אינטערן-באוויסטזיין פון abusive type) (unhealthy 6) BPD/NARCISSIST)

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
fiena nieas
שר האלפיים
תגובות: 2538
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 23, 2011 8:56 am

Re: אינטערן-באוויסטזיין פון abusive type) (unhealthy 6) BPD/NARCISSIST)

תגובהדורך fiena nieas » מיטוואך יולי 01, 2020 9:58 am

ווי זענען מיינע תגובות פארשווינדען?

אוועטאר
באשעפעניש
שר חמישים
תגובות: 53
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 28, 2020 5:18 am

Re: אינטערן-באוויסטזיין פון abusive type) (unhealthy 6) BPD/NARCISSIST)

תגובהדורך באשעפעניש » מיטוואך יולי 01, 2020 10:06 am

fiena nieas האט געשריבן:ווי זענען מיינע תגובות פארשווינדען?

איך ווייס נישט . וואס גייט פאר ? נישט אלע זענען פארשווינדען

אוועטאר
באשעפעניש
שר חמישים
תגובות: 53
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 28, 2020 5:18 am

Re: אינטערן-באוויסטזיין פון abusive type) (unhealthy 6) BPD/NARCISSIST)

תגובהדורך באשעפעניש » מיטוואך יולי 01, 2020 10:12 am

באשעפעניש האט געשריבן:
fiena nieas האט געשריבן:ווי זענען מיינע תגובות פארשווינדען?

איך ווייס נישט . וואס גייט פאר ? נישט אלע זענען פארשווינדען

עס זעהט אויס אז אלעס וואס אינז האבן געשריבן איבער טראמפ און פוטן איז פארשווינדען געווארן ..... מעגליך רוסישע העקערס :evil: :wink: :smile:

אוועטאר
באשעפעניש
שר חמישים
תגובות: 53
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 28, 2020 5:18 am

Re: אינטערן-באוויסטזיין פון abusive type) (unhealthy 6) BPD/NARCISSIST)

תגובהדורך באשעפעניש » מיטוואך יולי 01, 2020 1:52 pm

באשעפעניש האט געשריבן:די יסוד פון די קאפלאצירטע personality disorder מענטשן איז, אז ער איז ציריסען און צופליקט און פארלוירן פון אינעווייניג. ער איז ווי א הויז וואס קען אפילו זיין א שיינע הויז, און א גרויסע הויז, אבער די פאדאמענט איז קיינמאל נישט אהער געשטעלט געווארן געהעריג, און די גאנצע הויז ווארפט זיך און שאקעלט זיך פון א יעדע בלאז, שטעל דיך פאר אויב די אליין וואלסט ווען געווען די הויז, און א מענטש וואלט אריבער געגאנגען אויף די גאס א קעגען איבער די הויז, און ער וואלט געמאכט א האפטשא, און די גאנצע הויז וואלט זיך אנגעהויבן צו וואקלען אויף אלע זייטען, פשוט ווייל די יסוד פון די הויז האט מען קיינמאל נישט געמאכט געהעריג, און די נישט וויסענדיג און נישט האבן די מעגליכקייט צו זעהן דיין אייגענע פאדאמענט, ווייסטו נישט אז די גאנצע הויז שטייט אויף מילך קעסטלך, סא די איינציגע זאך וואס די זעהסט און די קענסט פארשטיין איז אז די מענטש וואס האט געמאכט די האפטשא, האט דיך געוואלט אימווארפן, און ער איז יעצט דיין גרעסטע שונא, אזוי אויך די קאמפלאצירטע מענטשן זענען חרוב אינעם עצם יסוד פון ווי אזוי א מענטש באטראכט און שפירט זיך אויף די וועלט, לגבי די עצם וועלט, און אלעס ארום, און לגבי די מענטשן פון די וועלט, זיי האבן נישט די עצם טיפע זיכערקייט וואס אפילו א קליין קינד האט, ער שפירט ווי ער גייט אויף א שטריק העכער א וואסער, וואס קען כמעט נאר האלטן איין מענטש, און א יעדע שאקעל גייט אום אריין פארפען און וואסער אריין, און אלע מענטשן גייען אים איבער לאזען אליין אין וואסער אדער האלב הענגען אויף די שטריק, און גייען זיך גיין ווייטער זייער וועג, און ניטאמאל קוקן אויף זיין זייט, אדער גאר גייען זיי גאר דירעקט אים אריין פארפען כדי זיי זאלן קענען גרינגער אריבער גיין, און וועגן דעם איז נאר פארנומען זיך אנצוכאפען אין וועם ער קען נאר, מיט גוטען אדער מיט בייזען, און שרייען און פארפירען אז יעדער איז שלעכט, און יעדער וויל אים אומפארפען און עס איז צרות, דאס איז נעבעך זיין בליק אויף די וועלט, אין פרידנס צייטן, ווען אלעס איז נארמאל און אפילו ספעציעל גוט, ווען באמת רוב מענטשן גרויסע און קליינע זעהן נישט קיין וואסער און נישט קיין שטריק, קיינער ווארפט זיי נישט אריין און קיינער לאזט זיי נישט איבער זיי זעהן פאר זיך א נארמאלע זיכערע וועלט ווי מען גייט אויף ברייטע שטארקע סיידוואקס און איעדער איז דא מיט זיי ברודער שוועסטער חברים און אפילו סתם מענטשן. און זיי ווייסען בכלל נישט אז עס איז דא מענטשן וואס האבן נעבעך אזא צושאקאלטע בליק אויף די וועלט.

צו פארשטיין די תגובה קלאר, ברוך מען צולייגן אסאך פון די חלק פון די מח פון די subconscious אינטערן באוויסטזיין בלע''ז, און זיך אריין לייגן מיט די חלק פון די דמיון פון די מח, וואס האט די מעגליכקייט זיך אריינצולייגן אין א צווייטענס מצב און פארשטיין א צווייטען, און פארשטייט זיך בייגעוויסע חלק מענטשן איז די כח פון דמיון און זיך אריינלייגען אין א צווייטענס מצב שטערקער, און בייגעוויסע איז עס שוואכער, און ביי א קליינע חלק עקזיסטירט עס בכלל נישט

אוועטאר
נשמה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5725
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: אינטערן-באוויסטזיין פון abusive type) (unhealthy 6) BPD/NARCISSIST)

תגובהדורך נשמה » מיטוואך יולי 01, 2020 3:57 pm

בס"ד

באשעפעניש טייערע. ערלויב מיך זיך אויסצוגיסן וואס איך בין לעצטענס געוואויר געווארן וואס דאס איז BPD. און לאמיר דיר זאגן באשעפעניש טייערע. איך האב ביז יעצט נישט געוואוסט פונקטליך.

BPD איז א מענטש וואס ער ריאגירט צו אזאך צעהן מאל שטערקער ווי א נארמאלער געזונטער מענטש. א מענטש פון ווען ער שטייט אויף ביז ער לייגט זיך האלט ער אין איין באקומען מעסעדשעס, סיי וואס עס טוט זיך ארום אים, און סיי וואס עס טוט זיך אין אים. די פאלגנדע איז א ליסט פון מעסעדשעס.

"עס איז מיר קאלט"

"עס איז מיר הייס"

"איך האב ליב די מענטש וואס איך זע יעצט"

"דער מענטש וואס איך זע יעצט האט געטון א זאך וואס קען ווייזן אז ער האט מיך נישט ליב"

"איך דארף באצאלן א ביל"

"יענער מענטש דארט איז ציעדיג"

"איך האב די און די חסרון"

"איך האב די און די מעלה"

"איך בין אויפגערעגט אויף מיר אליין"

"ס'ווערט שפעט"

"ס'איז נאך דא צייט"

"איך וויל טון דאס און דאס"

"איך וויל עסן דאס און דאס"

יעצט לאמיר נעמען די אלע מעסעדשעס און עס מאכן צעהן מאל מער.

"ס'איז נאך דא גענוג צייט"

"איך וויל טון דאס און דאס"

שטעל דיך פאר וואס עס טוט זיך אין אים. אויב איז ער אויפגערעגט אויף זיך, איז עס צעהן מאל מער. אויב האט ער איינעם ליב, איז עס צעהן מאל מער. אויב וויל ער עפעס איז עס צעהן מאל מער.

געדענק דעם כלל: יעדער מענטש האט די אלע אינערליכע טריגערס וואס א BPD האט, נאר דער BPD האט עס צעהן מאל מער. קומט אויס אז ס'געשעהט וואס ס'געשעהט.

יעדער מענטש קען צומאל האבן א חשש מער ווייניגער אז מ'לאכט פון אים. אבער עס לויפט אדורך שנעל. ביים BPD ווערט עס צעהן מאל מער. טראכט ווי שווער ס'איז.

יעדער מענטש קען זיך זארגן "מיין בחור'ל איז עפעס נישט אין ארדענונג, ער איז עפעס נישט" אבער עס לויפט דורך. ביים PBD ווערט עס צעהן מאל מער. און אוודאי וועט ער מאכן אן עסק דערפון.

וויפיל מאל געט אזא לויף דורך אין א מענטש - ביי איינעם מער, ביי איינעם ווייניגער - איז יענער באמת געטריי צו מיר. ס'איז נאר גאר קליין. דער מענטש פילט אפילו נישט אז ער האט געטראכט. ס'פילט זיך כמעט נישט. אבער ביים PBD איז צעהן מאל גרעסער. דאס איז די גאנצע BPD.

און דאס מאכט אז ער זאל טוישן אזויפיל פערסאנאליטי. וואס איז פערסאנאליטי? פערסאנאליטי איז מידות. א וועג וויאזוי די אינערליכע פראסעסעס ריאגירן צו מצבים.

יעדער פארשטייט אז אויב איך בין געווען ביי קאראנע השם ישמרינו צעדרייט, און שלעכט, איז עס נאר צוליב די מצב נעבעך. אבער דאס ווייזט נישט אויף מיין פערסאנאליטי. אבער ביים BPD איז סך מער זאכן א מצב. דערפאר זאגט מען אז א BPD איז א וואוילער מענטש. ווייל בעצם איז ער א וואוילער מענטש. ס'איז נאר די "קאראנע" ל"ע ול"ע וואס מאכט אים צעדרייט.

איך האב דאס קיינמאל נישט געוואוסט. א BPD איז נארמאל. יא, יא. ער איז נארמאל. נאר א זאך ווערט ביי אים אויפגעבלאזן צעהן מאל מער. יעדעם דאכט זיך אמאל אמאל אז מ'האט אים יעצט געטשעפעט. איינער מער איינער ווייניגער. אבער יעדער קען האבן סימנים אז מ'האט אים יעצט גוט צוגעפיקסט. אבער ס'לויפט אדורך. ביי א PBD ווערט עס צעהן מאל מער.

די שאלה איז נאר פארוואס. אסאך זאכן קענען שפילן א ראלע דערין. איך ווייס אז פירערס קענען האבן BPD. ווען א מענטש שפירט צעקלאפט קען ער האבן מער דמיונות אז מ'טשעפעט אים, און אז מ'מיינט אים פערזענליך צו טשעפענען.

איך שרייב נישט דא די סיבות צום אנטוויקלונג פון BPD. איך האב נאר געשריבן וואס די נקודה פון BPD איז.

BPD האט באמת איין נקודה. די נקודה איז אז אזאך ווערט ביי אים צעהן מאל גרעסער. ר' מרדכי וויינבערגער זאגט אז ס'איז א צעבראכענע טערמאסטאט.

אגב, נישט יעדע צעבראכענע טערמאסטאט איז BPD. אזעלכעס קען קומען פון ADHD אויך. פון OCD אויך. עכ"פ. יא. והשם הטוב יעזור.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

אוועטאר
בעזרת הבורא
שר העשר
תגובות: 43
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 27, 2018 5:35 pm

תגובהדורך בעזרת הבורא » מיטוואך יולי 01, 2020 4:59 pm

.

אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר האלף
תגובות: 1322
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 08, 2017 4:31 pm

Re: אינטערן-באוויסטזיין פון abusive type) (unhealthy 6) BPD/NARCISSIST)

תגובהדורך דניאל אויערבאך » מיטוואך יולי 01, 2020 5:47 pm

כ'גלייך די תגובות און באשרייבונגען אין די ענינים! א דאנק יעדן איינעם ובראשם באשעפעניש.
איך קען איינעם א NPD וואס איז 99% א איינסער (שטרענגע רולס אלעס מוז מען פאלגן, נישטא קיין גרעי אויף די וועלט נאר בלעק און ווייט)

עס איז שוין העכסט צייט צו מאכן היימישע סופפארט גרופעס פאר קינדער אדער ספאUסעס פון פערסאנעליטי דיסארדער מענטשן.

אוועטאר
באשעפעניש
שר חמישים
תגובות: 53
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 28, 2020 5:18 am

Re: אינטערן-באוויסטזיין פון abusive type) (unhealthy 6) BPD/NARCISSIST)

תגובהדורך באשעפעניש » מיטוואך יולי 01, 2020 9:26 pm

נשמה האט געשריבן:בס"ד

באשעפעניש טייערע. ערלויב מיך זיך אויסצוגיסן וואס איך בין לעצטענס געוואויר געווארן וואס דאס איז BPD. און לאמיר דיר זאגן באשעפעניש טייערע. איך האב ביז יעצט נישט געוואוסט פונקטליך.

BPD איז א מענטש וואס ער ריאגירט צו אזאך צעהן מאל שטערקער ווי א נארמאלער געזונטער מענטש. א מענטש פון ווען ער שטייט אויף ביז ער לייגט זיך האלט ער אין איין באקומען מעסעדשעס, סיי וואס עס טוט זיך ארום אים, און סיי וואס עס טוט זיך אין אים. די פאלגנדע איז א ליסט פון מעסעדשעס.

"עס איז מיר קאלט"

"עס איז מיר הייס"

"איך האב ליב די מענטש וואס איך זע יעצט"

"דער מענטש וואס איך זע יעצט האט געטון א זאך וואס קען ווייזן אז ער האט מיך נישט ליב"

"איך דארף באצאלן א ביל"

"יענער מענטש דארט איז ציעדיג"

"איך האב די און די חסרון"

"איך האב די און די מעלה"

"איך בין אויפגערעגט אויף מיר אליין"

"ס'ווערט שפעט"

"ס'איז נאך דא צייט"

"איך וויל טון דאס און דאס"

"איך וויל עסן דאס און דאס"

יעצט לאמיר נעמען די אלע מעסעדשעס און עס מאכן צעהן מאל מער.

"עס איז מיר קאלט"

"עס איז מיר הייס"

"איך האב ליב די מענטש וואס איך זע יעצט"

"דער מענטש וואס איך זע יעצט האט געטון א זאך וואס קען ווייזן אז ער האט מיך נישט ליב"

"איך דארף באצאלן א ביל"

"יענער מענטש דארט איז ציעדיג"

"איך האב די און די חסרון"

"איך האב די און די מעלה"

"איך בין אויפגערעגט אויף מיר אליין"

"ס'ווערט שפעט"

"ס'איז נאך דא גענוג צייט"

"איך וויל טון דאס און דאס"

שטעל דיך פאר וואס עס טוט זיך אין אים. אויב איז ער אויפגערעגט אויף זיך, איז עס צעהן מאל מער. אויב האט ער איינעם ליב, איז עס צעהן מאל מער. אויב וויל ער עפעס איז עס צעהן מאל מער.

געדענק דעם כלל: יעדער מענטש האט די אלע אינערליכע טריגערס וואס א BPD האט, נאר דער BPD האט עס צעהן מאל מער. קומט אויס אז ס'געשעהט וואס ס'געשעהט.

יעדער מענטש קען צומאל האבן א חשש מער ווייניגער אז מ'לאכט פון אים. אבער עס לויפט אדורך שנעל. ביים BPD ווערט עס צעהן מאל מער. טראכט ווי שווער ס'איז.

יעדער מענטש קען זיך זארגן "מיין בחור'ל איז עפעס נישט אין ארדענונג, ער איז עפעס נישט" אבער עס לויפט דורך. ביים PBD ווערט עס צעהן מאל מער. און אוודאי וועט ער מאכן אן עסק דערפון.

וויפיל מאל געט אזא לויף דורך אין א מענטש - ביי איינעם מער, ביי איינעם ווייניגער - איז יענער באמת געטריי צו מיר. ס'איז נאר גאר קליין. דער מענטש פילט אפילו נישט אז ער האט געטראכט. ס'פילט זיך כמעט נישט. אבער ביים PBD איז צעהן מאל גרעסער. דאס איז די גאנצע BPD.

און דאס מאכט אז ער זאל טוישן אזויפיל פערסאנאליטי. וואס איז פערסאנאליטי? פערסאנאליטי איז מידות. א וועג וויאזוי די אינערליכע פראסעסעס ריאגירן צו מצבים.

יעדער פארשטייט אז אויב איך בין געווען ביי קאראנע השם ישמרינו צעדרייט, און שלעכט, איז עס נאר צוליב די מצב נעבעך. אבער דאס ווייזט נישט אויף מיין פערסאנאליטי. אבער ביים BPD איז סך מער זאכן א מצב. דערפאר זאגט מען אז א BPD איז א וואוילער מענטש. ווייל בעצם איז ער א וואוילער מענטש. ס'איז נאר די "קאראנע" ל"ע ול"ע וואס מאכט אים צעדרייט.

איך האב דאס קיינמאל נישט געוואוסט. א BPD איז נארמאל. יא, יא. ער איז נארמאל. נאר א זאך ווערט ביי אים אויפגעבלאזן צעהן מאל מער. יעדעם דאכט זיך אמאל אמאל אז מ'האט אים יעצט געטשעפעט. איינער מער איינער ווייניגער. אבער יעדער קען האבן סימנים אז מ'האט אים יעצט גוט צוגעפיקסט. אבער ס'לויפט אדורך. ביי א PBD ווערט עס צעהן מאל מער.

די שאלה איז נאר פארוואס. אסאך זאכן קענען שפילן א ראלע דערין. איך ווייס אז פירערס קענען האבן BPD. ווען א מענטש שפירט צעקלאפט קען ער האבן מער דמיונות אז מ'טשעפעט אים, און אז מ'מיינט אים פערזענליך צו טשעפענען.

איך שרייב נישט דא די סיבות צום אנטוויקלונג פון BPD. איך האב נאר געשריבן וואס די נקודה פון BPD איז.

BPD האט באמת איין נקודה. די נקודה איז אז אזאך ווערט ביי אים צעהן מאל גרעסער. ר' מרדכי וויינבערגער זאגט אז ס'איז א צעבראכענע טערמאסטאט.

אגב, נישט יעדע צעבראכענע טערמאסטאט איז BPD. אזעלכעס קען קומען פון ADHD אויך. פון OCD אויך. עכ"פ. יא. והשם הטוב יעזור.

אוי טייערע נשמה, זאגס דאך אזוי גוט, מען זעט פון דיין שרייבן אז די האסט אסאך געפיל אין דיר, די האסט זייער גוט ארויס געברענגט די חלק פון די צעבראכענע טערמאסטאט, זייער קלאר און זייער שיין, אבער דאס איז נאר א תוצאה פון א יסוד וואס קומט פאר טיף אין די צוזאמשטעל פון זייער מח און געפיל, און בסאך הכל וואס די שרייבסט איז אז זיי אווער ריעקטען צו א יעדע זאך און די האסט אנגערירט א טראפ פון א כמעט א יעדע פון די 9 criteria פון די DSM 5. פאר bpd
(1)
frantic efforts to avoid real or imagined abandonment. Note: Do not include suicidal or self-mutilating
behavior covered in Criterion 5.

(2)
a pattern of unstable and intense interpersonal relationships characterized by alternating between
extremes of idealization and devaluation

(3)
identity disturbance: markedly and persistently unstable self image or sense of self

(4)
impulsivity in at least two areas that are potentially self-damaging (e.g., spending, tavah, substance
abuse, reckless driving, binge eating). Note: Do not include suicidal or self-mutilating behavior covered
in Criterion 5.

(5)
recurrent suicidal behavior, gestures, or threats, or self-mutilating behavior

(6)
affective (mood) instability due to a marked reactivity of mood (e.g., intense episodic dysphoria,
irritability, or anxiety usually lasting a few hours and only rarely more than a few days). Sudden
situations can cause the mood to change.

(7)
chronic feelings of emptiness

(8)
Inappropriate, intense anger, or difficulty controlling anger (e.g., frequent displays of temper, constant
anger, recurrent physical fights)
(9)
Transient (short term), stress-related paranoid ideation or severe dissociative symptoms.

אבער מען דארף אלץ געדענקען, אז די זאך איז אסאך אסאך טיפער פון דעם, די אלע זאכן איז זייער זייער אויבערפלעכליך און עס איז נישט דא אזא זאך ווי אנכאפען BPD און איין ווארט,

אוועטאר
באשעפעניש
שר חמישים
תגובות: 53
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 28, 2020 5:18 am

Re: אינטערן-באוויסטזיין פון abusive type) (unhealthy 6) BPD/NARCISSIST)

תגובהדורך באשעפעניש » מיטוואך יולי 01, 2020 9:38 pm

דניאל אויערבאך האט געשריבן:כ'גלייך די תגובות און באשרייבונגען אין די ענינים! א דאנק יעדן איינעם ובראשם באשעפעניש.
איך קען איינעם א NPD וואס איז 99% א איינסער (שטרענגע רולס אלעס מוז מען פאלגן, נישטא קיין גרעי אויף די וועלט נאר בלעק און ווייט)

עס איז שוין העכסט צייט צו מאכן היימישע סופפארט גרופעס פאר קינדער אדער ספאUסעס פון פערסאנעליטי דיסארדער מענטשן.

עס איז זייער מעגליך אז די רעדסט פון א Obsessive-compulsive personality disorder OCPD, וואס איז אויך זייער ביטער און זייער דומה צו א איינסער, און באמת וואלט זיך פארלאנגט א באזינדערע אשכול נאר פאר דעם, און בקיצר אויב ביסטו נאנט מיט אזא איינעם פילסטו ווי די האסט צו טוען מיט א ראבאט וואס איז געמאכט פון PLYWOOD מיט 0 עכטע געפיל פאר דיר, און אלעס דארף גיין זיין וועג ווי אזוי ער פארשטייט און עס איז נאר דא איינוועג ווי אזוי זאכן דארפן זיין,און ווי אזוי אלעס דארף זיין געמאסטן מיט א ראלער און עס איז בכלל נישט דא מיט וועם זיך צו פארהערן וכו'

אוועטאר
נשמה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5725
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: אינטערן-באוויסטזיין פון abusive type) (unhealthy 6) BPD/NARCISSIST)

תגובהדורך נשמה » מיטוואך יולי 01, 2020 10:23 pm

1
)
frantic efforts to avoid real or imagined abandonment. Note: Do not include suicidal or self-mutilating
behavior covered in Criterion 5.

ער האט מורא אז מ'זאל אים נישט אוועקשטופן, ווייל די ליידן אז מ'האט אים אוועקגעשטופט איז ביי אים צעהן מאל מער ווי ביי א צווייטן.

(2)
a pattern of unstable and intense interpersonal relationships characterized by alternating between
extremes of idealization and devaluation

ער אידיאליזירט, ווייל יעדע מענטש אידיאליזירט, נאר זיין אידיאליזירונג איז צעהן מאל מער. און א סקונדע נאכדעם קומט אים אריין אז ער מאכט אוועק יענעם. און ביי אים איז עס ווייטער צעהן מאל מער. יעדע מענטש דאכט זיך אז יענער איז אידיאל, און נאכדעם דאכט זיך אז יענער איז גארנישט ווערד. נאר ביי אים איז עס צעהן מאל מער. יעדע אידיאליזירונג איז ווייסעך ווי אידיאל יענער איז, ממש... און אוועקמאכן איז, יענער איז ממש גארנישט, מיסט.
(3)
identity disturbance: markedly and persistently unstable self image or sense of self

יעדע מענטש קען האבן א טויש אינעם סעלף אימעדש. אדער סענס אף סעלף, נאר ביי אים איז עס צעהן מאל מער. יעדע טויש, איז צעהן מאל מער. יעדער מענטש פילט צומאל: איך בין א צדיק'ל, און ביי אים איז עס ממש צעהן מאל מער. יעדע מענטש פילט: איך בין מער א צדיק'ל, און נאך א שעה צוויי פילט ער ביי זיך אז איך בין מער א גארנישט. אבער דאס איז אין זייער א קליינע שטאפל. ביי אים איז יעדע טויש אינעם סעלף אימעדש, צעהן מאל שטערקער. יעדע מענטש האט טוישונגען אין זיין סענס אף סעלף, אדער סעלף אימעדש, אבער דקות'דיג. א פירער האט עס נאך מער. אבער ביי אים, ביי א BPD איז עס צעהן מאל מער.
(4)
impulsivity in at least two areas that are potentially self-damaging (e.g., spending, tavah, substance
abuse, reckless driving, binge eating). Note: Do not include suicidal or self-mutilating behavior covered
in Criterion 5.

(5)
recurrent suicidal behavior, gestures, or threats, or self-mutilating behavior

די סו סייד ביהעיוויער קומט פון ליידן אזוי סך. יעדע געפיל וואס קומט אריין אין זיי, ווערט צעהן מאל מער. אויב זיי האלטן נישט אויס עפעס, איז עס צעהן מאל מער. זיי פארטראגן נישט די צער.
(6)
affective (mood) instability due to a marked reactivity of mood (e.g., intense episodic dysphoria,
irritability, or anxiety usually lasting a few hours and only rarely more than a few days). Sudden
situations can cause the mood to change.

(7)
chronic feelings of emptiness

די כראנישע געפיל פון ליידיגקייט זאגן זיי איז א זאך וואס סתם ארומיגע כאפן נישט וואס דאס איז. ס'איז נישט וואס דער געווענליכער נארמאלער מענטש מיינט אז ס'איז. אבער מ'קען נאך אלץ זאגן, אז א יעדע מענטש האט א פיצל פון דעם. (איך בין טאקע נישט זיכער אין דעם) אבער באמערקט עס נישט. ביי זיי גייט עס ארויף צעהן מאל מער. די געפיל פון ליידיגקייט ווייסעך טאקע נישט וואס דאס איז. איך ווייס נישט צו סתם א מענטש האט אפילו בדומה צו אזא געפיל.
(8)
Inappropriate, intense anger, or difficulty controlling anger (e.g., frequent displays of temper, constant
anger, recurrent physical fights)

דאס קומט אויך פון דעם. פון הערן א אינערליכער מעסעדש צעהן מאל מער.

(9)
Transient (short term), stress-related paranoid ideation or severe dissociative sympto

ביסט גערעכט אז מ'קען עס נישט אנכאפן אין איין ווארט צו פארשטיין א BPD. מ'קען נישט פארשטיין וואס זיי גייען דורך. נישט מעגליך. דאס איז יסורים של איוב. נישט אומזיסט ווילן זיי זיך נעמען דאס... און נישט אומזיסט שניידן זיי זיך. אבער איך מיין ארויסצוברענגען אז אויב מ'גייט מיט דעם שפיץ, אז יעדע אינערליכער מעסעדש וואס זיי באקומען.

אז איינער שטויסט מיך אפ איז א מעסעדש.

א סענס אף סעלף איז א מעסעדש

א געפיל פון ליידיגקייט איז א מעסעדש

אז איינער איז אידיאל איז א מעסעדש

אז איינער איז גארנישט ווערד איז א מעסעדש

אויב מ'גייט מיט דעם כלל, קען מען כאפן וואס ס'קומט פאר מיט אים. ס'איז אמת אז מ'קען נישט ארויסהאבן וואס זיי גייען דורך, אבער...

דער אמת איז, אז איך האב קיינמאל נישט געטון דערין צו סך. דאס איז דער אמת. שוין זאל דער אייבערשטער העלפן.

איך האב אלעמאל געליינט אין די מעלות פוון אזעלכע זאכן. אבער איך האב קיינמאל נישט ארויסגעהאט וואס דאס איז. ס'איז א טויש אין ריאקציעס צו אינערליכע מעסעדשעס.

איך טראכט צו איך זאל שיקן דעם תגובה. איך שיק עס יא. שוין.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

ווייסע ברילן
שר העשר
תגובות: 28
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 26, 2019 10:11 am

Re: אינטערן-באוויסטזיין פון abusive type) (unhealthy 6) BPD/NARCISSIST)

תגובהדורך ווייסע ברילן » דאנארשטאג יולי 02, 2020 5:42 pm

שכח באשעפעניש פאר דיין שיינע הסבר, איך דיל ליידער מיט איינעם וואס איך טראכט אז ער האט bpd (יא איך ווייס אז דאס א ספעשליסט דייעגנאזען אבער אזוי מיין איך) און איך האב אלץ געהאלטן אז דאס וואס ער רעגט זיך אויף פון יעדע קלייניקייט און ווערט אפענדעט פון זאכן וואס קיין איין נארמאלע מענטש כאפט נישט אז ס'איז ראונג, איז ווייל ער איז סעלפיש און קוקט אויף די גאנצע וועלט דורך זיך, אבער מיט דיין הסבר מאכט עס סאך מער סענס ער איז פשוט מוראדיג סענסעטיוו ווייל ער איז צוריסן און צופליקט און זיך

אויך וואונדער איך מיר וויאזוי דער קען מיר בא'שגץ'ן אז איך בין דער ערגסטע נברא וואס איז נאר אמאל באשאפן געווארן און איך בעוול אים געפערליך אבער בנישמה אחת ווארענט ער מיר אז איך טאר אים נישט איבערלאזן ווייל ממש ער קען נישט אן מיר, וואס טראכט ער דעמאלטס?

עניוועי זאל דער אייבערשטער רחמנות האבן אויף אים
ווען מ'האט אן ווייסע ברילן איז די וועלט א געשמאקע פלאץ

אוועטאר
נשמה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5725
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: אינטערן-באוויסטזיין פון abusive type) (unhealthy 6) BPD/NARCISSIST)

תגובהדורך נשמה » דאנארשטאג יולי 02, 2020 5:47 pm

באשעפעניש איך האב נעכטן נאכאמאל געליינט דיין וועג וויאזוי א BPD פילט זיך אינעווייניג. איך קען דיר נישט זאגן אז דו האסט עס גוט אראפגעלייגט, ווייל ווי קען מען זאגן די ווארט 'גוט' אויף אזאנע ליידן?
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

אוועטאר
מח בקדקדו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 449
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 19, 2017 2:14 pm

Re: אינטערן-באוויסטזיין פון abusive type) (unhealthy 6) BPD/NARCISSIST)

תגובהדורך מח בקדקדו » דאנארשטאג יולי 02, 2020 6:21 pm

באשעפעניש האט געשריבן:אבער מען דארף אלץ געדענקען, אז די זאך איז אסאך אסאך טיפער פון דעם, די אלע זאכן איז זייער זייער אויבערפלעכליך און עס איז נישט דא אזא זאך ווי אנכאפען BPD און איין ווארט,

איך וואלט יא אנגעכאפט דעם 'בארדערליין פערסאנאליטי דיסארדער' אין איין ווארט, און דאס איז: פחד אויף זיין 'עקזיסטענץ', פחד איבער זיין 'מעמד' בעולם, אידעטיטעט. דאס איז וואס צעברעכט דעם טערסמוסטאט.

די גרעסטע פחד וואס א מענטש קען נאר האבן איז פון פארלירן זיין עקזיסטענץ אלס א אדם.

די סיבות וואס ברענגען דערצו קענען פארשטייט זיך זיין פילפאכיג און די תוצאות זענען אויך פילפאכיג.
נישט אייביג ווען מען האט א 'פראבלעם' מקבל צו זיין איז פשט אז דער משפיע טויג נישט.

אוועטאר
נשמה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5725
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: אינטערן-באוויסטזיין פון abusive type) (unhealthy 6) BPD/NARCISSIST)

תגובהדורך נשמה » דאנארשטאג יולי 02, 2020 8:27 pm

מח בקדקדו האט געשריבן:
באשעפעניש האט געשריבן:אבער מען דארף אלץ געדענקען, אז די זאך איז אסאך אסאך טיפער פון דעם, די אלע זאכן איז זייער זייער אויבערפלעכליך און עס איז נישט דא אזא זאך ווי אנכאפען BPD און איין ווארט,

איך וואלט יא אנגעכאפט דעם 'בארדערליין פערסאנאליטי דיסארדער' אין איין ווארט, און דאס איז: פחד אויף זיין 'עקזיסטענץ', פחד איבער זיין 'מעמד' בעולם, אידעטיטעט. דאס איז וואס צעברעכט דעם טערסמוסטאט.

די גרעסטע פחד וואס א מענטש קען נאר האבן איז פון פארלירן זיין עקזיסטענץ אלס א אדם.

די סיבות וואס ברענגען דערצו קענען פארשטייט זיך זיין פילפאכיג און די תוצאות זענען אויך פילפאכיג.

ס'מאכט סענס וואס דו זאגסט. אבער אויב מ'וויל זיך עקשנ'ען קען מען נאך אלץ קלערן אז אדרבה, די גאר שטארקע פחד אויף זיין 'עקזיסטענץ', קומט פון א צעבראכענע טערמאסטאט. למאי נפקא מינה? די חילוק צווישן זאגן: דו האסט פחד אויף דיין עקזיסטענץ, בארואיג דיך. אדער ארבעט אויף דיין טערמאסטעט וועסטו נישט האבן אזא פחד. DBT ארבעט צו בארואיגן די טערמאסטאט.

אויב איינער בארואיגט זיך און האט נישט מורא אוף זיין עקזיסטענץ, מוז נישט זיין אז זיין אינערליכקייט וועט ווערן פארראכטן. ער קען בלייבן מיט די אומצופרידנקייט וואס א צעבראכענע טערמאסטאט ברענגט אים.

DBT איז א מהלך פון פאר דוקא בארואיגן די צעהן מאל מער. פילסט פעין? אטעם אריין, און לאז עס אריבער גיין. קוק און זעה אז ס'איז נישט עק וועלט. טראכט. שוין. והשם הטוב יעזור.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

אוועטאר
Graphic24
שר חמש מאות
תגובות: 575
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 10, 2018 5:02 pm

Re: אינטערן-באוויסטזיין פון abusive type) (unhealthy 6) BPD/NARCISSIST)

תגובהדורך Graphic24 » דאנארשטאג יולי 02, 2020 8:58 pm

ווייסע ברילן האט געשריבן:שכח באשעפעניש פאר דיין שיינע הסבר, איך דיל ליידער מיט איינעם וואס איך טראכט אז ער האט bpd (יא איך ווייס אז דאס א ספעשליסט דייעגנאזען אבער אזוי מיין איך) און איך האב אלץ געהאלטן אז דאס וואס ער רעגט זיך אויף פון יעדע קלייניקייט און ווערט אפענדעט פון זאכן וואס קיין איין נארמאלע מענטש כאפט נישט אז ס'איז ראונג, איז ווייל ער איז סעלפיש און קוקט אויף די גאנצע וועלט דורך זיך, אבער מיט דיין הסבר מאכט עס סאך מער סענס ער איז פשוט מוראדיג סענסעטיוו ווייל ער איז צוריסן און צופליקט און זיך

אויך וואונדער איך מיר וויאזוי דער קען מיר בא'שגץ'ן אז איך בין דער ערגסטע נברא וואס איז נאר אמאל באשאפן געווארן און איך בעוול אים געפערליך אבער בנישמה אחת ווארענט ער מיר אז איך טאר אים נישט איבערלאזן ווייל ממש ער קען נישט אן מיר, וואס טראכט ער דעמאלטס?

עניוועי זאל דער אייבערשטער רחמנות האבן אויף אים

כ׳האב זייער הנאה געהאט פונעם שאקעלדיגן הויז משל וואס @באשעפעניש האט זייער גוט ארויסגעברענגט דאס וואס כ׳האב שוין לאנג געשמעקט אז דאס טוטסעך אינטערן באוויסט-זיין...

און מיט דעם הנחה איז ׳זייער׳ פארשטענדליך די רילעישן וואס דו האסט מיט אים:

איך וואלט נאר גענימען דעם משל (וואקן אויף א שטריק העכערן וואסער) אביסל ווייטער; אז ער (פילט ווי ער) איז שוין אריינגעפאלן און וואסער און האלט ביים זינקען, די וואסער קומט אים אן ביז צום האלז... און ער קוקט זיך אים אויב איינער איז אראונד וואס קען אים ראטעווען...

ענדליך זעיט ער ווי דו קומסט צו לויפן מיט א לאנגן שטריק... ווארפסט עס אריין, ער לעבט אויף... ענדליך קומט אים איינער ראטעווען... ער כאפ זיך אן ביים שטריק...

אבער !

דו פראבירסט אים ארויסצושלעפן און דו האסט נישט קיין כח אים ארויפצוברענגען...

שטייסטו אזוי אנכאפענדיג דעם שטריק אז ער זאל נישט גענצליך איינזינקן, אבער ער איז טיף אנטוישט אין דיר אז די ביסט נישט ביכולת אים ארויסצונעמען פון זיין פלאנטער...

און לאמיר זאגן אז ער זעיט ׳יא׳ אן עצה וויזוי די קענסט עס מאכן, ער בראבירט דיר מסביר זיין צענדליגע מאל אבער דו הייבסט נישט אן פארשטיין וואס ער רעדט...

נו-וודאי פלאצט-ער...!

(אבער, ער קען דיר נישט לאזן גיין.....)

אוועטאר
פעיק נוז
שר שמונת אלפים
תגובות: 8291
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: אינטערן-באוויסטזיין פון abusive type) (unhealthy 6) BPD/NARCISSIST)

תגובהדורך פעיק נוז » דאנארשטאג יולי 02, 2020 9:42 pm

.
א 'קאנספיראציע טעאריקער' ווערט אין לשה"ק אנגערופן: מבין דבר מתוך דבר - און דארט איז עס גאר א מעלה.

"פעיק אייוועלט ראש הקהל" - פעיק אייוועלט געשמאק עגעין

נייעס און בילדער אינערהאלב די פעיק ראשעקאל קאמפיין

אוועטאר
באשעפעניש
שר חמישים
תגובות: 53
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 28, 2020 5:18 am

Re: אינטערן-באוויסטזיין פון abusive type) (unhealthy 6) BPD/NARCISSIST)

תגובהדורך באשעפעניש » דאנארשטאג יולי 02, 2020 11:19 pm

ווייסע ברילן האט געשריבן:שכח באשעפעניש פאר דיין שיינע הסבר, איך דיל ליידער מיט איינעם וואס איך טראכט אז ער האט bpd (יא איך ווייס אז דאס א ספעשליסט דייעגנאזען אבער אזוי מיין איך) און איך האב אלץ געהאלטן אז דאס וואס ער רעגט זיך אויף פון יעדע קלייניקייט און ווערט אפענדעט פון זאכן וואס קיין איין נארמאלע מענטש כאפט נישט אז ס'איז ראונג, איז ווייל ער איז סעלפיש און קוקט אויף די גאנצע וועלט דורך זיך, אבער מיט דיין הסבר מאכט עס סאך מער סענס ער איז פשוט מוראדיג סענסעטיוו ווייל ער איז צוריסן און צופליקט און זיך

אויף דעם וואס די זאגסט אז א ספעשליסט דארף דייעגנאזען' און די ביסט נישט זיכער צו ער איז ממש א BPD איז באמת נישט קיין נפקא מינה נאר פאר די BPD מענטש אליין, וואס אויב ער וועט אמאל גיין פאר טערעפי, דארף מען וויסען צו ער איז ממש א BPD , צו וויסען וואספארא טערעפי מען דארף עם געבען, אבער פאר דיר וואס די דילסט מיט אים איז נישט קיין גרויסע נפקא מינה צו ער איז 100% אדער 75% אדער אפילו נאר א 60% א BPD, די וועסט פילן דיזי און צידרייט ווי אויף א סי סא, פלאס א ראלי קאסטער און איינעם,ער וועט דיר הייבן און אראפ ווארפן אין די זעלבע אטעם, זייער ענליך ווי ווען איינער דרייד זיך נעבן א BPD, עס איז נעבעך דא מענטשן וואס עס קען זיין אז זיי זענען נישט ממש קיין BPD, אבער זיי זענען נעבעך אויפגעוואקסן און א הויז פון א BPD און זיי האבן זיך אויסגעלערנט צו לעבן און טראכטן ווי א BPD, און זיי זענען זייער זייער ענליך צו א BPD.
לעצט פאראכטן דורך באשעפעניש אום דאנארשטאג יולי 02, 2020 11:55 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.

נשמת השכל
שר האלף
תגובות: 1404
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 1:04 pm
לאקאציע: ערגעץ וואו, נאכנישט באשטימט...

Re: אינטערן-באוויסטזיין פון abusive type) (unhealthy 6) BPD/NARCISSIST)

תגובהדורך נשמת השכל » דאנארשטאג יולי 02, 2020 11:28 pm

נשמה האט געשריבן:שטעל דיך פאר וואס עס טוט זיך אין אים. אויב איז ער אויפגערעגט אויף זיך, איז עס צעהן מאל מער. אויב האט ער איינעם ליב, איז עס צעהן מאל מער. אויב וויל ער עפעס איז עס צעהן מאל מער.
טייפ'ס...)
געדענק דעם כלל: יעדער מענטש האט די אלע אינערליכע טריגערס וואס א BPD האט, נאר דער BPD האט עס צעהן מאל מער. קומט אויס אז ס'געשעהט וואס ס'געשעהט.

יעדער מענטש קען צומאל האבן א חשש מער ווייניגער אז מ'לאכט פון אים. אבער עס לויפט אדורך שנעל. ביים BPD ווערט עס צעהן מאל מער. טראכט ווי שווער ס'איז.

יעדער מענטש קען זיך זארגן "מיין בחור'ל איז עפעס נישט אין ארדענונג, ער איז עפעס נישט" אבער עס לויפט דורך. ביים PBD ווערט עס צעהן מאל מער. און אוודאי וועט ער מאכן אן עסק דערפון.

אמת אז יעדער מענטש קען האבן חשדות אויף זאכן, פאר יעדן מענטש קען באדערן זאכן און וועלן אז זאל זיין אנדערש, און עס איז אמת אז דער בארדערליין / נארסעסיסט פערסאנאלעטי דיסארדער וועט ראגירן דערצו אויף שטערקערן גראד, אבער איך בין מחולק מיט אז "דאס" איז דער פערסאנאלעטי דיסארדער!

יעדער מענטש ווען ער שפירט זיך באדראעט מיט זיין סעלף אוו עקזיסטנ"ס וועט זיין נפש אוטומאטיש פרובירן צו טרעפן דעם וועג זיך צו ראטעווען און פראטעקטן זיין עקזיסטענץ.
סוי, ווען שפירט א מענטש אז זיין עקזיסטענץ איז אין א סכנה? געווענליך ביי רעלעטיוו געזונטע מענטשן וועט דאס זיין ביי עקסטרעמע פעלער פון סכנה מוחשית [בגוף צו בנפש], נאר דאן שפירט ער אז ער דארף טוהן כל טצדקי בעולם זיך היטן, און דאן וועט דער מענטש ראגירן צו אט די סכנות מיט אונאטורליכער הייסע לעוועל פון רעאקציע בכדי זיך צו באהיטן פון פארלוירן גיין.

יעצט, וואס טוט זיך אויב דער מענטש איז רעלאטיוו אויף די אומגעזונטע זייט? וואס מיינט דאס אז ער איז אויף די אומגעזונטע זייט?
דאס איז; ווען דער מענטש האט [מאיזה סיבה שהוא] בעצם א הרגש פון פארלוירנקייט, ער שפירט זיך - באופן יסודי וכללי אומזיכער און אומסוקיורט, דאס קומט געווענליך צוליב א אומאויפגעבויעטע "עצם" וואס דער מענטש האט א דאנק עפעס אין זיין פארגאנגענהייט.
און אזא פאל - קען זיך דער מענטש שפירן בסכנה פון אסאך קלענערע פראבלעמען וואס ער האט, און ער וועט אוטומאטיש ראגירן צו זאכן אויף די זעלבע וועג ווי אזוי א געווענליכע מענטש וואלט ראגירט "נאר" אין א מצב וואס עס הערשט א סכנה חושית ממש.

יעצט, ווי אזוי ראגירן מענטשן בעת סכנת הנפש?
יעדער ראגירט לויט דער זאך וואס מאכט אים שפירן "זיכער" בעצם שורש נפשו (9 טייפ'ס...). איינער וועט ראגירן דורכן אריינגיין שטארק "אין זיך" און ווערן דיפרעסט, ממילא ווען ער שפירט זיין "זיך" און ער גייט אריין גאר שטארק אין זיין "זיך" - דאן שפירט ער זיך זיכער, און אין די סעקונדע ער גייט צוריק ארויס פון זיין "זיך" באפאלט אים צוריק זיין הרגש פון סכנה.
אן אנדערער וועט ראגירן דורך זיך "פארהוילן" פון די סכנה, און זיך אריינטאן אין כל מיני פראיעקטן און אקטיוויטעיטן וכו' - און אזוי שפירן זיין זיך און אזוי שפירן זיכער, ווייל ער "פארגעסט" פון זיינע פחדים און "לעבט נאר אין די יעצטיגע הרגש" וואס ער האט אז ער איז זיכער.
און אזוי קען מען אויסרעכענען כל מיני אופנים פון רעקאקציע'ס דורך כל מיני סארטן נפשות - ווי אזוי זיי ראגירן צו סכנות נפשית.
* * *

און יעצט קומען מיר צום טיפ נפש וואס ווען ער איז גאר שוואך ווערט ער פארוואנדלאין א פערסאנאלעטי דיסארדער:

עס איז פארהאן א סארט נפש (...6) וואס בעצם שורשו האט ער א נטייה צו נעמען זיין הרגש פון סעל"ף אוו עקזיסטנ"ס דורך זיך אנלאנען אויף אנדערע, און ווען ער שפירט זיך אנגענומען "דורך זיינע ארומיגע" דאן שפירט ער זיין זיכערקייט.
יעצט, וואס פאסירט אויב דער סארט נפש וועט - מאיזה סיבה שהוא [ווי געשמועסט אויבן] - זיך שפירן רעלאטיוו שוואך און אומזיכער מער אויף די אומגעזונטע זייט?
און אזא פאל וועט דער מענטש - מחמת הרגשת הסכנה הנפשית שלו - זיך פרובירן מיט אלע כוחות יא צו "באקומען זיין זיכערקייט דורך אנדערע מענטשן". ד"ה; ער וועט טוהן כל טצדקי דאית ליה בידיה זיכער צו מאכן אז זיינע ארומיגע נעמען אין אן און עקסעפט"ן אים - און אלעס בכדי זיכער צו מאכן אז ער שפירט זיך זיכער אויפן וועלט.

ממילא, ווען אזא מענטש - וואס אין געווענליכע אומשטענדן נעמט ער זיין זיכערקייט פון זיינע ארומיגע - שפירט נאר די מינדעסטע הרגש אז זיינע ארומיגע נעמען אים נישט אן הונדערט פראצענט, דאן וועט ער ראגירן אזוי ווי מען ראגירט בשעת סכנה - און ער וועט פייטן און פרובירן מיט אלע כוחות צו ראטעווען זיין פארלוירענע סוקיוריטי, און ער וועט אוטומאטיש פרובירן צו מענופילעיט"ן זיינע ארומיגע לויט ווי אזוי ער וויל - בכדי צו מאכן זיכער אז זיי גיבן אים זיין אזוי געגארגטע זיכערקייט, און אז ער שפירט זיך טאקע פולקאם זיכער מיט זיי, און ווען ער האט זיי אין קאנטראל שפירט ער אויף זיכער אז זיי זענען מיט אים, און אז ער האט א סביבה ווי ער איז א מציאות דארט.
* * *

קומט אויס אין קורצן: אז דער בי פי די וועט טאקע ראגירן אויף זאכן אויף א העכערע לעוועל ווי געווענליך מענטשן, אבער "נישט דאס איז זיין נקודה!" ווייל יעדער איינער וואס שפירט זיך אין א סכנה וועט ראגירן עקסטרעם אויף זיין שטייגער.
די זאך וואס מאכט דעם בי פי די / ען פי די פאר דאס וואס זיי זענען - איז: אז די אופן ווי אזוי זיי באשיצן זיך איז "דורכן נעמען זייער סוקיוריטי דורך אנדערע", און דאס פארוואנדלט אים אין דעם געפערליכער קאנטראלער וואס מיר קענען אלע אלץ דעם BPD.

נשמה האט געשריבן:איך ווייס אז פירערס קענען האבן BPD. ווען א מענטש שפירט צעקלאפט קען ער האבן מער דמיונות אז מ'טשעפעט אים, און אז מ'מיינט אים פערזענליך צו טשעפענען.

פירער'ס וועלן נארמאלערהייט נישט אנטוויקלען BPD.
אפילו אין א פאל ווי ער שפירט אז מען טשעפעט וכדו' - וועט ער אבער ראגירן אזוי ווי א פירער ראגירט, און די אופן ווי אזוי א פירער ראגירט איז נישט דורך קאנטראלירן אנדערע בכדי אים צו געבן זיכערקייט.

נשמה האט געשריבן:BPD האט באמת איין נקודה. די נקודה איז אז אזאך ווערט ביי אים צעהן מאל גרעסער. ר' מרדכי וויינבערגער זאגט אז ס'איז א צעבראכענע טערמאסטאט.

דאס איז נישט ריכטיג - לענ"ד.

נשמה האט געשריבן:אגב, נישט יעדע צעבראכענע טערמאסטאט איז BPD. אזעלכעס קען קומען פון ADHD אויך. פון OCD אויך

דא רירסטו עס כמעט אן - אבער דו פארזעהסט עס... אויב איז די נקודה פון בי פי די דער צובראכענער טערמעסטאט - דאן פארוואס איז פארהאן מענטשן וואס זייער צובראכענע טערמעסטאט איז צובראכן אויף אן אנדערע אופן?
נאר וואס דען? יעדע גייסטישע פראבלעם איז א צובראכענע טערמעסטאט... די חילוק איז נאר ווי ער וויל טרעפן זיין זיכערקייט.
איך בין אזוי "שטארק" אז איך האב אפילו נישט קיין פראבלעם צו זיין "שוואך"...

אוועטאר
באשעפעניש
שר חמישים
תגובות: 53
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 28, 2020 5:18 am

Re: אינטערן-באוויסטזיין פון abusive type) (unhealthy 6) BPD/NARCISSIST)

תגובהדורך באשעפעניש » דאנארשטאג יולי 02, 2020 11:33 pm

..
לעצט פאראכטן דורך באשעפעניש אום דאנארשטאג יולי 02, 2020 11:43 pm, פאראכטן געווארן 3 מאל סך הכל.

אוועטאר
באשעפעניש
שר חמישים
תגובות: 53
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 28, 2020 5:18 am

Re: אינטערן-באוויסטזיין פון abusive type) (unhealthy 6) BPD/NARCISSIST)

תגובהדורך באשעפעניש » דאנארשטאג יולי 02, 2020 11:36 pm

-0
לעצט פאראכטן דורך באשעפעניש אום דאנארשטאג יולי 02, 2020 11:51 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.

נשמת השכל
שר האלף
תגובות: 1404
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 1:04 pm
לאקאציע: ערגעץ וואו, נאכנישט באשטימט...

Re: אינטערן-באוויסטזיין פון abusive type) (unhealthy 6) BPD/NARCISSIST)

תגובהדורך נשמת השכל » דאנארשטאג יולי 02, 2020 11:42 pm

באשעפעניש האט געשריבן:-0

מען קען מיינוס'ן א זעראו...?
איך בין אזוי "שטארק" אז איך האב אפילו נישט קיין פראבלעם צו זיין "שוואך"...

אוועטאר
באשעפעניש
שר חמישים
תגובות: 53
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 28, 2020 5:18 am

Re: אינטערן-באוויסטזיין פון abusive type) (unhealthy 6) BPD/NARCISSIST)

תגובהדורך באשעפעניש » דאנארשטאג יולי 02, 2020 11:53 pm

ווייסע ברילן האט געשריבן:אויך וואונדער איך מיר וויאזוי דער קען מיר בא'שגץ'ן אז איך בין דער ערגסטע נברא וואס איז נאר אמאל באשאפן געווארן און איך בעוול אים געפערליך אבער בנישמה אחת ווארענט ער מיר אז איך טאר אים נישט איבערלאזן ווייל ממש ער קען נישט אן מיר, וואס טראכט ער דעמאלטס?

דאס איז א לאנגע אריכות, און איך האב נישט יעצט קיין צייט, ועוד חזון למעד ,אבער בקיצר איז די נושא אז זיי פילן זיך זייער זייער אליין אויף דער וועלט, און זייער פארלוירן, און איך מיין נישט פשט lonely וואס דאס קען זיין ביי א יעדע מענטש, נאר איך מיין גאר lonely און אליין און פארלוירן און ציפאטשקעט ביזען טיפסטען פינטל אזוי טיף וואס געווענליכע מענטשן קומען אפילו נישט נאנט צו דעם, און זיי פילען אזוי אפילו עס זאל זיי גיין גוט, און זיי זאלן האבן צוויי טויזענט חבירם, און די זאך וואס ער וויל פון דיר ווען ער בא'שגץ דיר אן, איז ער וויל זיין קענעקטעט מיט דיר און ער וויל דיר מאכן פאר א עקסטענשן צו זיך אז די זאלסט ווערן ממש איין בילדינג מיט אים, און פארשטייט זיך ער זאל גאר זיין די הויפט אריינגאנג צום בילדינג, און עס איז עם נישט קיין חילק צו עס איז מיט גוטן אדער מיט בייזן, אדרבא מיט שלעכטן איז אים בעסער ווייל דאס גייט געווענליך צו מיט אסאך געפיל פון כעס און גערעגט איינער אויפן אנדערן, און א ברען, וואס עס איז זייער שווער צו באקומען אזא שטארקע שייכות אינער מיטן צווייטן מיט גוטן, און אדרבא ווען די שרייסט עם צוריק דעמלסט איז גאר די קענעקשן אסאך שטערקער, און די וועסט זעהן ער וועט אייביג נאכאמאל און נאכאמאל מאכן עס זאל קומען צו עפעס א קריג, אבער ווען די וועסט אנהייבן זיך צו דערווייטערן פון אים און אים איבער לאזן וועט דאס זיין די ארגסטע פאר אים, אסאך ערגער ווי אים באשרייען,... שוין איך האב שוין נישט קיין צייט יעצט, ועוד חזון, בעזר השם,
לעצט פאראכטן דורך באשעפעניש אום פרייטאג יולי 03, 2020 12:29 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

נשמת השכל
שר האלף
תגובות: 1404
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 1:04 pm
לאקאציע: ערגעץ וואו, נאכנישט באשטימט...

Re: אינטערן-באוויסטזיין פון abusive type) (unhealthy 6) BPD/NARCISSIST)

תגובהדורך נשמת השכל » פרייטאג יולי 03, 2020 12:02 am

באשעפעניש האט געשריבן:
ווייסע ברילן האט געשריבן:אויך וואונדער איך מיר וויאזוי דער קען מיר בא'שגץ'ן אז איך בין דער ערגסטע נברא וואס איז נאר אמאל באשאפן געווארן און איך בעוול אים געפערליך אבער בנישמה אחת ווארענט ער מיר אז איך טאר אים נישט איבערלאזן ווייל ממש ער קען נישט אן מיר, וואס טראכט ער דעמאלטס?

דאס איז א לאנגע אריכות, און איך האב נישט יעצט קיין צייט, ועוד חזון למעד ,אבער בקיצר איז די נושא אז זיי פילן זיך זייער זייער אליין אויף דער וועלט, און זייער פארלוירן, און איך מיין נישט פשט lonely וואס דאס קען זיין ביי א יעדע מענטש, נאר איך מיין גאר lonely און אליין און פארלוירן און ציפאטשקעט ביזען טיפסטען פינטל אזוי טיף וואס געווענליכע מענטשן קומען אפילו נישט נאנט צו דעם, און זיי פילען אזוי אפילו עס זאל זיי גיין גוט, און זיי זאלן האבן צוויי טויזענט חבירם, און די זאך וואס ער וויל פון דיר ווען ער בא'שגץ דיר אן, איז ער וויל זיין קענעקטעט מיט דיר און ער וויל דיר מאכן פאר א עקסטענשן צו זיך אז די זאלסט ווערן ממש איין בילדינג מיט אים, און ער זאל גאר זיין די הויפט אריינגאנג צום בילדינג, און עס איז עם נישט קיין חילק צו עס איז מיט גוטן אדער מיט בייזן, אדרבא מיט שלעכטן איז אים בעסער ווייל דאס גייט געווענליך צו מיט אסאך געפיל פון כעס און גערעגט איינער אויפן אנדערן, און א ברען, וואס עס איז זייער שווער צו באקומען אזא שטארקע שייכות אינער מיטן צווייטן מיט גוטן, און אדרבא ווען די שרייסט עם צוריק דעמלסט איז גאר די קענעקשן אסאך שטערקער, און די וועסט זעהן ער וועט אייביג נאכאמאל און נאכאמאל מאכן עס זאל קומען צו עפעס א קריג, אבער ווען די וועסט אנהייבן זיך צו דערווייטערן פון אים און אים איבער לאזן וועט דאס זיין די ארגסטע פאר אים, אסאך ערגער ווי אים באשרייען,... שוין איך האב שוין נישט קיין צייט יעצט, ועוד חזון, בעזר השם,

ריכטיג! ער וויל דיך האבן, ער וויל דיך נישט פארלירן, אפילו דו מיינסט אז יא.
איך בין אזוי "שטארק" אז איך האב אפילו נישט קיין פראבלעם צו זיין "שוואך"...

לב אחד
שר מאה
תגובות: 194
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 05, 2016 4:58 pm
לאקאציע: מי שיש לו לב אין לו מקום (ליקו''מ)

Re: אינטערן-באוויסטזיין פון abusive type) (unhealthy 6) BPD/NARCISSIST)

תגובהדורך לב אחד » פרייטאג יולי 03, 2020 12:17 am

fiena nieas האט געשריבן:וואס ברענגט בכלל צו ווערן npd?

וועלכע טייפ אין די אניגראם זענען געווענליך npd זעקסערס אכטערס דרייערס?
מסתם מער דרייערס אדער אכטערס

אויסדרוקליך יעדע טייפ קען זיין א NPD. פירערס און זיבענערס, זעקסערס און דרייערס, צווייערס, איינסערס, אכטערס, און פינעווערס, יעדער קען אנטוויקלן דעם נארצעציסטישע פערסאנעלעטי אזש ביז א דיסארדער. פירער און זיבענער האבן גראדע גאר א שטארקע טאנדענץ דאס צו אנטוויקלן.
לשון הוא קולמוס הלב..

אוועטאר
באשעפעניש
שר חמישים
תגובות: 53
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 28, 2020 5:18 am

Re: אינטערן-באוויסטזיין פון abusive type) (unhealthy 6) BPD/NARCISSIST)

תגובהדורך באשעפעניש » פרייטאג יולי 03, 2020 12:21 am

נשמת השכל האט געשריבן:פירער'ס וועלן נארמאלערהייט נישט אנטוויקלען BPD.
אפילו אין א פאל ווי ער שפירט אז מען טשעפעט וכדו' - וועט ער אבער ראגירן אזוי ווי א פירער ראגירט, און די אופן ווי אזוי א פירער ראגירט איז נישט דורך קאנטראלירן אנדערע בכדי אים צו געבן זיכערקייט

זאגסט זייער גוט, איך פארשטיי אויך אזוי, עס איז ממש צוויי פארקערטע זאכן, א פירער איז נישט קיין BPD און א BPD איז נישט א פירער, אינערליך זענען זיי אינגאנצען אנדערש, יא א פירער קען זיין זייער סענסעטיוו, אפילו ביז טרערן (פארשטייט זיך ווען קיינער זעט נישט) אבער עס האט גארנישט מיט BPD.

צוריק צו “געזונטהייט”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך איצט דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און איין גאסט