מהלך הזהב: בודזשעטינג און שפארזאם

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

גאלדענע פעדער
שר האלף
תגובות: 1774
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע: אין שפיץ פונעם קרעמל

מהלך הזהב: בודזשעטינג און שפארזאם

תגובהדורך גאלדענע פעדער » דאנארשטאג יוני 04, 2020 1:32 am

שוין לאנג וואס איך וויל עפענען אזא אשכול. איך האף אי״ה בל״נ דא אין דעם ווינקעל כסדר ארויף צו לייגען בודזשעטינג געדאנקען און עצות און ווי אויך חוזק מאכן פון די ספענדערס וואס זענען פארכאפט אין ׳די געפעלן פאר אנדערע קרענק׳ און אונטערדריקט אונטער דעם קעניג און עול הנקרא פיער פרעשער. איך וויל בעהטן א טובה אז מען זאל נישט דא מגיב זיין אין דעם אשכול. כדי צו געבן א געלעגענהייט פאר דער וואס וועט ווילן מיט האלטן נאר מיינע תגובות. אויב איינער וויל יא מגיב זיין האב איך געפענט א עקסטערע ווינקעל דערפאר און ער קען דא געזינטערהייט מגיב זיין. ס׳וועט מיר זעכער געבן חיזוק און א שטופ אויף ווייטער.

ובזה החלי. די אטיליענישע מעבל איז געווארן ביי א טייל אזוי פארשמיילידגט אז ס׳לאזט זיך נישט גלייבען. צו פארשטיין ווי מיר האלטן בכלל, איז כדי אריין צו קוקען אין די טאג בלעטער וואס קומען ארויס און די אלע חרדישע געגענטער. איך ווייס נישט צו איך זאל לאכן אדער וויינען. למשל די זעלבע דיינינג רום מעבל סעט וואס ווערט פארקויפט פאר עולם גולם פאר ארום 8-12 אלפים און די עולם לאזט זיך כצאן לטבח קען מען קויפן used וואס קוקט אויס ווי נייע פאר ארום 2-5 אלפים. מענשטען פארקויפען ס׳טוט זיך לעבעדיג א יעדע טאג איז דא נייע מציאות ממש ניי אדער אפאר יאר אלט וכדו׳. (פאר דער וואס כאפט נישט וואס ס׳גייט דא פאר ריף אן איינע פון די עדס און בעהט זיי זיי זאלן אייך שיקען בילדער און פרעג זיי פאר א פרייז. און וועט עס נישט גלייבען וואס איר וועט זעהן.)

די קשיא, איז דא אפאר קשיות. פארוואס זאלן נישט מחתנים לכתחילה נאך גיין די דיעלס? אלעס פאר אזא קליינע סברה פון: ״נעה פאר די נייע פאר פאלק דארף מען קויפען ברענד נא...״ ספענד מען אזא עקסטערע 10 אלפים ווען מען קען האבן די זעלבע זאך פאר א דריטעל די פרייז..?

אגב אז מען רעדט שוין. קען איך מיך נישט געניג ווינדערן ווי ווען מען גייט קויפן מעבל איז נישט דא צו געפינען אויף קיין איין אידישע גאס קיין מעבל ווי wayfair. ס׳דא ביי די גיום אזוי פוהל אפשענס פון ביליגע מעבל אפי׳ נישט אייקיע אסאך בעסער און שטערקער. די מעבל סוחרים זענען אזוי רייך פון שווערע אפגעהארעוויטע געלט, איז נאך גוט געזאגט... פארוואס זאל מען נישט פארקויפען אין די אידישע גאסן כאטש א אפציע פון למשל א ביליגע דיינונג רום מעבל סעט? כאטש טוט דער צדיק רבי יואל עפשטיין דעראין! אבער פאר יארן גייט פאר אזא מצב אז ס׳לאזט זיך נישט גלייבען ווי די הייליגע אידישע קינדער זענען אזוי סטאק געווארן נעבעך מיט אזאלכע שטיתום פון געפעלן די גאס און פון ביטערע פיער פרעשער אז די סוחרים האבן אפי׳ נישט קיין הו״מ צו דארפען צושטעלן אזא אפציע אין די היימישע גאסן?

צוריק צו אונזער שמיעס. נישט אז איך זאג אז א סעט פון אייקיע אדער wayfair וכדו׳ איז נישט גוט אבער ס׳איז אזוי פאני ווי די זעלבע איטאליענישע מעבל קופט מען מיט די חשבון אז ס׳גייט זיך האלטן פאר יארן... אבער קויפען אפאר יאר אלט, ווי למשל פאר א נייע פאר פאלק דאס איז שוין אסור אין טריפה...

און דערנאך איז די קשיא אויף די פארקויפער וואס האבן דאך באקומען די סעט פון זייערע עלטערענס שווערע הארעוואניע און זיי געבן עס אוועק אזוי נישט מיר נישט נישט דיר נישט.. אפי׳ אן כאטש א קליינע קלאפ אין הארץ... ווי איז די הארץ? און די כיבוד אב ואם? אלעס ווייל מען מופט פארקויפט מען שוין..? מען פארקויפט פאר א דריטעל די פרייז כדי צו קויפען א נייע. ס׳איז דאך אזא פאני אז איך קען מיך אסאך מאל נישט געניג אויפהערן צו ווינדערען און לאכן און וויינען. דא איז אויפגעוואקסען א דור. וואס פאר אזא פיצע פילינג פון: ״נעה אז מען מויפט קויפט מען שוין נייע״ ספענד מען שוין אזא עקסטערע 10 אלפים.... מיטן תרוץ אז ס׳וועט שוין מיט גיין.

איך האב נאך אפאר ערשט האנטיגע מעשות וואס ס׳גייט אלטס פאר מיט דעם געטשקע פון איטאליע אבער כ׳האב מורא ס׳וועט ארום פארן און אן קומען צו די בעלי המעשה און זיי וויי טוהן. אבער בקיצור ווייס איך ערשט האנטיג פון יונגעלייט וואס צאלן פאר סטארידזשעס פאר ״יארן לאנג״ אלטס ווייל די עלטערן האבן זיך געדארפט צו רייסן פאר דעם שמייליגען איטאלישע ווען די דירות זייערע אין ווילימסבורג איז אפי׳ קיינמאל קיין הו״מ נישט געווען אז ס׳זאל דארט זיין פלאץ פאר די גרויסע קלעצער... אנדערע טרעפן פלאץ פאר א האלב פאר די סעט בשעת וואס אנדערע טראסקענען ארויס רוב פונעם סעט צום סטארידזש אדער זיכען צו פטור ווערן דערפון... און אנדערע ניצען עס צוקוועטשערהייט אז איך וויל אפי׳ נישט טראכטען ווי אזוי מען דארף זיך צוקוועטשען זיך צו קענען אראפ זעצען צי דעם טיש.. אבער מען מיז דאך געפעלן די מחותן, משפחה, און די אייגענע קינדער אז מען איז בעל בעתיש. נעבעך.

אז מען רעדט שוין פון מעבל און אויסשטעפיר. יונגעלייט קויפען דירות א טייל אין שטאט קאנדאס וכדו׳ און א טייל מויפן ארויס. איך האב אין די לעצטע יאר אליינס גערעדט צו אזוי פוהל יונגעלייט וואס האבן געקויפט. פון כמעט אלע פון זיי הער איך די זעלבע מעשה אז זיי האבן זיך אנגעבארגט אדער אנגע״חובה׳ט אויף קרעדיט קארדס וכדו׳ איז די קשיא פארוואס? ווען זיי זאגן מיר ווען אז ס׳איז געווען פאר די down payment וואלט איך נאך אפשר געקענט עפעס פארשטיין. נישט אז דאס איז אקעי אבער דאס איז א עקסטערע שמיעס ווען וואס און ווי אזוי. אבער פון אזוי פוהל יונגעלייט האב איך געהערט אז זיי האבן געבארגט צו שיין מאכן די הויז אדער צו קויפען און צו שטעלן אלע מינע געהערען ווי קויפען נייע מעבל וכדו׳. וכאן הבן צועק וואס איז מיט אונז געשעהן? איך האב געפרעגט קרובים מיינע פון די פריעדיגע דור ס׳געווען אמאל א נארמאלע זאך אריין צו מויפען און א נייע הויז/דירה ווען נישט אלעס האט געקלאפט אזא פינקטליך! יא די גרויסע שיינע איטאליענישע הייזער (אפס... איטאליע-איטאליע גזירה שווה..) אין בארא פארק האבן אידן געקויפט בימים ההם אפי׳ ביז נאך 25 יאר צוריק פאר ארום 350 טויזענט (א באזינדערע שמיעס) די גרויסע שיינע הייזער איז געס וואט? געקומען מיט נאר איין סינק. און געס וואט? אסאך מענשטען האבן געלעבט פאר א לאנגע צייט מיט נאר איין זייט קאך! מען האט גע׳כשר׳ט די קאך, און געהאט נאר א פליישיגע זייט ביז מען האט געהאט די געלט אויך צו האבן א מיליכיגע זייט! מרא דאברהם וואס איז מיט אונז געשעהן???? היינטיגע יונגעלייט חובה׳נען זיך אן ווייל מען דארף גלייך אלעס האבן! זאכן דארפן זיך דא טוישען immediately!

ס׳געווארען אויך אזוי ווייט, אז נישט נאר קען מען שוין נישט, מיט די היינטיגע געספוילטע קינדער וואוינען אן א מיליכיגע זייט אפי׳ פאר איין טאג! מיז מען נאך אויך ביי א טייל גלייך איבער מאכן די גאנצע קיטשען אפי׳ ווען ס׳איז אין א גוטע קאנדישען? אפגערעדט ווי היינט פון וועם איך הער נאר וואס מאכט קאנסטראקשען אויף זיין אייגענע הויז/דירה גייט אריבער די בודזשעט מיט כאטש אזא פיפציג פערצענט, נוי איך קען דאס פארשטיין. אבער געוואלד קודם כל פארוואס איז נישט די בודזשעט בעסער אוועק געשטעלט געווארען אז ווען מען גייט אריבער די לימעט זאל מען זיך נישט צוקוועטשען.. און געוואלד פארוואס אלעס וואס ס׳קומט נאר אין באטראכט מיז מען גלייך האבן ווען מען דארף בארגען דאס געלט! אפגערעדט די אינטרעסט וואס ס׳הייבט אן קאסטן ווען ס׳איז אויף קרעדיט קארטליך אדער א לאון. אבער די גאנצע מיינד סעט איז געפערליך.

איך האב מקובל געווען א מורא׳דיג ווארט פון די שפארזאמע פון די פריעדיגע דור, אזוי: אז פון די צוויי ווערטער דארף מען זיך זעהן אפ צו היטען די מערסטע ווען ס׳קומט צו אריין לייגן געלט אין א דירה. ״אז מען טוט שוין״ עד כאן. א נייע סלאגען וואס איז אויך פארהייליגט געווארן מיט די יארן פונקט ווי א ווארט פון להבדיל א צדיק און א קדוש. ״אז מען מאכט שוין..״ זאל עס שוין זיין געמאכט ווי ס׳דארף צו זיין! פארוואס פארווען און פאר ווי? אפי׳ אז מען האט די געלט דארף מען אויך נישט נאך גיין נאך די טיפשות און ענדערש אוועק לייגן מער אויף די שפעטערע יארן. אבער ווען מען האט נישט די געלט און מען בארגט פאר דעם חוב קדוש? לאן הגענו?

סא ס׳דא א וויכטיגע זאך וואס איך מיין מיר דארפען זיך מער נעמען אין די הענט אריין און אנהייבן מער אויסלערנען פאר ״זיך״ און פאר די משפחה, און פאר אונזערע קינדער די געדאנק פון בודזשעטינג און לעבן שפארזאם. די מהלך ברענגט אויף א מענשט נאר גוטס פשוטו כמשמעו. העמיר אי״ה ממשיך זיין.
מפתחות של זהב
באמעריקא נתבטלה תורת הבאדזשעט

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 3 געסט