בודזשעטינג: נישט דעקן די חודש און נישט אוועק לייגען פאר די עתיד די זעלבע פראבלעם אדער נישט?

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

איר קוקט אן די פראבלעם פון נישט אוועק לייגען כאטש אזא גרויסע פראבלעם ווי נישט די דעקן די חודש?

יא
44
49%
ניין
46
51%
 
סך הכול שטימען: 90

גאלדענע פעדער
שר האלף
תגובות: 1770
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע: אין שפיץ פונעם קרעמל

Re: בודזשעטינג: נישט דעקן די חודש און נישט אוועק לייגען פאר די עתיד די זעלבע פראבלעם אדער נישט?

תגובהדורך גאלדענע פעדער » מאנטאג יוני 29, 2020 6:46 pm

אונגארישע הייזער האט געשריבן:
Waukesha האט געשריבן:
אונגארישע הייזער האט געשריבן:אגב, די תשובה פונעם שבט הלוי טרעף איך נישט אין דיין אנגעצייכנטן מ"מ.

עס איז ח"ד סוף תשובה א'

יישר כח

איך זעה טאקע אז ער איז מחלק דעם ענין לויט די מדריגת הבטחון וואס דער מענטש האט.

ער איז נישט מחלק לויט די מדריגה נישט ריכטיג איבערגעזאגט... ער שרייבט אז די איינציגסטע מענשט פאר וועם ס׳איז נישט דא די חיוב השתדלות פון אוועק לייגען אויף צו חתונה מאכן די קינדער אז פאר דעם וואס האט אזא הויעכע אמונה אז ער זארגט זיך נישט פאר מארגען און פאר אזא איינער ווען די אייבערשטער אפי׳ שיקען בדרך נס. איך האף אז די ביסט אמת׳דיג מיט זיך אליינס...

אגב אנטשאלדיגט פאר די נישט ריכטיגע מ״מ. שוין געזעהן די תשובה אסאך מאל אבער נישט ממש לעצטענס.

און הרב וואזנער איז נישט קיין שום סתירה מיט די חובת הלבבות. אדרבה ברענג עני שטיקעל פון די חובת הלבבות ווי ער זאגט אנדערש. נישט דא אזא שטיקעל.
מפתחות של זהב
באמעריקא נתבטלה תורת הבאדזשעט

גאלדענע פעדער
שר האלף
תגובות: 1770
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע: אין שפיץ פונעם קרעמל

Re: בודזשעטינג: נישט דעקן די חודש און נישט אוועק לייגען פאר די עתיד די זעלבע פראבלעם אדער נישט?

תגובהדורך גאלדענע פעדער » מאנטאג יוני 29, 2020 10:17 pm

Waukesha האט געשריבן:
גאלדענע פעדער האט געשריבן:
Waukesha האט געשריבן:
גאלדענע פעדער האט געשריבן:
Waukesha האט געשריבן:איז דא איינער וואס האלט איז עס איז נישט קיין פראבלעם? אודאי איז דאס א פארבלעם. א ריזיגע פארבלעם. נישט דעקן חודשליכע הוצאות איז נאך א גרעסערע פראבלעם.

פארוואס? זייט ביטע מסביר די חיליק.

באמת אריין האלט איך פארקערט אז די פראבלעם פון נישט אוועק לייגען איז אין א געוויסע זין א גרעסערע פראבלעם. ווייל חתונה מאכן קאסט א יעדע קינד ארום 50 טויזענט, סא אויב האט איינער 4 קינדער און נאך גארנישט אוועק געלייגט גייט ער זיין סטאק מיט 200 טויזענט וואס ער גייט אפשר נישט האבן פון ווי צי נעמען, און דער אפי׳ ער דעקט נישט די חודש יעצט קאסט איהם נישט די גאנצע יאר זיינע נאר ארום 50 טויזענט, איז ער נאר סטאק מיט 50 טויזענט. איז דער וואס דעקט נישט די חודש פעלט נאר 50 טויזענט און דער וואס לייגט נישט אוועק פעלט 200 טויזענט, נוי איז וועלכע א גרעסערע פראבלעם?

דיו לצרה בשעתו. איינער וואס קען נישט דעקן די הוצאות פון די חודש, דריקט עס עם אויף די הארץ יעדער חודש, איינער וואס האט נישט אוועקצולייגען, וועט עם דרוקן אין אפאר יאר ארום. דאס איז נקודה א׳

נקודה ב׳ ער האפט אפשר נעקסטער יאר וועט ער מאכן מער געלט וועט ער יא קענען אוועק לייגען.

נקודה ג׳ אפילו עס דריקט עם יא, דער זעלבע דריקט דאך איינער וואס קען נישט דעקן, חוץ פון וואס עס דריקט עם אז די חודש דעקט זיך נישט.

פונקט דאס האב איך מקדים געווען גלייך אנהייב אין מיין פתיחה תגובה דא אין דעם אשכול!

אז די מהלך המחשבה פון טראכטען אז די פראבלעם איז נישט יעצט דא ווייל ער טראכט אז נעקסטע יאר וועט מען אנפאנגען אוועק לייגען וכדו׳ ממילא איז די פראבלעם נאך נישט יעצט בנמצא. דאס פינקליך ברענגט אונטער א גרויס חלק פון כלל ישראל!

און פארדעם דארף מען כח היחיד און תקנות און אלע אנדערע פאני מינע זאכען...

די וועג פון אנקוקען א הוצאה פון למשל 50 טויזענט דאלער וואס גייט דארפען ווערן אויס געגעבן ווען די קינד גייט זיין בערך 18. דארף ווערן צוטיילט כאטש אין 18 אוודאי בעסער אז די אייבערשטער העלפט אין מען מען קען עס פריער אוועק לייגען.

סא למשל אז ער וויל נישט איוועסטען די 50 אלפים אין ערגעץ נישט (א נעבעך.. אבער נאר א משל..) דארף ער פון ווען די קינד איז געבוירען אוועק לייגען כאטש א אכצענטאל פון די 50 אלפים פער יאר. וואס דאס קומט אויס $2.777 פער יאר פאר דעם קינד.

דאס איז א פשוטע און קאמען סענס וועג פון טראכטען. נישט אזוי? סא ווען ער דעקט נישט דעם חודש איז די פראבלעם יעצט שוין דא. רייט? די זעלבע איז ווען ער לייגט נישט אוועק די $2,777 פער יאר איז די פראבלעם שוון יעצט געשעהן און שוין יעצט דא. און פונקט די זעלבע פראבלעם נישט אזוי? ער איז יעצט מיט א לאך פון $2,777 נאך די ערשטע יאר אויב ער האט עס נישט אוועק געלייגט, און פאר די איין קינד אליינס. אז מען קוקט אנדערש פאפט מען זיך אליינס און מען טוט זיך אליינס אפ, דאס איז פונקט אזוי א צרה בשעתה! ווייל ווי גערעדט קאמען סענס זאגט אז מען דארף צוטיילען די אוועק לייגן פער יאר. נישט אזוי?

די סברה אז ער טראכט אז נעקסטע גייט ער מאכן מער געלט: איז דא פונקט אזי א סברה פארקערט אויך, אז ס׳קען זיין אז זיינע הוצאות גייען זיין נעקסטע יאר מער אויך און ער דייט בלייבען מיט נאכן ווייניגער נאך די הוצאות. סא אפי׳ זאלסט טראכטען אז ער דייט אפשר פארדינען מער גייט ער אפשר אויך האבן מער הוצאות ניין? נישט דאס איז קאמען סענס?

די דריטע סברה האב איך נישט געכאפט.

איך פיל ווי אונז זעמיר אויף א גלגל החוזר. וועל איך אויפקלערען וואס איך מיין צו זאגן, אודאי דארף מען און מען מוז אוועקלייגען געלט חתונה צו מאכן, אויב האט מען איבריג געלט, דארף מען אוועקלייגען איידער מען געבט דאס אויס אויף סיי וועלעכע לוקסעס.

לגבי נקודה א': איינער וואס לייגט בכלל נישט אוועק קיין געלט גייט ווערען אן אנזעצער, אבער ער איז נאך נישט קיין אנזעצער.
איינער וואס האט נישט צו דעקן די חודש, איז שוין יעצט אן אנזעצער

לגבי נקודה ב': איינער וואס לייגט נישט אוועק דער יאר קיין געלט דארף נעקסטע יאר אוועקלייגען דאפעלט, ער בארגט פון זיין אייגענער עתיד, איינער וואס דעקט נישט די חודש, דארף בארגען פון מענטשען, איך פרעג דיר, וועלעכער איז שווערער?

מיין דריטע נקודה איז אזוי, איינער וואס לייגט נישט אוועק קיין געלט, קען חלומ'ן וויאזוי ער גייט אוועקלייגען געלט (פארשטייט זיך נאר טאמער ער פארשטייט נחיצות הענין), איינער וואס דעקט נישט די חודש קען בלויז חלומ'ן פון דעקן די חודש.

א) יא יא פונקט דאס האב איך מקדים געווען די ערשטע זאך אונעם אשכול אז דאס איז די פראבלעם פארוואס אונז זעמיר אויף צרות מיט חתונה מאכן און מיר דארף מיר א יעדען טאג נייע נעמען פון כח היחיד און תקנות און אלע אנדערע פאני איידיעס וואס רעדן צו טויבע אויערען... יא מיט פונקט דאס בין איך מחולק און ווי געזאגט נאכאמאל דאס איז אונזער גרעסטע חרבן! סא נאכאמאל קלאר! ווען איינער לייגט נישט אוועק יעצט פאר שפעטער! איז ער שוין יעצט אין די פראבלעם! איינער וואס לייגט נישט אוועק יעצט פאר שפעטער איז שוין יעצט א אנזעצער! וואס איז? די זעהסט עס נאך נישט די לאך באנק? ביי מיר איז עס פונקט ווי און אונזער משל פון $2,777 פער יאר פאר איין קינד: האט ער שוין יעצט אין מיינע אויגען א חוב און באלאנס אויף זיין קרעדיט קארד פון $2,777!

און ווען ער וואלט דאס פארשטאנען וואלט ער צו אסאך בעסער א בעסערע פלאץ אנקומען!

די ערשטע סטעפ איז אז מען דארף אנערקענען די אמת און אנערקענען די פראבלעם שאלות חכם חצי תשובה. קודם אנערקען די אמת אז די פראבלעם איז יעצט דא. דערנאך וועל מיר אפשר מיטן אייבערשטענס הילף קענען אנהייבן טראכטען פון א עצה פאר די פראבלעם.

ב) נאכאמאל ס׳קען זיין אז דער וואס דעקט נישט די חודש דארף שוין יעצט בארגען און זיין אין חובות און דער וואס דעקט יא אבער לייגט נישט אוועק דארף יעצט נאך נישט בארגען. אבער דאס מאכט נישט די פראבלעם קלענער. אין מיינע אויגען דער וואס האט נישט אוועק געלייגט ווי אונזער משל די $2,777 פער יאר איז שוין בעצם שילדיג דאס געלט נוי דאס אז ער דארף עס נאך יעצט נישט בפועל בארגען מאכט נאר די פראבלעם גרעסער! ווייל ער כאפט נישט אז ער איז אויף צרות!

סא לאמיר נאך איין מאל אביסעל קלארער מסביר זיין. סיי א מענטש וואס לייגט נישט אוועק, אום סיי א מענטש וואס דעקט נישט די חודש האבן ביידע בעצם די זעלבע פראבלעם. אז וואס? אז זיי האבן ביידע גענדיגט די חודש אדער די יאר מיט א מיינעס השם ירחם. יעצט דער וואס זעהט עס שוין יעצט (דער וואס ענדיגט נישט די חודש ליידער) דער כאפט אז ער איז אין א צרה אבער דער וואס זעהט עס נאך נישט יעצט (דער וואס לייגט נישט אוועק פאר שפעטער, אדער לייגט נישט אוועק געניג.) דער זעהט עס נישט יעצט. סא וואט? דער ׳נישט עס זעהן יעצט׳ מאכט קלענער די פראבלעם? פארוואס? לאמיר זאגן אז דער וואס ענדיגט נישט די חודש קויפט איין אויף קרעדיט קארד (א חרבן נורא) זאגסטו אויך אז די פראבלעם איז קלענער ווייל ער זעהט עס נישט? ער קען זיך דיך פארמאכן די אויגען אין נישט קוקען אויף זיינע קרעדיט קארד בילס? נוי למ״נ אז יעצט דארף ער נישט בפועל בארגען פון קיינעם? ס׳מאכט נישט די פראבלעם קלענער פונקט ווי איר גייט נישט זאגן אז די נישט קוקען אויף די קרעדיט קארד ביל׳ס מאכט נישט קלענער די פראבלעם! פארקערט נישט קוקען אויפן קרעדיט קארד בילס מאכט גרעסער די פראבלעם ווייל ער אנערקענט נישט אין די בראך און וועט ווייטער זימפען ל״ע אן פראבירען צו נעמען די ריכטיגע שריט א קעגן דעם. שטימט?

נב. איך כאפ נאך אלטס נישט וואס איר ווילט ארויס ברענגען אין אייער דריטע פוינט כלפי די פראבלעם פון נישט אוועק לייגען ווס. די פראבלעם פון נישט דעקן די חודש.
מפתחות של זהב
באמעריקא נתבטלה תורת הבאדזשעט

נתן בן ופסי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 348
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 04, 2019 8:34 am

Re: בודזשעטינג: נישט דעקן די חודש און נישט אוועק לייגען פאר די עתיד די זעלבע פראבלעם אדער נישט?

תגובהדורך נתן בן ופסי » דינסטאג יוני 30, 2020 1:16 am

גאלדענע פעדער האט געשריבן:איך דארף ווען אביסעל בעסער מסביר זיין מיין שאלה:

מיין שאלה איז באמת אריין אזוי: וואס האלט איר?

ווען איז א מענטש אין דעם פראבלעם פון נישט קענען חתונה מאכן זיינע קינדער פיינענשעלי?

בשעת די תקופה פון חתונה מאכן די קינדער דעמאלטס ווערט די פראבלעם?

אדער די פראבלעם איז שוין פון ווען זיין קינד איז געבוירען געווארען ביז ער איז אין די יארן פון שידוכים און ער לייגט נישט אוועק אדער לייגט נישט אוועק געניג?

דאס מיין איך צו זאגן פונקט ווי ווען ער דעקט נישט דעם חודש איז א יעדער מסכים אז די פראבלעם איז יעצט דא.

איז דען נישט די זעלבע ווען ער האט נישט אויף אוועק צו לייגען סוף חודש פאר די עתיד, די פראבלעם שוין יעצט דא? דאס הייסט אז ער האט שוין יעצט דעם פראבלעם פון נישט קענען חתונה מאכן פיינענשעלי?

און לומדות און אוך אפי' מציאות איז די פראבלעם דא אזוי ווי די ביסט מסביר, אבער און ''מוח'' פון א מענטש (וואס טראכט נישט..) איז די פראבלעם נישט דא, קענסט אים זאגן אז די דארפסט טראכטען, אבער מציאות טראכט מען נישט
לעצט פאראכטן דורך נתן בן ופסי אום דינסטאג יוני 30, 2020 9:00 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
קרעפלעך
שר מאה
תגובות: 226
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 07, 2020 2:01 pm

Re: בודזשעטינג: נישט דעקן די חודש און נישט אוועק לייגען פאר די עתיד די זעלבע פראבלעם אדער נישט?

תגובהדורך קרעפלעך » דינסטאג יוני 30, 2020 1:40 am

ר׳ גאלדענע דיינע שרייבעריי דא אויפן וועלטעל איז זייער אינטרעסאנט און אונפארמאטיוו, אבער עס וואונדערט מיר אביסעל ווי די ביזט געבליבן שטעקן, למאי נפק״מ צו עס איז א גרעסערע פראבלעם פון דעקן די חודש אדער נישט? יעדער אנעקערט אז עס איז א גרויסע פראבלעם! שוין, נעקסט, וואס קען מען טוען פארדעים? וואס האסטו געהערט ביי מסילה? עס איז מיר זייער אינטרעסאנט און איך קוק ארויס צו הערן נאך אסאך פון דיר.

פארווייטאגט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 446
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 14, 2019 1:29 pm

Re: בודזשעטינג: נישט דעקן די חודש און נישט אוועק לייגען פאר די עתיד די זעלבע פראבלעם אדער נישט?

תגובהדורך פארווייטאגט » דינסטאג יוני 30, 2020 10:46 am

איך פארשטיי נישט אזוי קלאהר וואס מ'רעדט דא, אפשר קען איינער מיר אויפקלערן, חאטש אביסל.

מיין שכן רבי שמערל, א איד א שיינע יודע ספר, מיט צוויי געזונטע לינקע הענט, איינס בעסער פון צווייטען.

זיין עלסטע איז שוין קע"ה געפארן לערנען אין מרחקים, ביי זיין גרויסע באקאנטע ראש ישיבה, ווי רבי שמערל אליין האט געלערנט און קונה געווען תורה און חסידות מיט א ברייטקייט.

רבי שמערל אליין, א נחת אנצוקוקען, אלעס מיט א שמייכל, אלעמאל א גוט ווארט, שטייט אויף גאנץ פרי, לערנט א שעה מיט זיין צווייטער בחור - גראדע א כלי פון א בחור, אז איז דא וואס זאגן אז ער איז פונקט אזוי ווי זיין עלטערע ברודער, קע"ה - ווען זיין תכשיט גייט צו פארטאגס סדר אין די היזיגער ישיבה, האט אונזער רבי שמערל דנן א חברותא'שאפט מיט רבי אברהם, דער באקאנטע גאון, ווי זיי לערנען צוויי דריי שעה אויפן קול, - אה! ממש א געשמאק דאס מיטצוהאלטען.

אנשטאטס מאריך זיין אין סדר יומו, וועל איך ארויסברענגען איין נקודה, דער איד האט ב"ה נחת ווי פאר אלע אידן געוואונטשען, שלום בית קע"ה איינס אין דער וועלט, א פרייליכער און צופרידינער מענטש, בקיצור, עס פעלט איהם גארנישט.

איין זאך וואס יא, ער האט נאך קיינמאל נישט געהאלטן קיין ארבייט, מער פון זעקס חדשים, ממילא, אפילו דאס ערשטע העכערונג אין געהאלט, האט ער נאך קיינמאל נישט באקומען.
יעדער מאל א צווייטער מעשה.
זיין ערשטע פלאץ איז געווען אין דער לאקאלע גראסערי, נאך 3 חדשים האבן זיך דער צוויי שותפים צוקריגט, אין אונזער רבי שמערל איז געווען דער קרבן פון זייער פארשפארן דאס געשעפט.
נאך אפאר חדשים זיכען א צווייטער פלאץ, האבן עסקנים און גוטע אידן איהם געטראפן א מלומדות פאסטן אין א תלמוד תורה אין געגענט, דער ערשטער וואך האט ער טאקע פארדינט זיין געהאלט מיט א געשמאק, אבער דער צווייטער וואך האט דער מוסדות אהנגעהויבן מאכן חכמות, מיט אמאל טרעפט זיך אונזער רבי שמערל אז ער ארבייט שוין דארט א גאנץ יאהר, באקומען צווישען אכט און 10 וואכען געהאלט.

טו מעיק עי שארט סטארי לאנג, ער האלט שוין ביי זיין צוועלעפטע פלאץ, עטליכע האט מען איהם נאך באשולדיגט אינ'עם שאדן, ע"פ רוב געווען אן קיין ארבייט פאר אפאהר חדשים צווישען איינס און דער צווייטער.

און יעצט.

יעצט וואס?

יעצט גיי איך איהם פרעגן דער שאלה, וועלכע פראבלעם איז גרעסער?

ער קוקט מיר אהן, ווי איך וואלט געקומען פון דער לבנה.

הייבט אהן מסביר זיין:
ער האט ב"ה א פיינער שטוב, נחת פון יעדער באזונדער, קע"ה, שלום בית ב"ה ממש א מחי'ה.
משפחה, סיי דער עלטערן סיי די שוויגער עלטערן, סיי די געשוויסטער, קע"ה מ'לעבט זיך אזוי גוט איינער צום צווייטען.
אלעס געזונט, קרעפטיג און געשמאק.
חברים ידידים, אלעס קלאפט ב"ה, ביי זיך אין ביי די קינדער.

נאר וואס? פרנסה גייט שווער, ריכטיג, נישט סתם שווער
אבער.....
ער וואוינט אין א דירה, ער האט קליידער, פאר זיך און די קינדער, אלע האבן היינט געגעסן, טאקע קאן עדיסן האט היינט נאכאמאל געשיקט א רויטע בריוו, אבער דערווייל? קנאנקט דער עיר קאנדישן א מחי'ה.

איז ער ממשיך דער ידידינו רבי שמערל - חתונה מאכן ווייס איך פון דער באקאנטע תשובה פון רב וואזנער, אז מ'דארף אוועקלייגען, אז איך קען נישט איז עס לכאורה א פראבלעם, אבער פון חודישליכע הוצאות? אז איך האב נישט איז וואס?
וואס איז דער פראבלעם?

על כל פנים.
כדי צו קענען מאכן א חילוק צווישען צווי פראבלעמען, דארף מען ערשט פארשטיין וואס איז דער ערשטער פראבלעם און וואס דער צווייטער.

ר' א שליט"א מיט זיין חברותא ר' ב
ביידע האבן קינדער אין די יאהרן און מוטשען זיך נעבאך מיט א שידוך.
איינער ווייל זיין קינד איז אביסל נידעריג.
דער צווייטער ווייל זיין קינד האט געטראפן שלעכטע חברים, וי"א אז ער איז שוין ליידער, נעבאך, איך ווייס נישט וואס.

ביידע האבן א פראבלעם? אודאי יא.
קען מען עס פארגלייכן? אודאי נישט.
איינער קען נישט שלאפן ביינאכט, און איינער מיז נעבאך מוותר זיין אויף עפעס, (נעמען א מחותן וואס איז מער פון איהם, אבער אינו לפי כבודו......).

נחזור לענינינו

וואס מיינט דאס פראבלעם, און ווי איז עס דומה?

לדעתי, נישט דעקען דער חודש איז א גרויסע פראבלעם, אבער דער פראבלעם איז אז ער ווערט אדער שולדיג געלט פאר מענטשען, אדער א נצרך לבריות, און ביי ביידע איז נהפכו פניו כשולי קדירה.
קען שנעל נכשל ווערן מיט איסור גניבה.
פילט זיך ווי א שנארער ביי זיינער קינדער.
וכו' וואס איך וויל נישט אריינגיין בכל פרטיו, אבער עס איז זייער זייער נישט גוט, און יא, עס קען און קומט מיט נאסע קישענעס, און נעמט אוועק מ'זאל קענען טראכטן גראד.

דאס אז איינער קען נישט ביי דער 25 יאהר אוועק לייגען פאר חתונה מאכן קען נישט שלאפן ביינאכט? פארלירט דען זיינער חברים? קען נישט טראכטן גראד? לייג צו נאך און נאך.

פראבלעם? קען זיין. פרעג רבי שמערל.

דומה? אדער דומה קצת? אודאי נישט.
לא מיניה ולא מקצתיה. הימל און ערד.

Waukesha
שר חמש מאות
תגובות: 724
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 03, 2018 12:31 pm
לאקאציע: Waukesha City, Waukesha County WI

Re: בודזשעטינג: נישט דעקן די חודש און נישט אוועק לייגען פאר די עתיד די זעלבע פראבלעם אדער נישט?

תגובהדורך Waukesha » דינסטאג יוני 30, 2020 10:54 am

איך פארשטיי די נקודה וואס מען וויל ארויסברענגען, אבער איך מיין אז עס איז נישט גוט ארויסגעברענגט געווארען. איך וואלט עס אזוי ארויסגעברענגט. איז אוועקלייגען געלט (חתונה צו מאכן) א הוצאה פונקט ווי רענט און שכ״ל? אדער אזוי, עס זענען דא 2 מענטשען, איינער האט חתונה געהאט מיט סעווינגס, און ער האט דאס אוועקגעלייגט אין א 20 יאר סידי כדי חתונה צו מאכן די קינדער, אבער ער קען זיך נישט דעקן די חודש. דער צווייטער קען זיך דעקן די חודש אבער ער קען נישט אוועקלייגען קיין געלט חתונה צו מאכן, ווער האט א גרעסערע פראבלעם?

דברים אלו
שר האלף
תגובות: 1284
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 16, 2015 2:30 pm

Re: בודזשעטינג: נישט דעקן די חודש און נישט אוועק לייגען פאר די עתיד די זעלבע פראבלעם אדער נישט?

תגובהדורך דברים אלו » דינסטאג יוני 30, 2020 11:45 am

פארווייטאגט האט געשריבן:איך פארשטיי נישט אזוי קלאהר וואס מ'רעדט דא, אפשר קען איינער מיר אויפקלערן, חאטש אביסל.

מיין שכן רבי שמערל, א איד א שיינע יודע ספר, מיט צוויי געזונטע לינקע הענט, איינס בעסער פון צווייטען.

זיין עלסטע איז שוין קע"ה געפארן לערנען אין מרחקים, ביי זיין גרויסע באקאנטע ראש ישיבה, ווי רבי שמערל אליין האט געלערנט און קונה געווען תורה און חסידות מיט א ברייטקייט.

רבי שמערל אליין, א נחת אנצוקוקען, אלעס מיט א שמייכל, אלעמאל א גוט ווארט, שטייט אויף גאנץ פרי, לערנט א שעה מיט זיין צווייטער בחור - גראדע א כלי פון א בחור, אז איז דא וואס זאגן אז ער איז פונקט אזוי ווי זיין עלטערע ברודער, קע"ה - ווען זיין תכשיט גייט צו פארטאגס סדר אין די היזיגער ישיבה, האט אונזער רבי שמערל דנן א חברותא'שאפט מיט רבי אברהם, דער באקאנטע גאון, ווי זיי לערנען צוויי דריי שעה אויפן קול, - אה! ממש א געשמאק דאס מיטצוהאלטען.

אנשטאטס מאריך זיין אין סדר יומו, וועל איך ארויסברענגען איין נקודה, דער איד האט ב"ה נחת ווי פאר אלע אידן געוואונטשען, שלום בית קע"ה איינס אין דער וועלט, א פרייליכער און צופרידינער מענטש, בקיצור, עס פעלט איהם גארנישט.

איין זאך וואס יא, ער האט נאך קיינמאל נישט געהאלטן קיין ארבייט, מער פון זעקס חדשים, ממילא, אפילו דאס ערשטע העכערונג אין געהאלט, האט ער נאך קיינמאל נישט באקומען.
יעדער מאל א צווייטער מעשה.
זיין ערשטע פלאץ איז געווען אין דער לאקאלע גראסערי, נאך 3 חדשים האבן זיך דער צוויי שותפים צוקריגט, אין אונזער רבי שמערל איז געווען דער קרבן פון זייער פארשפארן דאס געשעפט.
נאך אפאר חדשים זיכען א צווייטער פלאץ, האבן עסקנים און גוטע אידן איהם געטראפן א מלומדות פאסטן אין א תלמוד תורה אין געגענט, דער ערשטער וואך האט ער טאקע פארדינט זיין געהאלט מיט א געשמאק, אבער דער צווייטער וואך האט דער מוסדות אהנגעהויבן מאכן חכמות, מיט אמאל טרעפט זיך אונזער רבי שמערל אז ער ארבייט שוין דארט א גאנץ יאהר, באקומען צווישען אכט און 10 וואכען געהאלט.

טו מעיק עי שארט סטארי לאנג, ער האלט שוין ביי זיין צוועלעפטע פלאץ, עטליכע האט מען איהם נאך באשולדיגט אינ'עם שאדן, ע"פ רוב געווען אן קיין ארבייט פאר אפאהר חדשים צווישען איינס און דער צווייטער.

און יעצט.

יעצט וואס?

יעצט גיי איך איהם פרעגן דער שאלה, וועלכע פראבלעם איז גרעסער?

ער קוקט מיר אהן, ווי איך וואלט געקומען פון דער לבנה.

הייבט אהן מסביר זיין:
ער האט ב"ה א פיינער שטוב, נחת פון יעדער באזונדער, קע"ה, שלום בית ב"ה ממש א מחי'ה.
משפחה, סיי דער עלטערן סיי די שוויגער עלטערן, סיי די געשוויסטער, קע"ה מ'לעבט זיך אזוי גוט איינער צום צווייטען.
אלעס געזונט, קרעפטיג און געשמאק.
חברים ידידים, אלעס קלאפט ב"ה, ביי זיך אין ביי די קינדער.

נאר וואס? פרנסה גייט שווער, ריכטיג, נישט סתם שווער
אבער.....
ער וואוינט אין א דירה, ער האט קליידער, פאר זיך און די קינדער, אלע האבן היינט געגעסן, טאקע קאן עדיסן האט היינט נאכאמאל געשיקט א רויטע בריוו, אבער דערווייל? קנאנקט דער עיר קאנדישן א מחי'ה.

איז ער ממשיך דער ידידינו רבי שמערל - חתונה מאכן ווייס איך פון דער באקאנטע תשובה פון רב וואזנער, אז מ'דארף אוועקלייגען, אז איך קען נישט איז עס לכאורה א פראבלעם, אבער פון חודישליכע הוצאות? אז איך האב נישט איז וואס?
וואס איז דער פראבלעם?

על כל פנים.
כדי צו קענען מאכן א חילוק צווישען צווי פראבלעמען, דארף מען ערשט פארשטיין וואס איז דער ערשטער פראבלעם און וואס דער צווייטער.

ר' א שליט"א מיט זיין חברותא ר' ב
ביידע האבן קינדער אין די יאהרן און מוטשען זיך נעבאך מיט א שידוך.
איינער ווייל זיין קינד איז אביסל נידעריג.
דער צווייטער ווייל זיין קינד האט געטראפן שלעכטע חברים, וי"א אז ער איז שוין ליידער, נעבאך, איך ווייס נישט וואס.

ביידע האבן א פראבלעם? אודאי יא.
קען מען עס פארגלייכן? אודאי נישט.
איינער קען נישט שלאפן ביינאכט, און איינער מיז נעבאך מוותר זיין אויף עפעס, (נעמען א מחותן וואס איז מער פון איהם, אבער אינו לפי כבודו......).

נחזור לענינינו

וואס מיינט דאס פראבלעם, און ווי איז עס דומה?

לדעתי, נישט דעקען דער חודש איז א גרויסע פראבלעם, אבער דער פראבלעם איז אז ער ווערט אדער שולדיג געלט פאר מענטשען, אדער א נצרך לבריות, און ביי ביידע איז נהפכו פניו כשולי קדירה.
קען שנעל נכשל ווערן מיט איסור גניבה.
פילט זיך ווי א שנארער ביי זיינער קינדער.
וכו' וואס איך וויל נישט אריינגיין בכל פרטיו, אבער עס איז זייער זייער נישט גוט, און יא, עס קען און קומט מיט נאסע קישענעס, און נעמט אוועק מ'זאל קענען טראכטן גראד.

דאס אז איינער קען נישט ביי דער 25 יאהר אוועק לייגען פאר חתונה מאכן קען נישט שלאפן ביינאכט? פארלירט דען זיינער חברים? קען נישט טראכטן גראד? לייג צו נאך און נאך.

פראבלעם? קען זיין. פרעג רבי שמערל.

דומה? אדער דומה קצת? אודאי נישט.
לא מיניה ולא מקצתיה. הימל און ערד.

איך וואלט גענומען זיין תכשיט פאר א איידעם בכסף מלא ...

קאוונע
שר העשר
תגובות: 48
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 09, 2020 11:36 pm

Re: בודזשעטינג: נישט דעקן די חודש און נישט אוועק לייגען פאר די עתיד די זעלבע פראבלעם אדער נישט?

תגובהדורך קאוונע » דינסטאג יוני 30, 2020 5:27 pm

סאיז דא א רעביש קינד וואס דרייעט זיך ארום אין קרית יואל אין זאגט אז מהאט גארנישט פון אוועקלייגן געלט צו חתונה מאכן ווייל מזעהט אזויפיל מאל ווי מענטשן לייגן אוועק געלט אין פארן חתונה מאכן זעצט מען עס אן. מאכט דאס סענס אדער ער וויל פשוט האבן א תירוץ צו לעבן אן א עול?

שיעלע בהמה
שר חמש מאות
תגובות: 939
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 10, 2019 11:59 am

Re: בודזשעטינג: נישט דעקן די חודש און נישט אוועק לייגען פאר די עתיד די זעלבע פראבלעם אדער נישט?

תגובהדורך שיעלע בהמה » דינסטאג יוני 30, 2020 5:30 pm

קאוונע האט געשריבן:סאיז דא א רעביש קינד וואס דרייעט זיך ארום אין קרית יואל אין זאגט אז מהאט גארנישט פון אוועקלייגן געלט צו חתונה מאכן ווייל מזעהט אזויפיל מאל ווי מענטשן לייגן אוועק געלט אין פארן חתונה מאכן זעצט מען עס אן. מאכט דאס סענס אדער ער וויל פשוט האבן א תירוץ צו לעבן אן א עול?

טאקע..
סידא אזויפיל אידן וואס היטן אויף די געזונט און גייען ליידער פריצייטיג..

א שאד אויף די אלע דמיונות.. גיימיר זיך זעצן עסן און רייכערן... אהההה..
זיי ענדערש קלוג און זיי נישט אזוי גערעכט..... זיי ענדערש פרייליך און זיי נישט אזוי קלוג.....

קאוונע
שר העשר
תגובות: 48
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 09, 2020 11:36 pm

Re: בודזשעטינג: נישט דעקן די חודש און נישט אוועק לייגען פאר די עתיד די זעלבע פראבלעם אדער נישט?

תגובהדורך קאוונע » דינסטאג יוני 30, 2020 5:34 pm

שיעלע בהמה האט געשריבן:
קאוונע האט געשריבן:סאיז דא א רעביש קינד וואס דרייעט זיך ארום אין קרית יואל אין זאגט אז מהאט גארנישט פון אוועקלייגן געלט צו חתונה מאכן ווייל מזעהט אזויפיל מאל ווי מענטשן לייגן אוועק געלט אין פארן חתונה מאכן זעצט מען עס אן. מאכט דאס סענס אדער ער וויל פשוט האבן א תירוץ צו לעבן אן א עול?

טאקע..
סידא אזויפיל אידן וואס היטן אויף די געזונט און גייען ליידער פריצייטיג..

א שאד אויף די אלע דמיונות.. גיימיר זיך זעצן עסן און רייכערן... אהההה..

קען איינער אריינקומען מיט תשובה ספרים אפצופרעגן די רעביש קינד?

Waukesha
שר חמש מאות
תגובות: 724
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 03, 2018 12:31 pm
לאקאציע: Waukesha City, Waukesha County WI

Re: בודזשעטינג: נישט דעקן די חודש און נישט אוועק לייגען פאר די עתיד די זעלבע פראבלעם אדער נישט?

תגובהדורך Waukesha » דינסטאג יוני 30, 2020 5:51 pm

קאוונע האט געשריבן:

סאיז שוין דא געברענגט געווארען די שבט הלוי.

אנדערע הוצאות דעקט זיך דים בנשק יא?

אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר האלפיים
תגובות: 2228
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע: אין מאה שערים

Re: בודזשעטינג: נישט דעקן די חודש און נישט אוועק לייגען פאר די עתיד די זעלבע פראבלעם אדער נישט?

תגובהדורך אונגארישע הייזער » דינסטאג יוני 30, 2020 6:15 pm

Waukesha האט געשריבן:
קאוונע האט געשריבן:
שיעלע בהמה האט געשריבן:
קאוונע האט געשריבן:סאיז דא א רעביש קינד וואס דרייעט זיך ארום אין קרית יואל אין זאגט אז מהאט גארנישט פון אוועקלייגן געלט צו חתונה מאכן ווייל מזעהט אזויפיל מאל ווי מענטשן לייגן אוועק געלט אין פארן חתונה מאכן זעצט מען עס אן. מאכט דאס סענס אדער ער וויל פשוט האבן א תירוץ צו לעבן אן א עול?

טאקע..
סידא אזויפיל אידן וואס היטן אויף די געזונט און גייען ליידער פריצייטיג..

א שאד אויף די אלע דמיונות.. גיימיר זיך זעצן עסן און רייכערן... אהההה..

קען איינער אריינקומען מיט תשובה ספרים אפצופרעגן די רעביש קינד?

סאיז שוין דא געברענגט געווארען די שבט הלוי.

אנדערע הוצאות דעקט זיך דים בנשק יא?

:lol: :lol: :lol:

אוועטאר
וואס עפעס?
שר האלף
תגובות: 1744
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

Re: בודזשעטינג: נישט דעקן די חודש און נישט אוועק לייגען פאר די עתיד די זעלבע פראבלעם אדער נישט?

תגובהדורך וואס עפעס? » דינסטאג יוני 30, 2020 7:36 pm

גאלדענע פעדער האט געשריבן:איך דארף ווען אביסעל בעסער מסביר זיין מיין שאלה:

מיין שאלה איז באמת אריין אזוי: וואס האלט איר?

ווען איז א מענטש אין דעם פראבלעם פון נישט קענען חתונה מאכן זיינע קינדער פיינענשעלי?

בשעת די תקופה פון חתונה מאכן די קינדער דעמאלטס ווערט די פראבלעם?

אדער די פראבלעם איז שוין פון ווען זיין קינד איז געבוירען געווארען ביז ער איז אין די יארן פון שידוכים און ער לייגט נישט אוועק אדער לייגט נישט אוועק געניג?

דאס מיין איך צו זאגן פונקט ווי ווען ער דעקט נישט דעם חודש איז א יעדער מסכים אז די פראבלעם איז יעצט דא.

איז דען נישט די זעלבע ווען ער האט נישט אויף אוועק צו לייגען סוף חודש פאר די עתיד, די פראבלעם שוין יעצט דא? דאס הייסט אז ער האט שוין יעצט דעם פראבלעם פון נישט קענען חתונה מאכן פיינענשעלי?

איך מיין אז אלע וואס האבן געוועלט ניין האבן טאקע נישט פארשטאנען וואס דיין שאלה איז געווען

די קענסט לייגן די תגובה אין דיין ערשטע תגובה
[Life is hard stupid people make it even harder
Credit: Donald Trump Jr

געבט אייער שטימע - זענט איר צופרידן אז קעמפ איז געשלאסן ?

אייער שטימע קען ארויסהעלפן טויזענטע היימישע עלטערן !!
ליינט דא האראויפשטעלענדע עפיזאד איבער קעמפס

אוועטאר
וואס עפעס?
שר האלף
תגובות: 1744
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

Re: בודזשעטינג: נישט דעקן די חודש און נישט אוועק לייגען פאר די עתיד די זעלבע פראבלעם אדער נישט?

תגובהדורך וואס עפעס? » דינסטאג יוני 30, 2020 7:41 pm

די פראבלעם פון אוועקלייגן געלט איז גרויס
די פראבלעם איז אויך אז אפילו א אינגערמאן וואס האט אוועקצולייגען און וויל אינוועסטירן טרעפט זיך מיט זייער ווייניג אפציעס

1) אלע אינשורענס אגענטן וועלן אים באפאלן , בשעת ווען אינשורענס איז נישט קיין אינוועסטמענט ( אלס די Death Benefits איז עס א פיינע זאך)

2) ריעל עסטעיט איז א גוטע אפציע
אבער גאר אסאך האבן נישט די פלייצעס זיך אפצוגעבן דערמיט און עס איז דא א חלל אין אינוועסטמענט פירמעס וואס נעמען געלט פון מענטשן אין אינוועסטירן
אדרבה , אויב איינער קען אזא פירמע - ביטע טיילט מיט

3) מיטשעל פאנטס
עס איז שוין דא א אשכול דערוועגן און אסאך לייגן טאקע אריין דארט
[Life is hard stupid people make it even harder
Credit: Donald Trump Jr

געבט אייער שטימע - זענט איר צופרידן אז קעמפ איז געשלאסן ?

אייער שטימע קען ארויסהעלפן טויזענטע היימישע עלטערן !!
ליינט דא האראויפשטעלענדע עפיזאד איבער קעמפס

גאלדענע פעדער
שר האלף
תגובות: 1770
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע: אין שפיץ פונעם קרעמל

Re: בודזשעטינג: נישט דעקן די חודש און נישט אוועק לייגען פאר די עתיד די זעלבע פראבלעם אדער נישט?

תגובהדורך גאלדענע פעדער » דינסטאג יוני 30, 2020 10:46 pm

קאוונע האט געשריבן:סאיז דא א רעביש קינד וואס דרייעט זיך ארום אין קרית יואל אין זאגט אז מהאט גארנישט פון אוועקלייגן געלט צו חתונה מאכן ווייל מזעהט אזויפיל מאל ווי מענטשן לייגן אוועק געלט אין פארן חתונה מאכן זעצט מען עס אן. מאכט דאס סענס אדער ער וויל פשוט האבן א תירוץ צו לעבן אן א עול?

איך האב ליב צו ענטפערן אויף די תגובה מיט א פונקט א פארקערטע און אמת׳ע און תורה׳דיגע מהלך.

רוב מענשטן טראכטען אזוי. אוועק לייגען געלט פאר חתונה מאכן? נאהה ס׳איז קעגן אמונה און בטחון צו טראכטען אויף שפעטער. און דערנאך קומען זיי מיט סברה אז אפי׳ מען וועט יא אוועק לייגען, זאגן מענשטן אז ס׳קראכט פונקט פארן חתונה מאכן.. און ממילא איז עס אפי׳ נישט קיין קאמען סענס אוועק צו לייגען. שוין געהערט די סברה אפאר מאל.

איך זאג פונקט פארקערט. ס׳איז חיוב השתדלות אוועק צו לייגן אויף שפעטער אזוי זאגט די קאמען סענס און אזוי פסק׳נט אויך הרב וואזנער. לגבי דעם אז מען האט שוין געהערט פון מענשטן אז זאכן האבן געקראכט שפעטער. נוי נוי דא קומט שוין אריין אמונה און בטחון. די דארפסט טוהן דיין חיוב השתדלות ווי די קאמען סענס און הלכה איז אויך אזוי גע׳פסק׳נט, אוועק צו לייגען אויף שפעטער. איי אפשר וועט עס קראכען? אויף דעם קומט אריין אמונה א יוד דארף טוהן דאס זייניגע דערנאך וואס ער טוט דאס זייניגע איז שוין די איבריגע וואס ס׳וועט ווערן אין די הענט פונעם אייבערשטען. אויב חס ושלום די אייבערשטער וויל אז א יוד זאל זיך מיטשענען מיט סיי וואספארע זאך גייט גארנישט העלפן פון זיין השתדלות א חוץ תפילה פארשטייציך.

גרדי איז אויך נישט אמת די סברה אז ס׳קראכט פארן חתונה מאכן. ס׳איז פאני אויכעט... ווי קראכט און וואס קראכט? יא די מענשט האט ווידער א חיוב השתלות אוועק צו לייגען די געלט אין א גוטע פלאץ וויפעל ס׳איז שייך. למשל פונקט לעצטענס האט מיר א יוד געזאגט פערזענליך, כ׳האב גערעדט ציט איהם פונקט נאך ער האט חתונה געמאכט א קינד. האט ער מיר געזאגט אזוי אגב אז די 50 אלפים האב איך געהאט פון א מעיאטשעל פאנד וואס איך האב געמאכט ארום 20 יאר צוריק. כ׳האב געהאט איבריגע 10 טויזענט דאלער האב איך עס אריין געלייגט אין א מעיאטשעל פאנד און עס ארויס גענימען ארום 20 יאר שפעטער און ס׳איז געווען 50 טויזענט ב״ה. בקיצור ס׳איז סתם אבי גערעדט די סברה וואס איר שרייבט.

אגב, דער יוד איז נאך קיינמאל נישט געגאנגען און קאנטרי, א חוץ איין יאר ווען ער האט געהאט א דזשאב אין א קאנטרי און די באנגעלא איז מיט געקומען מיט די דזשאב.

נב. כאניש קיין צייט צו ריספאנדען יעצט צו אלע תגובות דא. אבער כאטש צי ׳די׳ האב איך יעצט געוואלט ריספאנדען צי, און אי״ה אויך צו אנדערע ווען און אויב כ׳וועל האבן א געלעגענהייט.
לעצט פאראכטן דורך גאלדענע פעדער אום פרייטאג יולי 03, 2020 11:25 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
מפתחות של זהב
באמעריקא נתבטלה תורת הבאדזשעט

גאלדענע פעדער
שר האלף
תגובות: 1770
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע: אין שפיץ פונעם קרעמל

Re: בודזשעטינג: נישט דעקן די חודש און נישט אוועק לייגען פאר די עתיד די זעלבע פראבלעם אדער נישט?

תגובהדורך גאלדענע פעדער » דינסטאג יוני 30, 2020 11:29 pm

איך וויל דא מסביר זיין א נקודה אביסעל מער בעומק וואס אונזער חורבן איז.

ווען ס׳קומט צו בודזשעטינג. איז די ערשטע זאך אז מען דארף צו טיילען די געלט צו זעהן ווי ס׳דארף גיין לויט וויפעל אינקאם א מענשט האט.

יעצט דאס גופא זאג איך דא. אז טייל מענשטן (אין דעם אנקעטע ליידער ארום 50 פערצענט אדער מער.) כנראה קוקען נישט אן די חתונה מאכן אלטס א חלק פון די בודזשעט פון די חודש׳ליכע הוצאות.

און איך ווייס במציאות אז ס׳איז אזוי ליידער אז רובו דרובו מענשטן קוקען אן זייער בודזשעט נאר מיט איין זאך אז מען זאל ענדיגען די חודש אן א מיינעס. ס׳דא וואס ליידער גייען לכתחילה אריין אין א מיינעס אין קרעדיט קארדס וכדו׳ פון זיי גייען איך יעצט נישט רעדן.

יעצט ביי ׳די׳ מענשטן ארבייט עס אזוי: אויב איז נישט דא געניג אין די בודזשעט פאר וואס מען דארף גייען זיי פראבירען זעהן ס׳זאל יא זיין, צו דורך א רעיז צי דורך טוישען צו א אנדערע דזשאב וכדו׳. אבער אויב איז דא איבריג אין די בודזשעט גייט מען זעהן אז מען זאל עס enjoy׳ען, צו ס׳איז דורך קויפען א טייערע מתנה פאר די ווייב צו ס׳איז דורך גיין אין קאנטרי צו ס׳איז דורך זיך ערלויבען א טייערע ליעס צו ס׳איז דורך פארן א יעדע ווינטער קיין פלארידע און ווי אויך כסדר גייען אדער קויפען פון א רעסטיראנט וכדו׳ וכדו׳

די פראבלעם איז אז ביי די מענשטן לויפט דאס בודזשעט זיי נאך. און דארט ענדיגט זיך עס.

ממילא איך זאג א פשוטע זאך די ערשטע זאך מיז מען אנערקענען די אמת וואס פאטשט אין פנים אז מען דארף אוועק לייגען פון ווען די קינד איז געבוירען למשל א אכצענטאל (ס׳איז ווייניגער אויב מען אינוועסטמענט די געלט.) א יעדע יאר פער קינד. ביפאר דעם קען מען נישט פארן אין קאנטרי קען מען נישט נעמען מער ווי די ביליגסטע ליעס, (אין בעסער קויפן א used קאר! האמיר שוין גערעדט דארפען ערגעץ אנדערש) און ביפאר דעם קען מען נישט מאכן קיין וואכנאכט אדער קידוש פאר מער ווי סימפעל ש׳בע׳סימפעל. וכו׳ וכדו׳ פון אלע אנדערע נערישע אויסגעבן געלט.

איך האלט מיט א זעכערקייט אז איינער וואס טוט נישט אזוי גייט פשוט קעגן דעם רצון השם ווייל אויב די רצון השם איז אז ער זאל אוועק לייגען פאר שפעטער (אזוי זאגט דאך הרב וואזנער) ווס איז דאס געלט אויסגעבעריי? ס׳איז פשוט קעגן דעם רצון השם! ווייל וואס ס׳ווערט רובו דרובו מאל איז אז מען טוט מעשיגענע זאכן ביים חתונה מאכן די קינדער ווי למשל אנזעצען קרעדיט קארטליך וואס גייט אריין ערענסט אין גניבה. יעצט ס׳דא וואס האבן כאטש א הויז נעמט מען פון דארט מיט א ריפיינענס וכדו׳ איז כאטש אסאך בעסער אבער ליידער די מצב איז נישט אזוי גוט. די באשעפער האט דאך קלאר געגעבן דא א חלק פון די געלט וואס ס׳איז געווען באשריבען פאק די יאר אז מען זאל עס אוועק לייגען פאר די עתיד. גייט א מענשט אין ער וויל האבן ׳מער׳ ווי די אייבערשטער האט איהם געגעבן??? און נעמט אראפ א שטיקעל פון די געלט וואס די באשעפער האט איהם געגעבן אויף צוחתונה מאכן זיינע קינדער און נעמט עס פאר זיינע אייגענע תאוות? דאס איז קלאר ביי מיר געטוהן א קעגן רצון השם!

איך וויל אריין גיין נאך אביסעל מער בעומק. א מענשט וואס ווייסט אז די אוועק לייגען געלט אויף שפעטער איז ביי איהם א יעצטיגע עקספענס ווי איך בין דא מסביר א גאנצע צייט. און די קאמען סענס אין מציאות איז אויך אזוי. אזא איינער: לעבט אויף א וועג צו מאכן שטימען זיינע אויסגאבען אויך מיט די אוועק לייגען אויף שפעטער, דאס אלעס אריין גערעכט אין די חודש׳ליכע בודזשעט, אזא איינער גייט בדרך הטבע נישט האבן קיין פראבלעם ביים חתונה מאכן אפי׳ ער וועט האבן ווייניגער געלט ווי ער וועט דארפן האבן. אין די סיבה איז פשוט: דער וואס לעבט לויט זיין בודזשעט מיט אוועק לייגען פאר שפעטער אריין גערעכעט, האט זיך קודם כל, שוין לאנג אויס געלערענט צו לאכן פון חברים (וואס זיי אליינס זענען טיף אין פעקל) און פון די גאס ווי אזוי למשל א וואכנאכט דארף לויט זיי אויס קוקען, יעצט די עיקר פראבלעם מיט חתונה מאכן איז אז מענשטן ספענדען לויט די סטאנדארטן וואס די עולם גולם האט אפגעמאכט, אבער אזא איינער וואס לעבט לויט זיין בודזשעט האט שוין לאנג געשלאגען כפרות מיט דעם געדאנק פון סטאנדארט און פון חברים, אזא איינער גייט נאר אויס געבן ביים חתונה מאכן לויט וויפעל ער פארמאגט נישט לויט וואס די גאס האט אפגעמאכט. אזא איינער גייט טרעפן וועגן צו שניידען אויב ער וועט נישט האבן למשל קיין גאנצע 50 טויזענט פער קינד. און ווי מער א מענשט לעבט לויט די מהלך, גייען זאכן זיין ביי איהם אסאך גרינגער ביים חתונה מאכן די קינדער. מען קען נישט לעבן א גאנץ לעבן לויט ווי די חברים האבן אפגעמאכט און זיי זיכען צו געפעלן פיינענשעלי.. און פליצלינג ביים חתונה מאכן זיך טוישען, דאס קען נישט ארבייטען! דערפאר קוקען טאקע זאכן אויס די וועג ווי אזוי ס׳קוקט ליידער אויס.

נאך איין נקידה ס׳כמעט נישט דא אזא זאך אז א מענשט קען נישט שניידען פון זיין בודזשעט, רובו דרובו מאל קען ער יא. ער האט נאר פשוט אפגעמאכט אויף וואס ס׳איז נאר אז אזוי מיז עס בלייבען. א קליינע משל איבער האזינג: ווען ס׳איז לאמיר זאגן רענט. פרעג איך אלטס מענשטן די קשיא די קענסט דיך טאקע נישט א עצה געבן מיט א קלענערע דירה אדער אוועק מויפען צו א ביליגערע געגענט? יעצט ווען די נושא איז אז ער דעקט נישט די חודש נעמט ער עס אין קענסידערעישען, אמת? פנוקט די זעלבע דארף ער עס נעמען אין קענסידערעיעשן לענ״ד אויב ער לייגט נישט אוועק, אדער לייגט נישט אוועק געניג!

נאך צוויי קליינע נקידות און דערנאך בין איך פארטיג פאר יעצט..

איינס. צו שניידען סיי וואספארע פון די לעבן הוצאות ווי למשל האזינג וכדו׳ קען נאר ארייבטען ווען מען פאניגט זיך נישט צו שטארק סיי וועלכע טריט וואס מען נעמט צו א שטארקע, פייערט בעיק געווענליך. די עצה איז צו שניידען שטייטליך כסדר נעמען נאך א טריט און נאך א טריט לויט וויפעל ס׳פעלט אויס צו שניידען פונעם בודזשעט. אויב קען מען העכערן די געהאלט ווי למשל נעמען נאך א זייטיגע ארבייט איז בעסער. אבער אויב מיז ער שניידען איז די עצה צו שניידען שטייטליך און מיט שכל כדי ס׳זאל זיין א זאך וואס זאל אנהאלטען און שפעטער זאל מען קענען נעמען נאך א טריט.

צווייטענס. שלום בית איז זייער וויכטיג, אזוי וויכטיג אז די אייבערשטער זאגט מעק אויס מיין נאמען. פאר שלום בית טאר מען נישט נעמען קיין ריסק׳ס ווען די ווייב וויל עפעס א געוויסע זאך. מען קען יא שמיעסן איבער זאכן אויף א קליגע וועג און מיט די יארען איר מאכן מער שפארזאם, אפשר וועל מיר מער רעדן דערפון אין א צווייטע געלעגענהייט.

דריטענס.. פארשטייציך אז ס׳דא אמאל ביי געוויסע מענשטן אדער צייטען וואס א מענשט קען נישט אוועק לייגען בשום אופן, אויף דעם ווייטער דארף מען עס מקבל זיין בשמחה אז דאס איז די רצון השם דעמאלטס איז נישט דא די חיוב השתדלות דאס שטייט אויך פון הרב וואזנער אין יענעם זעלבען תשובה.

אקעי געניג פאר יעצט.. און פארקערט איינער וואס וויל זיך דינגען נוי פארדעם זעמיר דא..
מפתחות של זהב
באמעריקא נתבטלה תורת הבאדזשעט

גאלדענע פעדער
שר האלף
תגובות: 1770
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע: אין שפיץ פונעם קרעמל

Re: בודזשעטינג: נישט דעקן די חודש און נישט אוועק לייגען פאר די עתיד די זעלבע פראבלעם אדער נישט?

תגובהדורך גאלדענע פעדער » מיטוואך יולי 01, 2020 9:18 pm

וואס עפעס? האט געשריבן:
גאלדענע פעדער האט געשריבן:איך דארף ווען אביסעל בעסער מסביר זיין מיין שאלה:

מיין שאלה איז באמת אריין אזוי: וואס האלט איר?

ווען איז א מענטש אין דעם פראבלעם פון נישט קענען חתונה מאכן זיינע קינדער פיינענשעלי?

בשעת די תקופה פון חתונה מאכן די קינדער דעמאלטס ווערט די פראבלעם?

אדער די פראבלעם איז שוין פון ווען זיין קינד איז געבוירען געווארען ביז ער איז אין די יארן פון שידוכים און ער לייגט נישט אוועק אדער לייגט נישט אוועק געניג?

דאס מיין איך צו זאגן פונקט ווי ווען ער דעקט נישט דעם חודש איז א יעדער מסכים אז די פראבלעם איז יעצט דא.

איז דען נישט די זעלבע ווען ער האט נישט אויף אוועק צו לייגען סוף חודש פאר די עתיד, די פראבלעם שוין יעצט דא? דאס הייסט אז ער האט שוין יעצט דעם פראבלעם פון נישט קענען חתונה מאכן פיינענשעלי?

איך מיין אז אלע וואס האבן געוועלט ניין האבן טאקע נישט פארשטאנען וואס דיין שאלה איז געווען

די קענסט לייגן די תגובה אין דיין ערשטע תגובה

יש״כ צו געלייגט אין די ערשטע תגובה
מפתחות של זהב
באמעריקא נתבטלה תורת הבאדזשעט

גאלדענע פעדער
שר האלף
תגובות: 1770
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע: אין שפיץ פונעם קרעמל

Re: בודזשעטינג: נישט דעקן די חודש און נישט אוועק לייגען פאר די עתיד די זעלבע פראבלעם אדער נישט?

תגובהדורך גאלדענע פעדער » מיטוואך יולי 01, 2020 9:22 pm

קרעפלעך האט געשריבן:ר׳ גאלדענע דיינע שרייבעריי דא אויפן וועלטעל איז זייער אינטרעסאנט און אונפארמאטיוו, אבער עס וואונדערט מיר אביסעל ווי די ביזט געבליבן שטעקן, למאי נפק״מ צו עס איז א גרעסערע פראבלעם פון דעקן די חודש אדער נישט? יעדער אנעקערט אז עס איז א גרויסע פראבלעם! שוין, נעקסט, וואס קען מען טוען פארדעים? וואס האסטו געהערט ביי מסילה? עס איז מיר זייער אינטרעסאנט און איך קוק ארויס צו הערן נאך אסאך פון דיר.

אקעי גערעכט איך גיי לכבודך שרייבען אי״ה בל׳נ אין די נעקסטע געלעגענהייט. א שטיקעל חשבון ווי אזוי מסילה גייט צו - צו די פלאנען פאר די עתיד. זיי גייען אויך מיט מעיאטשעל פאנדס. אבער געדענק איך בין נישט לייסענסד אין מ׳דארף אויך גוט קענען רעכענען און זיך מער אויסקומען ווי מיר אין פיינענשעלס. איך גיי דיר פשוט שרייבען איבער זאגן וואס כ׳האב געזעהן זיי זאגן. אבער נאר מיט א תנאי אז איר וועט צו גיין דערצי מיט א בחינה פון תן לחכם ויחכם עוד אין א בחינה פון מראה מקום אני לך.
מפתחות של זהב
באמעריקא נתבטלה תורת הבאדזשעט

גאלדענע פעדער
שר האלף
תגובות: 1770
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע: אין שפיץ פונעם קרעמל

Re: בודזשעטינג: נישט דעקן די חודש און נישט אוועק לייגען פאר די עתיד די זעלבע פראבלעם אדער נישט?

תגובהדורך גאלדענע פעדער » מיטוואך יולי 01, 2020 9:32 pm

ר' יום טוב האט געשריבן:געשטימט יא. הגם ס'איז דא גענוג צייטן ווען מ'קען נישט אוועקלייגן אויף חתונה מאכן, למשל ווען מ'קויפט א דירה וואס דאן בארגט מען געלט,
אבער דער ציהל און פלאן דארף זיין אין פלאץ צו סעיוון געלט.

רבי יום טוב קודם א יש״כ פארן דא אריין קומען ס׳מיינט ביי מיר אסאך צו זעהן די ניק אייערע אייביג און בפרט ווען ס׳קומט צו א פיינענשעלס שמיעס!

נאר איין נקידה וואס איר שרייבט וועגן קויפען א דירה אז דעמאלטס בארגט מען.

איז אזוי: ס׳איז אמת אז ס׳מאכט סענס צו בארגען ווען מען קויפט א דירה. ס׳ווענט זיך אבער וויפעל מען בארגט אין צו מען האט א געהעריגע און גרינגע אויס צו פירן פעהמענט פלאן. אז נישט איז עס ׳נישט׳ אקעי ביי מיר.

און ווי איך שרייבט דא אין דעם אשכול וויל איך אויך דאס פארדינען, די קויפן די דירה! די קאנסעפט פון אונז יודן וואס אונז האב מיר אסאך מער הוצאות ווי די גיום, מיז גיין מיט לעבן שפארזאם. און נישט אויסקנאקען די אינקאם. ס׳מיז בלייבען ריזיגע חלקים איבריג אז נישט איז די בודזשעט נישט גוט. און שוין אויף געהאקטע צרות! אוודאי תפילה און השתדלות קען ארויס נעמען די מענשט פון די צרה. אבער ביפאר, איז ער אין א ערענסטע צרה אפי׳ ער דעקט די חודש, ווייל די סעווינגס מיז זיין ווי געשמיעסט א חלק פון די דעקן די חודש, אז נישט הייסט עס נישט געדעקט די חודש! איז ממילא א מענשט וואס לעבט מיט דעם קאנסעפט קען דאס אויך אסאך מאל העלפן ביים קויפען א דירה, ווען א מענשט קומט אן אהין. וויייל ער לייגט דאך א גאנצע צייט אוועק. און שפארט אויף זיין בודזשעט די מערסטע שייך. אלטס פאר די עתיד. נוי די קויפען א דירה וועט נאר בענעפיט׳ן ווען ער לעבט אויף די מהלך! וואס דאס איז וואס איך וויל פארדינען און פאר שטעלן פאר קליגע יודן זיך אזוי צי פירן.
מפתחות של זהב
באמעריקא נתבטלה תורת הבאדזשעט

אוועטאר
פויליש פארווע
שר מאה
תגובות: 149
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 28, 2019 6:34 pm
לאקאציע: ביים פויליש פארווע סינק

Re: בודזשעטינג: נישט דעקן די חודש און נישט אוועק לייגען פאר די עתיד די זעלבע פראבלעם אדער נישט?

תגובהדורך פויליש פארווע » דאנארשטאג יולי 02, 2020 5:23 am

א גרויסן ייש''כ @ גאלדענע פעדער פאר'ן שרייבן איבער דער נושא, איך האב שוין לאנג געווארט איינער זאל שרייבן דערוועגן, עס וועט זיכער ארויסהעלפן אסאך אידן וגם אני בתוכם.
א קרעכטס ברעגט א קרעכטס און א דאנק ברענגט א דאנק. (קרעדיט: מיכאל שניצלער)

העלאו
שר חמש מאות
תגובות: 674
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 14, 2017 11:30 am

Re: בודזשעטינג: נישט דעקן די חודש און נישט אוועק לייגען פאר די עתיד די זעלבע פראבלעם אדער נישט?

תגובהדורך העלאו » דאנארשטאג יולי 02, 2020 12:17 pm

הרב גאלדענע פעדער
לאמיר איך פרעגן איר האט שוין אוועק געלייגט געלט פאר די שבע ברכות פון די אייניקלעך ?
לאך נישט א עווערזש מענטש פון זעכציג מאכט היינט חתונה א פאר אייניקלעך עס קאסט טויזענטערס ממילא ביסטו שוין יעצט א בעל חוב לשיטתך
אלא מאי מען קען נישט לעבן מיט אזעלכע חשבונות אודאי אויב מען האט איבריגע געלט דארף מען אוועקלייגן נישט פאשטשקענען אויף איבער מאכן די הויז יעדן צוויטען טאג און הולידעיס אבער יעצט זיך זארגן וועגן חתונה מאכן און וועגן אייניקלעך שבע ברכות און וועגן א חלקה און בית החיים איז נעריש

א פוינט
שר העשר
תגובות: 46
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 26, 2019 3:56 pm

Re: בודזשעטינג: נישט דעקן די חודש און נישט אוועק לייגען פאר די עתיד די זעלבע פראבלעם אדער נישט?

תגובהדורך א פוינט » דאנארשטאג יולי 02, 2020 1:04 pm

לאמיר צולייגן מיינע פאר סענט.
כ'האב קודם נישט געהאלטן מיט גאלדענע פעדער, אבער אין זיין פאריגע לענגערע תגובה האט ער זיך בעסער מסביר געווען.
די פוינט איז אזוי לענ"ד, כ'האלט נישט אז א אינגערמאן 2 יאר נאך די חתונה ווען ער גייט זוכן א דזשאב דארף טשעקן צו ס'איז אינקלאדעט אינעם וועידזש אויך 200 דאלאר אוועקצולייגן פאר די איין קינד וואס ער האט שוין, און בכלל האלט איך בשטה אז פארן טראכטן פון חתונה מאכן דארף מען טראכטן פון זיך, דהיינו, קויפן א הויז, בערך 2 חדשים עקסטרע הוצאות, און בכלל נישט לעבן אויפן דאלאר פונקטליך (דהיינו קוקן צו מזאל קויפן א לעבן אדער א יאגארט, וואס ס'איז 10 סענט ביליגער.) וואס כ'מיין אז ס'נישט געזונט פאר זיך און נישט פאר די שלום בית.
אבער דאס וואס ער ברענגט ארויס לגבי טייערע ליעסעס / וועקעישאן'ס וכו. איז ער 1000 פראצענט גערעכט ס'נישטא קיין שום היתר צו ספענדן געלט אין די וועלט אריין פאר'ן אוועקלייגן. די שאלה איז נאר פון ווען מ'דארף האבן די פרעשור פון חתונה מאכן.
בכלל גייט מען דאך עס שניידן האפנטליך #כח היחיד #קאראנא חתונות

Waukesha
שר חמש מאות
תגובות: 724
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 03, 2018 12:31 pm
לאקאציע: Waukesha City, Waukesha County WI

Re: בודזשעטינג: נישט דעקן די חודש און נישט אוועק לייגען פאר די עתיד די זעלבע פראבלעם אדער נישט?

תגובהדורך Waukesha » דאנארשטאג יולי 02, 2020 1:11 pm

העלאו האט געשריבן:הרב גאלדענע פעדער
לאמיר איך פרעגן איר האט שוין אוועק געלייגט געלט פאר די שבע ברכות פון די אייניקלעך ?
לאך נישט א עווערזש מענטש פון זעכציג מאכט היינט חתונה א פאר אייניקלעך עס קאסט טויזענטערס ממילא ביסטו שוין יעצט א בעל חוב לשיטתך
אלא מאי מען קען נישט לעבן מיט אזעלכע חשבונות אודאי אויב מען האט איבריגע געלט דארף מען אוועקלייגן נישט פאשטשקענען אויף איבער מאכן די הויז יעדן צוויטען טאג און הולידעיס אבער יעצט זיך זארגן וועגן חתונה מאכן און וועגן אייניקלעך שבע ברכות און וועגן א חלקה און בית החיים איז נעריש

אפשר טאקע? אפשר איז מען שוין יעצט אן אנזעץ ביז מען לייגעט נישט אוועק $150 א יאר פאר יעדער איינעקיל?

נאך א שאלה, חודש תשרי און ניסן קאסטען אפ א געוואלד מיט געלט, פאר גרויסע משפחות קען עס אפילו קאסטן $5000, ווען מען דעקט חודש אב, מיט $0 אין דער באנק, איז מען אן אנזעץ יעצט, אדער גייט מען ערשט ווערען אן אנזעץ אין א חודש ארום?

א פוינט
שר העשר
תגובות: 46
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 26, 2019 3:56 pm

Re: בודזשעטינג: נישט דעקן די חודש און נישט אוועק לייגען פאר די עתיד די זעלבע פראבלעם אדער נישט?

תגובהדורך א פוינט » דאנארשטאג יולי 02, 2020 1:21 pm

Waukesha האט געשריבן:
העלאו האט געשריבן:הרב גאלדענע פעדער
לאמיר איך פרעגן איר האט שוין אוועק געלייגט געלט פאר די שבע ברכות פון די אייניקלעך ?
לאך נישט א עווערזש מענטש פון זעכציג מאכט היינט חתונה א פאר אייניקלעך עס קאסט טויזענטערס ממילא ביסטו שוין יעצט א בעל חוב לשיטתך
אלא מאי מען קען נישט לעבן מיט אזעלכע חשבונות אודאי אויב מען האט איבריגע געלט דארף מען אוועקלייגן נישט פאשטשקענען אויף איבער מאכן די הויז יעדן צוויטען טאג און הולידעיס אבער יעצט זיך זארגן וועגן חתונה מאכן און וועגן אייניקלעך שבע ברכות און וועגן א חלקה און בית החיים איז נעריש

אפשר טאקע? אפשר איז מען שוין יעצט אן אנזעץ ביז מען לייגעט נישט אוועק $150 א יאר פאר יעדער איינעקיל?

נאך א שאלה, חודש תשרי און ניסן קאסטען אפ א געוואלד מיט געלט, פאר גרויסע משפחות קען עס אפילו קאסטן $5000, ווען מען דעקט חודש אב, מיט $0 אין דער באנק, איז מען אן אנזעץ יעצט, אדער גייט מען ערשט ווערען אן אנזעץ אין א חודש ארום?

נישט קיין אנזעץ אבער פון 1 חודש פראנאויס מיינעך דארף א בר דעת טראכטן

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 4 געסט