: אייוועלט ניק אינטערוויא - בן בוזי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאראש-פאטאק »

דאכט זיך מיר אז אייוועלט האט נאכנישט רעקאווערט פון די "גרויסע קראך"
מה זה?
אוועטאר
חמרא טבא
שר עשרת אלפים
תגובות: 13006
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

Re: אייוועלט ניק אינטערוויא - בן בוזי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חמרא טבא »

כאן המקום להודות להרב בן בוזי שליט״א פאר זיינע פילע לייסטונגען לטובת די על הצדיקים און זכור ימות עולם אשכולות אייערע תגובות זענען גין גאלד און מיר האבן אסאך הנאה געהאט פון אייך במשך השנים
דביה תחדי נפשא
אוועטאר
לעכטל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4112
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 27, 2019 6:03 pm
לאקאציע: ביד השי"ת

Re: אייוועלט ניק אינטערוויא - בן בוזי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעכטל »

אפשר ברענגט מען אהער פון די סמעטענע פון הרב בן בוזי, די עולם - ואני בתוכם - זאל פארשטיין פון וואס מען רעדט דא ..??
די בעסטע וועג אויסצורעכענען דיין צוקונפט, איז דורכ'ן עס מאכן... (פרעזידענט לינקאלן)
אוועטאר
בוחר בשירי זמרה
שר האלפיים
תגובות: 2627
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 26, 2016 10:49 pm

Re: אייוועלט ניק אינטערוויא - בן בוזי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בוחר בשירי זמרה »

גרויסע עם הארץ האט געשריבן:עפענען וואס מער אנקעטע אשכולות און נעמען וואס אפטער די פולס פון כלל ישראל, ווייל אז נישט וועט מען נישט וויסן ווי דער עולם האלט אויף די וועלט.


סארקאסטיש?
איר האט הנאה -יעצט בשעת מעשה- פונעם סייט?
קומט אריין דא אצינד, און טראסקעט אריין עפעס
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35438
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: אייוועלט ניק אינטערוויא - בן בוזי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

בען ביזי, הערליך.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
וואס עפעס?
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4116
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

Re: אייוועלט ניק אינטערוויא - בן בוזי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס עפעס? »

גרויסע עם הארץ האט געשריבן:אינטערוויו איז אפגעהאלטן געווארן דורך ר' Simcha .

און צום לעצט, אלץ לאנגיעריגע שרייבער דא פון טויזנטער תוכנ'דיגע תגובות, וואס האט איר צו זאגן פאר אונזערע היינטיגע שרייבער דא?
עפענען וואס מער אנקעטע אשכולות און נעמען וואס אפטער די פולס פון כלל ישראל, ווייל אז נישט וועט מען נישט וויסן ווי דער עולם האלט אויף די וועלט.


בוזי טייערע , איר האט מיך אויסגעגאסן מיין גאנצע טיי פונעם האנט , שיסענדיג אויס פאר געלעכטער !
אוועטאר
פיק ניק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 490
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 22, 2020 2:05 pm

Re: אייוועלט ניק אינטערוויא - בן בוזי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פיק ניק »

גרויסע עם הארץ האט געשריבן:און וואס איז היינט די מצב דא פון דיין פערספעקטיוו? לייג עס אראפ פאר אונז. און וואס איז די עיקר חילוק צווישן אמאל און היינט?
בראש וראשון איז דא היינט א מכה וואס הייסט 'ציטירן'. יעדער וואס ענטפערט, ציטירט גלייך די גאנצע מגילה פונעם לעצטן מגיב. איך פארשטיי נישט וואס איז פשט פון דעם. אני הקטן פיר זיך, נישט צו ציטירן נאר אויב די שמועס איז שוין פארדרייט געווארן. און אויך דעמאלטס, וועל איך –געווענטליך- פארמעקן מער ווייניגער די גאנצע תגובה און איבערלאזן נאר אויף וואס איך טוה זיך באציען. חוץ אויב איך בין מגיב אויף גאר אן אלטער תגובה. דאס ציטירן גאנצעטע תגובות, פילט אן סתם אומנויטיגע אייוועלט בלעטער אין די וועלט אריין.
.

אמאל וויל מען ציטירן אז די שרייבער זאל באקומען א נאטאפיקאציע.
אוועטאר
מונאוויטש
שר האלפיים
תגובות: 2906
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2015 6:08 pm

Re: אייוועלט ניק אינטערוויא - בן בוזי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מונאוויטש »

בוחר בשירי זמרה האט געשריבן:
גרויסע עם הארץ האט געשריבן:עפענען וואס מער אנקעטע אשכולות און נעמען וואס אפטער די פולס פון כלל ישראל, ווייל אז נישט וועט מען נישט וויסן ווי דער עולם האלט אויף די וועלט.

סארקאסטיש?

נעבֿאַדע!
אוועטאר
הלשון
שר שלשת אלפים
תגובות: 3620
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 27, 2011 5:48 pm

Re: אייוועלט ניק אינטערוויא - בן בוזי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הלשון »

גרויסע עם הארץ האט געשריבן:
וכו'? דער וואס זאגט אלס ויכולו מיט א שותף? נעה, נישט איך


דוי האב איך געשמייכעלט!!

יישר כח פאר די שיינע רייכע שמועס. הנאה געהאט!
הלשון הוא קולמוס הלב, והניגון הוא קולמוס הנפש (בעל התניא מליאדי)
אוועטאר
חמרא טבא
שר עשרת אלפים
תגובות: 13006
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

Re: אייוועלט ניק אינטערוויא - בן בוזי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חמרא טבא »

הלשון האט געשריבן:
גרויסע עם הארץ האט געשריבן:
וכו'? דער וואס זאגט אלס ויכולו מיט א שותף? נעה, נישט איך


דוי האב איך געשמייכעלט!!

יישר כח פאר די שיינע רייכע שמועס. הנאה געהאט!

וואסע די חידוש ס׳דאך דעם משנה ברורה׳ס אן אויפטוה
דביה תחדי נפשא
אוועטאר
הרבטייטעלבוים
שר ששת אלפים
תגובות: 6379
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 20, 2012 5:52 pm
לאקאציע: שתולים בבית ד'

Re: אייוועלט ניק אינטערוויא - בן בוזי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרבטייטעלבוים »

הערליכע אינטערוויא.

איך וויל ארויס הייבע,ן ס'רוב צייט פון בן בוזי דא איז נישט געווען גע'בטלט, נאר אוועק צושטעלען אינפארמאציע אויף צדיקים ואנשי מעשה, מ'טרעפן אייך טעגליך און צייטונגען און להבדיל ספרים ותולדות [פארשטייט זיך אן אייער נאמען כדרכם של המחברים]
Programming
שר שלשת אלפים
תגובות: 3152
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2017 8:53 pm

Re: אייוועלט ניק אינטערוויא - בן בוזי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Programming »

אינטערעסאנט צו זען עמיצן וואס איז געווען א יונג קינד ווען דער ברך משה איז שוין געווען רבי, אבער רעדט שוין פארט ווי א בא בימים.

אדער אפשר איז די קראוד דא אין די צענערלינג יארן דאן מאכט עס סענס

די נייע דורות זעהט מען טאקע הייבן נישט אן צו וויסן וואס דער גרויסער קראך איז געווען

בכל אופן א גרויסן ייש"כ פאר דיינע פילע ביישטייערונגען דא צום וועלטל
צו לייקן אדער דיסלייקן די תגובה, מאכט א רייט קליק אויף די ווייסע קעסטל נעקסט צו די טיים סטעמפ העכער די תגובה און קאפי'ט די לינק אדרעס. אלע 5'ס (5, 15, 25, 105, 1005 א.א.וו.) זענען לייקס, 10'ס (10, 100, 1000 א.א.וו.) זענען דיסלייקס.
אוועטאר
שמואל בארג
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4026
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 18, 2016 6:44 pm

Re: אייוועלט ניק אינטערוויא - בן בוזי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל בארג »

זייער שיין, וכאן המקום להודות אויף די אלע שיינע ווערק און אויפדעקונגען וואס איר האט אוועקגעשטעלט לדורות.
אוועטאר
הלשון
שר שלשת אלפים
תגובות: 3620
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 27, 2011 5:48 pm

Re: אייוועלט ניק אינטערוויא - בן בוזי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הלשון »

Programming האט געשריבן:אינטערעסאנט צו זען עמיצן וואס איז געווען א יונג קינד ווען דער ברך משה איז שוין געווען רבי, אבער רעדט שוין פארט ווי א בא בימים

ער שרייבט א גרעסערע יונגל

איינער וואס איז בשנת תש"מ געווען 11 יאר, איז בשנת תש"פ 51 יאר. טאקע א כבוד צו האבן אזא איינעם דא.

איך שאץ אז רוב ציבור דא [כהיום הזה], איז מיט לכה"פ 15-20 יאר אינגער ווי 51
לעצט פארראכטן דורך הלשון אום מיטוואך יולי 08, 2020 2:22 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
הלשון הוא קולמוס הלב, והניגון הוא קולמוס הנפש (בעל התניא מליאדי)
אוועטאר
הלשון
שר שלשת אלפים
תגובות: 3620
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 27, 2011 5:48 pm

Re: אייוועלט ניק אינטערוויא - בן בוזי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הלשון »

חמרא טבא האט געשריבן:
הלשון האט געשריבן:
גרויסע עם הארץ האט געשריבן:
וכו'? דער וואס זאגט אלס ויכולו מיט א שותף? נעה, נישט איך


דוי האב איך געשמייכעלט!!

יישר כח פאר די שיינע רייכע שמועס. הנאה געהאט!

וואסע די חידוש ס׳דאך דעם משנה ברורה׳ס אן אויפטוה


די חידוש איז די וועג ווי אזוי ער האט אפגעלערנט די ווארט - וכו'

בקיצור, א מליצה וואס מען דארף מסביר זיין....
הלשון הוא קולמוס הלב, והניגון הוא קולמוס הנפש (בעל התניא מליאדי)
Programming
שר שלשת אלפים
תגובות: 3152
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2017 8:53 pm

Re: אייוועלט ניק אינטערוויא - בן בוזי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Programming »

הלשון האט געשריבן:
Programming האט געשריבן:אינטערעסאנט צו זען עמיצן וואס איז געווען א יונג קינד ווען דער ברך משה איז שוין געווען רבי, אבער רעדט שוין פארט ווי א בא בימים

ער שרייבט א גרעסערע יונגל

איינער וואס איז בשנת תש"מ געווען 11 יאר, איז בשנת תש"פ 51 יאר. טאקע א כבוד צו האבן אזא איינעם דא.

איך שאץ אז רוב ציבור דא [כהיום הזה], איז מיט לכה"פ 15-20 יאר אינגער ווי 51


די גרעסערע יונגל איז שוין געווען שפעטער כמבואר בדבריו
צו לייקן אדער דיסלייקן די תגובה, מאכט א רייט קליק אויף די ווייסע קעסטל נעקסט צו די טיים סטעמפ העכער די תגובה און קאפי'ט די לינק אדרעס. אלע 5'ס (5, 15, 25, 105, 1005 א.א.וו.) זענען לייקס, 10'ס (10, 100, 1000 א.א.וו.) זענען דיסלייקס.
אוועטאר
הלשון
שר שלשת אלפים
תגובות: 3620
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 27, 2011 5:48 pm

Re: אייוועלט ניק אינטערוויא - בן בוזי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הלשון »

Programming האט געשריבן:די גרעסערע יונגל איז שוין געווען שפעטער כמבואר בדבריו

אנטשולדיגט, נישט באמערקט ער זאל עס שרייבן. ביטע צוצייכענען ווי.

לו יהא כדבריך, און ער איז בשנת תש"מ געווען בלויז 7-8 יאר, איז ער שוין אויך קרוב לבן חמישים
הלשון הוא קולמוס הלב, והניגון הוא קולמוס הנפש (בעל התניא מליאדי)
אוועטאר
שאשא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4147
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 05, 2020 12:16 am

Re: אייוועלט ניק אינטערוויא - בן בוזי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאשא »

זייער שיין
הצלחה
שרייב תגובה

צוריק צו “אידישע וועלט”