קליינע חתונות

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
פארוואס נישט
שר חמש מאות
תגובות: 707
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 07, 2015 4:08 am
לאקאציע: רינגס און ארום

קליינע חתונות

תגובהדורך פארוואס נישט » זונטאג מארטש 15, 2020 4:52 pm

צוליב די קאראנא וויירוס איז ארויסגעקומען א געזעץ אין ארץ ישראל וואס פארבאט צו מאכן גרויסע חתונות.

די עולם שרייט "כח היחיד" אכשר דרא איך טראכט שוין לאנג אז מ'דארף איינפירן קליינע חתונות, די חברים קומערן זיך גאנץ ווייניג ווער די מחותן איז און צו דיין לעבן איז יא גוט אדער נישט, די אינגערמאן טוט מיר א גאנצע טובה אז ער קומט צו פארן צום חתונה, און טאמער געט איהם נישט די חתן אדער מחותן די פולע אטענשען, ווערט ער באליידיגט אויף דיר פאר די נעקסטע יאר צייט, וואס פעלט אויס די גאנצע זאך מאך א קליינע חתונה ביי דיר אין די היים, און פטור אן עסק.

אנדערש זאל מיר די אינגערמאן צאלן די געלט פאר געז און טאלל ווען איך פאר צו מיין טאטע אויף שבת.

די וויין און ברוינפן וואס מ'שטעלט צו קען איך רואיג נוצן שבת ביי מיר אין די היים.

די בדחן וועל איך נוצן אויף מיר צו איינשלעפן א בעסערע טאג.

די פארטארגעפער וואלט איך ענדערש מיט גענומען ווען איך גיי ווען אויף וואקאציע מיטן ווייב.

די פארטי פאפערס וואלט איך גערן גענוצט אויף פורים.

און שלום על ישראל....

זענט עטס גרייט?

yoy
שר חמישים ומאתים
תגובות: 273
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 27, 2017 12:47 pm

Re: קליינע חתונות

תגובהדורך yoy » זונטאג מארטש 29, 2020 7:28 am

Yes, we are all ready, but "she" is not ready, at all
Thay dont wark to bring the money

שמחהלע קאפשטיק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 342
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 14, 2018 6:31 pm
לאקאציע: קינדליין

Re: קליינע חתונות

תגובהדורך שמחהלע קאפשטיק » זונטאג מארטש 29, 2020 3:12 pm


פליטה גדולה
שר מאה
תגובות: 130
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 06, 2019 6:01 pm

Re: קליינע חתונות

תגובהדורך פליטה גדולה » זונטאג מארטש 29, 2020 6:41 pm

די פראבלעם איז נאר אז עס קומט יעצט פסח און ספירה וואס מ'מאכט נישט חתונה און ביז נאך שבועות איז שוין דא צייט צו פארגעסן דעם גוטן אפעטיט פון מאכן חתונה אויף א ביליגע און קליינע פארמאט.
אדרבה אויב דאס קען אנהאלטן וועט יעדער איינער דאנקבאר זיין. די עיקר שוועריקייט איז די גרויסע טויש אינעם סדר וואס מ'איז געווען צוגעוואוינט ביז יעצט און קיינער האט ביז היינט נישט געקענט באווייזן עס אדורך צופירן נאר די באשעפער אליין מיט זיין קליין באשעפעניש הנקרא קאראנע, אבער יעצט אז מיר האלטן דא אז עס איז שוין יא אזוי לאמיר אויסנוצן די געלעגענהייט עכ"פ למחצה לשליש ולרביע.


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 21 געסט