ווי געשמועסט, וועט מען געבן א מעגליכקייט פאר'ן עולם צו פראבירן צוצוטרעפן וועלכער שרייבער שטייט אונטער יעדן ארטיקל.
יעדער וואס וויל אנטיילנעמען דארף צושטעלן אן ארטיקל פאר יעדן פון די 20 שרייבער, אויב אויף געוויסע שרייבער פאלט אייך נישט ביי קיין צושטעל, קענט איר פשוט געסן.
אויף יעדע געסינג תגובה וועלן מיר ענטפערן מיט א נומער - ד.ה. וויפיל פון די געסינגס זענען ריכטיג, און דאס וועט גרינגער מאכן פאר דעם קומענדיגן מגיב צו קענען צוטרעפן ווי מער פון די שרייבער, ביז מ'וועט ענדגילטיג צוקומען צו אלע צוואנציג, און דאן וועט מען אריבערלייגן די ארטיקלען אונטער די שרייבערס' ניקס.
ס'איז נישט ערלויבט אריינצוהאקן מיט א פרישע געסינג איידער מיר האבן געענטפערט אויפ'ן פריערדיגן, איר קענט אבער כאפן א סלאט ווי מיר וועלן שוין ערקלערן.
יעדער מגיב שרייבט אנפאנג פון זיין תגובה א נומער, די וויפילטע אין די רייע ער איז. דער ערשטער שרייבט [1], דער צווייטער [2], א.א.וו. כזה:
[1]
ראובן - דער היסטארישער פארמעסט
שמעון - די דראמאטישע אויסגאנג
לוי - בלעכענער'ס סוקסעס
אויב ווילט איר שרייבן א תגובה, און מיר האבן נאכנישט געענטפערט אויפ'ן פריערדיגן, קענט איר שרייבן א תגובה מיט א בלויזן נומער - די וואס קומט נעקסט אין די רייע, און ווען מ'וועט האלטן ביי אייך וועט איר קענען ארויסלייגן אייערע צוטרעף פרואוון.
אויב דער וועמענ'ס רייע ס'קומט אן רופט זיך נישט אן ביז א האלבע שעה, גייט מען צום נעקסטן.
די שרייבער קענען נישט אנטיילנעמען אין דעם פראגראם.
א תגובה וואס פארלעצט די אויבנדערמאנטע פארשריפטן, וועט איגנארירט ווערן.
נעמט אין אכט אז דער פראגראם קען זיך מעגליך ענדיגן נאך אפאר תגובות... דאס איז נישט עפעס וואס מיר קענען קאנטראלירן.
[געשריבן געווארן אין איילעניש. אויב עפעס איז אומקלאר, קענט איר איבערפרעגן.]