מיין בליק אויף אייוועלט תש"פ

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
אלטער
שר האלפיים
תגובות: 2410
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 14, 2020 12:44 pm
לאקאציע: אין בהמ"ד ביים קאווע שטיבל

מיין בליק אויף אייוועלט תש"פ

תגובהדורך אלטער » דינסטאג אפריל 28, 2020 4:26 pm

אזוי ווי עס איז איינגעפירט דא
אז ווען עס קומט אט דער שעה
ווען מען ווערט געהעכרט אין ראנג
לויבט מען דא מיט געזאנג

ווי ביי יעדן איז ביי מיר אויך
אבער האלט עס כאטש ביי דיר אין בויך
אז מ'גייט ליידיג און דא מ'דרייט-זיך
דארף מען וויסן וואס איז די שמחה אז מ'פריידט-זיך?
--
אבער דאס קען מען זייער גרינג פארשטיין
ליינט'ס ווייטער וועט איר וויסן וואס איך מיין
--
ברוך א יונגערמאן פונקט ווי אלע
מיט א פריש'קייט ער דרייט זיך מלמטה למעלה
יעדן קרעמל ער האלט מיט אין שול
פון עפעס נייעס וויסן ער וויל

גראדע אלס בחור גאנץ א שטילער
געווען אלעמאל פון די ציוויליער
נישט גערוישט און נישט גערודערט
אין ישיבה זיך אלעמאל פיין איינגעגלידערט

אבער אלעמאל די נייגער
איז געווען זיין שטייגער
ווען ס'פלעגט זיך א קיפקע פארמירן
פלעג ער אהין שפאצירן

אין די זייט מיט זיין שמייכל אויף די לעפצן
צו זיין פון די סביבה פלעגט ער לעכצן
יעצט איז ער שוין א יונגערמאן פולשטענדיג
אבער די זאכן געבן זיך נישט אן ענדיג

פון ווען אין בהמ"ד אריין ער שארט-זיך
אין קאווע שטיבל מיטן קאווע ער ווארט-זיך
מיט די פארקניישטע פיאות פרישטאג אין די בעג
זיין גראדער רעקל וואס האט נאך דעם Teg

ער ווארט עפעס זאל זיך מערן
פיינע נייעס ער וויל שוין הערן
ס'ווערט שוין מער און מער איינגענעמל
ס'האט זיך שוין געשאפן גאר א געשמאקער קרעמעל

אלעס פון די לעצט 24 שעה דיבעט'ער
דער איז פיין און דער איז א סעלף העיטער
אלעס אזוי געשמאק פארט עם
ער שמייכלט מ'קען קוים כאפן דעם אטום

מיטן טלית אויפן פלייצע ער הערט דעם גאנצן ענין
ער כאפט זיך שוין צו צו א מנין
אזוי גייט עם טאג אַן טאג אויס
די גאנצע נושא ער האט שוין ארויס

אבער די צייט גיבט שנעל א טרייב
ער מיז שוין אנהייבן זיכן א דזאב
די מצוב הפרנסה ווערט שוין ענג
אין שטוב ס'הערשט שוין א געדרענג

נאך וואכן לאנג פון שטארק האפן
א שיינע פרנסה ער האט געטראפן
אבער אלעס אין א זייט לייגט ער
אין די ארבעט איז ער ממש אן איינגעווייגט'ער

פון די וועלט ער טוט זיך אויס שטעקן
נייעס טוט זיך צו עם מער נישט אנטפלעקן
פארן בעל הבית ווי א געטרייע באדינער
פלאגט זיך צו באקומען נאך א גרינער

אבער ווי א וואך אריבער ס'גייט עם
ער שפירט זיך שוין ממש ווי די פליטים
ווי אין א מדבר שממה איז ער א תושב
אין בהמ"ד איז ער מער נישט קיין יושב

אבער ער האט אייביג געהערט
וואו ער קען שרייבן אן ווערן געשטערט
גלייך ער הייבט זיך אן נעמען צו די שטיק
ער עפנט גלייך אן אייוועלט ניק
אן אימעיל צו די הנהלה ער שרייבט
מיין ניק זאל שוין ווערן אקטיוו ער טרייבט

ענדליך נאך אלע שתדלנות
ס'האט זיך גע'עפנט אויף עם די רחמנות
מיט א גרויסע שמחה על פניכם
ער שרייבט שוין אריין אין דעם שלום עליכם

פון דארט ער גייט טריט ביי טריט
זיין שמחה אויף עם מ'דערקענט גוט
אין אלע אשכולת עם מ'געפינט
אין די גאנצע וועלט'ל ער האט זיין פינגער פרינט

מזל טוב!!! א נייער ניק געהעריג אין באניץ
זיין אינטערשריפט האט שוין א באזיץ
זיין ציל שוין דערגרייכן וועט ער
ער האט שוין אפילו געשטעלט אן אוועטער

אשרינו מה טוב חלקנו
ער איז שוין מער נישט קיין אנשי שלומינו
איבעראל ער ווארפט אריין זיין דיעה
ער איז שוין געווארן א שר מאה

זיין חלום איז שוין נישט קיין ווייטע
ער שטעלט זיך אריין אין א דיבאטע
מיין מיינונג דא אהער שטעל-איך
כאטש נישט פאר יעדן געפעל-איך

ער הייבט אן אהער שטעלן אשכולות
עס גיסט זיך פון עם כפי היכולות
פון וואס מ'רעדט איז ער א שרייבער
ס'גיסט זיך פון עם כמעיין המתגבר

ער האט א קאווע שטיבל (אשכול) פאר יעדן טאג אין וואך
און פאַר יעדע פאָר מינוט פאַר ווער ס'דארף נאך
אפילו די מאטד (מוד) פאר ווער ס'וויל זיך גריסן
אדער קען מען סתם אזוי צו גיין און שמועסן

א ליל שיש פארברענג יעדע וואך פריש
מ'ווערט היינט געוואויר יעדנ'ס בויך קוועטשעניש
איך האב אייך נאר געוואלט זאגן
וואס מיר טוהן דא פארמאגן

אבער סיז נאך דא זאכן וואס שטערט מיין געוויסן
דאס איז די זאכן וואס איך וויל וויסן
אז מ'דרייט זיך אין קרעטשמע דארף מען באקומען נייעס
נעמט מען קאקאש מיט קאווע אין פרישע נייעס

היסטאריע מיט זכרונות
איז דא צווישן די חלונות
יעדער צדיק מיט זיין יחוס
קען מען נאך גיין בעריכות

מילתא דבדיחותא מיט בילדער אינטערעסאנטע
נייעס טשיקאווע אדער געשפאנטע
ווער רעדט נאך ווען א נייער סידי ליגט אין געשעפט
וואס דא אויפן וועלטל מ'טרעפט?

ווי אזוי עס ווערט צולייגט יעדן טרעק
ממש פאר'ן זינגער ס'כאפט א שרעק
יעדער ניגון פון וואו ער איז גענומען
אויב דער מוזיק טוט טאקע שטימען
--
אבער צו אונזער ברוך לאמיר גיין צוריק
ער וואלט געקענט האבן גאר א צווייטער בליק
--
אז ער קומט דא ארויף אויפן וועלט
און ווען זיין ערשטער תגובה ער שטעלט
נאכן זיין שטיל אפאר וואכן
האט עס אבער פאר איינעם געשטאכן

וואס דער וועט פאר דעם כאפן
ווען מ'וועט עם באוואשן און באקלאפן
אפילו מ'האט עס נישט שטארק געמיינט פארט
וועט ער שוין אבער טרעפן א צווייט ארט

ער וועט זיך איינהאנדלען מכלים וכלים שונים
ארויף גיין אויף אלע גראפעס למיניהם וכלשונם
דארט דארף ער נישט מעסטן
צ זיין שרייבן / ספעלינג איז אין בעסטן

ער וועט שוין נישט אויסהערן דא קיין הערות
נאר שנעל ווערן פאפולאר אויף סטעטוס
אזוי זיין גאנצער לעבן ווערט פארווישט ווער מאכט עס?
אז ער זאל אנקומען אין שאול תחתית

האלט דיר צוריק פאר די מאכסט אוועק א נייעם
גיב עם צייט פאר זיין נייעם חיים
ער קען זיך אויך ארויף ארבעטן הויך
"דו" קענסט עם געבן כוח...

יעצט איידער איך ענדיג דא צו
דארף איך טאקע נעמען די מי
ארויס ברענגען בפה מלא
אדאנק פאר די געטרייע הנהלה

פאר אונזער וועלט'ל זענען זיי מוכן
האלט'ן אן דעם וועלט ווי דער בריח התיכון
דאס פלאץ זאל זיין פאר יעדן געפאסט
על טהרת הקודש טראגן זיי דעם שווערן לאסט

יעצט איז אויך דער את הצורך
פאר אלע ניקס כל אחד בשמו הטוב יבורך
וואס באגריסן יעדן נייעם געבוירענער
ער זאל נישט ווערן א פארלוירענער

אזוי ווי איך האב געהאט א שיינע אויפנאמע
און נישט אויף מיר איבערגעלאזט אזא שווערע דראמע
און טאקע דאס איז מיין פרייד טיף און יסוד'ש
אז מ'קען דא פארברענגען אזוי על טהרת הקודש...
---
סיז נאך אסאך מער פון דעם פארהאן
יותר ממה שקראתי לפניכם כתוב כאן
אבער הם יכלו והזמן לא
וועט מען עס מוזן לאזן אזוי...


אהה איידער איך גיי איך האב פארגעסן
איך האב נאך איין אינטערעסן
ווייל איך האב היינט די ערשטע מאל
גע'עפנט אן אשכול, גערוקט מיינע תגובות צו טויזענט צאל...
לעצט פאראכטן דורך אלטער אום דינסטאג אפריל 28, 2020 4:48 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
איך בין טאקע אן אלטער, אבער אז איך בין גערעגט, וואס איין פאלט-דיר?

אויב מיינסטו איך שריי אויף דיר, דאן לייען איבער מיין תגובה... אחוץ אויב דיין תגובה איז געווען כנגד דעת תורתנו הק' אדער דעת רבינו הק' מסאטמאר זי"ע

אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4689
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm

Re: מיין בליק אויף אייוועלט תשפ

תגובהדורך קלאָצקאָפּ » דינסטאג אפריל 28, 2020 4:33 pm

שיין. מזל טוב!

טוב ה' לכל
שר חמש מאות
תגובות: 678
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 04, 2019 7:17 pm

Re: מיין בליק אויף אייוועלט תשפ

תגובהדורך טוב ה' לכל » דינסטאג אפריל 28, 2020 4:35 pm

WOW הערליך, אזוי אמת און שיין, אלטער!! עס קומט זיך דיר טאקע די שר האלף ראנג.

אוועטאר
בלעכענער פנים
שר חמש מאות
תגובות: 745
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 04, 2019 12:51 pm
לאקאציע: כ'ווייס באמת נישט..

Re: מיין בליק אויף אייוועלט תש"פ

תגובהדורך בלעכענער פנים » דינסטאג אפריל 28, 2020 5:04 pm

מזל טוב ר' אלטער

אוועטאר
טישטוך
שר חמש מאות
תגובות: 627
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 4:13 am
לאקאציע: ארויס פון געגנט

Re: מיין בליק אויף אייוועלט תש"פ

תגובהדורך טישטוך » דינסטאג אפריל 28, 2020 5:35 pm

איך קען נישט פארפיגן
און כ'גיי נישט זאגן ליגן
האסט כמעט יעדן איבערגעשטיגן
מיט טויזענט תגובות וועסטו זיכער זיגן

כ'האף ביסט ביי דיין דזשאב געבליבן
אונז טוה מיר דיר זייער שטארק ליבן
אבער עטליכע היגע מסובין
זענען א דאנק אייוועלט פון דזשאב געווארן פארטריבן

אפשר וועט מען עפענען א קאנטע
צו באצאלן פאר אשכולות אינטערסאנטע
ביזדערווייל מיט א צורה א אויפגעשיינטע
נעם א געהאלט א גרינע האנטע

;l;p-
א וואָרעם אין כריין, איז זיכער אַז דאָס איז צוקער זיס.

לעכטל
שר האלף
תגובות: 1471
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 27, 2019 6:03 pm
לאקאציע: ביד השי"ת

Re: מיין בליק אויף אייוועלט תש"פ

תגובהדורך לעכטל » דינסטאג אפריל 28, 2020 5:37 pm

wow די חברה דא טויגן!
די בעסטע וועג אויסצורעכענען דיין צוקונפט, איז דורכ'ן עס מאכן...

(פרעזידענט לינקאלן)

שטומפיג
שר האלף
תגובות: 1253
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 11, 2018 8:30 pm
לאקאציע: צווישן קענט און בראדוועי

Re: מיין בליק אויף אייוועלט תש"פ

תגובהדורך שטומפיג » דינסטאג אפריל 28, 2020 6:06 pm

מזל טוב ר' אלטער!
שיינע גראמען.

אוועטאר
שמייכל תמיד
שר מאה
תגובות: 133
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 30, 2017 4:21 pm

Re: מיין בליק אויף אייוועלט תש"פ

תגובהדורך שמייכל תמיד » דינסטאג אפריל 28, 2020 10:10 pm

;l;p- שיין
און מזל טוב
דינען דעם באשעפער בשמחה תמיד

אוועטאר
איינס
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4790
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

Re: מיין בליק אויף אייוועלט תש"פ

תגובהדורך איינס » דינסטאג אפריל 28, 2020 10:14 pm

;l;p-
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

אוועטאר
מחשב
שר האלפיים
תגובות: 2466
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

Re: מיין בליק אויף אייוועלט תש"פ

תגובהדורך מחשב » מיטוואך אפריל 29, 2020 12:23 am

זייער שיין!

קאנגרעטולאציעס!
בכל יום ויום הייתי מחשב ואומר למקום פלוני אני הולך... ורגלי מוליכות אותי...

אוועטאר
סטיטשינער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4795
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 05, 2017 3:49 pm

תגובהדורך סטיטשינער » מיטוואך אפריל 29, 2020 1:20 am

אלטער!!!! ווער וואלט געחלומט!!! אזעלכע טאלאנטען WOW.
נאכדעם זאגסטע מיר ביסט צו פארנומען צו שרייבן עפעס.... נעוואדאי ביסטו געווען פארנומען, ביסט געווען פארנומען שרייבן די'ס גרענ'ד מעסטערפי'ס!
עכ''פ מז''ט אויף דעם דערהויבענע סעלעבראציע (אהן געבען די האנט שטייצעך - עס פיט נישט דארך דיינע גראטע'ס...) און בקרוב צום אלפיים אי''ה! יעדער תגובה עקסטער איז א פארגעניגען. ביז די 120 אי''ה!


[size=]גראדע בינעך באליידיגט. כ'האב עקספעקטעד עפעס א ספעשעל מענטשע''ן אדער עפעס...[/size]
מלכות הרשעה במהרה תעקר,אבער נצח ישראל לא ישקר!
אין אייראפע ווי דו קוקסט נאר אלס, דעם טויט מעסער אויפ'ן האלדז
מיליאנען אויסשחטן און אויסהונגערן,
אויף וועלכע לאגער אדער מאסן גרוב, וועסטו בויען דיין שטוב
ליטא, גאליציע, פוילן אדער אין אונגערן? (מאטי א.)

אוועטאר
חוח בין השושנים
שר האלפיים
תגובות: 2155
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

Re: מיין בליק אויף אייוועלט תש"פ

תגובהדורך חוח בין השושנים » מיטוואך אפריל 29, 2020 8:47 am

אלטער ביסט פיינע ווארע! מזל טוב!
הערליך געשריבן און מלא תוכן וטאלאנט!
אויב האסטו אויף מיר פאראיבל, טענות, מענות, א ויצעקו צו מאכן, א שטאך צו געבן, א קשיא צו פרעגן, אדער -להבדיל- א גוט ווארט צו זאגן טו עס ביטע דא.

אוועטאר
נקודהלע
שר חמש מאות
תגובות: 808
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 07, 2019 10:58 pm

Re: מיין בליק אויף אייוועלט תש"פ

תגובהדורך נקודהלע » מיטוואך אפריל 29, 2020 9:25 am

פיין פיין!!! ס'האט זיך געלוינט צו ווארטן...
ס'איז א נקודה'לע, א קליינער. אמאל קומט עס בטעות ארויס ווי א סקריבל, אבער מ'קען אייביג מעקן און צוריקברענגען צום נקודה.

אוועטאר
נקודהלע
שר חמש מאות
תגובות: 808
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 07, 2019 10:58 pm

Re: מיין בליק אויף אייוועלט תש"פ

תגובהדורך נקודהלע » מיטוואך אפריל 29, 2020 9:28 am

טישטוך האט געשריבן:
כ'האף ביסט ביי דיין דזשאב געבליבן
אונז טוה מיר דיר זייער שטארק ליבן
אבער עטליכע היגע מסובין
זענען א דאנק אייוועלט פון דזשאב געווארן פארטריבן


מעשה שהיה?
ס'איז א נקודה'לע, א קליינער. אמאל קומט עס בטעות ארויס ווי א סקריבל, אבער מ'קען אייביג מעקן און צוריקברענגען צום נקודה.

אוועטאר
שמארטיקל
שר חמש מאות
תגובות: 927
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 29, 2019 8:50 pm
לאקאציע: אונטערן קאפל
פארבינד זיך:

Re: מיין בליק אויף אייוועלט תש"פ

תגובהדורך שמארטיקל » מיטוואך אפריל 29, 2020 9:45 am

Wow wow ;l;p-

מזל טוב! הערליך שיין!! כל זמן שמזקינים וכו
לאכן לאכט דער לעצטער - דער וואס האט די לעצטע געכאפט די דשאוק

שמארטיקל'ס מחשבות

אוועטאר
טישטוך
שר חמש מאות
תגובות: 627
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 4:13 am
לאקאציע: ארויס פון געגנט

Re: מיין בליק אויף אייוועלט תש"פ

תגובהדורך טישטוך » מיטוואך אפריל 29, 2020 10:30 am

נקודהלע האט געשריבן:
טישטוך האט געשריבן:
כ'האף ביסט ביי דיין דזשאב געבליבן
אונז טוה מיר דיר זייער שטארק ליבן
אבער עטליכע היגע מסובין
זענען א דאנק אייוועלט פון דזשאב געווארן פארטריבן


מעשה שהיה?

נישט מיט מיר אבער מיט א באקאנטער...
א וואָרעם אין כריין, איז זיכער אַז דאָס איז צוקער זיס.

אוועטאר
נקודהלע
שר חמש מאות
תגובות: 808
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 07, 2019 10:58 pm

Re: מיין בליק אויף אייוועלט תש"פ

תגובהדורך נקודהלע » מיטוואך אפריל 29, 2020 10:32 am

טישטוך האט געשריבן:
נקודהלע האט געשריבן:
טישטוך האט געשריבן:
כ'האף ביסט ביי דיין דזשאב געבליבן
אונז טוה מיר דיר זייער שטארק ליבן
אבער עטליכע היגע מסובין
זענען א דאנק אייוועלט פון דזשאב געווארן פארטריבן


מעשה שהיה?

נישט מיט מיר אבער מיט א באקאנטער...

די דזאב האט ער אויפגעגעבן, אבער נישט אויף אייוועלט?!!
ס'איז א נקודה'לע, א קליינער. אמאל קומט עס בטעות ארויס ווי א סקריבל, אבער מ'קען אייביג מעקן און צוריקברענגען צום נקודה.

אוועטאר
טישטוך
שר חמש מאות
תגובות: 627
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 4:13 am
לאקאציע: ארויס פון געגנט

Re: מיין בליק אויף אייוועלט תש"פ

תגובהדורך טישטוך » מיטוואך אפריל 29, 2020 10:37 am

כ'רעד פון א שרייבער דא, זיין בעה"ב האט זיך גערעגט אז ער איז געזיצן מער שעות אויף אייוועלט ווי אויף זיין דזשאב.
א וואָרעם אין כריין, איז זיכער אַז דאָס איז צוקער זיס.

אוועטאר
אלטער
שר האלפיים
תגובות: 2410
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 14, 2020 12:44 pm
לאקאציע: אין בהמ"ד ביים קאווע שטיבל

Re: מיין בליק אויף אייוועלט תש"פ

תגובהדורך אלטער » מיטוואך אפריל 29, 2020 10:47 am

טישטוך האט געשריבן:איך קען נישט פארפיגן
און כ'גיי נישט זאגן ליגן
האסט כמעט יעדן איבערגעשטיגן
מיט טויזענט תגובות וועסטו זיכער זיגן

כ'האף ביסט ביי דיין דזשאב געבליבן
אונז טוה מיר דיר זייער שטארק ליבן
אבער עטליכע היגע מסובין
זענען א דאנק אייוועלט פון דזשאב געווארן פארטריבן

אפשר וועט מען עפענען א קאנטע
צו באצאלן פאר אשכולות אינטערסאנטע
ביזדערווייל מיט א צורה א אויפגעשיינטע
נעם א געהאלט א גרינע האנטע

;l;p-

טישטוך יעדע זאך איז וואָר
מיין נקודה מיין איך איז געווען קלאר
אז נישט ווי מער צייט דא פארדייען
און פליען פון דזאב בשן ועין

נאר קלאר איך פארציילעס
אנשטאט גיין פארברענגען אויף די מבואות האפילות
האט ער דא אן אויסגעהאלטן מקום
און נישט גיין פארברענגען ברחובות ובשווקים
איך בין טאקע אן אלטער, אבער אז איך בין גערעגט, וואס איין פאלט-דיר?

אויב מיינסטו איך שריי אויף דיר, דאן לייען איבער מיין תגובה... אחוץ אויב דיין תגובה איז געווען כנגד דעת תורתנו הק' אדער דעת רבינו הק' מסאטמאר זי"ע

אוועטאר
אלטער
שר האלפיים
תגובות: 2410
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 14, 2020 12:44 pm
לאקאציע: אין בהמ"ד ביים קאווע שטיבל

Re: מיין בליק אויף אייוועלט תש"פ

תגובהדורך אלטער » מיטוואך אפריל 29, 2020 11:09 am

א שיינער דאנק דא פאר אלע כל אחד בניק הטוב יבורך, ס'איז ממש א געשמאק פארברענגען מיט אייך אלע דא אויפן וועלט'ל

קלאָצקאָפּ האט געשריבן:שיין. מזל טוב!
טוב ה' לכל האט געשריבן:WOW הערליך, אזוי אמת און שיין, אלטער!! עס קומט זיך דיר טאקע די שר האלף ראנג.
בלעכענער פנים האט געשריבן:מזל טוב ר' אלטער
טישטוך האט געשריבן:איך קען נישט פארפיגן
און כ'גיי נישט זאגן ליגן
האסט כמעט יעדן איבערגעשטיגן
מיט טויזענט תגובות וועסטו זיכער זיגן

אבער צו טישטוך ווי אזוי קען מען קאמפערן
ווען די לאזט דיר דא זיך הערן
דיינע שיינע גראמען און שטיקער
פון די געפיל ס'רייסט שטיקער

;l;p-

לעכטל האט געשריבן:wow די חברה דא טויגן!
שטומפיג האט געשריבן:מזל טוב ר' אלטער!
שיינע גראמען.
שמייכל תמיד האט געשריבן:;l;p- שיין
און מזל טוב
איינס האט געשריבן:;l;p-
מחשב האט געשריבן:זייער שיין!

קאנגרעטולאציעס!
סטיטשינער האט געשריבן:אלטער!!!! ווער וואלט געחלומט!!! אזעלכע טאלאנטען WOW.




חוח בין השושנים האט געשריבן:אלטער ביסט פיינע ווארע! מזל טוב!
הערליך געשריבן און מלא תוכן וטאלאנט!
נקודהלע האט געשריבן:פיין פיין!!! ס'האט זיך געלוינט צו ווארטן...

שמארטיקל האט געשריבן:Wow wow ;l;p-

מזל טוב! הערליך שיין!! כל זמן שמזקינים וכו
איך בין טאקע אן אלטער, אבער אז איך בין גערעגט, וואס איין פאלט-דיר?

אויב מיינסטו איך שריי אויף דיר, דאן לייען איבער מיין תגובה... אחוץ אויב דיין תגובה איז געווען כנגד דעת תורתנו הק' אדער דעת רבינו הק' מסאטמאר זי"ע

אוועטאר
ארחיקה נדד
שר חמש מאות
תגובות: 726
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 24, 2019 9:11 pm
לאקאציע: מ'וואנדערט

Re: מיין בליק אויף אייוועלט תש"פ

תגובהדורך ארחיקה נדד » מיטוואך אפריל 29, 2020 12:55 pm

אקעי האסט שוין יעדן ציטירט קען איך שוין אריינקומען...

א מחי' איז נישט דאס ווארט!
אזוי אינהאלטפול, זיס, מליצהדיג, געשמאק יעדעס ווארט..

כפארברענג נישט אזויפיל און פארברענגן געווענטליך (גראדע לעצטענס יא) אבער ווען איך פאל נאר אריין צו דיינס א תגובה באסמאקעווע איך זיך דערמיט!
באמת א כבוד און פארגעניגן דיך צו האבן דא אויפן וועלטל!
אָעוּפָה אֶשְׁכֹּנָה וְאַרְחִיקָה נְדֹד / בַּמִּדְבָּר אָלִינָה וְאוּלַי אֶמְצָא דּוֹד

יש מנהיג לבירה!

אוועטאר
טשאלענט
שר האלפיים
תגובות: 2660
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 07, 2016 3:34 pm
לאקאציע: אין טשאלענט טאפ

Re: מיין בליק אויף אייוועלט תש"פ

תגובהדורך טשאלענט » דאנארשטאג אפריל 30, 2020 11:46 am

מייסטער ווערק!!

ייש"כ ר' אלתר!!

מיר האבן זיך באלעקט מיט אלע פון די טויזנט, און מיר ווארטן אויף נאך!!!
טשאלענט גמ"ח
ווען איך בין געווען אינגער פלעג איך זאגן:
די לעבן איז צו ערנסט צו נעמען אזעלכע נארישקייטן פערזענליך,
אבער היינט בין איך שוין שוין געקומען צום שכל און איך זאג:
די לעבן איז צו נאריש צו נעמען אזעלכע ערנסטע זאכן פערזענליך...

אוועטאר
אלטער
שר האלפיים
תגובות: 2410
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 14, 2020 12:44 pm
לאקאציע: אין בהמ"ד ביים קאווע שטיבל

Re: מיין בליק אויף אייוועלט תש"פ

תגובהדורך אלטער » דאנארשטאג אפריל 30, 2020 11:39 pm

ארחיקה נדד האט געשריבן:אקעי האסט שוין יעדן ציטירט קען איך שוין אריינקומען...

א מחי' איז נישט דאס ווארט!
אזוי אינהאלטפול, זיס, מליצהדיג, געשמאק יעדעס ווארט..

כפארברענג נישט אזויפיל און פארברענגן געווענטליך (גראדע לעצטענס יא) אבער ווען איך פאל נאר אריין צו דיינס א תגובה באסמאקעווע איך זיך דערמיט!
באמת א כבוד און פארגעניגן דיך צו האבן דא אויפן וועלטל!

ארחיקה האסט אזוי שיין געבעטן
נאכן שרייבן דיינע רייד...
איך זאל דיר נישט צוטרעטן
נישט ווערן אריין געדרייט

אבער דיר מיז איך זאגן
מיינע שירות איך מעסט
כאטש איך טו זיך פלאגן
5-4 ווערט עס צופרעסט....

אבער דיינע גראמען מיט ווערג
וואס די צו שטעלסט
גייט ריזיגע גרויסע הויכע בערג
טאלאנטן, פאר יעדן געפעלסט
איך בין טאקע אן אלטער, אבער אז איך בין גערעגט, וואס איין פאלט-דיר?

אויב מיינסטו איך שריי אויף דיר, דאן לייען איבער מיין תגובה... אחוץ אויב דיין תגובה איז געווען כנגד דעת תורתנו הק' אדער דעת רבינו הק' מסאטמאר זי"ע

פארשעי חסיד
שר מאה
תגובות: 183
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 14, 2020 8:14 pm

Re: מיין בליק אויף אייוועלט תש"פ

תגובהדורך פארשעי חסיד » דאנארשטאג אפריל 30, 2020 11:54 pm

אלטער דו ווערסט בעסער מיט יעדן'ס שכוח!.. כ'קען מיר שוין נישט איינהאלטן.. דו ביסט פון די בעסטע דא לעצטענס,
גיי אן

אוועטאר
אלטער
שר האלפיים
תגובות: 2410
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 14, 2020 12:44 pm
לאקאציע: אין בהמ"ד ביים קאווע שטיבל

Re:

תגובהדורך אלטער » זונטאג מאי 03, 2020 4:58 pm

סטיטשינער האט געשריבן:
גראדע בינעך באליידיגט. כ'האב עקספעקטעד עפעס א ספעשעל מענטשע''ן אדער עפעס...

כ'ווייס נישט צו דארפסט זיין באליידיגט... אבער ס'ליגט אויפן דעסקטאפ... אין א ווארד פייל..ס'ווארט אויף צייט...
איך בין טאקע אן אלטער, אבער אז איך בין גערעגט, וואס איין פאלט-דיר?

אויב מיינסטו איך שריי אויף דיר, דאן לייען איבער מיין תגובה... אחוץ אויב דיין תגובה איז געווען כנגד דעת תורתנו הק' אדער דעת רבינו הק' מסאטמאר זי"ע


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 2 געסט