די דריטע וועלט מלחמה!!!

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

האט איר עס געליינט

יא
39
68%
ניין
18
32%
 
סך הכל שטימען: 57

אוועטאר
ניין און יא
שר האלף
תגובות: 1305
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 06, 2019 10:05 am

די דריטע וועלט מלחמה!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניין און יא »

בס"ד

די דריטע וועלט מלחמה




ער האט גענדיגט אלעס וואס ער האט געהאט צו ערלעדיגן, ער גייט צים טיר קישט די מזוזה און גייט ארויס צו די גאס צו זיין וועג אהיים.

ער שפאצירט זיך אזוי אויפן גאס, און זיין קאפ איז נאך פארנומען מיט די פרטים וואס ער האט יעצט עוסק געווען, און פלוצלונג הערט ער א ווינק אין זיין הארץ, געב א קוק דארט, נאר אויף איין מינוט, ער איז אבער א ערליכע יונגערמאן, בלייבט ער ווייטער מיט די אויג אראפ און די קאפ און די הייך, אבער די ווינק ווערט א אפענע רוף, געב נאר א קוק, סאיז ממש ציענד, די הארץ ברענט צו געבן נאר איין קיק צו ברואיגן די תאווה, ער ראנגעלט זיך און ווארפט זיך פון אינווענדיג, יא געבן א קוק נישט געבן א קוק, ער געט אזא האלבע קוק ארויס, און די שולד געפיל פון איין זייט הייבט אן נאגן און פון די אנדערע זייט די תאווה צופלאקערט זיך, ''איינמאל געהעריג קיקן און פערטיג, וויפול איז די שיעור פון זיין אזוי אפגעהיטן??, פון די צווייטע זייט שטייט די גוטע חלק אין אים, וואס ריפט שטילערהייט, צו ווילסטו פארלירן דיין עול הבא פאר די הנאה פון איין רגע?, אתמהה??,ער האלט זיך איין פאר נאך א מינוט, און די ייצר שיקט נאך א נסיון און סהייבט אן ברענען פון פריש, סציט סברענט אין הארץ, לאמיר קיקן געהעריג אזוי זאל איך נישט טראכטן דערפון, קומט ארויס א געפיל זיך צו פארענפערן, ער געבט א פארגנבטער בליק און סרייצט זיך מיט אים האהא איך בין שטערקער פון דיר, איך האב עס געמאכט ער געט א שנעלע קוק אוועק, און ווידער א האלבע בליק, און די תאווה צינדט זיך אן מער און מער, ער וויל שוין אונגאנצען פארלירן, פארפאלן וואס קען מען טוען אז די גאסן קיקן אויס אזוי קען מען זיך נישט היטן די אויגען, און סאיז אפילו ניישט מיין שולד זאגט ער צו זיך, סאיז פשוט אומעגליך צו קענען ביישטיין אזלעכע ניסיונות, און וואס וויל איך דען נאר געבן א קוק.

די שטילע ציפ הייבט אן צו ציפן שטערקער, צו ווייסטו נישט אז דו די גאנצע יודשקייט ליגט און די אויגן? צו ווייסטו נישט אז א יעדע בליק וואס מגעט ווערט נישט פארלוירן און דו וועסט שטענדיק בלייבן אין קאפ מיט די ראיה?! דו טראכסט יעצט אויפצוהייבן דיין קאפ צו געבן איין קוק סתם צו ברואיגן דיין משוגענע תאווה,' ביסטו אבער גרייט אז די ראיה זאל בלייבן אין דיר שטענדיג? צו ווילסטו אז די ראיה זאל דיר ארויפקומען באלד אינמיטן שמו''ע ביי מנחה, ביסטו גרייט אז שבת ביי לכה דודי זאל בליצן ביי דיר די אלע ראיות? די ווייסט דאך אז סאיז נישט נאר די יעצטיגע מינוט וואס איז די נסיון, נאר אויב פאלסט דורך האסט א פרישע קאמפ מיט די זעלבע ראיה נאר נישט מיט די עיניי הגוף נאר מיט די עיניי השכל וואס פון דעם איז פיל שווערער צו אנטלויפן צו גייסטו איין אויף דעם??

אבער איך וויל קיקן, איך וויל איך קען מיר נישט איינהאלטן, איך ברעך אינטער, ''איך בין זיכער השם וועט מיר פארשטיין, סאיז נישט מעגליך צו זיין אפגעהיטן היינט צוטאגס, די געפיל ברענט און שוידערט צו געבען נאך איין בליק און מיט דעם זיך אפקילן, ''יא ''ניין ''יא ''ניין, אוי טאטע.., אה די אייבערשטער האט געהאלפען, די ניסיון האט זיך איינגעגדרייט צו א אנדערע גאס, אבער יעדע מינוט וואקסט ארויס ניסיונת איינס ערגער פון צווייטען, און די אויגען כמעט פון זיך אליינס הייבן זיך אויף צו געבען א בליק ''סתם צו זעהן וואס טוט זיך אויפן גאס'' סגעט שנעל א פלי אראפ און ווידער א האלבע בליק פון די זייט..

די הייליגע שטומע הייבט ווידער איר קול, צו ווייסטו נישט אז די הייליגקייט פון א יוד איז די גאנצע זאך וואס געבט אים זיין געשמאק אין רוחניות? צו מיינסטו אז מקען קיקן ווי די ווילסט און נאך הנאה האבען פון א גוטע דאעווענען? צו ווייסטו נישט אז די ראיה גייט בפועל אריין אין מוח און פארברענט די מוח? ספארברענט!! אלע יודושע הרגישים ווערן פארטעמפט! אלעס קען געשעהן פין איין ריאה! צו ווילסטן אויפהייבן אויגן וואס דיין טאטע האט דיר געגעבן צו טוען זיין רצון ווילסטן דערמיט טוען די ערגסטע זאך וואס מקען דערמיט? צו ווייסטו נישט אז סאיז נישט מעגליך צו זיין אפגעהיטן נאר אויב מהאלט די אויגן ביי זיך? צו ווילסטו טאקע פאלן אין די עולם התוהי פון תאווה? צו ווילסטו פארלירין דיין שם יוד אלעס פאר איין קוק???

''עהה סאיז נישט אזוי הארב ווי דו מאכסט עס, יא סאיז אפשר נישט קיין שיינע זאך, אבער איך וויל נישט טראכטן יעצט פון דיר, לאז מיר אפ יעצט איך וויל קיקן און פארטיג, איך קען מיך שוין נישט איינהאלטן, פערטיג!!, איך האלט מיך שוין איין גענוג לאנג, איך מעג מיך שוין נאכגעבן אביסיל, די זעה קראפט געט זיך נאך א טרייסל צו די זייט און טאנצט שנעל צוריק, אויף אזוי ווייט האט ער אויך נישט געוואלט, ער געט א טשעק אויס די אנדערע זייט און באפרייט די מחיצה אז די ליכט שטראלען פון דארט זאלען קענען אריינקומען, ער געט איין קיק נאך א קיק און ווידער א קוק צוריק, די מוח צשוידערט די הארץ און טוט אויס רעכענען ווען צו קיקן און ווען אוועקצוקיקן ווילאנג די שולד געפיל לאט דאן א קוק צוריק, און קאנטרעלירן די גאנצע שטורעם און גייסט.

א מאכטפולע געשריי שרייט די נשמה ''הישתגעתה???, צו ביסטו א נקיבה? צו ביסטו א שוואכלונג? ביסט א קליין קינד? די תאווה האט נישט קיין שום בעיס און שכל! סאיז ממש א נערישע תאווה! צו קענסטו זיך נישט גובר זיין? הייב אויף דיין קאפ און לייג אראפ די אויגען, הער ברעטשענען ווי א קינד, און זיי ערוואקסן, צו האסטו נישט די מינדעסטע זעלבסטקאנטראל? צו ביסטו פון די רשעים וואס זענען שבוים בלבם? וועקט דיך אויף!, גיי ארויס פון די פארפיעטשטער דאכענע פון וואס דו די קעווענקלסט', ''קיקן ''נישט קיקן, גיי ארויס בכלל פון די מקום הנסיון, הייב דיין מוח אויף דיין גוף, געב אים קאנטרעל, דיין הארץ לייג אוועק צום דאווענען, נישט צו פירן דיין לעבן, זיי א איש א תקיף', אבער אויף זיך אליינס, איך ווייס פון ווי דו ביסט קיקט עס אויס אריבער די ים, אבער סאיז ממש נאר אזוי ווייל די ביסט נאך עס נישט אדורך, ווייל סאיז נישט אזוי שווער ווייל ביזט באשאפן פאר דעם', צו זיין א גדול און נישט קיין קטן הצריך לאמו, הער אויך מיט די ''איך קען נישט'' מעשיות, סאיז גוט פאר א קינד נישט פאר דיר, זיי עלטער פון דעם, ולהווי ידועה', סאיז סתם א סוויטש און מוח, פון די וואקלנישען און ניסיון און דורך פאלן יעדע רגע און ברעטשענען אז איך קען נישט, צו , זיך געבן א דערהייב און מיט א פעסטקייט באשלוסן איך קוק נישט און פערטיג, די גדעסטע ווינט וועט מיר נישט אוועקרירן, פשוט דארפסט אנצינדן די פעסטקייט און קוראזש און גדלות, צו זיך דערהייבן אין פראנט, און גיין מיט א רציחה קעגן שונא, ווייל דאס איז די איינצוגסטע וועג, איך מיין נישט אז די ניסיונת וועלן אוועק פאלן, ניין!, ווייל ווי לאנג מלעבט איז דא תאוות און ניסיונות, באט די שוואכקייט די האלבע דורךפאלן די קלער ''יא אדער ''ניין, יענץ ווארף אוועק, יענץ זיי מבטל !...

השם יתברך העלפן אין קריג, און אונז פירן צום ענדגילטגען זיג!
לעצט פארראכטן דורך ניין און יא אום דאנערשטאג יולי 02, 2020 12:32 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
אקבל הערות והארות בשמחה והכרת הטוב אי"ה
-------
מפתח ארטיקלען ----- מפתח פאעזיע
-------
ווער עס וויל באקומען ווייטער ארטיקלען פון מיין קליינקייט אדער וויל מיר קאנטעקטן זאל מיר שרייבן צו מיין אימעיל
מיט פיל דאנק
------
[email protected]
אוועטאר
?אפשרטאקע
שר חמש מאות
תגובות: 746
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 26, 2012 6:41 pm

Re: די קאמף אויף א אויגענבליק!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ?אפשרטאקע »

שיין געשריבן. יישר כח
אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8296
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע: אין מאה שערים

Re: די קאמף אויף א אויגענבליק!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונגארישע הייזער »

הו הא

געוואלדיג!
לכאורה האט געשריבן:
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?
קאכעדיגע
שר האלף
תגובות: 1592
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 27, 2014 4:17 pm

Re: די קאמף אויף א אויגענבליק!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאכעדיגע »

WOW נאך א קנאקעדיגע ציפעדיגע ארטיקעל פון ניין און יא!
דאס איז א גאר שטארקע יסוד אז די "החלטה גמורה" מאכט כמעט צונישט די מלחמה. דו וועסט נישט האבן קיין מלחמה צו עסן אין א תענית ציבור אבער אין א תענית יחיד יא! דו וועסט נישט האבן קיין מלחמה צו עסן טריפות אבער האלב כשר יא!

מען דארף מחליט זיין בהחלטה גמורה, איך גיי בעסער יעצט פאלן א טויטע אבער נישט בליקן במזיד ח"ו, ס'איז נישט דא קיין שמץ הוה אמינא איך זאל קוקען.

נאך אזאך האלטן אין איין חזר'ן, ס'איז א גרויסע בעלאני...אך און וויי וועט זיין ווען מען וועט זעהן [בדרך כלל נאך אויף די וועלט] וואס פאר א נארישקייט, ליידיגקייט, עקעלדיגקייט איז די תאוה, און מען וועט וויינען און שרייען צו זיך אליין בין איך משוגע? די בעלאני האט מיך איבערגענומען און באגראבן? ס'איז פלעינע אחוזת עינים אונז זאלן מיר קענען זוכה זיין אין די נידעריגע דור צו א קנאקעדיגע קדושה און עולם הבא.

#לעטס פייט ענד ווין
אוועטאר
ניין און יא
שר האלף
תגובות: 1305
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 06, 2019 10:05 am

Re: די קאמף אויף א אויגענבליק!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניין און יא »

קאכעדיגע האט געשריבן:WOW נאך א קנאקעדיגע ציפעדיגע ארטיקעל פון ניין און יא!
דאס איז א גאר שטארקע יסוד אז די "החלטה גמורה" מאכט כמעט צונישט די מלחמה. דו וועסט נישט האבן קיין מלחמה צו עסן אין א תענית ציבור אבער אין א תענית יחיד יא! דו וועסט נישט האבן קיין מלחמה צו עסן טריפות אבער האלב כשר יא!

מען דארף מחליט זיין בהחלטה גמורה, איך גיי בעסער יעצט פאלן א טויטע אבער נישט בליקן במזיד ח"ו, ס'איז נישט דא קיין שמץ הוה אמינא איך זאל קוקען.

נאך אזאך האלטן אין איין חזר'ן, ס'איז א גרויסע בעלאני...אך און וויי וועט זיין ווען מען וועט זעהן [בדרך כלל נאך אויף די וועלט] וואס פאר א נארישקייט, ליידיגקייט, עקעלדיגקייט איז די תאוה, און מען וועט וויינען און שרייען צו זיך אליין בין איך משוגע? די בעלאני האט מיך איבערגענומען און באגראבן? ס'איז פלעינע אחוזת עינים אונז זאלן מיר קענען זוכה זיין אין די נידעריגע דור צו א קנאקעדיגע קדושה און עולם הבא.

#לעטס פייט ענד ווין

Tnx for the compliment
U got the point strong
#tnx
אקבל הערות והארות בשמחה והכרת הטוב אי"ה
-------
מפתח ארטיקלען ----- מפתח פאעזיע
-------
ווער עס וויל באקומען ווייטער ארטיקלען פון מיין קליינקייט אדער וויל מיר קאנטעקטן זאל מיר שרייבן צו מיין אימעיל
מיט פיל דאנק
------
[email protected]
אוועטאר
ניין און יא
שר האלף
תגובות: 1305
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 06, 2019 10:05 am

Re: די קאמף אויף א אויגענבליק!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניין און יא »

אויב האט איר געליינט און הנאה געהאט ביטע קאמאנטירן איך וויל וויסען פאר וויפיל איך שרייב
א דאנק
אקבל הערות והארות בשמחה והכרת הטוב אי"ה
-------
מפתח ארטיקלען ----- מפתח פאעזיע
-------
ווער עס וויל באקומען ווייטער ארטיקלען פון מיין קליינקייט אדער וויל מיר קאנטעקטן זאל מיר שרייבן צו מיין אימעיל
מיט פיל דאנק
------
[email protected]
אוועטאר
ניין און יא
שר האלף
תגובות: 1305
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 06, 2019 10:05 am

Re: די קאמף אויף א אויגענבליק!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניין און יא »

.
אקבל הערות והארות בשמחה והכרת הטוב אי"ה
-------
מפתח ארטיקלען ----- מפתח פאעזיע
-------
ווער עס וויל באקומען ווייטער ארטיקלען פון מיין קליינקייט אדער וויל מיר קאנטעקטן זאל מיר שרייבן צו מיין אימעיל
מיט פיל דאנק
------
[email protected]
אוועטאר
אלט מאנרא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3613
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 30, 2016 11:37 am
לאקאציע: צווישן גראז און ביימער

Re: די קאמף אויף א אויגענבליק!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלט מאנרא »

הנאה געהאט, זייער שיין
המול לכם כל זכר, און הימל געדענקט מען אלעס.
אוועטאר
צוקער וואסער
שר האלף
תגובות: 1581
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 10:23 pm

Re: די קאמף אויף א אויגענבליק!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צוקער וואסער »

הערליך! ביטע שרייב נאך חיזוק ארטיקלן !
טיפע קוויטש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 343
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 03, 2020 3:33 pm

Re: די דריטע וועלט מלחמה!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טיפע קוויטש »

געװאלד אין געװאלדיג



האב עס געהערט פאר דײן ארטיקל איבער נגינה...
װען אײנער קומט מיט א טענה איז זאגן אדער נישט אסאך שטערקער װי ברענגען א צװײטע טענה װײל אין אדער נישט קען ליגן נאך טױזענטער טענות
אוועטאר
אחת ואחת
שר שלשת אלפים
תגובות: 3665
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 09, 2018 12:01 pm
לאקאציע: אין קרעטשמע

Re: די דריטע וועלט מלחמה!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחת ואחת »

לייק אבער נישט דעם קעפל און אפ' יא צ"ל די פערטע נאכדעם וואס די דריטע איז דאך די שפיטעילער זעוואראכע.
פרוטה ופרוטה מצטרפת לחשבון גדול
ברוך'ל
שר העשר
תגובות: 47
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 08, 2020 5:46 pm

Re: די דריטע וועלט מלחמה!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברוך'ל »

א גדול (דאכט זיך די חפץ חיים) האט געזאגט נאכ'ן ערשטען וועלט קריג אז עס קומט נאך צויי וועלט מלחמות, און די צוויטע גייט זיין גרעסער פון די ערשטע און די דריטע גייט זיין נאך גרעסער ווי די ערשטע צויי, אבער די דריטע גייט זיין אויף רחניות.....
שיעלע בהמה
שר האלפיים
תגובות: 2366
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 10, 2019 11:59 am

Re: די קאמף אויף א אויגענבליק!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שיעלע בהמה »

ניין און יא האט געשריבן:אויב האט איר געליינט און הנאה געהאט ביטע קאמאנטירן איך וויל וויסען פאר וויפיל איך שרייב
א דאנק

דו שרייבסט פאר מיר..

זייער זייער זייער שטארק!!
ייש"כ.
אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8296
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע: אין מאה שערים

Re: די דריטע וועלט מלחמה!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונגארישע הייזער »

ברוך'ל האט געשריבן:א גדול (דאכט זיך די חפץ חיים) האט געזאגט נאכ'ן ערשטען וועלט קריג אז עס קומט נאך צויי וועלט מלחמות, און די צוויטע גייט זיין גרעסער פון די ערשטע און די דריטע גייט זיין נאך גרעסער ווי די ערשטע צויי, אבער די דריטע גייט זיין אויף רחניות.....


געהערט אמאל אז איינער פון די גדולי ראשי ישיבות אין ארה"ק (געדענק נישט יעצט ווער) האט אמאל ביי א דרשה אין די יארן נאך די מלחמה נאכגעזאגט דעם ווארט פונעם חפץ חיים, און ער האט צוגעלייגט אז די דריטע וועלט מלחמה האט זיך שוין אנגעפאנגען! אויפן וואונדער פון די פארזאמלטע וואו ער זעהט אז עס האט זיך שוין אנגעהויבן האט ער געזאגט: ווען איך האב געזאגט בשם דעם חפץ חיים אז עס וועט זיין א דריטע וועלט מלחמה און עס וועט זיין גרעסער ווי די ערשטע צוויי האב איך געזעהן אז דער עולם איז געווארן אנגעצויגן בשעת'ן הערן די ווערטער, אבער נאכדעם ווען איך האב צוגעלייגט אז דער חפץ חיים האט געזאגט אז די דריטע וועלט מלחמה וועט זיין ברוחניות און נישט בגשמיות האב איך געזעהן ווי א חלק עולם האט זיך אביסל בארואיגט... דאס איז דער גרעסטער ראי' אז די מלחמה האט זיך שוין אנגעפאנגען!
לכאורה האט געשריבן:
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?
אוועטאר
ניין און יא
שר האלף
תגובות: 1305
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 06, 2019 10:05 am

Re: די דריטע וועלט מלחמה!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניין און יא »

;l;p-
אקבל הערות והארות בשמחה והכרת הטוב אי"ה
-------
מפתח ארטיקלען ----- מפתח פאעזיע
-------
ווער עס וויל באקומען ווייטער ארטיקלען פון מיין קליינקייט אדער וויל מיר קאנטעקטן זאל מיר שרייבן צו מיין אימעיל
מיט פיל דאנק
------
[email protected]
אוועטאר
ציגעלע
שר חמש מאות
תגובות: 738
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 04, 2018 6:12 pm
לאקאציע: אין טור גארטען

Re: די דריטע וועלט מלחמה!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ציגעלע »

ייש"כ זייער שיין, מיר דארפען נאך
אוועטאר
יש לו מנה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3998
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 28, 2020 2:55 pm
לאקאציע: אונטערן מאטראץ

Re: די דריטע וועלט מלחמה!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש לו מנה »

כ'האב געטראכט וויאזוי קען איך ארויסברענגען מיין ש'כח צו דיר ס'איז געבליבן ביי דעם......

ייש''כ.
איין ווארט מער און כ'וועל נישט פארטיג ווערן....
איך גיי מיט שלייקעס...

און איך שטרעב פאר א קוטשמע!!!
!want to be good
שר חמש מאות
תגובות: 698
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 06, 2019 5:48 am

Re: די דריטע וועלט מלחמה!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך !want to be good »

איין זאך וואלט איך נאך געקענט מוחל זיין, דאס אריינגיין ביי מיר אין הארץ אן רשות, אבער צו-וואס פארשפרייטן דא אויף אייוועלט מיין גאנצע אינערליכע וויכוחים?? חשש גילוי...

איך האב שוין לאנג נישט געזען אזא כשרון אין שרייבן!
כה לחי!
חזק ואמץ!
אוועטאר
שמו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4954
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 31, 2011 12:38 pm

Re: די דריטע וועלט מלחמה!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמו »

;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-
כשמ"ו כן הוא

סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/

גם אני נקי עם נטפרי
אוועטאר
Iphone
שר האלף
תגובות: 1316
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 10, 2013 8:57 pm

Re: די דריטע וועלט מלחמה!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Iphone »

Thanks
shik
שר העשר
תגובות: 33
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 03, 2019 8:26 pm

Re: די דריטע וועלט מלחמה!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך shik »

;l;p-
אוועטאר
רעים
שר שבעת אלפים
תגובות: 7305
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 30, 2018 2:29 pm
לאקאציע: אישי
פארבינד זיך:

Re: די דריטע וועלט מלחמה!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעים »

הערליך.... שכח פאר דאס און פאר די אנדערע ארטיקלען און גראמען....
לקוטי בתר לקוטי
צו טון א אידן א טובה... בפרט ברוחניות...
~איך זיך א דזשאב~
j718
שר חמש מאות
תגובות: 888
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 18, 2016 3:14 pm
לאקאציע: אין בוידעם

Re: די קאמף אויף א אויגענבליק!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך j718 »

צוקער וואסער האט געשריבן:הערליך! ביטע שרייב נאך חיזוק ארטיקלן !
אוועטאר
האסטו וועסטו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4616
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 27, 2021 8:43 pm
לאקאציע: דא

Re: די דריטע וועלט מלחמה!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האסטו וועסטו »

יישר כח פאר דער ארטיקל דריטע וועלט מלחמה (טאגיגע מלחמה...)
סענס הייבן אן מאכן זאכן...
(קר' ל.וו.)

#גיי קראך גרינע פעפער

דער אייבערשטער פירט דער וועלט!!!

נא נא!!!
נא'קע מיך נישט, איך דארף עס נישט
פארשפארט
שר חמישים
תגובות: 60
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 06, 2021 1:45 pm

Re: די דריטע וועלט מלחמה!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארשפארט »

גאר גאר שיין, די שרייבען, די סטייל, די תוכן איז גאר אמת, עס וואלט געווען געוועהן גאר א שיינע זאך איר זאלט ארויף לייגען יעדען טאג אייערע ארטקילען איבער די נושא און דער עולם וועט זיך מחיה זיין דערמיט!!!!
מען קען זיך נאר טרעפן טאמער מען זוכט זיך
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”