אייוועלט ניק אינטערוויא - חמרא טבא

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר האלפיים
תגובות: 2149
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm

אייוועלט ניק אינטערוויא - חמרא טבא

תגובהדורך גרויסע עם הארץ » מאנטאג יוני 29, 2020 12:34 pm

אינטערוויו איז אפגעהאלטן געווארן דורך ר' Simcha .

א גוטן רבי חמרא טבא, שר שבעת אלפים .
א גוט יאר און א גוטן חודש!! איר זענט שוין דא אויפן וועלטל זעקס יאר, וויאזוי זענט איר דא אנגעקומען צו דעם ארט צום ערשטן מאל זעקס יאר צוריק?


כ'האב אלס געזוכט אן ערליך אויסגעהאלטן ארט צו קענען אויסטוישן ידיעות און נאשן פון אנדערע, און ב"ה אייוועלט האט מיר נישט אנטוישט.

וואס האט אייך געברענגט צו אויסוועלן דער נאמען חמרא טבא, איר האט ספעציעל ליב א גוטע וויין?

גראדע קען איך נישט דולדן קיין וויין וואס איז מער ווי 3-4 פערצענט... מילא וועט מען מוזן איינזעצן אז ס'האט מער מיטן רוחניות׳דיגן זין פון ווארט הביאנו אל בית היין וכו' וגו' ודו"ק.

אקעי, פארשטיי מיר די ודוק. יעצט, לייג אראפ אביסל וויאזוי אייוועלט האט אויסגעקוקט ווען דו ביסט דא אנגעקומען?

וואס רעדסטע! דעמאלסט איז נאך געווען אן עולם בתיקונו, די עולם האט געאטעמט און געלעבט אין ידיעות, און תולדותיהם של צדיקים, אזש ס'געגאנגן א רויעך.

און וואס איז היינט די מצב דא פון דיין פערספעקטיוו, און וואס איז די עיקר חילוק צווישן אמאל און היינט?

היינט רעפלעקטירט אייוועלט בעיסיקלי די היינטיגע יוגענט וואס איז בעיקר פארנומען מיט לופטיגע זאכן, און וועגן דעם וועט אברהם חיים גרין, און די אונטערן פלעיס אשכולות האבן צענדליגער בלעטער, בעת וואס די אשכולות אין על הצדיקים ליגן פארשטויבט, ועל זה דוה ליבנו.

אקעי, הער מיר דאס טאקע פון מערערע, און אזויווי דו זאגסט, דאס די מצב היינט תש''פ.

*

אויב מען מעג פרעגן, ווי וואוינט איר?

אין בארא פארק עיר הבירה

אין וועלכע יארגאנג זענט איר?

בני חיי ומזוני זאגט מען נישט...

נישט איז נישט פארשטיי מיר אייך. און וויאזוי בכלל קוקט איר זיך אן אין טאג טעגליכן לעבן בעל בתיש, חסידיש, פרום, נארמאל, באזעצן, רוטין, פריש?

עעעעם ס'איז אביסל שווער צו ענטפערן אבער לאמיר גיין על ראשון ראשון
בעל בתיש משטיינס געזאגט
חסידיש מיינסטע לאפוקי ליטוויש?
פרום שוין געהערט אזאנס
נארמאל, ווענט זיך וועמען דו פרעגסט, און אין וואסערע גיסטע ער איז בשעת מעשה
באזעצן, המממ נישט זיכער...
רוטין בעיסיקלי
פריש, אייביג
הקיצור א רעגולער פלעינע מענטש...

ווייסן מענטשן ארום דיר אז דו ביסט אקטיוו אויף אייוועלט און קענען דיין ניק?

נישט קיין סאך.

וויפיל אקטיווע ניקס דא קענסטו פערזענליך?

אפשר 10 .

האט איינער אמאל אייך דערקענט פון אייוועלט? אויב יא, וויאזוי איז עס צוגעגאנגען.

דערקענט ממש נישט, אבער כ'האב געהאט אמאל וואקנדיג אין גאס איין צופרי, טרעפט מיר אן אן עלטערע איד וואס כ'דאווען מיטעם אין איין שול, אבער קיין גרויסע ביזנעס האביך נישט מיטעם, און ער זאגט מיר, אה! איינער זאגט מיר עפעס אז דו ביזט חמרא טבא פון די בילדער (פון אייוועלט ווייסט ער נישט צו זאגן) כ'האב עם געגעבן א זאג נו נו ברכות התורה, און כ'בין אנטרינען פון שטח... עד היום ווען כ'זעה עם אין בימ"ד פון דערווייטענס גיי איך די אנדערע זייט...

זייער אינטערסאנט... און יעצט, דערצייל עפעס א אינטערעסאנטע געשיכטע מיט דיר וואס האט זיך אפגעשפילט אין אדער ארום אייוועלט.

א ספעציפישע געשיכטע קען איך נישט טראכטן אויף די מינוט, אבער דאס וויל איך יא ארויסברענגן, אז א דאנק אייוועלט האב איך אנגעקניפט פריינדשאפטן מיט א שיינע צאל טייערע אינגעלייט, וואס כ'וואלט זיי אין מיין לעבן נישט געטראפן.

אהא, האפן מיר איין טאג צו פון די... יעצט, פון וועלכע ניק/ניקס היינטיגע צייטן האסטו ספעציעל הנאה און אז דו זעסט זייער תגובה איז עס דיר אינטערעסאנט צו ליינען?

כ'וויל נישט נוקב זיין בשמות, ווארום כ'וויל נישט קיינעם אויסלאזן, אבער מ'קען זאגן אז בדרך כלל די אלע וואס זענען אקטיוו אין על הצדיקים איז א פלעזשער מיט זיי צו פארברענגן.
אבער לפטור בלי כלום אי אפשר, ווילעך ארויסברענגן אן הכרת הטוב מעומק הלב פאר ידידנו וידיד כל בית ישראל המכונה טשאדל לבית באדל וואס כל מגמתו איז נאר צו ארויפברענגן א שמייכל אויף די לעפצן פון אידישע קינדער, זאלעם דער באשעפער באצאלן אלף פעמים ככה.

פון וואס האסטו די מערסטע הנאה, תורה, ידיעות, מוזיק, נייעס, פארברענגען וכו?

ידיעות התורה און על הצדיקים בעיקר, אבער א באזוך אמאל אין די אנדערע אשכולות שאדט נישט.

גוט, האמיר עס שוין פארשטאנען פון ביז אהער... און וואס האלסטו דארף זיך אייוועלט פארבעסערן? א שאלה וואס דו האסט שוין היבש פארענטפערט ביז אהער.

נישט אז אייוועלט קען עפעס טון דערצו, אבער אזוי ווי כ'האב שוין אויבן געשריבן וואלט איך שטארק געוואלט זעהן נאך א גוטע 10-20 ניקים אקטיוו אין על הצדיקים, נישט אז כ'זאל הערן מיין ווידערקול ווען כ'רוף זיך עפעס אן.

און בכלל זאג עפעס גוטס רבי חמרא טבא.

איינער האט אמאל געזאגט פארן יארמע רב זז"ג נו זאגט עפעס א גוט ווארט האט ער געזאגט סאטמאר...

פיין, נעמער עס אן... און צום לעצט, אלץ לאנגיעריגע שרייבער דא פון טויזנטער תוכנ'דיגע תגובות, וואס האט איר צו זאגן פאר אונזערע היינטיגע שרייבער דא?

כ'וויל מיט טיילן מיטן עולם אן אינטרעסאנטע אויפאסונג וואס כ'האב אמאל געמאכט. איינער פון די סאמע גרעסטע לייבן אויף אייוועלט, כ'על נישט פורש בשמו זיין מטעמים המובנים, איז אין די אנהייב פון זיין קאריער געווען א וויסטע עם הארץ בעניני יוחסין וכו', מ'זעהט היינט די שאלות וואס ער'ט געפרעגט דעמאלסט, אז ס'איז שווער צו גלייבן אז ער האט דאס געפרעגט, אבער די מוסר השכל פון דעם איז, אז אויב לייגט מען זיך אריין אין די עפעס ראשו ורובו, קען מען צום סוף אנקומען אזש ביזן ווערן א ידען עצום.

א ריזן יישר כח רבי חמרא טבא פארן צושטעלן אזעלכע הערליכע תשובות פאר די אלע ליינער און שרייבער דא, מיר האבן זייער הנאה געהאט דערפון, און האפן מיר ווייטער צו זיין דא אינאיינעם אויפן וועלטל און מעגליך גאר אפילו אינעם על הצדיקים אפטיילונג...

אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר האלפיים
תגובות: 2140
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: אייוועלט ניק אינטערוויא - חמרא טבא

תגובהדורך סטאוו יא פיטא » מאנטאג יוני 29, 2020 12:45 pm

ייש"כ חמרא טבא פארן מיטטיילן, זייער הנאה געהאט
דער שואל האט אבער אויסגעלאזט אסאך עיקרים.
נען קען פירן ווייטער דעם אינטערוויא?

אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4793
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm

Re: אייוועלט ניק אינטערוויא - חמרא טבא

תגובהדורך קלאָצקאָפּ » מאנטאג יוני 29, 2020 12:49 pm

קודם פרעג, אויב ער וועט וועלן וועט ער ענטפערן.

אוועטאר
הלשון
שר שלשת אלפים
תגובות: 3441
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 27, 2011 5:48 pm

Re: אייוועלט ניק אינטערוויא - חמרא טבא

תגובהדורך הלשון » מאנטאג יוני 29, 2020 12:52 pm

זייער שיין!

שכח פאר'ן שואל - פאר'ן משיב - און פאר'ן מביא לדפוס
הלשון הוא קולמוס הלב, והניגון הוא קולמוס הנפש (בעל התניא מליאדי)

אוועטאר
אחת ואחת
שר האלף
תגובות: 1861
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 12:01 pm
לאקאציע: איך קום שוין

Re: אייוועלט ניק אינטערוויא - חמרא טבא

תגובהדורך אחת ואחת » מאנטאג יוני 29, 2020 12:53 pm

ר' מן הארץ, אפשר עפענסטו א סוב פארום פאר אלע אינטערוויוס.
איי די די דיי דיי איי די די דיי דיי אחת ושבע

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 23747
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: אייוועלט ניק אינטערוויא - חמרא טבא

תגובהדורך farshlufen » מאנטאג יוני 29, 2020 12:53 pm

אה!

געשמעקט א פיינעם וויין..

ישר כחכם.
זמירות יאמרו ותשבחות ישמיעו כי הוא לבדו בורא רפואות.

אוועטאר
לייטער
שר האלף
תגובות: 1882
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 31, 2018 10:14 am
לאקאציע: אויפן לייטער

Re: אייוועלט ניק אינטערוויא - חמרא טבא

תגובהדורך לייטער » מאנטאג יוני 29, 2020 12:53 pm

שכוח זייער אינטערעסאנט
נעקסט מאך א אינטערוויא מיט
טשאדעלע באדעלע
מיללער
יענג 2020
Mmi
קיקיון
נשמה
אליעזר קרויס
מיין אימעיל אדרעס איז. leyterivelt@gmail.com

אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר האלפיים
תגובות: 2149
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm

Re: אייוועלט ניק אינטערוויא - חמרא טבא

תגובהדורך גרויסע עם הארץ » מאנטאג יוני 29, 2020 12:56 pm

די אינטערוויוס זענען אפגעהאלטן דורך ר' Simcha הי"ד. ווער וויל עס טוהן אנשטאט אים?

אויף מיין ליסט איז:
מונאוויטש
נשמה
נשמת השכל
מחשב
כאניש וואס צו טוהן
סטוטשי
סטאוו יא פיטא
וויכטיג מאכער

מיר זיכן א נדבן וואס איז גרייט צו אפהאלטן די אינטערוויוס
הריוח של הנשמה הוא, ששלחה ד' ב"ה למקום גדודי חיות ואריות, ולחמה עמם, והצילה עצמה. וזהו תכלית ביאתה ועוצם גבורתה בעבודת השם.
(חפץ השם, מס' שבת קנב:)

טוה נישט מארגן וואס די קענסט טוהן היינט

אויב ווילט איר אז איך זאל ענטפערן אויף אייער תגובה ציטיר מיר

אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר האלפיים
תגובות: 2149
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm

Re: אייוועלט ניק אינטערוויא - חמרא טבא

תגובהדורך גרויסע עם הארץ » מאנטאג יוני 29, 2020 12:56 pm

לייטער האט געשריבן:שכוח זייער אינטערעסאנט
נעקסט מאך א אינטערוויא מיט
טשאדעלע באדעלע
מיללער
יענג 2020
Mmi
קיקיון
נשמה
אליעזר קרויס

:lol: :lol:
הריוח של הנשמה הוא, ששלחה ד' ב"ה למקום גדודי חיות ואריות, ולחמה עמם, והצילה עצמה. וזהו תכלית ביאתה ועוצם גבורתה בעבודת השם.
(חפץ השם, מס' שבת קנב:)

טוה נישט מארגן וואס די קענסט טוהן היינט

אויב ווילט איר אז איך זאל ענטפערן אויף אייער תגובה ציטיר מיר

אוועטאר
פישל
שר חמש מאות
תגובות: 819
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 25, 2010 11:53 am

Re: אייוועלט ניק אינטערוויא - חמרא טבא

תגובהדורך פישל » מאנטאג יוני 29, 2020 12:59 pm

די הויפט שאלה וואס מ'וואלט געדארפט פרעגן פון ר' חמרא טבא, פארוואס ער פארשמירט אלע זיינע בילדער מיט אזעלכע ריזיגע וואסערמארקס.

סוכ"ס איז דאך אייוועלט א מקום פון זיכוי הרבים, א פלאץ ווי עס קומען זיך צוזאם אידן מארבע כנפות יעדער מיט זיינע כשרונות, און מיט'ן כח הרבים האט מען שוין אזויפיל ארויסגעהאלפן איינער דעם צווייטן, דעם יחיד און דעם רבים צוגלייך.

צווישן די גוטע חלקים, איז דער אוצר פון היסטארישע און אינטערעסאנטע אידישע אינפארמאציע איבער אלץ און אלעמען ובפרט די תולדות פון גדולי ישראל און נאך, אריינגערעכנט בילדער פון רבנים ואנשי שם. איינער וואס האט די זכי' צו מזכה זיין את הרבים, פארוואס זאל ער עס נישט טון בשלימות, אז ווען א איד באשרייבט א גדול בישראל, זאל ער קענען צולייגן א בילד פון יענעם גדול.

ס'איז נארמאל און פארשטענדליך אז איינער וואס איז זיך מטריח צו לייגן בילדער, וויל באקומען דעם אנערקענונג דערפאר און וויל אז מ'זאל אים געבן דעם קרעדיט. פיין. אבער פאר דעם מוז ער דאך נישט באשמירן דעם גאנצן בילד אויף אן אופן אז מ'זאל עס נישט קענען נוצן. מ'קען דאך לייגן א פשוט'ע נארמאלע וואטערמארק, אז דער וואס נוצט עס זאל שפירן אן אחריות צו געבן קרעדיט פון וואו ער האט עס גענומען, אבער פארוואס זאל מען גורם זיין אז מ'זאל עס בכלל נישט קענען נוצן?

וואס האט מען פון דעם אז מען וועט זיך באגראבן מיט אלע אוצרות וואס מען וואלט געקענט דערמיט מזכה זיין את הרבים?
דער ענטפער טוישט זיך, אבער די פראגע בלייבט די זעלבע, וויפיל אזייגער איז?

אוועטאר
לייטער
שר האלף
תגובות: 1882
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 31, 2018 10:14 am
לאקאציע: אויפן לייטער

Re: אייוועלט ניק אינטערוויא - חמרא טבא

תגובהדורך לייטער » מאנטאג יוני 29, 2020 1:00 pm

גרויסע עם הארץ האט געשריבן:
לייטער האט געשריבן:שכוח זייער אינטערעסאנט
נעקסט מאך א אינטערוויא מיט
טשאדעלע באדעלע
מיללער
יענג 2020
Mmi
קיקיון
נשמה
אליעזר קרויס

:lol: :lol:

ער האט אמאל אריינגעזאגט א אייוועלט שמיעס אויף גוגל דרייוו( ערגעץ, לכאורה אין זיין אשכול )און ער האט געווארפן בקיאות אין אייוועלט פון אלטע אפטיילונגען און פון איר אלטע ניקס,
מיין אימעיל אדרעס איז. leyterivelt@gmail.com

אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר האלפיים
תגובות: 2149
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm

Re: אייוועלט ניק אינטערוויא - חמרא טבא

תגובהדורך גרויסע עם הארץ » מאנטאג יוני 29, 2020 1:02 pm

לייטער האט געשריבן:
גרויסע עם הארץ האט געשריבן:
לייטער האט געשריבן:שכוח זייער אינטערעסאנט
נעקסט מאך א אינטערוויא מיט
טשאדעלע באדעלע
מיללער
יענג 2020
Mmi
קיקיון
נשמה
אליעזר קרויס

:lol: :lol:

ער האט אמאל אריינגעזאגט א אייוועלט שמיעס אויף גוגל דרייוו( ערגעץ, לכאורה אין זיין אשכול )און ער האט געווארפן בקיאות אין אייוועלט פון אלטע אפטיילונגען און פון איר אלטע ניקס,

ברענג עס אהער
הריוח של הנשמה הוא, ששלחה ד' ב"ה למקום גדודי חיות ואריות, ולחמה עמם, והצילה עצמה. וזהו תכלית ביאתה ועוצם גבורתה בעבודת השם.
(חפץ השם, מס' שבת קנב:)

טוה נישט מארגן וואס די קענסט טוהן היינט

אויב ווילט איר אז איך זאל ענטפערן אויף אייער תגובה ציטיר מיר

אוועטאר
בלעכענער פנים
שר חמש מאות
תגובות: 846
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 04, 2019 12:51 pm
לאקאציע: כ'ווייס באמת נישט..

Re: אייוועלט ניק אינטערוויא - חמרא טבא

תגובהדורך בלעכענער פנים » מאנטאג יוני 29, 2020 1:04 pm

זייער אינטערסאנט, שכח חמרא, שמחה, ע"ה
נישט אז כ'זאל הערן מיין ווידערקול ווען כ'רוף זיך עפעס אן.


איך ליין מיט אינטערעס יעדע תגובה דיינע, כ'רעד נישט אריין ווייל איך בין נישט אזוי באהאוונט.

אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר האלפיים
תגובות: 2140
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: אייוועלט ניק אינטערוויא - חמרא טבא

תגובהדורך סטאוו יא פיטא » מאנטאג יוני 29, 2020 1:17 pm

א גוטן חמרא טבא;

מען האט אייך שוין עטליכע מאל געפרעגט אויב איר זענט א בארנובער אייניקל, ווי דער שטייגער ביי חסידישע אידן האט איר אלס צוריקגעענטפערט מיט א שאלה, וויל איך פרעגן
א) זענט איר א בארנובער אייניקל?
ב) קומענדיג פון א ניק וואס טראגט נישט קיין גזע מיט זיך ווי אזוי וואלט איר צוריק געענטפערט בדרך שאלה בנוסח יין?

אייער אוועטער איז א זיס יונגל פארטיעפט אין א שאח שפיל, למעשה דער בילד איז פון 2 קראקא קינדער וואס שפילן אינאיינעם, איז דא א דירעקטע סיבה פארן קלויבן דיקא דעם קינד? קוקט עס אויס ווי ער איז דער וואס גייט געווינען?

איז דא א כלל וועלעכע בילדער איר לייגט יא ארויף אייער זיגל און וועלעכע נישט?

די קומענדיגע שאלה איז אפשר בגדר מזוני וואס איר ווילט מסתמא נישט ענטפערן, אויף וויפיל ס'איז מעגליך מיטציטיילן וויל איך וויסן פון ווי קומט צי אייך אזויפיל אוצרות פון אלטע בילדער פון צדיקים, בילדער וואס מען זעהט נישט ערגעץ אנדערש?

און צים לעצט, איז דער חוש צי אידענטיפיצירן בילדער א געבוירענע זאך אדער דאס קומט פשוט מיט די צייט דורכן זעהן אסאך בילדער?

אוועטאר
fiena nieas
שר האלפיים
תגובות: 2559
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 23, 2011 8:56 am

Re: אייוועלט ניק אינטערוויא - חמרא טבא

תגובהדורך fiena nieas » מאנטאג יוני 29, 2020 1:18 pm

וואס איז פשט פין די הי"ד נאך ר' שמחה?

אוועטאר
חוח בין השושנים
שר האלפיים
תגובות: 2165
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

Re: אייוועלט ניק אינטערוויא - חמרא טבא

תגובהדורך חוח בין השושנים » מאנטאג יוני 29, 2020 1:23 pm

סטאוו יא פיטא האט געשריבן:א גוטן חמרא טבא;

מען האט אייך שוין עטליכע מאל געפרעגט אויב איר זענט א בארנובער אייניקל, ווי דער שטייגער ביי חסידישע אידן האט איר אלס צוריקגעענטפערט מיט א שאלה, וויל איך פרעגן
א) זענט איר א בארנובער אייניקל?

אוודאי ווענדט זיך וואו דער חמרא שטייט איין. אויב דער שואל פרעגט שאלות ווי א שיכור אדער ווי אן אייזל, וועט ער נישט ענטפערן געהעריג...

צום עצם שאלה קען איך דיר זאגן: יעדער איד האט עפעס א שייכות מיט בארניב; אדער איז מען א בארניב'ער אייניקל, אדער נישט א בארניב'ער אייניקל. אבער עפעס בארניב.
אויב האסטו אויף מיר פאראיבל, טענות, מענות, א ויצעקו צו מאכן, א שטאך צו געבן, א קשיא צו פרעגן, אדער -להבדיל- א גוט ווארט צו זאגן טו עס ביטע דא.

אוועטאר
לייטער
שר האלף
תגובות: 1882
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 31, 2018 10:14 am
לאקאציע: אויפן לייטער

Re: אייוועלט ניק אינטערוויא - חמרא טבא

תגובהדורך לייטער » מאנטאג יוני 29, 2020 1:24 pm

אפשר מאכט מען א אינטערוויא פאר די פאבליק ווי מען וועט פרעגן שאלות און יעדער עקסטער וועט ענטפערן
מיין אימעיל אדרעס איז. leyterivelt@gmail.com

אוועטאר
חוח בין השושנים
שר האלפיים
תגובות: 2165
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

Re: אייוועלט ניק אינטערוויא - חמרא טבא

תגובהדורך חוח בין השושנים » מאנטאג יוני 29, 2020 1:24 pm

fiena nieas האט געשריבן:וואס איז פשט פין די הי"ד נאך ר' שמחה?

זיין ניק איז אומגעברענגט געווארן.
אויב האסטו אויף מיר פאראיבל, טענות, מענות, א ויצעקו צו מאכן, א שטאך צו געבן, א קשיא צו פרעגן, אדער -להבדיל- א גוט ווארט צו זאגן טו עס ביטע דא.

אוועטאר
חמרא טבא
שר שבעת אלפים
תגובות: 7667
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

Re: אייוועלט ניק אינטערוויא - חמרא טבא

תגובהדורך חמרא טבא » מאנטאג יוני 29, 2020 1:43 pm

הו הא וואס דא גייט נישט אלס פאר אין מיין אנוועזנהייט...
דביה תחדי נפשא

אוועטאר
אלטער
שר האלפיים
תגובות: 2818
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 14, 2020 12:44 pm
לאקאציע: אין בהמ"ד ביים קאווע שטיבל

Re: אייוועלט ניק אינטערוויא - חמרא טבא

תגובהדורך אלטער » מאנטאג יוני 29, 2020 1:43 pm

לייטער האט געשריבן:אפשר מאכט מען א אינטערוויא פאר די פאבליק ווי מען וועט פרעגן שאלות און יעדער עקסטער וועט ענטפערן

viewtopic.php?f=21&t=32044
אסדר פאר ראש הקהל

ווייל איך גיי מיטן געווינער!

אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4793
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm

Re: אייוועלט ניק אינטערוויא - חמרא טבא

תגובהדורך קלאָצקאָפּ » מאנטאג יוני 29, 2020 1:44 pm

חמרא טבא האט געשריבן:הו הא וואס דא גייט נישט אלס פאר אין מיין אנוועזנהייט...

*אפוועזנהייט

אוועטאר
חמרא טבא
שר שבעת אלפים
תגובות: 7667
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

Re: אייוועלט ניק אינטערוויא - חמרא טבא

תגובהדורך חמרא טבא » מאנטאג יוני 29, 2020 1:54 pm

איז אזוי:

ראשית דבר א גרויסן דאנק פאר די אלע אירע וואס האבן מיר געמאכט פילן זייער גוט מיטן זיין אינטרעסירט אין וואס איך האב צו זאגן.

ר׳ פישל טייערער כ׳פיל אייער פיין אלס א קאלעקטער פון בילדער וואלט מיר אויך געשטערט אזא התנהגות און אז דו וועסט קוקן די ערשטע פאר יאר פלעג איך לייגן בילדער אנע מארקע ביז כ׳האב אנגעהויבן אויפפאסן אן אינטרעסאנטע ערשיינונג אז די בילדער זענען ערשינען ערגעץ אין די נעקסטע פאר וואכן אין איינע פון די אויסגאבעס צו דא צו אין אר״י אידישע און ענגלישע צוגלייך האב איך געפילט אז איינער וויל דרוקן א בילד וואס איך האב געשוויצט פאר דעם זאל ער מוחל זיין און אריינקלאפן בעטן ווי א מענטש וכך הוה כ׳האב נאך קיינעם נישט צוריק געוויזן אין אישי נאר פראבירט צו יעדן סערווירן אויפן שענסטן אופן מעגליך.

סטאווי דו ווילסט דאך אן ענטפער בלשון שאלה איז דאס מיין ענטפער ווער האט דיר געגעבן א רעכט מיר צו אינטערוויוען אזוי נישט מיר נישט דיר? הא? דו ווייסט וואסערע ליינס איך האב פון מענטשן וואס ווארטן צו רעדן מיט מיר? שוין האסטע שוין דריי שאלות... זיימיר געזונט.
דביה תחדי נפשא

אוועטאר
שמן
שר חמש מאות
תגובות: 717
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 07, 2016 11:49 am

Re: אייוועלט ניק אינטערוויא - חמרא טבא

תגובהדורך שמן » מאנטאג יוני 29, 2020 1:57 pm

חמרא טבא האט געשריבן:איז אזוי:

ראשית דבר א גרויסן דאנק פאר די אלע אירע וואס האבן מיר געמאכט פילן זייער גוט מיטן זיין אינטרעסירט אין וואס איך האב צו זאגן.


סטאווי דו ווילסט דאך אן ענטפער בלשון שאלה איז דאס מיין ענטפער ווער האט דיר געגעבן א רעכט מיר צו אינטערוויוען אזוי נישט מיר נישט דיר? הא? דו ווייסט וואסערע ליינס איך האב פון מענטשן וואס ווארטן צו רעדן מיט מיר? שוין האסטע שוין דריי שאלות... זיימיר געזונט.

;l;p-

אוועטאר
חמרא טבא
שר שבעת אלפים
תגובות: 7667
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

Re: אייוועלט ניק אינטערוויא - חמרא טבא

תגובהדורך חמרא טבא » מאנטאג יוני 29, 2020 1:58 pm

נאך א זייטיגע באנוס פון לייגן א מארקע איז אז מ׳טרעפט זיך כסדר שפתותיו דובבות....

א לעצטיגע ביישפיל
צוגעלייגטע
11B11F67-F749-49AC-BBB5-9272ADF3F0E8.jpeg
11B11F67-F749-49AC-BBB5-9272ADF3F0E8.jpeg (454.91 KiB) געזעהן 522 מאל
דביה תחדי נפשא

אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר האלפיים
תגובות: 2140
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: אייוועלט ניק אינטערוויא - חמרא טבא

תגובהדורך סטאוו יא פיטא » מאנטאג יוני 29, 2020 1:59 pm

אקעי כ'געב אויף אויף בארנוב, א דשיקובער אייניקל ביזטו יא?

מערסט וויכטיג איז מיר דער אוועטער וואס איז שוין היינט באקאנט איבעראל אלס דער חמרא טבא.. וואסי פשט פון די סעלעקציע?


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Google [Bot] און 2 געסט