בלאט 1 פון 1

א ריכטיגע בליק איבער די יעצטיגע התעוררות און קבלות

געשריבן: דינסטאג מארטש 31, 2020 3:15 pm
דורך טוב ה' לכל
איך וויל ארויסברענגען איין נקודה איבער זיך מקבל זיין גוטע זאכן און בכלל איבער די התעוררות יעצט ביי כלל ישראל.

צום ערשט: מען זעט גאר שטארק ארויס די שיינקייט פון כלל ישראל און זייער נקודה הפנימית וואס איז שטענדיג באהאלטן ביי זיי אמאל טיף און אמאל מער באיתגליא.
און ווי נאר דער אייבערשטער שיקט א רמז און א ווינק, וועקט זיך גאנץ כלל ישראל אויף מקטן ועד גדול, אנשים נשים וטף, אלע דערמאנען זיך גלייך פונעם אייבערשטן אליינס און ווילן אים און זוכן וואס ער וויל פון אונז, וואס דאס איז באמת שטענדיג זייער נקודה און זייער רצון, נאר יעצט קומט עס מער ארויס בפועל. מי כעמך ישראל!!

במאמר המוסגר, מען דארף זיך טאקע היטן נישט אריינצופאלן צופיל אין די נייעס און די טויזנטער פרטים וואס איז דא אין די יעצטיגע מצב, וואס למען הבחירה מאכט דער אייבערשטער אז עס אלס דא ווי צו אוועקגיין פונעם אייבערשטן ח''ו, און נאכדערצו אז נייעס איז אלץ טבע'דיג און מאכט נאר זיין פארנומען וויאזוי מען קען עס אפשטעלן און סתם נייעס וואס פארדרייט די מענטש. אוודאי דארף מען זיך היטן וכו', אבער די עיקר איז פארשטייט זיך דאס וואס דער אייבערשטער וויל פון אונז און דאס דארף זיין אונזער עיקר ציל יעצט, און שטענדיג!


אבער די עיקר וויל איך שרייבן איין נקודה: די התעוררות און קבלות פועם יעצטיגן מצב קען זיין אויף צוויי וועגן, צדיקים ילכו בם וכו':
עס קען צוגיין אויף אן אופן אז די אייבערשטער האט זיך דא אריינגעמישט אין אונזער לעבן פלוצלינג, און מען דארף עס מסדר זיין אז מען זאל קענען שוין פאר א גוט יאר צוריק גיין צום סדר היום און האבן א 'רוהיגע' 'נארמאלע' לעבן און שלום על ישראל... און מען וועט עס מסדר זיין דורך טראכטן וואס דער אייבערשטער וויל פון אונז און וואס האט אים יעצט אויפגערעגט כביכול און עס סעטלען און ער זאל אונז לאזן צוריקגיין צו אונזער רוהיגע ביז יעצטיגע לעבן...
איך ברענג עס ארויס אביסל צו ברייט, אבער צומאל כאפט מען נישט אנדערש... און יעדער קען זיך בוחן זיין צו ער האט נישט בדקות דער געפיל, יעדער אויף זיין אופן און נקודה, אבער די געפיל איז צומאל,' אוי, מען האט זיך פארטשטעפעט מיטן אייבערשטער, ער קען טון מיט מיך וואס ער וויל, לאמיר זיך מסדר זיין און תשובה טון און די עיקר ער זאל מיך לאזן מנוחה'.

אבער די אמת איז, אז אוודאי דער אייבערשטער וועקט אונז אויף דורך יראה און פחד און דינים, נישט פונקט וויאזוי עס שמעקט אונז און אונז ווילן, אבער מען דארף גוט גוט געדענקן די פשוטע ריינע אמת, אז דער אייבערשטער איז כולו טוב חסד ורחמים יעדע רגע, און די גאנצע בריאה און אלעס וואס ער מאכט מיט אונז איז נאר לטובתינו הנצחית.
און יא, ער איז זיך מלביש אין יראה און יסורים און פארקערט ווי אונז ווילן אלס, אבער אלעס ווייל ער האט אונז ליב א ליבשאפט וואס איז נישט תלוי אין גארנישט נאר אין די עצם מושג אז מיר זענען אידן און זיינע באליבטע קינדער וויאזוי אונז קוקן נאר אויס, און יעדע רגע קוקט ער אויף אונז נאר מיט ליבליכע בליקן מלא אהבה וחסד, און דאס איז זיין מהות 'טוב ומיטיב'.

די הייליגע בעש''ט טייטשט א געוואלדיגע טיפע טייטש, ה' מלך גאות לבש, די מלכות און גאוה און יראה פונעם אייבערשטן, איז די לבוש אויף זיין חסד און טוב וואס איז באהאלטן דערינטער. ממש דער נקודה.
דעריבער, וואס ער טוט צו אונז, איז נאר אונז צו מקרב זיין צו אים און אונז צוברענגען צו די אמת'ע גוטס אויף דער וועלט און יענע וועלט, וואס דאס איז נאר צו טון זיין רצון. דאס איז די גרעסטע טובה און נאר דערפאר זענען אונז דא אויף דער וועלט, און דאס וויל אונז דער אייבערשטער געבן, נאר די אמת'ע גוטס, און אלעס איז מלא אהבה וחסד, את אשר יאהב ה' יוכיח, רק אתכם ידעתי מכל משפחות האדמה על כן אפקוד עליכם עוונותיכם.

דעריבער, דארף מען עס מקבל זיין אויף דעם אופן, און נישט זוכן צו האלטן דערנאך, נישט נאר טראכטן פון האלטן נאך דער גאנצע זשאווערוכע און סאמעטוכע און אומגעווינטשענע פראבלעם וואס דער אייבערשטער האט אונז פלוצלינג אריינגעלייגט דא, וואס אויף דעם אופן איז עס אזויווי א טאטע וואס געט א פאטש פאר זיין זון ווייל ער האט געוואלט טון עפעס א סכנה'דיגע זאך, און די קינד ווערט נאך באליידיגט, ער טוט טאקע נישט די זאך אבער ער איז נאך אינגאנצן באליידיגט און אויפגערעגט און ער גייט יעצט בלאזן פאר פינף טעג... שטעלט ענק פאר וויאזוי די טאטע שפירט דאן, מעשה בכל יום...
די זעלבע כביכול שפירט דער אייבערשטער ווען מיר נעמען אויף זיינע פעטש ווי ער מישט זיך ווען אריין אין אונזער לעבן דא, און אונז זוכן זיך צו מקבל זיין גוטע זאכן נאר כדי צו האלטן דערנאך און אים געבן וואס ער דארף, און שוין.
ווער האט דיך געגעבן אלע גוטס ביז יעצט?! דער אייבערשטער מאכט נאר די יעצטיגע שלעכטס ח''ו?! דו ביסט ווי די מינים וואס זאגן אז עס איז דא צוויי באשעפער'ס ח''ו איינס פאר גוטס און איינס פאר שלעכט'ס ח''ו...?!

נאר וואס דען, אוודאי איז א נארמאלע זאך אז מען וועקט זיך אויף דוקא דורך דינים, ווי עס שטייט שוין אין די תורה אז ווען מען וועט אוועקגיין פונעם אייבערשטן וועט ער אונז אויפוועקן דורך תוכחה רח''ל, אבער וואס ליגט דערינטער?! כולו אהבה וחסד, איין שטיק ליבשאפט צו זיינע הייליגע קינדער, יא! דיך האט דער אייבערשטער ליב און ער דארף דיך, ער דארף דיינע מצוות, ער וויל דיין אמת'ע טובה אז דו זאלסט אים דינען און טון זיין רצון כפי יכולתך, ווייל דאס איז ''דיין'' טובה -
דו טוסט נישט דעם אייבערשטן א טובה מיט דיינע מצוות, די תורה הקדושה איז '''''דיין''''' טובה, עס איז דיין גוטס, די תפלין לייגן, די תורה, תפלה, צדקה, קדושה, שמירת עינים ומחשבה, שבת קודש, דאס אלעס איז דיין טובה, אין יעדע מצוה ליגט באהאלטן אין סוף אהבה וואס דער אייבערשטער האט צו דיך בפרטיות און דערפאר געט ער דיך די תורה הקדושה.
דערפאר וועקט ער דיך אויף צומאל דורך זאכן וואס זענען מלובש מיט דין ומשפט, אבער אלעס איז נאר א לבוש פאר זיין אהבה וואס מיר דארפן אויפזוכן דערינטער, מיר דארפן אראפנעמען די לבושים און יראות עס זאל נישט ווערן יראות נפולות, נאר אדרבה, עס זאל אונז מער מקרב זיין צום אייבערשטן און מיר זאלן אים מער ליב האבן און מער וויסן ווי שטארק ער האט אונז ליב פון דעם אליינס אז ער שיקט אונז רמזים ווייל ער ''וויל'' אונז, ער שיקט אונז רמזים וואס מיר האבן נישט אזוי ליב, אבער נאר ווייל ער וויל אונז זאלן דא אויפטוען אויף דער וועלט די אמת'ע גוטס פארוואס מיר זענען דא!
אלעס זאלן זיין לקרב ולא לרחק!

און אויף דעם אופן דארף צוגיין אונזערע קבלות און התעוררות - מלא שמחה ואהבה וויסנדיג אז די טוב און חסד פונעם אייבערשטן איז באהאלטן אין דאס אלעס! און נישט חלילה פארקערט בפנים זועפות און ווי מיר ווילן זיך שוין אפפטר'ן, נאר מיר זאלן לויפן צום אייבערשטן מיט א שמחה און רצון, און פארשטיין אז יא, מיר זענען נתרחק געווארן פון אים און ער ''וויל'' אונז צוריק, און טאקע תשובה טון מאהבה און זיך צוריק קערן צו אים -
קומען צו אים און אים זאגן מיט א תמימות 'באשעפער, גוטע טאטע, איך האב פארשטאנען דיין רמז און איך וויל מיך צוריק קערן צו דיך, 'איך וויל' דיך, איך ווייס דאס איז מיין אמת'ע גוטס, העלף מיך איך זאל עס טאקע אויספירן כראוי, העלף מיך איך זאל מיך טאקע מתקן זיין אין וואס דו ווילסט, וואס דאס איז מיין גרעסטע טובה וואס איך קען נאר האבן'.

און אז מען וועט זוכן דעם אייבערשטן מתוך רצון און אהבה און חיפוש וביקוש כל אחד כפי יכולתו, דאן וועט דער אייבערשטער זיכער העלפן אז מיר וועלן זוכה זיין צו די ריכטיגע תשובה און צו די גאולה שלימה, ניסן הוא ימי תשובה מאהבה, בניסן נגאלו ובניסן עתידין ליגאל בכוחו של משה רבינו אשר הוא הגואל הראשון והוא הגואל האחרון.