אייוועלט ניק אינטערוויא - לכאורה

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
ענדע צדיק!
שר חמשת אלפים
תגובות: 5933
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

Re: אייוועלט ניק אינטערוויא - לכאורה

תגובהדורך ענדע צדיק! » דינסטאג יוני 30, 2020 11:44 am

קען זיין, אבער אלעס צוזאמען שיין אין א רייע, איז פשוט, ווי מען זאגט, ׳וואס זאגסטו אויף אים?׳
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון

בשבילי נברא
שר האלפיים
תגובות: 2177
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 18, 2010 10:53 am

Re: אייוועלט ניק אינטערוויא - לכאורה

תגובהדורך בשבילי נברא » דינסטאג יוני 30, 2020 1:18 pm

לכאורה האט געשריבן:ס'מיר אזוי אינטערעסאנט דער פאקט אז מענטשן האבן הנאה פון דעם אינטערוויו (איינער איז מיר צוגעקומען אין ביהמ"ד מיט א טאמבס-אפ, אנדערע אין אישי, און רוב טאקע דא ברבים), דען איך האב מיך איינגערעדט אז די אלע זאכן זענען דברים פשוטים וואס מען האט שוין אויסגעדראשן מערערע מאל אויף די שפאלטענעס פון אייוועלט.

ס'איז נישט נאר דאס געזאגטע, ס'איז איבער דעם זאגער און די וועג וויאזוי ער זאגט עס...

קומסט אריין זייער צוגעלאזן און דאון טו אירטה, אז דער עולם שפירט זיך זייער באקוועם דערמיט, כאילו מ'האמיר דא איינעם מיינס גלייכן על אף וואס ער איז פון די (סאו קאלד) הויכגעשפריצטע הנהלה, ס'איז עפעס אזא בחינה פון "הלא אח לנו בבית המלך"....

עפעס אזא הרגשה האב איך ווען איך זעה דעם ציבור'ס ריספאנס צו דיין אינטערוויו מיט דיינע געדולדיגע ענטפערס פאר יעדן, דבר דיבור על אופניו.

אוועטאר
נקודהלע
שר חמש מאות
תגובות: 884
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 07, 2019 10:58 pm

Re: אייוועלט ניק אינטערוויא - לכאורה

תגובהדורך נקודהלע » דינסטאג יוני 30, 2020 1:25 pm

בשבילי נברא האט געשריבן:
לכאורה האט געשריבן:ס'מיר אזוי אינטערעסאנט דער פאקט אז מענטשן האבן הנאה פון דעם אינטערוויו (איינער איז מיר צוגעקומען אין ביהמ"ד מיט א טאמבס-אפ, אנדערע אין אישי, און רוב טאקע דא ברבים), דען איך האב מיך איינגערעדט אז די אלע זאכן זענען דברים פשוטים וואס מען האט שוין אויסגעדראשן מערערע מאל אויף די שפאלטענעס פון אייוועלט.

ס'איז נישט נאר דאס געזאגטע, ס'איז איבער דעם זאגער און די וועג וויאזוי ער זאגט עס...

קומסט אריין זייער צוגעלאזן און דאון טו אירטה, אז דער עולם שפירט זיך זייער באקוועם דערמיט, כאילו מ'האמיר דא איינעם מיינס גלייכן על אף וואס ער איז פון די (סאו קאלד) הויכגעשפריצטע הנהלה, ס'איז עפעס אזא בחינה פון "הלא אח לנו בבית המלך"....

עפעס אזא הרגשה האב איך ווען איך זעה דעם ציבור'ס ריספאנס צו דיין אינטערוויו מיט דיינע געדולדיגע ענטפערס פאר יעדן, דבר דיבור על אופניו.

איך עגרי מיט וועגן מיר איז באשאפן %100
ס'איז א נקודה'לע, א קליינער. אמאל קומט עס בטעות ארויס ווי א סקריבל, אבער מ'קען אייביג מעקן און צוריקברענגען צום נקודה.

אוועטאר
זאג א גוטס
שר חמש מאות
תגובות: 607
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 08, 2018 3:36 pm

Re: אייוועלט ניק אינטערוויא - לכאורה

תגובהדורך זאג א גוטס » דינסטאג יוני 30, 2020 2:01 pm

בשבילי נברא האט געשריבן:
לכאורה האט געשריבן:ס'מיר אזוי אינטערעסאנט דער פאקט אז מענטשן האבן הנאה פון דעם אינטערוויו (איינער איז מיר צוגעקומען אין ביהמ"ד מיט א טאמבס-אפ, אנדערע אין אישי, און רוב טאקע דא ברבים), דען איך האב מיך איינגערעדט אז די אלע זאכן זענען דברים פשוטים וואס מען האט שוין אויסגעדראשן מערערע מאל אויף די שפאלטענעס פון אייוועלט.

ס'איז נישט נאר דאס געזאגטע, ס'איז איבער דעם זאגער און די וועג וויאזוי ער זאגט עס...

קומסט אריין זייער צוגעלאזן און דאון טו אירטה, אז דער עולם שפירט זיך זייער באקוועם דערמיט, כאילו מ'האמיר דא איינעם מיינס גלייכן על אף וואס ער איז פון די (סאו קאלד) הויכגעשפריצטע הנהלה, ס'איז עפעס אזא בחינה פון "הלא אח לנו בבית המלך"....

עפעס אזא הרגשה האב איך ווען איך זעה דעם ציבור'ס ריספאנס צו דיין אינטערוויו מיט דיינע געדולדיגע ענטפערס פאר יעדן, דבר דיבור על אופניו.

בשבילי האסט ממש תופס מחשבה געוועזן...
איך באוואונדער אלץ און עדמייער @לכאורה, ווי ער איז פון די אלטע גווארדיע, אבער פארברענגט מיט די יונגעלייט'לעך מיט א נאטורליכע געשמאק, און טאקע זיין אלעמאל ענטפערן מיט אזא צוגעלאזנקייט, וואס קומט אממערסטן צום אויבערפלאך אינעם אפענע צענזור שמועס אשכול ווי אסאך מאל הייבט ער אריין פון וועמען ער וואלט געקענט באשיינען אלס עלטער פעטער ביי זייער בר מצוה...
לכאורה, דיין געמיינזאמקייט און נאטורליכקייט מאכסט אונז אלע דא שפירן אויף דעם וועלטל אזויווי אונזערע פריערדיגע האבן געזאגט: אוו די פיפל - ביי די פיפל - פאר די פיפל.

צו דערציילן ביים שבת טיש
אז מען געוואוינט זיך נישט איין יונגעהייט צו זיצן שעות על שעות כל כולו שקוע בתורה איז עס טאקע געפערליך ווען מען איז עלטער....
קרעדיט: למעלה משבעים

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 12898
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

Re: אייוועלט ניק אינטערוויא - לכאורה

תגובהדורך לכאורה » דינסטאג יוני 30, 2020 3:04 pm

איך מיין איך כאפ שוין, אייערע פערזענליכע מיינונגען אויף די הנהלה דא, וועמען מאנכע באטראכטן אלס באבלאזענע און באטראפעצטע אידעלעך וואס שטייען כסדר מיט'ן מעקער צווישן די ציין און א שלאס אויף יעדע פינגער, מאכן אייך שעצן ווען א הנהלה מיטגליד פירט זיך נאטורליך...
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

עכט היימיש
שר האלפיים
תגובות: 2500
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm

Re: אייוועלט ניק אינטערוויא - לכאורה

תגובהדורך עכט היימיש » דינסטאג יוני 30, 2020 3:07 pm

לכאורה האט געשריבן:איך מיין איך כאפ שוין, אייערע פערזענליכע מיינונגען אויף די הנהלה דא, וועמען מאנכע באטראכטן אלס באבלאזענע און באטראפעצטע אידעלעך וואס שטייען כסדר מיט'ן מעקער צווישן די ציין און א שלאס אויף יעדע פינגער, מאכן אייך שעצן ווען א הנהלה מיטגליד פירט זיך נאטורליך...

איך האב עס טאקע אלעמאל אזוי אנגעקוקט. און טאקע אלעמאל אנגעקוקט לכאורה אלץ דער איינציגסטער מנהל מן השורה, מיט וועמען מען קען רעדן און הערן.

גראדע קוק איך עס נאך אלץ אזוי אן.
איך גיי נישט אהין, נישט ווייל איך האב עפעס אקעגן דעם, און נישט ווייל עס איז אקעגן מיין שיטה, נאר פשוט וויל עס איז נישט "היימיש".

וואס מיינט היימיש? היימיש!

Haklal
שר האלף
תגובות: 1368
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

Re: אייוועלט ניק אינטערוויא - לכאורה

תגובהדורך Haklal » דינסטאג יוני 30, 2020 9:12 pm

זאג א גוטס האט געשריבן:
בשבילי נברא האט געשריבן:
לכאורה האט געשריבן:ס'מיר אזוי אינטערעסאנט דער פאקט אז מענטשן האבן הנאה פון דעם אינטערוויו (איינער איז מיר צוגעקומען אין ביהמ"ד מיט א טאמבס-אפ, אנדערע אין אישי, און רוב טאקע דא ברבים), דען איך האב מיך איינגערעדט אז די אלע זאכן זענען דברים פשוטים וואס מען האט שוין אויסגעדראשן מערערע מאל אויף די שפאלטענעס פון אייוועלט.

ס'איז נישט נאר דאס געזאגטע, ס'איז איבער דעם זאגער און די וועג וויאזוי ער זאגט עס...

קומסט אריין זייער צוגעלאזן און דאון טו אירטה, אז דער עולם שפירט זיך זייער באקוועם דערמיט, כאילו מ'האמיר דא איינעם מיינס גלייכן על אף וואס ער איז פון די (סאו קאלד) הויכגעשפריצטע הנהלה, ס'איז עפעס אזא בחינה פון "הלא אח לנו בבית המלך"....

עפעס אזא הרגשה האב איך ווען איך זעה דעם ציבור'ס ריספאנס צו דיין אינטערוויו מיט דיינע געדולדיגע ענטפערס פאר יעדן, דבר דיבור על אופניו.

בשבילי האסט ממש תופס מחשבה געוועזן...
איך באוואונדער אלץ און עדמייער @לכאורה, ווי ער איז פון די אלטע גווארדיע, אבער פארברענגט מיט די יונגעלייט'לעך מיט א נאטורליכע געשמאק, און טאקע זיין אלעמאל ענטפערן מיט אזא צוגעלאזנקייט, וואס קומט אממערסטן צום אויבערפלאך אינעם אפענע צענזור שמועס אשכול ווי אסאך מאל הייבט ער אריין פון וועמען ער וואלט געקענט באשיינען אלס עלטער פעטער ביי זייער בר מצוה...
לכאורה, דיין געמיינזאמקייט און נאטורליכקייט מאכסט אונז אלע דא שפירן אויף דעם וועלטל אזויווי אונזערע פריערדיגע האבן געזאגט: אוו די פיפל - ביי די פיפל - פאר די פיפל.


;l;p- ;l;p- ;l;p-

אוועטאר
מיט א פרישקייט
שר חמש מאות
תגובות: 562
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 28, 2019 12:00 pm
לאקאציע: פריש'ידער

Re: אייוועלט ניק אינטערוויא - לכאורה

תגובהדורך מיט א פרישקייט » דינסטאג יוני 30, 2020 9:40 pm

זייער א שיינע אשכול, פון די שענסטע וואס כ'האב דא געליינט זינט איך בין דא.

יישר כח הרב לכאורה.
קלוגע מענטשן רעדן וועגן געדאנקען; דורכשניטליכע מענטשן רעדן וועגן געשעענישן; נארישע מענטשן רעדן וועגן מענטשן.

אוועטאר
טשייניק
שר מאה
תגובות: 193
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 18, 2014 11:03 pm
לאקאציע: אויפן געז רענדזש

תגובהדורך טשייניק » דינסטאג יוני 30, 2020 10:55 pm

יישר כח הרב לכאורה, אן עקסטערע געשמאק פון יעדע תגובה באזונדער.

אוועטאר
הרבטייטעלבוים
שר האלף
תגובות: 1863
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 20, 2012 5:52 pm
לאקאציע: שתולים בבית ד'

Re: אייוועלט ניק אינטערוויא - לכאורה

תגובהדורך הרבטייטעלבוים » מיטוואך יולי 01, 2020 12:55 am

יישר כח הרב לכאורה פאר די דברים פשוטים, וואס ווי כמדובר כמה פעמים איז שוין געווארען מדובר כמה פעמים, און אלעמאל מיט די זעלבע פשטות אן קיין זוז [זוזי] כל שהוא פון ווען איר האט איבערגענומען דא עד היום הזה.

מיין שאלה פארוואס די אוועטער, כ'מיש זיך אלעמאל מיט טייבעלע.
הק' איתמר טייטעלבוים
אבד"ק דלאָניע והגלילות

אוועטאר
maybeeynot
שר שלשת אלפים
תגובות: 3284
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
לאקאציע: ווי איך שטעק אריין מיין נאז

Re: אייוועלט ניק אינטערוויא - לכאורה

תגובהדורך maybeeynot » מיטוואך יולי 01, 2020 5:18 pm

גרויסע עם הארץ האט געשריבן:אינטערוויו איז אפגעהאלטן געווארן דורך ר' Simcha .

א גוטן רבי לכאורה.

האט איינער אמאל אייך דערקענט פון אייוועלט? אויב יא, וויאזוי איז עס צוגעגאנגען?


איך געדענק נישט איינער זאל ממש כאפן פון מיין שרייבעריי ווער איך בין, אבער מסתמא געדענק איך נישט גוט.


איך מיין איך האב דיר יא מגלה געווען (חוץ אויב איך לעב אין א טעות עד היום) פון דיין נפילה באשרייבונג. נאך וואס איך האב געזען הצלה דיך (?) באהאנדלן אופן גאס אין ניי ווילי יענע זונטאג אינדערפרי אין ס'האט זייער רילעדעט צי דיין מעשה
א מענטש איז נאר א מענטש אין צומאל דעס אויך נישט (בשם הרה"ג ר' מרדכי דוד קאהן זצ"ל)
ווער עס וויל אראפ גיין פון די רויבער קאללס.
רופט 929-900-1714
דאן דרוקט 5

ביטע ווער עס קען עס פארשפרייטען ולמצוה גדולה יחשב

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 12898
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

Re: אייוועלט ניק אינטערוויא - לכאורה

תגובהדורך לכאורה » מיטוואך יולי 01, 2020 6:00 pm

maybeeynot האט געשריבן:
גרויסע עם הארץ האט געשריבן:אינטערוויו איז אפגעהאלטן געווארן דורך ר' Simcha .

א גוטן רבי לכאורה.

האט איינער אמאל אייך דערקענט פון אייוועלט? אויב יא, וויאזוי איז עס צוגעגאנגען?


איך געדענק נישט איינער זאל ממש כאפן פון מיין שרייבעריי ווער איך בין, אבער מסתמא געדענק איך נישט גוט.


איך מיין איך האב דיר יא מגלה געווען (חוץ אויב איך לעב אין א טעות עד היום) פון דיין נפילה באשרייבונג. נאך וואס איך האב געזען הצלה דיך (?) באהאנדלן אופן גאס אין ניי ווילי יענע זונטאג אינדערפרי אין ס'האט זייער רילעדעט צי דיין מעשה

ביסט מעגליך גערעכט, און דערפאר האב איך באטאנט "מסתמא געדענק איך נישט גוט"
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

IMBZ
שר חמש מאות
תגובות: 747
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 16, 2012 1:49 pm

Re: אייוועלט ניק אינטערוויא - לכאורה

תגובהדורך IMBZ » מיטוואך יולי 01, 2020 6:26 pm

שלא באותו ענין,
עס קוקט אויס א שעת הכושר פרעג איך
איז אמת אז אסאך שרייבערס דא האבן זיך שוין געקענט פין ה״פ?

אוועטאר
זאג א גוטס
שר חמש מאות
תגובות: 607
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 08, 2018 3:36 pm

Re: אייוועלט ניק אינטערוויא - לכאורה

תגובהדורך זאג א גוטס » מיטוואך יולי 01, 2020 6:31 pm

IMBZ האט געשריבן:שלא באותו ענין,
עס קוקט אויס א שעת הכושר פרעג איך
איז אמת אז אסאך שרייבערס דא האבן זיך שוין געקענט פין ה״פ?

כנראה אז די ערשטע גרופע שרייבער זענען געקומען צוזאמען פון דארט אהער, כמדובר כמה פעמים איבער די השתלשלות התייסדות עלמא הדין.
(כ'בין געווארן מסופק אין די ענטפער, נאך וואס כ'זע אז ביסט שוין דא פון יארע 12 און דאך פרעגסטו, סאו אפשר פעלט מיר אינפא)

צו דערציילן ביים שבת טיש
אז מען געוואוינט זיך נישט איין יונגעהייט צו זיצן שעות על שעות כל כולו שקוע בתורה איז עס טאקע געפערליך ווען מען איז עלטער....
קרעדיט: למעלה משבעים

IMBZ
שר חמש מאות
תגובות: 747
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 16, 2012 1:49 pm

Re: אייוועלט ניק אינטערוויא - לכאורה

תגובהדורך IMBZ » מיטוואך יולי 01, 2020 6:36 pm

זענען זיי געווען די ערשטע מנהלים דא?

IMBZ
שר חמש מאות
תגובות: 747
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 16, 2012 1:49 pm

Re: אייוועלט ניק אינטערוויא - לכאורה

תגובהדורך IMBZ » מיטוואך יולי 01, 2020 6:38 pm

ווי איז דא א מדובר איבער די התייסדות קיינמאל געזען?

אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4769
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm

Re: אייוועלט ניק אינטערוויא - לכאורה

תגובהדורך קלאָצקאָפּ » מיטוואך יולי 01, 2020 6:39 pm

IMBZ האט געשריבן:ווי איז דא א מדובר איבער די התייסדות קיינמאל געזען?

אין די אינטערוויו מיט קרעמער: viewtopic.php?f=3&t=20343

IMBZ
שר חמש מאות
תגובות: 747
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 16, 2012 1:49 pm

Re: אייוועלט ניק אינטערוויא - לכאורה

תגובהדורך IMBZ » מיטוואך יולי 01, 2020 6:43 pm

זאג א גוטס האט געשריבן:
IMBZ האט געשריבן:שלא באותו ענין,
עס קוקט אויס א שעת הכושר פרעג איך
איז אמת אז אסאך שרייבערס דא האבן זיך שוין געקענט פין ה״פ?

כנראה אז די ערשטע גרופע שרייבער זענען געקומען צוזאמען פון דארט אהער, כמדובר כמה פעמים איבער די השתלשלות התייסדות עלמא הדין.
(כ'בין געווארן מסופק אין די ענטפער, נאך וואס כ'זע אז ביסט שוין דא פון יארע 12 און דאך פרעגסטו, סאו אפשר פעלט מיר אינפא)

יעצט זע איך אז קרעמער זאגט טאקע אז עס האט זיך אנגעהויבן אין הייד פארק אין די אלטע מנהלים זענען אהערגעקומען.
קוקט אויס כהאב עס דערמאלץ געליינט,
די זכרון איז די גרעסטע גנב.
ביסטי שוין געווען אן אחראי אין הייד פארק?
לעצט פאראכטן דורך IMBZ אום מיטוואך יולי 01, 2020 7:07 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

IMBZ
שר חמש מאות
תגובות: 747
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 16, 2012 1:49 pm

Re: אייוועלט ניק אינטערוויא - לכאורה

תגובהדורך IMBZ » מיטוואך יולי 01, 2020 7:05 pm

עס זעהט אויס אז אמאל פלעגן זיך די אחראים זיך מער קענען.
און אויך רעדן צווישן זיך, און היינט גייט אלעס נאר אויפן ניק נאמען.

למעלה משבעים האט געשריבן:ווער נעמט זיי אויף? געווענליך קומט פאָר א מנהלים מיטינג בעפאר מען נעמט אויף א פרישן מנהל אדער אחראי. די מיטינגען פלעגן אמאל פארקומען פנים אל פנים, אבער היינט וואס די חברי הנהלה אליינס וואוינען שטארק צושפרייט און עס איז שווער צוזאמצונעמען יעדן איינעם אונטער איין דאך (אין צוגאב צום גילוי פאקטאר, צו וואס מיר וועלן שפעטער צוקומען), מאכט מען א טעלעפאנישע קאנפערענץ וואס גייט צו אזוי ווי די אמאליגע קהל'ישע זיצונגען... מען ברענגט ארויף אויפן סדר היום פארשידענע ניק-נעמען וועלכע וואלטן געווען פאסיג צו ערפילן די נויטיגע פאזיציעס, מען נעמט אן אפשטימונג, און די באשלוסן ווערן געפאסט לויט די מיינונג פון רוב חברי ההנהלה.


לכאורה האט געשריבן:
סטיטשינער האט געשריבן:צווישען די הנהלה היט מען אויף גילוי, ווי למשל דאפעלטע ניקס?
IP?

גילוי גייט אן אויך צווישן די חברי הנהלה
נישט יעדער אחראי ווייסט ווער דער אנדערער איז. ער קען זיין ניק נאמען.

אוועטאר
סטיטשינער
שר חמשת אלפים
תגובות: 5131
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 05, 2017 3:49 pm

תגובהדורך סטיטשינער » מיטוואך יולי 01, 2020 7:08 pm

IMBZ האט געשריבן:עס זעהט אויס אז אמאל פלעגן זיך די אחראים זיך מער קענען.
און אויך רעדן צווישן זיך, און היינט גייט אלעס נאר אויפן ניק נאמען.

למעלה משבעים האט געשריבן:ווער נעמט זיי אויף? געווענליך קומט פאָר א מנהלים מיטינג בעפאר מען נעמט אויף א פרישן מנהל אדער אחראי. די מיטינגען פלעגן אמאל פארקומען פנים אל פנים, אבער היינט וואס די חברי הנהלה אליינס וואוינען שטארק צושפרייט און עס איז שווער צוזאמצונעמען יעדן איינעם אונטער איין דאך (אין צוגאב צום גילוי פאקטאר, צו וואס מיר וועלן שפעטער צוקומען), מאכט מען א טעלעפאנישע קאנפערענץ וואס גייט צו אזוי ווי די אמאליגע קהל'ישע זיצונגען... מען ברענגט ארויף אויפן סדר היום פארשידענע ניק-נעמען וועלכע וואלטן געווען פאסיג צו ערפילן די נויטיגע פאזיציעס, מען נעמט אן אפשטימונג, און די באשלוסן ווערן געפאסט לויט די מיינונג פון רוב חברי ההנהלה.


לכאורה האט געשריבן:
סטיטשינער האט געשריבן:צווישען די הנהלה היט מען אויף גילוי, ווי למשל דאפעלטע ניקס?
IP?

גילוי גייט אן אויך צווישן די חברי הנהלה
נישט יעדער אחראי ווייסט ווער דער אנדערער איז. ער קען זיין ניק נאמען.

אחראי לחוד ומנהל לחוד...
מלכות הרשעה במהרה תעקר,אבער נצח ישראל לא ישקר!
אין אייראפע ווי דו קוקסט נאר אלס, דעם טויט מעסער אויפ'ן האלדז
מיליאנען אויסשחטן און אויסהונגערן,
אויף וועלכע לאגער אדער מאסן גרוב, וועסטו בויען דיין שטוב
ליטא, גאליציע, פוילן אדער אין אונגערן? (מאטי א.)

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 12898
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

Re: אייוועלט ניק אינטערוויא - לכאורה

תגובהדורך לכאורה » מיטוואך יולי 01, 2020 7:12 pm

IMBZ האט געשריבן:
זאג א גוטס האט געשריבן:
IMBZ האט געשריבן:שלא באותו ענין,
עס קוקט אויס א שעת הכושר פרעג איך
איז אמת אז אסאך שרייבערס דא האבן זיך שוין געקענט פין ה״פ?

כנראה אז די ערשטע גרופע שרייבער זענען געקומען צוזאמען פון דארט אהער, כמדובר כמה פעמים איבער די השתלשלות התייסדות עלמא הדין.
(כ'בין געווארן מסופק אין די ענטפער, נאך וואס כ'זע אז ביסט שוין דא פון יארע 12 און דאך פרעגסטו, סאו אפשר פעלט מיר אינפא)

יעצט זע איך אז קרעמער זאגט טאקע אז עס האט זיך אנגעהויבן אין הייד פארק אין די אלטע מנהלים זענען אהערגעקומען.
קוקט אויס כהאב עס דערמאלץ געליינט,
די זכרון איז די גרעסטע גנב.
ביסטי שוין געווען אן אחראי אין הייד פארק?

אויף היידפארק איז נישט געווען דער באגריף פון "אחראי", נאר "מנהל"

און יא, איך בין געווען צווישן די מנהלים פון "היימישע קרעטשמע" אויף היידפארק (נאר נישט מיט דעם ניק, כמובן)
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

אוועטאר
מארגן
שר חמש מאות
תגובות: 894
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 29, 2020 4:24 pm

Re: אייוועלט ניק אינטערוויא - לכאורה

תגובהדורך מארגן » מיטוואך יולי 01, 2020 7:19 pm

קלאָצקאָפּ האט געשריבן:
IMBZ האט געשריבן:ווי איז דא א מדובר איבער די התייסדות קיינמאל געזען?

אין די אינטערוויו מיט קרעמער: viewtopic.php?f=3&t=20343

קרעמער איז געווען די מייסד?
וואויט פאר סענד....... אאאאאאם פאר.... איך ווייס נאכנישט
-----------------------------------
Morganivelt@gmail.com

IMBZ
שר חמש מאות
תגובות: 747
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 16, 2012 1:49 pm

Re: אייוועלט ניק אינטערוויא - לכאורה

תגובהדורך IMBZ » מיטוואך יולי 01, 2020 7:25 pm

מארגן האט געשריבן:
קלאָצקאָפּ האט געשריבן:
IMBZ האט געשריבן:ווי איז דא א מדובר איבער די התייסדות קיינמאל געזען?

אין די אינטערוויו מיט קרעמער: viewtopic.php?f=3&t=20343

קרעמער איז געווען די מייסד?

ניין. ער זאגט אינעם אינטערוויא אז די מייסד איז ארענדער.

אוועטאר
קנאפער ידען
שר עשרת אלפים
תגובות: 11497
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט וויל
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » מיטוואך יולי 01, 2020 8:56 pm

IMBZ האט געשריבן:
מארגן האט געשריבן:
קלאָצקאָפּ האט געשריבן:
IMBZ האט געשריבן:ווי איז דא א מדובר איבער די התייסדות קיינמאל געזען?

אין די אינטערוויו מיט קרעמער: http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=3&t=20343

קרעמער איז געווען די מייסד?

ניין. ער זאגט אינעם אינטערוויא אז די מייסד איז ארענדער.

קרעמער איז געווען דער מייסד אויף ה"פ, און ער איז געבליבן דער מייסד... ארענדער איז דער בעל אכסניא (געבויעט דער סייט און אריבערגעשלעפט דער ה"פ קרעמל/קרעטשמע אהער.)
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין אין עפעס קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

אוועטאר
בוחר בשירי זמרה
שר חמש מאות
תגובות: 990
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 26, 2016 10:49 pm

Re: אייוועלט ניק אינטערוויא - לכאורה

תגובהדורך בוחר בשירי זמרה » מיטוואך יולי 01, 2020 9:46 pm

wow wow wow

נאך וואס איך בין געוואיר געווארן איבער לכאורה, ווי ער איז נישט סתם אן אחראי, און ניטאמאל א פשוט'ער מנהל, נאר זאגאר פון די מאכטפולסטע פערזאנען, און פון די גרעסטע אין ראנג, אין די העכסטע עשאלאנען אין אונזער זיסע וועלטל,

ווער איך נאך מער נתפעל פו זיין פשטות- אפנקייט- צוגעלאזנקייט- גרייטקייט צו ענטפערן/מיטהאלטן/מיטשמועסן מיט אונז פשוט'ע מיטבאטייליגער.

יישר כח אייך
ס'איז מיר/אונז א כבוד צו זיין פון אייערע מיטשמועסער דא אויפן וועלט


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: א גרויסע אינגל, אברהם אלבוים און 5 געסט