דער שפיאן וואס האט פארראטן די "קעי דזשי בי".

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

לייפציק
שר חמש מאות
תגובות: 606
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 5:55 pm

Re: דער שפיאן וואס האט פארראטן די "קעי דזשי בי".

תגובהדורך לייפציק » מיטוואך אפריל 22, 2020 6:39 pm

כ'ווארט מיט געדולד, אויף שמעלקע לוינט צו ווארטן, ער אנטוישט נישט.
(יעצט האט ער שוין געחנפ'עט אויך, און געשריבן פון לייפציג... ס'ווערט היימיש.)

אוועטאר
j718
שר חמישים ומאתים
תגובות: 357
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 18, 2016 3:14 pm
לאקאציע: אין בוידעם

Re: דער שפיאן וואס האט פארראטן די "קעי דזשי בי".

תגובהדורך j718 » מיטוואך אפריל 22, 2020 6:57 pm

זאל ער פארדעם ענדיגען די מעשה
viewtopic.php?f=73&t=32434#p1372891
עס וואלט געדארפט זיין א דאנק קנעפל
צו קענען מיט א דרוק מיט א קנעפל צושטימען און מחזק זיין וואס א צווייטער האט געשריבן.
האלט איר דען נישט אזוי?
זיכער יא!
דאן רופט זיך אן דא: אנקעטע:
א דאנק קנעפל אנקעטע

אוועטאר
j718
שר חמישים ומאתים
תגובות: 357
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 18, 2016 3:14 pm
לאקאציע: אין בוידעם

Re:

תגובהדורך j718 » מיטוואך אפריל 22, 2020 7:00 pm

טעם וריח האט געשריבן:בדרך כלל הייב איך אפילו נישט אן צו ליינען זיין סחורה, ווייל חזקה על שמעלקעניו שאינו חוזר לגמור! וויל איך נישט בלייבן אנגעצויגן.. העט ער ענדיגן די גאנצע געשיכטע העמיר דעמאלט איבערליינען סגאנצע...


חזקה על שמעלקעניו שאינו חוזר

אוועטאר
שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3170
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
לאקאציע: איינגעטונקען

Re: דער שפיאן וואס האט פארראטן די "קעי דזשי בי".

תגובהדורך שמעלקא זאפטיגער » מיטוואך אפריל 22, 2020 10:16 pm

אין זיין לעצטן זומער אלס א רוסישער בירגער, איז גארדייעווסקי ארויס מיט סטענדא צו א רעזאגט פון די ארגאניזאציע ביי די בארטענעס פון די שווארצע ים. קאפלאן האט באשלאסן צו בלייבן נאך איין חודש אין רוסלאנד בעפאר ער שליסט זיך אן אין די "געהיימע זיכערהייט דינסט" פון טשעכסלאוואקיע. גאנץ שנעל וועלן זיי ווערן קאלעגעס צו זייער ארבעט, שפיאנען פאר די סאוויעטישן פארבאנד, וואס דארפן צומאל ארבעטן אינאיינעם האנט ביי האנט.

אבער יענעם מאנאט האבן זיי פיין פארברענגט אינעם רעזאגט, געלאפן, געשווימען, געשמועסט, געטאנצן, און סתם אזוי געשטופט א שטארקע טאג. קאפלאן האט וואס א טאג שפעטער געהאט מער און מער קריטיק אויף די סאוויעטישע רעזשים, און גארדייעווסקי האט געשפירט מורא'דיג גוט און נאנט מיט קאפלאן, אז ער טיילט אים מיט די גאר שרעקליכע געדאנקען וואס ער האט אין קאפ, און גיבט אים די פולסטע צוטרוי...

א קורצע צייט נאכדעם וואס ער האט זיך צוריק געקערט קיין טשעכסלאוואקיע, האט קאפלאן געשריבן א בריוו פאר גארדייעווסקי. ערגעצוואו אינמיטן די פילע רכילות'ן וואס ער שרייבט אים דארט וויאזוי ער שטופט די צייט, בעט ער אים צו קומען פאר א באזוך. "לאמיר אויסליידיגן אלע בארן און וויין-קעלערן אין פראג" שרייבט ער. און דאן האט ער צוגעלייגט נאך א גאר גאר באדייטענדע זאץ.

"אולעג, דו האסט אפשר אן עקזעמפלאר פון די "פראוודא", מיט דעם ליד פון יעווטושענקאו אויף סטאלין?!"...

דער לידל "סטאלינ'ס יורשים" פון דעם זינגער יעווגעני יעווטושענקאו, איז געווען א אפענע און גראדע אטאקע קעגן סטאניליזם, פון איינע פון די גרעסטע און מערסט איינפולסרייכע זינגערס וואס איז געווען אונטער דעם סאוויעטישן רעזשים, וואס האט נישט געקארגט צו זאגן אינעם ליד וואס עס ליגט אים אין הארצן קעגן דעם גרויסן מערדער. אין דעם לידל האט ער פארלאנגט פון דעם פרעזידענט א צוזאג אז "עס וועט מער נישט אויפשטייגן א נייע סטאלין", און געווארנט אז עטליכע פון די וואס פירן דאס לאנד קוקן נאכאלץ ארויס אויף א פרישע ווערסיע פון די סטאליניסטישע רעזשים.

"ווען איך האב געמיינט אז "ס'איז פארביי", האב איך געמיינט דאס פארנאכלעסיגקייט פון די גוטס פארן פאלק; פאלשע באשולדיגונגען; ארעסטן אויף אומשולדיגע מענטשן...אזעלכע פרעגן מיר 'וואס גייט דיר דאס אן?', אבער איך קען מער נישט שווייגן, ווילאנג סטאלינ'ס יורשים דרייען זיך נאך און שפאצירן אויף דעם ערד קוגל"... ליינט זיך איינע פון דעם לידל'ס שורות, געוואנדן צום רוסישן פרעזידענט דירעקט...

דאס לידל - וואס איז געווען באמת א פאעמע - איז געדרוקט געווארן אין די "פראוודא" צייטונג, די אפיציעלע צייטונג פון די קאמוניסטישע רעזשים, און עס האט פאראורזאכט א געפערליכע שטורעם. עס איז אויך געדרוקט געווארן אין טשעכסלאוואקיע שפעטער. און עס איז נישט קיין וואונדער פארוואס מענטשן האבן אזוי שטארק געברויזט דערויף, ער האט דארט געהאקט קעגן די וויכטיגסטע וואס מען האט אריינגעהאמערט אין די סאוויעטישע קעפ נאך פון וויגל ארויס.

אויבן אויף האט אויסגעקוקט וויאזוי ער בעט פון אולעג די אריגענעלע ליד אויף רוסיש, ווייל אין טשעכסלאוואקיע האט ער עס נאר געקענט באקומען אויף טשעכיש. אבער באמת'ן אריין איז געווען דארט באהאלטן א טיפע מעסעדזש צו זיין חבר, אזא סארט שותפות-לדבר-עבירה ווינק, אז ער האט זייער הנאה פון די רייז וואס יעווגעני יעווטושענקאו האט געשריבן, און אזא רמז אז ער איז מער אויך נישט גרייט צו שווייגן, ווילאנג סטאלינ'ס יורשים שפאצירן ארום אויף דעם ערד קוגל...

***

"די רויטע פאן", די הויכע און עליטע אקאדעמיע פון די קעי. דזשי. בי. צו טרענירן שפיאנאזש אגענטן, האט זיך געפינען טיף אין א וואלד, ארום 80 קילאמעטער פון צפון מאסקווע. די באזע איז גערופן געווארן "שולע 101", א איראנישע און אומגעצויגענע-פאראלער-נאמען צום "צימער 101" וואס האט זיך געפינען אין איינע פון די טיפע קעלערן פון די קעי. דזשי. בי. וואו מען האט געפייניגט גאר שרעקליך ארעסטאנטן און זיי צובראכן נאך די שרעקליכסטע און בארבארישסטע מיטלען וואס די וועלט האט נאר אמאל באגעגנט אין איר היסטאריע.

דא אין דעם טרענירונג באזע, זענען אנטפלעקט געווארן פאר אולעג גארדייעווסקי און פאר נאך 120 יונגע קעי. דזשי. בי. אגענט, די גרעסטע און טיפסטע סודות פון די אפאראציע וויאזוי די סאוויעטישע געלונגענע שפיאנאזש האט אפערירט. מען האט געלערנט וויאזוי מעו קלויבט שפיאנאזש און אנטי-שפיאנאזש אינפארמאציע; וויאזוי מען טוט איינשפאנען פרישע אגענטן און מען לערנט זיי וואס זיי האבן צו טוען; שפיאנאזש טאקטיקן סיי פאר אפיציעלע און סיי פאר די אומלעגאלע; אגענטן און דאפלטע אגענטן; הייס געווער און היימישע געווער; באקסעריי און געשלעגן; נאכפאלגן מענטשן; און אלע גרויסע און געהיימע סודות און געהיימע שפראך פון די וואס טוען אין דעם מאדנעם און שרעקעדיגן פעלד...

א גאר וויכטיגע זאך וואס מען האט געלערנט איז געווען וויאזוי צו באמערקן וויאזוי און אויב איינער פאלגט דיר נאך, און וויאזוי זיך אפצושאקלען דערפון און איבערלאזן יענעם נאכפאלגער צומישט און פארלוירן... זיי האבן עס גערופן מיט די קאוד "פראווערקע", וואס באדייט אויף רוסיש דריי-קלינינג... די גאנצע פרשה האט מען גאר גוט געדארפט לערנען און חזר'ן, איבערגיין אין פראקטיק, וויאזוי דו קענסט וויסן אויב איינער גומט נאך דיינע פיסטריט, וויאזוי דו דרייסט זיך ארויס דערפון, און אויף א וועג אז דער נאכפאלגער זאל נישט כאפן אז דו האסט אים באמערקט און אויסגעשפילט, נאר מיינען אז ס'איז פונקט געשען, כדי דער נאכפאלגער זאל נישט שפירן אז יענער איז טאקע א געלערנטער שפיאן, והא ראיה ער האט באמערקט אז מ'פאלגט אים נאך...

"אן אויפפירונג פון אונזערס א געהיימער אגענט טאר נישט ארויפברענגען קיין פארדאכטן" האבן די שטרענגע לערערס געווארנט. "א שטאב פון נאכפאלגערס וואס באמערקט ווי דער נאכגעפאלגטער קוקט זיך כסדר ארום און פראבירט צו זען אויב מען גייט אים נאך, וועט וויסן אז אים זוכן זיי טאקע, און זיי וועלן נאר מער כיטרע און קלוג, און פיל מער באהאלטן, גיין אין זיינע פיסטריט".

די מעגליכקייט צו מאכן א פארבינדונג מיט א צווייטן אגענט אן דעם וואס מען זאל נישט באמערקט ווערן ביים נאכגעפאלגט ווערן, און נאך אינמיטן ווערן נאכגעפאלגט זאל מען קענען דורכפירן אויסטוישן מיט אנדערע אגענטן, איז איינע פון די צענטראלע זאכן וואס מען דארף גוט קענען אין אלע געהיימע אקטיוויטעטן.

זיי האבן געלערנט איינמאל און נאכאמאל אלע טאקטיקן און וועגן אין דעם אקאדעמיע פון די קעי. דזשי. בי. וויאזוי מען האט שייכות מיט א צווייטער געהיימער אגענט ביי א פון-פאראויס באשטימטע באגעגעניש, און אים אריבערפירן אדער איבערנעמען פון אים אינפארמאציע און איז די זעלבע צייט פראבירן צו זען אויב מ'ווערט נאכגעפאלגט, און אז יא וויאזוי זיך צו אפשאקלען דערפון אויף א פראפעסיאנאלער וועג, אז מ'זאל אנקומען צום באשטימטן ארט אליינס, אן קיין שום פלעג, ריין ווי נאך א "דריי קלינינג"...

אבער צו זיין גוט דערין האט מען געדארפט קענען אן א שיעור זאכן. מען האט געדארפט קענען אויפשטעלן און אקטיוויזירן "צייכן פונקטן", געהיימע סימנים איינגעפלאנצט אויף פובליק ערטער, למשל אריינדרייען א שרויף אויף א געוויסע גאסן-לאמפ, וואס א זייטיגער צושויער אדער פארבייגייער גייט גארנישט זען דא אינטערסאנט, אבער ווען דער שפיאן זעט דאס ווייסט ער אז ער דארף זיך טרעפן מיט א צווייטן אגענט ערגעצוואו.

מען דארף קענען דורכפירן אן "געכאפטע ריר", דאס מיינט אז מען האט געדארפט איבערגעבן אדער אפנעמען שנעלערהייט פון א צווייטן אינמיטן שפאצירן סתם אזוי אויפן גאס איינער קעגן צווייטן, און זיך טוישן די זעלבע צייטונג, טאשקע אדער סיי וועלכע זאך וואס ביידע האבן געטראגן, אין א בליץ שנעלקייט אז קיינער פון ארום זאל נישט אויפכאפן וואס דא האט פאסירט.

אזוי אויך האט מען זיך טרענירט צו מאכן "געהיימע טרענספערס", דאס הייסט באהאלטן געלט אדער א געוויסע מעסעדזש וואו א צווייטער מענטש וועט עס קומען אפנעמען, אן דעם וואס איינער זאל וויסן ווער דער אנדערע איז און זיך אמאל טרעפן. מען האט געלערנט פילע קאודס, מעסעדזשעס, לייענען געהיימע שריפטן, צילן מיט א קליינטשיגע ביקס, אפכאפן בילדער, זיך פראפעסיאנאל פארשטעלן מיט מעיקאפ וואס זאל אויסזען נאטורליך, און אזוי ווייטער.

די פראפעסיאנאלע ארבעט פון שפיאנאזש און זיך ארויסדרייען פון נאכגעפאלגט ווערן אויף א גאר געלונגענע פארנעם, איז געווען די ארבעט פון "די זיבעטע אדמיניסטראציע" פון די קעי. דזשי. בי. דארט זענען געווען די בעסטע טרענירטע שפאקטיוואטארן, מיט די בעסטע טאקטיקן, דאס זיך צו לערנען איז מען אריבער א שווערע ארבעט, מיט ערנסטע פארמעסטן, וואס האט געצויגן די נערוון און גענומען ענדלאזע שעות.

--

פארזעצונג קומט אי"ה.
א טייל פון די פרוכט וואס מען ניצט צו מאכן זאפט זענען עפל, מאראנץ, טאמאטע, אנאנאס, גרייפפרוכט, גוואווע, מאנגא, קאווענע, זשורעכלינע, וויינטרויבן, לימענע און גרינע לימענע.

אביסל טיפער
שר חמש מאות
תגובות: 812
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש ינואר 11, 2020 8:09 pm

Re: דער שפיאן וואס האט פארראטן די "קעי דזשי בי".

תגובהדורך אביסל טיפער » מיטוואך אפריל 22, 2020 11:01 pm

@שמעלקא איז צוריק ברוך הבא מיר דאנקן דיר פון טיפן הארץ
שמעלקא קיפ אפ מיט די זאפטיגע באשרייבונגן. אין איהר ווייסט נישט וואס איהר טוט פארן עולם. מען הערט אגאנצע טאג נאר שלעכטע נייעס וועגן די וויירוס, אין דא קומט מען זיך אויס טשוכענן
א גרויסע יישר כח!
ווילט איהר פארדינען קעשבעק ווען איהר קויפט אנליין דריקט דא
האט איהר פראגעס וועגן קרעדיט קארדס פארבינד אייך אין אישי
און פארגעסט נישט אז תורה איז די בעסטע סחורה

אוועטאר
אזוי גאר!
שר חמש מאות
תגובות: 643
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש מארטש 25, 2017 7:13 pm
לאקאציע: עולם השפל

Re: דער שפיאן וואס האט פארראטן די "קעי דזשי בי".

תגובהדורך אזוי גאר! » דאנארשטאג אפריל 23, 2020 8:37 am

אביסל טיפער האט געשריבן:@שמעלקא איז צוריק ברוך הבא מיר דאנקן דיר פון טיפן הארץ
שמעלקא קיפ אפ מיט די זאפטיגע באשרייבונגן. אין איהר ווייסט נישט וואס איהר טוט פארן עולם. מען הערט אגאנצע טאג נאר שלעכטע נייעס וועגן די וויירוס, אין דא קומט מען זיך אויס טשוכענן
א גרויסע יישר כח!

;l;p-
אויב די ווילסט נישט דיין אונטערשריפט זאל ארויף גיין אויפן טיש, דאן גייט נישט אריין דא
קרעדיט: דא

אוועטאר
בלעכענער פנים
שר חמש מאות
תגובות: 548
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 04, 2019 12:51 pm
לאקאציע: שרייבעריי פארמעסט

Re: דער שפיאן וואס האט פארראטן די "קעי דזשי בי".

תגובהדורך בלעכענער פנים » דאנארשטאג אפריל 23, 2020 10:57 am

פיינע ווארע..
פליז לאז אונז נישט ווארטן זוי לאנג...טענקס

אוועטאר
הויעך
שר האלף
תגובות: 1453
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 03, 2019 11:50 am
לאקאציע: קוק ארויף דארט אויבן

Re: דער שפיאן וואס האט פארראטן די "קעי דזשי בי".

תגובהדורך הויעך » דאנארשטאג אפריל 23, 2020 11:40 am

גרויסען שכויעך
433
DONORS

$16,749

ווען משיח וועט קומען וועט ער ווייזען מיט די פינגער דאס זענען די קינדער דאס זענען די קינדער וואס האבן מקרב געווען די גאולה השלימה

mini van
שר חמישים ומאתים
תגובות: 271
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 06, 2014 10:26 am

Re: דער שפיאן וואס האט פארראטן די "קעי דזשי בי".

תגובהדורך mini van » מאנטאג אפריל 27, 2020 1:41 am

ליינמיר מיט שפאנונג, א גרויסע שכח

אוועטאר
בלעכענער פנים
שר חמש מאות
תגובות: 548
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 04, 2019 12:51 pm
לאקאציע: שרייבעריי פארמעסט

Re: דער שפיאן וואס האט פארראטן די "קעי דזשי בי".

תגובהדורך בלעכענער פנים » מאנטאג אפריל 27, 2020 11:32 am

שמעלקא זאפטיגער האט געשריבן:
פארזעצונג קומט אי"ה.

כמעט פאריבער א וואך זינט ס'לעצטע , צייט צי גיין ווייטער

אוועטאר
ארחיקה נדד
שר חמש מאות
תגובות: 598
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 24, 2019 9:11 pm
לאקאציע: מ'וואנדערט

Re: דער שפיאן וואס האט פארראטן די "קעי דזשי בי".

תגובהדורך ארחיקה נדד » מאנטאג אפריל 27, 2020 12:04 pm

שמעלקא שמעלקא דערבארים דיך אויף אונז

געגאנגן ביטע פליז

אוועטאר
צוקער וואסער
שר חמש מאות
תגובות: 737
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 10:23 pm

Re: דער שפיאן וואס האט פארראטן די "קעי דזשי בי".

תגובהדורך צוקער וואסער » מאנטאג אפריל 27, 2020 2:51 pm

ארחיקה נדד האט געשריבן:שמעלקא שמעלקא דערבארים דיך אויף אונז

געגאנגן ביטע פליז

ירנן
שר מאה
תגובות: 241
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 23, 2019 3:52 pm

Re: דער שפיאן וואס האט פארראטן די "קעי דזשי בי".

תגובהדורך ירנן » מאנטאג אפריל 27, 2020 4:18 pm

mini van האט געשריבן:ליינמיר מיט שפאנונג, א גרויסע שכח

גאם
שרייב זיך איין צו פארדינן געלט ביי איינקויפן איר פארדינט 10$ פאר מער אין אישי
Home Depot - Staples - eBay - Amazon - Target -BestBuy - Lowe's - Walmart

קלמן יאסעלע
שר חמישים
תגובות: 51
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 19, 2019 9:33 am
לאקאציע: בלומען טאפ

Re: דער שפיאן וואס האט פארראטן די "קעי דזשי בי".

תגובהדורך קלמן יאסעלע » מאנטאג אפריל 27, 2020 6:59 pm

שמעלקע זיסער
טאמער וועל איך וואשן דיינע דישעס דיזע וואך גייסטו צירוקקומען שנעלער????
גאניש געמיינט...
[מיין באבע פלעגט צו זאגן, א געשענקט פערד ציילט מען נישט די ציין...]
שקויעך פאר ביז אהער, און אין עדווענס!
שטייט'ס אויף, שטייט'ס אויף, לעבודת הבורא!

אוועטאר
ארחיקה נדד
שר חמש מאות
תגובות: 598
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 24, 2019 9:11 pm
לאקאציע: מ'וואנדערט

Re: דער שפיאן וואס האט פארראטן די "קעי דזשי בי".

תגובהדורך ארחיקה נדד » דאנארשטאג אפריל 30, 2020 11:30 am

שמעלקעלע.. אפשר דאך?

אוועטאר
ארחיקה נדד
שר חמש מאות
תגובות: 598
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 24, 2019 9:11 pm
לאקאציע: מ'וואנדערט

Re: דער שפיאן וואס האט פארראטן די "קעי דזשי בי".

תגובהדורך ארחיקה נדד » דאנארשטאג מאי 07, 2020 8:48 am

איי שמעלקעלע, שוין צוויי וואכן פאריבער און.... גארנישט...
האסט איבערגעלאזט גארדייעווסקי ביים בארטן פון שווארצן ים, דער האט זיך שוין זיכער אריינגעווארפן...
כמיין... ווילאנג קען ער דארט ווארטן??

אוועטאר
בלעכענער פנים
שר חמש מאות
תגובות: 548
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 04, 2019 12:51 pm
לאקאציע: שרייבעריי פארמעסט

Re: דער שפיאן וואס האט פארראטן די "קעי דזשי בי".

תגובהדורך בלעכענער פנים » מיטוואך מאי 13, 2020 1:42 pm

שמעלקע'ניו זאל איך אויפגעבן ?
:roll:

אוועטאר
מארגן
שר מאה
תגובות: 167
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 29, 2020 4:24 pm

Re: דער שפיאן וואס האט פארראטן די "קעי דזשי בי".

תגובהדורך מארגן » מיטוואך מאי 13, 2020 11:38 pm

איך האב נאך אויף וואס צו זיין נייגעריג אדער עס גייט זיך ענדיגן
צוזאמען מיט די מיסטריעזע טאשקע?

אוועטאר
דיין בעסטע חבר
שר העשר
תגובות: 33
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 06, 2020 4:02 pm

Re: דער שפיאן וואס האט פארראטן די "קעי דזשי בי".

תגובהדורך דיין בעסטע חבר » זונטאג מאי 17, 2020 5:18 am

:smile: :smile:
:grin: :grin: Wow wow wow wow wow wow wow wow wow thank you so much

פערזשוך
שר חמישים
תגובות: 52
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 25, 2017 7:58 am
לאקאציע: ישראל

Re: דער שפיאן וואס האט פארראטן די "קעי דזשי בי".

תגובהדורך פערזשוך » דינסטאג מאי 19, 2020 1:53 pm

פארוואס האבן ענק אנגעהויבן די מעשה איך הייב נישט אן נאך די מיסטריעזע טאשקע וואס ער האט אינז אזוי באפאטשט
איך זיך א גוטע שניידער

אוועטאר
האסט נייעס
שר חמש מאות
תגובות: 724
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 11:43 am
לאקאציע: דא... אויב זעהסטו נישט, קוק גוט..

Re: דער שפיאן וואס האט פארראטן די "קעי דזשי בי".

תגובהדורך האסט נייעס » זונטאג מאי 24, 2020 2:13 am

פערזשוך האט געשריבן:פארוואס האבן ענק אנגעהויבן די מעשה איך הייב נישט אן נאך די מיסטריעזע טאשקע

אוועטאר
Amazing
שר חמש מאות
תגובות: 962
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 29, 2016 9:09 pm

Re: דער שפיאן וואס האט פארראטן די "קעי דזשי בי".

תגובהדורך Amazing » זונטאג מאי 24, 2020 2:35 am

האסט נייעס האט געשריבן:
פערזשוך האט געשריבן:פארוואס האבן ענק אנגעהויבן די מעשה איך הייב נישט אן נאך די מיסטריעזע טאשקע
א'מונה ב'טחון ג'עלט

אוועטאר
שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3170
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
לאקאציע: איינגעטונקען

Re: דער שפיאן וואס האט פארראטן די "קעי דזשי בי".

תגובהדורך שמעלקא זאפטיגער » זונטאג מאי 24, 2020 12:51 pm

ווען דאס אלעס איז געווען קאמפליט, האט מען עס גענומען צום קומענדיגן שטאפל. גארדייעווסקי האט גענומען א פרישע פאלשע שפיאנאזש נאמען. מען האט נישט געקענט סתם נעמען עפעס א 'דזשאן סמיט' נאמען און ארויפשמירן. די שפיאנאזש אגענטורן האבן געהאט ספעציעלע וועגן וויאזוי מען האט זיך באנוצט מיט פאלשע שפיאנאזש נעמען: עס האט געמוזט זיין ענליך צו די עכטע נאמען, און זיך אנהייבן מיט די זעלבע אות.

געהאט האט עס צוויי סיבות. סיבה נומער איינס, וויבאלד איינע פון די באקאנטע טאקטיקן צו כאפן א שפיאן, איז צו זאגן זיין נאמען אינמיטן שלאף, די עכטע נאמען וועקט אויף א מענטש אפגעזען ווי טיף ער שלאפט, אבער פון הערן א פאלשע נאמען - וועקט מען זיך נישט אויף... אן ענליכער נאמען, וועט יא מאכן דעם שלאפענדעם מח קלינגען א גלעקל. די צווייטע סיבה, כדי אויב איינער וואס קען אים בלויז מיט די פאלשע נאמען, רופט אים מיט די עכטע נאמען און ער רופט זיך אן, זאל ער קענען שפילן ווי גלייך ער האט געמאכט א טעות, ווייל מען האט געזאגט א נאמען ענליך צו זיינע...

ווי אלע טרענירטע קעי. דזשי. בי. אגענטן, האט אויך אולעג געשוואוירן געטריישאפט פאר די פארטיי: "איך זאג צו, צו באשיצן מיין לאנד ביז צום לעצטן טראפ בלוט, און היטן אויף די געהיימניסן פון אונזער לאנד". ער האט גערן געשוואוירן אן צו שפירן אפילו איין רגע שלעכט, אז אין פיו ולבו שוים... ער האט אויך געמוזט זיין אן אפיציעלער מעמבער אין די קאמוניסטישע פארטיי כדי צו דינען אין די געהיימע דינסט. ער האט עס גערן געטוען, און עס האט אים נישט צוריק געהאלטן פון אנגיין ווייטער מיט דער ארבעט.

אולעג האט געלעבט אין די טרענירונגס לאגערן פאר מער ווי א יאר, ווי א פיש וואס לעבט אין וואסער. די פילע שוועריקייטן, שפיאנאזש אקטיוויטעטן, געהיימע איבונגען און שווערע קאודס צו ברעכן, האט אים גאר שטארק מהנה געווען, ער האט עס געגליכן, און איז געווען פון זיינע בעסטע טעג אין לעבן. דאס מערסטע האט ער נאך געגליכן די געהיימע שלייער אין וואס ער האט זיך איינגעוויקלט, קיינער אין די וועלט האט נישט געטארט וויסן וואו ער דרייט זיך און וואס ער טוט, אפילו זיינע עלטערן האבן נישט געהאט קיין מינדעסטע השגה וואו ער דרייט זיך אויף גאט'ס וועלטל...

טראץ וואס רוב פון די יוגנטליכע אין רוסלאנד האבן ממש גע'חלש'ט צו אנקומען אין אמט פון די קעי. דזשי. בי. זענען בלויז ווייניג אנגעקומען דערצו. דער ארבעט האט פראראייניגט אלע אפיצירן צו א געוויסע סארט צוזאמענארבעט און א שפראך וואס סתם א מענטש האט נישט פארשטאנען, זיי האבן זיך פארשטאנען אויפן ווינק, און איבעריג צו באטאנען אז א ווינק פון א קעי. דזשי. בי. אגענט, האט געווענליך נישט מיטגעברענגט מיט זיך קיין איבעריגע גוטס...

אום זומער 1963 איז שוין אולעג גארדייעווסקי געווען אן אומאפטיילבארער טייל פון די קעי. דזשי. בי. און ער האט געארבעט אויף א וועג וואס זיינע אויבערהארן האבן געשפירט אז דער יונג איז געטריי ביז צום הימל פאר די רוסישער בער, און ער וועט זיי אפהיטן ביז צום לעצטן טראפ בלוט.


***


אין די זעלבע צייט האט זיין ברודער וואסילי גארדייעווסקי געארבעט אין די ספעציעלע אפטיילונג פון די נישט-לעגאלע אין זיין ערשטע יאר פון דינסט. איינע פון די זייטיגע-ווירקונגען איז געווען, אז ער איז געווארן א גרויסער טרינקער, ער האט געזויפן פון די אלקאהאלישע געטראנקען אויף א גרויסן פארנעם; א זאך וואס איז בכלל נישט געווען קיין אפגעפרעגטע 'טאלאנט' ביי די קעי. דזשי. בי'ס הויכע רייען, פארקערט, זיי האבן שטאלצירט מיט דעם אז זיי קענען פארנעמען אויסטערלישע זאפאסן פון וואדקע און דאך ארבעטן ווייטער ווי גארנישט, און אן דעם וואס מען זאל קומען אויף זייערע שפורן.

אלס א גאר געלונגענער און פראפעסיאנאלער אומלעגאלער שפיאן, האט וואסילי פארברענגט אין פארשידענע ערטער אונטער א גאנצע כאפטע פון פאלשע נעמען, און האט געארבעט געטריי און שווער, טראגנדיג און ברענגענדיג מעסעדזשעס, צעטלעך, געלטער, און פארשפרייטנדיג רמזים און געהיימע צייכענעס פאר זיינע שפיאנאזש קאלעגעס וועמען ער האט רוב מאל נישט געקענט.

וואסילי האט קיינמאל נישט פארציילט פאר זיין ברודער אולעג וואס ער טוט למעשה אין די טאג-טעגליכע אקטיוויטעטן, אבער ער האט דא-דארט אריינגעווארפן פארשידענע ווערטער איבער ערטער וואו ער דרייט זיך, אזעלכע עקזאטישע לענדער ווי מאזאמביק, וויעטנאם, שוועדן און דרום אפריקע.

דאס האט גאר שטארק אנגעצינדן דעם אוואנטוריסט-גייציגער יונגערער ברודער, וועלכער האט געהאפט מיטן גאנצן הארץ אנצוקומען אין די וועלט פון געהיימניס אין נעפל וועלכע געפינט זיך אריבער דעם אנדערן זייט ים, אבער אנשטאט דעם האט מען אים גערופן צו טוען אנדערע שפיאנאזש ארבעט, עפעס וואס איז אים נישט געווען צו שטארק צום הארצן: אנגרייטן דאקומענטן פאר אנדערע אומלעגאלע שפיאנען, זיי זאלן קענען אנגיין פראנק און פריי אונטער א פאלשע אידענטיטעט. פארשטייט זיך אז ער האט נישט געקענט אויסדרוקן הויעך זיין שטארקע אנטוישונג, אבער ער האט נישט אויפגעגעבן האפענונג.

***

אין דער צוואנציגסטער פון אוגוסט, יארע 1963, האט זיך אולעג אנגעטוען זיין בעסטע רעקל, און זיך געשטעלט פאר די הויפטקווארטיר פון די קעי. דזשי. בי. - א קאמפלעקס פון געביידעס נישט צו ווייט פון דער קרעמלין. א גרויס טייל דערפון איז א גרויסער ארכיוו מיט שווערע צענדליגע טויזענטער קעיסעס, אלעס ווערט דאקומענטירט און פארשריבן. דאס איז דער 'נערוו צענטער' פון די סאוויטעטישע שפיאנאזש.

א טייל פון די געביידע איז א שרעקליכע טורמע וואו ארעסטאנטן ווערן פארפייניגט און געפארשט, און א גרויס טייל פון זיי אויסגעקוילט ווי בהמות. אין איר הארץ האט זיך געפינען דער טרויעריג בארימטער 'לוביאנקא' טורמע, וואס איז געבויעט געווארן צו דינען אלס דער 'אינשורענס פון די רוסישע לאנד'... אין אירע קעלערן האט מען דורכגעפירט זאכן וואס אפילו דער פאפיר איז נישט סובל. אבער די קעי. דזשי. בי. אגענטן האבן עס גערופן פשוט אלס 'די הויפטקווארטיר' אדער 'די מאנאסטיר'.

אצינד וועט אולעג באקומען א באפעל וואס זיין קומענדיגע ארבעט גייט זיין. ניין, ער האט נישט באקומען די ארבעט פון גיין דינען אלס א געהיימער אגענט אין א צווייטע פרעמדע לאנד, נאר איינער וואס דארף טוען פאפיר ארבעט. יעצט איז עס שוין געווען אביסל אינטערעסאנטער ווי פריער, ער האט געדארפט פאר יעדע געהיימע אגענט אויפנייען א פרישע אידענטיטעט און אויפבויען א כאראקטור, מיט אלע אירע דעטאלן, בויען א פרישע ביאגראפיע שיכט נאך שיכט, געוואנדן לויט דעם עלטער פון דעם שפיאן.

אין יעדע לאנד האט מען געדארפט האבן א צווייטער וואס זאל צופאסן אידענטעיטעטן לויט די ארטיגע אומשטענדן. אין ענגלאנד איז געווען גאר א גוטער פאטענציאל צו איינפלאנצן אזעלכע אומלעגאלע אגענטן, וויבאלד די סיסטעם פון פאפירן און אידענטיפיקאציע קארטלעך איז נישט געווען גוט אהערגעשטעלט און דאקומענטירט, אזוי אז מען האט זיך געקענט בעסער אויסשפרייטן.

מערב דייטשלאנד, די פאראייניגטע שטאטן, אוסטראליע, קאנאדע און ניו זילאנד, זענען אלע געווען גאר וויכטיגע ערטער וואו מען האט געדארפט האלטן געהיימע אגענטן, אבער מיט מער פארזיכטיגקייט. אולעג איז אנגעקומען אין די אפטיילונג פון דייטשלאנד, און ער האט פארברענגט זיינע טעג מיטן פאבריצירן מענטשן וועלכע זענען נישט געשטויגן און נישט געפלויגן. ער האט געלעבט אין א וועלט פון דאפלטע אגענטן, ער האט ארויסגעשיקט צו די וועלט פרישע נישט-עקזיסטירענדע געהיימע אגענטן, מיט א גאנצע געשיכטע אונטער זיך, און דערנאך האט ער באגעגנט די אלע וועלכע קומען צוריק פון די דינסט.

אזוי האט ער געטוען פאר צוויי יאר, לעבנדיג אין א וועלט פון פאנטאזיע, אבער עס איז נישט געווען סתם פאנטאזיע, נאר געפארפול. אולעג האט נאכנישט אויפגעגעבן, ער האט זיך געוואלט זען אויף דער פראנט, קלעטערנדיג אונטער א געהיימע שאטן אין א פרעמדע לאנד.

ער האט געווארט און געווארט, און דערווייל געטוען זיין ארבעט מיט גרויס געטריישאפט. ביז...

--

פארזעצונג קומט אי"ה.
א טייל פון די פרוכט וואס מען ניצט צו מאכן זאפט זענען עפל, מאראנץ, טאמאטע, אנאנאס, גרייפפרוכט, גוואווע, מאנגא, קאווענע, זשורעכלינע, וויינטרויבן, לימענע און גרינע לימענע.

וואוילע תלמיד
שר העשר
תגובות: 12
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 04, 2020 10:44 am

Re: דער שפיאן וואס האט פארראטן די "קעי דזשי בי".

תגובהדורך וואוילע תלמיד » זונטאג מאי 24, 2020 1:07 pm

ש'כח שמעלקא

אביסל טיפער
שר חמש מאות
תגובות: 812
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש ינואר 11, 2020 8:09 pm

Re: דער שפיאן וואס האט פארראטן די "קעי דזשי בי".

תגובהדורך אביסל טיפער » זונטאג מאי 24, 2020 2:28 pm

שמעלקא איז צוריק דא ברוך הבא,
אויסגעצייכענטע ארבעט. קיפ אעט אפ!
ווילט איהר פארדינען קעשבעק ווען איהר קויפט אנליין דריקט דא
האט איהר פראגעס וועגן קרעדיט קארדס פארבינד אייך אין אישי
און פארגעסט נישט אז תורה איז די בעסטע סחורה


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: ?אפשרטאקע און 40 געסט