עפענען פלעסטיק קאנטעינערס, דיפס הערינג ניסלעך וכדו', און אלעס ארום.

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

בנפול איביך
שר חמישים
תגובות: 56
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 29, 2018 11:44 am

עפענען פלעסטיק קאנטעינערס, דיפס הערינג ניסלעך וכדו', און אלעס ארום.

תגובהדורך בנפול איביך » זונטאג מארטש 08, 2020 4:28 pm

איך מיטשע מיך ארום ביי געוויסע קאמפעניעס וואס פארמאכן אזוי מין שטארק די פלעסטיג פון די קאנטעינער וואס ליגט אונטער'ן דעקל אזש סאיז פשוט נישט צום עפענען ווער רעדט נאך מיט די בלויזע הענט,

רבונו של עולם איז טאקע נישט דא קיין שום וועג דאס צו עפענען נאר דורך א קרויבאר א שווערד א סקרא דרייווער א פען אדער א פשוטע מעסערערל, און אויב האסטו א שליסל געט דאס אזא שפריץ און א קראך אז איך וואלט עס מיט געטראגן צו מגילה ליינען, און נישט אלעמאל איז דאס און מיין געגענגווארד, איך רעד שוין נישט ביי תיקן ווען דיינע הענט זענען פארשמירט מיט די שמאלץ הערינג וואס איך האב נאר יעצט אריינגעריקט און מ'ברעגנט איצט ארויס א פרישען שאכטל,

נא! הייב אן! שוין,
אראפגענימען דעם דרויסענדיגן פלאסטיג מיטן ציין ,יעצט געט מען א פליק אראפ דעם דעקל און אה מיין באשאלטענעם פלאסטיק איז דא, אה דא האסטו, זעהסט דעס, דא קומט אביסל מער ארויס, אזוי קען מען דאס עפענען, פיין פיין! מגעט א שלעפ מיטן אויליגן הענט און יא מטרעפט זיך מיטן קליינעם שטיקל פלאסטיק צווישן די פינגער נא, וואס ווייטער הא יעצט האסטו ביי די האנט א שמיצגן גאפל אדער א שליסל (ווער האט דען א מעסער ביי זיך) געט מען א שטעך אריין און מ'שטעקט אריין אלע צען פינגער און מערייסט אויף איין זייט דערנאך דעם צווייטן זייט,

וויל איך וויסן פארוואס איז דא קאפעניעס וואס האבן גאר א גרינגען פראצעדור ווידער איז דא קאמפעניעס וואס די ניסלעך הערינג וכדו' קומען פשוט וועקיום פעקט.

ביטע שרייבן אייער ערפארונג און דעם, יישר כח.

אוועטאר
פאפיגיי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 393
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 11, 2007 5:07 pm
לאקאציע: בויבעריג האטצן-פלאטץ
פארבינד זיך:

Re: עפענען פלעסטיק קאנטעינערס, דיפס הערינג ניסלעך וכדו', און אלעס ארום.

תגובהדורך פאפיגיי » דינסטאג יולי 21, 2020 11:45 am

די זעלבע פראבלעם לעצטענ'ס מיט די סיריעל'ס וואס די קאמפאני'ס פארמאכן גאר שטארק.
איך פלאפעל נאך.
עס פלאפעל באל'ס.
געפון זיך אין בויבעריג, האטצן-פללאטץ.

אוועטאר
לעמאן סאדע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 311
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 13, 2018 5:39 pm

Re: עפענען פלעסטיק קאנטעינערס, דיפס הערינג ניסלעך וכדו', און אלעס ארום.

תגובהדורך לעמאן סאדע » דינסטאג יולי 21, 2020 12:27 pm

אזוי אויך די וועקי"ם פעק"ט עסן אויפ'ן פליגער ברויכט מען האבן א SWAT team צו עפענען

דממה דקה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3219
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

Re: עפענען פלעסטיק קאנטעינערס, דיפס הערינג ניסלעך וכדו', און אלעס ארום.

תגובהדורך דממה דקה » דינסטאג יולי 21, 2020 12:53 pm

אז מען רעדט שוין, פארוואס מאכט טוב-טעם די קליינע פלעסטיק דעקלעך וואס דער רעדשיסטער מוז אראפנעמען צו קענען סקענען די בארקאוד, אויב ער וועט עס עניוועי באטאפן לאז עס אפען.
person-man-woman-camera-tv = genius

אוועטאר
קנאפער ידען
שר עשרת אלפים
תגובות: 12041
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט וויל
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » דינסטאג יולי 21, 2020 7:00 pm

בנפול איביך האט געשריבן:איך מיטשע מיך ארום ביי געוויסע קאמפעניעס וואס פארמאכן אזוי מין שטארק די פלעסטיג פון די קאנטעינער וואס ליגט אונטער'ן דעקל אזש סאיז פשוט נישט צום עפענען ווער רעדט נאך מיט די בלויזע הענט,

ביטע שרייבן אייער ערפארונג און דעם, יישר כח.

שוין גערופן די קאמפאניס קאמפלעינען? איך האב דאס מיט א געוויסע ניסן קאמפאני אסאך האב'ך אויפגעהויבן א פאון געבן פידבעק און לאמיר האפן עס וועט אויפטון. (דער אויפהייבער האט מיר געזאגט אז עס מאכט סענס וואס איך זאג, און טאקע אינטערסאנט אז קיינער האט זיי נישט גערופן דערוועגן... כאטש עס מוז נישט זיין אמת...)

assume נישט אז זיי ווייסן אליינס, אז זיי הערן עס פון קאסטומערס אסאך וועלן זיי רילייזען ווי א שטארקע אישו עס איז.
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין אין עפעס קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

אוועטאר
וואס עפעס?
שר האלפיים
תגובות: 2091
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

Re: עפענען פלעסטיק קאנטעינערס, דיפס הערינג ניסלעך וכדו', און אלעס ארום.

תגובהדורך וואס עפעס? » דינסטאג יולי 21, 2020 7:03 pm

געהאט א תקופה די פראבלעם מיט די דעקלעך פון יוגורט
[Life is hard stupid people make it even harder
Credit: Donald Trump Jr


בימי קורונה, געדענקט צו האלטן די קאפ גראד!!
ווערט נישט פארשלעפט פון געפילן

צו פארשטיין די צוגאנג פון מנהיגי ישראל ליינט דא:
https://mobile.kikar.co.il/abroad/article/375894

אוועטאר
nmi
שר חמשת אלפים
תגובות: 5094
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

Re: עפענען פלעסטיק קאנטעינערס, דיפס הערינג ניסלעך וכדו', און אלעס ארום.

תגובהדורך nmi » דינסטאג יולי 21, 2020 7:19 pm

בנפול איביך האט געשריבן:איך מיטשע מיך ארום ביי געוויסע קאמפעניעס וואס פארמאכן אזוי מין שטארק די פלעסטיג פון די קאנטעינער וואס ליגט אונטער'ן דעקל אזש סאיז פשוט נישט צום עפענען ווער רעדט נאך מיט די בלויזע הענט,

רבונו של עולם איז טאקע נישט דא קיין שום וועג דאס צו עפענען נאר דורך א קרויבאר א שווערד א סקרא דרייווער א פען אדער א פשוטע מעסערערל, און אויב האסטו א שליסל געט דאס אזא שפריץ און א קראך אז איך וואלט עס מיט געטראגן צו מגילה ליינען, און נישט אלעמאל איז דאס און מיין געגענגווארד, איך רעד שוין נישט ביי תיקן ווען דיינע הענט זענען פארשמירט מיט די שמאלץ הערינג וואס איך האב נאר יעצט אריינגעריקט און מ'ברעגנט איצט ארויס א פרישען שאכטל,

נא! הייב אן! שוין,
אראפגענימען דעם דרויסענדיגן פלאסטיג מיטן ציין ,יעצט געט מען א פליק אראפ דעם דעקל און אה מיין באשאלטענעם פלאסטיק איז דא, אה דא האסטו, זעהסט דעס, דא קומט אביסל מער ארויס, אזוי קען מען דאס עפענען, פיין פיין! מגעט א שלעפ מיטן אויליגן הענט און יא מטרעפט זיך מיטן קליינעם שטיקל פלאסטיק צווישן די פינגער נא, וואס ווייטער הא יעצט האסטו ביי די האנט א שמיצגן גאפל אדער א שליסל (ווער האט דען א מעסער ביי זיך) געט מען א שטעך אריין און מ'שטעקט אריין אלע צען פינגער און מערייסט אויף איין זייט דערנאך דעם צווייטן זייט,

וויל איך וויסן פארוואס איז דא קאפעניעס וואס האבן גאר א גרינגען פראצעדור ווידער איז דא קאמפעניעס וואס די ניסלעך הערינג וכדו' קומען פשוט וועקיום פעקט.

ביטע שרייבן אייער ערפארונג און דעם, יישר כח.

יא. דאס א ערענסטע פראבלעם. די גרעסטע חורבן איז נאר ווען דו זיצט ביים קידוש אין א ווינטערדיגן שבת ווען ס'איז 13° און קוים דו כאפסט א פלאץ און דיינע קינדער שטייען נעבן דיר און קוים בצרות ווערט שוין דיינע ברילן אויפגעלאזט פון די הויך. זיצטו אזוי צוקוועטשט מיט דיין טלית + רעשוואלקע, קוקן קענסטו נישט געהעריג ווייל די גלעזער איז דאך פארהויכט ווי אויבן דערמאנט. קומט א בחור'ל וואס איז די "קידוש שמש" און גיט א קנאק אויף א קאנטענער הערינג און בובס..... ארויף אויף די קליינע שפאלט אויף דיין ברילן ווי דו קענסט שוין יא קוקן אזש ווען דו טרייסט צו קוקן אין דיין טשולענט טעלער זעהסטו נאר ברוין....... קיין טישוס קענסטו נישט זיכן מיט אזאנע ברילן געסטו זיך א דריי אויס צו דיין בחור'ל יענקי? יענקי? יעעעענקי? ער הערט נישט, געסטו אים אזא גוטן ציפ און עפעס א פרעמדע קול שרייט "אוטש"..... "שוין, מ'גיי מער אהיים קינדער" געסטו א רוף אויס. מיט די שמוציגע הענט און גלעזער געסטו זיך א שנעלע הייב אויף און....... דיין שטריימל גיט א פלי אויף צוריק גראד אויפן טיש... דו האסט אריינגעקראכט און עפעס א רבי מיט חסידים וואס איז נארוואס אריינגעקומען...

אקעי. ווער ס'האט איבריגע נערוון קען פאבריצירן ווייטער...
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי

איך האב אייך נאר געוואלט זאגן אז: ווען דו שרייבסט עפעס פאר מיר און דו ווילסט אז איך זאל עס זעהן, ציטיר מיר.

אוועטאר
שמואל בארג
שר האלפיים
תגובות: 2733
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 18, 2016 6:44 pm

Re: עפענען פלעסטיק קאנטעינערס, דיפס הערינג ניסלעך וכדו', און אלעס ארום.

תגובהדורך שמואל בארג » דינסטאג יולי 21, 2020 9:38 pm

לעצטנס האט מיין רביצין אנגעהויבן איינקויפן בעבי עסן וואס קומט אין אזאנע קליינע קאנטעינערס, ס'איז איבערגעפילט עד זוב, מיט א טייטע פלעסטיק, על כן בכדאי דאס צו קענען עפענען מוז מען געבן א שטארקע שלעפ, איינס און נאכאיינס! אאאפס, ס'האט זיך געעפענט, ארויסשפריצנדיג אויף אלע ארומיגע די צוקוועטשטע טאמעטעס אדער איינגעזויערטע מייערן.

אוועטאר
פאפיגיי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 393
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 11, 2007 5:07 pm
לאקאציע: בויבעריג האטצן-פלאטץ
פארבינד זיך:

Re: עפענען פלעסטיק קאנטעינערס, דיפס הערינג ניסלעך וכדו', און אלעס ארום.

תגובהדורך פאפיגיי » דינסטאג יולי 21, 2020 10:10 pm

די פראבלעם איז אז געווענליך שרייבען נישט די קאמפאני'ס קיין פאון נומבער אויפן פראדוקט.
איך פלאפעל נאך.
עס פלאפעל באל'ס.
געפון זיך אין בויבעריג, האטצן-פללאטץ.

אוועטאר
קנאפער ידען
שר עשרת אלפים
תגובות: 12041
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט וויל
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » דינסטאג יולי 21, 2020 11:35 pm

פאפיגיי האט געשריבן:די פראבלעם איז אז געווענליך שרייבען נישט די קאמפאני'ס קיין פאון נומבער אויפן פראדוקט.

Use your Google...
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין אין עפעס קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

אוועטאר
פאפיגיי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 393
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 11, 2007 5:07 pm
לאקאציע: בויבעריג האטצן-פלאטץ
פארבינד זיך:

Re:

תגובהדורך פאפיגיי » דאנארשטאג יולי 23, 2020 11:44 am

קנאפער ידען האט געשריבן:
פאפיגיי האט געשריבן:די פראבלעם איז אז געווענליך שרייבען נישט די קאמפאני'ס קיין פאון נומבער אויפן פראדוקט.

Use your Google...


אדהכי והכי משתכחא מן לבא.
איך פלאפעל נאך.
עס פלאפעל באל'ס.
געפון זיך אין בויבעריג, האטצן-פללאטץ.

אוועטאר
ניס קראכער
שר חמשת אלפים
תגובות: 5295
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

Re: עפענען פלעסטיק קאנטעינערס, דיפס הערינג ניסלעך וכדו', און אלעס ארום.

תגובהדורך ניס קראכער » דאנארשטאג יולי 23, 2020 12:00 pm

אז א זאך זאל נישט עקספלאדירן איז דא א עצה,
שטעך אריין עפעס אינדערמיט איידער די פאנגסט עס אן צו עפענען

אוועטאר
ציגאנער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 445
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 02, 2020 2:53 pm

Re: עפענען פלעסטיק קאנטעינערס, דיפס הערינג ניסלעך וכדו', און אלעס ארום.

תגובהדורך ציגאנער » פרייטאג יולי 24, 2020 12:08 am

א רגע, און וואס איז מיט די וועג וויאזוי עסן קומען געפאקט, דאס קומט יא פון טראכטן?
קען איינער פארשטיין געבן פארוואס די פאסיגסטע וועג צו פארקויפן זאלץ איז אין א פארזיגלטן שטיק פאפנדעקל מיט א קליין עפענונג וואס לאזט ארויס די זאלץ ברעקלעך איינציגווייז? פארוואס איז די בעסטע וועג צו האלטן מעיאנעיס אין א גלאזענעם פעסל? און ווער האט באשטעטיגט אז טונא מוז פארקויפט ווערן אין קאנעס וואס צו עסן כדי שביעה דארף מען עפענען דריי פון זיי? מן הסתם דער זעלבער וואס האט אנדעקט אז די איינציגסטע וועג צוצומאכן פעקלעך ברויט איז מיט אזא טערסאנט שטיקל פלעסטיג וואס צובייגט זיך ביים ערשטן מאל נוצן, אדער א רויטן קלעבאכטץ וואס אים אראפצוזען איז נישט לייכט, און נאך א קורצע אמפער איז די פעקל אויפגעריסן.
(און כ'האלט נאך נאר ביי פרישטאג...)

אוועטאר
פאפיגיי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 393
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 11, 2007 5:07 pm
לאקאציע: בויבעריג האטצן-פלאטץ
פארבינד זיך:

Re: עפענען פלעסטיק קאנטעינערס, דיפס הערינג ניסלעך וכדו', און אלעס ארום.

תגובהדורך פאפיגיי » זונטאג יולי 26, 2020 5:10 pm

ציגאנער האט געשריבן:א רגע, און וואס איז מיט די וועג וויאזוי עסן קומען געפאקט, דאס קומט יא פון טראכטן?
קען איינער פארשטיין געבן פארוואס די פאסיגסטע וועג צו פארקויפן זאלץ איז אין א פארזיגלטן שטיק פאפנדעקל מיט א קליין עפענונג וואס לאזט ארויס די זאלץ ברעקלעך איינציגווייז? פארוואס איז די בעסטע וועג צו האלטן מעיאנעיס אין א גלאזענעם פעסל? און ווער האט באשטעטיגט אז טונא מוז פארקויפט ווערן אין קאנעס וואס צו עסן כדי שביעה דארף מען עפענען דריי פון זיי? מן הסתם דער זעלבער וואס האט אנדעקט אז די איינציגסטע וועג צוצומאכן פעקלעך ברויט איז מיט אזא טערסאנט שטיקל פלעסטיג וואס צובייגט זיך ביים ערשטן מאל נוצן, אדער א רויטן קלעבאכטץ וואס אים אראפצוזען איז נישט לייכט, און נאך א קורצע אמפער איז די פעקל אויפגעריסן.
(און כ'האלט נאך נאר ביי פרישטאג...)


איך האב א פארקערטע פראבלעם, איך עס נאר 2-3 אונסעס טונא א פרישטאג, ווער האט געזאגט אז ס'דארף קומען 5-6 אונסיגע קאנעס, פארוואס נישט 2-3?
איך פלאפעל נאך.
עס פלאפעל באל'ס.
געפון זיך אין בויבעריג, האטצן-פללאטץ.

אוועטאר
צייט שטיפער
שר האלפיים
תגובות: 2052
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 17, 2016 12:50 pm
לאקאציע: וואו נישט וואו...

Re: עפענען פלעסטיק קאנטעינערס, דיפס הערינג ניסלעך וכדו', און אלעס ארום.

תגובהדורך צייט שטיפער » זונטאג יולי 26, 2020 5:35 pm

מען קען מיט אן אייגן כח היחיד אנהייבן אליינס פאבריצירן פראדוקטן און פעקעדזשן לויטן אייגענעם געשמאק,

סעלצער זאל קומען מיט אזא אייזערנעם קראן פון אויבן, ענליך צו א פייער עקסטינגווישער,
יאגורט זאל קומען און א ענוועלאופ מיט א פענסטערל, צו קענען זעהן אויב די ווייסע שליים געזעמל האט זיך שוין פארמירט.
קעטשאפ זאל קומען און אזא סטיק מיט א דרייערל פון הונטן ווען מען וויל דערלאנגען א פארציע, אזאנס ווי סטיק גלא.
אמעריקן טשיס זאל קומען געפאקט אז עס זאל נאר קלעיבן איינס צום צווייטן פון אויבן, כבחינת סטיקי נאוט'ס, עס זאל זיך נישט דארפן צורייסן ווען מען נעמט אראפ א סלייס,
פינאט באטער זאל קומען אין א קעטשאפ באטל נישט צו פארשמירן די הענט.
אויל זאל קומען אין א שעמפא באטל מיט א קוועטשער,
סחוג זאל קומען אין א לעפל ארום גענומען מיט זילבער פאפיר (אפשר פינאט באטער אויך?)
מעל און צוקער זאל גיין אין די קאמעט סטייל האלטער,
קאווע שטויב זאל קומען אין ברוינפן גלעזלעך.
געפילטע פיש אין פלאסטישע ריאסעבל קאנטעינאר'ס און וואס מען ברענגט עס סייווי צו של"ס
סארדינס אין סאדע באטלעך (צו קענען תיכף אזוי נוצן פאר די תיבה)
פראט פליקס אין אזאנע ריאסעבל סקאטש טעיפ דיספענסער'ס
קען סאדע זאל אנשטאט ליגן אין א 18 אונס פאום קאפ מיט א דעקל
דיפס זאל קומען אין די וואסער באטלעך וואס מען עפענט פון אויבן מיט די ציין ווען מען דארף
שיעור נישט פארגעסן, קאטעדזש טשיז אין טישו באקסעס

מיט א גוטן אפעטיט

אוועטאר
ציגאנער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 445
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 02, 2020 2:53 pm

Re: עפענען פלעסטיק קאנטעינערס, דיפס הערינג ניסלעך וכדו', און אלעס ארום.

תגובהדורך ציגאנער » זונטאג יולי 26, 2020 7:19 pm

צייט שטיפער האט געשריבן:מען קען מיט אן אייגן כח היחיד אנהייבן אליינס פאבריצירן פראדוקטן און פעקעדזשן לויטן אייגענעם געשמאק,

סעלצער זאל קומען מיט אזא אייזערנעם קראן פון אויבן, ענליך צו א פייער עקסטינגווישער,
יאגורט זאל קומען און א ענוועלאופ מיט א פענסטערל, צו קענען זעהן אויב די ווייסע שליים געזעמל האט זיך שוין פארמירט.
קעטשאפ זאל קומען און אזא סטיק מיט א דרייערל פון הונטן ווען מען וויל דערלאנגען א פארציע, אזאנס ווי סטיק גלא.
אמעריקן טשיס זאל קומען געפאקט אז עס זאל נאר קלעיבן איינס צום צווייטן פון אויבן, כבחינת סטיקי נאוט'ס, עס זאל זיך נישט דארפן צורייסן ווען מען נעמט אראפ א סלייס,
פינאט באטער זאל קומען אין א קעטשאפ באטל נישט צו פארשמירן די הענט.
אויל זאל קומען אין א שעמפא באטל מיט א קוועטשער,
סחוג זאל קומען אין א לעפל ארום גענומען מיט זילבער פאפיר (אפשר פינאט באטער אויך?)
מעל און צוקער זאל גיין אין די קאמעט סטייל האלטער,
קאווע שטויב זאל קומען אין ברוינפן גלעזלעך.
געפילטע פיש אין פלאסטישע ריאסעבל קאנטעינאר'ס און וואס מען ברענגט עס סייווי צו של"ס
סארדינס אין סאדע באטלעך (צו קענען תיכף אזוי נוצן פאר די תיבה)
פראט פליקס אין אזאנע ריאסעבל סקאטש טעיפ דיספענסער'ס
קען סאדע זאל אנשטאט ליגן אין א 18 אונס פאום קאפ מיט א דעקל
דיפס זאל קומען אין די וואסער באטלעך וואס מען עפענט פון אויבן מיט די ציין ווען מען דארף
שיעור נישט פארגעסן, קאטעדזש טשיז אין טישו באקסעס

מיט א גוטן אפעטיט

;l;p- ;l;p- ;l;p-
גאונות איינס ביי איינס!


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: מילא און 9 געסט