אייוועלט ניק אינטערוויא - כאניש וואס צו טון

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר האלף
תגובות: 1953
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm

אייוועלט ניק אינטערוויא - כאניש וואס צו טון

תגובהדורך גרויסע עם הארץ » דינסטאג יוני 30, 2020 10:41 am

אינטערוויו איז אפגעהאלטן געווארן דורך ר' Simcha הי"ד.

א גוטן רבי כאנישל.

א בעסערן!

איר זענט שוין דא אויפן וועלטל דריי יאר, וויאזוי זענט איר דא אנגעקומען צו דעם ארט צום ערשטן מאל דריי יאר צוריק?

איך האב אסאך געהערט פון אייוועלט נאך זייענדיג גאנץ יונג, איינער פון מיין משפחה איז געווען גאנץ אסאך אקטיוו דאן, אין כ'האב אסאך געהערט דערפון, ווען כ'האב אנגעהויבן צו ארבייטן, און מ'האט געזוכט אמאל צו זיך אויסליפטערן אביסל, האמיר גראד געלאנדעט אין אייוועלט…

וואס האט אייך געברענגט צו אויסוועלן דער נאמען כאניש וואס צו טון, איר זענט דאן ספעציעל געווען אין אזא סיטואציע?...

ווי שוין ערווענט אין דעם דעזיגנירטן אשכול, כ'האב דאן געארבייט 'פארט טיים'… ווי זאגט מען? א האלבע כולל יונגערמאן, א האלבע טאג ארבייט מען נישט, א האלבע טאג לערנט מען נישט… אבער באמת האב איך מער אינזין געהאט די יוניקנעס פון די נאמען..

איז געווען אנדערש דא פאר דריי יאר צוריק ווי היינט? אויב יא, לייג אראפ אביסל וויאזוי אייוועלט האט אויסגעקוקט ווען דו ביסט דא אנגעקומען?

כקעניש צופיל זאגן, ווייל דאן בין איך געווען היבש א גרינער און זעהר פרעמד און שעמעדיג, נאך בערך א יאר, האב איך באקומען א נייע דשאב, און נישט געהאט געהעריג ווען און ווי צו שרייבן, איך בין בעיקר אקטיוו דא זינט א יאר צוריק, מילא ווייסעך נישט צופיל וואס צו ענטפערן מער ווי יעדער קען אליינס זעהן…

און וואס איז היינט די מצב דא פון דיין פערספעקטיוו? לייג עס אראפ פאר אונז.

טייל ערטער, און טייל צייטן זענען גאר געשמאק! טייל זענען צומאל אומאנגענעם, מילד גערעדט.. אבער איך פראביר מערסטנס צו לייענען אין די קעלערן - ווי מ'רופט דאס - און אזוי פראביר איך נאכצומאכן די אמאליגע שרייבער און אביסל אויפלעבן די מצב…

און וואס איז די עיקר חילוק צווישן אמאל און היינט?

ווי שוין געשריבן, ווייסעך נישט מער ווי יעדער קען זעהן, אמאל האבן מענטשן זיך געפילט מער באקוועם, און געהאט מער צייט…

בעסער אדער ערגער?

ווענצעך ווי וואס און ווען, אבער זיכער אמאל איז געווען מער היימיש, פריש, און געשמאק.

*

אויב מען מעג פרעגן, ווי וואוינט איר?

ווי רוב לייענער ווייסן, אין קרית יואל.

און וועלכע יארגאנג זענט איר?

צווישן 20 און 30

און וויאזוי בכלל קוקט איר זיך אן אין טאג טעגליכן לעבן? בעל בתיש, חסידיש, פרום, נארמאל, באזעצן, רוטין, פריש וכו'?

שוין דאס אויך אנגערירט אויפן וועלטל, איך בין נישט! איך טראג יעדע שטיק צייט א אנדער פנים… אבער איך בין אוודאי פרום אין חסידיש, כ'קום פון א בעל ביתישע שטוב, נארמאל בין איך ח"ו קיינמאל נישט, באזעצן ווענצעך ווי א טאג, ווי א וואך, רוטין –(?), פריש געווענליך…

ווייסן מענטשן ארום דיר אז דו ביסט אקטיוו אויף אייוועלט און קענען דיין ניק?

טייל מענטשן

וויפיל אקטיווע ניקס דא קענסטו פערזענליך?

אזא 10 חברה, 2 דערפון ווייסעך נישט זייער ניק.

האט איינער אמאל אייך דערקענט פון אייוועלט? אויב יא, וויאזוי איז עס צוגעגאנגען?

נאך די קידוש פון מיין טאכטערל האבן אסאך מיר דערקענט, מאנכע האבן מיך גראד געזאגט, מאנכע האבן מיך געטראלט, און כ'בין זיכער אז ס'זענען דא נאך קענען מיך שוין ביי נאו.. ואת הנעשה אין להשיב..

דערצייל עפעס א אינטערעסאנטע געשיכטע מיט דיר וואס האט זיך אפגעשפילט אין אדער ארום אייוועלט.

אמאל האט מיך איינער אריינגעדרייט אין א שמועס אין אישי, ביז ס'געפארן קיין אימעל, פון דארט קיין גוגל טשעט, ס'האצעך למעשה ארויסגעשטעלט א פערזאהן מיט נישט ריינע כוונות, מ'האמער דאן אלאראמירט די הנהלה , מוסר השכל: ווער נישט צו נאנט פריוואט מיט איינעם וואס דו קענסט נישט (א אקטיווע ניק וואס דו קענסט שוין זיין פערסענאליטי, איז אנדערשט)

פון וועלכע ניק/ניקס היינטיגע צייטן האסטו ספעציעל הנאה און אז דו זעסט זייער תגובה איז עס דיר אינטערעסאנט צו ליינען?

שווער אויסצורעכענען, ס'דא אסאך געשמאקע ניקס, אבער פון למעלה משבעים'ס גראדקייט, ווער איך ספעציעל נתפעל!

פון וואס האסטו די מערסטע הנאה, תורה, ידיעות, מוזיק, נייעס, פארברענגען וכו'?

צו לייענען קרעטשמע, צו פארברענגען, 'פארברענגען'…

וואס האלסטו דארף זיך אייוועלט פארבעסערן?

אסאך זאכן, בעיקר דארפן זיך די שרייבער פארבעסערן… זיך הייבן, און אויסוואקסן די קינדער שיך..

און בכלל, זאג עפעס גוטס רבי כאניש'ל.

כאניש

און אז מען רעדט שוין, דערצייל עפעס א ספעציעלע געשיכטע אין סיי וועלכע הינזיכט וואס דו האסט געהאט אין דיין לעבן, קיין שייכות מיט אייוועלט.

מיין לעבן איז איין שטיק געשיכטע.. שווער צו פינפוינטן דא אזוי אויף איין פוס…
ווען ס'דא עפעס אינטערעסאנט פאפ'ט עס געווענליך ארויף בתור א קרעטשמע אשכול…

און אלס קרישקעלע, צו וועלכע ספר (מוסר וחסידות וכו') שפירט איר א ספעציעלע קשר?

בני יששכר!

און צום לעצט, אלץ לאנגיעריגע שרייבער דא פון טויזנטער תוכנ'דיגע תגובות, וואס האט איר צו זאגן פאר אונזערע היינטיגע שרייבער דא?

איך בין נאך אין די לערנען פאזע, כאנאכניש וואס צו זאגן פאר אנדערע.
הריוח של הנשמה הוא, ששלחה ד' ב"ה למקום גדודי חיות ואריות, ולחמה עמם, והצילה עצמה. וזהו תכלית ביאתה ועוצם גבורתה בעבודת השם.
(חפץ השם, מס' שבת קנב:)

טוה נישט מארגן וואס די קענסט טוהן היינט

אויב ווילט איר אז איך זאל ענטפערן אויף אייער תגובה ציטיר מיר

אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר האלפיים
תגובות: 2228
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע: אין מאה שערים

Re: אייוועלט ניק אינטערוויא - כאניש וואס צו טון

תגובהדורך אונגארישע הייזער » דינסטאג יוני 30, 2020 11:30 am

כאניש אזוי ווי כאניש

גארניש כאט ער ניש

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 12898
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

Re: אייוועלט ניק אינטערוויא - כאניש וואס צו טון

תגובהדורך לכאורה » דינסטאג יוני 30, 2020 11:31 am

נייס! נאע געאט (בלשונך)
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

אוועטאר
ענדע צדיק!
שר חמשת אלפים
תגובות: 5933
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

Re: אייוועלט ניק אינטערוויא - כאניש וואס צו טון

תגובהדורך ענדע צדיק! » דינסטאג יוני 30, 2020 11:33 am

שיינע פלייץ פון אינטערוויאוס, איינס שענער פון צווייטן. נאע געהאט!
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון

אוועטאר
הודו להשם
שר האלף
תגובות: 1068
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 17, 2017 3:44 pm
לאקאציע: בבית מדרשו של רבינו
פארבינד זיך:

Re: אייוועלט ניק אינטערוויא - כאניש וואס צו טון

תגובהדורך הודו להשם » דינסטאג יוני 30, 2020 11:58 am

הנאה געהאט.

אוועטאר
האסט נייעס
שר חמש מאות
תגובות: 747
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 11:43 am
לאקאציע: דא... אויב זעהסטו נישט, קוק גוט..

Re: אייוועלט ניק אינטערוויא - כאניש וואס צו טון

תגובהדורך האסט נייעס » דינסטאג יוני 30, 2020 12:02 pm

שכח הנאה געהאט.

אוועטאר
פעיק נוז
שר שמונת אלפים
תגובות: 8291
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: אייוועלט ניק אינטערוויא - כאניש וואס צו טון

תגובהדורך פעיק נוז » דינסטאג יוני 30, 2020 12:05 pm

כאניש, הנאה געהאט.
א 'קאנספיראציע טעאריקער' ווערט אין לשה"ק אנגערופן: מבין דבר מתוך דבר - און דארט איז עס גאר א מעלה.


"פעיק אייוועלט ראש הקהל" - פעיק אייוועלט געשמאק עגעין

נייעס און בילדער אינערהאלב די פעיק ראשעקאל קאמפיין

אוועטאר
קיטשי
שר חמש מאות
תגובות: 953
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 07, 2011 10:14 am
לאקאציע: אויף דער וועלט - ווילאנג איך האב וואס מתקן צו זיין

Re: אייוועלט ניק אינטערוויא - כאניש וואס צו טון

תגובהדורך קיטשי » דינסטאג יוני 30, 2020 12:07 pm

פעיק נוז האט געשריבן:כאניש, הנאה געהאט.

:lol:
RT
פאר דו דרוקסט שיק מאך זיכער אז דו טוסט נישט וויי קיין אנדערע איד.

אוועטאר
דערבארומדיג'ער
שר האלפיים
תגובות: 2239
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

Re: אייוועלט ניק אינטערוויא - כאניש וואס צו טון

תגובהדורך דערבארומדיג'ער » דינסטאג יוני 30, 2020 1:00 pm

חס ושלום נישט נארמאל...

דער כאנישל איז זיס!
זקן מלא רחמים.

אוועטאר
בלעכענער פנים
שר חמש מאות
תגובות: 827
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 04, 2019 12:51 pm
לאקאציע: כ'ווייס באמת נישט..

Re: אייוועלט ניק אינטערוויא - כאניש וואס צו טון

תגובהדורך בלעכענער פנים » דינסטאג יוני 30, 2020 1:05 pm

טענקס כאניש, זיער אינטערסאנט!

אוועטאר
אלטער
שר האלפיים
תגובות: 2625
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 14, 2020 12:44 pm
לאקאציע: אין בהמ"ד ביים קאווע שטיבל

Re: אייוועלט ניק אינטערוויא - כאניש וואס צו טון

תגובהדורך אלטער » דינסטאג יוני 30, 2020 8:47 pm

הערשט יעצט אנגעקומען! זייער שיין!
איך בין טאקע אן אלטער, אבער אז איך בין גערעגט, וואס איין פאלט-דיר?

אויב מיינסטו איך שריי אויף דיר, דאן לייען איבער מיין תגובה... אחוץ אויב דיין תגובה איז געווען כנגד דעת תורתנו הק' אדער דעת רבינו הק' מסאטמאר זי"ע

אוועטאר
מארגן
שר חמש מאות
תגובות: 894
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 29, 2020 4:24 pm

Re: אייוועלט ניק אינטערוויא - כאניש וואס צו טון

תגובהדורך מארגן » דינסטאג יוני 30, 2020 8:51 pm

שטארק הנאה געהאט
וואויט פאר סענד....... אאאאאאם פאר.... איך ווייס נאכנישט
-----------------------------------
Morganivelt@gmail.com

וואס טוט זיך
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4715
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm

Re: אייוועלט ניק אינטערוויא - כאניש וואס צו טון

תגובהדורך וואס טוט זיך » דינסטאג יוני 30, 2020 9:10 pm

זיס ווי כאניש. שכח.
קלאצקאפ פאר ראש הקהל, טוטס ענק דא אריינסיינען, און ווערטס א חלק פונעם אייוועלט פאר קלאצי קאמפיין.

-------------
ביטע, אלע מיינע תגובות אינעם ראשעקהל פארמעסט אקעגן איינעם, זאל מען נישט נעמען פערזענליך, ס'איז נאר פאר די פאן אף איט.

אוועטאר
מצב כללי
שר שלשת אלפים
תגובות: 3930
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 18, 2013 7:09 pm

Re: אייוועלט ניק אינטערוויא - כאניש וואס צו טון

תגובהדורך מצב כללי » דינסטאג יוני 30, 2020 9:17 pm

שיינע אינטערוויו

ארגינעל

מטעמים
שר ששת אלפים
תגובות: 6928
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

Re: אייוועלט ניק אינטערוויא - כאניש וואס צו טון

תגובהדורך מטעמים » דינסטאג יוני 30, 2020 11:00 pm

כאניש זאגט כאנישט און יעדער שמייכעלט - דאס איז א קינץ.
אין וואשינגטאן דארף מען האבן איינעם מיט שלעכטע מידות צו אנהאקן די קעפ פון די פוילע פאליטישענס, און מאכן אז זיי זאלן זיך נעמען ארבעטן, און געט טינגס דאן - קרעדיט פאראינטערסירט

אביסל טיפער
שר האלף
תגובות: 1147
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש ינואר 11, 2020 8:09 pm
לאקאציע: לאנדאן 1933

Re: אייוועלט ניק אינטערוויא - כאניש וואס צו טון

תגובהדורך אביסל טיפער » דינסטאג יוני 30, 2020 11:32 pm

כאניש ברענגט ארויף א שמייכל אויף די ליפן,
ווילט איהר פארדינען קעשבעק ווען איהר קויפט אנליין דריקט דא

"און פארגעסט נישט אז תורה איז די בעסטע סחורה"

אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר ששת אלפים
תגובות: 6437
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: אינדערהיים ביים דעסק

Re: אייוועלט ניק אינטערוויא - כאניש וואס צו טון

תגובהדורך כאניש וואס צו טון » מיטוואך יולי 01, 2020 12:26 am

כאניש כאניש כאניש כאניש כאניש כאניש...
הערצענקויף אפצורעדן! קוקטס אויף וואס ענק האבן יא!

אוועטאר
אויף געבלאזן
שר חמש מאות
תגובות: 817
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 14, 2020 8:58 pm

Re: אייוועלט ניק אינטערוויא - כאניש וואס צו טון

תגובהדורך אויף געבלאזן » מיטוואך יולי 01, 2020 12:34 am

כאניש וואס צו טון האט געשריבן:כאניש כאניש כאניש כאניש כאניש כאניש...
הערצענקויף אפצורעדן! קוקטס אויף וואס ענק האבן יא!

איך האב פיל
יישר כח פארן אינטערוויא סקען זיין איך קען דיר ווייל איך קען אסאך קרית יואלער
אויף געבלאזן לויפט נישט פאר ראש הקהל
שאשא ווייס איך שוין נישט

אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר ששת אלפים
תגובות: 6437
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: אינדערהיים ביים דעסק

Re: אייוועלט ניק אינטערוויא - כאניש וואס צו טון

תגובהדורך כאניש וואס צו טון » מיטוואך יולי 01, 2020 12:35 am

אויף געבלאזן האט געשריבן:
כאניש וואס צו טון האט געשריבן:כאניש כאניש כאניש כאניש כאניש כאניש...
הערצענקויף אפצורעדן! קוקטס אויף וואס ענק האבן יא!

איך האב פיל
יישר כח פארן אינטערוויא סקען זיין איך קען דיר ווייל איך קען אסאך קרית יואלער

דיין חתומה האסטו געטשענדשד, צום ליל שישי קומסטו נישט, יאיא!

אוועטאר
אויף געבלאזן
שר חמש מאות
תגובות: 817
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 14, 2020 8:58 pm

Re: אייוועלט ניק אינטערוויא - כאניש וואס צו טון

תגובהדורך אויף געבלאזן » מיטוואך יולי 01, 2020 12:36 am

כאניש וואס צו טון האט געשריבן:
אויף געבלאזן האט געשריבן:
כאניש וואס צו טון האט געשריבן:כאניש כאניש כאניש כאניש כאניש כאניש...
הערצענקויף אפצורעדן! קוקטס אויף וואס ענק האבן יא!

איך האב פיל
יישר כח פארן אינטערוויא סקען זיין איך קען דיר ווייל איך קען אסאך קרית יואלער

דיין חתומה האסטו געטשענדשד, צום ליל שישי קומסטו נישט, יאיא!

ניין געוואלד און געשריגן
אויף געבלאזן לויפט נישט פאר ראש הקהל
שאשא ווייס איך שוין נישט

אוועטאר
הרבטייטעלבוים
שר האלף
תגובות: 1863
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 20, 2012 5:52 pm
לאקאציע: שתולים בבית ד'

Re: אייוועלט ניק אינטערוויא - כאניש וואס צו טון

תגובהדורך הרבטייטעלבוים » מיטוואך יולי 01, 2020 12:58 am

כאניש וואס צוצלייגען, זייער שיין.
הק' איתמר טייטעלבוים
אבד"ק דלאָניע והגלילות

אוועטאר
סטיטשינער
שר חמשת אלפים
תגובות: 5130
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 05, 2017 3:49 pm

תגובהדורך סטיטשינער » מיטוואך יולי 01, 2020 2:23 am

שכוח כאניש, גאר געשמאק צו ליינען. דער חידוש דא איז אז עס קוקט געהעריג אויס ווי א ריקארדעד שמועס. כאניש קיין אהנונג וויזוי דו טוסט דעס.
מלכות הרשעה במהרה תעקר,אבער נצח ישראל לא ישקר!
אין אייראפע ווי דו קוקסט נאר אלס, דעם טויט מעסער אויפ'ן האלדז
מיליאנען אויסשחטן און אויסהונגערן,
אויף וועלכע לאגער אדער מאסן גרוב, וועסטו בויען דיין שטוב
ליטא, גאליציע, פוילן אדער אין אונגערן? (מאטי א.)

מענטש צווישן מענטשן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 343
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 07, 2019 2:10 pm

Re: אייוועלט ניק אינטערוויא - כאניש וואס צו טון

תגובהדורך מענטש צווישן מענטשן » דאנארשטאג יולי 09, 2020 12:41 am

פטור בלא כלום אי אפשר,

זייער הנאה געהאט! שכח!
פלאנט איר עניוועי צו אפפלייען?

CHASE SAPPHIRE FREEDOM UNLIMITID UNITED EXPLORER

פאר סיי וועלכע פראגע מיין אישי איז אפען


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 3 געסט