געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'
זונטאג מרץ 30, 2008 1:20 pm
שוין, שוין ווייטער קאמפלענט ער,
יא אבער דעיס, אזאנס, ס'נישט נארמאל,
כ'בין געווען דעי וואך בא א שמחה קימט צי דער מחותן, מיין פעטער, וויכטיג, גייסטע זאגן אפאר ווערטער לכבוד דע שמחה? זאגעכעים, סארי, אבער כ'האמעך נישט אנגעגרייט, כ'האמעך געפילט אביסעל שלעכט, כ'מיין ער אידעך מיין פעטער, דרייעכמעך אויס צו די אנדערע טיש, איינער קען דא זאגן אפאר ווערטער? אאפס!! ער (געדענקטס כ'זאג נישט ווער) ער שפרינגט אויף און לויפט צו צום אויבן אן, און, ברשות, דער עולם געט רשות? אה, ברשות דעם גאנצן עולם, לא איש דברים אנוכי, אויש! כ'האב געמיינט אז יא, ווען איך ווייסווען, וואלטעכדעך נישט געגעבן קיין רשות, באט איטס טו לעיט, ער רעדטעך שוין, ער גייט ווייטער, כ'האמעך נישט אנגעגרייט צו רעדן, מ'האטמעך געבעטן.....
ער הייבט אן קעקעקעקעקעצצצצצעעעןןןן... אםםאםםםאםםם, שוין, ער זאגט נאך עפעס א דזשאוק וואס ער האט געזען דא אין קרעטשמע, טראכטעך זייער גוט, כ'וועלעם אריינגעבן דא אין קרעטשמע,
נו הערמעך אויס, יונגערמאן!!! נומבער 1, קיינער האטעך נישט געבעטן סאיז ליגנט!!!
בנוגע דעם ענין פון נאכזאגן א ווערטל פון דא שלא בשם אמרו, בינעך נישט משיח'ס פאליס,
אבער אז די שטעלסטעך אויף רעדן, אדער ווערסטע א "איש דברים" הייב נישט אן לא איש...., און אויב איזעס אזוי, אז לא איש דברים את, דעמאלטס האסטע נאר איין אפשען, גרייטעך גוט אן, נאך אינמאל איך הער לא איש.. פארשטייעך אז די האסטעך אנגעגרייט, אקעי?
יעצט הערמעך גוט אויס, טאמער הערעך, "כ'האמעך נישט אנגעגרייט" ארררררררררררראפפפ פון דא!!!!!!! פארשטאנען!!
ווי האסטו דע חוצפה צו נעמען אזויפיל מענטשען און מאכן פורים פון זיי? נאכאמאל כ'ווארענדעך
אררררררררררררראפפפ פון דאנעט!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!
Advertisement
זונטאג מרץ 30, 2008 2:08 pm
איך האב זייער הנאה, ווייל מיר באדערט עס אויך אייביג.
מ'קומט אריין צו א דרשה ס'זיצען אפאר הונדערט אידן און די בעל דרשן שטעלט זיך אויף רעדן פאר א שעה צייט און ער האט די חוצפה צו זאגן איך האב מיך נישט אנגעגרייט? דו ווייסט אז דו גייסט רעדען פאר א ציבור אידן און די גרייטסט דיך נישט אן? וואס פר א חוצפה איז דאס? אז דו האסט דיך נישט אנגעגרייט שטעל דיך נישט אויף רעדן בכלל.
זונטאג מרץ 30, 2008 2:12 pm
אפילו גיטע רעדנערס זאגען אז איך האב מיך נישט אונגעגרייט, דאס איז א תריץ אויב עס געלונגט נישט
זונטאג מרץ 30, 2008 2:12 pm
על דא נאמר. בעקבתא דמשיחא חוצפא יסגי..
זונטאג מרץ 30, 2008 4:12 pm
איך בין מיט דיר דא אויף דעם,
זונטאג מרץ 30, 2008 4:57 pm
וויכטיג, גוט גוט...
ס'דא א באקאנט ווערטל, אז פאר א דרשה פון פינף מינוט דויערט א שעה זיך אנצוגרייטן, און פאר א דרשה פון א שעה דויערט בלויז פינף מינוט זיך אנצוגרייטן...
זונטאג מרץ 30, 2008 5:13 pm
וויכטיג.
האסטאך דא אויך זיך נישט אנגעגרייט און דאך א גוטס, נעקסטיים ווייס אז דו קענסט, אפילו נישט צוגעגרייטערעהייט.
זונטאג מרץ 30, 2008 5:21 pm
א וויכטיגע פוינט.
זונטאג מרץ 30, 2008 5:26 pm
וויכטיגער, א גוטער דערהער.
מיך באדערט עס שוין אויך א לענגערע צייט, אז מ'איז דיך מכבד צו רעדן, פארוואס גרייטסטו זיך נישט אן?!
און בכלל וואלט מען שוין געמעגט אויפקימען מיט א פרישען מליצה ווי "לא איש דברים אנכי", מ'ניצט דאס שוין צום גוטן צענדליגער יארן (פון נאך די מלחמה וואס איך ווייס, אפשר נאך פארדעם אויך) פארוואס זאל מען נישט טרעפן א נייער מליצה מיט וואס צו מעלדן אז מ'האט זיך [נישט] אנגעגרייט.
און געווענילך איז נאך אינטערסאנטער, דער איד וואס הייבט אן די דרשה וועט באלד נאכן אפזאגן די פאר ווערטער - "לא איש דברים אנכי" - ארויסנעמען עטליכע צעטלען פון טאש ווי ער האט פארגעשריבן זיין דרשה..