געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'
מאנטאג מרץ 31, 2008 8:17 am
דא האבן מיר גערעדט פון אינטרעסט ראטעס, יעצט וועלן מיר גיין צו רעסעסשאן
עס ציפט ווען מען זעהט די ווארט רעסעסשאטן, אמאל האט מען געמיינט אז נאר אין מיטל מזרח צו אין ארגענטינע ערגעץ ווייט אוועק קען געשעהן אדער צוקומען צו אזא זאך. וואס הייסט רעסעשאן - וואאאס אין אמעריקע?
'וואס רעסעסשאטן ווען רעסעסשאטן' - וועם וויל מען דא איינרעדן - וועם וויל מען דערשרעקן. אמת עס איז טאקע עולם השקר'אטפי אבער פארט איז נאך דא א געמיינדע חברה וואס ווייסן יא אז נישט אלעס שטעקט אונטער א פעסל אויל וואס קען איין טאג זיין א גאנצע הונדערט טאללער, אין איין טאג אכציט טאטללער. אין דאס ברענג רעסעסיע, נאטוואטדען?
ווילט עטס מיר זאגן אז אלעס דרייט זיך אונטער א פעסל אויל ס'הייסט אזוי, דער אראביש דערפל אין דרום טייוואחן איז באגראבן דארט אין שפיץ ביי א עק אין א מדבר'ל ווייט ווייט. אין עס גרעבעלט זיך מיט אויל דארט ווי מען גייט אין ווי מ'שטייט, אין דארט אין דער דערפל איז פארהאן צוויי דריי שבטים אראחביש געבוירענע געמישט מיט טייואנישע שבטים וואס זיי זענען פארמישט צווישן זיך מיט אפאר שפראכן, זיי ארבעטן באטרוועס ערשט קלאסיגע גראטבער חברה, זיצן זיי דארט 'טווענטי פאטר סעווען' אין וואס זיי טוען איז די אויל גראבונגען וואס דערנאך פארלייען זיי דאס פאר גרעבער מינע סופלייען און מען טוט דאס אויסארבעטן אזוי אויף צו טראנספארטירן אין די ווייטע מרחקים ביז אפילו אין מערב וועלט, ווי יעדער האט הנאה דערפון.
ס'הייסט אז די אויל וואס עס קומט פון דארט, גייט דערנאך איינער נעמען אין אריינגיסן דער אינעם אינעם 'פיר ביי פיר רעדל טרעקל', אין א צווייטער נעמט דער אויל אין באנוצט זיך דורך באחהייצן זיין 'טשאטקלאחדע מאחשינקע' וואס ווערט געהייצט מיט גאנודע אויל, אין דאס איז וואס קומט באמת פון דרום טייוואן? עההה. יעעעעע וואטר אז עס קומט אפשר פון דארט אבער נישט דאס איז דער 'רעסעסשאטן פאטרכט'.
לאמיר זיך נישט פאר קיין רגע נאחרן אז דער אויל איז נאר דארטן דא. קומסט מיר זאגן אז פון אפאר 'טייוואנער-אראבער-קליקע' קען מען סופלייען אויל פאר א צוועלקע וועלט? נישט מעגליך. אין אויב יא איז דער פרייז וואס דער האטריגער אראבער דארט אין טייוואן לייגט ארויף אויפן פעסל אזוי גוט אויסגערעכנט אז ער זאל קענען באלבאטעווען אויף אזוי ווייט. אין דאס זאל צושפלעטערן דעם אמעריקנעם עקענאמיע. ניקס קיין הסבר אזאנס – פארשטאנען?
הארכטס אויס. מיר גייען דאס שוין נאך פאר א לאנגער צייט. איז אזוי צו זאגן.
האט איינער אמאל אויפגעפאסט וואס מען טוט מיט אונז פשוטע מענטשען? נישט דווקא אמעריקאנער, וואס טוט מען. לאמיר נעמען אפאר משטלים דערביי.
זילבער פאפיר: וואאאס גייט דא פאר, דער עולם שלאפט. מען מאכט פון אונז דינער אין דינער פלאכער אין פלאכער פון טאג צו טאג, אין קיינער רעדט נישט. (בייק לעין הא?) דער זילבער פעפער ווערט גענוצט דורך טויזענטער מענטשען א טאג, אין קיינער כאפט נישט אויף וואס דא קומט פאר? זאל יעדער גיין א קוק טאן וויאזוי עס האט אויסגעקוקט א ראטלל זילבער פעפער פאר א יאר צוריק, אין ליידער וויאזוי עס קוקט אויס צוטאטגס.
נו מה כולו רעש, וויפיל זילבער פאפיר קען מען דען פארבריצירן. זיי וועלן דאך איין טאג אויסגיין פון זילבער פאפיר, קוקט אהער - ווען מר. זילבער פעפער האט אויסגעטראפן די זאך זילבער פעפער האט ער נישט גערעכנט פאר דורות וועט דאס אזוי אנגיין מיט דער אלטמאדישער סיסטעם, זליבער פפעעעעעפפער, עה. אז מען וועט באדעקן א טאפ מיט זילבער פאפיר? ער האט זיכער געמיינט אז עס וועט ארויס קומען אזא מין זאך וואס וועט הייסן למשל 'סעיף רעפלפלער' צו צוגלייך. אין דאס וועט ארבעטן אוטאמאטיש צו ווער ווייסט וואס...
יעצט ווען עס איז דורך א שטיק צייט אין עס גייט נאך געהעריג אן דער זילבער פעפער באנוץ, איז דאך געפאלן אויף די זילבער פעפער קאמפאני א שווערער יאטך. צו קענען סופלייען אזויפיל, איז וואס טוען זיי, מוזן זיי דאס מן הדין מאכן 'רקיעי פחין', ס'הייסט זיי מוזן דאס אויסביגלען בעפאטרן ארויס שיקן צו די גראסעריס. אין וואס א טאג שפעטער ווערט דאס דינער אין דינער.
יעצט וואס געשעהט, יעצט אמאל ווען מען האט געקענט נוצן איין שטיקל זילבער פאפיר פאר א צודעק. מוז מען צוטאטגס באנוצן מיט א דאטבל צודעקעריי. אין מען נוצט מער ווי אמאל מוז מען אוטאמאטיש קויפן שנעלער נאך א ראטלל ווי אמאל. געט מען שטייצעך אויס מער געלט ווי אמאל פאר זילבער פאפיר זעלבסט. ריכטיג?
יעצט לאמיר זיך אריינרוקן מיט א טרעפל אהינציער. וואס טוט זיך מיט די פלעסטיג עסצייג אין טעללער'ס איז ווידער די זעלבער שפיל.
האט איינער אמאל גע'חלומ'ט אז מען וועט וועלן טרינקען א גלעזל וואסער וועט מען זיין געצוואנגען צו נוצן דערפאר צוויי גלעזלעך, עהההה ביינונז איז מען געווען צוגעוואוינט אז אויב לאמיר שוין יא זאגן אז מען וויל נוצן דער פלאחסטיזשער גלעזל פאר א הייסער טיי קאווע, האט מען געברויכט נעמען צוויי גלעזלעך. אבער פאר א נישטיגער שלונג וואסער? ס'עפעס! כאטב-אייך-נייעס. אז צוטאטגס מוז מען שוין נעמען צוויי גלעזלעך 'דאטבל פעקד' פאר א נישטיגן גלעזל וואסער. איז וואס געשעהט ווייטער. מוז מען אוטאמאטיש שנעלער איינהאנדלן א באקסל קאטפס, פארוואס - ווייל א פעקל וואס עס קומט דערינען הונדערט גלעזלעך מיינט פופציג 'נאמת'ן. שטימט?
אין דער זעלבער זאך שפילט זיך איבער מיט פלעסטיג בעגס. מאכטס די זעלבער חשבון וועט מען אנקומען צו דער זעלבער אויסקום, אז מען וועט צוטאטגס ברויכן נוצן צוויי בעגיס פאר איין אלטער בעג באנוצעריי. שטימט?
נאך איין זאך וועלן מיר דא אויסשמועסן.
ברויט: האט איר געהערט לעצטענס אדער האלט איר גאר מיט, דער ברויט גערויבעריי וואס גייט פאר לעיטלי, פאר אפאר ארימע סלייסעס ברויט, וואס מען פלעגט אמאל קענען באצאלן מיט א געטראפענע צען צענט פון גאס, איז א פארגאנגענהייט. אמאל האט מען געוואסט אז מען קויפט אן המוציא ראטלל פאר פרישטיג געט מען א נעם אפאר ברויטעלך אויפן זעלבן חשבון פונעם געסענדוויטש האנדלעריי, אין אויף דעם וועט מען זיך וואשן אינאיינוועגס וועט מען אויך יוצא זיין דעם 'פת בשחרית תאכל'.
אבער וואטסע'נייעס! היינט איז גאר אנדערש. מען קויפט א ברויטל אין מען נעמט צו אפאר סענדוויטש'ס אין ראטלל'ס כדי צו קענען דעקן דער פרייז פונעם ברויטל.
וואס טוען זיי, מען האט איינגעצויגן דער ציינדל אינעם ברוויט סלייסער וואס שניידט דער ברויט, אין אזוי קומט אויס אז דער זעלבער דריי ברויט קאסט דאפעלט אין העלפט אין ברויט. דער אמאליגער ברויט איז אויס. געענדיגט די צייטן, (ווער ווייסט?).
יעצט מאכט א חשבון וואס וועט זיין ווען מען וועט צוזאם רעכענען דער זילבער פאפיר מיטן בעג מיטן פלעסטיק קאטפ אין מיטן ברויטל, וועט מען זעהן אז דאאאאאאאס איז די לאטך וואס עס הייבט אן ארויסשלאפטערן דער טאטללער פון טאש ארויסעט.
יעצט טאמער רעסעסשאן איז הענגעדיג אויף די לופט מוז מען קודם זעהן צו אנהייבן קער נעמען פון די זאכן אין אזוי גיין ווייטער. אפשר אפשר וועט מען נאך ערגעץ אנקומען... איי וויי אולי יחוס...
זאלט עטס אלע זיין געבענטשט אין אויסמיידן דער רעסעסשאן געשוועבעכט'ס. אבער לאזטס אפ דער טייוואנישער דערפל.
הוי געוואלד רעסעסשאטן... ?! וואס רעסעסשאטן... ?!
לעצט פאראכטן דורך
אלטעבחורל אום מיטוואך אפריל 02, 2008 12:07 pm, איין מאל איז עס געווארן פאראכטן
Advertisement
מאנטאג מרץ 31, 2008 9:40 am
זאג אלטער דער הרב 'זילבער פעפפער' האט עפעז מיט זארעך פעפפער? אדער אפשר גאר מיט זילבער בעכער, הא?
עניוועי, די אראבערס אין טייוואן (אריין אין פייער/וואסער אשכול) גראבן אויל, די פעפפער פאמיליע מאכט רקיעי פחין (קריגלנע הימלען), די סלייסער משפחה שניידט דינע רעפטלעך.
אבער דער אלטער בחור האט מיט קיין רעסעשאן גארנישט, ער שרייבט ארטיקלען דיקע, גראבע, זאפטיגע, מעכטיגע, הילכיגע, שמאלציגע, פעפפעריגע ארטיקלען.
בחור בחור, שא נא פעניך, נוץ דען פענע מיט וואס די ביסט באשאנקען, לאך פון די רעסעשאנס, און שרייב ווייטער כאי' לא היה!
דיין פרענד מיללי
מאנטאג מרץ 31, 2008 10:42 am
עס איז פרייליך אין שטאט דער אלטער איז ציריק ב"ה ער איז שוין דא
לאמיר אלע זינגען
ברוך הבא בשם ד'
ווען רעסעשאן ווי רעסעשאן ווי לאנג דער אלטער איז דא וועט קיין רעסעשאן קיינמאל זיין
מאנטאג מרץ 31, 2008 10:50 am
פרינטער; פרינט.
מאנטאג מרץ 31, 2008 11:05 am
אקעי, אלטער האט געפוילט, פון היינט און ווייטער ווען מיין שכן וויל בארגן א שטיקל זילבער פעפער, שיקעך עם צו דיר, די וועסט אים געבן א שיעור און הלכות רעסעשאן.
מאנטאג מרץ 31, 2008 7:06 pm
כי לא כימים הראשונים ימים האחרונים אלה...
אפשר אין פריערדיגע צייטן, אטדער ווי די בלאטבלע זאטל זיין געזונט, צו לאחנגע געזונטע יאטרן, פלעגט נוצן אין אזעלכע סאטרט פעלער דעם אויסדריק: "אין די בלאראושסהית יאטרן", פון אונזער קאטלעגער דער 'זאקחן-הגבחלחולריהם', ווען די קאטלעגע קרעטשמעריסטן האטבן נאטך נישט געהאחט גענוג קענען געלערנט דורכ-ן'-דורך דעם דאחן נייעם גאחסט, האטט זיך דאחן פאחר טייל עטליכע "קטט שהסכאלהי'דיגע" מעמבער אויסגעדולכט אחז זא'האטבן שוין גענוג קאטנען געלערנט וואטס אחלץ דער אחלטער פאחרמאטגט אין זיך. די טעגליכע פלאטרציעס-אחרטיקלען, וועלכע פלעגן דאחן אחפֿירבללינצן אויפן הויפט קרעטשמע-בלאחט שנעלער ווי די שווינדלדיגע עלעקטעראטנישע רעקלאחמעס, האטבן געלאטזט א נאטכ-טעם פאחר די ליינער, מ'שטיינס צו טראחכטן, אחז אטט אטט טריקנט דער אחלטער אויס. די "מהי-יוידועח'ניקעס" האטבן זיך שוין געטרויט צו שפעקולירן, דאט דאטרט צווישן די שורות, מיט אחזאח בעזאטרגטע מינע "צי ווער ווייסט וואטס אחלץ דעם אחלטן וועט נאך איינפאחלן?"
דאטס גאחלאטפ פון די פאטרציעס אין די יעמאטלטדיגע טעג האטבן אטבער גאטר שנעל איבערצייגט די יעניגע, אחז נישט נאטר ז'האטבן דעם זטקון נישט ריכטיג אטפגעשאחצט נאטר זיי האטבן אים גאטר געשאחצט אין דעם הביפלאכא'דיגן ריכטונג! וואטלט זיך דאטס ווען געהאחנדלט איבער פירן אחן אויטא, וואטלט איך זיך ווען אויסגעדריקט אויף די וואחגאחוואטונדן, מיט די פאחלשע שאחצונגען, אז זיי זענען געפאטרן "ראטנג-וועי", כלומר - געפאטרן פונקט אינעם היפכ'דיגן ריכטונג. וואטס אחן אחרטיקל מער מ'האטט געליינט פונעם בחור, האטט מען זיך כסדר איבערצייגט אחז זיינע געדאחנקען און אויסדריקן איז אין דער בלאחיהנלאה פון א "מלאעגיהין החמהתאגחבולר". צעביסלעך צעביסלעך איז אויפגעשווימען, אחז חהנטמא'דיג האטבן די זיך יעניגע געמוטשעט צו דערגרינטעווען צום אחלטנ'ס געשמאחק.
צולטאטגאס, און ווי דער פסוק זאגט עס: "יטמהים-חברויניהם אולזה", ווען מיר זענען שוין טאחקע נישט זוכה צו טעגליכע פאטרציעס (כֿאליהפל... כֿאליהפל...) איז אטבער שוין ביי קיינעם קיין ספק פאחראחן אחז מיר האטבן שוין קענען געלערנט דעם אחלטנ'ס געשמאחק און טאחלאחנט! נאחרן נאחרט מען זיך נאטר איינמאטל. צוטאטגס מיר ווייסן שוין גוט, אחז מיר האטבן נאך צו גיי ווייטע, ווייטע, שטרעקעס אים צו קאטנען לאחרנען.
דער געשמאק און די שמאחלציגע פליסיגע אויסדריקן, באחגלייט אין אח זאחפטיג קרעטשמערישער געדאחנק, איז יעדן מאטל באחזונדער צום באחוואונדערן. עס ווערט נישט איבער'געחזר'ט, מ'אחרטיקל ל'אחרטיקל, קיין איין שמאחלציג'ס, קיין איין פליסיגס, און קיין איין זאחפטיג'ס. ניין! עס געפינט זיך נישט אטפל אחזעלעכיגעס, דען, דער אחלטער איז אח בעל מחדש נפלא. מיט יעדן פרישן אחרטיקל, קומט ער אחפיר מיט אח פריש געדאחנק, מיט פרישע אויסדריקן, און איבער אחלעם מיט עפעס אח פרישער הומאחריסטישער רעיון. די רעיונות, זענען אויך מער ווייניגער אחזויניגע זעלטענע איינפעלער וואחס אויף דעם אחליין שמייכלט מען אחזוי כלאמוי ישאצטריהך. און ווער רעדט נאטך ווען ס'איז איינגעוויקלט אין אחזוינע שיינע זילבלער פלאטפליר, כלומר - ס'איז געשריבן מיט אחזאח סאטרט באחגאטסענעם און פליסיגן שריפט, דאחן קענען דאטך די מילצן טייל מאטל זיך איבעראחרבייטן...
מיר האטפן נאטר, אחז שלא יבוש המעיין! דער קוואחל זאטל עיביג קוועלן, און מיר דורשטיגע זאטלן קענען ווייטער זיך אטנטרינקען פונעם זיסן קוואחל. אחמיין.
**
און אז איך רעד שוין, וויל איך טאקע אויסדריקן פאר "אלטער-בחור" מיין פערזענדליכע יישר כח פאר דעם פינאנץ ארטיקל.
אלטער, קודם וויל איך זיך אנטשולדיגן אז איך בין נישט אנגעקומען ביז היצט זיך צו באדאנקען פאר דיר איבער יענעם ארטיקל. די סיבה דערפאר איז פשוט: "צייט". בשעתו, ווען איך האב עס געליינט, האב איך געפלאנט תיכף זיך צו באדאנקען פאר דיר, אבער דערנאך בין איך געווארן פארנומען און דער פלאן איז זיך צעפלויגן ווי אן עראפלאן... און ווי די טבע איז, אז אויב מ'באדאנקט זיך נישט ווען די זאך איז נאך הייס פארגעסט מען דערפון, און אז מ'פארגעסט פארגעסט מען... און שוין דא האלט איך...
דער אמת איז, אז סתם זאגן "יישר-כח" אלס דאנק ווארט פאר יענעם ארטיקל, שפיר איך אז ס'איז אן אוממענטשליכקייט. זאגן בלויז די איינצעלע ווערטער פאר אזא ארטיקל, קוקט עפעס אויס אין מיינע אויגן אזוי ווי איינער זאגט: "זאג שכויח און האב אינזין צו פטר'ן דעם אלטן..." נו, טאר מען? וואס א מין גערעדעכטס איז דאס? וואו מעג א איד זיך פטרן מיט א לך ושוב נאך אזא מייסטערהאפטיגן ארבעט?!
לאמיר אויסברייטערן און אביסל אנטפלעקן וואס אלץ עס ליגט באגראבן אין יענעם ארטיקל:
ראשית - די קענטעניסן. דער ארטיקל האט אונז מגלה סוד געווען אז אונזער אלטער איז א ידען, אן אלץ-ווייסער. ער קען זיך גוט אויס אינעם פינאנץ סיסטעם.
שנית - נישט נאר ער קען זיך אויס, נאר ווי ס'שיינט פון זיינע ווערטער איז ער אויך א מבין. ער פארשטייט גוט צו ביזענס און פינאנץ.
שלישית - ער האט זיך געגאנוועט פון זיין צייט, און לטובתינו האט ער דאס שיין אראפגעשריבן און אונז מיטגעטיילט מיט זיינע ברייטע און רייכע קענטעניסן אין דעם פעלד.
רביעית - ער האט דאס נישט אראפגעשריבן אזוי פארנעפלט און צעמושט, נאר ער האט זיך גענומען די מיה און דאס אראפגעגעבן שיין, מסודר כשולחן ערוך, אויף א מאסטערהאפטיגן פארנעם.
רבותי, דאס אלעס קומט נישט צופיסנס! אראפצושרייבן א תוכנ'דיגער ארטיקל, וואס פארקויפט דברים העומדים ברומו של ממון ופרנסה, איבערהויפט דאס אראפצושרייבן אויף אזא מוסטערהאפטיגן מסודר'דיגן אופן, איז נישט אזוי איינפאך! און אויב איז דאס נאך נישט גענוג, האט דער אלטער זיכער געמאכט, אויס מורא אז מ'וועט זיך פארגעסן אויף וועלכן פלאנעט מ'געפונט זיך, אז ליינענדיג זאל דער ליינער א שמייכל טוהן א היבשע פאר מאל. ער האט למענינו נישט פארגעסן צו באציקערן דעם ארטיקל מיט הומאר. טא, פרעג איך אייך, טאר מען זיך באדאנקען פאר אזא ארבעט בלויז מיט טריקענעם א "טענק-יו???"
איך מיין מ'קען זאגן אויף דעם ארטיקל, אז כמעט יעדער וואס האט דאס נאר געליינט איז געוואויר געווארן חידושים! חברה, וואו איז מענטשליכקייט? פארוואס באדאנקט מען זיך נישט פאר אים כאטש עפעס מער ווי דער איינפאכער שטייגער? זה נהנה וזה חסר? אתמההה???
מאנטאג מרץ 31, 2008 7:30 pm
פרינטער; האסט שוין געפרינט אלטער'ס, איצט פרינט זארעך'ס.
אלטער יו ביסטו גוט, איך ראגל מיך נאך אויף די ערד פאר זילבער פעיפער, איי מין געלעכטער, דו ביסט פיינע נייעס.
מאנטאג מרץ 31, 2008 7:32 pm
ווענער זאגט זאגטער, אז ער זאגט אז ער גייט עפעס צושטייער געבן, איזער מקיים, אמת אלטער? כ'האב הנאה, אז מ'לעבט דערלעבט מען זאגט די וועלט.
א גרויסן שכוח פאר די אמעריקאנער פאלעטישענס, וואס אין זייער זכות האמער היינט באקומען אזא פיינעם ארטיקל.
יא, פאר דיר אלטער קומטצעך אויך א שכוח, דא האסטו עס, שכוח.
מאנטאג מרץ 31, 2008 8:28 pm
יוי אלטער, פונקט אראנזש סאדע?
די דאבל-קאפס צום טרינקען האט עס אנגעווערטשאפט, יעצט קום וויש מיר אויף מיין קיבארד..
דינסטאג אפריל 01, 2008 12:25 pm
אלטער; (יעצט בין איך צייטליך מיטן ליינען, הא?) דו ביסט גוט צושרויפט, אבער אויף כוח.
איך האב אפאר מינוט צוריק, נאכן ליינען דיין ארטיקל, גענומען זילבער פאפיר, און אריינגעשטעקט אין קאר, איך האב פארשטאנען אז דאס איז די לעזונג, יוי וואס ווען ווי?
זאל איך יעצט איבערדעקן דעם טאפ מיט פלעסטיק קאפ'ס? אקיצור, וואס דארף איך טון ס'זאל מיר נישט קאסטן אזויפיל? יוי רעסעסשאטן, וואס דו טוהסט נאר נישט צו מענטשן און צו אלטע בחורים..
דינסטאג אפריל 01, 2008 12:35 pm
אלטער+זארעך= געוואלדיג,
אגב ס'איז מיין ערשטע מאל וואס כ'פריימעך אז ס'איז דא א רעסעשען
דינסטאג אפריל 01, 2008 1:13 pm
הוי געוואלד, געוואלד לאמיר אלע שרייען געוואלד, א געוואלד און א געשריי און א געפילדער, דער אלטער בחור האט נישט פארלאזט זיינע קינדער, אוי בחור בחור, וואו זענט איר געוועזען??? ברוך השם דער ווינט וואס האט דיר צוריקגעבלאזן..
דינסטאג אפריל 01, 2008 3:38 pm
זייער שיין, הערליך, שכוח אלטער.
דינסטאג אפריל 01, 2008 5:53 pm
האללאו אלטער, די בחור, קום נאר, די ווייסט וואס איך וועל דיר זאגן? האסט שוין לאנג נישט געשריבן אזא גוט'ס! אדער ווי איך וועל דאס אנדערש זאגן, איך האב שוין לאנג נישט געליינט אזא גוט'ס!
און דאס וואס איך זאג דיר אז דאסמאל איז עס בעסער ווי אייביג איז צוויי סיבות. צום אלעס ערשטען איז די סיבה וויבאלד איר האט א זאפטיג פעדער, און ווי עס קוקט אויס האט איר עס געהאלטן ביי אייך און עס גוט אויסגעשארפט ס'לעצטע פאר טאג/וואכן, אזוי אז יעצט איז ארויסגעקימען א דבר השלם.
דער צווייטע סיבה פארוואס איך האב יעצט אזוי הנאה געהאט פון אייער ארטיקל איז ווייל איך ווארט שוין לאנג אז איינער זאל קומען און אויסריפן קבל עולם ומלואו (אדער לשם הארץ ומלואו, וועא"מ) אז עס איז נישט פארהאן קיין רעסעסיע! גארנישט האט נישט פאסירט! די צייטונגען זיכן פשוט וואס צו שרייבן אבער אין אמת'ן אריין איז דאס הוילע דמיונות, אויסגעזויגן פון אפאר ביזנעס לייט וואס דערליייגן געלט און זיכן ווי אנצולייגן זייער שילד אבי נישט אין זיך.
אלטער, הער מיך אויס, זאלן ווען די צייטונגען מאכן א שווייג פון די גאנצע זאך, און קיינער וואלט נישט גערעדט פון אזא נושא וואלט אלעס געפארן גרינגער ווי די 08 אדעסי, אלעס וואלט געגאנגען געשמירט, א מחיה, נישט קיין רעסעשאן, נישט קיין געלט דערלייגאכצער, נישט קיין פארקלאדזשער'ס, נישט קיין העכערונג אין די געז פרייזן, אלעס וואלט געווען פונקט ווי אמאל, דאס וואס די צייטונגען בלאזן אזוי אויף די זאך דאס איז דער גאנצער פראבלעם, מענטשן עפענען זיך די אויגן און מאכן אפ אז יא! טאקע רעסעשאן! איך זעה דאך אז איך בין שמאל אין די באנק, זיכער איז עס רעסעשאן.
און אלטער, דא האסטע א ראיה צו מיינע ווערטער, קוק נאר וואס די האסט אנגעמאכט נאכן שרייבן דיין ארטיקל אז שולדיג זענען די טיייערע פרייזן אין די היימישע מארקעט, אינזערע זילבער (נע בעכער)(זארעכ) פעפער און ברויט, פלעסטקי קאפ'ס, וכהנה רבות, קוק וואס די האסט אנגעמאכט, קוים א טאג איז אריבער אין א שרייעדיגער אשכול איז געפענט געווארן מיט א געווויינעריי איבער די טיייערע פרייזן אין די גראסערי געשעפטן אין ק"י, וואס מיינסטע האט דאס צוגעברענגט, ווער? נאר אלטער בחור מיטן אויפקלערן דעם עולם דעראון. און אט אזוי גייט עס מיט אלע צייטונגען.
אלטער, אייער ארטיקל איז א מעכטיגער ארטיקל, איך מיין אפילו אז איך האב דיר עס שוין געזאגט פריער, אבער איך ווייס דיר נישט וויאזוי צו זאגן אז עמממ.. עניוועי, ס'איז גוט, נו, ס'א חילוק? דעריקר איז אז ס'איז גוט און איך האב הנאה געהאט.
כה לחי!
אלטער יו גוד!
דינסטאג אפריל 01, 2008 6:51 pm
יישר כח אלטער-בחור'ל פאר די שיינע געדאנקן.
מיטוואך אפריל 02, 2008 12:05 pm
גארנישט קיין ראשון שנית שלישית, צום פינטל - פותחין בכבוד אכסניא: ווי עס ווערט געברענג אין די ספרים. לאמיר זיך אביסל אריינקלערן דא אין שטרעצלן איז וויפיל קען מען דען איבערגיין אין נאכאמאל ארויס ברענגען די זעלבע ווערטער, אבער אמאל איז דאך יא פארהאן אזא סארט געשעעניש אז מען מוז יא איבערקייען אלטע ווערטער. ווי ר' מאיר'ל האט זיך כמה פעמים אויס געדרוקט, 'יש זמן שמחזרין' דאס הייסט אז מען קען יא איבער זאגן.
איז וואס איז דאס לעינינו. מען קען טאן אין טוען אין אפילו טרייען נישט אויפצוטוען, דאס הייסט אז מען האט געטאן א פעולה אין אפילו נישט אינזין מיטן מעשה עפעס אויפצוטוען נאר מען טוט. איי פארוואס טוט מען? פשוט מען טוט. נו אוודאי אז מען טוט קומט שוין ארויס אוטאמאטיש עפעס א גוטער זאך דערפון אויכעט. נישט אזוי? אוודאי אזוי!
דהיינו איז וואס די מעשה דא מיט אונז? בכבוד אכסניא: וואס מיינט מען מיט דעם אין וועם?, איז סך הכל א קלייניגקייט וואס קען געזאגט ווערן – די זעלבע ווי טוען א פעולה אין מען מיינט גארנישט דערמיט, דער זעלבע זאך קען זיין ביים זאגן עפעס. איז דא אמאל ווען מען זאגט עפעס, אין מען מיינט נישט יענעם צו זאגן עפעס אזוי אזוי.. נאר וואס דען פון די ווערטער אליין קומט ארויס די געזאגעכט'ס.
נו אבער ווער איז דאס אכסניא אווער? אכסניא דא אין קרעטשמע. איז דען א קרעטשמע געמאכט צו אכסניא'נען? נעע כאפן א משקה צוויי-שמיי-דריי ארטיקלן אין אנגיין אויף ווייטער.
'אמת – אמת' אבער ביי אזא מין קרעטשמע ווי אונז דא איז נישט נאר דער ארטיקל אליין. אין ווער רעדט נאך ווען דער ארטיקל אליין פארמאגט אין זיך אזא מין טעם וואס ענדעלט היפש אין משקה. אבער נאך אלעם איז די ארטיקל אזאנס אז עס געט אריין א חיות פאר יודישע נשמות. טאקע? נישט ממש חיות נאר ענעריגע פאר הלוך ילך אינעם סדר היום, ווי באקאנט דארף דאך יעדער ערגעץ האבן ווי אויסצוגעבן זיינע באגראבענע געפילן, זאכן וואס מען האט אין בייכל אין מען קען דאס נישט אויסטוען אין פובליק אויס מורא אז דער עולם וועט לייגן אן אנדערן בליק אויף אים. כל-פנים, ווער איז דער אכסניא – אין צו וואס? איין ענטפער!
לאמיר קודם אריינטראכטן וויאזוי שפירט מען ווען מען פארזוכט דער ערשטער טאג אינעם קרעטשמע, לאמיר נישט גיין ביים ערשטען טאג, לאמיר גיין א טאג נאך ווען דאס נאמען וואס מען געט זיך איין אלס מעמבער ווערט פארשוואנדען פונעם לינקן ווינקל פונעם קאמפיוטער, אין מען זעט שוין א נייעם נאמען דארט אונטען. הייבט דאך יעדער אן קלערן נ'שוין יעצט איז שוין דא א נייע, אין מען וועט דאך פארגעסן פון מיין נאמען – נו יעצט לאמיך ווייזן וואס איך קען אז מען זאל נישט פארגעסן וואס איך בין, אמת מיין נאמען קען מען שוין אבער מען ווייסט אבער נאכנישט וואס דער ניק/נאמען פארקויפט.
הייבט מען אן מען האקט ארטיקלן מען שיסט מען ארבעט שווער מען ריפרעשט דער אינטערנעט טעב יעדעס רגע, מען שמייכעלט דערצו, מיט א תפלה הוי רבוש"ע הלוואי נאך צווייי תגובות, פאר א סיבה איז מען אראפ געקומען אויף די וועלט, עהה נישט ממש אזוי, ניין? מיי פוט! יעדע טוט דאס!
נו שוין נאכן ארטיקל, דער עולם ענטפערט אין גיכער אלעס איז אין די גיסטע איז אפילו פארהאן מאנכע וואס קענען רעדן צום פרינטער אין זיי זאגן אפילו פאר זייער פרינטער "זאפארט פרינט". אין מען הוסט בשעתן ליינען דער ארטיקל, צו קענען טייפן אין די גוסטע פון געלכעטער. הקיצור אלעס איז מלובש ב'ארטיקל.
יעצט דערנאך ווען עס גייט אראפ אפאר שטאק דאס הייסט אז אנדערע שרייבער באקומען אויך א געפיל וואס זיי הייטערן אריין ארטיקלען. גייט אוטאמאטיש אראפ דער ארטיקל פון אויבן. נו איז וואס? שרייבט מען נאך אן ארטיקל!
איז וואס איז אבער דער אכסניא דא? אהה, הערט אויס. איז אבער ווערט מען דאך אמאל נמאס ווייל נישט א יעדן טאגד קען יעדער זיין אין דער אויר ווי דער שרייבער איז. איז אבער פארהאן דער אכסניא'ניקער וואס באהאלט זיך דא אונטערן ניק 'זארעכפעפער' איינער ווייסט וואס איך רעד? יא פון אים רעד איך טאקע! ער וויייסט גאנץ גוט אין יעדע ווייסט זייער גוט וואס איך מיין. ער איז דער וואס פון אנפאנג ווען מען קומט אריין אין קרעטשמע, געט אזוי שמיר'ניש'דיר'ניש, א וואלקן אפ א גוטס אזעלעכיגס'ן שטיקל שמינה'דיגן זאפאס'ניקער שכח! אז עס דונערט אריין אינעם קרעשטעמ אין ער נעמט יעדן אויף מיט א פעפער'דיגן סמייטע פלעכטונג. איז אבער דא אמאל ווען מען ווערט שוואכער ווייל א מענטש איז נאר א מענטש, וויפיל כח האט מען דען? ווי שטייט נאר אין די ספרים, ימינו כצל עובר... קוטמ דער מר. פעפער אין ער פעפער'ט אריין א געוואלד'ס אין געוולדיג'ס אין דאס געט אריין א פאוער פאר א נאך א גוטער שטיק צייט. אין אזוי מאכט ער יעדן פילן ווי א גאנצער מענטשד צום טיש. אין אזוי איז דער אכסניא אנכגעפולט דא מיט גוטע יודן וואס גייען אין זיינע וועגן, אבער אים זיין פאזיציע וועט נישט קיינמאל קיינעם ווערן אוועקגענומען.
וויל איך דיר דא וואונטשען זארעך: "כי כימים הראשונים הימים האלה" – מען פילט נאך אלס די זעלבע גוט ווען מען באקומט פון דיר דעמאלטס אין ווען מען באקומט צוטאגס!
זארעכפעפער - זארררררררררררררררררעך!!! פפפעעעעעעעפפפפער! איך שריי וויל איך בין אויפגעהייטערט!
(נאך איין נקודה: פאר די נקודות וואס דו האסט האוויזן איז אן עקסטערן זאך וואס איך קען נישט מישן דא, איך ווייס אז עס איז טערעבל ארבעט, אויסער אז דו האסט א סעפשל פראגראם! איך גלייב נישט... עס איז מעכטיג - טענקס)
*
יעצט איין קליינע ווארט צו דיר מיללער.
מיללער!
דא מוז איך מיר אפשטעלן, האסט מיר באחשמערכעלצט מיט א גאלאפ אויל שטיקענדיגער געלכעטע'ריק, יו קרעדק מי אטפ!
צוויבל פעפער - ווער וואחרעך? אהה זארעך? נ'וודאי פייער אין וואסער. ריכטיג מיללי?
אלל די בעסט, עטליסט ביסטו מיין פרענד, וואס איז דו ביסט נאך פון די וואס געדענקען אז איך האב דיר אוועקגעגעבן מיין ריסעס אין חדר? טענקס!
*
איין מינוט, דער צייטליך געט אזא שמיר אריין דא, דו ווייסט אז דו ביסט מעכטיג? דיינע סברות זענען ריכטיג אין אמת.
נו אוודאי דער בלוט טוט רייסער שרייט חי וקים אנגעטאן מיט זיינע רבינו תם'ס אום עלעווע אזייגער 'רעסעסשאן' וואס רעסעשאן?ווען רעזסעסשאן? דו האסט אמאל געארבעט? האסט אמאל געהויבן דגדייפן האנט אעדער א פוס צו שלעפן א באקס צו ארבעטן? דו ווייסט בכלל וואס יודישע קינדער טוען אין גייען דורך?
דער איז מיר געזיצן ביים טאטן אין ביזנעס אין געשקיט אימעילס צו חבירים אין געטשעט אויפ'ן טעלעפאן אין געהאקט טעקסט מיט זיינע חבירים אין אויסגעשיפלט ספרינט אין זיך געשאקלט פאר געלעכטער נאך יעדע אויסשיפל מיט ספרינט, שיכור!
הכלל דער רעסעשאן'ניקעס זענען גוט בארעסעסשאנט! אבער ס'איבריגער וועלט איז באטכאחשעם גוט, אמת עס איז אביסעלע שווער יעצט, אבער אלעס וועט דורכגיין.
והא ראי' דער דאללער די לעצטע צוויי דריי טאג האט זיך געהויבן אין דער סטאקס האבן געקלאוזט קרוב צו א שמוץ אריבער ווי פיר הונדערט פוינט'ס. אין די מארטגעדזשעס גייען ארויפגיין מיט די ראטעס, פארוואס? אהה ווייל רעסעשאן? קאטם אחן! וועקט אייך אויף, אזוי איז עס נאך א מלחמה!
*
אין ביי די וועי קרעמער - דו האסט אויסגעכאפט טיראו'ס לאזונג...
~ ~ טענקס אלל אף יו גייס!! ~ ~
---
אי"ה עוד בעד רעסעשאטן בהודעה הבאה
מיטוואך אפריל 02, 2008 12:32 pm
פרינטער; פרינט.
מיטוואך אפריל 02, 2008 1:28 pm
מיי פרענד אלטער;
צו איך געדענק די ריסעס? א שאלה דו פלעגסט אלס האבן די גוטע נאש מיט די יאקע סטיקער (מייק-&-אייק, לעפי-טעפי, האט-סינעמאן-באלס) הוי בין איך געווען זשעליס, אבער האסט מיך דאן נישט פארלאזט פונקט ווי דיזע טעג אין קרעטשמע.
זארעך;
דיין 'פארווערטס' ארטיקל איז ווערט א באזונדערע אשכול (איך פארגין דיר עס אבער נישטווייל דו האסט אונז איבערגעלאזט לאנחות, די וואגאוואונד!), עז אללוועיס איט וואז עי פלעזשער ריעדינג איט.
יאנאש;
דיין פרינטער פאלגט יעדעס מאל? ווייל מיינער מאכט לעצטנעס קונצן.
דאנערשטאג אפריל 03, 2008 1:12 pm
איך שעם איך אלטער, אבער כאב עס הערשט יעצט געלייענט, די גאנצע אשכול בכלל איז א זעלטן גוטס, כש"כ וכש"כ דיינע דרוקערייען.
דאנערשטאג אפריל 03, 2008 3:51 pm
אלטער אלטער, באכער באכער, באלי באלי, הוט הוט,
כאב הערשט היינט און נעכטן גענדיגט ליינען דעם ענין פון וואס דו רעדסט זיך אזוי אפ,
קודם מוז איך דיר דא אפען און גראב זאגען אז דיינע אויסדרוקען און שפראך זענען עפעס וואן אין די ווארלד,
און היצטערט, צום ענין,
איך ביניש איינשטימיג מיט דיר, חוץ אויב האב איך נישט געהעריג פארשטנען וואס איך האב געליינט, וואס מאכט זיך אסאך נעבעך,
איז אזוי, איז יא דא א ריסעשאן אדער נישט? איך האב געליינט פון דיין ארטיקעל אז נישט, איך ווייס אז יא,
און נישט נאר יא, נאר עס איז שוין ביי אונז אידן אויך ליידער אביסל שווערער ווי עס איז געווען,
דהיינע, דאס איז אמת וואס דו זאגסט אז די מאטריאל וואס מען נוצט היינט צום פארקויפן איז ווייט נישט די סחורה וואס
מיר האבן געקויפט אפאר יאר צוריק פאר ביליגער, און פונקט ווי עס איז דינער איז עס אויך קערצער/ליידיגער, אין איין ווארט "געמאכט אין כינע",
אבער די ריסעשאן גייט געהעריג אן, ווייל אזא איינער ווי איך און נאך 'עטליכע' וואס קענען זיך נישט עפארדען צו האבן 'עסן זיגלען' מיט מעדיקעיט,
שפירן שוין איינמאל דעם ביטערן טראפ, א שאל מילך מיט א רעפטל ברויט וואס האט אמאל געקאסט 35. קאסט היינט 500 מאל אזוי פיל,
און ניין דאס איז נישט ווייניגער מעהל ( איך ביניש זיכער אז מען מאכט דינער די ברויט) און נישט ווייניגער מילך, אלנפאלס יעדע גראסערי אייטעם
איז אזוי, און פונקט אזוי איז מיט אלע אנדערע געשעפטן, אפילו די רענט זאל נישט אויסגערעדט זיין, עסט שוין היינט אויף פון א אינגערמאן 5 וואכען געהאלט
פאר איין חודש, און דאס איז נישט קיין גוזמא, אין די סיטי זיכער נישט, אלזא זעה איך נישט ווי דו קענסט זאגען אז עס איז נישט קיין ריסעשאן,
דאס איז די אויסגאבעס, אצינד די איינגאבעס, זענען בערך די זעלבע, מיר קומט אויס און צייט פון מיין ארבעט צו רעדן מיט אסאך ערליי אידן וואס ארבעטן פאר פרנסה.
עס איז דא מערער ערליי פרנסה'ס וואס אידן באשעפטיגן זיך מיט, עס איז דא מארטגעזש בראוקערס, אינשורנעס עיזשענטס, סטאק האנדלערס, קאר סערוויס דרייווערס,
ווערהאוז מעניזשערס, גראסערי לייט, דריי גוד געשעפטן, אפפלייענסעס, עלעקטראניקס, און אפילו רעסטראנטען,
און עס איז נאך דא אסאך אסאך וואס קומט מיר נישט יעעצט אויפן געדאנק
מ'קען גיין און יעדער זאל פרעגן זיך אליין און ווי אויך זיין חבר וואס האט א זשאב און ער ארבעט, אדער ער איז אליין א בעה"ב, אז דער עולם האט זיך
איינגעצויגן דעם פאסיק, און נישט מיט איין לאך, יעדער לפי מדריגת הלאך שלו, איינער מער און איינער ווייניגער, הצד השווה יעדער עפעס.
אצינד געב א קוק ווי זוי דער הילוך העולם איז, אז געלט וואס מען וויל ספענדן ברויך מען פארדינען, און אז מען פארדינט נישט ספענט מען נישט,
איך מיין אז דער הסבר איז זייער פשוט,
און ווידעראום אויב האלסטו אז עס איז יא דא א ריסעשאן, (ווייל איך בין גערעכט),
מיט וואס איז צייטליך גערעכט? מיין חבר צייטליך איך האלט איר זענט זיך טועה,
די צייטונגען זוכען וואס צו שרייבן מוזן זיי שרייבן ריסעשאן? זעהסטו דעניש אין די פרייז פאר א פונט מצה? א באטעל וויין? א משלוח מנות? אפילו א פשוטע.
איז דען דא איבריגע געלט סוף חודש פאר שכר לימוד? איז דו מוזט אנקומען צו די צייטונגען? ס"ה שרייבן די צייטונגען וואס מען שמועסט אין מקוה וואס מען הערט אויפן
באס פון און צו די ארבעט, און פון וויפיל געלט גייערס זיי האבן היינט געזעהן אין סמעדריש, וויפיל עס קאסט ווען עס גייען ארום פאר נאנטע משפחה מיטגלידער,
אלזא וואו האלטן מיר דא? יא ריסעשאן אדער נישט? און כדי אביסעלע צו פארשטיין נאכמער די אידישע מארקעט לוינט זיל צו ליינען די שטערן/שפאקטיוו כ'דענק נישט פונקטליך
וועלעכע, ער האט א לענגערן פורים ארטיקעל איבער דעם ענין,
באכער עפטער אלל האסטו געמאכט זייער א שיינעם זשאב.
צייטליך פון דיר דארף איך א פירוש, זיי אזוי גוט און שרייב א גוטס.
זונטאג אפריל 06, 2008 4:04 pm
זייער שיין אלטער שכח, איך האב זייער הנאה געהאט פונעם געדאנק,
א שכח פאר יעדן, זארעכפפעפער די ביסט עפעס אויסטערליש,
אין איבערהויפט פאר אבי'מלעבט פארן אראפלייגן אזוי זאפטיג דער עצם רעסעשאן, איך האב איין זאך מורא אז אלטער האט נישט געמיינט אזוי ערענסט די גאנצע רעסעשאן ווי די האסט עס אנגענומען,
שכח,
מיטוואך אפריל 09, 2008 3:47 pm
וועגן רעסעשן, העלעך איבערלאזן פאר, באכי'ן, איך וועל גיין גראד צו אונזער, מעשה,
זיי (כ'זאג נישט ווער) זענען געווען 2 ברודער, איינער איז געווען א גרויסער עושר, א גרויסן אפיס אויף וואל סט. מיט צענדליגע ארבייטער,
זיין ברודער, א שלעפער פון די גאס, ער פלעגט שטיין ביי פרשת דרכים, פארקויפן וואסער, באנענעס, פון צייט צו צייט אביסל בלומען, אבער צוביסלעך, האט ער אנגעהויבן באקומען סטעדי קאסטעמער'ס, האט ער אנגעהויבן מאכן סענדוויטשעס, ער האט אנגעהויבן ווערן ביזי'ער, האט ער זיך געמאכט א בודקעלע, אויפגענומען ארבייטארער, ביז ער האט געהאט א גרויסען רעסטאראנט, (פת שחרית טרעקל סטייל,) מיט 15-20 ארבייטערס,
ויהי היום, דער רייכער ברודער האצעך פארבענקט, ער האט באשלאסן אפצושטאטן א באזוך ביים ברודער, ער קומט אריין ער זעהט ס'גאנצע ווירטשאפט, ער מאכצעך היימיש, זעצעך אוועק, פארזוכט א סענדוויטש,
אזוי רעדענדיג מיט זיין ברודער, פרעגטערעם, די שפירסט נישט אז ס'איז דא א רעסעשען?,
וואס? א רעסעשען!! כ'האנישט געוויסט, פארוואס האטמער קיינער נישט פארציילט!!
ער לויפט גראד אריין אין קאך, ער זאגט פאר 5 ארבייטער, איים סארי אבער ס'דא א רעסעשען, כ'האנישט קיין ברירה, כ'מוז ענק פייער'ן,
נעקסט ער זאגט פארן בייער, מארגן קויף נאר 5 באקסעס וועדזשעטעיבעל'ס אנשטאש'ס 10, כ'מיין רעסעשען,
דעים נעקסטען טאג, 10 אזייגער, איז נישט געווען מער קיין טאמעיטאס, וואסי? רעסעשען!!
נאך אפאר טעג, דער עולם זעהט וואס ס'גייט פאר, איז מען געגאנגען קויפן ערגעץ אנדערש, האט ער געפייערט נאך 5 ארבעטער, געארדערט נאר 1 באקס וועדזשעטעיבעל'ס, אזוי זענען נאך מענטשען אוועקגעגאנגען, ביז איין שיינעם טאג, טרעפטערזעך צוריק פארקויפן באטלעך וואסער ביים פרשת דרכים,
ווידער האצעך דער ברודער פארבענקט, ער קומט עם וויזיטען, ווי נאר זיין ברודער האט עם דערזעהן, לויפטערעם אנטקעגן און שרייט,
שכוח מיין טייערע ברודער!! ווען נישט דו זאגסט מער אז ס'איז דא א רעסעשען, וואלטעך יעצט געווען סטאק מיט אפאר באקסעס טאמעיטאס!!!
מיטוואך אפריל 09, 2008 5:27 pm
אוי זאגסטו גוט (כ'א מזל דו זאגסט נישט קיין נעמען...)
מיטוואך אפריל 09, 2008 5:30 pm
וויכטיג, א מורא'דיגער מוסר השכל.
מיטוואך אפריל 09, 2008 5:36 pm
וויכטיגער!!!!!!
העי, די ווייסט אליין נישט ווי גוט די זאגסט! דאס וואס איך שריי שוין זינט גרינשפאן האט געמאלדן אז עממממ, גארנישט. (איך בין גערעגט. פארשטייסט? נא, ס'האט גארנישט מיט דיר, ס'איז וועגן די קאווע פון היינט אינדערפרי))
בקיצור, נעם דיין ארטיקל לייג עס ארויף אויף ר' מתתי דראדזש'ס וועב זייטל און זאלן די מיליאנען גיום איינזעהן און די ווארהייט פון דיין ארטיקל, אלי ואלי וועלן זיי אויפהערן פראפעגאנדירן מיט די רעסעשאן עדווערטייזמענט'ס.
גאו וויכטיגער!