בודזשעטינג: נישט דעקן די חודש און נישט אוועק לייגען פאר די עתיד די זעלבע פראבלעם אדער נישט?

פינאנציעלע הילף און בודזשעטינג

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

איר קוקט אן די פראבלעם פון נישט אוועק לייגען כאטש אזא גרויסע פראבלעם ווי נישט די דעקן די חודש?

יא
46
48%
ניין
49
52%
 
סך הכל שטימען: 95

גאלדענע פעדער
שר האלפיים
תגובות: 2400
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע: אין שפיץ פונעם קרעמל

בודזשעטינג: נישט דעקן די חודש און נישט אוועק לייגען פאר די עתיד די זעלבע פראבלעם אדער נישט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גאלדענע פעדער »

איך וויל נישט יעצט אריין גיין מסביר זיין בעומק. אבער איך מיין דאס איז אונז (יודן׳ס) גרעסטע פראבלעם. אז דעם פראבלעם וועט מען מסדר זיין גייט מען נישט דארפן נישט קיין כח היחיד און נישט קיין תקנות אדער אלע אנדערע פאני מינע זאכען...

די שאלה איז א פשוטע שאלה איינער וואס קען נישט דעקן די חודש לאמיר זאגן למשל ער האט נישט קיין דזשאב פאר א האלבע יאר רח״ל און האט נישט געהאט קיין שום (אדער כמעט גארנישט קיין) סעווינגס פארדעם, איז יעדער מסכים אז ער איז אין א גרויסע צרה. און א יעדער וועט מסכים זיין אז דער האט א גרויסע פראבלעם. ס׳קען זיין אז ער קען דרייען אדער אנזעצען און גניבה׳נען פון קרעדיט קארדס.. אדער כאטש נעמען לאונס אדער הלואות פון גמחים און מיטן אייבערשטענס הילף - דורך דאווענען - זיך ארויס דרייען פון זיין שווערע מצב, אבער א יעדער איז מסכים אז ער איז אין א ערענסטע פראבלעם.

וואס טוט זיך מיט איינער וואס לייגט נישט אוועק אדער לייגט נישט אוועק געניג פאר די עתיד: וואס האלט איר איז ער אין די זעלבע (אדער אפי׳ ערגערע פראבלעם) ערענסטע פראבלעם אדער נישט?

מיין שאלה אביסעל מער בעומק:

מיין שאלה איז באמת אריין אזוי: וואס האלט איר?

ווען איז א מענטש אין דעם פראבלעם פון נישט קענען חתונה מאכן זיינע קינדער פיינענשעלי?

בשעת די תקופה פון חתונה מאכן די קינדער דעמאלטס ווערט די פראבלעם?

אדער די פראבלעם איז שוין פון ווען זיין קינד איז געבוירען געווארען ביז ער איז אין די יארן פון שידוכים און ער לייגט נישט אוועק אדער לייגט נישט אוועק געניג?

דאס מיין איך צו זאגן פונקט ווי ווען ער דעקט נישט דעם חודש איז א יעדער מסכים אז די פראבלעם איז יעצט דא.

איז דען נישט די זעלבע ווען ער האט נישט אויף אוועק צו לייגען סוף חודש פאר די עתיד, די פראבלעם שוין יעצט דא? דאס הייסט אז ער האט שוין יעצט דעם פראבלעם פון נישט קענען חתונה מאכן פיינענשעלי?
לעצט פארראכטן דורך גאלדענע פעדער אום מיטוואך יולי 01, 2020 8:07 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
גאלדענע פעדער
שר האלפיים
תגובות: 2400
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע: אין שפיץ פונעם קרעמל

Re: בודזשעטינג: נישט דעקן די חודש און נישט אוועק לייגען פאר די עתיד די זעלבע פראבלעם אדער נישט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גאלדענע פעדער »

אקעי. צוויי votes אויף ניין. נישט קיין פראבלעם לאמיר עס דורך שמיעסן. קום אריין מיט א תגובה מסביר זיין פארוואס איר האלט אז נישט אוועק לייגן געניג פאר די עתיד איז א קלענערע פראבלעם ווי נישט קענען דעקן די חודש. אז איר קענט נישט דיפענדען און מסביר זיין אייער סברה איז פשט אז איר זיכט פשוט א וועג זיך צו גרינג מאכן דאס לעבן און קענען שפענדען און האבן וואס איר חלומט נאר פון... דאס איז נישט קיין מהלך! קומט אריין מסביר זיין קען מיר האבן א שמיעס דערוועגן.

אגב דיסקליימער: איך בין נישט אין די אינשארענס ביזנעס ניטאמאל בין איך א אזוי געריפענע פיינענשעל עדווייזער. איך האב פשוט געליינט די ביכער פון מסילה און דעוו רעמזי איבער בודזשעטינג אין האב באקומען א געפיהל צו רעדן און לערנען מיט אנדערע דעם נושא פון בודזשעטינג.
בעל מנוחה
שר האלף
תגובות: 1166
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 21, 2017 5:08 pm

Re: בודזשעטינג: נישט דעקן די חודש און נישט אוועק לייגען פאר די עתיד די זעלבע פראבלעם אדער נישט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעל מנוחה »

גאלדענע פעדער האט געשריבן:וואס טוט זיך מיט איינער וואס לייגט נישט אוועק אדער לייגט נישט אוועק געניג פאר די עתיד: וואס האלט איר איז ער אין די זעלבע (אדער אפי׳ ערגערע פראבלעם) ערענסטע פראבלעם אדער נישט?

אויב איז שייך זיך אביסל בעסער ארויס צו ברענגען,
פון מיין בליק זעה איך נישט די פארגלייך פון די צוויי זאכן,
עס איז דא צוויי מיני טראגעדיעס איינס איז א גרויסע שנעלע טראגעדיע איינס איז א זאך וואס קען שפעטער ארויס קומען א פראבלעם וואס איז אויך זייער נישט גוט,
אבער וואסערע פארגלייך איז איינער וואס האט נישט קיין ברויט און מיטשעט זיך אויף סורווייוועל ווי איינער וואס אויף די מינוט איז ער געקאווערט אבער אויב וועט זיך מאכו א פראבלעם וועט ער דעמאלטס זיין אויף צרות אזוי ווי דער אנדערער איז יעצט.
וירא מנוחה כי טוב ויט שכמו לסבול
ווען מען איז זיך סובל קען מען שפירן די ריכטיגע מנוחה

אחוץ אז דו רעדסט פון איינער וואס פארשווענדט די געלט וואס דעמאלטס איז ער סתם אזוי אויף צרות,
ווייל ער געוואוינט זיך צו א ברייטע לעבן וואס עס שמעקט סווייפט מען דאס קארטל.
וירא מנוחה כי טוב ויט שכמו לסבול
ווען מען איז זיך סובל קען מען שפירן די ריכטיגע מנוחה
גאלדענע פעדער
שר האלפיים
תגובות: 2400
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע: אין שפיץ פונעם קרעמל

Re: בודזשעטינג: נישט דעקן די חודש און נישט אוועק לייגען פאר די עתיד די זעלבע פראבלעם אדער נישט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גאלדענע פעדער »

בעל מנוחה האט געשריבן:
גאלדענע פעדער האט געשריבן:וואס טוט זיך מיט איינער וואס לייגט נישט אוועק אדער לייגט נישט אוועק געניג פאר די עתיד: וואס האלט איר איז ער אין די זעלבע (אדער אפי׳ ערגערע פראבלעם) ערענסטע פראבלעם אדער נישט?

אויב איז שייך זיך אביסל בעסער ארויס צו ברענגען,
פון מיין בליק זעה איך נישט די פארגלייך פון די צוויי זאכן,
עס איז דא צוויי מיני טראגעדיעס איינס איז א גרויסע שנעלע טראגעדיע איינס איז א זאך וואס קען שפעטער ארויס קומען א פראבלעם וואס איז אויך זייער נישט גוט,
אבער וואסערע פארגלייך איז איינער וואס האט נישט קיין ברויט און מיטשעט זיך אויף סורווייוועל ווי איינער וואס אויף די מינוט איז ער געקאווערט אבער אויב וועט זיך מאכו א פראבלעם וועט ער דעמאלטס זיין אויף צרות אזוי ווי דער אנדערער איז יעצט.

זייער פשוט. לאמיר געבן נאך א פשוטע דוגמא: ווען איינער וויל קויפן א הויז און לאמיר זאגן ער מיז אראפ לייגען 100 טויזענט דאלער. בדרך הטבע מיז ער אוועק לייגן א יעדע איבריגע דאלער וואס ער קען, אמאל וועט אזא איינער, דארפען אזוי טוהן פאר 5 יאר און אמאל מער יארן און נאר דערנאך וועט ער האבן דעם down payment און קענען קויפען דעם הויז וואס ער וויל קויפען. איינער וואס טוט נישט אזוי און קוקט נישט אויף שפעטער הגם ער ווייסט אז די טעג צו קויפען א הויז - לאמיר זאגן ער מיז - ווערן נאנט, גייט האבן דעם זעלבע פנים זיך אנבארגען פון די גאנצע שטאט אדער דרייען אדער בא׳גניבה׳נען די קרעדיט קארד - בענק וכדו׳.

און אנדערע ווערטער די געדאנק וואס איך וויל דא פארדינען איז פשוט. ווען איינער קען ליידער נישט דעקן די חודש איז די פראבלעם שוין יעצט אויף די מינוט. די זעלבע איז די נישט אוועק לייגן למשל פאר א down payment צו קויפען א הויז געניג פרי אדער למשל פאר צי חתונה מאכן די קינדער נישט אוועק לייגן געניג פרי געשעהט די פראבלעם יעצט as we are speaking. ס׳איז נישט ווי מענשטען רעדן שיך איין אז די פראבלעם ווערט שפעטער נאר ער איז יעצט שוין אין דעם גרויסען פראבלעם.

ווייל בדרך הטבע אין רובו דרובו פעלער קומט נישט צו פליען א עקסטערע 50 אלפים פער קינד פונקט פאר די חתונה מאכן.
גאלדענע פעדער
שר האלפיים
תגובות: 2400
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע: אין שפיץ פונעם קרעמל

Re: בודזשעטינג: נישט דעקן די חודש און נישט אוועק לייגען פאר די עתיד די זעלבע פראבלעם אדער נישט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גאלדענע פעדער »

בעל מנוחה האט געשריבן:אחוץ אז דו רעדסט פון איינער וואס פארשווענדט די געלט וואס דעמאלטס איז ער סתם אזוי אויף צרות,
ווייל ער געוואוינט זיך צו א ברייטע לעבן וואס עס שמעקט סווייפט מען דאס קארטל.

יעצט גייט איר שוין אריין אין טעקניקעלס. אין טעקניקעלס ביי איינעם איז עס אז ער שפענט צו פוהל ביי א צווייטען מיינט עס אז ער דארף מער מתפלל זיין אויף זיין פרנסה. ביי א דריטען איז עס אז ער נעמט נישט די ארבייט געניג ערענסט ער פאלעצט ארום. ביי א פערדען מיינט עס אז ער דארף נעמען מער שעות פון ארבייט. בקיצור נישט דאס איז מיין נקידה יעצט.

די נקידה איז א סברה צו מען קוקט אן די פראבלעם פון נישט אוועק לייגען אדער נישט אוועק לייגען געניג ווי א פראבלעם וואס איז יעצט דא אין פראנט פון מיר פונקט ווי די נישט דעקן די חודש איז א פראבלעם יעצט אין פארענט פון מיר אדער איך קוק עס אן ווי די פראבלעם איז נישט יעצט דא און ממילא איז עס א קלענערע פראבלעם ווי נישט קענען דעקן די חודש. פארשטייסט?
לעצט פארראכטן דורך גאלדענע פעדער אום מאנטאג יוני 29, 2020 12:09 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
בעל מנוחה
שר האלף
תגובות: 1166
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 21, 2017 5:08 pm

Re: בודזשעטינג: נישט דעקן די חודש און נישט אוועק לייגען פאר די עתיד די זעלבע פראבלעם אדער נישט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעל מנוחה »

יא,
אויב איך פארשטיי עס גוט זאגסטו אז זיי זענען בעצם ביידע און די זעלבע פראבלעם נאר דער וואס האט "יעצט" נישט וואס צו לייגן אויפן טיש פילט עס יעצט שטארק, אבער דער וואס לייגט נישט אוועק געלט "פילט" עס יעצט נישט אויף די מינוט אבער איז בעצם און די זעלבע לאך.
וירא מנוחה כי טוב ויט שכמו לסבול
ווען מען איז זיך סובל קען מען שפירן די ריכטיגע מנוחה
גאלדענע פעדער
שר האלפיים
תגובות: 2400
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע: אין שפיץ פונעם קרעמל

Re: בודזשעטינג: נישט דעקן די חודש און נישט אוועק לייגען פאר די עתיד די זעלבע פראבלעם אדער נישט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גאלדענע פעדער »

בעל מנוחה האט געשריבן:יא,

יא ריכטיג גוט געזאגט. וואס האלט איר?

גאלדענע פעדער האט געשריבן:

קען זיין און טעאריע ביזטו 100% גערעכט,
אבער לפי ראות עיני איז עס בכלל נישט קיין פארגלייך,
לאמיר זיך אביסל מסביר זיין,
ווי אזוי קען מען מעסטן א פראבלעם? איז דא אפאר וועגן ווי מען קען עס אנקוקן, קודם דארף מען קוקן וואסערע לעזונג דארף מען האבן פאר אים צו שטעלן אויף די פיס וואס און דעם איז דא א גרויסע נפק"מ צו ער איז שוין אריינגעפאלן אין לאך אדער אז ער זאל נישט אריינפאלן אין לאך ווייל אויב איז ער נאכנישט אריינגעפאלן איז אסאך גרינגער צו מאכן ער זאל נישט אריינפאלן ווי ארויס צו שלעפן ווען ער איז שוין טיף אין גריב,
און אויך איז די געפיל גאר א גרויסע פאקטאר ווייל ווען איינער פילט אין די ערד איז אסאך שווערער אים צו העלפן רוב מאל האט ער נישט די קאפ צו נעמען א בעסערע דזשאב אדער עפענען א אייגענע ביזנעס אויפן ריכטיגן וועג,
פארדעם זעה איך עס נישט פאר די זעלבע לעוועל פראבלעם.
וירא מנוחה כי טוב ויט שכמו לסבול
ווען מען איז זיך סובל קען מען שפירן די ריכטיגע מנוחה
אוועטאר
זעהער
שר האלף
תגובות: 1363
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 10, 2017 4:27 pm

Re: בודזשעטינג: נישט דעקן די חודש און נישט אוועק לייגען פאר די עתיד די זעלבע פראבלעם אדער נישט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זעהער »

נעמט אין אכט אז ס'איז זייער שווער צו דן זיין ווען עס קומט צו שפענדן ווייניגער ווייל וואס ראובן האלט איז וויכטיג האלט שמעון אז נישט וכו'.

נאכמער געווענליך דער מענטש וואס שפענדט צו סאך און לייגט גארנישט אוועק ער האלט אז ער ספענט נישט קיין איבריגע דאללער

מיין עצה צון א מענטש וואס לייגט גארנישט אוועק וואלט געווען אז ער זאל זיך דורכרעדן מיט עקספערטן אין דיע נושא וואס זאלן דורכקוקן זיינע עיקספעינסעס און זעהן אויב אלעס וואס ער ספענט איז טאקע וויכטיג.
אחד הרבנים
שר האלף
תגובות: 1294
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 09, 2019 10:34 pm

Re: בודזשעטינג: נישט דעקן די חודש און נישט אוועק לייגען פאר די עתיד די זעלבע פראבלעם אדער נישט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחד הרבנים »

געשטימיט אויף ניין.
צוליב:
1)איינער וואס האט נישט אויפן חודש האט אודאי נישט אוועקצולייגן, אטאמאטיש איז ער אין ביידע פראבלעמען. ווידער, איינער וואס דעקט דעם חודש האט כאטש חי שעה.
2) דער וואס קען דעקן דעם חודש האט א געוויסע רואיגקייט און מעגליכקייט צו פלאנירן אויף פאראויס. ווידער, דער וואס קען דעם חודש נישט דעקן האט נישט קיין רואיגן מינוט און איז צוריסן אן קיין קאפ צו טראכטען אויף פאראויס.
3) דער וואס האט נישט צו דעקן דעם חודש טאר נישט (לפעניי״ד) טראכטען פון אוועקלייגן. ער דארף קודם קוקן אויפן קורצן טערמין.
4)דער וואס איז מסודר צו דעקן דעם חודש האט די מעגליכקייט און צייט (ווענדט זיך ווי נאנט ער איז צום געברויך) עס זאל אינטערקומען א מהלך ווי אזוי צו קענען אוועקלייגן. צ.ב.ש. א העכערונג אין געהאלט, בעסערע דזשאב וכד׳ משא״כ למי שאין לו.
5) דער וואס קען נישט דעקן דעם חודש, טאמער האלט עס אן מער ווי א קורצע צייט, גייט ער זיך טרעפן זייער שנעל א בעל חוב פאר מענטשען, בענק וכד׳ אפילו ס׳זאל אים שפעטער אינטערקומען א מסודרדיגן אינקאם, בלייבט ער מיט די חובות וואס לויפן אים נאך פאר יארן און ווען עס קומט די גרעסערע הוצאה צו וואס ער וואלט ווען געדארפט אוועקלייגן איז נישטא פון וואס ... משא״כ דער וואס דעקט דעם חודש אבער אן אוועקלייגן קומט אן צום גרעסערע הוצאה אן קיין פריערדיגע חובות איז דא געוויסע מעגליכקייטן א דורך צושוויצן מיט הלוואות אויפן חשבון צו אפצאלן נאך די הוצאה איז פאראיבער (כלפי חתונה מאכן איז דעי נקודה נישט אזוי גילטיג אויב מען האט א פילע שטוב מיט קינדער, אבער דאס לעבן ברענגט מיט זיך אנדערע גרעסערע איינמאליגע הוצואות אויף וואס דער וואס לייגט נישט אוועק מיטשעט זיך שטארק)
שיעלע בהמה
שר האלפיים
תגובות: 2366
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 10, 2019 11:59 am

Re: בודזשעטינג: נישט דעקן די חודש און נישט אוועק לייגען פאר די עתיד די זעלבע פראבלעם אדער נישט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שיעלע בהמה »

ניוואדע.
די לעבנס-קאסט ווערט במשך די יארן העכער און העכער און אויב לייגט מען נישט אוועק געלט ערגעץ וואו אז עס זאל כאטש עפעס וואקסן ביסטו כמעט א פארזיכערטער אנזעצער, פארשטייט זיך ע"פ דרך הטבע.

יא סאיז דער זעלבער פראבלעם, דאס איז מיט א בליק אויף די עתיד.
אבער מיט א בליק אויף די הוה איז דאך אוואדע דער עני וואס קען נישט דעקן דעם חודש אסאך אסאך ערגער.
אוועטאר
Waukesha
שר חמש מאות
תגובות: 780
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 03, 2018 12:31 pm
לאקאציע: Waukesha City, Waukesha County WI

Re: בודזשעטינג: נישט דעקן די חודש און נישט אוועק לייגען פאר די עתיד די זעלבע פראבלעם אדער נישט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Waukesha »

אחד הרבנים האט געשריבן:געשטימיט אויף ניין.
צוליב:
1)איינער וואס האט נישט אויפן חודש האט אודאי נישט אוועקצולייגן, אטאמאטיש איז ער אין ביידע פראבלעמען. ווידער, איינער וואס דעקט דעם חודש האט כאטש חי שעה.
2) דער וואס קען דעקן דעם חודש האט א געוויסע רואיגקייט און מעגליכקייט צו פלאנירן אויף פאראויס. ווידער, דער וואס קען דעם חודש נישט דעקן האט נישט קיין רואיגן מינוט און איז צוריסן אן קיין קאפ צו טראכטען אויף פאראויס.
3) דער וואס האט נישט צו דעקן דעם חודש טאר נישט (לפעניי״ד) טראכטען פון אוועקלייגן. ער דארף קודם קוקן אויפן קורצן טערמין.
4)דער וואס איז מסודר צו דעקן דעם חודש האט די מעגליכקייט און צייט (ווענדט זיך ווי נאנט ער איז צום געברויך) עס זאל אינטערקומען א מהלך ווי אזוי צו קענען אוועקלייגן. צ.ב.ש. א העכערונג אין געהאלט, בעסערע דזשאב וכד׳ משא״כ למי שאין לו.
5) דער וואס קען נישט דעקן דעם חודש, טאמער האלט עס אן מער ווי א קורצע צייט, גייט ער זיך טרעפן זייער שנעל א בעל חוב פאר מענטשען, בענק וכד׳ אפילו ס׳זאל אים שפעטער אינטערקומען א מסודרדיגן אינקאם, בלייבט ער מיט די חובות וואס לויפן אים נאך פאר יארן און ווען עס קומט די גרעסערע הוצאה צו וואס ער וואלט ווען געדארפט אוועקלייגן איז נישטא פון וואס ... משא״כ דער וואס דעקט דעם חודש אבער אן אוועקלייגן קומט אן צום גרעסערע הוצאה אן קיין פריערדיגע חובות איז דא געוויסע מעגליכקייטן א דורך צושוויצן מיט הלוואות אויפן חשבון צו אפצאלן נאך די הוצאה איז פאראיבער (כלפי חתונה מאכן איז דעי נקודה נישט אזוי גילטיג אויב מען האט א פילע שטוב מיט קינדער, אבער דאס לעבן ברענגט מיט זיך אנדערע גרעסערע איינמאליגע הוצואות אויף וואס דער וואס לייגט נישט אוועק מיטשעט זיך שטארק)

אויך געשטימט אויף ניין, וועגען סיבה 1.

איך בין האלבסוועג מסכים מיט 2, ווייל איינער וואס דעקט די חודש און האט נישט קיין אוועקגעלייגטע געלט, האט נישט קיין רואיגקייט. אבער די נקודה פון קענען אנפאנגען טראכטן פון אוועקלייגען איז ריכטיג

3 און 4 זענען פשוט איבערגעחזר׳ט די צווייטע נקודה פון 2.

5 בין איך אויך מסכים.
אחד הרבנים
שר האלף
תגובות: 1294
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 09, 2019 10:34 pm

Re: בודזשעטינג: נישט דעקן די חודש און נישט אוועק לייגען פאר די עתיד די זעלבע פראבלעם אדער נישט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחד הרבנים »

שיעלע בהמה האט געשריבן:ניוואדע.
די לעבנס-קאסט ווערט במשך די יארן העכער און העכער און אויב לייגט מען נישט אוועק געלט ערגעץ וואו אז עס זאל כאטש עפעס וואקסן ביסטו כמעט א פארזיכערטער אנזעצער, פארשטייט זיך ע"פ דרך הטבע.

אויב פלאנט איר צו לעבן אויף אוועקגעלייגטע געלטער ווען לעבנס קאסטען הייבן אן ארויף צוגיין, דאן זענט אמר אויף געהאקטע...
אוועקלייגן דארף מען אויף גרעסערע הוצאות וואס קומט אינטער אמאל אמאל אדער אויף חתונה מאכן.
שיעלע בהמה
שר האלפיים
תגובות: 2366
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 10, 2019 11:59 am

Re: בודזשעטינג: נישט דעקן די חודש און נישט אוועק לייגען פאר די עתיד די זעלבע פראבלעם אדער נישט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שיעלע בהמה »

אחד הרבנים האט געשריבן:

ניין מדארף דאס לייגן "ערגעץ" נישט סתם אין א סעיווינגס אקאונט פארשטייט זיך.
שיעלע בהמה
שר האלפיים
תגובות: 2366
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 10, 2019 11:59 am

Re: בודזשעטינג: נישט דעקן די חודש און נישט אוועק לייגען פאר די עתיד די זעלבע פראבלעם אדער נישט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שיעלע בהמה »

איך פארשטיי פון הרב גאלדענע פעדער אז ער וויל צוקומען צו די נושא פון מיוטשעל פאנדס.. ני לאמיר צוגיין תיכף צום נושא.
שיעלע בהמה
שר האלפיים
תגובות: 2366
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 10, 2019 11:59 am

Re: בודזשעטינג: נישט דעקן די חודש און נישט אוועק לייגען פאר די עתיד די זעלבע פראבלעם אדער נישט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שיעלע בהמה »

שיעלע בהמה
שר האלפיים
תגובות: 2366
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 10, 2019 11:59 am

Re: בודזשעטינג: נישט דעקן די חודש און נישט אוועק לייגען פאר די עתיד די זעלבע פראבלעם אדער נישט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שיעלע בהמה »

אין מיין מיינונג זאל מען די ערשטע זאך קויפן א ביליגע הויז נישט קיין חילוק וועלכע און נישט ווארטן אויף די פערפעקטע ווייל דו פארברענסט דערמיט יארן פון עקוועטי און דו צאלסט דיין שווער אויסגעהארעוועטע געלט פארן לענדלארד.
אין אפסטעיט מאנסי/מאנראו קען מען מיט א 25k/35k זיך ארויסלאזן אויף די יארכע.

אין די היימישע געגנטער איז לכאורה א לכתחילה צו נעמען מארגידזשעס אויף הייזער און אריינשטעלן טענענטס און קויפן מיט די עקוועטי נאך, די בליק פון קויפן "1" הויז און "אפצאלן" די מארגידזש איז א צוריקגעשטאנענע און מבלייבט אן אנזעצער.

ווי קומט דא אריין די נושא פון קויפן הייזער? זייער פשוט, דאס איז די וועג פון זיך פארזיכערן ע"פ דרך הטבע מיט עסעטס.
אוועטאר
Waukesha
שר חמש מאות
תגובות: 780
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 03, 2018 12:31 pm
לאקאציע: Waukesha City, Waukesha County WI

Re: בודזשעטינג: נישט דעקן די חודש און נישט אוועק לייגען פאר די עתיד די זעלבע פראבלעם אדער נישט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Waukesha »

שיעלע בהמה האט געשריבן:אין מיין מיינונג זאל מען די ערשטע זאך קויפן א ביליגע הויז נישט קיין חילוק וועלכע און נישט ווארטן אויף די פערפעקטע ווייל דו פארברענסט דערמיט יארן פון עקוועטי און דו צאלסט דיין שווער אויסגעהארעוועטע געלט פארן לענדלארד.
אין אפסטעיט מאנסי/מאנראו קען מען מיט א 25k/35k זיך ארויסלאזן אויף די יארכע.

אין די היימישע געגנטער איז לכאורה א לכתחילה צו נעמען מארגידזשעס אויף הייזער און אריינשטעלן טענענטס און קויפן מיט די עקוועטי נאך, די בליק פון קויפן "1" הויז און "אפצאלן" די מארגידזש איז א צוריקגעשטאנענע און מבלייבט אן אנזעצער.

קען איך נעבעך איינער, וואס האט אזוי געטוהן, למעשה שטייט יעצט זיין הויז ליידיג אן קיין טענעט, און ער צאלט מדי חודש בחודשו רענט + מארטגעדיש, און זיין ערשטער הויז איז יעצט פאר פארקלוזשער.
שיעלע בהמה
שר האלפיים
תגובות: 2366
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 10, 2019 11:59 am

Re: בודזשעטינג: נישט דעקן די חודש און נישט אוועק לייגען פאר די עתיד די זעלבע פראבלעם אדער נישט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שיעלע בהמה »

Waukesha האט געשריבן:

די טשענס זיך צו טרעפן אין אזא מצב איז אסאך נידעריגער רעלעטיוו צו סיי וועלכע אנדערע ריסק וואס מענטשן נעמען.
און ממוז נעמען ריסקס ווייל אויב נישט ביסטו א ודאי אנזעצער.
אחד הרבנים
שר האלף
תגובות: 1294
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 09, 2019 10:34 pm

Re: בודזשעטינג: נישט דעקן די חודש און נישט אוועק לייגען פאר די עתיד די זעלבע פראבלעם אדער נישט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחד הרבנים »

יושע, איר האט גענומען אן אשכול און דאס פשוט דעפארטירט.
אוועטאר
פרישע קוגל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3014
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 13, 2020 1:14 pm
לאקאציע: און עוד מלבדו - דענווער קאלאראדא

Re: בודזשעטינג: נישט דעקן די חודש און נישט אוועק לייגען פאר די עתיד די זעלבע פראבלעם אדער נישט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרישע קוגל »

געשטימט אויף ניין.
נישט ווייל ס'איז נישט קיין פראבלעם, ס'איז זיכער א פראבלעם דאס נישט אוועקלייגן אבער נישט אזא גרויסע פראבלעם ווי נישט דעקן דעם חודש.
נישט דעקן דעם חודש איז א טראגעדיע, אבער נישט אוועקלייגן איז א פראבלעם וואס מ'גייט זיך דארפ'ן מוטשענען ביז נאכן חתונה מאכן די קינדער.
טאקע א פראבלעם אבער נישט קיין טראגעדיע
גאלדענע פעדער
שר האלפיים
תגובות: 2400
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע: אין שפיץ פונעם קרעמל

Re: בודזשעטינג: נישט דעקן די חודש און נישט אוועק לייגען פאר די עתיד די זעלבע פראבלעם אדער נישט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גאלדענע פעדער »

פרישע קוגל האט געשריבן:געשטימט אויף ניין.
נישט ווייל ס'איז נישט קיין פראבלעם, ס'איז זיכער א פראבלעם דאס נישט אוועקלייגן אבער נישט אזא גרויסע פראבלעם ווי נישט דעקן דעם חודש.
נישט דעקן דעם חודש איז א טראגעדיע, אבער נישט אוועקלייגן איז א פראבלעם וואס מ'גייט זיך דארפ'ן מוטשענען ביז נאכן חתונה מאכן די קינדער.
טאקע א פראבלעם אבער נישט קיין טראגעדיע

זייט ביטע מסביר. פארוואס איז נישט דעקן די חודש ביי אייך א טראגעדיע און נישט קענען חתונה מאכן די קינדער נאר א מיטשע און נישט קיין טראגעדיע?
שיעלע בהמה
שר האלפיים
תגובות: 2366
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 10, 2019 11:59 am

Re: בודזשעטינג: נישט דעקן די חודש און נישט אוועק לייגען פאר די עתיד די זעלבע פראבלעם אדער נישט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שיעלע בהמה »

אחד הרבנים האט געשריבן:יושע, איר האט גענומען אן אשכול און דאס פשוט דעפארטירט.

כהאב פארשטאנען אז די תכלית דא איז נישט צו בלייבן ביי א ניין יא שמוס, כהאב געזעהן אז @גאלדענע פעדער דער פותח האשכול איז מרמז צו דעיוו רעמזי וכו' האמיר באשלאסן צו פירקלען מיינע צוויי צענט איבער בויען א פינאנציעלע עתיד.
גאלדענע פעדער
שר האלפיים
תגובות: 2400
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע: אין שפיץ פונעם קרעמל

Re: בודזשעטינג: נישט דעקן די חודש און נישט אוועק לייגען פאר די עתיד די זעלבע פראבלעם אדער נישט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גאלדענע פעדער »

איך דארף ווען אביסעל בעסער מסביר זיין מיין שאלה:

מיין שאלה איז באמת אריין אזוי: וואס האלט איר?

ווען איז א מענטש אין דעם פראבלעם פון נישט קענען חתונה מאכן זיינע קינדער פיינענשעלי?

בשעת די תקופה פון חתונה מאכן די קינדער דעמאלטס ווערט די פראבלעם?

אדער די פראבלעם איז שוין פון ווען זיין קינד איז געבוירען געווארען ביז ער איז אין די יארן פון שידוכים און ער לייגט נישט אוועק אדער לייגט נישט אוועק געניג?

דאס מיין איך צו זאגן פונקט ווי ווען ער דעקט נישט דעם חודש איז א יעדער מסכים אז די פראבלעם איז יעצט דא.

איז דען נישט די זעלבע ווען ער האט נישט אויף אוועק צו לייגען סוף חודש פאר די עתיד, די פראבלעם שוין יעצט דא? דאס הייסט אז ער האט שוין יעצט דעם פראבלעם פון נישט קענען חתונה מאכן פיינענשעלי?
שרייב תגובה

צוריק צו “פינאנץ”