עפענען פלעסטיק קאנטעינערס, דיפס הערינג ניסלעך וכדו', און אלעס ארום.

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

בנפול איביך
שר חמישים
תגובות: 52
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 29, 2018 11:44 am

עפענען פלעסטיק קאנטעינערס, דיפס הערינג ניסלעך וכדו', און אלעס ארום.

תגובהדורך בנפול איביך » זונטאג מארטש 08, 2020 4:28 pm

איך מיטשע מיך ארום ביי געוויסע קאמפעניעס וואס פארמאכן אזוי מין שטארק די פלעסטיג פון די קאנטעינער וואס ליגט אונטער'ן דעקל אזש סאיז פשוט נישט צום עפענען ווער רעדט נאך מיט די בלויזע הענט,

רבונו של עולם איז טאקע נישט דא קיין שום וועג דאס צו עפענען נאר דורך א קרויבאר א שווערד א סקרא דרייווער א פען אדער א פשוטע מעסערערל, און אויב האסטו א שליסל געט דאס אזא שפריץ און א קראך אז איך וואלט עס מיט געטראגן צו מגילה ליינען, און נישט אלעמאל איז דאס און מיין געגענגווארד, איך רעד שוין נישט ביי תיקן ווען דיינע הענט זענען פארשמירט מיט די שמאלץ הערינג וואס איך האב נאר יעצט אריינגעריקט און מ'ברעגנט איצט ארויס א פרישען שאכטל,

נא! הייב אן! שוין,
אראפגענימען דעם דרויסענדיגן פלאסטיג מיטן ציין ,יעצט געט מען א פליק אראפ דעם דעקל און אה מיין באשאלטענעם פלאסטיק איז דא, אה דא האסטו, זעהסט דעס, דא קומט אביסל מער ארויס, אזוי קען מען דאס עפענען, פיין פיין! מגעט א שלעפ מיטן אויליגן הענט און יא מטרעפט זיך מיטן קליינעם שטיקל פלאסטיק צווישן די פינגער נא, וואס ווייטער הא יעצט האסטו ביי די האנט א שמיצגן גאפל אדער א שליסל (ווער האט דען א מעסער ביי זיך) געט מען א שטעך אריין און מ'שטעקט אריין אלע צען פינגער און מערייסט אויף איין זייט דערנאך דעם צווייטן זייט,

וויל איך וויסן פארוואס איז דא קאפעניעס וואס האבן גאר א גרינגען פראצעדור ווידער איז דא קאמפעניעס וואס די ניסלעך הערינג וכדו' קומען פשוט וועקיום פעקט.

ביטע שרייבן אייער ערפארונג און דעם, יישר כח.

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 18 געסט