צוריק אין חדר אריין...

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

Ozd
שר העשר
תגובות: 33
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 26, 2017 12:17 pm
פארבינד זיך:

צוריק אין חדר אריין...

תגובהדורך Ozd » זונטאג מארטש 29, 2020 2:42 am

יעצט איז נישט די צייט פאר פאליטיק, קריטיק און נעגעטיוועטי, אדרבה, מ'דארף מרבה זיין מיט סניגוריא וכדו', אבער ווען דען, אויב נישט יעצט, האבן מיר א געלעגנהייט צו אדאפטירן א דראסטישען טויש אין אונזער רגילות'ן. די לעצטע צוויי וואכן האבן געוויזען חידושים וואס איז פרידענס צייטן וואלט דאס ניטאמאל געקומען אויפן געדאנק, אבער מה שלא יעשה השכל יעשה הזמן.

לא איש דברים אנכי, בפרט במקום שיש איש. ב"ה רבנים וצדיקים זענען משמיע דברי חיזוק והתעוררות, כל אחד לפי דרכו ולאנשי שלומו (אגב, דא זעהט זיך אן דאס פארלוירנקייט פון מענטשן וואס האבן נישט קיין מורה דרך בין החיים). הצד השווה שבהן אז תיקון המעשים, יעדע יחיד פאר זיך, איז נוממער איינס, כידוע די שארפע לשון פון רמב"ם בענין זה.
ומה שנוגע לרבים, האבן כמה רבנים, ראשי ישיבות, עיני העדה, ומגידים ארויסגעברעגט דעם פאקט, אז פון הימל שיקט מען סיגנאלן מ'ערווארט פון אונז תיקונים און קבלות טובות לגבי בתי מדרשים, ישיבות ובתי חינוך. און אזויווי כ"ק אדמו"ר מוויען שליט"א האט געזאגט אין זיין דרשה, אז יעצט איז נישט דער צייט מוכשר אויף דעם, אבער ווען דער משחית ווען אוועקגיין וועט מען מוזן מטכס עצה זיין וויאזוי צו פארבעסערן די סיסטעם און אננעמען קינדער און בחורים אין אונזערע מוסדות'ן.

וויל איך אין די דאזיגע פאר שורות פארלייגן א פלאן פאר די עתיד החינוך פון אונזערע קינדער. - און איך שרייב עס דוקא יעצט, ווען די ת"ת זענען פארשלאסן, ווייל יעצט איז די ריכטיגע צייט אז דאס זאל קענען געשעהן. נאכמער, אפילו ווען די משחית וועט נאכלאזן, וועט נאך אלץ נעמען צייט צו באקומען רשות אויפצומאכן די מוסדות התורה - ותורה מה תהא עליה?

אונז אלע ווייסען פון די קליינע מוסדות'לעך מיטן נאמען "פעלי-גרופ". אין קורצען ארבעט דאס אזוי. מרס. גראסס האט א גרויסע בעיסמענט, און זי שפירט אז זי איז גענוג טויגלעך אנצופירן א פראגראם פאר קינדער פון צוויי ביז דריי אדער פיר יאר, ע"כ לאזט זי מודיע זיין פאר די שכנים, אז זי עפענט א פלעי-גרופ, וחברתא חברתא אית לה, און די פעלי-גרופ ווערט א מציאות.

וכמה מעלות טובות לפלעי-גרופ:
1) ווער ס'האלט אז מרס. גראסס בעהט אביסל טייער, שיקט ענדערשט א-קראס-די-סטריט צו מרס. פעדער.
2) ווען מרס. גראסס פילט אז זי קען מער נישט, לאזט זי וויסן אז ביי סוף זוממער איז דער פעלי-גרופ פארמאכט.
3) אויב עלטערן שפירן אז מרס. גראסס טויגט נישט, וועלן זיי ארויסנעמען די קינדער און שיקן צו מרס. פעדער.
4) מ'נעמט אן אלע קינדער, קיין חילוק וויאזוי די עלטערן פירן זיך אויף.
5) דאס גאנצע געלט גייט פאר מרס. גראסס. און א קליין חלק פאר די געהילפ-ווייבל.
6) מרס. גראסס שיקט נישט קיין באססעס. אלע קינדער זענען פון די זעלבע גאס, אדער א גאס ארויף.

ממש אזוי דארף זיין קלאסען ביז די 15 16 יאר!!!!
דער מציאות ווייזט, אז די אלע נישט-מוסדות-קלאסען, צו ס'איז משניות פראגראמען, הכנה לבר מצוה, קריאת התורה, קובץ על יד, ועוד ועוד… זענען פיין מצליח. די תלמידים האבן עס ליב. - ווייסט פארוואס? ווייל:
1) נאר דער מלמד/מגיד וואס טויגט, איז מצליח.
2) די גאנצע געלט גייט פארן מלמד.
3) ווער ס'וויל נישט, שיקט נישט.

פארוואס זאל נישט מיין שכן, ר' פריינד, מאכן א כיתה א - ב אין זיין בעיסמענט? ער טויגט פיין. ער פירט אן חברת תהלים, אבות ובנים, סדר הלימוד חול המועד, ישיבת מרדכי הצדיק ועוד. פארוואס דארף ער ארבעטן ווי א חמור אין א מוסד און באקומען באצאלט וויינגער ווי דעליווערי בוי?!!! איז דאס נישט קיין בזיון התורה??

כ'דארף נישט קיין תלמוד תורה'ס, צענטראלע מוסדות, מעכטיגע בנינים, בנשיאות ובהנהלות, פאנד-רעיזערס, מנהלים, סעקריטעריס, באס דרייווערס, משגיחים, פארהערס, לויערס, אינשורענסט, גזירות חינוך, ועוד ועוד - פעילט נישט אויס.

יעדער וואס יכול'ט איז מכובד צו עפענען א "חדר" - א ציממער - נישט קיין בנין, נישט וויכטיג. א "חיידער". א חדר פאר א גיל וואס ער שפירט אז ער טויגט.

דר'אמת איז אז ישיבה גדולות ארבעט דאך ממש אזוי. הרה"ג… שליט"א עפענט א ישיבה. ווילאנג ער טויגט, איז ער אפען. אז נישט, בלייבט ער מיטן טיטול אן א מיטל ושלום על ישראל.

טייערע מלמד / מגיד שיעור! יעצט איז די צייט, עפען א חדר'ל! - ביז סוף יאר, וועלן אי"ה זיין 500 חדרים אין ברוקלין! אן קיין נעמען פון ספרים און שטעיט. אויף יעדע גאס וועט זיין לכל הפחות צוויי חדרים. דא כיתה ח-ט "רבי פליישמאן", דארט א כיתה ג-ד "רבי שפילמאן", הכל לפי הצורך.

אוי!! כמה מעלות טובות לחדר עלינו ועל דורותינו:
1) דער מלמד פארדינט שיין געלט. אז ער האט 25 קינדער, אזויווי די רמב"ם פסק'נט, און יעדער צאלט 250 דאללער א חודש, פארדינט ער איבער 6000 דאללער א חודש.
2) מ'נעמט אן אלע שכנים (סייוויי שפילען דיינע קינדער מיט די קרויס קינדער, פארוואס נישט לערנען צוזאמען אויך?)
3) ס'גייט אריבער א חודש, אויב איז ער נישט גוט, איז די חדר פארמאכט. מ'שיקט מער נישט צו ר' פריינד, נאר צו ר' פרידמאן.
4) די קינדער, וואס וואוינען סייווי אויף יעדע בלאק, קומען אהיים פאר מיטאג, ביה"כ, לאנטש, יעדע קינד לפי צרכיו.
5) ענגליש? ס'דא קלאסן פאר דעם אויך. פונקט ווי לימודי קודש. שיק יא, שיק נישט. וויאזוי דו ווילסט.
6) איינער צאלט נישט שכר לימוד? מיט די ערשטע מלמד קען ער נאך מאכן דעם שפיל - אבער נישט מיט די צווייטע.

די גאנצע [מאדערנע] סיסטעם, אז די חומר הלימודים גייט לפי שנת הלידה, וועט זיך ענדיגען. ווייל דיין קינד ווערט נישט מחונך אויף א קאנוועי"ר -בעל"ט. דו קענסט אים שיקן צו וועלכע חדר דו ווילסט. נישטא מער קיין א - ב - ג - לאמיר צוריקגיין צום אלטען. נתנה ראש ונשובה. ס'דא עברי, חומש, משניות, גמרא, רש"י, תוספות.

מיט די צייט וועלן זיך געוויסע חדרים'לעך אויסשטעלן צו זיין געאייניגט פאר געוויסע מדרגות פון הבנה וכדומה. אבער מיט אזויפיל חדרים בכל עבר ופינה, איז דא פאר יעדעם גענוג, בלי קנאה ותחרות.

איין זאך יא. די עלטערן וועלן האבן מער אחריות. - צו האנדלן דירעקט מיטן מלמד, און צו מאכן זיכער אז זייערע קינדער זענען אויף די ריכטיגע פלאץ.

איר וועט זעהן. נאך אפאר יאר וועלן בר מצוה בחורים'לעך וואס קענען ששה סדרי משנה און אפאר מסכתות, זיין א נארמאלע ערשיינונג.

ווי געזאגט, כ'וויל חלילה נישט מפרט זיין די פראבלעמען פון אונזער סיסטעם. ס'פעילט נישט אויס. אבער טראכט גוט איבער וואס אונז שמועסן דא, וועסטו זעהן אז אלע פראבלעם פאלען אוועק.

כוח היחיד. גיי. טו. מאך. זיי מצליח.

איך וויל זעהן די סארט עד'ס אין די לוח המודעות:

"בס"ד עפענן מיר א חדר פאר קינדער וואס לערנען משניות - בערך כיתה ד - ה - מיין אדרעסס איז... סאוט 8... די שעות זענען פון 9 ביז 1 און פון 2 ביז 4, מיר נעמען אן ביז 25 קינדער. איך בין געווען א מלמד אין ת"ת … פאר 8 יאר. פאר רעפערענס ביטע רופט/אימעיל…"


"ב"ה, מודיעים אנו לכל השכנים, רחוב האָפפער/לי שאנו פותחים חדר לגמרא תוס', לילדים בערך גיל בר מצוה, מגי"ש לפני הצהרים הרה"ג… ומגי"ש לאחה"צ הרה"ג… בבית מו"ח… הכניסה מאחורי הבנין…. סדר הלימודים לסיים סדר מועד במשך שתים וחצי שנים. המחזור מתחיל אי"ה אסרו חג פסח. שכר לימוד 120 לשבוע."


"מודעה לכל המלמדים - אי"ה בליל ג' פרשת שלח, יתקיים שיעור מיוחד לכל המלמדים ע"י הרה"ג המפו' …. בענין הליכות והלכות בנוגע שכר לימוד… וע"י הרבני החסיד מו"ה… דינא דמלכותא מה שנוגע לחדרים… ואי"ה בשבוע הבא, ג' קרח, יתקיים שיעור נפלא ע"י כ"ק הגה"צ…. בענין אחריות המלמד והקשר עם ההורים"


"א לופטיגע ערשטע-שטאק איז געווארן עוועילעבל אויף 45/16 געאייניגט פאר א חדר. ביטע רופט אווענט שעות…"


"צו ערהאלטן די נייע ליסטע פון עלטערן וואס צאלן נישט שכר לימוד, ביטע רופט…"



א שיינעם חלום האב איך געזעהן....

אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4793
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm

Re: צוריק אין חדר אריין...

תגובהדורך קלאָצקאָפּ » זונטאג מארטש 29, 2020 2:59 am

אפגעזען די איידיע... א שפראך האסטו א פיינע!

אוועטאר
חוח בין השושנים
שר האלפיים
תגובות: 2170
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

Re: צוריק אין חדר אריין...

תגובהדורך חוח בין השושנים » זונטאג מארטש 29, 2020 9:50 pm

אפגעזען די שפראך (זייער קלאר געשריבן), די איידיע איז וואונדערבאר! אבער נישט יעדער וועט זיין מסוגל צו פארשטיין דעם צורך. איך יא!
אויב האסטו אויף מיר פאראיבל, טענות, מענות, א ויצעקו צו מאכן, א שטאך צו געבן, א קשיא צו פרעגן, אדער -להבדיל- א גוט ווארט צו זאגן טו עס ביטע דא.

אוועטאר
סטיטשינער
שר חמשת אלפים
תגובות: 5405
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 05, 2017 3:49 pm

Re: צוריק אין חדר אריין...

תגובהדורך סטיטשינער » מאנטאג מארטש 30, 2020 2:55 am

קלאָצקאָפּ האט געשריבן:אפגעזען די איידיע... א שפראך האסטו א פיינע!

;l;p- ;l;p-
מלכות הרשעה במהרה תעקר,אבער נצח ישראל לא ישקר!
אין אייראפע ווי דו קוקסט נאר אלס, דעם טויט מעסער אויפ'ן האלדז
מיליאנען אויסשחטן און אויסהונגערן,
אויף וועלכע לאגער אדער מאסן גרוב, וועסטו בויען דיין שטוב
ליטא, גאליציע, פוילן אדער אין אונגערן? (מאטי א.)

אוועטאר
אזוי גאר!
שר חמש מאות
תגובות: 806
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש מארטש 25, 2017 7:13 pm
לאקאציע: עולם השפל

Re: צוריק אין חדר אריין...

תגובהדורך אזוי גאר! » מאנטאג מארטש 30, 2020 8:28 pm

חוח בין השושנים האט געשריבן:אפגעזען די שפראך (זייער קלאר געשריבן), די איידיע איז וואונדערבאר! אבער נישט יעדער וועט זיין מסוגל צו פארשטיין דעם צורך. איך יא!

זיי מסביר

אוועטאר
חוח בין השושנים
שר האלפיים
תגובות: 2170
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

Re: צוריק אין חדר אריין...

תגובהדורך חוח בין השושנים » מאנטאג מארטש 30, 2020 8:29 pm

אזוי גאר! האט געשריבן:
חוח בין השושנים האט געשריבן:אפגעזען די שפראך (זייער קלאר געשריבן), די איידיע איז וואונדערבאר! אבער נישט יעדער וועט זיין מסוגל צו פארשטיין דעם צורך. איך יא!

זיי מסביר

איים סארי, אבער צו דעם פעלט אויס אסאך ישוב הדעת. כ'האב גאר אסאך אריינצורעדן אין דעם נושא, אבער ס'נישט אויף יעצט.
אויב האסטו אויף מיר פאראיבל, טענות, מענות, א ויצעקו צו מאכן, א שטאך צו געבן, א קשיא צו פרעגן, אדער -להבדיל- א גוט ווארט צו זאגן טו עס ביטע דא.

אוועטאר
אזוי גאר!
שר חמש מאות
תגובות: 806
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש מארטש 25, 2017 7:13 pm
לאקאציע: עולם השפל

Re: צוריק אין חדר אריין...

תגובהדורך אזוי גאר! » מאנטאג מארטש 30, 2020 8:31 pm

חוח בין השושנים האט געשריבן:
אזוי גאר! האט געשריבן:
חוח בין השושנים האט געשריבן:אפגעזען די שפראך (זייער קלאר געשריבן), די איידיע איז וואונדערבאר! אבער נישט יעדער וועט זיין מסוגל צו פארשטיין דעם צורך. איך יא!

זיי מסביר

איים סארי, אבער צו דעם פעלט אויס אסאך ישוב הדעת. כ'האב גאר אסאך אריינצורעדן אין דעם נושא, אבער ס'נישט אויף יעצט.

עכ"פ די איידעי איז א אייזענע

אוועטאר
מחשב
שר האלפיים
תגובות: 2509
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

Re: צוריק אין חדר אריין...

תגובהדורך מחשב » מאנטאג מארטש 30, 2020 9:21 pm

ס'איז א שוואך דור היינט. כ'האלט נישט פון דעם פלאן אויף למעשה, פארפאלן.

מ'ברויך מתפלל זיין אויף ביאת המשיח, דעמאלטס וועט זיין די בעסטע חינוך סיסטעם פאר אונזערער קינדער.
בכל יום ויום הייתי מחשב ואומר למקום פלוני אני הולך... ורגלי מוליכות אותי...

אוועטאר
איינס
שר חמשת אלפים
תגובות: 5181
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

Re: צוריק אין חדר אריין...

תגובהדורך איינס » דינסטאג מארטש 31, 2020 12:29 am

גוט פארן פעיפער

טראכט אביסל טיפער וועסטו זעהן אז נישט
״איר וועט זעהן. נאך אפאר יאר וועלן בר מצוה בחורים'לעך וואס קענען ששה סדרי משנה און אפאר מסכתות, זיין א נארמאלע ערשיינונג״

נאר מיט אזא סיסטעם נאך אפאר יאהר בלייבט פון גאנץ כלל ישראל 5 בחורים וואס קענען ששה סדרי משנה מיט א באנטש קינדער וואס שפילן טעקנאלעדזשי

אמאל ווען וועלט איז געווען וועלט איז נישט געווען צופיל ברירות, אדער האסטו געלערנט אדער האסטו געקענט שפילן מיט די בהמה אין שטאל.
קעראנע איז נאכנישט געווען דעמאלטס, נו טראכט ווי לאנג האט מען געקענט אויסהאלטן אין שטאל.

היינט ווען דער מלמד וועט מודיע זיין אז מוישעלע איז נישט פאר זיינע כוחות, און ווען יאנקעלעס טאטע וועט נישט קענען באצאלן, וכו׳ וכו׳ וכו׳ וכו׳ וכו׳ וכו׳ וכו׳ וכו׳ וכו׳ וכו׳ וכו׳ וכו׳ וכו׳ וכו׳ וכו׳ וכו׳ וכו׳ וכו׳ וכו׳ וכו׳ וכו׳ וכו׳ וכו׳ וכו׳ וכו׳ וכו׳ וכו׳
אויסער חיימל וואס זיין טאטע וועט האבן צו צאלן און האט גרינגע נאטורן און א גוטן קעפל ווער וועט בלייבן ביים לערנען?
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

אוועטאר
fiena nieas
שר האלפיים
תגובות: 2558
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 23, 2011 8:56 am

Re: צוריק אין חדר אריין...

תגובהדורך fiena nieas » דינסטאג מארטש 31, 2020 12:57 am

אינדערהיים פלעיגט טאקע זיין אזוי

פרידן
שר האלפיים
תגובות: 2213
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 02, 2015 7:37 pm

Re: צוריק אין חדר אריין...

תגובהדורך פרידן » דינסטאג מארטש 31, 2020 1:01 am

fiena nieas האט געשריבן:אינדערהיים פלעיגט טאקע זיין אזוי

אין סאיז נישט גוט געווען

דברים אלו
שר האלף
תגובות: 1285
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 16, 2015 2:30 pm

Re: צוריק אין חדר אריין...

תגובהדורך דברים אלו » דינסטאג מארטש 31, 2020 1:06 am

די ווייסט אז די פלעיגרופס איז נישט אזוי לעגאל?

אוועטאר
טעם וריח
שר האלף
תגובות: 1271
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 19, 2017 7:33 pm

Re: צוריק אין חדר אריין...

תגובהדורך טעם וריח » דינסטאג מארטש 31, 2020 1:07 am

fiena nieas האט געשריבן:אינדערהיים פלעיגט טאקע זיין אזוי

און מען איז געגאנגען העלפן טאטי אין שטאל אדער אין געוועלבל

אוועטאר
j718
שר חמישים ומאתים
תגובות: 391
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 18, 2016 3:14 pm
לאקאציע: אין בוידעם

Re: צוריק אין חדר אריין...

תגובהדורך j718 » דינסטאג מארטש 31, 2020 1:09 am

דברים אלו האט געשריבן:די ווייסט אז די פלעיגרופס איז נישט אזוי לעגאל?

מ׳קען מאכן homeschooling
עס וואלט געדארפט זיין א דאנק קנעפל
צו קענען מיט א דרוק מיט א קנעפל צושטימען און מחזק זיין וואס א צווייטער האט געשריבן.
האלט איר דען נישט אזוי?
זיכער יא!
דאן רופט זיך אן דא: אנקעטע:
א דאנק קנעפל אנקעטע

אוועטאר
שמואל בארג
שר האלפיים
תגובות: 2347
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 18, 2016 6:44 pm

Re: צוריק אין חדר אריין...

תגובהדורך שמואל בארג » דינסטאג מארטש 31, 2020 1:09 am

א שיינע זאפטיגע ארטיקל, דער פלאן איז א זיסער, און ס'איז מעגליך אז דער מציאות פון די וואוקס גייט עס במילא צוברענגן, כאטש א טייל.

דער הויפט פראבלעם דערמיט: מ'וועט ברויכן צאלן שכר מלומדות...

צולייגער
שר האלפיים
תגובות: 2322
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

Re: צוריק אין חדר אריין...

תגובהדורך צולייגער » דינסטאג מארטש 31, 2020 1:21 am

שמואל בארג האט געשריבן:א שיינע זאפטיגע ארטיקל, דער פלאן איז א זיסער, און ס'איז מעגליך אז דער מציאות פון די וואוקס גייט עס במילא צוברענגן, כאטש א טייל.

דער הויפט פראבלעם דערמיט: מ'וועט ברויכן צאלן שכר מלומדות...

גענאגלט.
לאמיר עס צולייגן, שטאטעלעך... איינס ביי איינס...

דברים אלו
שר האלף
תגובות: 1285
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 16, 2015 2:30 pm

Re: צוריק אין חדר אריין...

תגובהדורך דברים אלו » דינסטאג מארטש 31, 2020 1:30 am

צולייגער האט געשריבן:
שמואל בארג האט געשריבן:א שיינע זאפטיגע ארטיקל, דער פלאן איז א זיסער, און ס'איז מעגליך אז דער מציאות פון די וואוקס גייט עס במילא צוברענגן, כאטש א טייל.

דער הויפט פראבלעם דערמיט: מ'וועט ברויכן צאלן שכר מלומדות...

גענאגלט.

ממוז עניוועי צאלן (מהר"י ק"י)

אוועטאר
גרויסער חכם
שר חמישים
תגובות: 93
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 26, 2020 12:00 am
לאקאציע: אין קעניגס פאלאץ

Re: צוריק אין חדר אריין...

תגובהדורך גרויסער חכם » דינסטאג מארטש 31, 2020 2:03 am

fiena nieas האט געשריבן:אינדערהיים פלעיגט טאקע זיין אזוי

און אינדערהיים פלעגן אויך זיין עכטע עם הארצים וואס האבן נישט געקענט קיין עברי...

אוועטאר
גרויסער חכם
שר חמישים
תגובות: 93
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 26, 2020 12:00 am
לאקאציע: אין קעניגס פאלאץ

Re: צוריק אין חדר אריין...

תגובהדורך גרויסער חכם » דינסטאג מארטש 31, 2020 2:04 am

Ozd האט געשריבן:א שיינעם חלום האב איך געזעהן....

יא א זיסער חלום...
אגב זייער שיין הנאה געהאט פון די פאר מינוט אזוי זיס חלומע'ן.. א גרויסער יישר כח.

אוועטאר
ליידיג גייער
שר חמש מאות
תגובות: 546
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 09, 2013 4:31 pm

Re: צוריק אין חדר אריין...

תגובהדורך ליידיג גייער » דינסטאג מארטש 31, 2020 2:12 am

פון זעקס אלפים א חודש גייט אראפ פאר א ענגליש טיטשער, א מיידל וואס דארף קער נעמען פון אפיס ארבעט און פעיראלל און צוזאם נעמען דאס געלט וואס מען צאלט יא און נישט(וואס מאכט זיך ביי מתמידים אויך אבער דארט איז עס א סייד דזשאב ער ווישט זיך אפ און געגאנגען ווייטער), א גוי צו קלינען און קער נעמען פון פלאץ, רענט, דאס איז שוין נניח אז מ' שיקט נאר אויף דעם גאס איז נישט דא קיין באס עקספענס און עסן.

אוועטאר
j718
שר חמישים ומאתים
תגובות: 391
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 18, 2016 3:14 pm
לאקאציע: אין בוידעם

Re: צוריק אין חדר אריין...

תגובהדורך j718 » מאנטאג אפריל 13, 2020 6:51 pm

ליידיג גייער האט געשריבן:פון זעקס אלפים א חודש גייט אראפ פאר א ענגליש טיטשער, א מיידל וואס דארף קער נעמען פון אפיס ארבעט און פעיראלל און צוזאם נעמען דאס געלט וואס מען צאלט יא און נישט(וואס מאכט זיך ביי מתמידים אויך אבער דארט איז עס א סייד דזשאב ער ווישט זיך אפ און געגאנגען ווייטער), א גוי צו קלינען און קער נעמען פון פלאץ, רענט, דאס איז שוין נניח אז מ' שיקט נאר אויף דעם גאס איז נישט דא קיין באס עקספענס און עסן.

די זעלבע האט א Playgroup
עס וואלט געדארפט זיין א דאנק קנעפל
צו קענען מיט א דרוק מיט א קנעפל צושטימען און מחזק זיין וואס א צווייטער האט געשריבן.
האלט איר דען נישט אזוי?
זיכער יא!
דאן רופט זיך אן דא: אנקעטע:
א דאנק קנעפל אנקעטע

מה שמו
אנשי שלומינו
תגובות: 3
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 30, 2016 11:38 am

Re: צוריק אין חדר אריין...

תגובהדורך מה שמו » דינסטאג אפריל 14, 2020 6:15 pm

תקנת יהושע בן גמלא האט שוין גע'ארבעט מבטל צו זיין דעם חלום. ביז פאר'ן קריג האט מען טאקע נישט געקענט האבן די תקנה ענפארסט בשלימות, וועגן כמה סיבות. היינט איז די תקנה בכל התוקף.

וואס טוט זיך
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4901
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm

Re: צוריק אין חדר אריין...

תגובהדורך וואס טוט זיך » פרייטאג אפריל 17, 2020 12:17 am

אזוי ווי אלע שרייבן שוין, בערך אזוי איז געווען אין אייראפע, און עס איז טאקע געווען מער עמי הראצים. די היינטיגע סיסטעם האט געמאכט ווייניגער עמי הראצים אבער אינעם זעלבען צייט ווייניגער יונגע תלמידי חכמים. אייער חלום העט מאכן בר מצווה בחורים וואס העלן קענען ששה סדרי משנה מיט אפאר מסכתות גמרא בעל פה, אבער אויך וואס העלן קוים קענען לערנען א שטיקל גמרא און וועלן נאך פילן אינגאנצן צוקלאפט אויך.
איך האלט נישט אז די ישיבה סיסטעם פון "טאפ ישיבות" און "עוורעזש ישיבות" גייט זיין גוט ביי יונגע קינדער אויך.
איך זאג נישט, א קינד זאל זיך קענען אויסגעבן די כשרונות איז מורא'דיג וויכטיג (הגם מען קען עס יעצט אויך טוען אין די אייגענע צייט), אבער מען קען נישט וועגן דעם אוועק הרג'נען אנדערע קינדער מיט וויניגער כשרונות.
קלאצקאפ פאר ראש הקהל, טוטס ענק דא אריינסיינען, און ווערטס א חלק פונעם אייוועלט פאר אייוועלט קאמפיין.

-------------
ביטע, אלע מיינע תגובות אינעם ראשעקהל פארמעסט אקעגן איינעם, זאל מען נישט נעמען פערזענליך, ס'איז נאר פאר די פאן אף איט.

Ozd
שר העשר
תגובות: 33
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 26, 2017 12:17 pm
פארבינד זיך:

Re: צוריק אין חדר אריין...

תגובהדורך Ozd » פרייטאג אפריל 17, 2020 2:04 am

https://www.yiddish24.com/interviews/12/17508
ב"ה, דר'עולם הייבט אן איינזעהן.... פארטש חדרים. מ' דארף נישט קיין מנהלים און באסעס... שכר לימוד פארן מלמד...

פינחס
שר מאה
תגובות: 235
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 20, 2017 12:03 am

Re: צוריק אין חדר אריין...

תגובהדורך פינחס » פרייטאג אפריל 17, 2020 2:34 am

א געוואלדיגע איידיע


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 5 געסט