תגובהדורך שמעלקא זאפטיגער » פרייטאג מארטש 20, 2020 9:53 am
זעקס יאר האט אפגעטיילט צווישן וואסילי און אולעג. זיי זענען געוואקסן אין די מלחמה יארן, און איינע פון די ערשטע מעמוארן וואס אולער גארדייעווסקי איז געווען, וויאזוי עס ווערן געפירט פילע רייעס פון דייטשע קריגס געפאנגענע, דערנידערט, ערשעפט און פארלוירן, איבער די גאסן פון מאסקעווע. געהיטן און געפירט געפאנגענערהייט ווי חיות פון וואלד - א זאך וואס זיי זענען פאקטיש געווען...
אנטאן גארדייעווסקי האט אסאך צוגעשטעלט און גערעדט לאנגע דעמאגאגישע רעדעס פאר די סאלדאטן אינעם רויטן ארמיי און פאר די קאמוניסטישע פארטיי, און האט געפעלט פון דערהיים פאר לאנגע וואכן צוליב דעם.
אולעג האט געלערנט מיט פאלגזאמקייט אלעס וואס די קאמוניסטישע פארטיי האט פארלאנגט מ'זאל קענען און שטודירן. ער האט געלערנט אין די '130' שולע, און דראג אנהייב האט ער באקומען א געשמאק אין די לערנונגען פון היסטאריע און שפראכן.
ער האט געלערנט איבער די גרויסע מעכטיגע 'העלדן' פון קומוניזם, אין די סאוויעטן פארבאנד און פון אינדערויסן, און טראץ וואס סיי וועלכע אינפארמאציע ארום אויסלאנד אדער לענדער נישט אין די סאוויעטן פארבאנד זענען געווען פארנעפלט און פארהוילט, האט אים דאס פארט זייער שטארק געצויגן, און אפשר טאקע ווייל ער האט נישט געהאט קיין פולע אינפארמאציע איבער זיי.
ווען ער איז געווען א זעקס יעריג קינד האט ער אנגעהויבן צו לייענען דעם "בריטיש עליי", א פראפעגאנדע צייטונג וואס די בריטישע אמבעסאדע אין מאסקווע האט ארויסגעגעבן אויף רוסיש כדי צו דערנענטערן ענגלאנד צו די רוסן. ער האט געלערנט די דויטשע שפראך, און ווי אלע האבן ערווארטעט פון אים, האט ער זיך אנגעשלאסן אין דעם "קאמסאמאל", די יוגענט באוועגענג פאר הייסע קאמוניסטן. זייט פאטער פלעגט אהיימברענגען דריי אפיציעלע צייטונגען, און פארליינען פאר די גאנצע משפחה יעדע נאכט די אלע פראפעגאנדע שטיקלעך וואס די קאמוניסטן האבן פארשפרייט.
דערווייל איז די נ.ק.וו.ד. פארוואנדלט געווארן אין די קעי דזשי בי. און אנטאן גארדייעווסקי האט פארגעזעצט דארט צו דינען מיט גרוסי געטריישאפט. די מאמע האט שטילערהייט געהאסט דעם אגענטור וואו איר מאן האט אזוי געטריי געארבעט, און פון מאל צו מאל האט זי גאר שטילערהייט זיך ארויסגעכאפט דא דארט מיט בייסיגע באמערקונגען איבער דעם.
כאטש וואס די רעגירונג האט נישט ערלויבט צו גלייבן אין גארנישט, און מ'האט געמוזט זיין רעליגיע-פריי, האט די באבע - זיין מאמעס מאמע - געכאפט וואסילי איין נאכט און אין געהיים גע'טובל'ט אין וואסער אין א רוסישע ארטאדאקסישע קירכע. זי האט געפלאנט צו טוען די זעלבע אויך פארן יונגערן אולעג, אבער דער טאטע איז געוואר געווארן דערפון, און זיכער געמאכט אז אזא זאך גייט זיך בשום אופן נישט איבערשפילן,ער האט אראפגעשטעלט א פיס, און קיינער האט זיך מיט אים נישט געזוכט אנצוהייבן...
***
אולעג גארדייעווסקי איז אויפגעוואקסן אין א פאמיליע וואס האט געהאט אין זיך אסאך חלקים, ליבשאפט און אויך זייער קאלירפולע וועליוס. אנטאן גארדייעווסקי האט אפענערהייט געשטיצט מיט מאכט און פעסטקייט דעם קאמוניסטישן פאן, אבער אין זיך איז ער געווען א קליינטשיגער און אומרואיגער מענטש, וואס האט אפטמאל געשפירט זייער שלעכט פאר די געמיינע זאכן וואס ער פירט כסדר דורך, און אויך גענומען אין באטראכט אז איין טאג קען ער פארטיגן זיין לעבן די זעלבע ווי ער פארטיגט כסדר אנדערע מענטשנ'ס לעבן, כאטש זיי זענען אומשולדיג ריין.
זיין ווייב אולעגא איז אידיאלאגיש געווען א הייסע קאמעניסטקע אפענערהייט, אבער זי האט נישט געמאכט קיין סוד אין שטוב אז זי האסט דאס. איר מאמע האט געארבעט אין א רעליגיעזע אנשטאלט און דערפאר איז זי געווען אויף די שווארצע ליסטע פון די קעי דזשי בי. אבער קיינער פון די משפחה האט קיינמאל נישט ארויסגעברענגט זייער געדאנקען אויפן שפיץ צינג, וויסנדיג אז מען קען קיינעם נישט געטרויען און יעדעס ווארט וואס דו זאגסט, אפילו פאר דיין נאענטסטער פריינד אדער קרוב, קען נאכפאלגן מיט א קויל אין קאפ, אן קיין איבעריגן בלינק מיט די אויגן.
שוין פון אלס קינד איז אולעג אויפגעוואקסן מיט דעם אז מ'קען לעבן א דאפלטע לעבן, ליב האבן די מענטש פון ארום זיך, און אין די זעלבע צייט באהאלטן די אמת'ע געפילן וואס שפילן זיך אפ אין הארצן. ביי אים איז געווען א לכתחלה צו זיין אויפן גאס און פון אינדערויסן איין סארט מענטש, אבער פון אינעווייניג עפעס גאר אנדערש, און צומאל אפילו גענוי דאס פארקערטע. און דאס האט טאקע ביי אים פאסירט.
ער האט געענדיגע זיינע לערנונגען און באקומען א זילבערנע מעדאל, מען האט אים געשטעלט אין שפיץ פון די 'קאמסאמאל' באוועגונג, ער איז געווען א פלייסיגער יונג, פארשטענדליך, פעסט אראפגעשטעלט, אטלעטיש, און קיינער האט נישט געהאט קיין ספק אז דאס איז א שטאלצע פראדוקט פון סאוויעט רוסלאנד, איינער מיט וועמען דאס לאנד וועט נאך שטאלצירן.
ער איז געווען א שטארקער כאראקטור, געוואוסט וואס ער וויל טוען און וואס ער האט צו טוען, אבער ער האט אויך פארשטאנען ווי אזוי מען האלט דאס מויל און מען צייגט נישט ארויס די אמת'ע געפילן, גענוי וויאזוי ער איז אויפגעוואקסן, אין שאטן פון געהיימניסן...
***
אין יארע 1953 למספרם האט סטאלין אפגע'פגר'ט. דריי יאר שפעטער, ביי די פארזאמלונג פון צוואנציג פונעם פארטיי, האט זיך אויפגעשטעלט זיין נאכפאלגער ניקיטע כרושטשאוו און ארויסגעלייגט אלע זיינע געמיינע מעשים איפן טיש, סיי אין פריוואטן לעבן און סיי פאר זיינע אייגענע בירגער, מיט גרויס אפשיי.
אנטאן גארדייעווסקי איז געווען שאקירט. פאר אזא אפיציעלע זאך ווי פארדאמען סטאלין אין נאמען פון די סאוויעטן פארבאנד, איז געווען ממש א שרעקליכע קלונגעדיגע פראסק. סטאלין איז געווען די גרונדשטיינער פון זיין אידיאלאגיע און פילאסאפיע. ער האט פאר אים געטוען זאכן וואס איז אים שווער אנגעקומען, און דאס פארשעמונג פון סטאלין איז פאר אים געווען א פערזענליכע פארשעמונג. זאכן אין לאנד האבן אנגעהויבן צו פארן נישט אין די ריכטונג וואס ער האט געוואלט ס'זאל פארן...
אבער ס'איז יא געווען אין די ריכטונג וויאזוי זיין זוהן אולער האט עס געוואלט זען. די אזויגערופענע מער מעסיגע דערקלערונג פון כרושטשאוו איז געווען זייער א קורצע און פאלשע, אבער מיט דעם אלעם איז עס געווען א תקופה פון אביסל פארלייכטערונג אין פריוואטע לעבנס און אין צענזור.
טויזענטער פאליטישע ארעסטאנטן זענען אהיימגעשיקט געווארן און מיט גרויס פרייד און געפילן זיך פאראייניגט מיט די בענקעדיגע פאמיליעס; דאס זענען געווען שטורעמישע טעג פאר ווער ס'איז געווען א יוגער רוס, און האט אריינגעבלאזן א גייסט פון האפענונג אז אפשר וועט מען נאך איין טאג גלייכן דעם 'רוסישן גן עדן'.
די גרעניצן פון כרושטשאוו'ס רעפארמען האבן זיך ארויסגעוויזן קלאר מיט גרויס ברוטאליטעט אין יארע 1956, ווען די שיירה פון גרויסע סאוויעטישע טאנקען האבן זיך אריינגעלאזט קיין אונגארן, און מיט גרויס אכזריות דערשטיקט דעם מאסן רעוואלוציע קעגן דעם סאוויעטישן פארבאנד. טראץ די פילע צענזור און פראפעגאנדע וואס איז געווען אויף יעדע ווארט געשריבן אין רוסלאנד, איז פארט אנגעקומען אויף אן אומוועג די גאנצע געשיכטע קיין רוסלאנד, אין די צייט וואס די רעגירונג האט עס פראבירט צו פארהוילן.
די גאנצע ווארימקייט וואס יונגע רוסן האבן געהאט צו כרושטשאוו איז זיך פלוצלינג צערינען, און עס האט אנגעהויבן בלאזן א קאלטע ווינט איבער זיי, א ווינט וואס האט זיי ווי פארפרוירן פאר שרעק...
***
זייענדיג זיבעצן יאר אלט האט מען אנגענומען אולעג אין די "רעגירונג אינסטעטוציע פאר אינטערנאציאנאלע באציאונגען" וואס איז געווען גאר א וויכטיגע זאך אין מאסקווע. דא, אונטער די השפעה פון די פרישע אטמאספערע, האט ער אנגעהויבן צו דן זיין מיט אן ערנסטקייט מיט זיינע חברים וויאזוי מען קען אהערשטעלן פאר די וועלט אז די סאוויעטישע פארבאנד מיט איר קאמוניסטישע אידיאלאגיע זאל באקומען 'א מענטשליך פנים' איבער די וועלט.
דאס איז געווען די עליטע אוניווערזיעט אין די סאוויעטן פארבאנד, וואו אולעג האט געארבעט, איז געווען אונטער די אויסערן מיניסטעריום און איז געווען דער הויפט טרענירונג באזע פאר צוקונפטיגע געטרייע סאוויטעטישע דיפלאמאטן, סייענטיסטן, עקאנאמיסטן, פאליטיקאנטן - און שפיאנען. גארדייעווסקי האט געלערנט דארט היסטאריע, געאגראפיע, עקאנאמיקס, און אינטערנאציאנאלע באציאונגען, פארשטייט זיך אז אלעס איז געווען אויף דעם פארקרומטן וועג פון די קאמוניסטישע אידיאלאגיע.
די אינסטעטוציע האט אויסגעלערנט זעקס-און-פופציג שפראכן, מער ווי סיי וועלכע אוניווערזיטעט איבער די וועלט. קענען גוטע שפראכן איז געווען די בעסטע און פארזיכערטסטע וועג צו אנקומען צו די קעי דזשי בי. און איבערהויפט פאר אויסלענדישע שפיאנאזש רייזעס, א זאך וואס אולעג האט אייביג געשטרעבט צו דערגרייכן.
ער האט געקענט א גוטע דויטש און זיך אויך איינגעשריבן צו לערנען ענגליש, אבער וויבאלד די קלאסן זענען געווען איבערגעפילט האט מען אים אפגעזאגט. "לערן זיך שוועדיש" האט אים זיין עלטערער ברודער - וואס האט שוין געדינט אין די קעי דזשי בי. גע'עצה'ט. "דאס איז די טויער צו גאנץ אייראפע". גארדייעווסקי דער יונגערער האט זיך צוגעהערט צום ברודער'ס עצה, און אזוי האט ער טאקע געטוען.
אין דעם אינסטעטוציעס ביבליאטעק האט אולעג געטראפן עטליכע פרעמדע צייטונגען און אויסגאבעס. און די אלע - כאטש זיי זענען געווען שווער צענזורירט - האבן זיי אים געגעבן א מעכטיגן בליק אויף דעם גרויסן וועלט. שטילערהייט אין געהיים האט ער אנגעהויבן צו לייענען אביסל מער איבער די גרויסע וועלט ארויס פון די סאוויעטישע פארבאנד, עס האט געמוזט זיין אין געהיים, ווייל אז איינער האט זיך צופיל פאראינטערעסירט איבער די אינדערויסנדיגע וועלט האט דאס געצויגן פארדעכטן, און רוב מאל זייער נישט גוט געענדיגט...
ער האט זיך אנגעהויבן צוצוהערן צו אינטערנאציאנאלע סטאנציעס אין די שפעטע נאכט שעות, ווי די בי.בי.סי. אדער 'אמעריקען וואויס', טראץ וואס ס'איז געווען פארמאכט און פארשטאפט אין אלע ראדיא מאשינען און קאנאלן וואס די סאוויעטישע צענזור האט ארויפגעלייגט, אבער ער האט געטראפן א וועג דאס צו הערן, און צוביסלעך צוביסלעך האט ער אביסל מער אנגעהויבן צו דערשמעקן א קליינער גערוך פון וואס עס טוט זיך אפ איבער די גרויסע וועלט, ארויס פון זיין מעכטיגע 'גן עדן'...
***
ער איז אבער געגאנגען אביסל צו ווייט. א ביסל פון זיין מאמעס סקעפטיזם צום קאמוניסטישן מהלך האט זיך ווייזט אויס אגנעקלעבט מיט אים. איין טאג האט ער פארגעשריבן א רעדע וואס האט ארויפגעברענגט מיט א תמימות די פרייהייט און דעמאקראטיע, א זאך וואס ער האט בכלל נישט פארשטאנען במציאות, און נאר געקענט נאכזאגן ווי עפעס וואס איז בלויז א טעאריע אויף פאפיר...
ער האט רעקארדירט זיין רעדע, און געגעבן צו הערן פאר זיינע קאלעגעס די סטודענטן. "דו ביסט נישט נארמאל אולעג" האבן זיי אים כמעט פארשטיינערט. זיי זענען אלע געווען דערשראקן צום טויט. "דו מוזט זאפארט פארניכטן דעם רעדע און מער אין לעבן נישט טראכטן אזעלכע זאכן, און זיכער נישט זאגן מער"... ער האט זיך אויך דערשראקן צום טויט דערפון, און באלד פארניכטעט דעם רעדע, אנשטאט דעם האט ער שנעל געמאכט א גאר עקסטרעמיסטישע רעדע אין לויב פון די קאמוניזם.
אבער ער האט וואויל געוואוסט אז אפילו אין דעם אינסטעטוציע איז אויך דא פיל מיט אויגן און אויערן פון די קעי דזשי בי. און ער האט זיך געוואונדערט ווי לאנג עס גייט נעמען ביז מען וועט אים שטעלן ביי א וואנט און שיסן צום טויט...
--
פארזעצונג קומט אי"ה.
א טייל פון די פרוכט וואס מען ניצט צו מאכן זאפט זענען עפל, מאראנץ, טאמאטע, אנאנאס, גרייפפרוכט, גוואווע, מאנגא, קאווענע, זשורעכלינע, וויינטרויבן, לימענע און גרינע לימענע.