מיין פסח אין מדבר - פערזענליכע איבערלעבעניש

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
ברכי נפשי
שר מאה
תגובות: 139
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 12, 2019 3:02 pm

מיין פסח אין מדבר - פערזענליכע איבערלעבעניש

תגובהדורך ברכי נפשי » דאנארשטאג יוני 25, 2020 1:10 am

אריזאנע איז אויפ'ן אויבערפלאך; מען רעדט פון א ישוב וואס אנטוויקלט זיך דארט.

ווי געשריבן דא וועל איך פרובירן פארשרייבן מיינע איבערלעבענישן און זכרונות, פראווענדיג א פסח א משפחה'לע אליין אין מדבר סאנארע, געפירט א סדר אין שויס פון נאטור, דערווארמט פון די זון, און דערפרישט פון די קלארע לופט, שפאלטנדיג דעם ים אין אן ערד געלעכערטע יבשה, און געבאקן מצות אין דער צייט ווען אינדרויסן פון אויוון איז נישט ווייניגער הייס.

והוי יודע, אז נישט נאר איין מאל, נאר צוויי מאל האבן מיר געפייערט דעם חג החירות דארט, און ס'מערסטע פון דער באשרייבונג וועט זיין איבער דער יו"ט פסח תשע"ט, פשוט צוליב די ווייניגער צייט וואס איז פארלאפן, און די זכרונות זענען נאך פריש און פונקטליך. אבער מיר וועלן פרובירן צוצולייגן זון פלעקעלעך פון פסח תשע"ו,- דאס ערשטע מאל וואס מיר זענען דארט געווען- צו ערגענצן די פעלנדע קרישקעלעך און אייגנארטיגע עפיזאדן פארלאפן דאן און נישט ס'צווייטע מאל, אזוי ארום וועט עס זיין א שלמות'דיגע זאך בעזהשי"ת.

מיר וועלן פרובירן צו צוצייכענען ביי די דאזיגע עפיזאדן אז זיי זענען פארגעקומען תשע"ו, כדי צו רעפערירן צו דאס ערשטע יאר.

מיר האפן אז איר וועט הנאה האבן, און לויט די אפקלאנג וועלן מיר ממשיך ומרחיב זיין, און א גוט ווארט אדער קריטיק וועט קיינמאל שאטן.

אויב האט עפעס צוצולייגן, אדער ווילט איר אויסקלארן פארשידענע זאכן, שעמט אייך נישט און פרעגט, איך וועל פרובירן צוהעלפן איטליכער פרעגער.

אלזא, פילט אייך אן די לאגלען וואסער, גלייכט אויס די זון הוטן, ציהט אראפ די זון ברילן פון שטערן, און פארגעסט נישט, די יום טוב'דיגע בגדים נעמט אויך מיט.



קאפיטל 1
אן אומשילדיגער אנאנס


אנגעהויבן האט זיך עס מיט אן אנאנס און די לאקאלע טעגליכע בלעטלעך, ערגעץ אין די ערבי פסחים טעג פון שנת תשע"ו, "עס פארמירט זיך א היימישע קבוצה וואס זענען אינטערעסירט צו פראווען דעם יו"ט פסח אין טוסאן אריזאנע", יעדער צוליב זייער סיבה, דער פאר געזונט, דער פאר וואקאציע, און א נומער ווי מען קען זיך מעלדן.

גוט.. אן עדד... גארנישט אנדערש ווי די וואס פארדינגט א בעיסמענט, און קיין אינטערשייד פון די וואס פארקויפט גענוצטע מעבל, אבער עס איז שוין איינמאל אנדערש... מיין געשוויסטער, וועלכע האט א געוויסע הויט אויסשלאג, און האט שוין פרובירט אסאך מיטלען, פון מעדיצינישע, ביז אלטערנאטיווע מיטלען, האט זיך אנגעקערט מיט דער אנאנס, און האבענדיג דיסקוסירט א צייט פריער מיט'ן דאקטער אז אולי וואלט אריזאנע געווען א לעזונג, האט דער רעקלאמע נאטירליך גערעדט צו אונז, און מיר האבן טעלעפאנירט די אנגעגעבענע נומער צו געוואר ווערן ווער עס שטייט דערונטער, און וויאזוי מאכט מען דאס ארבעטן.
פון דער געשפרעך איז פארשטאנדיג געווען אז מען רעדט פון עטליכע משפחות וואס דארפן נויטיג זיין דארט, געווענליך וואלטן זיי געפארן אינמיטן ווינטער, אבער צוליב סיבות האט זיך עס נישט אויסגעארבעט, און די איינציגסטע אפציע איז געבליבן, נישט מער ווי דאס אומדערהערטע (ביז דאן), נעמליך, זיך אויפהייבן און פראווען א פסח אין אריזאנע, מיט אלעס וואס דאס נעמט אריין.


הפסח אינו נאכל אלא למנוייו


פון אנפאנג האט עס אויסגעזעהן ווי מען רעדט פון א מנין אויפ'ן פלאץ פלאן, ד.ה. כאטשיג 10 אידן זענען געווען אויף דער ליסטע, אבער וואס נענטער עס איז געקומען צו יו"ט, האבן נאך משפחות באקומען קאלטע הינער פוס און "ארויסגעטשיקנט".

רב ווייס, וואס ער איז אייגנטליך געשטאנען אונטער די גאנצע פלאן (נאמען פיקטיוו), און אנגעפירט מיט די אראנדשירונגען, איז געווען אין כסדר'דיגע קארעספאנדענס מיט אונז, ווען עס איז קלאר געווארן אז קיין מנין וועט נישט זיין, און א האנדפול משפחות אויך נישט, האבן מיר אים געפרעגט וואס ער וועט טון.

רב ווייס, וועלכע זיין כאראקטער מיר האבן שפעטער קענען געלערט פון דער נאנט, האט אונז קלאר געמאכט אז ער פארט טויט צו רויט, ער מוז דארט זיין! עס איז נישט קיין לוקסוס פראגע פאר אים, יא מנין צו נישט ער פארט! און אז פון הימל האט זיך געפירט אזוי וועט ער העכסטנס דאווענען אין די לאקאלע שולן, און ער וועט מאכן א פלען בי פאר די גאנצע זאך.

מיט זיין ענטפער האט ער אונז איבערצייגט צו מיטקומען מיט אים און עס מאכן ארבעטן, דאן האבן מיר זיך גענומען צו די טעכנישע חלקים, ווי אפשיקן עסן, פסח'דיג מאכן וכו'.

עס מוז דערמאנט ווערן די חשוב'ע מרת בראננער פון בראננער'ס ישוב -אין וועלכע מיר האבן אייגנטליך געוויילט,- פאר'ן באוויליגן אונז צו פארדינגן דאס פלאץ טראץ דעם וואס עס איז געווען אפיציעל "עפטער סיזען", און גאר פאר א ביליגערע פרייז, און אונז ארויסגעהאלפן מיט טאהט און ראט אויף טריט און שריט.
אונז געגעבן קאנטאקט נומערן פון די רבנים, טראקערס, און סתם ווערטפולע אינפארמאציע. הגם זי האט אונז קלאר געמאכט זי האט נישט קיין שום ערפארונג פון מענטשן וואס זאלן דארט זיין אויף פסח, האט זי אבער פרובירט צו ארויסהעלפן מיט וואס שייך.

ווי אפגעשמועסט מיט איר האט זי אריינגעשיקט איר גויטע צו אויפרייניגן די דירות וואס מען וועט ניצן דורכאויס דעם יו"ט, ווי אויך דאס ביהמ"ד, עס זאל זיין צוגערישט אויף צום לערנען, און זיי מאכן פולקאם פסח'דיג.
מיר האבן זיך דורכגערעדט מיט אונזער מורה הוראה את המעשה אשר יעשון בנוגע דיני בדיקה, ביטול, מכירת חמץ, היות מיר האבן פארקויפט די ניו יארקער דירה.
( אן איטערעסאנטע שאלה וואס איז אונז געווען נוגע, היות אריזאנע איז דריי שעה שפעטער ווי דאהי, קומט אויס אז מוצאי יו"ט, ווען ביי אונז וועט נאך זיין אחרון של פסח נאכמיטאג וועט שוין אבער אין ניו יארק זיין מוצאי, און ווען מען וועט צוריק קויפן די חמץ פונעם גוי וועט אויסקומען אז מיר וועלן האבן חמץ בפסח. ויעיינו הלומדים…)

רב ווייס פון זיין זייט האט זיך גאר געזארגט פאר ערב פסח מצות... בקיצור זאכן האבן זיך אנגעהויבן ראלן.
מה רבו מעשיך השם כולם בחכמה עשית!!!

פייערקרעקערס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 279
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 04, 2019 3:55 pm

Re: מיין פסח אין מדבר - פערזענליכע איבערלעבעניש

תגובהדורך פייערקרעקערס » דאנארשטאג יוני 25, 2020 1:17 am

דאס איז פיינע ווארע... נו וואס שטעלסטו זיך אפ?! גיי אן!

אידישע מוח
שר חמישים ומאתים
תגובות: 373
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 26, 2017 11:58 pm

Re: מיין פסח אין מדבר - פערזענליכע איבערלעבעניש

תגובהדורך אידישע מוח » דאנארשטאג יוני 25, 2020 1:21 am

ברכי נפשי
הערליך
האסט א פיינע שריפט
מיר קוקען שוין ארויס אויפן קימענדיגע ארטיקל

אוועטאר
חוח בין השושנים
שר האלפיים
תגובות: 2165
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

Re: מיין פסח אין מדבר - פערזענליכע איבערלעבעניש

תגובהדורך חוח בין השושנים » דאנארשטאג יוני 25, 2020 1:23 am

געוואלדיג! א געשמאקע שפראך!
מ'ווארט'מיר אויפן פארזעצונג
אויב האסטו אויף מיר פאראיבל, טענות, מענות, א ויצעקו צו מאכן, א שטאך צו געבן, א קשיא צו פרעגן, אדער -להבדיל- א גוט ווארט צו זאגן טו עס ביטע דא.

אוועטאר
ניין און יא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 368
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 06, 2019 10:05 am

Re: מיין פסח אין מדבר - פערזענליכע איבערלעבעניש

תגובהדורך ניין און יא » דאנארשטאג יוני 25, 2020 1:49 am

Pls keep up
אקבל הערות והארות בשמחה והכרת הטוב אי"ה
-------
מפתח ארטיקלען ----- מפתח פאעזיע

אוועטאר
קברנה סובניון
שר חמש מאות
תגובות: 818
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 20, 2015 10:38 am
לאקאציע: אין וויין גארטן

Re: מיין פסח אין מדבר - פערזענליכע איבערלעבעניש

תגובהדורך קברנה סובניון » דאנארשטאג יוני 25, 2020 3:40 am

אינטערעסאנטע סחורה
ווארט מער אויפן המשך

בפשיטות
שר העשר
תגובות: 27
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 14, 2019 6:01 pm

Re: מיין פסח אין מדבר - פערזענליכע איבערלעבעניש

תגובהדורך בפשיטות » דאנארשטאג יוני 25, 2020 4:52 am

פיינע סחורה! קוקט אויס ווי עס האט זיך פיין אויסגעקאכט! ווע"ל דא"ן...
מיר ווארטען מיט שפאנונג.

קיסריה
שר חמש מאות
תגובות: 748
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2016 6:26 pm

Re: מיין פסח אין מדבר - פערזענליכע איבערלעבעניש

תגובהדורך קיסריה » דאנארשטאג יוני 25, 2020 7:17 am

א פיין טייג׳ל איינגעקנאטן אין אריזאנ׳ער תנור ראשון - און לאזט דאס ווערן חמץ.

האלאו, לאזט נישט ווארטן לענגער ווי א שיעור חימוץ.

אוועטאר
ספרים שטוב
שר חמש מאות
תגובות: 501
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 01, 2019 10:16 pm

Re: מיין פסח אין מדבר - פערזענליכע איבערלעבעניש

תגובהדורך ספרים שטוב » דאנארשטאג יוני 25, 2020 7:31 am

ס'איז אייזן...
לעצט פאראכטן דורך ספרים שטוב אום דאנארשטאג יוני 25, 2020 5:56 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
אויב קען איך נישט האבן א "ספרים שטוב" אינעם מציאות, זאל איך עס כאטשיג האבן אין מיין ניק אויף אייוועלט.

אוועטאר
יישר כח
שר חמישים ומאתים
תגובות: 443
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 09, 2013 10:52 am

Re: מיין פסח אין מדבר - פערזענליכע איבערלעבעניש

תגובהדורך יישר כח » דאנארשטאג יוני 25, 2020 8:36 am

א שיינע אריינפיר,
מיר ווארטען אןיף נאך,
פארשטייט זיך נישט אויס לאזען די גיין אויף די בערג אין חול המועד

קרייסלער
שר האלף
תגובות: 1706
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
לאקאציע: אויפן ראוד

Re: מיין פסח אין מדבר - פערזענליכע איבערלעבעניש

תגובהדורך קרייסלער » דאנארשטאג יוני 25, 2020 8:45 am

נאך צענדליגע אשכולות וואס האבן מעלה גרה געווען קאראנע-עסקנים-וואוטען איז דיעזע אשכול ווי א קאלט גלעזעל שוימיגע ביר וועלכע פארגיסט זיך א קאלטער שווייס אין די זון באקנדיגע סאנארע מדבר
אויב האט מען א ציל קען מען אנקומען אפילו מיט א קרייסלער

בלאנזשען קען מען אפילו מיט א לעמבארגיני

דע לאן אתה הולך

קרייסלער
שר האלף
תגובות: 1706
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
לאקאציע: אויפן ראוד

Re: מיין פסח אין מדבר - פערזענליכע איבערלעבעניש

תגובהדורך קרייסלער » דאנארשטאג יוני 25, 2020 8:47 am

די וואסער לאגאנען פון מיין קעמל טריקנט שוין אויס, קענסט אונז נישט לאזן ווארטן אזוי לאנג

————-

אפשר עפענט מיין א באזונדערע אשכול צו דעבאטירן די הלכה׳דיגע שאלה פון מכירת חמץ?
אויב האט מען א ציל קען מען אנקומען אפילו מיט א קרייסלער

בלאנזשען קען מען אפילו מיט א לעמבארגיני

דע לאן אתה הולך

פייוויש בראדער
שר העשר
תגובות: 46
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:56 am

Re: מיין פסח אין מדבר - פערזענליכע איבערלעבעניש

תגובהדורך פייוויש בראדער » דאנארשטאג יוני 25, 2020 10:21 am

ביוטיפול!

נישטאמת
שר חמישים ומאתים
תגובות: 424
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 4:47 pm

Re: מיין פסח אין מדבר - פערזענליכע איבערלעבעניש

תגובהדורך נישטאמת » דאנארשטאג יוני 25, 2020 11:06 am

הערליך שיין אין בא'טעם'ט צו ליינען. דו בעסט איז אז סאיז אן עכטע מעשה.
לכאורה נאך וואס מיר האבן געהאט פסח תש"פ - אז דער עולם האט געפראוועט אלייס דעם יום טוב - וואלט עטס געהאט מער מענטשן, די אינטרעסירטע וואלטן נישט אזוי ארויס געטשיקענט.

מיר ווארטן אויפן המשך.

בשבילי נברא
שר האלפיים
תגובות: 2222
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 18, 2010 10:53 am

Re: מיין פסח אין מדבר - פערזענליכע איבערלעבעניש

תגובהדורך בשבילי נברא » דאנארשטאג יוני 25, 2020 11:13 am

זעהט אויס גאר אינטערעסאנט
ביטע ממשיך זיין
יישר כח

אוועטאר
שמואל בארג
שר האלפיים
תגובות: 2347
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 18, 2016 6:44 pm

Re: מיין פסח אין מדבר - פערזענליכע איבערלעבעניש

תגובהדורך שמואל בארג » דאנארשטאג יוני 25, 2020 11:25 am

שיין שיין, זייטזשע ביטע ממשיך

mosheyahoo
שר מאה
תגובות: 135
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 11, 2015 12:22 pm

Re: מיין פסח אין מדבר - פערזענליכע איבערלעבעניש

תגובהדורך mosheyahoo » דאנארשטאג יוני 25, 2020 11:31 am

גאר געשמאק. WE NEED MORE

אוועטאר
הודו להשם
שר האלף
תגובות: 1069
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 17, 2017 3:44 pm
לאקאציע: בבית מדרשו של רבינו
פארבינד זיך:

Re: מיין פסח אין מדבר - פערזענליכע איבערלעבעניש

תגובהדורך הודו להשם » דאנארשטאג יוני 25, 2020 12:14 pm

זיי ביטע ממשיך.

אוועטאר
ברכי נפשי
שר מאה
תגובות: 139
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 12, 2019 3:02 pm

Re: מיין פסח אין מדבר - פערזענליכע איבערלעבעניש

תגובהדורך ברכי נפשי » דאנארשטאג יוני 25, 2020 12:29 pm

יישר כוח פאר די ווארימע באגריסונגען we will be back אי"ה.

נישטאמת האט געשריבן:לכאורה נאך וואס מיר האבן געהאט פסח תש"פ - אז דער עולם האט געפראוועט אלייס דעם יום טוב - וואלט עטס געהאט מער מענטשן, די אינטרעסירטע וואלטן נישט אזוי ארויס געטשיקענט.

מיר ווארטן אויפן המשך.


אין פאקט, ווי איך האב געהערט, איז היי יאר געווען א מנין אויפ'ן פלאץ פון א היימישע משפחה וואס זענען אהין גיפארן אנגעבליך צוליב געזונט, אבער קאראנע איז נישט אויסגעשלאסן.
עכ"פ אונטערן באוואוסזיין זיכער...
מה רבו מעשיך השם כולם בחכמה עשית!!!

סיפורי צדיקים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 267
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 11, 2018 9:43 pm
לאקאציע: נישט דארט ווי די מיינסט...

Re: מיין פסח אין מדבר - פערזענליכע איבערלעבעניש

תגובהדורך סיפורי צדיקים » דאנארשטאג יוני 25, 2020 1:13 pm

הערליך שיין keep up
ענדליך טוה איך שוין דאס וואס מיין ניק שטעלט פאר http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=31&t=43236

אוועטאר
רואיג!
שר האלף
תגובות: 1185
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 18, 2014 12:32 am

Re: מיין פסח אין מדבר - פערזענליכע איבערלעבעניש

תגובהדורך רואיג! » דאנארשטאג יוני 25, 2020 3:47 pm

זייער שיין. ווי וואנט מאר.

בעל מנוחה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 316
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 21, 2017 5:08 pm

Re: מיין פסח אין מדבר - פערזענליכע איבערלעבעניש

תגובהדורך בעל מנוחה » דאנארשטאג יוני 25, 2020 4:43 pm

רואיג! האט געשריבן:זייער שיין. ווי וואנט מאר.
וירא מנוחה כי טוב ויט שכמו לסבול
ווען מען איז זיך סובל קען מען שפירן די ריכטיגע מנוחה

אוועטאר
בלעכענער פנים
שר חמש מאות
תגובות: 846
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 04, 2019 12:51 pm
לאקאציע: כ'ווייס באמת נישט..

Re: מיין פסח אין מדבר - פערזענליכע איבערלעבעניש

תגובהדורך בלעכענער פנים » דאנארשטאג יוני 25, 2020 5:09 pm

זייער אינטערסאנט, גאו אהעד.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 23747
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: מיין פסח אין מדבר - פערזענליכע איבערלעבעניש

תגובהדורך farshlufen » דאנארשטאג יוני 25, 2020 5:11 pm

שיין.

לא הבנתי פארוואס דו רופסט טוסאן א מדבר.

די שטאט דערמאנט מיך פון ר' אברהם יצחק יונגער ז"ל מיט זיין רעבעצין, ועוד ועוד.
זמירות יאמרו ותשבחות ישמיעו כי הוא לבדו בורא רפואות.

אוועטאר
ברכי נפשי
שר מאה
תגובות: 139
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 12, 2019 3:02 pm

Re: מיין פסח אין מדבר - פערזענליכע איבערלעבעניש

תגובהדורך ברכי נפשי » דאנארשטאג יוני 25, 2020 5:19 pm

farshlufen האט געשריבן:שיין.

לא הבנתי פארוואס דו רופסט טוסאן א מדבר.

די שטאט דערמאנט מיך פון ר' אברהם יצחק יונגער ז"ל מיט זיין רעבעצין, ועוד ועוד.


טוסאן איז א מדבר וואס איז פשוט באוואוינט. די "וועלדער" דארט אינדרויסן פון שטאט איז פשוט זאמד מיט קאקטוס געוויקסן. מיין פאטער איז דארט געווען מיט א צענדליג מיט טשעינדש יארן צוריק, דער שטאט איז ממש געווען גארנישט קעגן וואס עס איז היינט, און אפי' היינט איז עס נישט עקסטער גרויס.

איר מעגט אביסל מרחיב זיין פון דעם נאמען וואס איר דערמאנט ווער איז ער?
מה רבו מעשיך השם כולם בחכמה עשית!!!


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך איצט דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און איין גאסט