אלה זכרונות חוח...

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

חוח בין השושנים
שר האלף
תגובות: 1575
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

קאָלער-איי-די! וואס וואו ווען?

תגובהדורך חוח בין השושנים » מאנטאג מארטש 02, 2020 12:13 am

א יונגל אין מיין כיתה איז נעבעך געזעצן שבעה נאך זיין מאמע ל"ע. אונז זענען אים געגאנגען מנחם אבל זיין, און מ'האט אים געפרעגט וואס ער טוט ווען קיינער קומט נישט.

האט ער געענטפערט אז ער איז משפיע קאר סערוויס'לעך פאַרן עולם. ער איז געזעצן מיט א פאון-בוק און ארומגעשיקט טעקסיס איבער גרעיטער ניו יארק צו וועלכע אדרעס ס'האט אים געשמעקט. לא כך לימדונו רבותינו? הבטלה מביאה לידי שעמום.

הערות אויף מיינע זכרונה'לעך יתקבלו ברחמים וברצון אטא דא.
לעצט פאראכטן דורך חוח בין השושנים אום זונטאג מארטש 08, 2020 1:26 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.
אויב האסטו אויף מיר פאראיבל, טענות, מענות, א ויצעקו צו מאכן, א שטאך צו געבן, א קשיא צו פרעגן, אדער א גוט ווארט צו זאגן טו עס ביטע דא.

חוח בין השושנים
שר האלף
תגובות: 1575
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

פונעם זומפ אריין אין הייס וואסער...

תגובהדורך חוח בין השושנים » מאנטאג מארטש 02, 2020 12:15 am

מיין כיתה ז' רבי האט פארציילט א מעשה, גראד ארויס פון א פארצייטיש בוך, און איז בטעות אריינגעפארן אין זומפ, און פון דארט אין הייס וואסער...

די מעשה איז געווען וועגן א מיידל וואס איז כיטרעהייט געווארן פויבסט, קיינער האט נישט געוואוסט אז זי איז א פרוי, אזוי גוט האט זי זיך פארשטעלט. בקיצור, די מעשה מיינעך איז א באקאנטע, אבער די דיטעילס וואס ס'שטייען דארטן, וויאזוי ס'איז נתגלה געווארן קלונה ברבים, איז עפעס סאמטינג ספעשל...

ער האט אזוי פארגעליינט די גאנצע סחורה בכל פרטיה ודקדוקיה וכוונותיה, ביז ער האט זיך געכאפט וואס ער רעדט אלס צאם צו די קינדער... האט ער שנעל צוגעענדיגט די מעשה, און געבעטן די קינדער: פארציילטס נישט אינדערהיים אז כ'האב ענק פארציילט אזא מעשה, ווייל מ'וועט מיר נישט לאזן פארציילן נאך. ער איז אריין מן הפח אל הפחת...

די קינדער האבן, זעט אויס, ליב געהאט די ווארע, און ס'איז נישט אריינגעקומען קיין קאמפלעינט...
אויב האסטו אויף מיר פאראיבל, טענות, מענות, א ויצעקו צו מאכן, א שטאך צו געבן, א קשיא צו פרעגן, אדער א גוט ווארט צו זאגן טו עס ביטע דא.

חוח בין השושנים
שר האלף
תגובות: 1575
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

צוויי שווערע לעקציעס

תגובהדורך חוח בין השושנים » מאנטאג מארטש 02, 2020 12:16 am

א שכן מיינער, א גאליציאנער, ר' שלום האט ער געהייסן, א צדיק פון א איד געווען. א בארד? ניין. אבער וואס האט דאס שייכות מיט צדקות? אין זיין טיפן עלטער פון 85 יאר, האבן אונז קינדער אים געוואלט העלפן בויען זיין סוכה, אבער ער האט געוואלט אליין טון די מצוה.

ער האט קיינמאל נישט גערעדט קיין איבריג ווארט, און נישט אויסגעגעבן א איבריגע פעני. נוסח גאליציע. יעדע שבת האט ער געוואקט א מייל צו זיין זונ'ס הויז, דאס גיין איז אים נישט געווען לייכט, אבער האט קיינמאל קיין קרעכץ נישט געגעבן.

איינמאל איז זיין זון נעבעך אוועק, און ביי די שבעה האב איך זיך געדרייט ביי ר' שלום אינדערהיים, דארט וואו ער איז געזעצן שבעה, כדי אביסל ארויסצוהעלפן. האב איך געהערט ווי א שכן א יונגערמאן פרעגט אים: ר' שלום פון וואו נעמט איר אזעלכע כוחות דאס איבערצוטראגן?

זאגט ער מיט פשטות: די ערשטע קריג האט אונז אויסגעלערנט מ'זאל נישט קלאגן אויף פארמעגן, אלעס אידעך דארט געגאנגען לטמיון. די צווייטע קריג האט אונז געלערנט מ'זאל נישט וויינען אויף קיין שום זאך...
אויב האסטו אויף מיר פאראיבל, טענות, מענות, א ויצעקו צו מאכן, א שטאך צו געבן, א קשיא צו פרעגן, אדער א גוט ווארט צו זאגן טו עס ביטע דא.

חוח בין השושנים
שר האלף
תגובות: 1575
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

אויסגעלעבט די יארן

תגובהדורך חוח בין השושנים » מאנטאג מארטש 02, 2020 12:18 am

פארברענגענדיג אין ארץ ישראל אלס יונגל, האבעך איינגעקלאפט מיט א זקן מופלג, א 98 יעריגע איד, זיס ווי צוקער און פריש ווי א באנאנע נאר אביסל גראדער.

ער איז געווען דעמאלטס קרוב צו 6 פיס הויך, מיט אפאר ברוינע פלעקן אויף זיין פנים (פון אלטקייט, אדער פון די באנאנע?...). כ'בין געווען פארגאפט פון קוקן אויף אים, ווי ער גייט און קומט, שטייט א גאנצן דאווענען, ממש ווי א יונגערמאן.

נאכן אפרייזן פון דארט האב'ח יעדע וואך זיך נאכגעפרעגט טעלעפאניש אויף דעם אלטיטשקען. אבער נישט פאר זייער לאנג. נאך אפאר וואכן, מוצאי יום כיפור, האב'ך באקומען א נאכריכט, אז יום הקדוש ביינאכט, אויפן וועג אהיים פון שול אין באגלייטונג פון א אייניקל, האט ער זיך שטייטעלעך אראפגעלייגט אויפן ערד, געליינט שמע ישראל און איז אוועק, נאכן אויסלעבן א הערליכן אריכות ימים.
אויב האסטו אויף מיר פאראיבל, טענות, מענות, א ויצעקו צו מאכן, א שטאך צו געבן, א קשיא צו פרעגן, אדער א גוט ווארט צו זאגן טו עס ביטע דא.

חוח בין השושנים
שר האלף
תגובות: 1575
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

עונג שבת בחוצות ירושלים

תגובהדורך חוח בין השושנים » מאנטאג מארטש 02, 2020 11:55 am

האט איר אמאל געזען ווי א גאנצע משפחה, טאטע מאמע גרויס און קליין, אלעס לויפט אין גאס דערשראקן צום טויט, אינדערצייט וואס יעדער ארום שמייכלט זיך געשמאק אונטער? איך האב עס נישט נאר מיטגעהאלטן, נאר זעלבסט אנטייל גענומען אינעם וואנזיניגן געלויף...

ומעשה שהיה כך היה: מ'האמיר שפאצירט אין ירושלים, בליל שבת קודש, ווען א שווארצע ירושלימ'ע קאץ, מיט די גרינע גלאו-אין-דע-דארק אויגן, האט זיך פארקוקט אויף אונז, און אונז אויף אים. ער האט ברוב חוצפתו אונז אנגעהויבן נאכצוגיין, און איז געקומען נענטער און נענטער.

וויסנדיג אז די ווערטער "געקומען נענטער און נענטער", קענען זיין זייער שרעקעדיג און געפארפול (ע"ע רויבער שיף), האבן אונז אנגעהויבן פאניקן און זיך גענומען לויפן. מ'איז פשוט אנטלאפן פארן לעבן...

די שווארצע קאץ האט אונז נאכגעיאגט ביז אונזער אכסניא, און האט געהאט די זכייה צו צושטעלן אונטערהאלטונג פאר אסאך ירושלימ'ע אידן וואס האבן זיך פאסמאקעוועט מיטן אומגעווענליכן ספעקטאקל.
אויב האסטו אויף מיר פאראיבל, טענות, מענות, א ויצעקו צו מאכן, א שטאך צו געבן, א קשיא צו פרעגן, אדער א גוט ווארט צו זאגן טו עס ביטע דא.

חוח בין השושנים
שר האלף
תגובות: 1575
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

די הילעיום באלאן סומאטוכע

תגובהדורך חוח בין השושנים » מאנטאג מארטש 02, 2020 4:35 pm

מ'האט שוין געהאלטן ביים אהייגיין פון די כאלעמויעד ריידס אויף 18'טע עוועניו. היות כ'בין שוין געווען 11 און אין מיין לעבן האביך נאכנישט פארמאגט א אייגענע הילעיום באלאן, האמיר אפגעמאכט אז זאל זיין וואס זאל זיין, קאסט וואס קאסט, כ'מוז אהייקומען פון דא מיט א הילעיום באלאן. ווייל אם לא עכשיו אימתי? ווען דען, ביי די בר מצוה זאל מען עס ברענגען?

ס'האט געקאסט 3 דאלער, א הימלשרייענדע פרייז פאר בימים ההם. אבער כ'בין געווען גליקלעך דערמיט, און זיך געטרייסט אז ס'כאטש געווען א גרויסע סייז באלאן, ס'האט קוים אריינגעפיט אינעם קאר סערוויס.

אהיימקומענדיג, כאפ איך א פסק פון טאטן זז"ג: ביי די 11 יאר א הילעיום באלאן? און ווער רעדט נאך פון אויסגעבן 3 דאלער פאר עס? ס'מיר דערגאנגען די אפעטיט. פאר פחד איז דער באלאן ארויס פון מיינע הענט און גראד ארויף אויפן פריש געפעינטע שטעכעדיגע popcorn ceiling. דער באלאן האט געכאפט א שטאך פונעם דעזיין, און האט אויסגעהויכט זיין גאנצע הילעיום במעמד כל המשפחה...

ס'האט זיך מיר פארשמעקט א באלאן... כ'קען זיך אבער טרייסטן (ממש זאת נחמתי בעניי...) אז פאר 10 מינוט פון מיין לעבן האב איך געהאט א אייגענע עכטע הילעיום באלאן...
אויב האסטו אויף מיר פאראיבל, טענות, מענות, א ויצעקו צו מאכן, א שטאך צו געבן, א קשיא צו פרעגן, אדער א גוט ווארט צו זאגן טו עס ביטע דא.

חוח בין השושנים
שר האלף
תגובות: 1575
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

הצלה'ס רימאוט

תגובהדורך חוח בין השושנים » מאנטאג מארטש 02, 2020 6:27 pm

בערך 30 יאר צוריק האמיר, משפחת החוחים, אהיימגעוואקט פונעם סדר נאכט וואס מיר האבן געגעסן ביים זיידן. ס'געווען נאך צווייע (בושות... דערצייל ניש פאר קיינעם). מיין טאטע האט מיר דעמאלטס אויסגעלערנט אז ווען די נייגעריגע חברים 'פרעגן': "אונז האבן געענדיגט 3:30, ווען האסטו געענדיגט?" מעג מען זיי ענטפערן "פאר 4'ע", ווייל 2:00 איז אויך פאר פירע.

אינמיטן וועג האבן אונז דורכגעוואקט נעבן א פארקירטע הצלה טראק, און פלוצלונג האט זיך עס 'פון זיך אליין' אנגעצינדן. אונז זענען געווארן זייער איבעראשט, זעענדיג אז ס'נישטא א מענטש אינעווייניג. וויאזוי האט זיך עס אנגעצינדן? אונז האבן ממש געזוכט אויסצובארגן שלמה המלך'ס חכמה.

א רגע שפעטער עפנט זיך די טיר פונעם דערנעבנדען הויז, און ס'פליעט ארויס פון דארט א איד מיטן ווייסן קיטל, ער שפרינגט אריין אינעם דרייווער'ס זיץ און יאגט אפ.

אזוי איז אונז אינטראדוסט געווארן דער 'רימאוט סטארטער'. מעגליך אז נאר הצלה האט עס פארמאגט אין יענע יארן...
אויב האסטו אויף מיר פאראיבל, טענות, מענות, א ויצעקו צו מאכן, א שטאך צו געבן, א קשיא צו פרעגן, אדער א גוט ווארט צו זאגן טו עס ביטע דא.

חוח בין השושנים
שר האלף
תגובות: 1575
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

רחל מבכה על בניה

תגובהדורך חוח בין השושנים » דינסטאג מארטש 03, 2020 2:04 am

א רוסישער באס דרייווער האב'מיר געהאט וואס האט אונז גענומען צו חדר. אוי איז ער געווען סחורה ווי גאלד. וואס אלץ איז נישט ארויסגעקומען פון זיין שמוציג פּיסקל... נעבעך פון אידישקייט נישט געוואוסט צופיל מער ווי די אידישע שפראך, און אז זיין נאמען איז לייבל. אה, און אויך אז מיר האבן געהאט א מאמע רחל.

ביי די ניינטע עוועניו האט ער טעגליך אויפגעפיקט דריי ברידערלעך, וועלכע האבן געווארט מיט זייער מאמע. פונקט אויף זיי האט זיך דער רוס פארלייגט. ער האט קיינמאל נישט געסטאַפּט ביי זייער הויז נאר דריי הייזער שפעטער. ווען די תמימות'דיגע מאמע, גראדע א בעלת תשובה, האט עס געזען, האט זי געמיינט אז די באס וועט איבערלאזן די קינדער, האט זי זיך גענומען לויפן -אינאיינעם מיט אירע עופה'לעך- מיטן גרעסטן אימפעט צו כאפן די באס. ווען דער דרייווער האט געזען פון שפיגל ווי זיי לויפן, האט ער זיך געריסן פאר געלעכטער אויסשרייענדיג: "מאמע רחל לויפט! מאמע רחל לויפט!"

ווען זיי האבן שוין כמעט דעריאגט די באס, האט ער זיך גענומען פארן א מרחק פון נאך צוויי-דריי הייזער, זיי אנצוציען די נערווען. און דער שפיל האט זיך ווידעראמאל אנגעהויבן...

ס'האט אנגעהאלטן א לאנגע צייט, ביז ווען דער דרייווער איז געפלויגן. עד היום פארשטיי כ'נישט פארוואס יענע נעבעכדיגע מאמע האט זיך אזוי געלאזט שאנטאזשירן, און ערליכערהייט געגעבן דעם אפגעריסענעם דרייווער די הנאה און עטענשאן וואס ער האט געזוכט.
אויב האסטו אויף מיר פאראיבל, טענות, מענות, א ויצעקו צו מאכן, א שטאך צו געבן, א קשיא צו פרעגן, אדער א גוט ווארט צו זאגן טו עס ביטע דא.

חוח בין השושנים
שר האלף
תגובות: 1575
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

א מעשה מיט א דרייווער

תגובהדורך חוח בין השושנים » דינסטאג מארטש 03, 2020 2:16 am

די מכה בפטיש פארוואס מיין רוסישע אפגעריסענע באס-דרייווער איז עווענטועל געפלויגן, איז געווען וועגן מיר.

ער האט געהאט א לאנגע רוט יעדן זונטאג נאכמיטאג, איבער א שעה צו פארן, דעקנדיג פון די 8טע עווניו ביז אפאר גאסן נאך אושען פארקוועי, לארכה ולרחבה. מיין סטאפ איז געווען די לעצטע. איין זונטאג האט ער נישט געהאט קיין נערוון צו פארן צו מיין געגנט, ווייל פונקט יענעם טאג בין איך געווען דער איינציגסטער פון יענע גלילות, האט ער מיר וועגן דעם אראפגעלאזט איבער א מייל ווייט פון מיין הויז.

איך האב מחליט געווען אז ס'נישט קיין תכלית אזוי, נאך א שעה ארומפארן, זאל איך אהיימוואקן און מאכן א שווייג? האביך זעך אוועקגעזעצט אין גאס און געווארט, אנשטעלנדיג זייער א זויערע און פארבלאזענע פנים. נאך א 10 מינוט איז א איד צוגעקומען צו מיר און געפרעגט אויב כ'דארף הילף. כ'האב געזאגט אז יא. ער האט געקאלט מיין טאטע, פון א טעלעפאון אין א דערנעבנדע סטאר, און פארציילט אז דער תכשיט'ל איז פארבלאנדשעט. תכלית, די מעשה האט געשאפן די נויטיגע אויפמערקזאמקייט, ווען מיינע עלטערן האבן אויפגעשטורעמט די הנהלה גשמית פון די חדר, און דער דרייווער איז פארשיקט געווארן (צו א אנדערע חדר...).
אויב האסטו אויף מיר פאראיבל, טענות, מענות, א ויצעקו צו מאכן, א שטאך צו געבן, א קשיא צו פרעגן, אדער א גוט ווארט צו זאגן טו עס ביטע דא.

חוח בין השושנים
שר האלף
תגובות: 1575
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

זבת חלב ודבש

תגובהדורך חוח בין השושנים » דינסטאג מארטש 03, 2020 11:44 am

א לעבעדיגע און שעפערישע יונגל איז ער געווען. לאנגע טעג האט ער מיר אנגעצויגן און נייגעריג געמאכט, נישט וועלנדיג פארציילן וואס ער האט באהאלטן אין זיין בעיסמענט. ער האט מיר נאר אזויפיל געזאגט, אז ער קען עס קיינעם נישט מגלה זיין, ווייל אויב זיין מאמע וועט געוואויר ווערן, וועט זי אים "הרג'ענען".

נו, אויב אזוי שטייגט דאך דער נייגער פילפאכיג. ענדליך האט ער מיר איין נאכמיטאג גענומען צו זיין בעיסמענט. כ'האב געציטערט אז כ'גיי דארט טרעפן קריסטליך בלוט... ער הייבט אן אוועקרוקן באקסעס און אויפשטעל-בעטן, ביז...

ס'האט זיך אנטפלעקט פאר מיינע אויגן א משפחה פון קעצעלעך, מיט אפאר פיצלעך, און מיט א שיסל מילך. ער האט מיר צוגעלייגט, אז זיין מאמע וואונדערט זיך לעצטנס פארוואס זי דארף אזוי אפט איינקויפן נאך מילך...

השגות פון א כיתה ג' יונגל!
אויב האסטו אויף מיר פאראיבל, טענות, מענות, א ויצעקו צו מאכן, א שטאך צו געבן, א קשיא צו פרעגן, אדער א גוט ווארט צו זאגן טו עס ביטע דא.

חוח בין השושנים
שר האלף
תגובות: 1575
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

פון צווישן די ביידלעך

תגובהדורך חוח בין השושנים » דינסטאג מארטש 03, 2020 1:17 pm

מיין מלמד אין קאנטרי איז געווען א שטרענגער. ער פלעגט יעדע וואך מאכן א שבת פארטי פאר זיין כיתה, כיתה ה'. די עלטערע קינדער האבן ליב געהאט צו שטערן די מסיבה, און האבן אריינגעווארפן נאסע טישוס פון די פענסטערס.

איין שבת נאכמיטאג, האט דער מלמד באשלאסן עד כאן. ער האט געוואוסט ווער ס'איז דער אנדרייער, א יונגל מיטן נאמען גאַווי (גבריאל), און האט צוגעגרייט פאר אים א נקמה.

גאַווי איז געזעצן און געפירט א רעדל -ואני בתוכם- פארנט פון זיין באנגעלאו, ווען פלוצלונג לויפט ארויס פון צווישן די ביידלעך דער בייזער מלמד, מיט א רויטע פארפלאמטע פנים, און מיט א שטעקן אין דער האנט, גרייט צו צערייסן זיין קרבן. נישט אזוי שטייט? מותר לנוחרו אפי' ביו"כ שחל בשבת...

דאס יונגל איז אבער געווען פלינקער, און איז באלד אריינגעפלויגן אין זיין באנגעלאו כל עוד נשמתו באפו. דער מלמד איז געבליבן שאקירט פונעם אומגערישטן אנטוויקלונג, ער האט זיך ווייזט אויס גע'ישוב'ט אויב ער זאל נאכלויפן דעם צאפ ביז צום בעדרום אריין, אבער ער האט זיך באהערשט. ער איז אוועק פון דארט מיט א דראאונג: זאגטס אים ער זאל זיך נישט וואגן ארויסצוקומען!

כ'בין זיכער אז ער ווארט נאך דארט צו באקומען רשות.
אויב האסטו אויף מיר פאראיבל, טענות, מענות, א ויצעקו צו מאכן, א שטאך צו געבן, א קשיא צו פרעגן, אדער א גוט ווארט צו זאגן טו עס ביטע דא.

חוח בין השושנים
שר האלף
תגובות: 1575
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

אז מ'קען קען מען

תגובהדורך חוח בין השושנים » דינסטאג מארטש 03, 2020 9:15 pm

אין ישיבה'ס דארמיטארי זענען נישט געווען קיינע שויערס. ווער ס'האט געפערליך געשוויצט נאכן טאנצן ביי א חתונה, האט געדארפט האלטן די שווייס ביי זיך ביז צופרי ווען מ'האט עס אפגעשווענקט אין מקוה.

איין בחור, א טשיקאווע שטיקל געווען, נחום האט ער געהייסן, האט זיך אבער אנייצע געגעבן. ס'געווען דארט אין ישיבה א לאנגע שורה פון סינקס וואס האט אויסגעקוקט ווי די שוקת פון רבקה'ס קעמלען. דער נחום פלעגט זיך דארט אריינלייגן מיט זיינע בגדים, עפענען אלע קראנען ס'זאל גיסן וואסער און דער שויער איז געווען אמחיה.

ער פלעגט זאגן: ווער זאגט אז א שויער קען מען נישט נעמען ליגעדיג? און ווער זאגט אז ס'קומט זיך נישט פאר די הויזן, זאקן און רעקל א שויער ווען זיי שוויצן?...
אויב האסטו אויף מיר פאראיבל, טענות, מענות, א ויצעקו צו מאכן, א שטאך צו געבן, א קשיא צו פרעגן, אדער א גוט ווארט צו זאגן טו עס ביטע דא.

חוח בין השושנים
שר האלף
תגובות: 1575
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

30 חתונות אין איין סעקונדע

תגובהדורך חוח בין השושנים » דינסטאג מארטש 03, 2020 11:28 pm

וואס האבן געטון די ישיבה גדולה בחורים וואס זענען אויפגעשטאנען שפעט? ס'האבן זיך געשטעלט מנינים שחרית אינעם דערנעבנדען ביהמ"ד ביז חצות. ווען דער ראש ישיבה איז געקומען אויף א בליץ-באזוך אין יענעם ביהמ"ד צו כאפן קרבנות, האט ער קיינעם נישט געזען. ממש הוכה בסנורים.

וויאזוי? מ'האט געשאפט געלט פאר אזא 30 טליתים, און ווען מ'האט געזען ווי דער ראש ישיבה קומט צו גיין, זענען אלע בחורים פלוצלונג געווארן יונגעלייט...
אויב האסטו אויף מיר פאראיבל, טענות, מענות, א ויצעקו צו מאכן, א שטאך צו געבן, א קשיא צו פרעגן, אדער א גוט ווארט צו זאגן טו עס ביטע דא.

חוח בין השושנים
שר האלף
תגובות: 1575
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

כל התורה כולה

תגובהדורך חוח בין השושנים » מיטוואך מארטש 04, 2020 8:32 am

אין כיתה ב' האמיר אנגעהויבן לערנען חומש צו מזל. אין אונזער חדר האט מען נישט געלערנט פרשת השבוע, נאר די תורה אין א סדר, ממילא איז אויסגעקומען א קאטאסטראפע: מ'האט געלערנט אויך נאך רביעי-חמישי. פארשטייט זעך אז מדי שבוע בשבוע האט מען אויך געלערנט בע"פ וועגן די פרשת השבוע.

דורכאויס כיתה ב' האבן אונז געלערנט די דריי סדרות בראשית-לך לך.
כיתה ג': וירא-ויגש.
כיתה ד': ויחי-יתרו, במדבר-בלק.
כיתה ה': משפטים-פקודי.
כיתה ו': ויקרא-מצורע.
כיתה ז': אחרי-בחקותי, פינחס-מסעי.
כיתה ח': חומש דברים.

א יאר דערויף האבן אונז געהאט א נייע מנהל, וועלכער האט שוין נישט צוגעלאזט דעם 'דרך הלימוד', זאגנדיג אז ס'איז נישט חסיד'יש צו... (צו קענען די ענדע פון די פרשיות?).

איך פערזענליך בין זייער דאנקבאר פאר דעם נישט-חסיד'ישן שטייגער, און ס'קומט מיר צוניץ עד היום.
אויב האסטו אויף מיר פאראיבל, טענות, מענות, א ויצעקו צו מאכן, א שטאך צו געבן, א קשיא צו פרעגן, אדער א גוט ווארט צו זאגן טו עס ביטע דא.

חוח בין השושנים
שר האלף
תגובות: 1575
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

ארויף אויפן סטעידזש

תגובהדורך חוח בין השושנים » מיטוואך מארטש 04, 2020 1:19 pm

מיט שמחה בין איך געגאנגען צום פלעי מיטן נאמען "דער זיידע איז גערעכט". כ'קום אן, כ'שטיי אין ליין, כ'זוך אויף מיין זיץ פלאץ, און... איינער זיצט שוין דארט. מיט גרויס קאנפידענץ ווייז איך אים מיין טיקעט: טשולדיג ס'מיין פלאץ. ווייזט מיר יענער אז זיין טיקעט צייגט די זעלבע.

ווער איך געוואויר אז נאך אפאר סיטס זענען געווארן דאבל-בוקד. עת צרה היא ליעקב. וואס האבן די סדרנים געטון? מ'האט אונז ארויפגעזעצט אויפן סטעידזש, ממש אין די זייט, און דארט איז געווארן אונזער נייע פלאץ. האלב זאכן האבן אונז נישט געקענט זען, אבער פאר בלית ברירה איז עס געווען גוט.

ווען דער זיידע איז אראפגעקומען פון גן עדן מיט זיינע אויסגעשפרייטע תכריכים פליגלען, איז ער דורכגעפלויגן הארט נעבן מיר... דאס איז געווען פונקט ווי געוואונטשן פאר מיר און פאר מיינע זיסע חלומות.
אויב האסטו אויף מיר פאראיבל, טענות, מענות, א ויצעקו צו מאכן, א שטאך צו געבן, א קשיא צו פרעגן, אדער א גוט ווארט צו זאגן טו עס ביטע דא.

חוח בין השושנים
שר האלף
תגובות: 1575
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

נואם בחסד עליון

תגובהדורך חוח בין השושנים » מיטוואך מארטש 04, 2020 4:48 pm

מיין מלמד האט אמאל געפרעגט: ווער ווייסט וויאזוי מ'זאגט אין לשה"ק א ארימאן? קינדער האבן געענטפערט: עני, דל און אביון. איך האב צוגעלייגט: מך און רש.

מיין מלמד האט עס נישט אויסגעהאלטן. פון וואו ווייסטו דאס? ער האט מיר געהייסן ארויפקומען און פארציילן ברבים פון וואנעט כ'ווייס דאס. כ'האב געציטערט הענט און פיס צו רעדן א דרשה ברבים.

מיין דרשה געדענק איך נאך גוט: מך האבן אונז לעצטנס געלערנט אין חומש, כי ימוך אחיך. און רש האב איך גענומען פון די 'עונג שבת'.

אויף זיין שאלה וואס איז 'עונג שבת'? האביך געענטפערט: סאיז א אויסגאבע וואס האט לעצטנס אנגעהויבן ארויסצוקומען יעדע וואך, ס'קאסט 32 דאלער א יאר, דארט האט מען איין וואך געדארפט אריינלייגן אותיות אין קעסטלעך, געבויעט ווי א פיראמיד, און אויף די שאלה וויאזוי מ'זאגט א ארימאן אין לשון הקודש, האבן נאר אריינגעפאסט די אותיות ר' און ש', און כ'האב זיך דערמאנט אז מ'זאגט ביים 'יום' "עני ורש הצדיקו".

פון מיין קורצע דרשה -און פון די קינדערס פארגאפטקייט- האביך זיך אסאך געלערנט. כ'האב עס לאנג שטודירט און אנאליזירט. כ'בין ארויס מיטן מסקנא: א גאסט רעדנער וועט מען אייביג אויסהערן, אויב ער רעדט קורץ, אפילו אויב ער בלאַבעלט סתם מינדערוויכטיגע פרטים.
אויב האסטו אויף מיר פאראיבל, טענות, מענות, א ויצעקו צו מאכן, א שטאך צו געבן, א קשיא צו פרעגן, אדער א גוט ווארט צו זאגן טו עס ביטע דא.

חוח בין השושנים
שר האלף
תגובות: 1575
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

א שטאט אן שכל

תגובהדורך חוח בין השושנים » דאנארשטאג מארטש 05, 2020 9:24 am

איין פרייטאג, בערך אין תשמ"ט, זעמיר ארויסגעפארן פון חדר מיטן באס, און ס'איז געווען כאאס אויף די בארא פארקער גאסן. די 13 און 14טע עוועניוס זענען געווען פארמאכט, ווייל מ'האט זיי פארוואנדלט אין one way גאסן.

מיין באס דרייווער, א רוסישער (נישט דער בייזער לייבל, נאר דער דא), האט זיך דעמאלטס געבייזערט: "אין אזא ביזי טאג פארמאכט מען גאסן? ניו יארק האט ניט קיין שכל!"

וועלקאם טו ניו יארק!
אויב האסטו אויף מיר פאראיבל, טענות, מענות, א ויצעקו צו מאכן, א שטאך צו געבן, א קשיא צו פרעגן, אדער א גוט ווארט צו זאגן טו עס ביטע דא.

חוח בין השושנים
שר האלף
תגובות: 1575
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

היכי דמי עלטער-זיידע?

תגובהדורך חוח בין השושנים » דאנארשטאג מארטש 05, 2020 10:37 am

אונזער קלאס האט אמאל געפראוועט א סיום, און איין יונגל'ס עלטער-זיידע איז געקומען צו גאסט, אלס אורח הכבוד.

כ'געדענק ווי מיר קינדער זענען געשטאנען און אים באטראכט ווען ער איז אריינגעקומען, וועלנדיג זען וויאזוי א 'עלטער זיידע' קען אויסקוקן. איז עכט דא אזא זאך ווי א עלטער זיידע וואס לעבט? למעשה האט ער געהאט א שטעקן, אבער האט נישט געגעבן דעם אימעדזש וואס מיר האבן זיך פארגעשטעלט: צעקנייטשט און איינגעבויגן...

נאר איינער אין אונזער גאנצע כיתה האט געהאט א עלטער-זיידע בין החיים.

געדענק איך וואס מיין טאטע האט מיר פארציילט, אז ער איז געווען פון די איינציגסטע אין זיין כיתה, אין די בראשית יארן, וואס האט געהאט א באבע וואס לעבט.
אויב האסטו אויף מיר פאראיבל, טענות, מענות, א ויצעקו צו מאכן, א שטאך צו געבן, א קשיא צו פרעגן, אדער א גוט ווארט צו זאגן טו עס ביטע דא.

חוח בין השושנים
שר האלף
תגובות: 1575
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

כחוח בין השושנים

תגובהדורך חוח בין השושנים » דאנארשטאג מארטש 05, 2020 1:00 pm

ווען כ'בין געווען 5 יאר אלט, אין קאנטרי, איז געווען א מדריכים פלעי, און כ'בין געזעצן אויף מיין טאטנ'ס שויס. ביים פלעי האט מען ארויסגעגעבן א טויט אורטייל אויף איינעם, און ביים סצענע פון אויספירן דעם ברוטאלן אורטייל, האט מען אריינגעברענגט א דאמי וועמען מ'האט פארשטעלט ווי יענעם נידון למות.

צוליב מיין יונגען יארגאנג, האב כ'נישט געכאפט אז א דאמי איז דער שטעלפארטרעטער, און כ'האב געמיינט אז ס'איז דער זעלבער וועמען מ'האט פריער געזען רעדן און שרייען. מיטאמאל זע איך ווי מ'ציעט ארויס א שווערד, מ'האקט אפ זיין קאפ און יענער שטרעקט זיך אויס... די קולות וואס כ'האב דארט געמאכט, זענען געווען אינטרעסאנטער ווי די גאנצע פלעי... צעקות האב כ'געמאכט אז מ'האט מיר נישט געקענט בארואיגן. כ'בין געווען דארט כאבל בין החתנים וכחוח בין השושנים.

כ'געדענק ווי דער חשבון האט מיר עפעס נישט געשטימט: ווייל מ'וויל מאכן א פלעי, מעג מען הרג'ענען א מענטש אויף אייביג?

למעשה האב איך נאכדעם באקומען א אראנדזשע סופער-באל, א גרויסע, און דאס האט מיר ענדגילטיג בארואיגט...
אויב האסטו אויף מיר פאראיבל, טענות, מענות, א ויצעקו צו מאכן, א שטאך צו געבן, א קשיא צו פרעגן, אדער א גוט ווארט צו זאגן טו עס ביטע דא.

חוח בין השושנים
שר האלף
תגובות: 1575
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

קאץ און מויז

תגובהדורך חוח בין השושנים » דאנארשטאג מארטש 05, 2020 6:11 pm

איינע פון די גראסעריס אין אונזער שכינות האט געהאדעוועט א קאץ, מיטן אויסרייד אז ס'זאלן נישט זיין קיין מייז. דער בעל הגראסערי האט שוואך פארדינט און ס'איז געווען א רחמנות אויף אים. טאקע וועגן דעם האבן אונז דארט איינגעקויפט, אים צו שטיצן.

כ'פלעג פיינט האבן דארט אריינצוגיין, ווייל דער קאץ פלעגט זיך דרייען צווישן די פיס, און ס'געווען א גרויליגע מינ'ע.

ויהי היום כ'בין אין גראסערי בשליחות די מאמען, און כ'באמערק ווי אפאר מזונות'ווארג האבן ציין-ביסן. דעמאלטס האבן אונז ענדליך אויפגעהערט דארט איינצוקויפן. ביז היינט איז מיר א ספק אויב ס'איז געווען ביסן פון קאץ (עקל) אדער פון א מייזל (עקל + קשה לשכחה)...
אויב האסטו אויף מיר פאראיבל, טענות, מענות, א ויצעקו צו מאכן, א שטאך צו געבן, א קשיא צו פרעגן, אדער א גוט ווארט צו זאגן טו עס ביטע דא.

חוח בין השושנים
שר האלף
תגובות: 1575
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

רווח והצלה יעמוד ממקום אחר

תגובהדורך חוח בין השושנים » זונטאג מארטש 08, 2020 1:00 pm

פיבערהאפטיגע צוגרייטונגען און שמעטערהאפטיגע פלענער. דאס איז א קורצע סך הכל פון אונזערע הכנות אין ישיבה קטנה צום בעפארשטייענדן פורים. די גרופע פון 12 בחורים אנגעטון מיט tuxedos, באשטעלט א טראק מיט ספיקערס, און אלע קלאפערגעצייג.

באוואפנט מיט א ליסטע פון 'אדרעסן', האבמיר פורים ביינאכט אריינגעקלאפט צו א גביר און געטון וואס מ'האט געדארפט, געשפרינגען און געזינגען. דערווייל האט איין בחור גערעדט צום געערטן מייעסטעט און ארויסגעברענגט וואסערע ישיבה דאס איז... איר פארשטייט אוודאי אליין: איינס אין דער וועלט.

דער גביר האט זיך מיטאמאל צוגעשארט צו אונז און בכבודו ובעצמו אנגעהויבן מיטטאנצן מיט אונז, א לענגערע צייט. די פון-פאראויס-באשטימטע 5 מינוט זענען שוין לאנג אפגעלאפן, און דער באלעבאס לאזט נישט נאך, ער טאנצט מיט אונז בדביקות עילאה. נאכן ענדיגן בעט ער אונז צו טאנצן נאך אביסל אן די מוזיק. לבסוף האט ער אנגעהויבן א שמועס מיט אונז, וועלכע מסכתא מ'לערנט וכו', און האט געמאכט זיכער ארויסציווייזן אז ער איז א יודע ספר...

הכל בכל מכל זעמיר דארט געווען קרוב צו א האלבע שעה. יעצט איז פּעי-טיים. מ'ערווארט א טויזנטער לכל הפחות נאכן צושטעלן אזעלכע סערוויסעס ככל העולה על רוחו. למעשה אבער נעמט ער ארויס א פעקל סינגלס, און געבט פאר יעדן א דאלער... אונזער ראש המדברים האט זיך נישט פארלוירן, ער האט זיך הערצליך באדאנקט פאר זיין גוטסקייט, כאילו ס'וואלט געווען א ריזיגע נתינה.

נאך א קורצע בירור האט זיך ארויסגעשטעלט אז יענער איז געווען א בלוט-שונא פון אונזער ראש ישיבה, מחמת א געפעכט וואס זיי האבן געהאט מקדמת דנא. וועגן דעם האט ער אונז אויפגעהאלטן, מ'זאל דערלייגן טייערע צייט.

למעשה האבן אונז ביי די אנדערע הייזער געהאט א אויסערגעווענליכע הצלחה, און מ'האט אריינגעברענגט אסאך מער געלט פון יעדע אנדערע גרופע דישיבתינו הק'.
אויב האסטו אויף מיר פאראיבל, טענות, מענות, א ויצעקו צו מאכן, א שטאך צו געבן, א קשיא צו פרעגן, אדער א גוט ווארט צו זאגן טו עס ביטע דא.

חוח בין השושנים
שר האלף
תגובות: 1575
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

די באבע לצון

תגובהדורך חוח בין השושנים » דינסטאג מארטש 10, 2020 3:02 pm

ערב יום כיפור פארנאכט, דער עולם זאגט תפילה זכה, דער מצב איז יום כיפור'דיג. א איד אין שול ווענדט זיך מיט א ערנסטע מינע צו זיין קליין וואגאבונדל, זיין אוצר'ל וואס טרייבט א גאנצן טאג ליצנות פון אלעס: "אוי גייסטו דארפן אינזין האבן ביי די על חטא'ס, בעיקר ביי בלצון"...

שיסט דער צדיק'ל גלייך צוריק: "אוי די באבע לצון איז דאך אזא פיינע אידענע געווען"...
אויב האסטו אויף מיר פאראיבל, טענות, מענות, א ויצעקו צו מאכן, א שטאך צו געבן, א קשיא צו פרעגן, אדער א גוט ווארט צו זאגן טו עס ביטע דא.

חוח בין השושנים
שר האלף
תגובות: 1575
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

מפורש יוצא מפי עם הארץ

תגובהדורך חוח בין השושנים » דינסטאג מארטש 24, 2020 9:33 pm

מיין רוסישער באס דרייווער האט אמאל מיטגעברענגט אויפן באס זיינס א באקאנטער, וואס האט נארוואס געלאנדעט פון רוסלאנד. יענער האט גערעדט א געשמאקער רוסישער אידיש, אבער האט נישט געוואוסט קיין סאך פון אידישקייט צו זאגן.

שמועסנדיג מיט אים, האט ער פארציילט אז איינער (זיין זיידע?) האט אים אויסגעלערנט עברי מיט צענליגע יארן פריער. מ'האט אים געגעבן א חומש ויקרא, און ער האט אנגעהויבן ליינען שטייט אבער גוט. ווען ער איז אנגעקומען צו "וידבר ה' אליו", האט ער ארויסגעזאגט דעם שם הוי"ה ככתיבתו! מ'האט גלייך אוועקגענומען דעם חומש פון אים.

זע מיין אונטערשריפט וואו מ'קען שרייבן הערות אויף מיינע זכרונה'כצער. ביטע נישט אנפירקלען דעם אשכול. א דאנק.
אויב האסטו אויף מיר פאראיבל, טענות, מענות, א ויצעקו צו מאכן, א שטאך צו געבן, א קשיא צו פרעגן, אדער א גוט ווארט צו זאגן טו עס ביטע דא.

חוח בין השושנים
שר האלף
תגובות: 1575
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

פון וואו נעמט זיך אזא שלעכטקייט?

תגובהדורך חוח בין השושנים » מיטוואך מארטש 25, 2020 2:19 am

זומער תשמ"ו. א שווארצער גוי איז ער געווען, א שטילער און א רחמנות, מיט גאנץ קנאפ שכל. א ריכטיגער עבד עבדים.

די הארצלאזע פוסטע קאנטרי קינדער האבן אים שוין פונלאנג באשטימט אלס זייער ציל-ברעט, ווי גלייך ער וואלט געווען זייער משגיח אין ישיבה... אין א טאג האבן זיי באשלאסן צו מאכן א 'פאני דזשאוק', מ'האט אים פונדערהויך באגאסן מיט צובראכענע שטיקלעך גלאז... זיין יאמערליכע געוויין געדענק איך נאך ביז יעצט. ער איז געשטאנען פארצווייפלט, מיטן מאפ אין איין האנט, און געקוקט אויף זיין אנדערע צעבלוטיגטע האנט.

כ'האב זיך נישט געקענט בארואיגן פון זייער אומסענסיטיוויטעט און שלעכטקייט. יענע נאכמיטאג -ווען די חיות הקודש האבן נישט געזען- האביך אים געברענגט צוויי דאלער, צו ווייזן סימפאטיע, כ'האב עס אים געגעבן און געזאגט "יו אר ווערי גוד". ער האט עס נישט געוואלט נעמען, אבער האט מיך פון דאן יעדן טאג געגריסט און געזאגט "יו אר ווערי גוד"...
אויב האסטו אויף מיר פאראיבל, טענות, מענות, א ויצעקו צו מאכן, א שטאך צו געבן, א קשיא צו פרעגן, אדער א גוט ווארט צו זאגן טו עס ביטע דא.

חוח בין השושנים
שר האלף
תגובות: 1575
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

כינעזער עסנווארג

תגובהדורך חוח בין השושנים » מיטוואך מארטש 25, 2020 5:46 pm

יעדן זומער האבן אונז זיך צאמגעליטן פון א געפערליכע אנשיקעניש. דעם שכנ'ס בוים האט ארויסגעגעבן עפעס א העל-פּינקע סארט פרוכט, אביסל גרעסער פון טרויבן, וואס האט געשאפן א ריח רע ביותר. ווען זיי זענען אראפגעפאלן און צוטראטן געווארן, האט מען געקענט קראנק ווערן בלויז פון אריינאטעמען די פחדימ'דיגע גערוך.

אין יענעם חודש-צוויי האבן אונז גענצליך אויסגעמיטן דורכצוגיין יענעם בוים. אויב האב איך געדארפט אנקומען אפאר הייזער ארויפציער, בין איך ענדערש געגאנגען רינגס-ארום די גאס (אראונד-די-קארנער), ווי איידער דארט דורכצוגיין.

ביז היינט איז מיר א פלא, דער פאקט אז די כינעזער פלעגן אהינקומען מיט בעגס און זיך אנגעשעפט פון די פרוכט מלוא חפניים נחת...
אויב האסטו אויף מיר פאראיבל, טענות, מענות, א ויצעקו צו מאכן, א שטאך צו געבן, א קשיא צו פרעגן, אדער א גוט ווארט צו זאגן טו עס ביטע דא.


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 11 געסט