קהילות שידוכים סיסטעם

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

חסדי אבות
שר חמש מאות
תגובות: 779
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 15, 2013 1:49 pm

קהילות שידוכים סיסטעם

תגובהדורך חסדי אבות » מאנטאג יוני 29, 2020 3:17 am

עס איז געווארן היינט א סיסטעמאטישע וועלט, וואו דער גאנצער חינוך פון אייער קינד וועט דיקטירט דורך די הנהלת המוסדות פון די קהילה וואו איר באלאנגט. היינט צו טאגס האט א טאטע אפילו נישט קיין ווארט, אין וועלכע ישיבה זיין זוהן זאל גיין. אין פילע קהילות איז איינגעפירט, אז ס'איז דא א וועד הישיבות, דער וועד איז מחליט אויף יעדן בחור אין וועלכע פון די קהילה ישיבות ער זאל לערנען. דער טאטע האט פארשטייט זיך א שטיקל ווארט, ער קען זאגן וואו ער וויל אז דער בחור זאל לערנען, אבער נישט שטענדיג וועט מען זיך רעכענען מיט זיין רצון און די וועד וועט מחליט זיין דעם גורל איבער דער עתיד פון דעם קינד.

דער ערשטער וואס איז געגאנגען אויף דער מהלך איז געווען בעלזא. בשעתו איז געווען א שטיקל גערודער, מענטשן האבן געהאלטן אז ס'וועט זיך פשוט נישט אויסארבעטן, ווייל... אנטשולדיגט, א טאטע האט טאקע נישט קיין ווארט איבער זיין זוהן? - ווי אזוי קען די מוסדות איינטיילן וואו דער קינד זאל לערנען? - למעשה האט זיך עס פיין אויסגעארבעט און פילע קהילות מאכן דאס שוין היינט נאך, אריינגערעכנט גור, תולדות אהרן, ויז'ניץ, סקווירא און נאך פיל אנדערע. אין געוויסע פעלער קען דער טאטע שרייען חי וקים אז ער וויל נישט, אבער זיינע געבעטן וועלן פאלן אויף טויבע אויערן, מען וועט אים זאגן אז ער האט א ברירה ארויסצונעמען דעם קינד פון סיסטעם און אים אריינלייגן אין א צווייטע ישיבה, וואס באלאנגט נישט פאר די קהילה. אויב וויל ער לערנען דווקא דא, מוז ער זיך צושטעלן צו דער וועד.

מיט דרייסיג יאר צוריק, וואלט קיינער אין ווילדסטן חלום נישט געקענט פאראויסזען, אז אזא מהלך זאל ארבעטן, דער טאטע זאל נישט זיין דער לעצטער מחליט איבער דעם עתיד פון קינד, נאר די קהילה. למעשה האט דאס דער בעלזער מחדש געווען, ס'האט געארבעט, און אלע טוען דאס נאך.

...
אפשר איז צייט צו גיין א טריט ווייטער:

יעדער איינער ווייסט און פארשטייט אז דער שידוכים סיסטעם איז עטוואס שווער געווארן. עס איז שוין ברייט אויסגעשמועסט געווארן דא אויף אייוועלט, מיטונגען מיט תקנות אין דעם ענין איז א דבר שבשיגרה און דאס דארף האבן א גרויסן תיקון.

אפשר איז צייט אז מען זאל אדאפטירן דעם ישיבה סיסטעם אויך אויף שידוכים.

די וועד הקהילה זאל אין אכט נעמען, עס איז דא א כיתה פון מיידלעך וואס זענען ארויס פון סקול, און דא א כיתה פון בחורים. ביז חנוכה קומענדיגע יאר, דארפן אלע זיין חתנים מיט כלות. זיכער וועלן די עלטערן קענען אריינרעדן, עס וועט אויסגעפילט ווערן אן אפלעקאציע (פונקט ווי ביי די ישיבות), דארט וועלן די עלטערן אריינגעבן די לבוש און וואס פונקטליך זיי זוכן פאר זייער קינד, וואס איז וויכטיגער און וואס איז ווייניגער וויכטיג (ווי אויך מעגליך א ליסטע פון מיידלעך וואס זיי האלטן אז ס'קען זיין פאסיג פאר זייער זוהן - ביז צען נעמען). די וועד וועט דאס אלעס איבערגיין און געבן אן אפציע פאר די עלטערן פון פינף שידוכים וואס זיי קענען זיך קלויבן, אבער נאר איינע פון די פינף, זיי קענען נישט נעמען אן אנדערן בחור.

אויב די עלטערן געפעלט נישט קיין איינע פון די נעמען, האבן זיי א ברירה צו הייבן פיס און גיין זוכן דעם באשערטן אין אן אנדערע קהילה אדער קרייז. קיינער איז נישט געבינדן דווקא צו דעם ספעציפישן קהילה.

איר פרעגט ווי אזוי ס'קען ארבעטן, אז אנדערע זאלן מחליט זיין פאר אייך? - פונקט אזוי ווי ס'האט געארבעט אין די ישיבות, טראצדעם וואס קיינער האט נישט פאראויסגעזען אז ס'קען ארבעטן. ס'איז אפשר מער עקסטרעם, אבער ס'איז סך-הכל געגאנגען א טריט ווייטער, און ס'איז דא שטארקע שאנסן אז אזא שריט קען ארבעטן.

איך האלט אז עלטערן וועלן דאס אננעמען אסאך מער מיט פארשטענדעניש. קיינער וועט נישט שפירן אז "איך" האב גענומען דעם מחותן וכדו', פאסט יא פאסט נישט, ס'איז קהל וואס האט מחליט געווען פאר מיין זוהן. זיי קוקן נישט אויף די עלטערן, נאר אויף די טובה פון דעם זוהן - טאכטער, לויט ווי אזוי ער-זי האט זיך אוועקגעשטעלט אין ישיבה.

למעשה, עלטערן האבן שטענדיג נגיעות איבער זייערע קינדער, און אלעמאל האלט מען אז זייער קינד דארף דאס אדער יענץ. למעשה, די הנהלה פון ישיבה ווייסט בעסער וואס דער קינד איז און וואס ער דארף. ס'איז פארהאן א גרויסער מעגליכקייט אז זיי וועלן קוקן אויף די טובה פון דעם קינד, צומאל בעסער פון די עלטערן גופא. זיי וועלן נישט קוקן אויף די שיינקייט פון די מחותנים, נאר אויף דעם אמת'ן תועלת פון דעם קינד.

והעולה על כולנה: ס'וועלן נישט פארבלייבן אזויפיל אלטע בחורים און מיידלעך - ס'וועט זיין אן אלטאמאטום, אז ביז דעם און דעם דאטום, זענען אלע חתנים און כלות.

געגאנגען!

אוועטאר
פומפדותא
שר האלף
תגובות: 1627
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 13, 2015 1:16 am

Re: קהילות שידוכים סיסטעם

תגובהדורך פומפדותא » מאנטאג יוני 29, 2020 4:14 am

רבי יהודה בר סימון פתח: אֱלֹקים מוֹשִׁיב יְחִידִים בַּיְתָה מוֹצִיא אֲסִירִים בַּכּוֹשָׁרוֹת אַךְ סוֹרְרִים שָׁכְנוּ צְחִיחָה: (תהלים סח ז).

מטרונה שאלה את ר' יוסי בר חלפתא, אמרה לו: לכמה ימים ברא הקב"ה את עולמו?
אמר לה: לששת ימים, כדכתיב: כִּי שֵׁשֶׁת יָמִים עָשָׂה ה' אֶת הַשָּׁמַיִם וְאֶת הָאָרֶץ (שמות כ יא)
אמרה לו: מה הוא עושה מאותה שעה ועד עכשיו?
אמר לה: הקב"ה יושב ומזווג זיווגים, בתו של פלוני לפלוני, אשתו של פלוני לפלוני, ממונו של פלוני לפלוני

אמרה לו: וזו היא אומנתו?
אף אני יכולה לעשות כן, כמה עבדים כמה שפחות יש לי, לשעה קלה אני יכולה לזווגן,
אמר לה: אם קלה היא בעיניך, קשה היא לפני הקב"ה, כקריעת ים סוף.
הלך לו ר' יוסי בר חלפתא.

מה עשתה? נטלה אלף עבדים ואלף שפחות והעמידה אותן שורות שורות,
אמרה: פלוני ישא את פלונית ופלונית תינשא לפלוני, וזיווגה אותן בלילה אחת,
למחר באו אליה, זה, מוחו פצוע, זה עינו שמוטה, זה רגלו שבורה,
אמרה להם: מה לכם? זו אמרה: איני רוצה אותו, וזה אמר איני רוצה אותה.

מיד שלחה והביאה את ר' יוסי בר חלפתא,
אמרה לו: אין אלוקה כאלוקיכם, אמת היא תורתכם, נאה ומשובחת, יפה אמרתָ
אמר: לא כך אמרתי לך, אם קלה היא בעיניך, קשה היא לפני הקב"ה, כקריעת ים סוף.

[אמרה לו:] הקב"ה מה עושה להן?
מזווגן בעל כרחן שלא בטובתן,
זהו שכתוב: אֱלֹקים מוֹשִׁיב יְחִידִים בַּיְתָה מוֹצִיא אֲסִירִים בַּכּוֹשָׁרוֹת
מהו בכושרות? בכי ושירות, מי שרוצה [שמח בזיווגו], אומר שירה, ומי שלא רוצה [שמח בזיווגו] בוכֶה.

א"ר ברכיה: כלשון הזה השיבה ר' יוסי בר חלפתא:
הקב"ה יושב ועושה סולמות, משפיל לזה ומרים לזה, ומוריד לזה ומעלה לזה,
הוי אומר: כִּי אֱלֹקים שֹׁפֵט זֶה יַשְׁפִּיל וְזֶה יָרִים: (תהלים עה ח)

יש שהוא הולך אצל זיווגו, ויש שזיווגו בא אצלו.
יצחק בא זיווגו אצלו, שנאמר: וַיֵּצֵא יִצְחָק לָשׂוּחַ בַּשָּׂדֶה לִפְנוֹת עָרֶב וַיִּשָּׂא עֵינָיו וַיַּרְא וְהִנֵּה גְמַלִּים בָּאִים: (בראשית כד סג)
יעקב הלך אצל זיווגו, שנאמר: וַיֵּצֵא יַעֲקֹב מִבְּאֵר שָׁבַע וַיֵּלֶךְ חָרָנָה: (בראשית כח י)

(מדרש רבה בראשית סח ד)

אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר האלפיים
תגובות: 2579
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע: אין מאה שערים

Re: קהילות שידוכים סיסטעם

תגובהדורך אונגארישע הייזער » מאנטאג יוני 29, 2020 10:49 am

:lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol:

נאך וויפיל אשכולות וועסטו עפענען מיט דעם נושא?!

כ'מיין הממממ דו ביזט טאקע אויפן קאפ געפאלן?! א שידוך איז אזוי ווי א חברותא / ישיבה וואס מען קען גרינגערהייט טוישן ווי א פאר זאקן??!!!

#נאנסענס

בשבילי נברא
שר האלפיים
תגובות: 2673
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 18, 2010 10:53 am

Re: קהילות שידוכים סיסטעם

תגובהדורך בשבילי נברא » מאנטאג יוני 29, 2020 10:54 am

דערמאנט מיך פון די פעקטאריס אין כינע ווי די טויזנטער ארבעטארער ווערן געבוירן אינעם פעקטארי קאמפלעקס, ווערן דארט ערצויגן, האבן חתונה דארט און... אינצווישן ארבעטן זיי דארט אויך... און נאך א פאר צענדליגע יארן האבן זיי אויך די פריווילעגיע צו דארט שטארבן און ווערן באגראבן...

נמביגד"פ

אוועטאר
יידישע קהילות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3975
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

Re: קהילות שידוכים סיסטעם

תגובהדורך יידישע קהילות » מאנטאג יוני 29, 2020 11:37 am

איך מיין אויך אז די מעניו פאר פרישטיג און נאכטמאל זאל זיין א סיסטעם.
דער וועד הישיבה וועט צושטעלן א אויסווייל, און דאס איז דאס!
"כל האומר דבר שמועה מפיהם של צדיקים הם מתפללים עליו וממליצים טובה עליו - ספר חסידים אות רכ"ד
מיין אימעיל: SeforimVelt@gmail.com

משהלע
שר האלף
תגובות: 1369
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 02, 2017 2:01 pm

Re: קהילות שידוכים סיסטעם

תגובהדורך משהלע » מאנטאג יוני 29, 2020 12:09 pm

פלצתי

אידישע געדאנקען
שר חמישים
תגובות: 96
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 1:55 pm

Re: קהילות שידוכים סיסטעם

תגובהדורך אידישע געדאנקען » מאנטאג יוני 29, 2020 6:32 pm

חסדי אבות האט געשריבן:למעשה, די הנהלה פון ישיבה ווייסט בעסער וואס דער קינד איז און וואס ער דארף.

אויף וועלכע וועלט לעבסטו?
חסדי אבות האט געשריבן:ס'איז פארהאן א גרויסער מעגליכקייט אז זיי וועלן קוקן אויף די טובה פון דעם קינד, צומאל בעסער פון די עלטערן גופא

אה, איך זע שוין אויף וועלכע.

אוועטאר
פעיק ניוז
שר תשעת אלפים
תגובות: 9086
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: קהילות שידוכים סיסטעם

תגובהדורך פעיק ניוז » מאנטאג יוני 29, 2020 7:42 pm

איך וואלט געראטן פאר איינער וואס איז גרייט אפילו צו טראכטן אין אזא דירעקשאן, זאל גיין קודם דורכטון וואס דאס מיינט חתונה האבן בכלל, וואס דאס מיינט מען גייט פון היינט און ווייטער לעבן מיט א פרוי, פארוואס האט מען חתונה, וואס איז די תכלית וכו' וכו'. און דערנאך וועלן מיר צוריקקומען צו די נושא און זען אויב ער וועט אפילו וועלן שטיין נעבן איינער וואס קומט אויף מיט אזא וואנזשנעם פארשלאג..
Typing / Editing / Translating / Layout / Printing

פארבינד אייך צו: Fakenewsivelt@gmail.com

ר' יום טוב
שר האלפיים
תגובות: 2135
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

Re: קהילות שידוכים סיסטעם

תגובהדורך ר' יום טוב » מאנטאג יוני 29, 2020 7:50 pm

@חסדי אבות איר האט זיכער גערעדט טעאריש, און איך פארשטיי אייך אביסעלע.

ווער עס האלט אנדערש ווי אייך האט די רעכט, אבער זאל ביטע געבן אן אנדערן פלאן, ווייל דער מצב אזוי ווי ס'איז יעצט איז כלו כל הקיצין!

מי יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6983
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

Re: קהילות שידוכים סיסטעם

תגובהדורך מי יודע » מאנטאג יוני 29, 2020 7:53 pm

איך מיין דער אשכול קען אריינגיין אין פארברענגן....

ממש היינט מיטגעהאלטן א איד וואס האט א טאכטער אין די יארן, און איינער פון די גרויסע פון די קהלה האבן א בחור וואס איז נישט ווי ער וואלט געוואלט ער זאל אויסקוקן, ער מוז דאך אבער האבן א מחותן וואס פאסט פאר אים, און יענער האט גאנץ א פיין מיידל, האט ער געלייגט געפערליך דרוק מיט שלוחים אויף דעם איד ער זאל וועלן נעמען זיין בחור, דער איד האט זיך נישט צופיל דערשראקן, ער פאלט נישט פאר קיין ברענד נעים מיט געלט, ער זוכט וואס איז גוט פאר זיין טאכטער.
יעצט לאמיך מיך פארשטעלן ווען ס'איז דא אזא חסדי אבות סיסטעם (און דער גרויסער פון די קהלה האט א ווארט איבעראל) ווי אזוי וואלטן זיך זאכן געענדיגט?
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

מי יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6983
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

Re: קהילות שידוכים סיסטעם

תגובהדורך מי יודע » מאנטאג יוני 29, 2020 7:56 pm

ר' יום טוב האט געשריבן:@חסדי אבות איר האט זיכער גערעדט טעאריש, און איך פארשטיי אייך אביסעלע.

ווער עס האלט אנדערש ווי אייך האט די רעכט, אבער זאל ביטע געבן אן אנדערן פלאן, ווייל דער מצב אזוי ווי ס'איז יעצט איז כלו כל הקיצין!

פלעין דער אלטמאדישער סיסטעם פון אנטראגן א שידוך, פלאס צולייגן מער קאפ און הארץ צו יעדן שידוך, און וויסן ווי אזוי צו רעדן צו א מענטש, נישט בלויז נעמען א ליסטע און מעטשן, שפיצל מיט שפיצל, שייטל מיט שייטל, ווייסע זאקן מיט ווייסע זאקן, קענען ארויסגיין פונעם באקס, ס'איז נישט געפערליך אויב דו גייסט מיט ווייסע זאקן אז דיין איידעם וועט נישט גיין, און ס'איז נישט געפערליך אויב דו גייסט נישט אז דיין איידעם וועט יא גיין, אל תסתכל בקנקן אלא במה שיש בו
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

אוועטאר
פעיק ניוז
שר תשעת אלפים
תגובות: 9086
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: קהילות שידוכים סיסטעם

תגובהדורך פעיק ניוז » מאנטאג יוני 29, 2020 8:01 pm

אזוי ווי מי יודע שרייבט, מען דארף נישט קיין 'מהלך'. מענטשן דארפן פלעין ווערן אביסל מער געזונט און אנהייבן קוקן אויף 'געהעריגע' זאכן ווען עס קומט צו שידוכים. קוק אויף דיין קינד, נישט אויף דיר. קוק אויב דיין בחור שטימט 'באמת' מיט דאס מיידל, אדער פארקערט. פרעג דיין קינד צו דער שידוך ציט אים, שמועס אויס מיט אים די סובסטאנציאנאלע חלקים פון דעם שידוך. און אויב עס שטימט דאן ברעך טעלער.
Typing / Editing / Translating / Layout / Printing

פארבינד אייך צו: Fakenewsivelt@gmail.com

Programming
שר חמש מאות
תגובות: 847
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 16, 2017 8:53 pm

Re: קהילות שידוכים סיסטעם

תגובהדורך Programming » מאנטאג יוני 29, 2020 8:50 pm

דער סיסטעם אז עלטערן זאלן זיין די מחליטים פארן בחור / מיידל איז נישט צופיל בעסער און מער סענסיבל ווי אז די מוסדות זאלן זיין...

שידוכים באלאנגען אויסשליסליך פארן בחור / מיידל (אויב איז זי א בוגרת). דאס איז די הלכה. ניטאמאל קען דער טאטע ארויסשלעפן דעם כיבוד אב ואם קארטל ווען עס קומט צו אזא גורל'דיגער באשלוס כמבואר בשו"ע.

אוודאי איז דא א באגריף אז דער טאטע דארף אויסרישן די קינדער, זיי מאכן גרייט, און עקסטער איז דא א חיוב להשיאו אשה דאס מיינט זעהן ער זאל נעמען א ווייב בכלל און נישט בלייבן סינגל. אבער ווען עס קומט צו וועלכע שידוך צו טון און מיט וועמען איז עס דעם קינד'ס אויסוואל.

נאר אוודאי זעהט מען שוין אין די גמרא אזא באגריף פון א צורבא דרבנן וואס פארשטייט בכלל נישט צו קיין נשים, זייער מהות און בעיקר אויסזעהן זאל מיטנעמען די עלטערן צו זאגן מבינות. מסתבר אז רוב ישיבה בחורים אוודאי חסיד'ישע זענען בכלל צורבא דרבנן לענין זה. אבער אויסער דעם באלאנגט אלעס צום קינד. ער מעג - און דארף אפשר - אויך אריין נעמען אין חשבון די חלק פון כיבוד אב, כבוד המשפחה א.א.וו. אבער ער דארף מאכן די החלטה וואס און אויף וויפיל ער וויל זיך מיט דעם רעכענען.

ווי לאנג עלטערן זאגן נאר מבינות איז גוט און וואויל, די פראבלעם ווערט ווען די עלטערן הייבן אן צו קוקן אויף די אייגענע נגיעות און אינטערעסן. איך קען הערן טייל עלטערן זאגן אז אויב זאל מען לאזן די שידוכים צו די קינדער וועלן זיי פאקוסן אויף נארישקייטן און נישט מאכן די קלוגע באשלוסן אין די לאנג ראן. אבער איך האב נייעס צו די עלטערן: פיל מער ווי גאר אסאך מאל זענען ענק די וואס קוקן אויף נארישקייטן וואס זענען אבזשעקטיוולי נאריש. און בכלל ווי געזאגט עלטערן זענען דא צו געבן גיידענס און גוטע עצות, און דערפאר אויב פארקוקן זיי דעם קינד'ס טובה פארן חשבון פון א שידוך וואס זעהט זיי אויס קנאקעדיג איז אויסער אלע עוולות שבו אויך דא די עבירה פון לפני עור לא תתן מכשול - זה המשיא עצה שאינה הוגנת.

נשמת השכל
שר האלף
תגובות: 1909
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 1:04 pm
לאקאציע: ערגעץ וואו, נאכנישט באשטימט...

Re: קהילות שידוכים סיסטעם

תגובהדורך נשמת השכל » מאנטאג יוני 29, 2020 10:23 pm

נישטא ווער ס'זאל לאכן...
עס איז אבער אויך נישטא ווער ס'זאל וויינען...

ווייל די אמת איז; אז דער עולם איז אזוי נישט געוואוינט נישט צו טראכטן אליינס אז עס קען גאר זיין אז מענטשן זענען שוין טאקע גרייט פאר אזא געדאנק...

איך מיין אז משיח קען שוין קומען... וואס זאגט איר...??
איך בין אזוי "שטארק" אז איך האב אפילו נישט קיין פראבלעם צו זיין "שוואך"...

כתוב על לוח - מיינע געדאנקען

קאמענטארן אויף: כתוב על לוח - מיינע געדאנקען

אוועטאר
פעיק ניוז
שר תשעת אלפים
תגובות: 9086
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: קהילות שידוכים סיסטעם

תגובהדורך פעיק ניוז » מאנטאג יוני 29, 2020 10:45 pm

Programming האט געשריבן:דער סיסטעם אז עלטערן זאלן זיין די מחליטים פארן בחור / מיידל איז נישט צופיל בעסער און מער סענסיבל ווי אז די מוסדות זאלן זיין...

אין דעם איז יעדער אנדערש, עס איז נישט שייך קיין כלל.
שידוכים באלאנגען אויסשליסליך פארן בחור / מיידל (אויב איז זי א בוגרת). דאס איז די הלכה. ניטאמאל קען דער טאטע ארויסשלעפן דעם כיבוד אב ואם קארטל ווען עס קומט צו אזא גורל'דיגער באשלוס כמבואר בשו"ע.

אוודאי איז דא א באגריף אז דער טאטע דארף אויסרישן די קינדער, זיי מאכן גרייט, און עקסטער איז דא א חיוב להשיאו אשה דאס מיינט זעהן ער זאל נעמען א ווייב בכלל און נישט בלייבן סינגל. אבער ווען עס קומט צו וועלכע שידוך צו טון און מיט וועמען איז עס דעם קינד'ס אויסוואל.

נאר אוודאי זעהט מען שוין אין די גמרא אזא באגריף פון א צורבא דרבנן וואס פארשטייט בכלל נישט צו קיין נשים, זייער מהות און בעיקר אויסזעהן זאל מיטנעמען די עלטערן צו זאגן מבינות. מסתבר אז רוב ישיבה בחורים אוודאי חסיד'ישע זענען בכלל צורבא דרבנן לענין זה. אבער אויסער דעם באלאנגט אלעס צום קינד. ער מעג - און דארף אפשר - אויך אריין נעמען אין חשבון די חלק פון כיבוד אב, כבוד המשפחה א.א.וו. אבער ער דארף מאכן די החלטה וואס און אויף וויפיל ער וויל זיך מיט דעם רעכענען.

עלטערן דארפן העלפן דעם קינד מאכן דעם גוטן באשלוס, וואס איז גוט פאר אים.
ווי לאנג עלטערן זאגן נאר מבינות איז גוט און וואויל, די פראבלעם ווערט ווען די עלטערן הייבן אן צו קוקן אויף די אייגענע נגיעות און אינטערעסן. איך קען הערן טייל עלטערן זאגן אז אויב זאל מען לאזן די שידוכים צו די קינדער וועלן זיי פאקוסן אויף נארישקייטן און נישט מאכן די קלוגע באשלוסן אין די לאנג ראן. אבער איך האב נייעס צו די עלטערן: פיל מער ווי גאר אסאך מאל זענען ענק די וואס קוקן אויף נארישקייטן וואס זענען אבזשעקטיוולי נאריש. און בכלל ווי געזאגט עלטערן זענען דא צו געבן גיידענס און גוטע עצות, און דערפאר אויב פארקוקן זיי דעם קינד'ס טובה פארן חשבון פון א שידוך וואס זעהט זיי אויס קנאקעדיג איז אויסער אלע עוולות שבו אויך דא די עבירה פון לפני עור לא תתן מכשול - זה המשיא עצה שאינה הוגנת.

מיט דעם ביזסטו א מיליאן פראצענט גערעכט.
Typing / Editing / Translating / Layout / Printing

פארבינד אייך צו: Fakenewsivelt@gmail.com

אוועטאר
ליידיג גייער
שר חמש מאות
תגובות: 558
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 09, 2013 4:31 pm

Re: קהילות שידוכים סיסטעם

תגובהדורך ליידיג גייער » מאנטאג יוני 29, 2020 10:48 pm

לגבי די ישיבות, דער טאטע וואס האט דעם פיינעם בחור האט מער ווארט (פשוט ווייל ער האט א גרעסערן טשאנס ארויס צו גיין פון סיסטעם) און דער טאטע וואס האט מער א בינוני בחור האט ווייניגער ווארט און אויב האלט א טאטע אז ס'ממש נישט קיין תכלית קען ער איהם אריבער לייגן אין א פלאץ וואס ער האלט איז מער תכלית.
ווי נישט ווי זענען די פארשידענע ישיבות פון די קהלה ווי איין גרויסע ישיבה מיט פארשידענע ברענטשעס אדער מגידי שיעור און פונקט ווי די ישיבה האט די לעצטע ווארט ביי וועלכע מגיד שיעור דיין זוהן לערנט כן הדין הכא, ווי אויך דא האט דער עושר און קנאקער מער ווארט ווי דער פשוטער איד.
(איך קיין נישט דעם סיסטעם אין בעלזא)

לענינינו איז דער צושטעל נישט אינגאנצן גלייך, דער קהלה קען זיך אנטראגן אלס שדכן (אדער שטופן געוויסע שידוכים)

נשמת השכל
שר האלף
תגובות: 1909
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 1:04 pm
לאקאציע: ערגעץ וואו, נאכנישט באשטימט...

Re: קהילות שידוכים סיסטעם

תגובהדורך נשמת השכל » מאנטאג יוני 29, 2020 11:01 pm

די שידוכים פראבלעם,
די ישיבות פראבלעם,
די דירות פראבלעם,
די חתונה מאכן פראבלעם,
די נושרים פראבלעם,

הכל אחד הם - ס'איז אלעס איין שורש.

ס'איז נישט קיין 5 באזונדערע פראבלעמען.
איך בין אזוי "שטארק" אז איך האב אפילו נישט קיין פראבלעם צו זיין "שוואך"...

כתוב על לוח - מיינע געדאנקען

קאמענטארן אויף: כתוב על לוח - מיינע געדאנקען

צדיק בן צדיק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 304
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 05, 2019 9:21 pm

Re: קהילות שידוכים סיסטעם

תגובהדורך צדיק בן צדיק » מאנטאג יוני 29, 2020 11:25 pm

אוי האט איהר געעפענט א קאנע פון ווערים...ווער עס רעדט מיט שדכנים וועלן זיי דיר זאגן אז גענוג און נאך שידוכים ווערן פשוט אפגעהאלטן ווייל די עלטערן ווייסען פשוט נישט ווער זייערע קינדער זענען און אין וועלעכע מדריגה אין אידישקייט זיי האלטן, ביז זיי כאפן זיך דעם אמת ויציב איז שוין צומאהל זייער שפעיט אין דעם געים!

איך וואלט אוודאי נישט געגעבן פאר אזא גרופע די אויסשליסליכע באשלוס אויף איינע פון די זאכן וואס באלאנגט נאר פאר עלטערן צו דעצידירן, אבער וואס יא, אפשר וואלט כדאי געווען אז א יעדע שידוך זאל פארן אויספירן באקומען די צישטימונג פון אזא ארגאניזאציע, פארשטייט זיך אויב עס איז טאקע זייער פראפעסיענאל און טראסטבאר, אזוי אז ביידע צדדים וועלן האבן זיך אויף וועם צו פארלאזן און וועלן קענען מער רואיגער צוגיין צום לחיים...

איבריג צו זאגן אז נאך אלעמען ברויך מען זיך פארלאזן אויף דעם מזווג זיווגים, אבער דאס אויבנדערמאנטע וואלט געקענט זיין א חלק פון די עלטערענס השתדלות.

וועלטס פארשטייער
שר מאה
תגובות: 112
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 19, 2020 8:19 am

Re: קהילות שידוכים סיסטעם

תגובהדורך וועלטס פארשטייער » דינסטאג יוני 30, 2020 1:06 am

פעיק נוז האט געשריבן:איך וואלט געראטן פאר איינער וואס איז גרייט אפילו צו טראכטן אין אזא דירעקשאן, זאל גיין קודם דורכטון וואס דאס מיינט חתונה האבן בכלל, וואס דאס מיינט מען גייט פון היינט און ווייטער לעבן מיט א פרוי, פארוואס האט מען חתונה, וואס איז די תכלית וכו' וכו'. און דערנאך וועלן מיר צוריקקומען צו די נושא און זען אויב ער וועט אפילו וועלן שטיין נעבן איינער וואס קומט אויף מיט אזא וואנזשנעם פארשלאג..

זענען דען נישט א ריזיגע פערצענט שידוכים ביי אונז געוואנדען לויט א באגאבא אדער אדעסי /נעווי שידוכים? קוקט מען דען אריין אלס בחור /מיידעל אזוי סאך ווי מען קוקט צו עס איז א קאנטינענטעל שידוך, די ריזן פארצענט גיטין און שלום בית פראבלעמען ביי פרישע פארלעך היינטיגע טעג יוכיחו אז מען קוקט נישט אריין וואס מיינט לעבן מיט א פרוי ביי שידוכים

אוועטאר
קרעפלעך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 433
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 07, 2020 2:01 pm

Re: קהילות שידוכים סיסטעם

תגובהדורך קרעפלעך » דינסטאג יוני 30, 2020 1:28 am

וואס דא גייט נאר פאָר...
קודם כל מיז איך קאמפלימענטען ר׳ חסדי אבות פארן אויסטרעפן אזא אינטרעסאנטע מהלך, מיין הילוך המחשבה וואלט מיר נישט געלאזט לויפען און יענעם געגענט, אפשר מיט אביסעל קריעטיוועטי קען מען אויפקומען מיט א מהלך וואס קען העלפן (נישט איבערנעמען) פאר אסאך שידוכים.
גערעכט טאקע עלטערן מישען צומאל אריין אייגענע אינטערעסין, און מ׳דארף זען וויאזוי מ׳קען עס העלפן, אבער די עצה פארדעים איז נישט אז א ארגעניזאציע אדער שדכנים זאלען איבער נעמען די לייצעס אינגאנצען, ווייל ווער קען בעסער די קינד? די עלטערן, אדער די שדכנים מוסד ארגענעזאציע?

בשבילי נברא
שר האלפיים
תגובות: 2673
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 18, 2010 10:53 am

Re: קהילות שידוכים סיסטעם

תגובהדורך בשבילי נברא » דינסטאג יוני 30, 2020 9:50 am

וועלטס פארשטייער האט געשריבן:
פעיק נוז האט געשריבן:איך וואלט געראטן פאר איינער וואס איז גרייט אפילו צו טראכטן אין אזא דירעקשאן, זאל גיין קודם דורכטון וואס דאס מיינט חתונה האבן בכלל, וואס דאס מיינט מען גייט פון היינט און ווייטער לעבן מיט א פרוי, פארוואס האט מען חתונה, וואס איז די תכלית וכו' וכו'. און דערנאך וועלן מיר צוריקקומען צו די נושא און זען אויב ער וועט אפילו וועלן שטיין נעבן איינער וואס קומט אויף מיט אזא וואנזשנעם פארשלאג..

זענען דען נישט א ריזיגע פערצענט שידוכים ביי אונז געוואנדען לויט א באגאבא אדער אדעסי /נעווי שידוכים? קוקט מען דען אריין אלס בחור /מיידעל אזוי סאך ווי מען קוקט צו עס איז א קאנטינענטעל שידוך, די ריזן פארצענט גיטין און שלום בית פראבלעמען ביי פרישע פארלעך היינטיגע טעג יוכיחו אז מען קוקט נישט אריין וואס מיינט לעבן מיט א פרוי ביי שידוכים

איך בין נישט מחולק מיט דעם אז אסאך שידוכים היינט ווערן אפגעמאכט מער לויט די זייטיגע זאכן ארום ווי די קאמפעטיביליטי פון מדוברים אליין, אבער אז דאס איז די סיבה פאר די ריזיגע פראצענט גיטין און שלום בית פראבלעמען?

נאופ! בלא מיט אן אל"ף!

וויפיל איז די דיווארס ראטע ביי די אלגעמיינע וועלט וואס מכלומפר'שט גרייט מען זיך צוויי יאר צו טעסטן די וואסערן, און מ'פרובירט זיך אליין אויס צו אלעס שטימט, און נאכן חתונה האבן וועט ביי זיי א "צען יאריגע מערידזש" זיין א חידוש און אוט אף די נארם...

די סיבה פאר פראבלעמען אין שלום בית און פאר די מער (פראצענטווייז) גיטין ל"ע איז ווייל מ'האנדעלט מיט געצערטלטע קינדער (אדער דמתקריא טאטעס/מאמעס...) וואס זענען אויפגעוואקסן אז אלעס מוז גיין אייביג זייער וועג, און די מינדעסטע שוועריגקייט אדער אפילו אומבאקוועמליכקייט ווערן זיי אינגאנצן אויס מענטש, און מ'קען שוין אזוי נישט לעבן.
מענטשן ווייסן היינט נישט וויאזוי זיך צו פארמעסטן מיט שוועריגקייטן און קענען נישט הענדלן ווען נישט אלעס פארט אויפן פונקטליכן ליניע וואס זיי האבן אפגעמאכט, און "דאס" איז דער גורם עפי"ר צו נישט קענען לעבן און זיך דורכקומען מיט זייער בן זוג.

אלעקסיי דער דריטער
שר האלף
תגובות: 1015
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm

Re: קהילות שידוכים סיסטעם

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » דינסטאג יוני 30, 2020 10:07 am

חסדי אבות האט געשריבן:עס איז געווארן היינט א סיסטעמאטישע וועלט, וואו דער גאנצער חינוך פון אייער קינד וועט דיקטירט דורך די הנהלת המוסדות פון די קהילה וואו איר באלאנגט. היינט צו טאגס האט א טאטע אפילו נישט קיין ווארט, אין וועלכע ישיבה זיין זוהן זאל גיין. אין פילע קהילות איז איינגעפירט, אז ס'איז דא א וועד הישיבות, דער וועד איז מחליט אויף יעדן בחור אין וועלכע פון די קהילה ישיבות ער זאל לערנען. דער טאטע האט פארשטייט זיך א שטיקל ווארט, ער קען זאגן וואו ער וויל אז דער בחור זאל לערנען, אבער נישט שטענדיג וועט מען זיך רעכענען מיט זיין רצון און די וועד וועט מחליט זיין דעם גורל איבער דער עתיד פון דעם קינד.

דער ערשטער וואס איז געגאנגען אויף דער מהלך איז געווען בעלזא. בשעתו איז געווען א שטיקל גערודער, מענטשן האבן געהאלטן אז ס'וועט זיך פשוט נישט אויסארבעטן, ווייל... אנטשולדיגט, א טאטע האט טאקע נישט קיין ווארט איבער זיין זוהן? - ווי אזוי קען די מוסדות איינטיילן וואו דער קינד זאל לערנען? - למעשה האט זיך עס פיין אויסגעארבעט און פילע קהילות בכלל נישט אויסגעארבעט, עפעס א וועד הישיבות וואס הייבט נישט אן צו קענען די בחור מאכט באשלוסן וואס אפעקטירט יענעם'ס עתיד??? מיט אזא "פיינע אויסגעארבעט" מהלך וואלט איך נישט געוואלט מיינע קינדער זאלן זיך אנטרעפן מאכן דאס שוין היינט נאך, אריינגערעכנט גור, תולדות אהרן, ויז'ניץ, סקווירא און נאך פיל אנדערע. אין געוויסע פעלער קען דער טאטע שרייען חי וקים אז ער וויל נישט, אבער זיינע געבעטן וועלן פאלן אויף טויבע אויערן, מען וועט אים זאגן אז ער האט א ברירה ארויסצונעמען דעם קינד פון סיסטעם און אים אריינלייגן אין א צווייטע ישיבה, וואס באלאנגט נישט פאר די קהילה. אויב וויל ער לערנען דווקא דא, מוז ער זיך צושטעלן צו דער וועד.

מיט דרייסיג יאר צוריק, וואלט קיינער אין ווילדסטן חלום נישט געקענט פאראויסזען, אז אזא מהלך זאל ארבעטן, דער טאטע זאל נישט זיין דער לעצטער מחליט איבער דעם עתיד פון קינד, נאר די קהילה. למעשה האט דאס דער בעלזער מחדש געווען, ס'האט געארבעט, און אלע טוען דאס נאך. דאס אז אלע טוען נאך מיינט אויסדרוקליך נישט אז ס'ארבעט פאר די בחורים. ס'מאכט אפשר גרינגער פאר די הנהלת ה(מוסדות)[סיסטעם] אבער פאר די בחורים איז עס כלל נישט אזא גוטע זאך.

...
אפשר איז צייט צו גיין א טריט ווייטער:

יעדער איינער ווייסט און פארשטייט אז דער שידוכים סיסטעם איז עטוואס שווער געווארן. עס איז שוין ברייט אויסגעשמועסט געווארן דא אויף אייוועלט, מיטונגען מיט תקנות אין דעם ענין איז א דבר שבשיגרה און דאס דארף האבן א גרויסן תיקון.

אפשר איז צייט אז מען זאל אדאפטירן דעם ישיבה סיסטעם אויך אויף שידוכים. און מענטשען וואס הייבן נישט אן צו קענען די צוויי זייטן זאלן מאכן באשלוסן??? נאכדעם וועט מען שרייען אז מ'דארף סיסטע"ם ווייל אן דעם צופאלו אידישקייט...

געגאנגען!
"מיט סענס קען מען נישט לעשן נאן-סענס" קרעדיט: חוחי

אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר האלפיים
תגובות: 2579
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע: אין מאה שערים

Re: קהילות שידוכים סיסטעם

תגובהדורך אונגארישע הייזער » דינסטאג יוני 30, 2020 10:13 am

בשבילי נברא האט געשריבן:
וועלטס פארשטייער האט געשריבן:
פעיק נוז האט געשריבן:איך וואלט געראטן פאר איינער וואס איז גרייט אפילו צו טראכטן אין אזא דירעקשאן, זאל גיין קודם דורכטון וואס דאס מיינט חתונה האבן בכלל, וואס דאס מיינט מען גייט פון היינט און ווייטער לעבן מיט א פרוי, פארוואס האט מען חתונה, וואס איז די תכלית וכו' וכו'. און דערנאך וועלן מיר צוריקקומען צו די נושא און זען אויב ער וועט אפילו וועלן שטיין נעבן איינער וואס קומט אויף מיט אזא וואנזשנעם פארשלאג..

זענען דען נישט א ריזיגע פערצענט שידוכים ביי אונז געוואנדען לויט א באגאבא אדער אדעסי /נעווי שידוכים? קוקט מען דען אריין אלס בחור /מיידעל אזוי סאך ווי מען קוקט צו עס איז א קאנטינענטעל שידוך, די ריזן פארצענט גיטין און שלום בית פראבלעמען ביי פרישע פארלעך היינטיגע טעג יוכיחו אז מען קוקט נישט אריין וואס מיינט לעבן מיט א פרוי ביי שידוכים

איך בין נישט מחולק מיט דעם אז אסאך שידוכים היינט ווערן אפגעמאכט מער לויט די זייטיגע זאכן ארום ווי די קאמפעטיביליטי פון מדוברים אליין, אבער אז דאס איז די סיבה פאר די ריזיגע פראצענט גיטין און שלום בית פראבלעמען?

נאופ! בלא מיט אן אל"ף!

וויפיל איז די דיווארס ראטע ביי די אלגעמיינע וועלט וואס מכלומפר'שט גרייט מען זיך צוויי יאר צו טעסטן די וואסערן, און מ'פרובירט זיך אליין אויס צו אלעס שטימט, און נאכן חתונה האבן וועט ביי זיי א "צען יאריגע מערידזש" זיין א חידוש און אוט אף די נארם...

די סיבה פאר פראבלעמען אין שלום בית און פאר די מער (פראצענטווייז) גיטין ל"ע איז ווייל מ'האנדעלט מיט געצערטלטע קינדער (אדער דמתקריא טאטעס/מאמעס...) וואס זענען אויפגעוואקסן אז אלעס מוז גיין אייביג זייער וועג, און די מינדעסטע שוועריגקייט אדער אפילו אומבאקוועמליכקייט ווערן זיי אינגאנצן אויס מענטש, און מ'קען שוין אזוי נישט לעבן.
מענטשן ווייסן היינט נישט וויאזוי זיך צו פארמעסטן מיט שוועריגקייטן און קענען נישט הענדלן ווען נישט אלעס פארט אויפן פונקטליכן ליניע וואס זיי האבן אפגעמאכט, און "דאס" איז דער גורם עפי"ר צו נישט קענען לעבן און זיך דורכקומען מיט זייער בן זוג.


יא יא, אוי ווי גוט זאגט איר!

'בשבילי נברא העולם'...

אוועטאר
פעיק ניוז
שר תשעת אלפים
תגובות: 9086
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: קהילות שידוכים סיסטעם

תגובהדורך פעיק ניוז » דינסטאג יוני 30, 2020 11:41 am

וועלטס פארשטייער האט געשריבן:
פעיק נוז האט געשריבן:איך וואלט געראטן פאר איינער וואס איז גרייט אפילו צו טראכטן אין אזא דירעקשאן, זאל גיין קודם דורכטון וואס דאס מיינט חתונה האבן בכלל, וואס דאס מיינט מען גייט פון היינט און ווייטער לעבן מיט א פרוי, פארוואס האט מען חתונה, וואס איז די תכלית וכו' וכו'. און דערנאך וועלן מיר צוריקקומען צו די נושא און זען אויב ער וועט אפילו וועלן שטיין נעבן איינער וואס קומט אויף מיט אזא וואנזשנעם פארשלאג..

זענען דען נישט א ריזיגע פערצענט שידוכים ביי אונז געוואנדען לויט א באגאבא אדער אדעסי /נעווי שידוכים? קוקט מען דען אריין אלס בחור /מיידעל אזוי סאך ווי מען קוקט צו עס איז א קאנטינענטעל שידוך, די ריזן פארצענט גיטין און שלום בית פראבלעמען ביי פרישע פארלעך היינטיגע טעג יוכיחו אז מען קוקט נישט אריין וואס מיינט לעבן מיט א פרוי ביי שידוכים

איך ווייס נישט אויב דאס איז די סיבה פארוואס עס זענען דא אזויפיל גיטין. אבער אייער פוינט פראווט מער מיין פוינט, אז מען דארף פאררעכטן דעם שורש פון דעם פראבלעם, און נישט ברענגען א לעזונג וואס גייט נאר ערגער מאכן דעם פראבלעם.
Typing / Editing / Translating / Layout / Printing

פארבינד אייך צו: Fakenewsivelt@gmail.com

אוועטאר
טעאריע וואס לעבט
שר האלף
תגובות: 1174
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 08, 2017 11:41 pm

Re: קהילות שידוכים סיסטעם

תגובהדורך טעאריע וואס לעבט » דינסטאג יוני 30, 2020 2:15 pm

מ'דארף אן ארגאניזאציע וואס זאל זיך אראפזעצן מיט בחורים/מיידלעך ווען זיי ווערן אכצן יאר אלט און הערן וואס זיי האבן צו זאגן. פארשטייט זיך אז נישט יעדע בחור/מיידל קען - אדער ווייסט וויאזוי צו - ארויסברענגען, אדער ווייסט בכלל, וואס ער/זי וויל, און וועגן דעם דארף מען נעמען אזוינע וואס פארשטייען דאס אומגעזאגטע, און שמועסנדיג פנים אל פנים וועלן זיי זיכער קענען ארויסנעמען גענוג אויף צו קענען איינשליסן/אויסשליסן געוויסע זאכן וואס דאס קינד וואלט קיינמאל נישט געזאגט פאר זיינע עלטערן, אדער נאך ערגער אז זיי וואלטן עס אוועקגעמאכט צוליב אייגענע נגיעות.

וואס איז געזאגט געווארן ביי דעם זיצונג זאל בלייבן צווישן דעם בחור/מיידל און די ארגאניזאציע אויף א שטרענגע פארנעם, אבער ווען איינער וויל טוהן א שידוך מיט זיין קינד וואס איז אין די אויגן פון די ארגאניזאציע עפעס וואס דאס קינד וויל נישט אדער גייט נישט מצליח זיין דערמיט, אדער ווען איינער האלט אפ א שידוך מיט זיין קינד וואס איז אין די אויגן פון די ארגאניזאציע עפעס וואס דאס קינד וויל אדער גייט מצליח זיין דערמיט, זאל זיי קענען זאגן פאר די עלטערן אין פנים אריין "דאס איז יא/נישט פאר אים, פינטל" וכדו'.
אידישקייט איז וואס די תורה זאגט אז אידישקייט איז, און לויט די תורה איז א מיינונג אין דעם ענין ווערד כקליפת השום ווילאנג מ'האט נישט קיין דעת תורה.

די צדדים אין די מחלוקות פון די גוי'אישע פאליטיק בכדי אז מגיבי תגובותינו בנושא זאלן וויסן וואס זיי זענען.


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 10 געסט