דער שפיאן וואס האט פארראטן די "קעי דזשי בי".

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3321
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
לאקאציע: איינגעטונקען

דער שפיאן וואס האט פארראטן די "קעי דזשי בי".

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא זאפטיגער »

היות יעדער איינער איז פארנומען בלויז מיט קאראנע, שטעלן מיר אהער א ספעציעלע געשמאקע ארטיקל דא, וואו מ'וועט זיך קענען אביסל אויסלופטערן פון די פאניק און איבערקערעניש.

דער אכצנטער אין מאי, יארע 1985.

פאר די מענטשן אינעם "קעי אינהייט", אן אפטיילונג פון די קאנטער שפיאנאזש אינעם קעי דזשי בי, איז דאס געווען א רוטינע מיסיע פון איינפלאנצן אונטערהער אפאראטן.

אין ווייניגער פון א מינוט אויפן זייגער, זענען אויפגעבראכן געווארן די שלעסער פונעם אריינגאנג צום דירה אויפן אכטן שטאק אינען לענינסקי פראספעקט גאס נומער 103 אין מאסקעווע, א פילשטאקיגע געביידע וואו עס האבן געוואוינט קעי דזשי בי אפיצירן און זייערע פאמיליעס.

צוויי אגענטן מיט הענטשיכעס און פארמאסקירטע געזיכעטער האבן אנגעהויבן א גרונטליכע זיכונג אינעם הויז, ווען צוויי טעכניקער האבן איינגעפלאנצט די אונטערהער אפאראטן. זיי האבן געארבעט זייער שנעל, און באהאלטן די אפאראטן אונטער די טאפעטן וואס האבן באדעקט די ווענט, און אונטער די האלצערנע מאלדינג פונעם דאך.

די מיקראפאן איז איינגעפלאנצט געווארן אינעם הענטל פונעם טעלעפאון, און אין די עלעקטעריק בירנע האבן זיי געלייגט א קליינשטיגע ווידעא קאמערע, סיי אין קאך, סיי אין סאלאן און סיי אינעם שלאף צימער.

ווען זיי האבן פארלאזט דעם הויז ווייניגער ווי א שעה שפעטער, איז כמעט נישט געווען קיין ווינקל אין דעם דירה אן די אויגן און אויערן פון די קעי דזשי בי. דאן האבן די אגענטן אנגעטוען ספעציעלע שיץ קליידונג, און געשפריצט א שיכט פון א ראדיאקטיווער שטויב אויף די קליידונג און די שיך, גענוג אז ס'זאל נישט פאר'סמ'ען דער וואס טוט עס אן, אבער מיט די מעגליכקייט זיי נאכצופאלגן מיט ראדיאקטיווע סענסארס.

די טיר איז פארשפארט געווארן גענוי וויאזוי זיי האבן עס געעפנט, קיין מענטש וואלט נישט באמערקט אז איינער האט דא אפגעשטאט יעצט א באזוך...

***

געציילטע שעה שפעטער האט געלאנדעט אויפן לופטפעלד פון מאסקעווע א הויכראנגיקער סאוויעטישער שפיאנאזש אפיציר, וואס איז אראפגעשטיגן פון דעם עירפלאט פליגער וועלכע איז נארוואס געקומען פןן לאנדאן.

קאלאנעל אולעג אנטאנייאוויטץ גארדייעווסקי איז געשטאנען אין שפיץ פון זיין קאריערע. ער איז געווען דער 'ילד הפלא' פון די סאוויעטישע שפיאנאזש, ער איז מיט פלייס געשטיגן און געקראכן ארויף אויף די לייטער פון פאסיציעס, און זיינע פעאיגקייטן וואס ער האט געוויזן ביי זיינע אקציעס אין סקאנדינוויע, מאסקעווע און בריטאניע, זענען געווען ריין פון יעדן פלעק.

אצינד, זייענדיג זעקס און פערציג יאר, איז ער אויפגענומען געווארן צו אנפירן די קעי דזשי בי איינהייט אין לאנדאן - זייער א הויכע פאזיציע - און ער איז איינגעלאדענט געווארן קיין מאסקעווע צו באקומען דעם אפיציעלן פאזיציע פון דעם הויפט קעי דזשי בי אליינס.

גארדייעווסקי דער ערפארענער שפיאן, איז געווען ערווארטעט אנצוקומען צום העכסטן פאזיציע פון די גרויזאמע און ברייטפארצווייגטע זיכערהייט און שפיאנאזש דינסט פון די מעכטיגע סאוויעטישע פארבאנד. דער שטייפער און אטלעטישער מאן איז געגאנגען זיכער און פעסט צווישן די פילע וואס האבן שפאמירט אינעם לופטפעלד. אבער זיין הארץ האט געקלאפט ווילד און שרעקעדיג.

און ס'איז געווען דערפאר א בארעכטיגטע סיבה. דער גרויסער וועטעראן שפיאן אולער גארדייעווסקי, דער געטרייער סאוויעטישער געהיימער אגענט, איז אצינד געווען נאך עפעס אויסער דעם.

א בריטישער שפיאן...

***

מיט צוועלף יאר פריער איז ער איינגעשפאנט געווארן דארך די עם. איי. סיקס, די געהיימע שפיאנאזש אגענטור פון ענגלאנד. זיין קאוד נאמען איז געווען "נאקטאן", און ער איז געווען איינע פון די מערסט אפעקטיווע שפיאנען אין היסטאריע! די ריזיגע הויפענעס מיט אינפארמאציע וואס ער האט געגעבן פאר זיינע בריטישע שפיאנאזש אויבערהארן האבן געטוישט די גאנג פונעןם קאלטן קריג, און האבן אויפגעדעקט גאנצע שפיאנאזש רינגען פון די סאוויעטישע פארבאנד אינעם מערב וועלט.

א דאנק זיינע קראנטע אינפארמאטיווע אינפארמאציע, האט די מערב וועלט געקענט זיך ערלויבן נישט צו אנהייבן קיין נוקלעארע קריג, האבנדיג א טיפן אריינבליק איבער וואס עס טוט זיך אפ אין די מוחות פון די קרעמלין אינעם רויטן סקווער, אין איינע פון די מערסט געפארפולע און גורל'דיגע טעג אינעם וועלטס היסטאריע.

יעדער איינער פון די גאר הויכע שפיאנען אינעם מערב וועלט האט געוואוסט אז אינפארמאציע וואס "נאקטאן" ברענגט זענען קראנט, כאטש וואס קיינער האט נישט געוואוסט וואס זיין עכטע אידיטענט איז. אפילו זיין יונגע ווייב האט נישט געוואסט איבער זיין דאפלטע פרצוף.

דאס אויפנעמען גארדייעווסקי אלס א "רעדיזענט" ווי די רוסקיס האבן גערופן אן אנפירער פון א הויפטקווארטיר, האט געברענגט גרויס פרייד ביי די גאר ענגע גרופע פון די עם איי סיקס הויכראנגיקע שפיאנאזש אפיצירן וואס האבן געוואוסט דעם גרויסן סוד פון נאקאטן. יעצט ווייסט ער יעדע זאך וואס איז נאך אין די פלאנירונג פאזע, און אלס דער העכסטראנגיקער קעי דזשי בי איינגעשטעלטער אין ענגלאנד, וועט ער האבן ענדלאזע צוטריט צו אלע גרעסטע סודות פון די רוסישע שפיאנאזש. ער וועט קענען פון היינט און ווייטער צעוויסן טוען פאר די ענגלענדער סיי וואס נאך בעפאר עס ווערט אויסגעפירט.

אבער מיט דעם אלעם, זענען די בריטישע העכסטע שפיאנען נישט געווען אזוי רואיג מיט דעם פאקט אז ער איז אראפגערופן געווארן קיין מאסקעווע. עפעס א געפיל האבן זיי געהאט אז מען רעדט דא פון א פאסטקע. זיי האבן נישט געוואסט פארוואס, אבער זייער הארץ האט נישט אנגעזאגט קיין גוטס...

אין א שנעלע און דרינגענדע באגעגעניש צווישן אים און די הויפט בריטישע שפיאנען אין א געהיימע אומבאצייכנטע דירה אין לאנדאן, האבן זיי זיך געבעטן צו גארדייעווסקי אז ער זאל פארשוואונדן ווערן און אנהייבן א נייעם לעבן אונטער א צווייטע נאמען און מאסקע, אנשטאט צו פארן קיין מאסקעווע צו די באפעל פון די קעי דזשי בי. זיי האבן אלע געוואוסט אז אויב איז עס פשוט ווי די סאוויעטן זאגן און ער וועט ווערן דער גרעסטער מאן פון די רוסישע קעי דזשי בי, דאן איז עס די גרעסטע געווינס אין די שפיאנאזש היסטאריע פון די מערב וועלט.

אבער... אבער אויב איז דאס א פאסטקע, אזוי ווי זיי האבן געשפירט אז דאס איז, דאן איז נישט נאר פארלוירן זייער בעסטער שפיאנאזש קוואל, נאר אויך דאס לעבן פון דעם גלענצענדעם יונגן אגענט!

פאר א לענגערע צייט האט גארדייעווסקי געקלערט און געטראכט, ביז ער האט באשלאסן קלאר און דייטליך: "איך גיי קיין מאסקעווע"...

די עם איי סיקס שפיאנען זענען ווידער אריבער מיט אים דעם עמערדזשענסי פלאן מיטן קאוד נאמען "פימליקאו" ווי אזוי צו אנטלויפן אין פאל זייערע פארדאכטן שטעלן זיך ארויס אלס ריכטיג, א פלאן וואס איז שוין אויספלאנירט געווארן מיט זיבן יאר פריער, מיט די פולסטע האפענונג אז מ'וועט עס קיינמאל נישט דארפון נוצן. ביז דעמאלט איז נאך קיינמאל למעשה נישט געלונגען פאר די עם איי סיקס צו ארויסשווערצן א מענטש פון די סאוויעטן פארבאנד, און אוודאי נישט קיין קעי דזשי בי אפיציר...

די אנטלויף פלאן איז געווען געוואגט און ריזיקאליש, קאמפליצירט און פארוויקלט, און עס איז באמת געווען געמאכט צו נוצן בלויז אלס די לעצטע מיטל, ווען גארנישט אנדערש איז נישט מער מעגליך...

***

נישט אומזיסט איז גארדייעווסקי געווען אזא געלונגענער שפיאנאזש אגענט. ער איז געווען געלערנט און כיטרע צו אידענטיפיצירן אויפן ארט יעדע איינציגסטע געפאר וואס לויערט קעגן אים, אפילו אויב ס'איז געווען קונצליך באהאלטן. ווען ער איז געגאנגען אינעם לופטפעלד אין מאסקווע און זיינע נערוון זענען געווען אנגעצויגן און אנגעשפיצט, האט ער געזען ווארענונגס לעמפ בליצן אין יעדן איינציגסטן ווינקל...

עס האט זיך אים געדאכט אז דער באאמטער ביים פאספארטן טישל באטראכט זיין פאספארט פאר צו א לאנגע צייט. און וואו איז דער אפיציעלער פארשטייער וואס האט אים געדארפט קומען אויפנעמען מיט כבוד אין לופטפעלד ווי עס פאסט פאר אזא הויכראנגיקער קאלאנאל וואס קומט צוריק פון דינסט אין אויסלאנד? אייביג איז די לופטפעלד געווען פיל מיט געהיימע אגענטן, אבער ער האט באמערקט אז דאסמאל איז עס מער ווי דריי מאל אזויפיל אנגעלייגט מיט געהיימע אגענטן ווי געווענליך...

גארדייעווסקי איז אריין אינעם טעקסי אביסל רואיגער, מיטן באשלוס אין הארצן אז אויב וואלט די קעי דזשי בי שוין געוואוסט דעם אמת איבער אים, וואלטן זיי אים נישט געגעבן די געלעגנהייט אריינצוגיין אין א טעקסי. ער וואלט שוין יעצט געווען געקייטלט און אויפן וועג צו די פייניגונגס צימער פון די קעי דזשי בי ביי א שווערע אויספארשונג, וואס ענדיגט זיך מיט א קויל אין קאפ אדער עפעס ענליכס.

ווען ער איז אריין אין זיין געביידע אינעם לענינסקי פראספעקט גאס דורכן עליוועיטאר צום אכטן שטאק, האט נישט אויסגעזען ווי סיי ווער גייט אים נאך. ער איז שוין נישט געווען אין דעם דירה זינט יאנואר.

די ערשטע שלאס פונעם טיר האט זיך גרינג געעפנט, און די צווייטע אויך. אבער דאס טיר האט זיך נישט גערירט.

ווי ער האט פעסטגעשטעלט, איז די דריטע שלאס געווען אן אלטע שלאס וואס איז נאך פון ווען די געביידע אזי געבויט געווארן, און דאס איז אויך פארשפארט. אבער גארדייעווסקי האט געוואסט אז ער האט אין לעבן נישט פארשפארט דעם דריטן שלאס, ער האט אפילו נישט דעם שליסל דערפון.

א קאלטע שווייס האט אים באגאסן, און זיין הארץ האט ווילד אנגעהויבן קלאפן. איינער האט אפגעשטאט א באזוך אין זיין דירה, און בטעות פארשלאסן אויך דעם דריטן שלאס.

דאס קען נאר זיין איינער. די קעי דזשי בי.

די שרעק פון די גאנצע פאריגע וואך איז צוריק געקומען און אים פארפלייצט אויף איינמאל. ער האט געוואוסט די קלארע, קאלטע און פארפרירענדע פאקט, אז די קעי דזשי בי איז אנגעקומען צו זיין הויז, זיי האבן עס זיכער אונטערזיכט און איינגעפלאנצט דא שפיאנאזש אונטערהער אפאראטן.

ער איז פערדעכטיגט אין די אויגן פון די סאוויעטן פארבאנד, איינער האט אים ארויסגעגעבן, און זיינע פריינד די שפיאנען, טוען יעצט שפיאנירן אויף אים. די מצב טויג נישט. ער האט זיך נישט געקענט רירן פון ארט פון גרויס שרעק און אנגעצויגנקייט, אבער ס'איז שוין דערנאך. ער איז שוין דא אין מאסקעווע...

--

פארזעצונג קומט אי"ה.
לעצט פארראכטן דורך שמעלקא זאפטיגער אום מאנטאג מארטש 23, 2020 12:18 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
די גאנצע שטאט פאר קיין דותן, אבער דותן איז געבליבן ביים ירח האיתנים. און שוין.
אביסל טיפער
שר האלף
תגובות: 1821
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יאנואר 11, 2020 8:09 pm
לאקאציע: לאנדאן 1935

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אביסל טיפער »

א גרויסער יישר כח.
ביטע לאז נישט לאנג ווארטן!
ספענט 20$ און באקומט 20$ דורך זיך אויפסיינען דא
און אזוי אויך באקומט איהר קעשבעק ווען איהר קויפט איין נאכן זיך אויפסיינען

"און פארגעסט נישט אז תורה איז די בעסטע סחורה"
אוועטאר
גלגלשלג
שר חמש מאות
תגובות: 990
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 27, 2010 5:52 pm
לאקאציע: טיף באגראבען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גלגלשלג »

וועלקאם בעק
מיר ווארטן אויף א פארזעצונג כאטש יעדן טאג
טענקס
"אדם יסודו מעפר וסופו לעפר" בינו לבינו איז גוט א טרינק בראנפן
אוועטאר
גלגלשלג
שר חמש מאות
תגובות: 990
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 27, 2010 5:52 pm
לאקאציע: טיף באגראבען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גלגלשלג »

אז די ביסט שוין דא
אפשר זיי אזוי גוט און ענדיג צו די מיסטריעזע טאשקע

ביטע מיר בעטן שיין.....
"אדם יסודו מעפר וסופו לעפר" בינו לבינו איז גוט א טרינק בראנפן
אוועטאר
כא כא כא
שר האלף
תגובות: 1642
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2017 5:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כא כא כא »

הייליגער באשעפער האסט נישט געקענט צוריק ברענגען דא ר' שמעלקא נאר דורך אזא וועלטס איבערקערעניש????
האסטו שוין אמאל געהערט ווי די רויבערס צילאכן זיך...
לאך פון די וועלט
קח''א קארדינעיטאר
קעסטל
שר העשר
תגובות: 16
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 14, 2018 6:30 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קעסטל »

WOWOWOW!!!!!!! מ'האמיר אים צוריק ב''ה. דארף נאך טאקע ענדיגן אפאר פריערדיגע פארזעצונגען, אבער מיר קוקן פאראויס פאר נאך דראמאטישע סחורה.

קיפ איט קאמינג!!
לעצט פארראכטן דורך קעסטל אום זונטאג מארטש 15, 2020 11:16 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
פול מיט לעכער, אבער שטארק, ווי א קעסטל..!!
שאהן הענניטי
שר האלפיים
תגובות: 2907
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 15, 2012 12:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאהן הענניטי »

Wow thanks much
שׁעמעדיגער
שר האלפיים
תגובות: 2681
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 16, 2017 2:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שׁעמעדיגער »

קוקט אויס ווי סקימט אסאך דראמע...

שמעלקא טענקס מאטש! נייס טו העוו יו בעק!
לאז אינז נישט ווארטן צו לאנג
אוועטאר
חוח בין השושנים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4131
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוח בין השושנים »

זאפטי, ברוך שובך לעולמינו !!
אפגעלייענט מיט אפעטיט, געשלונגען יעדעס ווארט מיט דורשט, געקוועלט פון דיין טאלאנט, יעצט ווארטעך מיט אנגסט אויף די בעפארשטייענדע, די הארץ צאפלט ווי א קענגערו. וואס ווייטער??
פארווייטאגט
שר האלפיים
תגובות: 2049
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 14, 2019 1:29 pm

פארזעצונג קומט אי"ה???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארווייטאגט »

זאל איך אנהייבן צו ליינען, און דערנאך בלייבן שטעקן אינמיטן די שרעקעדיגע שטיקל, אדער איהר פלאנט עס אמת'דיג צו ענדיגן?
יאסל קעניג
שר מאה
תגובות: 146
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 05, 2020 5:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאסל קעניג »

Wow
מעגא!
די נערווען זענען גוט צושפרינגען...
איין זאך פליז... ענדיג עס אויך.. נאך פאר די קאראנא גייט אריבער..
מלך שהשלום שלו
אוועטאר
שטומפיג
שר ששת אלפים
תגובות: 6999
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 11, 2018 8:30 pm
לאקאציע: צווישן קענט און בראדוועי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטומפיג »

WOW! ער איז דא!
איך האב אבער נישט קיין צייט צו פראווען די גרויסע שמחה, איך דארף מיך נעמען ליינען......
אינפארמאציע! די ניק איז שוין נישט אקטיוו
אוועטאר
טעם וריח
שר האלפיים
תגובות: 2554
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 19, 2017 7:33 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעם וריח »

בדרך כלל הייב איך אפילו נישט אן צו ליינען זיין סחורה, ווייל חזקה על שמעלקעניו שאינו חוזר לגמור! וויל איך נישט בלייבן אנגעצויגן.. העט ער ענדיגן די גאנצע געשיכטע העמיר דעמאלט איבערליינען סגאנצע...
על "טעם וריח" אין להתווכח
אוועטאר
חוח בין השושנים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4131
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוח בין השושנים »

טעם וריח האט געשריבן:בדרך כלל הייב איך אפילו נישט אן צו ליינען זיין סחורה, ווייל חזקה על שמעלקעניו שאינו חוזר לגמור! וויל איך נישט בלייבן אנגעצויגן.. העט ער ענדיגן די גאנצע געשיכטע העמיר דעמאלט איבערליינען סגאנצע...

לבי אומר לי אז דאס מאל האסטעדעך געבראכן און עס יא געלייענט...
זיי זיך מודה!!
אוועטאר
שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3321
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
לאקאציע: איינגעטונקען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא זאפטיגער »

אולעג גארדייעווסקי איז געבוירן געווארן אין די קעי דזשי בי; די קעי דזשי בי האט אים דעזיינט, אים געשטעלט אויף די פיס, אים ליב געהאט, זיך געשלאגן מיט אים, און ער האט אים כמעט אינגאנצן מסדר געווען... די שפיאנאזש ארבעט פון די סאוויעטישע פארבאנד איז געווען עפעס וואס האט געטראפן איר וואוינונג אין זיין הארץ, און איז געפלאסן אין די בלוט פון זינע אדערן.

זיין טאטע האט אלע יארן געדינט אין די שפיאנאזש געמיינדע פון מוטער רוסלאנד, ער האט יעדן טאג אנגעטוען מיט שטאלץ זיינע מונדירן, אפילו אין אזעלכע טעג וואס מען האט נישט געארבעט. די גארדייעווסקי פאמיליע האט געוואוינט אין די הארץ פון איינע פון די געביידעס וואס איז געווען א נעסט און אן אפיציעלן רעזידענץ פאר סאוויעטישע שפיאנאזש אפיצירן, געניסנדיג פון ספעציעלע עסנווארג און אנדערע פראדוקטן וואס בלויז די עליטע אינעם שפיאנאזש פענסטערל האבן געקענט געניסן. די איבעריגע שעות האט ער פארברענגט מיט די קינדער פון אנדערע שפיאנען, בקיצור, ער איז געווען א שטיק פלייש פון די קעי דזשי בי.

די ארגאניזאציע, וואס איר פונקטליכערע נאמען "קאמיטעט גאסודרעסטווענאוי בזאפאסנאסטי" [די קאמיטע פארן לאנד'ס זיכערהייט] איז געווען מער קאמפליצירט פון זיי וועלכע שפיאנאזש אגענטור וואס איז געווען סיי ווען אין היסטאריע, און אירע אקטיוויטעטן זענען אויך געווען פיל מער פארצווייגט פון סיי וועלכע שפיאנאזש געמיינדע אויפן גלאבאל.

די קעי דזשי בי איז געווען א דירעקטן יורש פון די שפיאנאזש געמיינדע פון די צייטן פון סטאלין, און איז געווען באאויפטראגט אין זאמלען שפיאנאזש אינפארמאציע נאציאנאל און אינטערנאציאנאל, און אין די זעלבע צייט אויך אינפארסירן די געזעצן און זיכערהייט גענוי ווי א פאליציי קראפט אין סיי וועלכע לאנד. יעדער האט געוויסט אז די קעי דזשי בי איז א מערדערליכע און ברוטאלע ארגאניזאציע, געהיים אז מ'קען זיי נישט זען, אבער זיי האבן אויגן און אויערן איבעראל, אין יעדעם'ס פריוואטער צימער אין שטוב.

די קעי דזשי בי האט אויסגעריסן סיי וועלכע קעגנערשאפט צום קאמוניסטישן רעזשים, און האט אין די זעלבע צייט שפיאנירט קעגן פיינטליכע לענדער, און צעקוועטשט די איינוואוינער פון די סאוויעטן פארבאנד מיט צוואנג, אז יעדער זאל אויספאלגן אלע געזעצן און באפעלן ווי א וואוילע שעפעלע, וויסנדיג וואס קען פאסירן אויב נישט.

זיי האבן אליינס אויפגעוואקסן און טרענירט זייערע אגענטן, און זיי איינגעפלאנצט אין יעדן ווינקל אין די וועלט, וואס האט געברענגט א שטורעמישע און לעבעדיגע קוואל פון מיליטערישע, פאליטישע און וויסנשאפטליכע שפיאנאזש פון יעדע ארט און צו יעדע צייט. אין אירע בעסטע צייטן האט די קעי דזשי בי פארמאגט מער פון א מיליאן אגענטן און שפיאנען וואס האט געברענגט דערצו אז סאוויעט רוסלאנד האט פארמאגט די בעסטע, קראנטסטע און מערסט סאפיסטיקירטע שפיאנאזש אפאראט ווי סיי ווער בעפאר.

אין די מערב וועלט האט מען דאס געוואוסט, און פאקטיש געציטערט דערפון אימת מות. די ווערטער "קעי דזשי בי." האט געמיינט אין די אויגן פון די מערב וועלט טעראר, אגרעסיוויטעט, און סאבאטאזש קעגן סיי וועלכער פיינט, פול מיט אכזריות און ענדלאזע רשעות. די קעי דזשי בי איז נישט באטראכט געווארן בלויז אלס פראפעסיאנאלע שפיאנאזש אגענטור, נאר אלס א ברוטאלע קרימינאלע באנדע מיט לאנגע נעגל און בלוטיגע שטיוול.

אנדערש האבן עס אבער די בירגער אינעם סאוויעטן פארבאנד באטראכט. זיי האבן טאקע מורא געהאט פון די קעי דזשי בי און נישט געזוכט זיך צו פארפלאנטערן מיט זיי, אבער א סאוויעטישער בירגער האט באטראכט דעם קעי דזשי בי אגענט מיט שעצונג און אלס א גרויסער מענטש, איינער וואס איז פון די עליטע און דער באשיצער פון די קאמוניסטישע אידיאלאגיע, דער פאנצער קעגן די אימפעריאליזם און די אגרעסיווע קאפיטעליסטישע שיטה פון די מערב וועלט.

ווער ס'איז געווען איינגעשטעלט אין די קעי דזשי בי האט זיך געשפירט בגדול'ט און רעספעקטירט. ער האט אייביג באקומען דעם געפיל אז די אלגעמיינע באפעלקערונג פארלאזט זיך אויף אים און זעט אין אים א מאכטפולער מענטש. איינער וואס איז געווען אין די "קעי דזשי בי" האט דארט שוין געדינט דארט ביזן ענדע פון זיין לעבן. צומאל איז ער אליינס געשטארבן, צומאל האט מען אים אומגעברענגט, אבער ס'איז נישט געווען אזא זאך א 'געוועזענער קעי דזשי בי אגענט'. ווער עס איז דארט אריינגעקומען - נאך א טיפע איבערזיכט - האט מער נישט געקענט ארויסגיין פוןד ארט. ס'איז געווען זייער שטרענג אינפארסירט.

***

אולעג גארדייעווסקי האט קיינמאל נישט געקלערט אפילו אז ער גייט טוען סיי וועלכע זאך אויסער שפיאנירן פאר די קעי דזשי בי. זיין פאטער אנטאן לאוורענטייעוויטץ גארדייעווסקי איז געווען א זוהן פון א באן-רעלסן בויער נאכדעם וואס ער איז געווען א לערער אין א שולע. די רעוואלוציע האט אים פארוואנדלט אין א באשוואוירענער הייסער קאמוניסט, וואס האט זיך פארלאזט אויף די קאמוניסטישע פארטיי מיט פארמאכטע אויגן, און ער האט געטוען אלעס וואס זיי האבן אים געהייסן, אפילו אויב דאס זענען געווען שרעקליכע פארברעכנס קעגן דאס מענטשהייט.

אין יאר 1932 האט גארדייעווסקי דער פאטער ארויסגעהאלפן איינצופירן דעם 'סאוויעטיזאציע' אין קאזאכסטאן, און ער האט זיך אנגעשלאסן מיטן צוכאפן עסנווארג פון די אומגליקליכע פארמערס כדי צו פיטערן דערמיט די רויטע ארמיי און די סאוויעטישע שטעט. מער ווי איינס און א האלב מיליאן מענטשן האבן געצאלט דערפאר זייער לעבן פון הונגער, און אנטאן גארדייעווסקי האט דאס צוגעזען מיט זיינע אייגענע אויגן, אבער ער האט ווייטער געטוען בלינדערהייט וואס מ'האט אים באפוילן צו טוען.

נאך יענעם יאר האט ער זיך אנגשעלאסן אין די "לאנדס זיכערהייט ביורא" און שפעטער צו די נ.ק.וו.ד. וואס איז געווען די סטאליניסטישע געהיים דינסט, דער פארגייער פונעם קעי דזשי בי. אלס אן אפיציר אין די פאליטישע פירערשאפט פון דעם ארגאניזאציע, איז ער געווען געשטעלט אויף די פאליטישע געזעצן און די אינדאקטערינאציע פון דאס באפעלקערונג. ער האט געהייראט מיט א סטאטיסטיקערטע אין מאסקעווע, און זיי האבן ביידע געוואוינט אין א ספעציעל געביידע פאר קעי דזשי בי. איינגעשטעלטע. זייער ערשטער קינד וואסילי איז געבוירן אין 1932, ווען די פאמיליע שטייגט אין ראנג כסדר אונטער סטאלינ'ס הערשאפט.

ווען כאווער סטאלין האט געמאלדן אז ער האט מורא פון א רעוואלוציע, האט זיך אנטאן גארדייעווסקי האלב אנדערופן מיט א גרייטקייט צו העלפן עלימינירן אלע פאררעטער. די "גרויסע רייניגונג" וואס סטאלין האט דורכגעפירט אין די יארן צווישן 1936 ביז 1938 איז געווען עפעס מיט וואס ער האט אומגעברענגט מכלומרש'ט אלע פיינט פון די רעגירונג: באהאלטענע טראציקסן; טעראריסטן; אנטי רעגירונג שפיאנען; אומלאיאלע פאליטיקאנטן און רעגירונגס באאמטע; פארמער; אידן; לערערס; גענעראלן; פולישע; אומגעטרייע סאלדאטן; און נאך פילע מינאריטעט גרופעס.

רוב פון די אלע וואס זענען געשטארבן פון א קויל אין קאפ דורך סטאלינ'ס תליינים זענען געווען פיינע וואוילע און אומשולדיגע מענטשן וואס זענען ברוטאל אוועק געריסן געווארן יונגערהייט פון דעם וועלט, און די בעסטע וועג צו איבערלעבן דעם שרעקליכע בלוט באד איז געווען דורכן ווייזן געטריישאפט פאר סטאלין מיטן מסר'ן אנדערע מענטשן וואס זענען אין רעזולטאט אומגעברענגט געווארן מיט קאלט בלוט.

"עס זאלן בעסער שטארבן צען אומשולדיגע קאמעניסטן פארן מוטערלאנד, ווי איידער איין שפיאן זאל זיך ארויסדרייען פון זיי פארדינטן שטראף" איז געווען דער אפיציעלער מאטא פון ניקאלאיי יעדזשאב, דער נ.ק.וו.ד. פירער. "ווען מ'האקט האלץ איז נאטורליך אז עס פאלן אוועק אויך יונגע ביימעלעך". פילע האבן גע'מסר'ט און די הענט פון די תליינים זענען געווען פיל מיט בלוט, זיי האבן געהאט אן איבערפלוס פון ארבעט. אויך די סיבירישע לאגערן און גולאגס זענען געווארן איבערגעפילט עד אפס מקום.

אבער אזוי ווי ביי יעדע אזא סארט אקציע, הייבט אן פאלן פארדאכטן אויף די אייגענע תליינים ווי געטריי זיי זענען, און די נ.ק.וו.ד. האט אנגעהויבן דורכצופירן איר אייגענע רייניגונג צווישן אירע רייען. אינמיטן די פילע בלוט פארגיסונגען האט די סאוויעטישע שפיאנאזש פאליציי דורכגעפירט כאטש צוועלף אבעלאוועס אין פינף מאנאטן, אין די געביידע וואו גארדייעווסקי האט געוואוינט. די ארעסטן זענען געווען אינמיטן די נאכט, מען האט ערשט געכאפט און ארויסגעשלעפט דעם ראש המשפחה, און דערנאך די איבעריגע פאמיליע מיטגלידער.

גארדייעווסקי האט געזען אז זיינע נאנטסטע ווערן אוועק געשלעפט צו די שיס-ברעטלעך, כאטש זיי האבן געטריי געדינט די נ.ק.וו.ד. און האט באשלאסן צו העכערן די מסירות ראטע קעגן זיינע נאנטע כדי אראפצונעמען פון זיך יעדע פארדאכט. "די נ.ק.וו.ד. איז אייביג גערעכט" פלעגט ער זאגן פאר זיינע פאמיליע מיטגלידער יעדעס מאל וואס אזא ארעסט קעגן א נאנטער פריינד איז אדורכגעפירט געווארן.

***

דער צווייטער זוהן פון די פאמיליע, אונזער אולעג, איז געבוירן געווארן אינעם צענטן פון אקטאובער 1938, ווען די גרויסע טעראר האט זיך שוין מער ווייניגער געענדיגט, און די שווארצע וואלקענעס האבן זיך אנגעהויבן צו צעשפרייטן. אין די אויגן פון אלע זייערע באקאנטע, זענען אנטאן און אולעגא גארדייעווסקי געווען פארטיגע פארברענטע סאוויעטן, ריין פון א אידיאלאגישער שטאנדפונקט, און געטריי צום פארטיי און צום לאנד, אצינד אויך עלטערן פון צוויי געזונטע און שטראמע קינדער. זיבן יאר שפעטער איז געבוירן געווארן אויך א טאכטער, מארינא, און די גארדייעווסקי פאמיליע איז געווען זאט, רואיג, צופרידן, און געלעבט א לעבן פון עליטע.

אין פאקט אבער, האט אנטאן אסאך געציטערט אויף די פינסטערע הריגות וואס ער האט דורכגעפירט אין זיין לעבן, און איז נישט געווען צופרידן מיט זיך. ער האט אייביג געשפירט אז זיין טאג וועט קומען און ער וועט האבן א נקמה פון די אלע טויטע וואס ער האט פארשיקט פון דעם וועלט. אינדערהיים פלעגט ער אפט זיצן בלאסערהייט און קלאצן אויפן דאך ווען זיינע ליפן ציטערן, כאטש וואס אויפן גאס האט ער געווארפן א שרעק אויף יעדעם וואס איז נאר געשטאנען אין די זעלבע גאס ווי אים.

אויך די מאמע איז נישט געווען אזא שטארקע חסיד'טע פון די נ.ק.וו.ד. וואו איר מאן האט געארבעט. איר פאטער האט געהאט א ווייץ מיל וואס די סאוויעטן האבן פון אים פארכאפט אן קיין פארוואס און אן קיין פאר ווען; איר ברודער האט דעמאלט דאס פארציילט פאר זיינע פריינט און אלס שטראף האט מען אים פארשיקט צו א גולאג אין מזרח סיביר פאר לאנגע יארן; זי האט געזען מיט אירע אייגענע אויגן ווי געטרייע סאוויעטן ווערן געשלעפט ווי הונט געבינדן אין קייטן אינמיטן די נאכט, און זי האט געהאסט די נ.ק.וו.ד. מיט איר גאנצע הארץ. אבער זי האט געהאט גענוג שכל זיך צו האלטן דאס מויל פארהאקט און פארשטייפט, און נישט זאגן אירע מחשבות אויפן ליפן חלילה.

--

פארזעצונג קומט אי"ה.
די גאנצע שטאט פאר קיין דותן, אבער דותן איז געבליבן ביים ירח האיתנים. און שוין.
אביסל טיפער
שר האלף
תגובות: 1821
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יאנואר 11, 2020 8:09 pm
לאקאציע: לאנדאן 1935

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אביסל טיפער »

יישר כח @זאפטיגער. זאפטיגע סחורה.
ספענט 20$ און באקומט 20$ דורך זיך אויפסיינען דא
און אזוי אויך באקומט איהר קעשבעק ווען איהר קויפט איין נאכן זיך אויפסיינען

"און פארגעסט נישט אז תורה איז די בעסטע סחורה"
אוועטאר
פרישע קוגל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3014
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 13, 2020 1:14 pm
לאקאציע: און עוד מלבדו - דענווער קאלאראדא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרישע קוגל »

שמעלקא זאפטיגער האט געשריבן:
די ארגאניזאציע, וואס איר פונקטליכערע נאמען "קאמיטעט גאסודרעסטווענאוי בזאפאסנאסטי" [די קאמיטע פארן לאנד'ס זיכערהייט]

דא איז שוין א חידיש...
אויבדי וועסט נישט ענדיגן די מעשה ביז'ן סוף וועל איך זיך בייזערן אבער ס'איז זיכער בעסער ווי צי ליינען קעראנע פאויביעס פון פארפאניקטע מענטשען
יאסל קעניג
שר מאה
תגובות: 146
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 05, 2020 5:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאסל קעניג »

זאפטי ש'בזאפטיג..
טענקס סאו מאטש
מלך שהשלום שלו
אוועטאר
שלמה מולכו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4142
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 18, 2019 11:18 am
לאקאציע: אין פעלד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה מולכו »

שמעלקא,

ביטע גיי ווייטער,

ישר כח.
פון רעמסס קיין ניו יארק

פעלדמאן בחורל׳ס טרערעליך - וויינט מיט מיר.

מיין וואקאציע - קאליפארניע

ווער עס האט אויגין לאז זעהן און ווער עס האט א הארץ לאז פארשטיין, וואס אויף דער וועלט טוט זיך.
בלעכענער פנים
שר האלפיים
תגובות: 2659
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 04, 2019 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלעכענער פנים »

שלמה מולכו האט געשריבן:שמעלקא,

ביטע גיי ווייטער,

ישר כח.
אוועטאר
שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3321
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
לאקאציע: איינגעטונקען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא זאפטיגער »

מ'גייט אי"ה ממשיך זיין. נישט זארגן.
די גאנצע שטאט פאר קיין דותן, אבער דותן איז געבליבן ביים ירח האיתנים. און שוין.
בלעכענער פנים
שר האלפיים
תגובות: 2659
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 04, 2019 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלעכענער פנים »

כ'קען שויניש ווארטען....
טענקס
גיי
שר חמש מאות
תגובות: 643
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 10, 2018 12:38 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גיי »

שמעלקא זאפטיגער האט געשריבן:מ'גייט אי"ה ממשיך זיין. נישט זארגן.

א ריזיגע שכח
הצלחה
אוועטאר
?אפשרטאקע
שר חמש מאות
תגובות: 742
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 26, 2012 6:41 pm

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ?אפשרטאקע »

בלעכענער פנים האט געשריבן:
שלמה מולכו האט געשריבן:שמעלקא,

ביטע גיי ווייטער,

ישר כח.
טוב לי
שר העשר
תגובות: 31
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 22, 2019 12:51 am

Re: דער שפיאן וואס האט פארראטן די "קעי דזשי בי".

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טוב לי »

א גרויסע ישר כח הרב שמעלקא פאר ביז אהער און א בקשה אויף ווייטער ביטע מיר שטייען און ווארטן
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”