אלה זכרונות חוח...

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
אזוי גאר!
שר ששת אלפים
תגובות: 6331
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 25, 2017 7:13 pm
לאקאציע: עולם השפל

Re: אלה זכרונות חוח...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אזוי גאר! »

[align=center]די ערשטע 2 בלעטער פון חוח'ס זכרונות בחנם
ליינטס און האטס הנאה

חוח'ס זכרונות חלק א'[/align]
לעצט פארראכטן דורך אזוי גאר! אום זונטאג מארטש 29, 2020 12:13 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
חוח בין השושנים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4136
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

שיער מחיה מתים געווען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוח בין השושנים »

בערך אין תש"נ זעמיר געפארן קיין מאנסי צו א הכנסת ספר תורה. זייענדיג דארט מיט א דרייווער, האבן אונז געוואלט טרעפן דעם בית החיים וואו דער סקולענער רבי זצ"ל ליגט.

כ'געדענק אזוי פיל אז מ'איז געווען אויבן פון א בארג, ווארשיינליך קארנער פיליס אדער ריטא, און רוט 306. אונזער דרייווער האט אפגעשטעלט א עלטערע פרוי און איר געפרעגט דיירעקשאנס. האט זי געענטפערט: מאך דא א רעכטס און פאר אראפ אראפ אראפ אראפ אראפ אראפ אראפ...

פון דעמאלטס איז געווארן א נייער ווארט אין משפחת חוחים'ס לעקסיקאן. אנשטאט 'גראד' זאגט מען: אראפ אראפ אראפ אראפ אראפ אראפ אראפ...

דארט אויפן פעלד זענען געווען אנגעלייגט פיל שטיינדלעך, און מיין יונגערער ברודער האט געשאסן שטיינער בשעת מיינע עלטערן האבן געדאווענט ביים ציון. נישט קענענדיג אים אפשטעלן, האט מיין מאמע אים געסטראשעט: 'אויב וועסטו נישט אויפהערן, וועלן די טויטע ארויסקומען'...


ביטע שרייבן הערות בלויז אינעם אשכול וואס איז אנגעצייכנט אין מיין חתימה. א דאנק.
אוועטאר
חוח בין השושנים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4136
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

וישתחו לעם הארץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוח בין השושנים »

אין ישיבה, אינמיטן א טענה'ריי, האט א בחור געוואלט ווייזן אז על פי הלכה איז מותר זיך צו בוקן צו א בשר ודם. נו, וויאזוי ווייזט מען עס אויף? מיט א מעשה רב! דער בחור האט זיך תיכף אויסגעשטרעקט בפישוט ידים ורגלים פאר מיר, און דערמיט 'אויפגעוויזן' אז ס'איז מותר לכתחילה.

עס האט מיר געדויערט א שטיקל צייט געוואויר צו ווערן, אז ס'איז אסור מן התורה זיך צו בוקן בפישוט ידים ורגלים אויף א שטיינערנע פלאר אפילו לשם ה', אויסער אין די עזרה.
אוועטאר
חוח בין השושנים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4136
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

ברוך משנה הבריות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוח בין השושנים »

האסטו אמאל געהערט ווי איינער מאכט די ברכה 'משנה הבריות' מיט שם ומלכות? איך יא.

צוויי אנטווערפענער בחורים ביי אונז אין ישיבה, אין ירושלים, פלעגן זיך כסדר ארומ'טענה'ן ווער פון זיי ס'איז מער מאדנע אדער משוגע. בעצם איז עס געווען א אינטערעסאנטע חקירה, היות איך אליין האב ביז היינט נישט א קלארע ענטפער דערויף...

איינמאל איז איינער פון זיי געווארן אזוי בייז אויפן צווייטן, פאר זיין חוצפה פון 'נישט וועלן אנערקענען זיין מאדנעקייט', אזש ער האט זיך אויפגעשטעלט און געמאכט אויף אים א ברכה בשם ומלכות: ברוך אתה ה' אלקינו מלך העולם משנה הבריות! ער האט נישט געזאגט ה' אלקינו (ווי די קליינע קינדער ווען זיי זענען עולה שמחת תורה...) נאר ארויסגעזאגט דעם שם ה' ווי ביי א שהכל.

דער 'מברך' האט זיך מיט-די-צייט שטארק אויסגעמענטשלט און איז היינט צוטאגס א מנהל אין א חדר.
אוועטאר
חוח בין השושנים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4136
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

ה' למבול ישב?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוח בין השושנים »

אין תשנ"ה האט זיך ביי אונז אין ישיבה פארשפרייט דער 'ילקוט ראובני' וואס זאגט אז אין ה' אלפים תש"ס גייט קומען א מבול וכו'. יעדער איז געווען אויף דערמיט.

מיין טאטע זז"ג איז דעמאלטס פונקט געפארן קיין ארץ ישראל און באזוכט ביי הצדיק ר' יעקב מאיר שעכטער שליט"א און נאך מקובלים, ער האט זיי בשליחותי (נגד רצונו...) געפרעגט וועגן דעם ילקוט ראובני. אלע האבן געענטפערט אז עס האט גארנישט מיט אונז. ס'מיינט נישט א מבול אויפן עולם הזה.

ווען כ'האב געברענגט די נייעס אין ישיבה, האב איך דריי טעג געהאט בחורים וואס זענען מיר געקומען אויספארשן פונקטליך וואס יעדער מקובל האט געזאגט. זעט אויס אז כ'האב דערמיט צעפלאצט זייער באבל, זיי וואלטן בעסער געוואלט הערן אז מ'דארף פינף יאר בויען א תיבה...
אוועטאר
חוח בין השושנים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4136
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

נישט געקומען אויפן וועלט צו לעקן האניג...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוח בין השושנים »

אין די לעצטע מינוט איז מען צוריקגעלאפן צו כאפן דעם מאווי-פראדזשעקטאר, כדי צו קענען פאראייביגן דעם גרויסן מאמענט, ווי דער דריי יעריג יונגל גייט זאגן שיין די א'ב' און לעקן די האניג.

מ'שערט אים אפ און ס'אנטפלעקן זיך די שיינע פיאה'לעך, מ'פארוויקלט אים אינעם טלית און מ'גייט אין חדר אריין. מ'צינדט אן דעם מאווי מאשין, און דאס ריכטיגע הייבט זיך אן... דאס יונגעלע ווארפט זיך אראפ אויפן ערד, שרייעט און וויינט, שטויסט און זעצט, בקול רעש גדול.

ס'העלפן נישט קיין תחנונים, קיין צוגעזאגעכצער, קיין לאליס אדער מתנות. דער דריי יעריגס וואויעט און פארפירט, און האלט נישט ביים נאכגעבן.

תכלית הדברים, מיין ברודערל זז"ג האט קיין א'ב' נישט געזאגט, דער מלמד האט עס געזאגט אנשטאט אים. קוים האט ער זיך געלאזט איינבעטן צו לעקן די האניג. דער עיקר איז אז מ'האט אים 'אין חדר געפירט'... פאר די זיידעס האט מען פארציילט אז ער איז געווען צוקער-זיס ביים זאגן די א'ב', כדי שלא לבייש...
אוועטאר
חוח בין השושנים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4136
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

אויפגעדעקט די באהאלטענע אפיקומן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוח בין השושנים »

אנגעהויבן ישיבה קטנה אין א מזל'דיגע שעה. א ישיבה וואס איז געווען א קיבוץ גליות פון אלע חדרים. ממילא האבן רוב בחורים נישט געקענט איינער דעם צווייטן פון פריער.

איין בחור איז דארט געווען, וועמען כ'האב יא געקענט. ער האט געהאט א לאנגע ליסטע פון 'פריוואטע' נעמען, אבער האט זייער נישט געגליכן דעם פאקט. א שטייגער ווי דאס.

ער איז מיר געקומען בעטן, אז כ'זאל קיינעם נישט דערציילן אז ער האט מער פון איין נאמען. אפי' אויף זיין תפילין בייטל האט ער נאר ארויפגעלייגט איין נאמען. פרעג איך אים: וואס גייסטו טון ווען מ'רופט דיך אויף? זאגט ער: כ'גיי נאר זאגן איין נאמען.

פאר א סיבה האט זיך עס מיר נישט גוט געלייגט אויף מיין יונגען מוח. כ'האב געהאלטן אז ס'איז עפעס א איסור, כאטש כ'האב עס נישט געקענט גענוי אנטאפן. בינעך צוגעגאנגען צום 'גבאי', א ריזיגער שיעור ג' בחור, און אים דערציילט בסוד סודות אז יענער בחור האט א באנטש נעמען, כאטש ער לייקנט עס.

דעם קומענדיגן יום הקריאה, האט יענער צדיק, בזכותי, באקומען אן עלייה, מיטן גאנצן שם המפורש. אויב וואלט מען געקענט מאכן א מי שפרע נאכן עולה זיין, וואלט ער מיר זיכער אינזין געהאט מיט א גרויסע... כ'מיין ער איז נאך ברוגז אויף מיר ביז היינט. והוא רחום יכפר.
אוועטאר
חוח בין השושנים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4136
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

די גאנצע תורה בעל פה!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוח בין השושנים »

ווען כ'בין געווען אין כיתה ג', האט מיין מלמד אריינגעברענגט א חסיד'ישן איד (כ'ווייס נישט ווער ס'איז געווען) און אים פארגעשטעלט פאר אונז אלס קאמפאוזער פון ניגונים.

יענער איד, וועלכער האט -זעט אויס- נישט געהאט א הסברה וואס א מלמד דארף האבן, האט געפרעגט: "ווער פון די קלאס קען אלע פרשיות אויסנווייניג?"

כ'געדענק ווי כ'האב דעמאלטס געטראכט: "איך קען אפילו נישט גאנץ פרשת בראשית אויסנווייניג (ביז קאפיטל ד' האב איך יא געקענט!), וויאזוי קען זיין אז א כיתה ג' יונגל זאל קענען אלע פרשיות אויסנווייניג?" דאך האב איך געזען ווי פיר-פינף יונגלעך הייבן אויף די האנט! כ'האב געשוימט אין הארצן: "ליגנערס! וועמען ווילט עטץ איינרעדן?"

און דער איד האט אנגעהויבן אויסלערנען א ניגון אויף די פרשיות: בראשית, נח, לך לך, וירא וכו'. ערשט יעצט האבעך געכאפט אז ער מיינט בלויז די נעמען פון די פרשיות...

ווען יענער איז ארויס, האט א האלבע כיתה גע'טענה'ט צום מלמד אז דער מנגן האט נישט גוט מסביר געווען זיין שאלה, און נאך אסאך קינדער האבן געקענט די נעמען פון די פרשיות.

דעם ניגון געדענק איך נאך עד היום, אבער כ'ווייס נישט וועמענ'ס דאס איז. ווען מ'וועט אי"ה האבן אביסל צייט, וועט מען מאכן נאטן דערפון און עס דא פובליצירן.
אוועטאר
חוח בין השושנים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4136
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

טשייעלד לעיבאר...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוח בין השושנים »

קינדער זעמיר געווען, ווען די מאמע האט פון צייט צו צייט אהיימגעברענגט א פרישע שיפמענט פון ווייסע העמדער. אסאך צענליגע העמדער אויפאמאל.

אונז האבן עס געדארפט ארויסנעמען פון די פלאסטיקס, און ארויסציען די נאדלעך און קארדבאורדס (פון הינטערן קאלנער). פארנט פונעם קאלנער, אויפן אויבערשטן קנעפל איז געווען א פלאסטישע שלייף, אזעלכע ווי די לולאות פון די חומש, און מ'האט עס געדארפט פארזיכטיג ארויסנעמען. ביי די נאדלעך האבן מיר קינדער געדארפט זייער אכטונג געבן, ווייל אויב ס'מאכט א 'טשעפע' אינעם העמד (א פאדים צוציעט זיך), קען מען עס מער נישט פארקויפן.

דאס אלעס איז געליפערט געווארן מעבר לים. כדי ס'זאל זיך נישט דערקענען ביי די עינא בישא אז ס'איז סחורה וואס שטייט צום פארקויפן, האט מען אלעס צעעפנט, ס'זאל אויסזען ווי א בחור האט זיך מיטגעברענגט איין העמד פאר יעדן טאג פונעם זמן...

נאכן ענדיגן אלעס צוגרייטן, האט מען אלעס פארפאקט מסודר'דיג אין רענצלעך. מיין דזשאב איז געווען אויסצוטרעפן ווי מער סגולות, זיי אויפשרייבן אויף צעטלעך, און זיי אריינשטעקן אין די טאשן פון די גרויסע רענצלעך. כ'פלעג קביעות'דיג שרייבן: ואת האנשים אשר פתח הבית הכו בסנורים וגו', אמתלאי בת כרנבו, לוי יצחק בן שרה סאשא.

פון ארום 120 רענצלעך, זענען נאר די לעצטע 3 געכאפט געווארן, און מ'האט געצאלט קנס דערויף. זעט אויס אז די קמיע מומחה האט מער נישט געארבעט ביי אונז. א שאד אז ר' ישעי' ב"ר משה'ס סגולה איז נאכנישט 'געבוירן' געווארן דעמאלטס...
אוועטאר
חוח בין השושנים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4136
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

משיח איז אויפן וועג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוח בין השושנים »

כ'בין אמאל אריינגעקומען ביי הפסקה אין מלמדים שטוב [=מנהל'ס אפיס], נאך פסח תשנ"ד. האב איך געהערט ווי איין מלמד פרעגט זיינע קאלעגעס: און אויב ער דרייעט זיך יא ארויס פון זיין קרענק, וועט עטץ גלייבן אז ער איז משיח? אויף דעם איז דער ענטפער געקומען (כאטש פון טייל מלמדים): יא.
אוועטאר
חוח בין השושנים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4136
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

קאקא קאלא'ס ביישטייערונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוח בין השושנים »

שפילנדיג טעגליך אויפן גאס ביי די לאנטש הפסקה, האט זיך געמאכט מזמן לזמן אז ס'איז דורכגעפארן א קאקא-קאלא טראק. ווי נאר מ'האט אים דערזען, האבן מאסן קינדער ווי א ים-כוואליע זיך א לאז געטון צו באלאגערן דעם טראק און אנגעהויבן שרייען מיט באנומענע יללות: סטיקערס! סטיקערס!

דער דרייווער האט גאנץ גוט געוואוסט וואס דאס מיינט. ער פלעגט דאן אראפראולן זיין פענסטער און מיט א ריזיגע שמייכל ארויסשיסן ראללס פון גרינליכע היילייטעד סטיקערס מיטן אויפשריפט 99 סענטס. די קינדער האבן זיך גע'הרג'עט צו כאפן סטיקערס. מער פון איינמאל איז מיר געלונגען צו כאפן, אן קיין שותפים, גאנצע 'רעדלעך' פון סטיקער-ראללס, וואס האבן זיך צו-מזל נישט צעעפנט ביים פליען.

שפעטער אינדערהיים האב איך פארברענגט שעות 'אויפצובויען' קעסטלעך און אנדערע פיתום ורעמסס זאכענעס מיט די טויזנטע העל-גרינע סטיקערס. דער זכות זאל זיי ביישטיין.
אוועטאר
חוח בין השושנים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4136
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

זעמל מיין געטרייע משרת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוח בין השושנים »

ביי אונז אין שטוב איז זעמל געווען א חתיכא דאיסורא. אונז האבן אפט געמוטשעט עס מתיר צו זיין, אבער אן ערפאלג.

מאכט זיך אמאל אז אונזער'ס א קאזין, א ישיבה גדולה בחור, וועלכער האט נעבעך געוואוינט אין א צופראסקעטע שטוב, האט געזוכט וואו זיך אויסצולופטערן, האט ער געטראפן שוץ ביי אונז אינדערהיים. איינס-צוויי מאל א וואך איז ער אריינגעפאלן צו אונז שפעט ביינאכט, נאך נאכט-סדר, און אנגעצינדן זעמל'ען אויפן העכסטן טאן.

אזוי ארום האמיר זוכה געווען צו הערן אויך יענע נארישקייטן. אשרי אוזן וכו'.

ווי נאר יענער קאזין איז א חתן געווארן, האט ער אויפגעהערט צו קומען, און זעמל'ס שטימע איז פארשוויגן געווארן אויף אייביג. פנה הודה פנה זיוה וכו'.
אוועטאר
חוח בין השושנים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4136
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

א גרינע בארד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוח בין השושנים »

ס'געווען אן אלטער איד ביי אונז אין שול, ר' בנימין האט ער געהייסן. א רוסישער איד, גאר אן ערליכער. געדענק איך אז ער האט מיר אמאל פארציילט -בערך אין תשנ"ב- אז ער איז 84 יאר אלט. איך פלעג אהיימבאגלייטן ר' בנימין'ען פון צייט צו צייט, כדי צו הערן זיינע זיסע ווערטלעך.

אמאל זאגט ער מיר: איין ווערטל געדענק איך נאך פון מיין זיידן. ער האט געפרעגט: פארוואס קען א מענטש האבן א שווארצע בארד, א ווייסע בארד, א רויטע, א ברוינע, א גרויע, א זילבערנע, א געלעכיגע, אבער נישט א גרינע?

ווייל אז א קו וועט גיין אין גאס און וועט דערזען א גרינע בארד, וועט זי מיינען אז ס'איז גראז און וועט עס אויפעסן...

כ'האב נישט גערעכנט צו ברענגען די 'מוראדיגע געשיכטעלע' דא. אבער אז @נו גוט נו שוין האט געבעטן צו שרייבן נאך זאכן האב איך גענומען די נויטיגע מי דאס צו פאראייביגן, לכבודו פון זיין בארד-עסנדיגע אוועטאר.
אוועטאר
חוח בין השושנים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4136
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

די טשוטשו סומאטוכע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוח בין השושנים »

ביי וועמען ווערן נישט ערוועקט נאסטאלגיע געפילן, זיך דערמאנענדיג פונעם אלטן באליבטן טשוטשו (כ'רעד נישט צו די היזיגע ספרינג-טשיקענס...)? די זיסקייט וואס איז געווען מעורב מיט אזא סארט ציפעדיגקייט, די טרוקנקייט אינאיינעם מיטן נאסקייט און קלעביגקייט, די הארטקייט און קייעדיגקייט, די רויט-פּינקע קאליר, די דיקקייט, די פיר-עקיגקייט, די ווייסליכע וואקס-פאפיר רעפער ארום יעדע איינציגע טשוטשו, און אוודאי די נאכפאלגנדע דענטיסט-אפוינטמענטס...

דינענדיג אלס דעם "מנהל'ס פּעט", בין איך געווען ממונה צוזאמצונעמען טעגליך אלע קוואדערלעך וואס די יונגלעך האבן געברענגט, נאר איך האב געהאט רשות אריבערצוגיין צום דערנעבנדען גראסערי, און אויפטוישן אלע קוואדערלעך אויף פעקלעך טשוטשוס. כ'האב געמוזט געדענקען ווער ס'האט אלס איינגעצאלט, כדי צוריקצוגעבן פאר יעדן זיין כשר פארדינטע טשוטשו פעקל. איש כטשוטשאתו אשר טשוטשו.

אין א טאג ערווארט מיר זייער א אומבא'טעמ'טע מעשה: כ'קום אן אין גראסערי און כ'ווער געוואויר, אז פון היינט און ווייטער קומען נאר 5 טשוטשוס אין יעדע פעקל, אנשטאט 6. און נאך ערגער: אנשטאט א קוואדער, גייט עס מהיום והלאה קאסטן 30 צענט.

די אנטוישונג איז געווען אומגעהויער גרויס. און מיר האבן גענומען די נויטיגע שריט דערצו: היות 30 צענט איז געווען א הון תועפות, האט אונזער חדר בויקאטירט דעם טשוטשו! מ'האט פשוט פארשריגן די קינדער וואס קויפן ווייטער טשוטשוס.

ס'איז דא א מקום צו קאנספירירן, אז אונזער בויקאט האט עווענטועל צוגעברענגט, אין א קייט-רעאקציע, דעם ענדגילטיגן גלאבאלן שלוס פונעם גאלדענעם טשוטשו עפאכע.


נאכאמאל א בקשה: ביטע שרייבן הערות בלויז אינעם אשכול וואס איז אנגעצייכנט אין מיין חתימה. א דאנק.
אוועטאר
חוח בין השושנים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4136
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

דער פראסק האט געהאלפן!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוח בין השושנים »

כ'האב, זייענדיג אין כיתה ז', אמאל אהיימגעברענגט א בחינה פון חדר. מיין מאמע איז געווען עפעס אויסער זיך פאר פרייד, זעענדיג ווי איר תכשיט'ל האט א פעדער אין האנט, מיט שרייבערישע טאלאנט, וויבאלד די ענטפערס זענען געווען באריכות, קלאר און אין א פיינעם לשה"ק.

פונקט איז יענע נאכט אנגעקומען צו אונז אין שטוב, מיין קאזין וועמען כ'האב דא דערמאנט, און מיין מאמע האט זיך אויפגעטון פאר אים. כ'בין געשטאנען אין ווינקל און ערווארטעט צו באקומען א wow פון אים, אבער אנשטאט דעם זאגט ער: "נישט עפעס מורא'דיג. ער האט א ווייטע וועג צו גיין".

דער פראסק איז געווען א הילכיגער. אבער האט אויפגעטון דאס זייניגע! יענע רגע האב איך באשלאסן: "כ'וועל אים נאך ווייזן וואס איך קען!" און כ'האב זיך גאנץ פיין צוגעריבן - א דאנק זיינע רויע מדות... constructive criticism קען זייער וויי טון לפי שעה, אבער קען האבן א ווייטגרייכנדע עפעקט אויב מ'לייגט די סענסיטיווע געפילן אין א זייט.
אוועטאר
צוקער וואסער
שר האלף
תגובות: 1581
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 10:23 pm

Re: אלה זכרונות חוח...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צוקער וואסער »

איך פיל מיט דיר.
אוועטאר
חוח בין השושנים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4136
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

די לעצטע מינוטן פון געלעכטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוח בין השושנים »

אוי שווימט מיר ארויף א געשיכטעלע אין זכרון. ס'קאסט מיר א טרערל.

אין א זונטאג ביי הפסקה, בין איך אמאל געווען פארנומען אינעם מנהל'ס אפיס (כ'בין געווען בערך 11 לפי החשבון), מסדר צו זיין צעטלעך פאר די כיתות. דער מנהל האט געשמועסט מיט די מלמדים (ס'נישט געווען א באזונדערע חדר המלמדים), און האט זיי פארציילט אז די צוויי וו. ברידערלעך האבן נארוואס פארלוירן זייער מאמע רח"ל. דער מנהל האט זיי קלארגעשטעלט אז קיינער טאר נישט וויסן דערפון, וויבאלד די צוויי יונגלעך זענען נאך אין חדר און האבן נישט קיין אנונג פון זייער צרה.

מען האט מודיע געווען פארן מנהל, אז ווי נאר די יונגלעך וועלן אהייקומען וועט זיי איינער אפווארטן און זיי פראפעסיאנאל לאזן וויסן די ביטערע נייעס.

נאכן רעדן מיט די מלמדים, האט מען זיך געכאפט אז דער סוד האט אקורשט ארויסגעליעקט צו איין יונגל (מיך). איינער פון די מלמדים, דער ראש המדברים בכל מקום, האט גלייך גענומען דאס ווארט און מיר ערקלערט די געפערליכקייט פון דערציילן אזא זאך פריצייטיג פאר קיינעם. "ס'איז דיני נפשות ממש".

אויפן באס, אויפן וועג אהיים, האב איך באטראכט ווי די צוויי ברידערלעך לאכן ארום גוטמוטיג, זיי ווילדעווען און קריגן זיך. ווי צוויי גוטע ברידער. מיין הארץ איז אויסגעגאנגען פאר זיי: "זיי ווייסן נעבעך נישט וואס ס'ווארט זיי באלד אפ"...

מיין הארץ איז דורכגעלעכערט געווארן, ווען דער יונגערער ברודער האט אראפגעשלעפט א שוך פונעם עלטערן ברודער מיט געלעכטער, און דער עלטערער ברודער האט זיך אנגערופן: "ווען אונז גייען וויזיטן מאמי גיי איך איר זאגן וואס דו טוסט!"

די יונגלעך זענען אראפ פונעם באס און לאכעדיגערהייט ארויפגעלאפן די טרעפ צו זייער הויז. יענע רגע האבן זיך מיינע אויגן אנגעפולט מיט הייסע טרערן: "נאך 10 סעקונדעס און דער הימל פאלט ארויף אויף ענק!"

יענע נאכט האט מיר געדויערט זייער לאנג איינצושלאפן. די ווערטער "ווען אונז גייען וויזיטן מאמי...", זענען מיר נאכגעלאפן און געשטאכן אין די אויערן.
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28203
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: אלה זכרונות חוח...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

אוטשששש
אוועטאר
מארגן
שר האלף
תגובות: 1445
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 29, 2020 4:24 pm

Re: אלה זכרונות חוח...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מארגן »

Wow
אויב די ווילסט מיר עפעס זאגן ציטיר מיר
[email protected]
אוועטאר
אזוי גאר!
שר ששת אלפים
תגובות: 6331
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 25, 2017 7:13 pm
לאקאציע: עולם השפל

Re: די לעצטע מינוטן פון געלעכטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אזוי גאר! »

חוח בין השושנים האט געשריבן:נאכאמאל א בקשה: ביטע שרייבן הערות בלויז אינעם אשכול וואס איז אנגעצייכנט אין מיין חתימה. א דאנק.
אויב האסטו אויף מיר פאראיבל, טענות, מענות, א ויצעקו צו מאכן, א שטאך צו געבן, א קשיא צו פרעגן, אדער -להבדיל- א גוט ווארט צו זאגן טו עס ביטע דא.
אוועטאר
ניין און יא
שר האלף
תגובות: 1305
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 06, 2019 10:05 am

Re: אלה זכרונות חוח...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניין און יא »

אפשר זאל ער גיין ווייטער איך האב שוין יארן נישט אזוי הנאה געהאט ווי פון די שרייבעריי
פליס
אקבל הערות והארות בשמחה והכרת הטוב אי"ה
-------
מפתח ארטיקלען ----- מפתח פאעזיע
-------
ווער עס וויל באקומען ווייטער ארטיקלען פון מיין קליינקייט אדער וויל מיר קאנטעקטן זאל מיר שרייבן צו מיין אימעיל
מיט פיל דאנק
------
[email protected]
אוועטאר
חוח בין השושנים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4136
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

א פאלשע מייזל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוח בין השושנים »

אונז האבן געוואוינט אין א פארעלטערטע געביידע, פון צוויי שטאק. אונזער משפחה האבן געוואוינט אויבן, אונז זענען דאך מענטשן. אונזערע אלטע שכנים האבן געוואוינט אונטער אונז, זעט אויס זיי זענען געווען פון איין שורש נשמה מיט די חיות. גאנץ אונטן, אין בעיסמענט איז געווען די מיסט. זייער אן אנגעלייגטער פלאץ געווען.

ווען מיין מאמע האט געדארפט וואשן וועש, האט זי זיך נעבעך אראפגעשלעפט די צוויי שטאק, דורכן שכן'ס הויז, אראפ צום בעיסמענט מיטן קארב פון ביכורים, און דארט לאור הנר געוואשן די וועש. פארוואס רוף איך עס אן לאור הנר? ווייל דער גאנצער ריזיגער בעיסמענט האט געהאט איין געלע באלב, מסתמא איז דער פיקסטשער נאך געווען פון די ניינצן-דרייסיגער יארן. כ'פלעג ציטערן דארט אראפצוגיין, זייענדיג זיכער אז אלע קריפפי מאנסטערס געפינען זיך דארט. מ'האט נישט געקענט אנצינדן די לייט באלד ביים אריינגאנג, נאר געדארפט טאפן אין דער פינסטערניש ביז אינמיטן דעם צימער, זיך שיער איבערקערן זיבן מאל, און דארט ציען דאס קייטל וואס האט אראפגעהאנגען נעבן דעם באלב.

שבת ערב פסח תשנ"ד האט זיך דערנענטערט. א פארטש האמיר נישט, און אן עירוב אויך נישט. "מ'גייט עסן די סעודה אין בעיסמענט, העכער בעגס, איבערן סינק" - איז געקומען די מעלדונג פון טאטן זז"ג. אויף קיין איד אזא סעודה המפסקת נישט געוואונטשן... אבער פארפאלן, דאס וועט זיין אונזער שבת סעודה, אין בונקער.

ערב שבת, די חמץ איז שוין פארברענט. מ'מאכט די לעצטע הכנות פאר שבת און יו"ט. מיין טאטע זאגט מיר: "וואס זאל מען טון וועגן זמירות? אראפברענגען אונטן?" זאג איך: "ס'פעלט נישט אויס. כ'קען די גאנצע אויסנווייניג".

"אויך רבון כל העולמים?" -"יא!"

ס'קומט אן ליל שב"ק. מ'זיצט דארט איינגעמיירעט, צווישן הויפנס וועש, אלטע פארשניטענע סחורה, שיירי מטלניות, בלאי מכנסי הכהנים, פארלאזטע מעבל, אפגעשטויבטע שטויב, מייז-כאפערס און וואס נישט. מ'זינגט דעם שלום עליכם באימה וביראה פילנדיג ווי מ'ווערט נאכגעפאלגט דורך בייזע שדים ורוחות. ס'קומט אן רבון כל העולמים, און ס'ווערט מיר גוט! איין פאל פון אונזער ניגון הייבט זיך אן צוויי מאל: איינמאל ביי מלך עליון על כל צבא מרום, און נאכאמאל ביי אנא מלך מלכי המלכים. כ'האב פרייטאג נאכמיטאג געמאכט זיכער צו זען וועלכע ווערטער שטייען קודם, היות כ'האב זיך אונטערגענומען אז "כ'קען די גאנצע אויסנווייניג", טאר איך דאך נישט בלייבן חוזק.

מיין סימן איז געווען אז די "אותיות גייען אויפן סדר". אבער יעצט ביינאכט, ווער איך דערשראקן: וועלכע סדר? קודם "אנא" (מיט אן א') און נאכדעם "מלך" (מיט א מ') לויטן סדר א' ב'? אדער גייט מען לויטן סדר פון די נומערן: "מ"א", קודם מלך און נאכדעם אנא? צונאר טאר איך דאך נישט בלייבן!

כ'האב באשלאסן: ס'מוז זיין קודם אנא! אומר ועושה. כ'פיר אן די זינגעריי, אבער אזוי זינגענדיג כאפ איך זיך אז כ'בין פעסט חוזק, מ'האט דא אויסגעלאזט דעם גאנצן "מלך עליון". ס'פעלט מיר נישט אויס מ'זאל באמערקן דעם דורכפאל. כ'מוז זיך, צוליב מיין עגאו, עמערדזשענסי ארויסזען פונעם פלאנטער צייטליך. געב איך א פרעג מיין ברודער שטילערהייט: וואס האט זיך דארט גערוקט אין ווינקל? ער לויפט גלייך אהין, מיט צעקות: ס'מוז זיין א מייז! ס'ווערט א טומל, מ'זוכט אהין און אהער, די קינדער טאנצן און שפרינגען, די שמחה איז אין לשער.

עס איז געווארן צוריק איינגעשטעלט קאנטראל. ויקם סערה לדממה. אבער דער צייטווייליגער גערודער האט געדינט אלס בריקל מיר סוקסעספול אריבערצופירן צו 'אשת חיל'. קיינער האט נישט באמערקט מיין פעלער, זייענדיג פארטיפט אינעם סוגיא פונעם עכבר שחציו בשר וכולו דמיון.

פון יענעם שבת האב איך זיך מיטגענומען זייער אסאך מעמאריס. זיסע און זויערע. אפשר וועט מען נאך צוריקקומען דערצו ביי א געלעגנהייט.
אוועטאר
חוח בין השושנים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4136
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

אור-אלטע בעלי תפילה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוח בין השושנים »

ווען אייערע אור-אייניקלעך וועלן נערוועז ווערן פונעם אור-אלטן בעל תפילה וואס קריכט זיי אויפן נערוו, זאלן זיי וויסן אז ס'קען זיין חוח. ומעשה שהיה כך היה:

אין תשנ"ז האב איך געדאווענט שמיני עצרת אין א קליין שול, וואו דער טענקער רב'ס ברודער האט דעמאלט געדאווענט. ער האט געהייסן רבי נפתלי הירצקא אב"ד אלאסי. ער האט געבענטשט גשם פארן עמוד, אויפן וויזניצער נוסח, מיט א געוואלדיגע דערהויבנקייט און ברען.

ס'געווען דארט גאר א קליינער עולם, ארום אנדערטהאלבן מנין. נאכן דאווענען דרייעט ער זיך אויס און זאגט: "א גוט יו"ט, א גוט יו"ט. איין זאך וויל איך ענק אלע וואונטשן, אז ווען עטץ וועט זיין אין מיינע יארן זאלט עטץ אויך קענען דאווענען פארן עמוד!"

כ'האב נישט געהאט קיין אנונג ווי אלט ער איז. ער האט מיר אויסגעזען ווי צווישן 75 און 80. א שטארקער בעל צורה, נידריג, מיט א לאנגען פאטריארכאלישן בארד. ער האט שטארק עושה רושם געווען.

ס'איז תיכף נאכדעם געווארן א קופקעלע ביים טיר פון שול, און ס'איז קלארגעשטעלט געווארן אז דער צדיק איז טיף אין די ניינציגער יארן און אז ער איז נאך געווען א דיין (אדער רב) 'אינדערהיים'. מ'האט דארט שפעקולירט אז ער איז שוין ארום 96 יאר אלט. ביז היינט ווייס איך נישט גענוי ווי אלט ער איז דעמאלט געווען, אבער די ברכה האב איך אריינגעכאפט בתוך שאר מתפללי ביהמ"ד (ווי ווייט כ'געדענק ווער ס'איז דעמאלט דארט געווען - לעבט נאך יעדער פון דארט לאורך ימים ושנים. צוויי זענען איבער 70).

נאכדעם האב איך אים שוין נאר געזען באגלייט מיט אן אקסידזשען-טאנק, כאטש ער איז נאך געווען היפש געזונט. ער האט נאך מאריך ימים געווען ביז תשס"ד.
אוועטאר
אלופי אדום
שר האלף
תגובות: 1670
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 22, 2019 12:59 pm
לאקאציע: אויפן טיש

Re: א פאלשע מייזל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלופי אדום »

חוח בין השושנים האט געשריבן:אונז האבן געוואוינט אין א פארעלטערטע געביידע, פון צוויי שטאק. אונזער משפחה האבן געוואוינט אויבן, אונז זענען דאך מענטשן. אונזערע אלטע שכנים האבן געוואוינט אונטער אונז, זעט אויס זיי זענען געווען פון איין שורש נשמה מיט די חיות. גאנץ אונטן, אין בעיסמענט איז געווען די מיסט. זייער אן אנגעלייגטער פלאץ געווען.

זייער שיין
קריאה מעורר הזמן
מיין לופי'לע........
אוועטאר
חוח בין השושנים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4136
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

די 'היי טייד' פונעם מקוה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוח בין השושנים »

כ'האב געקענט א איד מיט יארן צוריק, ער איז שוין לאנג נעבעך נישטא, וועלכער איז געווען גאר גרויס בכמות ובאיכות, בגשמיות נאך מער ווי ברוחניות.

ווען כ'בין געווען א קינד, אויב האט ער פונקט אריינגעוואנדערט אין בור ערש"ק ווען כ'בין דארט געווען, האב איך געקענט 'טעסטן די וואסערן' צו זען מיט וויפיל אינטשעס ס'הייבט זיך. כ'פלעג דעמאלטס שיער דערטרונקען ווערן ל"ע. ס'וואסער איז נאטורליך אנגעקומען ביז מיין האלז, און מיט זיין השתתפות איז געווען באו מים עד נפש צו מסוכנ'דיג הויכע שטאפלען.

ווען כ'האב בר מצוה געהאט, האט ער מיר אנגעזאגט (אין ביהמ"ד, נישט אין מקוה; ער פלעגט נישט רעדן אין מקוה) אז כ'זאל ח"ו נישט האלטן א קעמל אין טאש צו מאכן די פיאות נאכן מקוה, ווייל ס'מאכט קאליע דאס גאנצע מקוה גיין.

ס'מיר דורכגעלאפן א ווילדע מחשבה אים צו פרעגן: וואו דען זאל איך עס האלטן? אין תפילין בייטל?...

למעשה האב איך אים אבער שיינערהייט געפאלגט, עד עצם היום הזה.

כ'בעט שיין: ביטע שרייבן הערות בלויז אינעם אשכול וואס איז אנגעצייכנט אין מיין חתימה. א דאנק.
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”