אלעס ארום 'קלינישע טויט'

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

טוב ה' לכל
שר חמש מאות
תגובות: 878
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 04, 2019 7:17 pm

אלעס ארום 'קלינישע טויט'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טוב ה' לכל »

דא וועלן מיר רעדן איבער אלעס ארום קלינישע טויט אי''ה.
טוב ה' לכל
שר חמש מאות
תגובות: 878
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 04, 2019 7:17 pm

חלק א'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טוב ה' לכל »

איינע פון די גאר אינטערעסאנטע זאכן וואס די אייבערשטער האט אונז געגעבן אין די אלע הסתרות און טבעיות איז דער ענין פון 'קלינישע טויט'.
דער ענין הערט זיך גלייך ווי א דמיון און א באבע מעשה, אבער למעשה איז דאס היינט באשטעטיגט וויסנשאפטליך און עס איז פעסטגעשטעלט טויזנטער מאל אלץ קראנט.

אנגעהויבן האט זיך עס אין יאר תש''כ ווען עס איז ארויסגעקומען א ביך אויף ענגליש (ON DEATH AND DIYING) פון א פארשערין פון שווייץ וואס האט גערעדט אין א לויף פון צוואנציג יאר מיט בערך טויזענט מענטשן וואס זענען דאס דורך און זי איז צוגעקומען צו די מסקנא אז דאס איז א אמת'ע זאך און מען מוז בעל כרחך גלייבן דערין. דאס האט צום ערשטן מאל עס אריינגעברענגט אלץ א זאך מיט וואס מען דארף זיך רעכענען.
נישט לאנג דערנאך איז ארויסגעקומען א צווייטע בוך פון א פראפעסער פון די ווירזשיניע אוניווערסיטי (LIFE AFTER LIFE) וואס האט גערעדט מיט הונדערט פופציג מענטשן און עס איז אים אויך קלאר געווארן אז דאס איז א אמת'ע זאך און מען קען זיך נישט פארהוילן דערפון.
מיט די צייט זענען מער און מער מענטשן אריינגעקומען דערין און נאך און נאך פארשער האבן זיך אריינגעלייגט דערין און געקומען צו דער מסקנא אז דאס איז א פאקט ווי אלע פאקטן און עס איז וויסנשאפטליך אויסגעהאלטן צו גלייבן דערין.
די אינטערנאציאנאלע 'גאלופ' אנקעטע ארגאנאזאציע האט אין יאר תשמ''ב געמאכט א ריזיגע רייזע איבער די לענג און ברייט פון אמעריקע און געקומען צו די מסקנא אז בערך אכט מיליאן מענטשן האבן געהאט אזא פאסירונג ביז יענע יאר!
המשך יבא בקרוב אי''ה
טוב ה' לכל
שר חמש מאות
תגובות: 878
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 04, 2019 7:17 pm

חלק ב'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טוב ה' לכל »

בעפאר מיר גייען ווייטער איז אינטערעסאנט אנצומערקן אז ביי די גויים און בעלי תשובה איז דאס נישט די איינציגסטע הוכחה איבער די מושג פון א נשמה, עס איז דא נאך א גאר שטארקע זאך וואס ווייזט זיי דאס וואס רופט זיך 'סיאנס'.
דער ענין איז א גרויסער איסור פון די תורה ווערט בעצם געברענגט אין נ''ך ביי שאול המלך, דאס איז דער מושג פון ארויפברענגען נשמות און רעדן מיט זיי.
דאס איז א זאך וואס ווערט אסאך געטון איבער די וועלט. אין די איזראעלי מיליטער איז דאס גאר אן אפטע ערשיינונג ווי זיי ברענגען ארויף חברים וואס זענען געפאלן אין מלחמה און רעדן מיט אים.
זייער אסאך סאלדאטן דערציילן אז זיי האבן דאס אליינס געטון. אבער בחירה איז אלץ דא און אסאך בלייבן אפילו נאכדעם פריי, און א טייל וועקן זיך טאקע אויף און קערן זיך צוריק זעהענדיג אז עס דא א לעבן נאך דער וועלט.
אבער אינטערעסאנט, אז אלע זאגן אויך אז מען קען נישט רעדן מיט די נשמות איבער יענע וועלט, דעם אייבערשטן, גן עדן און גיהינום, ווי נאר מען רעדט דערפון ווערט די נשמה פארשוואונדן! דא זעט מען ווי די אייבערשטער פירט אז בחירה זאל אלץ בלייבן.
אוועטאר
שעפעריש
שר חמישים
תגובות: 90
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 29, 2017 9:38 am

Re: אלעס ארום 'קלינישע טויט'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שעפעריש »

איינס פון די גרעסטע הוכחות אז ס'איז דמיונות איז טאקע פון דעם ביכל וואס דו ברענגסט לייף עפטער לייף. דארט פארציילן מוסלעמענער ווי זיי האבן געזען מוכאמאד און קריסטליכע אז זיי האבן געטראפן יוזל. איך גלייב מער גארנישט פון דארט.
טוב ה' לכל
שר חמש מאות
תגובות: 878
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 04, 2019 7:17 pm

Re: אלעס ארום 'קלינישע טויט'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טוב ה' לכל »

שעפעריש האט געשריבן:איינס פון די גרעסטע הוכחות אז ס'איז דמיונות איז טאקע פון דעם ביכל וואס דו ברענגסט לייף עפטער לייף. דארט פארציילן מוסלעמענער ווי זיי האבן געזען מוכאמאד און קריסטליכע אז זיי האבן געטראפן יוזל. איך גלייב מער גארנישט פון דארט.

האסט געפרעגט א קשיא, עס איז אבער נישט קיין מסקנא און זיכער נישט קיין הוכחה.
האסט א קשיא אויף א פאקט, מען קען עס זייער גרינג פארענטפערן און מען וועט אי''ה צוקומען דערצו, אבער מיט א קשיא פרעגט מען נישט אפ פאקטן.

דער ענין איז א פאקט וואס אין ארץ ישראל אליינס זענען פארהאן הונדערטער מענטשן וואס האבן חוזר בתשובה געווען דורכדעם וואס זיי האבן אליינס געהאט ווי איך וועל נאך ברענגען אי''ה. גרויסע אטאיסטן וואס האבן אלע סארט קשיות און חכמות האבן אנגעהויבן גלייבן דורכדעם און אפילו חוזר בתשובה געווען, זיי האבן זיכער פרובירט אויפצוקומען מיט אלע סארט זאכן אבי נישט צו גלייבן דערין אבער למעשה האבן זיי געמוזט ווייל עס איז א פאקט.
טוב ה' לכל
שר חמש מאות
תגובות: 878
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 04, 2019 7:17 pm

חלק ג'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טוב ה' לכל »

ד''ר מייקעל סאבום פון א פרעסטיזשפולע אוניווערסיטי אין זשורזשיע, איז צוגעגאנגען צו דער זאך זייער סקעפטיש און אן קיין שום אמונה דערין נאר פארקערט, אבער נאכן רעדן מיט פופציג אנדערע מענטשן ווי אלע האבן אים דערציילט בערך די זעלבע פאקטן און מיט די זעלבע געפיל, האט ער בעל כרחך אנגענומען אז מען מוז גלייבן דערין צו מען וויל צו נישט. אלע זיינע אינטערוויאוס האט ער רעקארדירט און אפגעכאפט עס זאל בלייבן לדורות אן קיין ספיקות.
ער האט גערעדט דערפון ביי א דרשה זיינער און דערציילט וואו ער האט געזען אז דאס מוז זיין אמת, וואס ער האט אליינס געהאט מיט א פאציענט וואס נאך א אפעראציע וואס יענער איז אריבער אויפן הארץ האט ער איבער דערציילט יעדע דעטאל מיט א פונקטליכקייט וואס ער האט געזען פון דער הייעך בשעת מעשה, און ער האט דערציילט זאכן וואס איז נישט מעגליך צו זען נאר אויב מען זעט עס פון דער הייעך.
ד''ר סאבום האט אליינס נישט געדענקט אלעס און ארויסגענומען די שריפטן און דאקומענטן און איבערגעליינט וויאזוי די זאך איז צוגעגאנגען און געזען אז ער זאגט ממש גענוי וויאזוי דאס איז געווען. דא האט ער געזען אז דאס מוז זיין אמת אז א מענטש האט א נשמה און איז נישט נאר דער נארישער שטיקל פלייש הנקרא 'גוף' וואס מיר זעהען מיט די פליישיגע אויגן.

די פסיכיאלאג קארליס אויסיס האט גערעדט מיט 877 דאקטורים! וואס אלע פון זיי האבן געהאט אזעלכע מעשיות מיט זייערע פאציענטן און געקומען צו די מסקנא אז די רעדט מען פון א פאקטישע זאך אויף וואס מען קען זיך נישט קריגן. זיין בוך איז 'DEATH OF HOUR THE AT'.
ד''ר איאן סטיווענסאן האט ארויסגעגעבן א בוך 'Cases of Reincarnation 02' ווי ער האט אינטערוויאוט צוואנציג מענטשן אויף גאר א שארפן און גרינטליכן אופן און אויך צוגעקומען צו א מסקנא אז דאס איז אמת און מען מוז גלייבן דערין.
אין יאר תשע''ה איז ארויסגעקומען פון סאוט העמפטאן אוניווערסיטי אין ענגלאנד א פארש ארבעט פון פיר יאר ווי זיי האבן אויסגעפארשט איבער צוויי טויזענט הארץ אטאקע געליטענע וואס האבן עס איבערגעלעבט און געהערט פון פערציג פראצענט פון זיי אז זיי האבן געזען און געוואוסט אלעס וואס טוט זיך אויך בשעת זייער קלינישע טויט און אויף אן אופן וואס קען נישט זיין נאר דורך א נשמה וואס זעט אלעס פון העכער.
טוב ה' לכל
שר חמש מאות
תגובות: 878
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 04, 2019 7:17 pm

Re: אלעס ארום 'קלינישע טויט'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טוב ה' לכל »

איך בין נישט דא צו ציען קיין שום מסקנות און איך זאג גארנישט אויף למעשה, די תורה הקדושה איז אונזער וועג ווייזער און אונזער מקור הידיעות אויף אלעם, אלעס איז סתם פאר אינטערעסאנטקייט. ופשוט הוא.
אוועטאר
ישוב הדעת
שר האלפיים
תגובות: 2818
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 11, 2018 4:34 pm
לאקאציע: רעקליינער

Re: אלעס ארום 'קלינישע טויט'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישוב הדעת »

Wow פיינע סחורה! קיפ איט אפ!
By 2030 You Will Own Nothing And You Will Be Happy (WEF) Or vote in TRUMP
אוועטאר
dont care
שר חמישים ומאתים
תגובות: 415
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 25, 2011 10:04 am

Re: אלעס ארום 'קלינישע טויט'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך dont care »

[quote="ישוב הדעת"]Wow פיינע סחורה! קיפ איט אפ![many lives many masters dos anybody know from the book ?
אוועטאר
יוד אלף
שר האלף
תגובות: 1544
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2015 9:34 pm

Re: אלעס ארום 'קלינישע טויט'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוד אלף »

ישר כח פאר די ארבעט איך האב באמת הנאה, עס איז אינטערסאנט צו ליינען פון א היימישע מלקט

(ווען איר ענדיגט דערמיט, איז דא נאך פארשידענע נושאים א דורך צוטוען, איינע פון די זאכן וואס איך האב אויף מיין ליסט איז די נושא "וויאזוי ווערט א זאך באשטעטיגט אלץ פאקט" די חילוק צווישן אות, מופת, ראי', הוכחה, וכו', וואס איז א דאגמע, וואס איז טיאריע, עס איז אן נושא עמוק)



ביטע ממשיך זיין אפילו עס זענען דא קושיות און הערות
ישר כח
טוב ה' לכל
שר חמש מאות
תגובות: 878
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 04, 2019 7:17 pm

חלק ה'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טוב ה' לכל »

צו זען ווי ווייט בחירה איז דא אפילו נאך אזא מעשה ביי זיך אליינס, וועלן מיר דערמאנען א אינטערעסאנטע פאל וואס האט זיך אפגעשפילט אין ארץ ישראל זעקס יאר צוריק מיט א חבר הכנסת אין די מדינה 'יוסי שריד'.
דער יוסי שריד איז געווען א פרייער מיט אלע מפרשים, א לוחם קעגן אידישקייט, א וויסטע כופר אין אלעם און א שארפע לינקע פאליטיקאנט.
אבער אין יאר תשע''ד האט ער געגעבן א אינטערוויאו פאר גלי מדינת ישראל מיליטער – אויך א לינקע ראדיא סטאנציע, איבער א מעשה וואס ער האט געהאט, עס איז צוגעגאנגען אזוי (בערך):
בני בשן: איך הער דו האסט א מעשה וואס מען גלייבט נישט דערין?
שריד: יא, איינמאל בין איך געשטארבן, איך בין מער נישט דא געווען, אונז זענען געפארן די גאנצע משפחה אין א קאר, איך געדענק מיינע קינדער וואס וויינען פון אינטען אויף זייער טאטע וואס איז געשטארבן, איך האב געשפירט א טיפע געפיל פון א נשמה.
בני בשן: א נשמה, א נפש?
שריד: יא, איך האב געשפירט ווי מיין נשמה גייט ארויס, ווען מיין נשמה איז ארויף האב איך אלעס געזען ווי א באלל, איך האב געזען ווי מיין משפחה פארט ווייטער אין די קאר און מיין ווייב פארט גלייך צום שפיטאל. ווען אונז זענען אנגעקומען בין איך צוריק אראפגעקומען אין מיר אריין.
בשן: דאס הייסט דו האסט נאך א זאך וואס הייסט א נשמה?
שריד: יא, א נשמה, א נפש, א זאך וואס איז אפגעטיילט פונעם גוף. דאס איז קעגן מיין גאנצע אידילאגיע, איך גלייב נישט דערין, דו פארשטייסט?
בשן – אינגאנצן צוטומעלט און אויפגעשאקעלט: וואס דו זאגסט מיר דא, וואס עס קומט דא ארויס פון דיין מויל, פון אזעלכע רעאליסטישע אומגלויביגע מענטשן ווי דיר, און דו זאגסט עס פאר א פאקט!!
דא זאגט ער נאך אפאר זאכן וואס איז געווען נאכדעם, און דאן רעדט דער אינטערוואיוער, בשן, א פרייער, און זאגט: יוסי, דאס וועל איך נעמען פאר מיין גאנצע לעבן, דאס איז די בעסטע און אמת'דיגע עדות וואס איך האב נאר באקומען.
שריד אבער האלט נישט ביים זיך בייגן אז עפעס ניי איז דא פארהאן, ער גלייבט נישט און שוין......... ער זאגט נישט קיין שום הסברים, נאר עס איז קעגן 'זיין' אמונה (ער גלייבט אויך קעגן די רעאליטעט....). אבער דוקא דער בשן איז אויפגעשאקעלט און טוישט דערפון זיין גאנצע מהלך המחשבה.

זעה מיר ווי בחירה איז אלץ פארהאן, מען דארף האבן אלץ אמונה און גיין מיט א תמימות מיטן אייבערשטן!
טוב ה' לכל
שר חמש מאות
תגובות: 878
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 04, 2019 7:17 pm

Re: אלעס ארום 'קלינישע טויט'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טוב ה' לכל »

יישר כח אלע באדאנקערס!!!
אוועטאר
אלטער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9980
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 14, 2020 12:44 pm
לאקאציע: אין בהמ"ד ביים קאווע שטיבל

Re: אלעס ארום 'קלינישע טויט'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטער »

זייער אינטערסאנט, איך מיין אז הערשל פרידמאן האט שוין דערמאנט אויף ק"מ אבער דא קיקט אויס אז ס'קומט א פיינער ארוכת...

איך שטעל עס שוין אויף דיין חזקה!
ווייל איך בין א אידעלע, זינג איך מיר א לידעלע, ווייל איך בין א איד, זינג איך מיר א ליד
טוב ה' לכל
שר חמש מאות
תגובות: 878
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 04, 2019 7:17 pm

חלק ו'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טוב ה' לכל »

נאר צו צולייגן עטליכע ווערטער איבער דער יוסי שריד, האט א שרייבער געשריבן אזוי:
ער האט נישט געהאלטן אז אזא עטאיסט און כופר בכל זאל פון איין רגע אויפן צווייטן צוליב א קלינישע טויט איבערלעבעניש יעצט לויפן קויפן ציצית און א קאפל און שוין, אבער כאטש זאגן אז ער זעט אז ער ווייסט נישט אלעס, ער דארף עס גיין מער בודק זיין און אויסטשעקן, עס קען זיין ער איז נישט גערעכט.
אבער אזוי זאגן 'עס איז קעגן מיין אידיאלאגיע'... דאס איז ממש ליצנות פון זיך אליין, אין אנדערע ווערטער - 'קעגן מיין אמונה'... האט ער אויך אמונה, ער גלייבט אויך אין זאכן, יעדער גלייבט, די שאלה איז נאר אין וואס.

און די שרייבער פירט אויס אז עס איז דא א גרויסע פראפעסער וואס איז אויך געווען א גרויסע עטאיסט, אבער נאכן דורכגיין א קלינישע טויט איבערלעבעניש האט ער אנגעהויבן צו זוכן און נאכגיין און געזען טאקע אז עס איז דא א וועלט וואס ער ווייסט נישט דערפון, און זיך גאר אסאך געטוישט אין אלע הינזיכטן און אפילו ארויסגעגעבן א בוך ווי ער באשרייבט זיין גאנצע היסטאריע.

און יענער פירט אויס 'איך האב נישט געוואוסט אז אפילו פון אזא ווייטע מענטש ווי דער שריד זאל מען אויך קענען זיך עפעס לערנען, יא, מען קען - די גרויסע כח פון בחירה!...
טוב ה' לכל
שר חמש מאות
תגובות: 878
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 04, 2019 7:17 pm

חלק ז'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טוב ה' לכל »

למעשה, פארוואס זאג איך די גאנצע צייט אז עס איז א פאקט, וואס מאכט עס פאר א פאקט?
די פשוטע סיבה איז: וויבאלד יעדער איז זיך מודה דערין, קיינער האלט נישט פארקערט, נאר אדער אויב ער האט עס נישט דורכגעטון, אדער ווייל ער וויל נישט ווייל עס קוקט אויס פאר אים צו מיסטעריעז און ווייט פון מציאות.
די מידיע נעצן פרייע און פרומע צוגלייך ברענגען ארויף יעדע פאר וואכן אדער חדשים נאך א מענטש וואס האט עס מיטגעלעבט און קומט ארויף לעבעדיג צו דערציילן זיינע איבערלעבענישן. און מען רעדט דא פון נארמאלע מענטשן וואס האבן נישט קיין שום אגענדע און זיי זאגן נישט קיין שום מסקנא וואס זיי ווילן ארויסברענגען דערמיט, זיי דערציילן נאר וואס זיי האבן אליין מיטגעלעבט און שוין.
דאס הייסט א פאקט, אז זאך וואס קיינער קריגט זיך נישט דערמיט און איז אנגענומען אין די וועלט אלץ א זאך וואס פאסירט.

נאר אוודאי פרובירן די דאקטוירים און פארשער עס צו מסביר זיין שכל'דיג אז די מענטש האט דעמאלטס כל מיני כח הדמיונות און נאך און נאך טעאריעס צו אוועקמאכן דער הימלישע אומשכל'דיגע געשעעניש, אבי מען זאל ווייטער קענען עסן די סטעיק רואיג, און עס זאל נישט זיין עפעס אויף די וועלט וואס מען קען נישט מסביר זיין שכל'דיג וואס דאן צופאלט זייער גאנצע בנין.
אבער קיין איין הסבר שטימט נישט מיטן פאקט אז די מענטש דערציילט נאכדעם איבער זאכן וואס איז נישט מעגליך אז ער זאל עס וויסן, ווי אויך דערציילן גאר אסאך מענטשן איבער זאכן וואס זיי האבן קיינמאל נישט געוואוסט און געטראכט אין זייער לעבן, און קיינער בכלל דמיונ'ט דעמאלטס נישט פון קיין נארישע תאוות וכדומה וואס מען ליגט די גאנצע לעבן, נאר פון א געוויסע הימלישע אור און ווארעמקייט פון וואו מען וויל נישט צוריקקומען וכו' וואס מיר וועלן נאך רעדן.

דעריבער ווערט דאס גערופן א פאקט, וואס אוודאי קען מען פרעגן קשיות דערויף און עס איז דא דערין כל מיני צדדים, אבער די עצם פאסירונג איז א פאקט אויף וואס קיינער דינגט זיך נישט.
שיעלע בהמה
שר האלפיים
תגובות: 2366
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 10, 2019 11:59 am

Re: אלעס ארום 'קלינישע טויט'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שיעלע בהמה »

א ריזיגן שכויעך פארן אריינטרעטן אין דעם גאר אינטערעסאנטן נושא.. אבער ביטע ברענג, מער און הארטע חומר... איך בין שוין אנטוישט געווארן אויף קו"מ פון די רחים של מים..
איך דארף מעשיות און חזיונות פון מענטשן און פלעצער... די הקדמות און די ארום און ארום האט שוין ר' הערש פר"מ געדעקט..
שאהן הענניטי
שר האלפיים
תגובות: 2909
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 15, 2012 12:07 pm

Re: אלעס ארום 'קלינישע טויט'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאהן הענניטי »

זייער הנאה געהאט.

טוב, ביסט א ברכה פאר אונזער וועלטל
טוב ה' לכל
שר חמש מאות
תגובות: 878
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 04, 2019 7:17 pm

Re: אלעס ארום 'קלינישע טויט'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טוב ה' לכל »

יישר כח פאר די באדאנקער'ס.

הרב שיעלע, איך אוודאי וועל איך אי''ה פרובירן.
ביז אהער האב איך אויך געברענגט נעמען פון ביכער וואס מען קען באקומען און נעמען פון דאקטורים און א מעשה פון יוסי שריד וואס יעדער קען נאכזוכן זייער גרינג.
איך וועל ווייטער פרובירן ברענגען נעמען פאר יעדע מעשה און מען וועט אליין קענען נאכזוכן.
אוועטאר
מונאוויטש
שר האלפיים
תגובות: 2905
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2015 6:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מונאוויטש »

יש"כ 'טוב' פארן שרייבן איבער דעם אינטערעסאנטן טעמע.

שעפעריש האט געשריבן:איינס פון די גרעסטע הוכחות אז ס'איז דמיונות איז טאקע פון דעם ביכל וואס דו ברענגסט לייף עפטער לייף. דארט פארציילן מוסלעמענער ווי זיי האבן געזען מוכאמאד און קריסטליכע אז זיי האבן געטראפן יוזל. איך גלייב מער גארנישט פון דארט.

לפענ"ד איז דאס בכלל נישט קיין קשיא.
אודאי זענען פארהאן קריסטליכע און מוסלמענער גלויביגע וועלכע וועלן צולייגן זייערע אייגענע שמייליגקייטן צו זייער געשיכטע. אבער דאס מאכט נישט אוועק די פאקט אז טויזענטער מענטשן מארבע פינות תבל באריכטן מער ווייניגער די זעלבע 'קלינישע טויט' איבערלעבענישן, נייטראל אן קיינע שום זייטיגע שמייליגע צוגאבן.
Programming
שר שלשת אלפים
תגובות: 3152
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2017 8:53 pm

Re: אלעס ארום 'קלינישע טויט'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Programming »

פארהאנען א פרעסטיזשפולער דאקטאר אין איינע פון די גרויסע ניו יארק'ער שפיטעלער וואס ער טוט אין דעם נושא, עס איז דא אנליין אסאך ווידיא'ס פון אים.

אסאך דאקטוירים שפעקולירן אז דער מח ארבעט נאך סאמהאו עטליכע שעה נאכן נישט באקומען קיין לופט / בלוט, וואס דאס פאר זיך איז אליין א ריזיגע אנטפלעקונג, אין א מצב וואס מען האט אלעמאל געהאלטן אז דער מענטש איז שוין גענצליך טויט און ער קען שוין נישט הערן און וויסן גארנישט, ווייסט מען היינט אז זיי האלטן יא מיט. עס איז אוממעגליך אפצופרעגן די טעאריע אינגאנצן (כאטש עס מאכט נישט קיין סענס) ווילאנג מען קען נישט צוריק לעבעדיג מאכן איינעם וואס זיין מוח איז פיזיש נישט אינטאקט.

למעשה דאס אז קריסטן און מוסולמענער טרעפן זיך מיט זייערע רעליגיעזע אייקאנס איז לכאורה א שטיקל ראיה אז ס'איז אלעס נאר אין קאפ.

לעומת זה איז וויכטיג צו וויסן אז על פי רוב וועלן די פאציענטן מיט דער צייט, ווי לאנג עס דויערט דורכצוגיין די באהאנדלונגען און ריהעביליטאציע נאכן צוריק קומען, פארגעסן די גאנצע זאך, עכ"פ אסאך דעטאלן. און די איינציגע וועג צוצוקומען צו זיי איז נאר אויב מען פרעגט זיי אויס תומ"י און זיי זענען אומשטאנד צו ענטפערן. עס איז מסתבר אז די וואס דערציילן דאס שפעטער און לייגן צו אז זיי האבן געזען מוכאמעד, איז דאס א זאך אין קאפ וואס זיי רעדן זיך אליין איין, זיי געדענקן נישט די פונקטליכע דעטאלן נאך אזא לאנגע צייט, און די געטליכע אוט אוו די ווארלד עקספיריענס וואס זיי האבן געהאט קאנפיוזן זיי מיט וואס עס הייסט געטליכקייט אין זייער ערציאונג דא אויף די וועלט.

אין די גמרא ווערט שוין דערציילט איבער אזא עקספיריענס, מיט דעם אמורא וואס האט געזען עליונים למטה ותחתונים למעלה

פאר רוב מענטשן זאגן זיי אז דאס איז געווען א פאזיטיווע עקספיריענס, חוץ פאר אזאלכע וואס האבן פרובירט צו באגיין סועסייד, און מענטשן וואס האבן זיך אויפגעפירט אויף די וועלט שלעכט צו אנדערע, פאר זיי איז דאס געווען א אפקומעניש. פארשטייט זיך אז מען רעדט בעיקר פון גוים. איך ווייס נישט אויב עס איז דא א געהעריגע שטודיע אויף נאר אידישע פאציענטן און וואס זייערע איבערלעבענישן זענען געווען.

אלע וואס קומען צוריק פון אזא איבערלעבעניש, זענען ממאס דאס גשמיות, געלט און כבוד וואס די וועלט האט צו אפערן, אנשטאט זוכן זיי צו טון עפעס מער צו העלפן אנדערע וכדו'.
צו לייקן אדער דיסלייקן די תגובה, מאכט א רייט קליק אויף די ווייסע קעסטל נעקסט צו די טיים סטעמפ העכער די תגובה און קאפי'ט די לינק אדרעס. אלע 5'ס (5, 15, 25, 105, 1005 א.א.וו.) זענען לייקס, 10'ס (10, 100, 1000 א.א.וו.) זענען דיסלייקס.
טוב ה' לכל
שר חמש מאות
תגובות: 878
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 04, 2019 7:17 pm

חלק ח'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טוב ה' לכל »

אין יאר תשס''ח איז ארויסגעקומען א בוך פון א נוירס 'פעני סערטארי' פון ענגלאנד, וואס ברענגט מערערע מעשיות פון דער געשעעניש.
זי שרייבט אז זי איז געווען א נוירס פאר זיבעצן יאר און זי האט זיך פשוט אנגעשטויסן אין אזויפיל אזעלכע פאסירונגען וואס האבן פאסירט אינטער אירע הענט אז זי האט זיך שוין נישט געקענט פארהוילן דערפון און באשלאסן אז זי מוז דאס נאכגיין און אויספארשן, און דאן ארויסגעגעבן א בוך איבער איר פארש ארבעט דערין.

דאקטער זשעפרי לונג פון א לואיזשיאנע שפיטאל האט אויך געהאט די זעלבע זאך און אפילו געפענט א גאנצע ארגאנעזאציע וואס זאל דאס אויספארשן, ער האט גערעדט מיט דריי טויזענט ! אנדערע מענטשן וואס האבן דאס מיטגעלעבט, און דאן ארויסגעגעבן א בוך איבער דעם מיט פילע ערשטהאנטיגע מעשיות.
ער איז אנגענומען אלץ גאר קראנטע באגלייבטע מענטש און גאר אסאך גרויסע מידיע נעצן האבן אים אינטערוויוט א שטייגער ווי עי בי סי, פאקס, נשיונל זשיאגרעפיק און נאך.

אין יאר תשע''ב איז ארויסגעקומען א בוך 'א הוכחה אויף גן עדן' דורך א גאר באקאנטע פרעסטיזשפולע אמעריקאנע דאקטער 'עבען אלכסנדר', וואס האט דארט איבערגעגעבן א אייגענע איבערלעבעניש וואס ער האט געהאט אין יאר תשס''ח ווי ער האט אין א קלינישע טויט אנערקענט אז עס איז נאך א וועלט מיט א גן עדן און א גיהינום.
דאס האט אויפגערודערט די וועלט זייענדיג א באגלייבטע און גאר אנערקענטע דאקטער און א פארשער אין הארווארד און ווירזשיניע אוניווערזיטעטן, דער בוך איז געווארן איבערגעזעצט אין פערציג שפראכן, גאר א גרויסע נומבער אין אזא קורצע צייט, און איז געווען 97 וואכן אין א ציה אלץ 'בעסטסעללער' בוך ביי די ניו יארק טיימס! א זעלטענהייט.

בקיצור, טאקע דיקא דאקטוירים וואס לעבן דאס אליינס מיט און זעהען דאס מיט די אייגענע אויגן מיט זייערע פאציענטן, זיי לייגן זיך אריין דערין און טוען דערין ווייל זיי זעהען עס און לעבן עס מיט. דאס איז גאר א שטארקע זאך אנצומערקן און עס געט צו צום קראנטקייט פונעם זאך.
לעצט פארראכטן דורך טוב ה' לכל אום זונטאג אפריל 19, 2020 1:38 am, פארראכטן געווארן 2 מאל.
טוב ה' לכל
שר חמש מאות
תגובות: 878
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 04, 2019 7:17 pm

Re: אלעס ארום 'קלינישע טויט'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טוב ה' לכל »

יישר כח פאר אלע וואס לייגן צו, עס געט אסאך צו.

לגבי די חלק אז די מח ארבעט נאך אביסל, איז עס נישט קיין תירוץ איבער דעם וואס מענטשן זעהען זאכן וואס זיי האבן קיינמאל נישט געטראכט און געלעבט דערמיט, ווי אטאיסטן וואס האבן אויך די אלע איבערלעבענישן, וו אויך קינדער וואס ווייסן נאך פון גארנישט, און ווי שוין דערמאנט איז אפילו א בלינדע מענטש (וואס איז דא א ווידיאו ווי ער דערציילט עס) האט אויך דערציילט זאכן וואס ער האט געזען און בעפאר האט ער קיינמאל נישט געקענט אפילו וויסן דערפון זייענדיג בלינד.
פרידן
שר האלפיים
תגובות: 2806
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 02, 2015 7:37 pm

Re: אלעס ארום 'קלינישע טויט'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרידן »

זייער שיין אראפגעלייגט
אזויפיל מיליאנען מענטשן לעבן דאס איבער נישט בטעות קיינער פין וויליאמסבורג בארא פארק מאנרא מאנסי וכו׳ זאג מיר נישט אז די היימישע עולם שעמט זיך ווייל קול מבשר האט שוין געהאט אינטערוויאס פין אלע סארטן חזיונות וחלומות
טוב ה' לכל
שר חמש מאות
תגובות: 878
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 04, 2019 7:17 pm

Re: אלעס ארום 'קלינישע טויט'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טוב ה' לכל »

פרידן האט געשריבן:זייער שיין אראפגעלייגט
אזויפיל מיליאנען מענטשן לעבן דאס איבער נישט בטעות קיינער פין וויליאמסבורג בארא פארק מאנרא מאנסי וכו׳ זאג מיר נישט אז די היימישע עולם שעמט זיך ווייל קול מבשר האט שוין געהאט אינטערוויאס פין אלע סארטן חזיונות וחלומות

א גוטע קשיא אויף א פאקט, האסט אנגערירט א אינטערעסאנטע נקודה.
מעגליך אז פראצענטעזש איז עס נישט קיין קשיא, זיי זאגן אז בערך דרייסיג מיליאן מענטשן וואס לעבן יעצט האבן עס געהאט, דאס איז נישט קיין גרויסע נומבער פראצענטעזש אז מען זאל קענען פרעגן.
אבער מער אמונה'דיג קען זיין אז עס איז בהשגחה פרטית, מעגליך ווייל מיר האבן ממילא אמונה, אדער ווייל דער אייבערשטער וויל טאקע דער נחת רוח פון אים דינען מיט אמונה אן זען גילויים, ועוד ועוד.
שיעלע בהמה
שר האלפיים
תגובות: 2366
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 10, 2019 11:59 am

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שיעלע בהמה »

מונאוויטש האט געשריבן:יש"כ 'טוב' פארן שרייבן איבער דעם אינטערעסאנטן טעמע.

שעפעריש האט געשריבן:איינס פון די גרעסטע הוכחות אז ס'איז דמיונות איז טאקע פון דעם ביכל וואס דו ברענגסט לייף עפטער לייף. דארט פארציילן מוסלעמענער ווי זיי האבן געזען מוכאמאד און קריסטליכע אז זיי האבן געטראפן יוזל. איך גלייב מער גארנישט פון דארט.

לפענ"ד איז דאס בכלל נישט קיין קשיא.
אודאי זענען פארהאן קריסטליכע און מוסלמענער גלויביגע וועלכע וועלן צולייגן זייערע אייגענע שמייליגקייטן צו זייער געשיכטע. אבער דאס מאכט נישט אוועק די פאקט אז טויזענטער מענטשן מארבע פינות תבל באריכטן מער ווייניגער די זעלבע 'קלינישע טויט' איבערלעבענישן, נייטראל אן קיינע שום זייטיגע שמייליגע צוגאבן.

סאיז זייער סענסיטיוו צו רעדן דערפון
אבער דער הייליגער רמב"ם שרייבט אויף דעם מוחאמאד ימ"ש (און כמדומה אויכעט אויף יאשקע ימ"ש) אז זיי האבן אויסגעריסן די נערישע ע"ז און איינגעפלאנצט אין די גויאישע וועלט אמתע יסודות אבער אויף זייער פארקרומטע און פאלטשע וועג און אלעס איז פונעם יד השם כדי צו מכשיר זיין די וועלט צו די גאולה שלימה...

ווער ווייסט, אפשר וויל דער אויבערשטער מעורר זיין די גויאישע וועלט.. אבער מצד שני זענען זיי נאכנישט ראוי צו וויסן דעם אמת, במילה ווייזט מען זיי אזאלעכע חזיונות..
אבער מיר אידן בויען נישט גארנישט אויף די אלע זאכן מיר האבן א קבלה ביזן בארג סיני ארויף.
לעצט פארראכטן דורך שיעלע בהמה אום זונטאג אפריל 19, 2020 4:24 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”