דער שפיאן וואס האט פארראטן די "קעי דזשי בי".

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אביסל טיפער
שר מאה
תגובות: 244
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש ינואר 11, 2020 8:09 pm

Re: דער שפיאן וואס האט פארראטן די "קעי דזשי בי".

תגובהדורך אביסל טיפער » דינסטאג מארטש 24, 2020 5:37 pm

ab frid האט געשריבן:שמעלקא דערעוילעם ווארט אויף פארזעצונג?!

גא"מ
תורה איז די בעסטע סחורה

שארף און קליג
שר העשר
תגובות: 22
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 14, 2020 11:45 am

Re: דער שפיאן וואס האט פארראטן די "קעי דזשי בי".

תגובהדורך שארף און קליג » דינסטאג מארטש 24, 2020 10:36 pm

איך גלייך נישט צו לייענן פארזעצונגען, (פשוט נישט קיין געדולד צו זיין אנגעצויגן...)
אבער אויף פסח וויל איך עס ארויסדריקן און לייענען חוה"מ,
דעריבער ר' שמעלקא, א פערזענליכע טובה, מאך זיכער אז אויף פסח איז שוין די גאנצע מעשה פארטיג זאפטיג אפגעשריבן.

בתודה מראש

טוב לי
שר העשר
תגובות: 11
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 22, 2019 12:51 am

Re: דער שפיאן וואס האט פארראטן די "קעי דזשי בי".

תגובהדורך טוב לי » דאנארשטאג מארטש 26, 2020 9:46 pm

ר' שמעלקא ווען גייט מען ווייטער?

אביסל טיפער
שר מאה
תגובות: 244
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש ינואר 11, 2020 8:09 pm

Re: דער שפיאן וואס האט פארראטן די "קעי דזשי בי".

תגובהדורך אביסל טיפער » דאנארשטאג מארטש 26, 2020 10:56 pm

טוב לי האט געשריבן:ר' שמעלקא ווען גייט מען ווייטער?

גא"מ
תורה איז די בעסטע סחורה

ירנן
שר מאה
תגובות: 167
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 23, 2019 3:52 pm

Re: דער שפיאן וואס האט פארראטן די "קעי דזשי בי".

תגובהדורך ירנן » דאנארשטאג מארטש 26, 2020 11:00 pm

מ'דארף מאכן אן עקסטערע אשכול פאר די ארטיקל אזוי זאל איך באקומען נוטעפיקציא ווען עס קומט צו אן ארטיקל
שרייב זיך איין צו פארדינן געלט ביי איינקויפן איר פארדינט 10$ פאר מער אין אישי
Home Depot - Staples - eBay - Amazon - Target -BestBuy - Lowe's - Walmart

מענטש צווישן מענטשן
שר חמישים
תגובות: 63
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 07, 2019 2:10 pm

Re: דער שפיאן וואס האט פארראטן די "קעי דזשי בי".

תגובהדורך מענטש צווישן מענטשן » פרייטאג מארטש 27, 2020 12:24 am

חוח בין השושנים האט געשריבן:כ'זע אז דער עולם האט נישט קיין ווערטער וויאזוי ארויסצוברענגען זייערע געפילן פון דאנק פארן רבי'ן ר' שמעלקא,
אויב אזוי וועל איך נעמען די מייק:
יישר כוח ר' שמעלקא, באמת נישטא קיין ווערטער!!

אוועטאר
אזוי גאר!
שר חמישים ומאתים
תגובות: 482
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש מארטש 25, 2017 7:13 pm
לאקאציע: עולם השפל

Re: דער שפיאן וואס האט פארראטן די "קעי דזשי בי".

תגובהדורך אזוי גאר! » מוצ"ש מארטש 28, 2020 9:33 pm

פארוואס עפנט מען נישט א עקסטרע אשכול פאר תגובות?
שלח, שלח, רפואה שלימה, רפואה שלימה, לחולי עמך.

אוועטאר
שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3167
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
לאקאציע: איינגעטונקען

Re: דער שפיאן וואס האט פארראטן די "קעי דזשי בי".

תגובהדורך שמעלקא זאפטיגער » מיטוואך אפריל 01, 2020 9:53 pm

אולעג גארדיעווסקי איז געווען גאר שטארק איבערגענומען צו פארן קיין בערלין, דאס איז געווען דאס ערשטע מאל אין זיין לעבן וואס ער האט געהאט די מעגליכקייט ארויס צו טרעטן פון אונטער דעם אייזערנעם פארהאנג, און ער האט ממש נישט געקענט זיך בארואיגן פון דעם געלעגנהייט וואס האט זיך אים געמאכט, צו זיין א טייל פון די ספעציעלע אגענטור אין דייטשלאנד.

מזרח דייטשלאנד, "די דעמאקרטישע דייטשע רעפובליק" וואס איז געווען קאמוניסטיש און אליאירט מיט די קאמוניסטן, האט מיט דעם אלעם נישט פארמיטן אז די סאוויעטן זאלן שטיין אין די זייט. מען האט נישט געדארפט זיין א פיינט אז דער קעי דזשי בי. זאל אריינשטעקן דארט זייער נאז... אויך די גאר נאנטע פריינט זענען שפיאנירט געווארן טאג און נאכט דורך רוסלאנד. וואסילי איז שוין דארט געווען אן 'אומלעגאלער', און אולעג זיין ברודער האט זיך יעצט געטראפן מיט אים, און דורכגעפירט עטליכע "קליינע מיסיעס" פאר זיינע נייע אומאפיציעלע באלעבאטים.

אין דער 12'טער פון אוגוסט יארע 1961 האט אולעג געלאנדעט אין מזרח בערלין, און זיך איינגעגלידערט אין א סטודענטן דארמיטארי, וואס איז געווען אנגעפאקט מיט קעי דזשי בי געהיימע אגענטן, אינעם פארשטופטן שטעטל קארלסהארסט.

***

מיט צוויי מאנאטן פריער, האט זיך פארגרעסערט דער פלייץ פון בירגער וואס זענען אנטלאפן פון מזרח דייטשלאנד אויף מערב זייט, און פון דארט צו די פרייע וועלט. עס איז נאר געווארן מער און מער, און די קאמוניסטישע פירער האט עס ווייט פון געשמעקט - מילד גערעדט - וויאזוי אזויפיל מענטשן זוכן פטור צו ווערן פון זייער אזויגערופענע 'גן עדן', וואס מיר ווייסן אז דאס איז געווען א לשון סגי נהור... ביז 1961 זענען שוין אנטלאפן מער ווי דריי און א האלב מיליאן דייטשן פון מזרח זייט - וואס דאס איז א גרויסע 20 פראצענט פון די ארטיגע באפעלקערונג.

ווען גארדיעווסקי האט זיך דערוועקט צומארגנס פון זיין שלאף און אנגעהויבן צו אבזערווירן וואס עס גייט פאר, האט ער געזען אז מזרח בערלין איז פיל מיט באלדאזער טראקטארן. די רעגירונג אין מזרח דייטשלאנד האט נישט געקענט מער אויסהאלטן די שטארקע דרוק וואס זי האט באקומען פון מאסקעווע, און באשלאסן צו נעמען דראסטישע שריט אפצושטעלן די מאסן וואנדערונג. זיי האבן אנגעהויבן בויען א מאסיווער הויכער בלאקאדע וואס זאל אפטיילן צווישן מזרח און מערב בערלין, אן וואס עס זאל זיין א מעגליכקייט צו אנטלויפן פון דארט. דאס איז באקאנט אלס דער "בערלינער וואנט".

"די אנטי-פאשיסטישע שוץ מויער" איז אין פאקט געווען א מעכטיגער וואנט וואס האט פארוואנדלט מזרח בערלין אין א ריזיגע טורמע אז קיינער זאל פון דארט נישט אפטראגן. אלע בירגער זענען פשוט אריינגעטראסקעט געווארן אין א ריזיגע טורמע... דער בערלינער וואנט איז באשטאנען פון 240 קילאמעטער פון בעטאן און שטעכל דראטן, בונדערס, קאנאלן קעגן מאשינעריי, און אייזערנע צוימען. דאס איז געווען די ערשטע מאל וואס מ'האט געקענט זען מיט די אייגענע אויגן "דעם אייזערנעם פארהאנג" וואס איז ביז דאן געווען מער טעארעטיש. דאס איז געווען איינע פון די ערגסטע סטרוקטורן און רשעות'דיגע פראיעקטן וואס זענען געבויעט געווארן דורכאויס היסטאריע.

גארדיעווסקי האט געקוקט מיט שרעק און אנגסט אויף די וויאזוי די מזרח דייטשע ארבעטער טוען צושניידן די גאסן פון שטאט ביים גרעניץ ליניע, און מאכן דאס אלס א זאנע וואו עס איז נישט מעגליך אדורכצוהאקן אפילו מיט טאנקען, און ארומגענומען מיט שטעכל דראטן. איינס איינס זענען אנגעקומען באוואפנטע סאלדאטן מיט אויפגעריסטעטע געווער און אנגעהויבן צו באוואכן דאס ארט.

פילע בירגער וואס האבן געזען דעם בראך פאר זייערע אויגן, אז דא בלייבן זיי שוין ווארשיינליך שטעקן אויף אייביג, האבן פראבירט שנעל אדורכצולויפן דעם ארט בעפאר עס ווערט טאטאל בלאקירט, אבער די סאלדאטן האבן באקומען א באפעל צו שיסן מיט הייס פייער פאר ווער עס דערוואגט זיך נאר צו דערנענטערן. אולעג האט עס באטראכט, און עס האט אים אנגעהויבן צו מאכן שפירן גאנץ גוט מיט זיך... דער מעכטיגער שרעק-ווארפענדער מויער האט אים אויסגעזען עפעס מיט וואס רוסלאנד קען שטאלצירן... יא, ס'איז א שיינע ארבעט. אזוי האט ער געזאגט פאר זיינע פריינט, על כל פנים.

ער האט געוואוסט אז דאס איז א שטארקע סטעיטמענט וואס רוסלאנד וויל לאזן הערן, זיי זענען שטארק און פעסט, און פון זיי זיך ארויסצודרייען איז אומפארמיידבאר. דאס איז געווען אן אפענער מעסעדזש פאר בירגער וואס האבן געוואלט אנטלויפן, אבער אויך א באהאלטענע מעסעדזש פאר אירע ארבעטער אין די געהיים דינסט, וואס האט געווארפן אן אינסטינקטיווער פחד אויף זיי.

א קורצע צייט שפעטער האט מען אים געמאלדן אז ער דארף אנהייבן דער ארבעט. די ספעציעלע אדמיניסטראציע האט אים איבערגעגעבן די נאמען פון א דייטשע פרוי, וואס איז געווען אין די פארגאנגענהייט אן אינפארמאנטקע פאר די קעי דזשי בי. אז ער זאל זיכער מאכן אז 'זי קען ווייטער צושטעלן אינפארמאציע'. ער האט פארשטאנען באלד אז ניין איז נישט קיין אויסוואל צו הערן פון איר, קיינער זאגט נישט ניין פאר די קעי דזשי בי... די לאקאלע פאליציי סטאנציע האט אים געגעבן איר אדרעס, און ער האט זיך ארויסגעלאזט צו איר.

ווען ער האט אנגעקלאפט דעם טיר האט ער געטראפן א עלטערע פרוי וואס איז נישט געווען צו שטארק איבערראשט אז א פרעמדער מאן שטייט דארט מיט א בינטל בלומען אין זיין הענט. זי האט באלד פארשטאנען ווער דאס איז, און מכבד געווען מיט א הייסע טיי. העכער די פארע האבן זיי געשמועסט, און זי האט קלארגעשטעלט אז זי איז גרייט צו ווייטער ארבעטן מיט די קעי דזשי בי. און צושטעלן אינפארמאציע. ער האט באלד אפגעשריבן א באריכט פונקטליך וואס ער האט גערעדט, און אז מ'קען גיין ווייטער מיט איר.

ערשט אפאר חדשים שפעטער איז ער געוואר געווארן אז נישט יענעם פרוי האט מען אויספראבירט, נאר גאר אים. צו איר האט מען געשיקט יעדע נייע אגענט אויף פראבע, און דערנאך געקוקט ווי אזוי יענער שיקט צוריק דעם באריכט. אויב האט דאס געשטימט מיט איר באריכט, האט די קעי דזשי בי. געוואוסט אז דער ארבעטער איז געטריי און גיבט איבער דעם אמת.

***

ווען די ניי-יאר חאגע איז אנגעקומען, האט אולעג באזוכט ביי זיין ברודער וואסילי וואס האט געלעבט אונטער א פאלשע אידענטיטעט אין לייפציג. ער האט נישט פראציילט פאר וואסילי די שטארקע עקל און די וואש-מאשין וואס זיינע קישקעס האבן געשפירט ווען דער בערלינער וואנט איז געבויעט געווארן פאר זיינע אויגן. זיין עלטערע ברודער איז געווען א פראפעסיאנאלער הויכראנגיקער קעי דזשי בי. אפיציר, און ער האט נישט ליב געהאט די אלע 'מחשבות זרות' וואס זייער מאמע האט געפלעגט טראכטן קעגן דעם קאמוניסטישן רעזשים, ווען קיינער האט נישט געהערט אדער געזען...

גענוי ווי זייער מאמע האט באהאלטן אירע עכטע געפילן פון איר מאן, האבן זיך די זעלבע די צוויי ברודערס אהאלטן זייערע טיפע געפילן איינער פון דעם אנדערן. אולעג האט נישט געוואוסט וואס גענוי וואסילי טוט אין לייפציג, און וואסילי האט נישט געוואוסט וואס עס איז באמת דאס וואס לויפט אריבער אין זיין ברודער'ס קאפ. נאכן זיך באטייליגן ביי א געוויסע קאנצערט וואו ער האט געהערט גאר שיינע לידער, האט זיך אולעג אויפגעכאפט און געווארן אויפגעשאקלט פיל מער.

אין די צייט וואס ביז דאן האט ער געהערט נאר אזעלכע לידער און מוזיק איבער די סאוויעטן פארבאנד און איר גרויסקייט, וויבאלד בלויז דאס האט מען געמעגט זינגען אין רוסלאנד - האט ער אצינד געהערט לידער איבער אנדערע סארט באגריפן, וואס האט באזינגען נאטור און נאך שיינע דיכטער. ער האט געזען א נייע לעבן, נישט בלויז פראפעגאנדע א גאנצן טאג און גארנישט מער.

די פאר חדשים וואס אולעג גארדיעווסקי איז געווען אין מזרח דייטשלאנד, האט אויף אים איבערגעלאזט גאר א שטארקע איינדרוק. עס איז טאקע געווען קאמוניסטיש געשטימט, אבער ווייט ווייט נישט אזוי ווי אין מאסקעווע. ער האט געזען מיט זיינע אייגענע אויגן די קלארע חילוק סיי אין מציאות און סיי סימבאליש אין אייראפע וואס איז דא צווישן קאמוניזם און אירע פיינט; ער האט געקאסט פון די פרוכט וואס איז נישט ערלויבט דערפון אין מאסקווע; און ער האט אנגעהויבן אזוי צו ארבעטן אלס א שפיאן.

ער האט צו זיך געטראכט ווי קאמיש ס'איז אז אלס אן ארבעטער פאר די רעזשים האלט ער מיט אסאך זאכן וואס זיי באהאלטן פאר לאנגע יארן...

ווען ער האט זיך צוריק געקערט נאך אפאר מאנאטן פון טרענירונג האט ער באקומען א באפעל אז ער דארף זיך שטעלן פאר די קעי דזשי בי. הויפטקווארטיר אום 31'סטן פון יולי יארע 1962. טראץ וואס ער האט שוין נישט אנגעקוקט די גאנצע רוסישע אידיאלאגיע אזוי גלאנציג, האט ער פארט באשלאסן אז ער וויל ווייטער ארבעטן פאר זיי, און דאס איז געווען פאר עטליכע סיבות. ערשטנס, די וואס האבן געארבעט פאר די קעי דזשי בי. האבן געהאט פריוויליגיעס וואס קיינער אין רוסלאנד האט נישט געהאט. צווייטנס, ער האט זייער געוואלט נאכאמאל פארן קיין אויסלאנד, זיך באקענען מיט פרישע קולטורן און לענדער. און דריטנס, איז געווען גאר א גוטע געהאלט, מיט אויסטערליש גוטע באדינונגען.

טיף אין הארצן האט ער געהאפט אז ער, די קעי דזשי בי. און די גאנצע קאמוניזם, זאל זיך טוישן מיט די צייט, א זאך וואס ער אליין האט געהאלטן אז ס'איז סיי ווי אוממעגליך...

***

מיט גרויס ווייטאג האט אולגא גארדייעווסקי אויפגענומען די נייעס אז אויך איר יונגע זוהן גייט גיין אין דעם טאטנ'ס וועגן, און זיך אנשליסן אין די געהיימע אגענטור פון דעם סאוויעטן פארבאנד. דאס ערשטע מאל אין איר לעבן האט זי זיך דערוואגט צו זאגן פאר איר מאן הויך אז דער רעזשים דערביטערט פאר מענטשן דאס לעבן, פייניגט אומשולדיגע מענטשן, און אונטערדרוקט יעדעם איינעם אן קיין רשות, און זי וויל נישט אז אירע קינדער זאלן זיין קצבים און דורכפירן ברוטאלע אקטן אויף אזעלכע וואס האבן קיינעם נישט געטשעפעט.

אולעג האט איר פראבירט צו בארואיגן, אז ער ארבעט נישט אין לאנד, ער גייט קיינעם נישט ארעסטירן, נאר ער ארבעט אין די ארגאניזאציע וואס שטעלט אהער עליטע מענטשן וואס רעדן אסאך שפראכן, קענען אסאך וויסנשאפט, און זאמלען אינפארמאציע אויף א קלוגע און קלאסישע וועג. "דאס איז נישט די קעי דזשי בי. דאס איז די ארגיניזאציע פון דאס לאנד, איך ארבעט אין דיפלאמאטישע און שפיאנאזש דעליקאטע ארבעט, נישט אין קיין ארבעט וואו מען שלאגט מענטשן נאכן זיי ארויסשלעפן פון בעט אינמיטן די נאכט". האט ער איר מסביר געווען.

אולגא האט גארנישט געזאגט, זי האט אויסגעדרייט איר רוקן, און ווי א שטורעם ווינט פארלאזט דעם צימער מיט א הילכיגן קנאק אויפן טיר. אנטאן דער פאטער איז געזעסן אין די זייט און געשוויגן. זיינע בליקן זענען געווען געראכטן צו זיין זוהן, אבער ער האט נישט געקוקט מיט שטאלץ, נאר מיט טרויער. קען זיין אז די ווערטער וואס זיין מאמע האט געזאגט, האט עפעס גערירט אין הארץ פון זיין טאטן, דער שטרענגער און הארטער אפיציר פון וואס יעדער האט געציטערט? ער האט נישט געהאט קיין ענטפער.

--

פארזעצונג קומט אי"ה.
א טייל פון די פרוכט וואס מען ניצט צו מאכן זאפט זענען עפל, מאראנץ, טאמאטע, אנאנאס, גרייפפרוכט, גוואווע, מאנגא, קאווענע, זשורעכלינע, וויינטרויבן, לימענע און גרינע לימענע.


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 22 געסט