גילוי! הרה''ק ר''נ מברסלב האט שוין מרמז געווען אויף די יעצטיגע מצב

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

טוב ה' לכל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 455
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 04, 2019 7:17 pm

גילוי! הרה''ק ר''נ מברסלב האט שוין מרמז געווען אויף די יעצטיגע מצב

תגובהדורך טוב ה' לכל » דינסטאג מארטש 24, 2020 3:01 pm

א פלא'דיגע שיחה האב איך געפינען וואס האט א גאר אינטערעסאנטע שייכות צום יעצטיגן מצב, און איז לכאורה פון די איינציגסטע ערטער ווי עס ווערט דערמאנט דאס לאנד 'כינע' אין די ספה''ק, און מען קען ארויסנעמען דערפון געוואלדיגע רמזים פאר די יעצטיגע מצב.
אבער צום ערשט וועלן מיר בקיצור דערציילן אביסל די ארום און די אינטערגרונט פון דער שיחה אזוי וועט מען עס קענען בעסער פארשטיין:

ר''נ איז געווען זייער קראנק פאר זיינע לעצטע דריי – פיר יאר אין לעבן, אזוי קראנק אז די דאקטוירים האבן געזאגט אז ער וועט נישט קענען לעבן פאר נאך א חודש, אבער למעשה האט ער געלעבט פון יאר תקס''ח ביז אנהייב יאר תקע''א שלא כדרך הטבע.
איינע פון די גרויסע ווענדפונקטן אין זיין לעבן איז געווען דאס נסיעה קיין לעמבערג.
לעמבערג איז זייער ווייט פון ברסלב. אין יענע צייטן האבן דארט געוואוינט גאר גרויסע דאקטוירים, און ר''נ האט פלוצלינג באשלאסן נאך סוכות תקס''ח, אז ער וויל פארן קיין לעמבערג.
ער איז אהינגעפארן און דארט געווען בערך א האלבע יאר, און צוריקגעקומען ערשט אינמיטן זוממער, אבער אין יענע צייט ווען ער איז נישט געווען אינדערהיים האט ר' נתן און די אנדערע תלמידים בציווי פון ר''נ געדריקט די ערשטע חלק ליקו''מ, און דאס איז 'ליקו''מ קמא', און ערשט דערנאך, די לעצטע דריי יאר, האט ר''נ געזאגט נאך אסאך גאר הויכע תורות און דערפון איז געדריקט געווארן די צווייטע חלק, 'תנינא', און היינט איז עס געדריקט צוזאמען.

ר''נ האט אסאך מרמז געווען אז דער גאנצער נסיעה קיין לעמבערג איז שייך לדורות, און אזויווי זיין גאנצע דרך אין עבודת ה' איז שייך לדורות אז אידישע קינדער זאלן זיך קענען אנהאלטן אינעם אייבערשטן אין יעדן מצב, און ווי מען זעט אז ער רעדט ממש פאר דער דור, איז אבער ספעציעל שייך לדורות די לעצטע דריי יאר פון זיין לעבן, וואס דאן האט ער אנגעהויבן נאך פיל מער צו רעדן פון שמחה און התחזקות, וואס יעדער בר דעת ווייסט ווי וויכטיג מיר דארפן עס האבן אין דער דור און וויפיל אידן עס האט שוין געראטעוועט ברוחניות ובגשמיות און העלפט זיי יעדן טאג צו דינען דעם אייבערשטן כראוי באמונה וברצון ובשמחה.
און טאקע, תיכף בעפאר ארויספארן קיין לעמבערג האט ר''נ געזאגט די גאר באקאנטע תורה אין ליקו''מ, תורה רפ''ב, די תורה פון נקודות טובות, וואס דאס איז געווען ווי א הקדמה אויף דער גאנצע נסיעה, און אויף די גאנצע קומענדיגע דריי יאר, ווען ער האט טאקע גאר אסאך גערעדט דער שפראך אין עבודת ה'.
ווי אויך האט ער אנגעהויבן צו רעדן פיל מער איבער תפלה והתבודדות, רעדן מיטן אייבערשטן שטענדיג, און זיך אויסגיסן דאס הארץ פאר אים ווי צו א גוטן פריינד, און אים בעטן אלעס וואס מען דארף מיט א תמימות, וואס דאס האט ער געשטעלט פאר א גרויסע יסוד אין עבודת ה' און אלץ א הויפט עצה וויאזוי צו נתקרב ווערן צום אייבערשטן באמת.

למעשה האט זיך אפגעטון גאר אסאך געשעענישן בשעת דער נסיעה קיין לעמבערג, און עס איז דא אסאך וואונדערליכע פאסירונגען פון דאן, בפרט איבערן 'ספר הנשרף' ואכמ''ל.
אבער די עיקר וואס מיר ווילן דא צוקומען איז איבער די שיחה וואס ער האט גערעדט ווען ער איז צוריקגעקומען. ער איז דאן געווען ביי אסאך דאקטוירים און זיך געלאזט מטופל ווערן דורך זיי, אבער למעשה האט ער געזאגט ווען ער איז צוריקגעקומען אזוי:
"גם קיבלתי רפואות (בלעמבערג) והייתי שותה חינא, ושם במדינת 'חינא' כופרים לגמרי ואומרים לית דין ולית דיין... וכשבא כל זה בתוך מעי, נעשה מזה מה שנעשה, כי היה צריך שיבא הסם הבא משם במעיו כדי להכניע הכפירות הנ''ל"!!!
רעדט דא ר''נ איבער כינע, און זאגט אז ער האט בדוקא אריינגענומען אין זיך רפואות פון כינע, ווייל דורך דעם האט ער עוסק געווען צו מכניע זיין זייערע כפירות!!

און דאס איז ממש א פלא, ווער אין יענע צייטן זאל וויסן אז מיר גייען נאך האבן איין טאג צוטון מיט דעם דעמאלטסדיגן פארווארפענעם שוואכן כינע?! דאן איז כינע קוים געווען באקאנט, און זיכער נישט קיין וועלטסמאכט, אבער היינט האט יעדע מענטש א שייכות מיט דער לאנד, יעדער האט זייערע פארביצירטע זאכן ביי זיך אינדערהיים, זיי זענען היינט א וועלטסמאכט און די גאנצע וועלט האט צוטון מיט זיי, און דאס אלעס ממש אין די לעצטע פאר יאר, וואס דאס אלעס ווייזט אז בשורשו בקדושה טוט זיך דא אפ ריזיגע סודות און תיקונים און מלחמות אין די עולמות עליונים ארום כינע.
און היינט האלטן מיר אז זיי האבן פאראליזירט די גאנצע וועלט מיט דער וויירוס, וואס דאס אלעס ווייזט אויף גרויסע מלחמות און תיקונים וואס דא קומט פאר בעפאר ביאת משיח וואס כינע האט א גרויסע טייל דערין.

***

יעצט לאמיר טאקע גלייך צוגיין צום ענין וואס מיר קענען ארויסנעמען דערפון למעשה, און וואס מיר דארפן טון אין עבודת ה' צו דורכגיין די עקבתא דמשיחא כראוי, און מיר וועלן עס טאקע נעמען פון דער משל וואס מיר האבן אנגעכאפט.
ביז אהער האבן מיר געשריבן אז דאס אז כינע ברענגט אינטער ריזיגע עקאנאמיעס און רוב זאכן וואס מיר נוצן אין טאג טעגליכן לעבן איז פון כינע, דאס אלעס ווייזט אז עפעס טוט זיך דא אפ תיקונים און סודות נוראים ארום דעם לאנד כינע, וואס זיי זענען די סימבאל פון טבע און כפירה שוין הונדערטער יארן.
וועט אבער א מענטש זאגן, ווער זאגט אז עס איז דא אין דעם סודות? אלעס שטימט דאך בדרך הטבע, אלעס איז שכל'דיג, א גרויסע לאנד מיט מיליאנען מענטשן, ביליגע ארבעטער, יעדער שיקט אהין ווייל עס לוינט זיך, ווער זאגט אז עס איז דא אין דעם סודות, אלעס שטימט שכל'דיג.

אט אזוי! טאקע פון דעם רעדט מען...
מען קען אלעס מסביר זיין שכל'דיג גאר געשמאק, מען מוז אין גארנישט טרעפן קיין חוץ לדרך הטבע, די גאנצע וועלט איז איין שטיק טבע אויף טריט און שריט, און טאקע דאס איז טשיינע, זיי זענען די גרעסטע כופרים און אלעס איז ביי זיי געלט און שוין, די סימבאל פון כוחי ועוצם ידי, און טאקע דאס איז א חלק פון דעם, אז דו זאגסט אז דאס איז אויך שכל'דיג, דאס איז אויך 'מעיד אין טשיינע'....
ווייל דער אייבערשטער באהאלט זיך אין טבע, אלעס שטימט שכל'דיג, אבער טאקע דאס איז די עבודה פון אמונה, דאס איז די מלחמה מיט טשיינע און זייערע קליפות, אז מיר זאלן גלייבן אז אלעס איז סודות נוראים ונפלאים וואס מיר האבן נישט קיין השגה, און יעדע זאך וואס טוט זיך אויף דער וועלט, איז סודות נוראים און נישט קיין שום טבע, כאטש אלעס איז מלובש אין דרך הטבע.
אבער די 'טבע' פון די מענטש איז צו פארשטיין אלעס מיט שכל און אלעס מסביר זיין בדרך הטבע, און דאס איז טאקע וואס דער אייבערשטער מאכט, אז מיר אלע זעהען און פארשטייען אלעס שכל'דיג אין דער דור, און מיר האבן שוין גערעדט דערפון אין א צווייטע אשכול עטליכע וואכן צוריק אבער איך וועל נאר דערמאנען בקיצור:

אמאל האט יעדער געזען אז דער אייבערשטער פירט די וועלט, פשוט, ווייל מען האט כמעט גארנישט פארשטאנען האט מען עס נאר געקענט מסביר זיין אז דער אייבערשטער טוט עס. אז עס איז געקומען א האריקען, האט מען געשפירט ווי דער אייבערשטער בלאזט, און עס איז שרעקעדיג, מען דארף תשובה טון. אז עס האט פאסירט אן ערדציטערניש, האט מען געשפירט אז דער אייבערשטער שאקעלט די וועלט, פארוואס, ווייל ער וויל עפעס פון אונז, המביט לארץ ותרעד, האט זיך יעדער אויפגעוועקט און זיך גענומען אין עבודת ה'.
אז עס האט נישט גערעגענט, האט מען עס נישט מסביר געווען מיט שכל, ווייל מען האט טאקע גארנישט געוואוסט און פארשטאנען, איז מען געלאפן צום אייבערשטן אין בעטן רעגן, אפילו די גויים האבן געבעטן די אידן זאלן דאווענען, און זיי אליין האבן אויך געדאווענט, דער אייבערשטער מאכט עס און נאר צו אים קען מען זיך ווענדן. תנ''ך די גמרא און אלע ספרים זענען פיל מיט אזעלכע מעשיות.
און מער פערזענליך, אז א מענטש איז געווארן קראנק, האט ער נישט געוואוסט פון וואס, ער האט געוויסט אז דער אייבערשטער האט אים געמאכט קראנק, און דאקטוירים העלפן א מכה, איז ער געלאפן צום אייבערשטן און געשריגן צו אים ער זאל אים העלפן, קיין צווייטע ברירה האט ער סייווי נישט געהאט.
און אז עס איז געקומען א מגיפה, האט מען געוואוסט אז דער אייבערשטער האט עס געשיקט, און מען דארף תשובה טון און זיך נעמען, נישט דא שכל'דיגע הסבר פון וואו דאס קומט, נאר אז דער אייבערשטער מאכט עס און שוין, גייט מען צו אים.

אבער היינט, זענען דא טויזנטער חוקרים און פארשער און חכמי הטבע, וואס זענען נאר פארנומען א גאנצן טאג צו מסביר יעדע זאך וויאזוי עס פאסירט ע''פ הטבע, און פארוואס עס איז בכלל נישט א וואונדערליכע זאך חוץ מדרך הטבע, און דאס איז זייער גאנצע ארבעט טאג און נאכט, און אפילו זיי זעהען וואונדערליכע זאכן אין די בריאה, ווערן זיי נאר נתפעל ווי וואונדערליך די טבע איז... און דאס איז זייער גאנצע ציל, צו אפווענדן יעדע פלא'דיגע זאך און ווייזן אז עס איז פשוט שכל'דיג.
און דער אייבערשטער געט זיי די כוחות דערפאר! ער האט טאקע אריינגעגעבן אין די וועלט א געוואלדיגע חכמה און שכל וואס מען פארשטייט היינט מיליאנען זאכן וואס אמאל האט מען בכלל נישט פארשטאנען, און אלעס אלעס קען מען מסביר זיין שכל'דיג און שוין, מען קען זיין רוהיג, דער פראבלעם קומט פון יענס, און די עצה אויף דעם איז דאס, און מען קען בלייבן רוהיג, מען דארף זיך נישט דערשרעקן, כפירות 'מעיד אין טשיינע'...


און דאס איז נישט סתם א טבע'דיגע זאך... נאר דער אייבערשטער האט דאס אראפגעשיקט ווייל דאס איז די לעצטע נסיון פאר די גאולה, צו קענען לעבן מיטן אייבערשטן און גלייבן אז אלעס איז ניסים און עס איז נישט דא קיין שום טבע ח''ו.
און דער אייבערשטער איז זיך גאר שטארק מלביש אין טבע, אלעס לאזט ער טבע'דיג, אפילו א מענטש האט אן השגחה פרטית קען מען אלעס מסביר זיין שכל'דיג, און אפילו די גויים רעדן אויך פון 'פערצופאלדיגע אינטערעסאנטע זאכן' - 'קא אינצידענט', און ביי זיי איז עס נאך א טבע'דיגע אינטערסאנטע זאך צו רעדן און צו שרייבן און גארנישט מער.

בפרט די היינטיגע פסיכילאגן, וואס דאס איז ממש חכמי הטבע במלואו, נאך פאראידיש'ט אויך ליידער, וואס זייער גאנצע ציל איז צו מסביר זיין וויאזוי מען קען פארשטיין שכל'דיג דיינע מידות און תאוות, און וויאזוי מען קען דיך העלפן שכל'דיג, כאילו דו ביסט א מאנקי וואס האט משוגעת'ן און מען דארף עס פשוט היילן.
רחמנא ליצלן!! אנשטאט וויסן אז א אידיש קינד איז א הייליגע זאך, ער האט א הייליגע נשמה, יעדע פראבלעם זיינע איז א פראבלעם אין שורש ברוחניות, עס איז דא אין דעם סודות נוראים, מען פארשטייט גארנישט, אנשטאט דעם האט אלעס א שכל'דיגע הסבר, א נומבער, א עי. בי. סי. ..... נע, דאס איז נישט כעס וואס דער אייבערשטער האט דיר געגעבן אז דו זאלסט אים דינען מיט דעם און זיך שטארקן וויפיל דו קענסט, דאס איז זשי. קעי. על....

און ווי ר''נ שרייבט איבער דעם אז דער זאך קומט אריין ביי אידישע קינדער, גאר הארציגע דיבורים:
"כי יש חיות רעות דורסים וטורפים, והם חכמי הטבע, שמראין בחכמתם המוטעית שהכל על פי הטבע. והחכמים הללו הם בחינת חיות רעות, והם דורסים וטורפים רבים מבני עמינו, שטועים גם כן אחריהם וסוברים כמותם שאילו הכל על פי חיוב הטבע ח''ו".
און ר''נ רעדט דארט אסאך ארום איבער דעם, און אז די צדיקים שלאגן זיך דערמיט צו מכניע זיין די אלע חכמי הטבע, וואס אז מען קוקט זעט מען גלייך אז היינט איז דאס ממש די עיקר פון די וועלט, די חכמי הטבע, אלעס, פון די וועלטליכע ענינים ביז די מענטשנ'ס פראבלעמען אלעס האט א שכל'דיגע הסברים און עס דארף גארנישט זיין טיפער'ס דערין.


ר''נ האט געזאגט 'גאר מיין זאך איז תפלה', זיין עיקר זאך איז צו אריינברענגן די סוד פון תפלה אויף די וועלט, ר''נ האט זיך גערופן דער 'בעל תפלה', ווייל די גאנצע תכלית פאר די גאולה איז זיך צו אויפוועקן אז עס איז דא א באשעפער אויף די וועלט וואס זעט מיך יעדער רגע און ער מאכט אלעס, און אין אלעס איז דא סודות נוראים ונפלאים וואס מען האט נישט קיין השגה, אלעס ווערט געפירט מיט א פונקטליכע השגחה פרטית.
יעדע זאך וואס פאסירט מיט א מענטש, איז סודות נוראים און עס האט א שורש אין רוחניות, עס פעלט געלט, דאס האט דער אייבערשטער געמאכט צוליב דיין תכלית, טו תשובה, רעד צום אייבערשטן, זיי אלעס מקשר צום אייבערשטן.
ביסט נישט געזונט, וואס לויפסטו צום דאקטער די ערשטע זאך?! עס איז דא א סיבה דערפאר, איינער האט עס געמאכט, צום ערשט זיך דעם אייבערשטן דערין, רעד צו אים, זיי מפשפש במעשים, עס איז נישט קיין טבע אז דו ביסט נישט געזונט, עס איז נישט קיין טבע אז דו האסט נישט קיין געלט, עס איז נישט קיין טבע אז דו האסט נישט קיין שלום בית, אלעס איז דא אין דעם סודות, אלעס, דיין ווייב, דיינע קינדער, דיין שטאט ווי דו וואוינסט, דיינע חברים, דיין בית המדרש, אלעס.
און נישט נאר בגשמיות, נאר אויך אלע דיינע נסיונות ברוחניות, יעדע מו''ד, יעדע געפיל, יעדע תאוה, דו האסט נישט תאוות ווייל מיט דעם ביסטו געבוירן און ווייל דער גוי האט תאוות, ניין, דו האסט תאוות ווייל דער אייבערשטער וויל דיינע ניסיונות, ער וויל זאלסט דיך שלאגן דערמיט, גיי נישט צו א פסיכילאג וואס וועט דיך העלפן ארויסגיין דערפון, שלאג דיך ווייפל דו קענסט אפילו דו פאלסט דורך טויזענט מאל, דער אייבערשטער וויל עפעס פון דיך, וועסט דיך פטר'ן פון דעם קען קומען עפעס אנדערש, גיי גלייך צום שורש, איינער וויל פון דיך עפעס, רעד צו אים, בעט אים דו זאלטס וויסן אין וואס זיך צו נעמען, בעט אים ער זאל דיך העלפן, ער גייט דיך העלפן!
און מען קען געבן טויזנטער משלים ווי די מענטש לעבט אין טבע און איז געווארן נדרס ונטרף דורך די חכמי הטבע, און ער דארף זיך שלאגן דערמיט מיט די כח פון די צדיקים וואס שלאגן זיך מיט די קליפות אויבן. און יעדער קען זיך אליין בוחן זיין און זען וויפיל ער ליגט אין טבע, מען איז אינדערהיים ווייל די פרעזידענט האט געזאגט, און מען האט שוין עפעס א רפואה ווייל דער האט געזאגט, און נאך און נאך.

אוודאי אלעס איז מלובש אין טבע, אבער טאקע דאס וויל דער איבערשטער, טרעף דעם אייבערשטן אינטער דעם, זיך נישט קיין חוץ מדרך הטבע, זיך נישט קיין מופתים, טרעף דעם אייבערשטן אין די טבע.
אינטערעסאנט טאקע, אז ר''נ האט געזאגט אויף זיך אז ער מעג טאקע נישט מאכן צופיל מופתים, ער האט געמאכט אסאך, אבער נישט צופיל. און עס איז דא אין דעם א סוד, אז די תיקון פון די גאולה איז נישט מופתים, דער אייבערשטער האט צוגענומען פון אונז די אלע גרויסע צדיקים וואס האבן מגלה געווען דעם אייבערשטן דורך מופתים, יעצט וויל דער אייבערשטער אז אלעס זאל זיין טבע און מען זאל אים דארט טרעפן.


עס איז כדאי צו קוקן אין מיין נעכטיגע אשכול איבער 'יסודות אין אידישקייט' אביסל צו פארשטיין וואס טאקע דער אייבערשטער וויל פון א מענטש און פארוואס טאקע עס פאסירט מיט א מענטש אזויפיל זאכן, דארט ווערט אביסעלע מבואר מרחוק דער ענין. אבער די עיקר איז אז מען זאל קודם גלייבן בכלל אז עס איז דא סודות אין יעדע זאך און מען פארשטייט גארנישט.
און ווען משיח וועט קומען וועט מען משיג זיין וואס דא האט זיך אפגעטון מיט אונז, ווי ר''נ האט געזאגט 'משיח וועט דערציילן פאר יעדן וואס מיט אים האט זיך אפגעטון', און אז משיח וועט דערציילן, מן הסתם וועט זיין וואס צו דערציילן...
ויש הרבה מאד להאריך בזה, אבער וויפיל מען רעדט איז די עיקר אז יעדער זאל עס אריינעמען אין הארץ לויט זיין מצב און מקום, פרובירן צו רעדן צום אייבערשטן וויפיל מען קען וואס דורך דעם איז מען אלעס מקשר צום אייבערשטן, טון מצוות מיט א שמחה און גלייבן אז דער אייבערשטער וויל עס, זיך שלאגן מיטן יצר הרע וויפיל מען קען און גלייבן אז עס טוט זיך אפ מיט דעם סודות נוראים, גלייבן אז אלע יסורים איז פונעם אייבערשטן און לטובה און זיין פרייליך וויפיל מען קען, אנגיין מיט א שמחה ווייל מען גלייבט אז דער אייבערשטער איז מיט אונז יעדע רגע, ביז דער גואל צדק וועט זיך באווייזן פלוצלינג און ווייזן אויף אונז דאס זענען די אידן וואס האבן מיר געברענגט, דורך זייער גיין מיט אמונה פשוטה כפי יכולתם, במהרה בימינו אמן.
טוב ה' לכל - דער אייבערשטער איז גוט צו אלעמען און פאר אלעמען! יעדע רגע און יעדע מצב, רוחניות וגשמיות, לויף צו אים ווייל ער איז פשוט גוט, טעמו וראו כי טוב ה' אשרי הגבר יחסה בו!!

אוועטאר
טישטוך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 437
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 4:13 am
לאקאציע: ארויס פון געגנט

Re: גילוי! הרה''ק ר''נ מברסלב האט שוין מרמז געווען אויף די יעצטיגע מצב

תגובהדורך טישטוך » דינסטאג מארטש 24, 2020 3:06 pm

דברים מבהילים!

א גרויסער דאנק!
א וואָרעם אין כריין, איז זיכער אַז דאָס איז צוקער זיס.

אוועטאר
יש בו
שר האלף
תגובות: 1181
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 12, 2018 5:53 pm

Re: גילוי! הרה''ק ר''נ מברסלב האט שוין מרמז געווען אויף די יעצטיגע מצב

תגובהדורך יש בו » דינסטאג מארטש 24, 2020 3:13 pm

דברים כדרבונות
אל תירא מפחד פתאם, ומשאת רשעים כי תבא, עצו עצה ותפר דברו דבר ולא יקום כי עמנו א-ל, ועד זקנה אני הוא ועד שיבה אני אסבול, אני עשיתי ואני עשה, ואני אסבול ואמלט,

טראק דרייווער
שר חמש מאות
תגובות: 603
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 01, 2009 2:58 pm

Re: גילוי! הרה''ק ר''נ מברסלב האט שוין מרמז געווען אויף די יעצטיגע מצב

תגובהדורך טראק דרייווער » דינסטאג מארטש 24, 2020 3:25 pm

בקיצור 3 ווערטער פון רבי נחמן און 500 ווערטער פון טוב ה' לכל אויסצוטייטשן אז ער מיינט קאראנא. יישר כח בכל אופן, די שרייבסט גיט און תוכנ'דיג.
ווען משיח וועט קומען וועט קוקן מיט די אויגן די זענען די אויגן וואס האבן ארויסגעקוקט אויף די גאולה און דאס געהאלטן ריין לראות בתפארת עוזיך

אוועטאר
Yang2020
שר האלף
תגובות: 1704
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

Re: גילוי! הרה''ק ר''נ מברסלב האט שוין מרמז געווען אויף די יעצטיגע מצב

תגובהדורך Yang2020 » דינסטאג מארטש 24, 2020 3:38 pm

א דאנק פאר די ווארימע דיבורים.

איין הערה:
טוב ה' לכל האט געשריבן:ווער אין יענע צייטן זאל וויסן אז מיר גייען נאך האבן איין טאג צוטון מיט דעם דעמאלטסדיגן פארווארפענעם שוואכן כינע?! דאן איז כינע קוים געווען באקאנט, און זיכער נישט קיין וועלטסמאכט


אין תקס"ח איז כינע געווען די רייכסטע און שטערקסטע לאנד אויפן ערדקוגל, כאטש עס איז שוין געווען אויפן וועג אראפ נאך הונדערטער יארן אנהאלטן דעם טיטול. אין די קומענדיגע יארן האט ענגלאנד איבערגענומען דעם אויבערהאנט, ווי עס האט זיך שארף ארויסגעוויזן 31 יאר שפעטער ביים אפיום קריג.
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang


Democracy Dollars - Ranked Choice - Fun Taxes
Freedom Dividend - Prosperity Grants - Help Movers
Marriage & Financial Counseling
Smartphones Harm

131+

טוב ה' לכל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 455
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 04, 2019 7:17 pm

תגובהדורך טוב ה' לכל » דינסטאג מארטש 24, 2020 4:01 pm

שקויעך פאר אלע וואס האבן מיר באדאנקט און פאר אלע הערות.

לגבי די 'גילוי', איז שקויעך פארן עס צולייגן, איך האב טאקע נישט אזוי ווייט געמיינט די רוח הקודש דערפון, ווי איך האב ארויסגעברענגט אין די גאנצע מאמר אז די עיקר איז אמונה. אבער די נקודה וואס מען זעט דא איז אז אז כינע איז די קליפה פון אפיקורסות און די מלחמה מיט אים איז אין אפיקורסות, און די צדיקים זענען לוחם מיט די קליפה וואס ווערט גערופן 'טשיינע', דאס איז די נקודה וואס איך נעם ארויס, און דאס איז ביי מיר גאר א גרויסע חידוש אז טשיינע זאל ווערן דערמאנט דורך צדיקים אלץ א קליפה מיט וועמען מען איז לוחם, דאס איז די גילוי וואס איך האב בעיקר געמיינט.
לגבי דעם אז איך נעם אפאר ווערטער און בוי אויף דעם, איז, מיין מאמר נעם איך נישט פון די ווערטער, דאס נעם איך פון אלע דיבורים פון ר''נ אין זיינע ספרים הקדושים ותלמידיו, איך האב נאר ארויסגענומען כנ''ל אז יעצט איז א מלחמה איבער אמונה כאטש אלעס איז טבע, און אויף דעם קען מען אויסברייטערן אויף למעשה יעצט, ופשוט הוא.

נאכאמאל יישר כח פאר אלע וואס האבן מיר באדאנקט, וה' יעזור שנזכה לקיימו.
טוב ה' לכל - דער אייבערשטער איז גוט צו אלעמען און פאר אלעמען! יעדע רגע און יעדע מצב, רוחניות וגשמיות, לויף צו אים ווייל ער איז פשוט גוט, טעמו וראו כי טוב ה' אשרי הגבר יחסה בו!!

טוב ה' לכל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 455
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 04, 2019 7:17 pm

תגובהדורך טוב ה' לכל » דינסטאג מארטש 24, 2020 4:09 pm

אגב, האט מיר איינער צוגעצייכנט אין אישי אינטרעסאנטע דיבורים פון ר''נ, וואס מען זעט יעצט ביי די יעצטיגע ווירוס:

מכבר אמר לפעמים יוצא חולאת חס ושלום בעולם ואזי הולכת ומתפשטת מאחד לחברו שקורין אונטר גאנג. ויש חלוק בענין זה, כי יש אחד שמגיע לו החולאת מן השמים אליו בעצמו, ויש אחד שאין מגיע לו החולאת בעצמו, רק שהוא מקבל חס ושלום החולאת מחברו. ויש חלוק ביניהם, כי זה ששולחין לו בעצמו החולאת יש לו זאת החולאת עם כל הסימנים והדקדוקים של החולאת הזאת, כי יש כמה סימנים לכל מין חולאת רחמנא לצלן, כגון החולאת שקורין קאטער [נזלת] העקר החולאת הוא כאב הראש, אבל יש עוד סימנים דהינו חכוך החטם ועטישות ועוד כמה סימנים, וכל סימן וסימן של החולאת הוא גם כן חולאת בפני עצמו, ומי שנשלח אליו בעצמו החולאת, הינו שהוא מן האנשים שאצלם התחילה החולאת מעצמם ולא קבלו מחבריהם, אלו האנשים יש להם החולאת בשלמות עם כל הדקדוקים והסימנים הנ"ל, אבל אלו האנשים שמקבלין החולאת מחבריהם אין להם כל החולאת עם כל הסימנים ועוד דבר מענין זה".‎
טוב ה' לכל - דער אייבערשטער איז גוט צו אלעמען און פאר אלעמען! יעדע רגע און יעדע מצב, רוחניות וגשמיות, לויף צו אים ווייל ער איז פשוט גוט, טעמו וראו כי טוב ה' אשרי הגבר יחסה בו!!

שיעלע בהמה
שר חמש מאות
תגובות: 547
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 10, 2019 11:59 am

Re: גילוי! הרה''ק ר''נ מברסלב האט שוין מרמז געווען אויף די יעצטיגע מצב

תגובהדורך שיעלע בהמה » דינסטאג מארטש 24, 2020 4:38 pm

איך האלט קלאר אז טומאת אמעריקע און טומאת טשיינע זענען געקניפט און געבינדן... נאר וואס דען, מי אנכי א אינטערוועלט ניק צו פארשטיין און מסביר'ן די ענינים...

איך ברענג דא אפיר וואס כהאב געשריבן ערגעץ אנדערש... כפרוביר אביסל דארט צו מסביר זיין די קליפה וואס נעמט היינט איבער די וועלט מער און מער.. כמיין אז סבאלאנגט דא אהער...
בנוגעה וואס דו שרייבסט וועגן גיין אנגעטון פשוט,
הלואי הלואי זאל מען ספענדן אויף קליידונג ווי די ווילימסבורגע און אויך אויסזען אזויווי זיי.. דא גייען גאר אסאך מיידלעך פון היימישע שטובער אנגעטון ספארטי ווי פון עקסערסייז קלאב ארויס... מיט א הודי... ביליג און פראסט.
איך האלט שוין לאנג אז כדי די עקלדיגע אמעריקאנע ביליגע קולטור זאל זיך נישט אריינכאפן מוז מען זיך האלטן רעספעקטפול און טראדיציאל יוראפעיאיש, זיך לאזן קאסטן פאר אריסטאקראטישע קליידונג, און אפילו פאר שיינע פורניטשור...(הגם פארשטייט זיך אז אלעס מיט א מאס),
מכאפט נישט ווי שטארק די יוראפעאישע אריסטאקראטישקייט האלט אונז אפגערוקט פון די טריפה'נע ביליגע נידעריגע אמעריקע, איינמאל די אמעריקאנע קולטור כאפט זיך אריין ביי אונז זענען מיר פארלוירענע, אין אמעריקע איז נישטא קיין ווירדן, קיין געפיל צו א צווייטן, צום עבר, צו קוואליטעט, צו משפחה לעבן, צו כיבוד אב ואם, צו והדרת פני זקן,
לעצט פאראכטן דורך שיעלע בהמה אום דינסטאג מארטש 24, 2020 4:48 pm, פאראכטן געווארן 4 מאל סך הכל.
זיי ענדערש קלוג און זיי נישט אזוי גערעכט..... זיי ענדערש פרייליך און זיי נישט אזוי קלוג.....

סאטמארע ווארטזאגער
שר מאה
תגובות: 216
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 04, 2015 3:08 pm

Re:

תגובהדורך סאטמארע ווארטזאגער » דינסטאג מארטש 24, 2020 4:41 pm

טוב ה' לכל האט געשריבן:שקויעך פאר אלע וואס האבן מיר באדאנקט און פאר אלע הערות.

לגבי די 'גילוי', איז שקויעך פארן עס צולייגן, איך האב טאקע נישט אזוי ווייט געמיינט די רוח הקודש דערפון, ווי איך האב ארויסגעברענגט אין די גאנצע מאמר אז די עיקר איז אמונה. אבער די נקודה וואס מען זעט דא איז אז אז כינע איז די קליפה פון אפיקורסות און די מלחמה מיט אים איז אין אפיקורסות, און די צדיקים זענען לוחם מיט די קליפה וואס ווערט גערופן 'טשיינע', דאס איז די נקודה וואס איך נעם ארויס, און דאס איז ביי מיר גאר א גרויסע חידוש אז טשיינע זאל ווערן דערמאנט דורך צדיקים אלץ א קליפה מיט וועמען מען איז לוחם, דאס איז די גילוי וואס איך האב בעיקר געמיינט.
לגבי דעם אז איך נעם אפאר ווערטער און בוי אויף דעם, איז, מיין מאמר נעם איך נישט פון די ווערטער, דאס נעם איך פון אלע דיבורים פון ר''נ אין זיינע ספרים הקדושים ותלמידיו, איך האב נאר ארויסגענומען כנ''ל אז יעצט איז א מלחמה איבער אמונה כאטש אלעס איז טבע, און אויף דעם קען מען אויסברייטערן אויף למעשה יעצט, ופשוט הוא.

נאכאמאל יישר כח פאר אלע וואס האבן מיר באדאנקט, וה' יעזור שנזכה לקיימו.

אויב דו ווילסט זיי מסביר פארוואס כינע איז געקניפט מיט אפיקורסות,
המתחיל במצוה אומרים לו גמור
זאג נאר, ווער האטעך געשטעלט פאר ווארטזאגער???

טוב ה' לכל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 455
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 04, 2019 7:17 pm

Re: Re:

תגובהדורך טוב ה' לכל » דינסטאג מארטש 24, 2020 5:22 pm

סאטמארע ווארטזאגער האט געשריבן:
טוב ה' לכל האט געשריבן:שקויעך פאר אלע וואס האבן מיר באדאנקט און פאר אלע הערות.

אויף דעם קען מען אויסברייטערן אויף למעשה יעצט, ופשוט הוא.

נאכאמאל יישר כח פאר אלע וואס האבן מיר באדאנקט, וה' יעזור שנזכה לקיימו.

אויב דו ווילסט זיי מסביר פארוואס כינע איז געקניפט מיט אפיקורסות,
המתחיל במצוה אומרים לו גמור

קוק אין דער אשכול viewtopic.php?f=104&t=41755&p=2131653#p2131653
טוב ה' לכל - דער אייבערשטער איז גוט צו אלעמען און פאר אלעמען! יעדע רגע און יעדע מצב, רוחניות וגשמיות, לויף צו אים ווייל ער איז פשוט גוט, טעמו וראו כי טוב ה' אשרי הגבר יחסה בו!!

טראק דרייווער
שר חמש מאות
תגובות: 603
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 01, 2009 2:58 pm

Re:

תגובהדורך טראק דרייווער » דינסטאג מארטש 24, 2020 5:29 pm

טוב ה' לכל האט געשריבן:אגב, האט מיר איינער צוגעצייכנט אין אישי אינטרעסאנטע דיבורים פון ר''נ, וואס מען זעט יעצט ביי די יעצטיגע ווירוס:

מכבר אמר לפעמים יוצא חולאת חס ושלום בעולם ואזי הולכת ומתפשטת מאחד לחברו שקורין אונטר גאנג. ויש חלוק בענין זה, כי יש אחד שמגיע לו החולאת מן השמים אליו בעצמו, ויש אחד שאין מגיע לו החולאת בעצמו, רק שהוא מקבל חס ושלום החולאת מחברו. ויש חלוק ביניהם, כי זה ששולחין לו בעצמו החולאת יש לו זאת החולאת עם כל הסימנים והדקדוקים של החולאת הזאת, כי יש כמה סימנים לכל מין חולאת רחמנא לצלן, כגון החולאת שקורין קאטער [נזלת] העקר החולאת הוא כאב הראש, אבל יש עוד סימנים דהינו חכוך החטם ועטישות ועוד כמה סימנים, וכל סימן וסימן של החולאת הוא גם כן חולאת בפני עצמו, ומי שנשלח אליו בעצמו החולאת, הינו שהוא מן האנשים שאצלם התחילה החולאת מעצמם ולא קבלו מחבריהם, אלו האנשים יש להם החולאת בשלמות עם כל הדקדוקים והסימנים הנ"ל, אבל אלו האנשים שמקבלין החולאת מחבריהם אין להם כל החולאת עם כל הסימנים ועוד דבר מענין זה".‎


שיינע ווערטער. אבער מען זעהט דאס נישט ביי די איצטיגע אינטערגאנג, ווייל איצטערט האט דאס יעדער איינער איבערגעכאפט פון א צווייטן, קיינער האט דאס נישט באקומען סטרעיט פון הימל, אנגעפאנגען ביי די ערשטע כינעזער וואס האט דאס באקומען פונעם פלעדערמויז און אזוי ווייטער.
ווען משיח וועט קומען וועט קוקן מיט די אויגן די זענען די אויגן וואס האבן ארויסגעקוקט אויף די גאולה און דאס געהאלטן ריין לראות בתפארת עוזיך

אוועטאר
פומפדותא
שר האלף
תגובות: 1344
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 13, 2015 1:16 am

תגובהדורך פומפדותא » דינסטאג מארטש 24, 2020 5:34 pm

דאס האט א שייכת מיט'ן רעיון פון דף היומי?

אידישע הארץ
שר חמישים
תגובות: 97
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 23, 2018 10:58 pm

Re: גילוי! הרה''ק ר''נ מברסלב האט שוין מרמז געווען אויף די יעצטיגע מצב

תגובהדורך אידישע הארץ » דינסטאג מארטש 24, 2020 5:38 pm

טוב ה' לכל האט געשריבן:א פלא'דיגע שיחה האב איך געפינען וואס האט א גאר אינטערעסאנטע שייכות צום יעצטיגן מצב, און איז לכאורה פון די איינציגסטע ערטער ווי עס ווערט דערמאנט דאס לאנד 'כינע' אין די ספה''ק, און מען קען ארויסנעמען דערפון געוואלדיגע רמזים פאר די יעצטיגע מצב.
אבער צום ערשט וועלן מיר בקיצור דערציילן אביסל די ארום און די אינטערגרונט פון דער שיחה אזוי וועט מען עס קענען בעסער פארשטיין:

ר''נ איז געווען זייער קראנק פאר זיינע לעצטע דריי – פיר יאר אין לעבן, אזוי קראנק אז די דאקטוירים האבן געזאגט אז ער וועט נישט קענען לעבן פאר נאך א חודש, אבער למעשה האט ער געלעבט פון יאר תקס''ח ביז אנהייב יאר תקע''א שלא כדרך הטבע.
איינע פון די גרויסע ווענדפונקטן אין זיין לעבן איז געווען דאס נסיעה קיין לעמבערג.
לעמבערג איז זייער ווייט פון ברסלב. אין יענע צייטן האבן דארט געוואוינט גאר גרויסע דאקטוירים, און ר''נ האט פלוצלינג באשלאסן נאך סוכות תקס''ח, אז ער וויל פארן קיין לעמבערג.
ער איז אהינגעפארן און דארט געווען בערך א האלבע יאר, און צוריקגעקומען ערשט אינמיטן זוממער, אבער אין יענע צייט ווען ער איז נישט געווען אינדערהיים האט ר' נתן און די אנדערע תלמידים בציווי פון ר''נ געדריקט די ערשטע חלק ליקו''מ, און דאס איז 'ליקו''מ קמא', און ערשט דערנאך, די לעצטע דריי יאר, האט ר''נ געזאגט נאך אסאך גאר הויכע תורות און דערפון איז געדריקט געווארן די צווייטע חלק, 'תנינא', און היינט איז עס געדריקט צוזאמען.

ר''נ האט אסאך מרמז געווען אז דער גאנצער נסיעה קיין לעמבערג איז שייך לדורות, און אזויווי זיין גאנצע דרך אין עבודת ה' איז שייך לדורות אז אידישע קינדער זאלן זיך קענען אנהאלטן אינעם אייבערשטן אין יעדן מצב, און ווי מען זעט אז ער רעדט ממש פאר דער דור, איז אבער ספעציעל שייך לדורות די לעצטע דריי יאר פון זיין לעבן, וואס דאן האט ער אנגעהויבן נאך פיל מער צו רעדן פון שמחה און התחזקות, וואס יעדער בר דעת ווייסט ווי וויכטיג מיר דארפן עס האבן אין דער דור און וויפיל אידן עס האט שוין געראטעוועט ברוחניות ובגשמיות און העלפט זיי יעדן טאג צו דינען דעם אייבערשטן כראוי באמונה וברצון ובשמחה.
און טאקע, תיכף בעפאר ארויספארן קיין לעמבערג האט ר''נ געזאגט די גאר באקאנטע תורה אין ליקו''מ, תורה רפ''ב, די תורה פון נקודות טובות, וואס דאס איז געווען ווי א הקדמה אויף דער גאנצע נסיעה, און אויף די גאנצע קומענדיגע דריי יאר, ווען ער האט טאקע גאר אסאך גערעדט דער שפראך אין עבודת ה'.
ווי אויך האט ער אנגעהויבן צו רעדן פיל מער איבער תפלה והתבודדות, רעדן מיטן אייבערשטן שטענדיג, און זיך אויסגיסן דאס הארץ פאר אים ווי צו א גוטן פריינד, און אים בעטן אלעס וואס מען דארף מיט א תמימות, וואס דאס האט ער געשטעלט פאר א גרויסע יסוד אין עבודת ה' און אלץ א הויפט עצה וויאזוי צו נתקרב ווערן צום אייבערשטן באמת.

למעשה האט זיך אפגעטון גאר אסאך געשעענישן בשעת דער נסיעה קיין לעמבערג, און עס איז דא אסאך וואונדערליכע פאסירונגען פון דאן, בפרט איבערן 'ספר הנשרף' ואכמ''ל.
אבער די עיקר וואס מיר ווילן דא צוקומען איז איבער די שיחה וואס ער האט גערעדט ווען ער איז צוריקגעקומען. ער איז דאן געווען ביי אסאך דאקטוירים און זיך געלאזט מטופל ווערן דורך זיי, אבער למעשה האט ער געזאגט ווען ער איז צוריקגעקומען אזוי:
"גם קיבלתי רפואות (בלעמבערג) והייתי שותה חינא, ושם במדינת 'חינא' כופרים לגמרי ואומרים לית דין ולית דיין... וכשבא כל זה בתוך מעי, נעשה מזה מה שנעשה, כי היה צריך שיבא הסם הבא משם במעיו כדי להכניע הכפירות הנ''ל"!!!
רעדט דא ר''נ איבער כינע, און זאגט אז ער האט בדוקא אריינגענומען אין זיך רפואות פון כינע, ווייל דורך דעם האט ער עוסק געווען צו מכניע זיין זייערע כפירות!!

און דאס איז ממש א פלא, ווער אין יענע צייטן זאל וויסן אז מיר גייען נאך האבן איין טאג צוטון מיט דעם דעמאלטסדיגן פארווארפענעם שוואכן כינע?! דאן איז כינע קוים געווען באקאנט, און זיכער נישט קיין וועלטסמאכט, אבער היינט האט יעדע מענטש א שייכות מיט דער לאנד, יעדער האט זייערע פארביצירטע זאכן ביי זיך אינדערהיים, זיי זענען היינט א וועלטסמאכט און די גאנצע וועלט האט צוטון מיט זיי, און דאס אלעס ממש אין די לעצטע פאר יאר, וואס דאס אלעס ווייזט אז בשורשו בקדושה טוט זיך דא אפ ריזיגע סודות און תיקונים און מלחמות אין די עולמות עליונים ארום כינע.
און היינט האלטן מיר אז זיי האבן פאראליזירט די גאנצע וועלט מיט דער וויירוס, וואס דאס אלעס ווייזט אויף גרויסע מלחמות און תיקונים וואס דא קומט פאר בעפאר ביאת משיח וואס כינע האט א גרויסע טייל דערין.

***

יעצט לאמיר טאקע גלייך צוגיין צום ענין וואס מיר קענען ארויסנעמען דערפון למעשה, און וואס מיר דארפן טון אין עבודת ה' צו דורכגיין די עקבתא דמשיחא כראוי, און מיר וועלן עס טאקע נעמען פון דער משל וואס מיר האבן אנגעכאפט.
ביז אהער האבן מיר געשריבן אז דאס אז כינע ברענגט אינטער ריזיגע עקאנאמיעס און רוב זאכן וואס מיר נוצן אין טאג טעגליכן לעבן איז פון כינע, דאס אלעס ווייזט אז עפעס טוט זיך דא אפ תיקונים און סודות נוראים ארום דעם לאנד כינע, וואס זיי זענען די סימבאל פון טבע און כפירה שוין הונדערטער יארן.
וועט אבער א מענטש זאגן, ווער זאגט אז עס איז דא אין דעם סודות? אלעס שטימט דאך בדרך הטבע, אלעס איז שכל'דיג, א גרויסע לאנד מיט מיליאנען מענטשן, ביליגע ארבעטער, יעדער שיקט אהין ווייל עס לוינט זיך, ווער זאגט אז עס איז דא אין דעם סודות, אלעס שטימט שכל'דיג.

אט אזוי! טאקע פון דעם רעדט מען...
מען קען אלעס מסביר זיין שכל'דיג גאר געשמאק, מען מוז אין גארנישט טרעפן קיין חוץ לדרך הטבע, די גאנצע וועלט איז איין שטיק טבע אויף טריט און שריט, און טאקע דאס איז טשיינע, זיי זענען די גרעסטע כופרים און אלעס איז ביי זיי געלט און שוין, די סימבאל פון כוחי ועוצם ידי, און טאקע דאס איז א חלק פון דעם, אז דו זאגסט אז דאס איז אויך שכל'דיג, דאס איז אויך 'מעיד אין טשיינע'....
ווייל דער אייבערשטער באהאלט זיך אין טבע, אלעס שטימט שכל'דיג, אבער טאקע דאס איז די עבודה פון אמונה, דאס איז די מלחמה מיט טשיינע און זייערע קליפות, אז מיר זאלן גלייבן אז אלעס איז סודות נוראים ונפלאים וואס מיר האבן נישט קיין השגה, און יעדע זאך וואס טוט זיך אויף דער וועלט, איז סודות נוראים און נישט קיין שום טבע, כאטש אלעס איז מלובש אין דרך הטבע.
אבער די 'טבע' פון די מענטש איז צו פארשטיין אלעס מיט שכל און אלעס מסביר זיין בדרך הטבע, און דאס איז טאקע וואס דער אייבערשטער מאכט, אז מיר אלע זעהען און פארשטייען אלעס שכל'דיג אין דער דור, און מיר האבן שוין גערעדט דערפון אין א צווייטע אשכול עטליכע וואכן צוריק אבער איך וועל נאר דערמאנען בקיצור:

אמאל האט יעדער געזען אז דער אייבערשטער פירט די וועלט, פשוט, ווייל מען האט כמעט גארנישט פארשטאנען האט מען עס נאר געקענט מסביר זיין אז דער אייבערשטער טוט עס. אז עס איז געקומען א האריקען, האט מען געשפירט ווי דער אייבערשטער בלאזט, און עס איז שרעקעדיג, מען דארף תשובה טון. אז עס האט פאסירט אן ערדציטערניש, האט מען געשפירט אז דער אייבערשטער שאקעלט די וועלט, פארוואס, ווייל ער וויל עפעס פון אונז, המביט לארץ ותרעד, האט זיך יעדער אויפגעוועקט און זיך גענומען אין עבודת ה'.
אז עס האט נישט גערעגענט, האט מען עס נישט מסביר געווען מיט שכל, ווייל מען האט טאקע גארנישט געוואוסט און פארשטאנען, איז מען געלאפן צום אייבערשטן אין בעטן רעגן, אפילו די גויים האבן געבעטן די אידן זאלן דאווענען, און זיי אליין האבן אויך געדאווענט, דער אייבערשטער מאכט עס און נאר צו אים קען מען זיך ווענדן. תנ''ך די גמרא און אלע ספרים זענען פיל מיט אזעלכע מעשיות.
און מער פערזענליך, אז א מענטש איז געווארן קראנק, האט ער נישט געוואוסט פון וואס, ער האט געוויסט אז דער אייבערשטער האט אים געמאכט קראנק, און דאקטוירים העלפן א מכה, איז ער געלאפן צום אייבערשטן און געשריגן צו אים ער זאל אים העלפן, קיין צווייטע ברירה האט ער סייווי נישט געהאט.
און אז עס איז געקומען א מגיפה, האט מען געוואוסט אז דער אייבערשטער האט עס געשיקט, און מען דארף תשובה טון און זיך נעמען, נישט דא שכל'דיגע הסבר פון וואו דאס קומט, נאר אז דער אייבערשטער מאכט עס און שוין, גייט מען צו אים.

אבער היינט, זענען דא טויזנטער חוקרים און פארשער און חכמי הטבע, וואס זענען נאר פארנומען א גאנצן טאג צו מסביר יעדע זאך וויאזוי עס פאסירט ע''פ הטבע, און פארוואס עס איז בכלל נישט א וואונדערליכע זאך חוץ מדרך הטבע, און דאס איז זייער גאנצע ארבעט טאג און נאכט, און אפילו זיי זעהען וואונדערליכע זאכן אין די בריאה, ווערן זיי נאר נתפעל ווי וואונדערליך די טבע איז... און דאס איז זייער גאנצע ציל, צו אפווענדן יעדע פלא'דיגע זאך און ווייזן אז עס איז פשוט שכל'דיג.
און דער אייבערשטער געט זיי די כוחות דערפאר! ער האט טאקע אריינגעגעבן אין די וועלט א געוואלדיגע חכמה און שכל וואס מען פארשטייט היינט מיליאנען זאכן וואס אמאל האט מען בכלל נישט פארשטאנען, און אלעס אלעס קען מען מסביר זיין שכל'דיג און שוין, מען קען זיין רוהיג, דער פראבלעם קומט פון יענס, און די עצה אויף דעם איז דאס, און מען קען בלייבן רוהיג, מען דארף זיך נישט דערשרעקן, כפירות 'מעיד אין טשיינע'...


און דאס איז נישט סתם א טבע'דיגע זאך... נאר דער אייבערשטער האט דאס אראפגעשיקט ווייל דאס איז די לעצטע נסיון פאר די גאולה, צו קענען לעבן מיטן אייבערשטן און גלייבן אז אלעס איז ניסים און עס איז נישט דא קיין שום טבע ח''ו.
און דער אייבערשטער איז זיך גאר שטארק מלביש אין טבע, אלעס לאזט ער טבע'דיג, אפילו א מענטש האט אן השגחה פרטית קען מען אלעס מסביר זיין שכל'דיג, און אפילו די גויים רעדן אויך פון 'פערצופאלדיגע אינטערעסאנטע זאכן' - 'קא אינצידענט', און ביי זיי איז עס נאך א טבע'דיגע אינטערסאנטע זאך צו רעדן און צו שרייבן און גארנישט מער.

בפרט די היינטיגע פסיכילאגן, וואס דאס איז ממש חכמי הטבע במלואו, נאך פאראידיש'ט אויך ליידער, וואס זייער גאנצע ציל איז צו מסביר זיין וויאזוי מען קען פארשטיין שכל'דיג דיינע מידות און תאוות, און וויאזוי מען קען דיך העלפן שכל'דיג, כאילו דו ביסט א מאנקי וואס האט משוגעת'ן און מען דארף עס פשוט היילן.
רחמנא ליצלן!! אנשטאט וויסן אז א אידיש קינד איז א הייליגע זאך, ער האט א הייליגע נשמה, יעדע פראבלעם זיינע איז א פראבלעם אין שורש ברוחניות, עס איז דא אין דעם סודות נוראים, מען פארשטייט גארנישט, אנשטאט דעם האט אלעס א שכל'דיגע הסבר, א נומבער, א עי. בי. סי. ..... נע, דאס איז נישט כעס וואס דער אייבערשטער האט דיר געגעבן אז דו זאלסט אים דינען מיט דעם און זיך שטארקן וויפיל דו קענסט, דאס איז זשי. קעי. על....

און ווי ר''נ שרייבט איבער דעם אז דער זאך קומט אריין ביי אידישע קינדער, גאר הארציגע דיבורים:
"כי יש חיות רעות דורסים וטורפים, והם חכמי הטבע, שמראין בחכמתם המוטעית שהכל על פי הטבע. והחכמים הללו הם בחינת חיות רעות, והם דורסים וטורפים רבים מבני עמינו, שטועים גם כן אחריהם וסוברים כמותם שאילו הכל על פי חיוב הטבע ח''ו".
און ר''נ רעדט דארט אסאך ארום איבער דעם, און אז די צדיקים שלאגן זיך דערמיט צו מכניע זיין די אלע חכמי הטבע, וואס אז מען קוקט זעט מען גלייך אז היינט איז דאס ממש די עיקר פון די וועלט, די חכמי הטבע, אלעס, פון די וועלטליכע ענינים ביז די מענטשנ'ס פראבלעמען אלעס האט א שכל'דיגע הסברים און עס דארף גארנישט זיין טיפער'ס דערין.


ר''נ האט געזאגט 'גאר מיין זאך איז תפלה', זיין עיקר זאך איז צו אריינברענגן די סוד פון תפלה אויף די וועלט, ר''נ האט זיך גערופן דער 'בעל תפלה', ווייל די גאנצע תכלית פאר די גאולה איז זיך צו אויפוועקן אז עס איז דא א באשעפער אויף די וועלט וואס זעט מיך יעדער רגע און ער מאכט אלעס, און אין אלעס איז דא סודות נוראים ונפלאים וואס מען האט נישט קיין השגה, אלעס ווערט געפירט מיט א פונקטליכע השגחה פרטית.
יעדע זאך וואס פאסירט מיט א מענטש, איז סודות נוראים און עס האט א שורש אין רוחניות, עס פעלט געלט, דאס האט דער אייבערשטער געמאכט צוליב דיין תכלית, טו תשובה, רעד צום אייבערשטן, זיי אלעס מקשר צום אייבערשטן.
ביסט נישט געזונט, וואס לויפסטו צום דאקטער די ערשטע זאך?! עס איז דא א סיבה דערפאר, איינער האט עס געמאכט, צום ערשט זיך דעם אייבערשטן דערין, רעד צו אים, זיי מפשפש במעשים, עס איז נישט קיין טבע אז דו ביסט נישט געזונט, עס איז נישט קיין טבע אז דו האסט נישט קיין געלט, עס איז נישט קיין טבע אז דו האסט נישט קיין שלום בית, אלעס איז דא אין דעם סודות, אלעס, דיין ווייב, דיינע קינדער, דיין שטאט ווי דו וואוינסט, דיינע חברים, דיין בית המדרש, אלעס.
און נישט נאר בגשמיות, נאר אויך אלע דיינע נסיונות ברוחניות, יעדע מו''ד, יעדע געפיל, יעדע תאוה, דו האסט נישט תאוות ווייל מיט דעם ביסטו געבוירן און ווייל דער גוי האט תאוות, ניין, דו האסט תאוות ווייל דער אייבערשטער וויל דיינע ניסיונות, ער וויל זאלסט דיך שלאגן דערמיט, גיי נישט צו א פסיכילאג וואס וועט דיך העלפן ארויסגיין דערפון, שלאג דיך ווייפל דו קענסט אפילו דו פאלסט דורך טויזענט מאל, דער אייבערשטער וויל עפעס פון דיך, וועסט דיך פטר'ן פון דעם קען קומען עפעס אנדערש, גיי גלייך צום שורש, איינער וויל פון דיך עפעס, רעד צו אים, בעט אים דו זאלטס וויסן אין וואס זיך צו נעמען, בעט אים ער זאל דיך העלפן, ער גייט דיך העלפן!
און מען קען געבן טויזנטער משלים ווי די מענטש לעבט אין טבע און איז געווארן נדרס ונטרף דורך די חכמי הטבע, און ער דארף זיך שלאגן דערמיט מיט די כח פון די צדיקים וואס שלאגן זיך מיט די קליפות אויבן. און יעדער קען זיך אליין בוחן זיין און זען וויפיל ער ליגט אין טבע, מען איז אינדערהיים ווייל די פרעזידענט האט געזאגט, און מען האט שוין עפעס א רפואה ווייל דער האט געזאגט, און נאך און נאך.

אוודאי אלעס איז מלובש אין טבע, אבער טאקע דאס וויל דער איבערשטער, טרעף דעם אייבערשטן אינטער דעם, זיך נישט קיין חוץ מדרך הטבע, זיך נישט קיין מופתים, טרעף דעם אייבערשטן אין די טבע.
אינטערעסאנט טאקע, אז ר''נ האט געזאגט אויף זיך אז ער מעג טאקע נישט מאכן צופיל מופתים, ער האט געמאכט אסאך, אבער נישט צופיל. און עס איז דא אין דעם א סוד, אז די תיקון פון די גאולה איז נישט מופתים, דער אייבערשטער האט צוגענומען פון אונז די אלע גרויסע צדיקים וואס האבן מגלה געווען דעם אייבערשטן דורך מופתים, יעצט וויל דער אייבערשטער אז אלעס זאל זיין טבע און מען זאל אים דארט טרעפן.


עס איז כדאי צו קוקן אין מיין נעכטיגע אשכול איבער 'יסודות אין אידישקייט' אביסל צו פארשטיין וואס טאקע דער אייבערשטער וויל פון א מענטש און פארוואס טאקע עס פאסירט מיט א מענטש אזויפיל זאכן, דארט ווערט אביסעלע מבואר מרחוק דער ענין. אבער די עיקר איז אז מען זאל קודם גלייבן בכלל אז עס איז דא סודות אין יעדע זאך און מען פארשטייט גארנישט.
און ווען משיח וועט קומען וועט מען משיג זיין וואס דא האט זיך אפגעטון מיט אונז, ווי ר''נ האט געזאגט 'משיח וועט דערציילן פאר יעדן וואס מיט אים האט זיך אפגעטון', און אז משיח וועט דערציילן, מן הסתם וועט זיין וואס צו דערציילן...
ויש הרבה מאד להאריך בזה, אבער וויפיל מען רעדט איז די עיקר אז יעדער זאל עס אריינעמען אין הארץ לויט זיין מצב און מקום, פרובירן צו רעדן צום אייבערשטן וויפיל מען קען וואס דורך דעם איז מען אלעס מקשר צום אייבערשטן, טון מצוות מיט א שמחה און גלייבן אז דער אייבערשטער וויל עס, זיך שלאגן מיטן יצר הרע וויפיל מען קען און גלייבן אז עס טוט זיך אפ מיט דעם סודות נוראים, גלייבן אז אלע יסורים איז פונעם אייבערשטן און לטובה און זיין פרייליך וויפיל מען קען, אנגיין מיט א שמחה ווייל מען גלייבט אז דער אייבערשטער איז מיט אונז יעדע רגע, ביז דער גואל צדק וועט זיך באווייזן פלוצלינג און ווייזן אויף אונז דאס זענען די אידן וואס האבן מיר געברענגט, דורך זייער גיין מיט אמונה פשוטה כפי יכולתם, במהרה בימינו אמן.

wow wow Thanks so much we need more from you

ביללער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 390
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 10, 2018 1:47 am

Re: גילוי! הרה''ק ר''נ מברסלב האט שוין מרמז געווען אויף די יעצטיגע מצב

תגובהדורך ביללער » דינסטאג מארטש 24, 2020 5:47 pm

אינטערעסאנט אז דעמאלט האבן זיי שוין געהייסן די כופרים בעפאר קאמוניזם,
היינט איז באקאנט אז די קאמוניסטישע רעגירונג זענען די גרעסטע כופרים בעולם, גלייבן אין גארנישט.

טוב ה' לכל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 455
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 04, 2019 7:17 pm

Re: Re:

תגובהדורך טוב ה' לכל » דינסטאג מארטש 24, 2020 5:51 pm

טראק דרייווער האט געשריבן:
טוב ה' לכל האט געשריבן:אגב, האט מיר איינער צוגעצייכנט אין אישי אינטרעסאנטע דיבורים פון ר''נ, וואס מען זעט יעצט ביי די יעצטיגע ווירוס:

מכבר אמר לפעמים יוצא חולאת חס ושלום בעולם ואזי הולכת ומתפשטת מאחד לחברו שקורין אונטר גאנג. ויש חלוק בענין זה, כי יש אחד שמגיע לו החולאת מן השמים אליו בעצמו, ויש אחד שאין מגיע לו החולאת בעצמו, רק שהוא מקבל חס ושלום החולאת מחברו. ויש חלוק ביניהם, כי זה ששולחין לו בעצמו החולאת יש לו זאת החולאת עם כל הסימנים והדקדוקים של החולאת הזאת, כי יש כמה סימנים לכל מין חולאת רחמנא לצלן, כגון החולאת שקורין קאטער [נזלת] העקר החולאת הוא כאב הראש, אבל יש עוד סימנים דהינו חכוך החטם ועטישות ועוד כמה סימנים, וכל סימן וסימן של החולאת הוא גם כן חולאת בפני עצמו, ומי שנשלח אליו בעצמו החולאת, הינו שהוא מן האנשים שאצלם התחילה החולאת מעצמם ולא קבלו מחבריהם, אלו האנשים יש להם החולאת בשלמות עם כל הדקדוקים והסימנים הנ"ל, אבל אלו האנשים שמקבלין החולאת מחבריהם אין להם כל החולאת עם כל הסימנים ועוד דבר מענין זה".‎


שיינע ווערטער. אבער מען זעהט דאס נישט ביי די איצטיגע אינטערגאנג, ווייל איצטערט האט דאס יעדער איינער איבערגעכאפט פון א צווייטן, קיינער האט דאס נישט באקומען סטרעיט פון הימל, אנגעפאנגען ביי די ערשטע כינעזער וואס האט דאס באקומען פונעם פלעדערמויז און אזוי ווייטער.

איך פארשטיי וואס דו זאגסט, אבער בדרך אפשר קען מען דאס מקשר זיין צו וואס איך האב גערעדט אין די מאמר, אז אוודאי איז אלעס מלובש אין טבע און יעדער כאפט עס אריבער איינער פון צווייטן, אבער מיר דארפן גלייבן אז עס זענען דא וואס באקומען עס פון הימל מלובש אין טבע - דורך א צווייטן און עס איז כאילו זיי באקומען עס גלייך צן השמים, און אנדערע באקומען עס כפשוטו פון א צווייטן, וואס אוודאי איז דאס אויך בהשגחה פרטית אבער א צווייטע ענין. און קען אפילו זיין אז דאס איז פשוט פשט פון דער שיחה.
טוב ה' לכל - דער אייבערשטער איז גוט צו אלעמען און פאר אלעמען! יעדע רגע און יעדע מצב, רוחניות וגשמיות, לויף צו אים ווייל ער איז פשוט גוט, טעמו וראו כי טוב ה' אשרי הגבר יחסה בו!!

טוב ה' לכל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 455
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 04, 2019 7:17 pm

תגובהדורך טוב ה' לכל » דינסטאג מארטש 24, 2020 6:01 pm

אידישע הארץ: א גרויסן שקויעך פארן באדאנקן.
פופמבדיתא: איך פארשטיי נישט וואס דו מיינסט, זיי מסביר ביטע.
שיעלע: עס האט זיכער א גרויסע שייכות, און מען קען אסאך מאריך זיין און מקשר זיין. און לגבי אז דו ביסט נישט ראוי צו זאגן, איז אוודאי זאגט מען עס נישט באופן השגה און זיכער, נאר מרחוק און למעשה אין עבודת ה', וואס יעדע איד האט א רעכט צו מחדש זיין, ווילאנג עס טוישט נישט קיין הלכה, און אלעס איז אמת.
טוב ה' לכל - דער אייבערשטער איז גוט צו אלעמען און פאר אלעמען! יעדע רגע און יעדע מצב, רוחניות וגשמיות, לויף צו אים ווייל ער איז פשוט גוט, טעמו וראו כי טוב ה' אשרי הגבר יחסה בו!!

טוב ה' לכל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 455
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 04, 2019 7:17 pm

תגובהדורך טוב ה' לכל » דינסטאג מארטש 24, 2020 6:06 pm

אגב, האב איך געטראכט א גוטע משל איבער די טבע וואס מען דארף גלייבן אז עס איז נישט קיין טבע:

עס איז דא אזא אויסדריק, דער קינד האט די טבעיות פון דיין טאטע, אדער פון דער באבע, און ער איז ממש פון דיין זייט, יעדע קינד איז מען בוחן פארוואס ער פירט זיך אויף אזוי און אזוי, ווייל ער ענדעלט אין די אנדערע זייט וכו'.
אבער באמת דארף מען גלייבן אז יעדעס קינד איז בהשגחה פרטית מיט זיינע טבעיות און זיינע משוגעת'ן און נאטורן ווייל דאס וויל דער אייבערשטער פון אים און דאס איז זיין תיקון. און נישט ווייל די שוויגער איז אזוי וכדומה, וואס דאס איז ממש פארקערט פון אמונה אין דעם אייבערשטנ'ס פרטיות'דיגע הנהגה, נאר אוודאי איז עס מלובש אין טבע און אלעס קען מען מסביר זיין מיט שכל.
שווער צו גלייבן, הא? נו, פארדעם זענען אונז דא אויף דער וועלט, מיר האבן ב''ה ארבעט....
העיקר הוא אמונה!!!
טוב ה' לכל - דער אייבערשטער איז גוט צו אלעמען און פאר אלעמען! יעדע רגע און יעדע מצב, רוחניות וגשמיות, לויף צו אים ווייל ער איז פשוט גוט, טעמו וראו כי טוב ה' אשרי הגבר יחסה בו!!

אידישע הארץ
שר חמישים
תגובות: 97
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 23, 2018 10:58 pm

Re:

תגובהדורך אידישע הארץ » דינסטאג מארטש 24, 2020 6:11 pm

טוב ה' לכל האט געשריבן:אידישע הארץ: א גרויסן שקויעך פארן באדאנקן.
פופמבדיתא: איך פארשטיי נישט וואס דו מיינסט, זיי מסביר ביטע.
שיעלע: עס האט זיכער א גרויסע שייכות, און מען קען אסאך מאריך זיין און מקשר זיין. און לגבי אז דו ביסט נישט ראוי צו זאגן, איז אוודאי זאגט מען עס נישט באופן השגה און זיכער, נאר מרחוק און למעשה אין עבודת ה', וואס יעדע איד האט א רעכט צו מחדש זיין, ווילאנג עס טוישט נישט קיין הלכה, און אלעס איז אמת.

thanks for the thanks

Mishtoikek El Huemes
VD"l

אוועטאר
פומפדותא
שר האלף
תגובות: 1344
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 13, 2015 1:16 am

Re: גילוי! הרה''ק ר''נ מברסלב האט שוין מרמז געווען אויף די יעצטיגע מצב

תגובהדורך פומפדותא » דאנארשטאג מארטש 26, 2020 6:46 pm

זייער א שיינע צושטעל, אבער לאמיתו של דבר הייבט זיך עס נישט אן.

קודם לאמיר רעדן פאקטן:

וואס איז חינין/כינין?
חינין אדער וואו מען רופט עס אין ענגליש Quinine (זעה וויקעפידיע) איז א מעדעצין וואס מען האט גענוצט צו היילן מאלעריע.


פון וואו קומט חינין?
חינין קומט פון די שאלאכטס פון א בוים וואס וואקסט אין די לאנד פערו אין דרום אמעריקא, די מעדעצין הייסט נאך די נאמען פון די בוים.

ובכן, פארצייטענס זענען געווען פארשידענע רפואות וואס דאקטורים האבן געגעבן פאר חולים, זיי האבן אלע בעצם געהאלפן ווי פאר א טויטן באנקעס, נאר וואס דען, די אלע הערבס האבן געשטארקט דעם אימיון סיסטעם און ס'האט געהאלפן פון צייט צו צייט. מ'האט טאקע נישט געהאט איין רפואה פער מחלה, נאר א געמישעכץ, אביסל פון דעם און אביסל פון יענץ. אביסל קרייד chalk וכו'
ויהי היום ביי א מאלאריע אונטערגאנג איז אפירגעקומען א רפואה פון סאוט אמעריקא מיט דעם נאמען כינין, וואס האט אויסגעהיילט מאלאריע, אבער ממש אויסגעהיילט יעדעם. בקיצור, מעגליך די ערשטע אמת'ע מעדיצין. כמובן האט מען נאך נישט פארשטאנען אז דאס איז א נייע מושג א מעדיצין וואס ארבעט, נאר מאז ואילך איז כינין אריין אין די ליסטע פון הערבס, מ'האט אין יעדע צווייטע "מעדיצין" אריינגעמישט אביסל כינין אויך, צו ס'העלפט פאר דעם אדער נישט. לכאורה האט מען דעמאלס בעיקר צוטיילט רפואות לויט סימפטאמס, אויב האט מען אויך געהאט פיבער איז אריינגעמישט געווארן כינין, וכדומה.

אין אייראפע איז געווען פארשפרייט א טעות אז כינין הייסט אזוי ווייל ס'קומט פון כינע. בכלל פלעגט מען דאן אין אייראפע געבן נעמען פאר יעדע עקזאטישע זאך על שם ווייטע מדינות.

יעצט נאך א נקודה, אין ערגעץ אין די וועלט איז נישט געווען קיין כופרים בזמן רבי נחמן, נאר אין אייראפע. אלע זענען געווען אדער קריסטן און מוסלאמענער אדער געצן דינער. ממילא איז פשוט אז רבי נחמן האט געמיינט כופרים בלשון מושאל אויף געצן דינער.

ובכן, לעניננו, האט הרה"ק רבי נחמן געזאגט אז ווען די צדיק נעמט אריין אין זיין גוף עפעס וואס ווערט געמאכט דורך כופרים/געצן דינער, שוואכט ער אפ דעם כח הכפירה פון יענעם מקום.
איז הגם דאס קומט נישט באמת פון כינע, איז דאס געקומען פון די אינקאס אין סאוט אמעריקא אויך געצן דינער.

ירנן
שר מאה
תגובות: 167
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 23, 2019 3:52 pm

Re: גילוי! הרה''ק ר''נ מברסלב האט שוין מרמז געווען אויף די יעצטיגע מצב

תגובהדורך ירנן » דאנארשטאג מארטש 26, 2020 7:02 pm

.
צוגעלייגטע
IV document - Google Docs.pdf
PDF
(146.45 KiB) דאונלאודעד 15 מאל
שרייב זיך איין צו פארדינן געלט ביי איינקויפן איר פארדינט 10$ פאר מער אין אישי
Home Depot - Staples - eBay - Amazon - Target -BestBuy - Lowe's - Walmart

טוב ה' לכל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 455
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 04, 2019 7:17 pm

Re: גילוי! הרה''ק ר''נ מברסלב האט שוין מרמז געווען אויף די יעצטיגע מצב

תגובהדורך טוב ה' לכל » דאנארשטאג מארטש 26, 2020 7:53 pm

פומפדותא האט געשריבן:זייער א שיינע צושטעל, אבער לאמיתו של דבר הייבט זיך עס נישט אן.

קודם לאמיר רעדן פאקטן:

וואס איז חינין/כינין?
חינין אדער וואו מען רופט עס אין ענגליש Quinine (זעה וויקעפידיע) איז א מעדעצין וואס מען האט גענוצט צו היילן מאלעריע.


פון וואו קומט חינין?
חינין קומט פון די שאלאכטס פון א בוים וואס וואקסט אין די לאנד פערו אין דרום אמעריקא, די מעדעצין הייסט נאך די נאמען פון די בוים.

ובכן, פארצייטענס זענען געווען פארשידענע רפואות וואס דאקטורים האבן געגעבן פאר חולים, זיי האבן אלע בעצם געהאלפן ווי פאר א טויטן באנקעס, נאר וואס דען, די אלע הערבס האבן געשטארקט דעם אימיון סיסטעם און ס'האט געהאלפן פון צייט צו צייט. מ'האט טאקע נישט געהאט איין רפואה פער מחלה, נאר א געמישעכץ, אביסל פון דעם און אביסל פון יענץ. אביסל קרייד chalk וכו'
ויהי היום ביי א מאלאריע אונטערגאנג איז אפירגעקומען א רפואה פון סאוט אמעריקא מיט דעם נאמען כינין, וואס האט אויסגעהיילט מאלאריע, אבער ממש אויסגעהיילט יעדעם. בקיצור, מעגליך די ערשטע אמת'ע מעדיצין. כמובן האט מען נאך נישט פארשטאנען אז דאס איז א נייע מושג א מעדיצין וואס ארבעט, נאר מאז ואילך איז כינין אריין אין די ליסטע פון הערבס, מ'האט אין יעדע צווייטע "מעדיצין" אריינגעמישט אביסל כינין אויך, צו ס'העלפט פאר דעם אדער נישט. לכאורה האט מען דעמאלס בעיקר צוטיילט רפואות לויט סימפטאמס, אויב האט מען אויך געהאט פיבער איז אריינגעמישט געווארן כינין, וכדומה.

אין אייראפע איז געווען פארשפרייט א טעות אז כינין הייסט אזוי ווייל ס'קומט פון כינע. בכלל פלעגט מען דאן אין אייראפע געבן נעמען פאר יעדע עקזאטישע זאך על שם ווייטע מדינות.

יעצט נאך א נקודה, אין ערגעץ אין די וועלט איז נישט געווען קיין כופרים בזמן רבי נחמן, נאר אין אייראפע. אלע זענען געווען אדער קריסטן און מוסלאמענער אדער געצן דינער. ממילא איז פשוט אז רבי נחמן האט געמיינט כופרים בלשון מושאל אויף געצן דינער.

ובכן, לעניננו, האט הרה"ק רבי נחמן געזאגט אז ווען די צדיק נעמט אריין אין זיין גוף עפעס וואס ווערט געמאכט דורך כופרים/געצן דינער, שוואכט ער אפ דעם כח הכפירה פון יענעם מקום.
איז הגם דאס קומט נישט באמת פון כינע, איז דאס געקומען פון די אינקאס אין סאוט אמעריקא אויך געצן דינער.

זייער אינטערעסאנט וואס דו זאגסט, איך האב מיך אויך געווינדערט איבער דער נקודה, און איך האב פארשטאנען עס שטימט נישט מיט די דעמאלטסדיגע מציאות, שקויעך פארן אויסקלארן.
אבער די חידוש און די למעשה איז ווייטער אמת, און די אייבערשטער זאל העלפן מען זאל זוכה זיין אויסצורייסן ביי זיך די קליפה פון כפירה און שכל הטיפשי, און נאר גיין מיט אמונה.
טוב ה' לכל - דער אייבערשטער איז גוט צו אלעמען און פאר אלעמען! יעדע רגע און יעדע מצב, רוחניות וגשמיות, לויף צו אים ווייל ער איז פשוט גוט, טעמו וראו כי טוב ה' אשרי הגבר יחסה בו!!

טוב ה' לכל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 455
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 04, 2019 7:17 pm

Re: גילוי! הרה''ק ר''נ מברסלב האט שוין מרמז געווען אויף די יעצטיגע מצב

תגובהדורך טוב ה' לכל » דאנארשטאג מארטש 26, 2020 7:54 pm

ירנן האט געשריבן:.

יישר כח פארן עס מאכן אזוי, איך האב עס אויך געדאונלאוד...
טוב ה' לכל - דער אייבערשטער איז גוט צו אלעמען און פאר אלעמען! יעדע רגע און יעדע מצב, רוחניות וגשמיות, לויף צו אים ווייל ער איז פשוט גוט, טעמו וראו כי טוב ה' אשרי הגבר יחסה בו!!


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 13 געסט