שפאנונג אין עיר הבירה שושן - נייעס און אפדעיטס

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
מומחה יוחס
שר האלפיים
תגובות: 2533
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

תגובהדורך מומחה יוחס » זונטאג פאברואר 16, 2020 8:34 pm

נישט אמת
متخصص نسبت داده شده است

אוועטאר
טשאלענט
שר האלפיים
תגובות: 2362
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 07, 2016 3:34 pm
לאקאציע: אין טשאלענט טאפ

תגובהדורך טשאלענט » זונטאג פאברואר 16, 2020 8:35 pm

איך ווייס נישט פארוואס, אבער עפעס אין מיין הארץ לאזט מיר נישט גלייבן די נייע שמועות.

איינער איז מיט מיר?
טשאלענט גמ"ח
דער באשעפער איז נאנט צו דיר
פונקט ווי ער איז נאנט צו מיר
דו ביסט געשעצט און אזוי באליבט ביי אים.
אונז האמיר א טאטע איין
נו שריי'זשע דו אליין
דארפסט מיך נישט האבן פאר דעם.

דו בעט און בעט ווייל דער טאטע הערט דיך אויס
(קרעדיט: מיכאל)

אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3543
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm

תגובהדורך קלאָצקאָפּ » זונטאג פאברואר 16, 2020 8:35 pm

קודם זאגט ער ס'דרייט זיך אויף וואטסעפפ (זיכער שקר), דערנאך פרעגט ער צו ס'איז קראנט (שויןי מסופק), און דאן ווערט עס שוין א "קלארער פסק".

שטא ווער ס'זאל לאכן...
די דערמאנטע איז אקטועל ביז די קומענדיגע מעלדונג.

עכט היימיש
שר האלפיים
תגובות: 2289
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm

תגובהדורך עכט היימיש » זונטאג פאברואר 16, 2020 8:38 pm

טשאלענט האט געשריבן:איך ווייס נישט פארוואס, אבער עפעס אין מיין הארץ לאזט מיר נישט גלייבן די נייע שמועות.

איינער איז מיט מיר?

מיין חבר האט מיר יעצט געשיקט א סקרין שאט פון סטעטוס ווי מען זעהט דער בריוו, עס האט דעם רבינס חתימה.

דאס איז דער פאקט.

און יא, ווי ערווארטעט, די שעלים קטנים מחבלי כרמים פארשפרייטן שמעות כאילו דער בריוו איז א פאלטשע בריוו.

ביטע, אחים לדעה, האלטן דע קאפ גראד אין דער יעצטיגער שטורעמישער תקופה, און געדענקען דער קלארער דעת תורה פון אלע גדולי ישראל (עכ"פ די וואס האבן מוסדות...) ורבינו מרדכי בראשינו, אז מען מוז זיך יא משתתף זיין, גלייבטס נישט די אלע פאלטשע שמועות!

כלנו!
איך גיי נישט אהין, נישט ווייל איך האב עפעס אקעגן דעם, און נישט ווייל עס איז אקעגן מיין שיטה, נאר פשוט וויל עס איז נישט "היימיש".

וואס מיינט היימיש? היימיש!

אוועטאר
מומחה יוחס
שר האלפיים
תגובות: 2533
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

תגובהדורך מומחה יוחס » זונטאג פאברואר 16, 2020 8:39 pm

גערעדט מיט די איידעם פין די אנדערע גבאי, אין זאגט אז דער רבי איז פארשפארט, קיינער איז נאכנישט אריין, צו קענען הערן אז ער האט כלומפריש געטוישט די מיינונג
בקיצור לא דובים ולא יער
متخصص نسبت داده شده است

עכט היימיש
שר האלפיים
תגובות: 2289
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm

תגובהדורך עכט היימיש » זונטאג פאברואר 16, 2020 8:40 pm

מומחה יוחס האט געשריבן:גערעדט מיט די איידעם פין די אנדערע גבאי, אין זאגט אז דער רבי איז פארשפארט, קיינער איז נאכנישט אריין, צו קענען הערן אז ער האט כלומפריש געטוישט די מיינונג
בקיצור לא דובים ולא יער

קודם מען דארף נישט הערן, עס איז דאך דא א בריוו, און צווייטנס יעדער ווייסט אז דער גבאי האט שוין זינט דער פרשה פון יעמ"צ האט ער שוין נישט קיין דריסת הרגל ביים רבין אין שטוב.
איך גיי נישט אהין, נישט ווייל איך האב עפעס אקעגן דעם, און נישט ווייל עס איז אקעגן מיין שיטה, נאר פשוט וויל עס איז נישט "היימיש".

וואס מיינט היימיש? היימיש!

אוועטאר
מיט א פרישקייט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 475
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 28, 2019 12:00 pm
לאקאציע: פריש'ידער

תגובהדורך מיט א פרישקייט » זונטאג פאברואר 16, 2020 8:40 pm

חושב מחשבות... האט געשריבן:אין א זייטיגע קרישקעלע, אחשורוש דער מלך טיפש, האט געלאזט רופן ספעציעלע מבינים אויף אלע סארטן וויינען, וואס זענען משכר די שנעלסטע שייך, כדי די פארזאמלטע זאלן ווערן תיכף פארשיכורט און נישט אויפפאסן ווי ער זעלבסט ווערט שיכור. אלס בושה פון די מלכה וואשטי, וואס הערט נישט אויף צו סעקירן איר מאן אז איר טאטע האט געקענט טרונקען און זויפן אן א שיעור אן ווערן שיכור.



שוין ווייטער באקרוינסטו אים אלס מלך טיפש?! ווי לאנג נאך וועסטו גיין קאפ אין וואנט? רעביד וועק זיך אויף!!! דער איז א מלך חכם!

יא, מיר האבן שוין אויפגעגעבן אויף א גוטער קעניג זינט מיר זענען אין גלות, אבער זינט דער געוועזענער פערדן-טרייבער איז געווארן קעניג, זעט מען אז ער האט א געפיל צו אונז עמך אידן. אין די צייט וואס זיינע פארגייער האבן יעדן טאג געשינדן די הויט, הער איך אז ער פלאנירט צו מאכן א גרויסע הנחה אין די שטייערן.

ער שטעלט צו גרויסע סעודות פאר די פשוט'ע מענטשעלעך - וועלכע פריערדיגע קעניג האט עס געטוען? אלע פריערדיגע מלכים האבן דאך גערויבט פון אונז אלעס, כלי המקדש, אונזערע קינדער, און וואס נישט! און דא קומט א קעניג וואס "גיבט אונז" וואס מ'דארף, אוודאי איז ער א מלך חכם!

דרעין די סוואמפ. ער נעמט זיך ארום מיט אוטסיידערס, ער האט גענומען אן ערפארענער גענעראל ממוכן וואס איז אויך געווען אמאל א בארבער, און ביידע מאכן זיי אז דאס פאלק זאל שפירן א ליבשאפט צום מלוכה, און נישט טראכטן פון א תליה אדער א לייבן גרוב יעדע מאל מען דערמאנט דעם קעניגס נאמען.

די עצם פאקט אז הגה"צ ר' מרדכי הימיני שליט"א ווערט גערופן צו געבן די השגחה, און אז מען טיילט אפ מענער מיט פרויען בלויז לכבודינו, און ווי כ'הער איזעס גאר אויפן פלאן פון ממוכן, ווייזט אז עס בלאזן נייע ווינטן אין שושן.

די אלע שמועות אז רבי מרדכי הימיני אסר'ט עס מאכט נישט קיין סענס, ער איז אן ערליכער איד, און פארקערט גאר, ער וואלט נישט געווען דארט צו געבן השגחה אויב וואלט ער געהאלטן אז ס'איז אסור דארט צו זיין. די שמועה קומט פון אפאר פארשטינקענע אומפארגינערס.

איינער ווייסט ווען מ'הייבט אן פארקויפן טיקעטס?

יחי אדונינו המלך החכם אחשוורוש, יחי!!!

--

הערטס שוין אויף צו האקן, נאך אביסל גייט מען האקן 127 טעג, זאמלטס ענק אביסל כח...
קלוגע מענטשן רעדן וועגן געדאנקען; דורכשניטליכע מענטשן רעדן וועגן געשעענישן; נארישע מענטשן רעדן וועגן מענטשן.

וואס טוט זיך
שר האלפיים
תגובות: 2935
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm

תגובהדורך וואס טוט זיך » זונטאג פאברואר 16, 2020 8:42 pm

הער איך עס גייט דארט זיין א גראנדיעזע אוצר הספרים, איינער קען קאנפירמען??


אבער עס מאכט עני וועיס נישט אויס.. לערנען אינעם מ"ט שערי טומאה איז גארנישט ווערט.. וואו איז השומרים ווען מ'דארף זיי??

אוואדי האט זיך ר' מרדכי אונטערגעגעבן אז מ'רודפט אים אגאנצן טאג..
דאס איז די דעת הכופרים..
שומר שמים!!!
זשאו ביידען מאכט א מיסטעיק, און ער פאררעכט עס גלייך
דאנעלד טראמפ מאכט א מיסטעיק, און ס'ווערט א פאקט גלייך

אוועטאר
טשאלענט
שר האלפיים
תגובות: 2362
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 07, 2016 3:34 pm
לאקאציע: אין טשאלענט טאפ

תגובהדורך טשאלענט » זונטאג פאברואר 16, 2020 8:43 pm

צו פעלטשן בריוון דארף מען נישט זיין קיין גרויסער חכם, אבער יא א גרויסער מחוצף!!!

אלס איינער וואס איז אויפגעוואקסן על ברכיו פונעם רבי'ן שליט"א איז ביי מיר ברור דעם דעת תורה אז דער רבי ר' מרדכי אסר'ט דאס השתתפות, וכל המשנה ידו על התחתונה
טשאלענט גמ"ח
דער באשעפער איז נאנט צו דיר
פונקט ווי ער איז נאנט צו מיר
דו ביסט געשעצט און אזוי באליבט ביי אים.
אונז האמיר א טאטע איין
נו שריי'זשע דו אליין
דארפסט מיך נישט האבן פאר דעם.

דו בעט און בעט ווייל דער טאטע הערט דיך אויס
(קרעדיט: מיכאל)

עכט היימיש
שר האלפיים
תגובות: 2289
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm

תגובהדורך עכט היימיש » זונטאג פאברואר 16, 2020 8:45 pm

טשאלענט האט געשריבן:צו פעלטשן בריוון דארף מען נישט זיין קיין גרויסער חכם, אבער יא א גרויסער מחוצף!!!

אלס איינער וואס איז אויפגעוואקסן על ברכיו פונעם רבי'ן שליט"א איז ביי מיר ברור דעם דעת תורה אז דער רבי ר' מרדכי אסר'ט דאס השתתפות, וכל המשנה ידו על התחתונה

ביי מיר ברור???

ווער ביזטו?

רבי מרדכי האט אלץ געהייסן מער א מעסיגער וועלכע פארשטייט צו די היינטיגע וועלט, ומסברא לאזט זיך מער זאגן אז ער גייט מתיר זיין, אדער גאר הייסן גיין.
איך גיי נישט אהין, נישט ווייל איך האב עפעס אקעגן דעם, און נישט ווייל עס איז אקעגן מיין שיטה, נאר פשוט וויל עס איז נישט "היימיש".

וואס מיינט היימיש? היימיש!

אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3543
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm

תגובהדורך קלאָצקאָפּ » זונטאג פאברואר 16, 2020 8:45 pm

מיט א פרישקייט האט געשריבן:הערטס שוין אויף צו האקן, נאך אביסל גייט מען האקן 127 טעג, זאמלטס ענק אביסל כח...

סארי טו דיסעפוינט יו... מ'רעדט ס"ה פון זיבן טעג. און ניין, מיר גייען חלילה נישט האקן דארט!
די דערמאנטע איז אקטועל ביז די קומענדיגע מעלדונג.

אוועטאר
מומחה יוחס
שר האלפיים
תגובות: 2533
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

תגובהדורך מומחה יוחס » זונטאג פאברואר 16, 2020 8:45 pm

עכט היימיש האט געשריבן:
מומחה יוחס האט געשריבן:גערעדט מיט די איידעם פין די אנדערע גבאי, אין זאגט אז דער רבי איז פארשפארט, קיינער איז נאכנישט אריין, צו קענען הערן אז ער האט כלומפריש געטוישט די מיינונג
בקיצור לא דובים ולא יער

קודם מען דארף נישט הערן, עס איז דאך דא א בריוו, און צווייטנס יעדער ווייסט אז דער גבאי האט שוין זינט דער פרשה פון יעמ"צ האט ער שוין נישט קיין דריסת הרגל ביים רבין אין שטוב.


וואס בריוו ווען בריוו, קיינער ווייסט נישט דערפון, אבי געהאקט אין וועלט אריין, איך ווייס נישט וואס איהר ווילט איך בין יעצט דארט ביים שטוב פין רבין שליט''א די גבאי שטייט געהעריג על המשמר בקודש

פארדרייטס א צווייטען די קאפ..
متخصص نسبت داده شده است

אוועטאר
טשאלענט
שר האלפיים
תגובות: 2362
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 07, 2016 3:34 pm
לאקאציע: אין טשאלענט טאפ

תגובהדורך טשאלענט » זונטאג פאברואר 16, 2020 8:47 pm

טייערע ברודערליך! לאמיר זיך בארואיגן!

ווי עס הייסט יעצט וועט דער רבי ר' מרדכי שליט"א מארגן צופרי נאך שחרית אדערעסירן די נושא אין גרויסן ביהמ"ד, און דארט וועט מען קענען הערן מפי קדשו זיין דעת תורה.

לאמיר אויסווארטן
טשאלענט גמ"ח
דער באשעפער איז נאנט צו דיר
פונקט ווי ער איז נאנט צו מיר
דו ביסט געשעצט און אזוי באליבט ביי אים.
אונז האמיר א טאטע איין
נו שריי'זשע דו אליין
דארפסט מיך נישט האבן פאר דעם.

דו בעט און בעט ווייל דער טאטע הערט דיך אויס
(קרעדיט: מיכאל)

עכט היימיש
שר האלפיים
תגובות: 2289
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm

תגובהדורך עכט היימיש » זונטאג פאברואר 16, 2020 8:48 pm

טשאלענט האט געשריבן:טייערע ברודערליך! לאמיר זיך בארואיגן!

ווי עס הייסט יעצט וועט דער רבי ר' מרדכי שליט"א מארגן צופרי נאך שחרית אדערעסירן די נושא אין גרויסן ביהמ"ד, און דארט וועט מען קענען הערן מפי קדשו זיין דעת תורה.

לאמיר אויסווארטן

א תהלים שיעור צי סתם א דרשה?.

און פון וואו קומט די אינפאו?
איך גיי נישט אהין, נישט ווייל איך האב עפעס אקעגן דעם, און נישט ווייל עס איז אקעגן מיין שיטה, נאר פשוט וויל עס איז נישט "היימיש".

וואס מיינט היימיש? היימיש!

אוועטאר
מומחה יוחס
שר האלפיים
תגובות: 2533
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

תגובהדורך מומחה יוחס » זונטאג פאברואר 16, 2020 8:49 pm

עכט היימיש האט געשריבן:
טשאלענט האט געשריבן:טייערע ברודערליך! לאמיר זיך בארואיגן!

ווי עס הייסט יעצט וועט דער רבי ר' מרדכי שליט"א מארגן צופרי נאך שחרית אדערעסירן די נושא אין גרויסן ביהמ"ד, און דארט וועט מען קענען הערן מפי קדשו זיין דעת תורה.

לאמיר אויסווארטן

א תהלים שיעור צי סתם א דרשה?.

און פון וואו קומט די אינפאו?

נאך די שיעור כללי אי''ה

עס הענגט שוין מודעות... אין די שטיבעלאך
לעצט פאראכטן דורך מומחה יוחס אום זונטאג פאברואר 16, 2020 8:50 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
متخصص نسبت داده شده است

אוועטאר
טשאלענט
שר האלפיים
תגובות: 2362
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 07, 2016 3:34 pm
לאקאציע: אין טשאלענט טאפ

תגובהדורך טשאלענט » זונטאג פאברואר 16, 2020 8:49 pm

קלאָצקאָפּ האט געשריבן:
מיט א פרישקייט האט געשריבן:הערטס שוין אויף צו האקן, נאך אביסל גייט מען האקן 127 טעג, זאמלטס ענק אביסל כח...

סארי טו דיסעפוינט יו... מ'רעדט ס"ה פון זיבן טעג. און ניין, מיר גייען חלילה נישט האקן דארט!

ער מישט מן הסתם אויס פון די פארטי וואס קומט יעצט פאר אין שושן פאר די מלוכה לייט.

יענץ וועט זיך טאקע ציען פאר א לאנגע צייט.

די סעודה פאר די המון עם הייסט אז עס וועט זיין נאר 7 טאג, אבער עס וועט לכאורה איינפאקן יענע סעודה טויזענט מאל
טשאלענט גמ"ח
דער באשעפער איז נאנט צו דיר
פונקט ווי ער איז נאנט צו מיר
דו ביסט געשעצט און אזוי באליבט ביי אים.
אונז האמיר א טאטע איין
נו שריי'זשע דו אליין
דארפסט מיך נישט האבן פאר דעם.

דו בעט און בעט ווייל דער טאטע הערט דיך אויס
(קרעדיט: מיכאל)

אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3543
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm

תגובהדורך קלאָצקאָפּ » זונטאג פאברואר 16, 2020 8:50 pm

קומט אריין די ידיעה אז מרדכי גייט אויפטרעטן היינט נאכט אום 9:30 אין ביהמ"ד הגדול בענינים העומדים על הפרק.

ויסכר פי דוברי שקר!

---
האקט.. אייערע באריכטן זענען נישט קראנט! מ'רעדט פון יעצט אויפדערנאכט, נישט מארגן.
די דערמאנטע איז אקטועל ביז די קומענדיגע מעלדונג.

אוועטאר
מיט א פרישקייט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 475
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 28, 2019 12:00 pm
לאקאציע: פריש'ידער

תגובהדורך מיט א פרישקייט » זונטאג פאברואר 16, 2020 8:50 pm

די אמת הייבט אן ארויסצוקומען... פריער גערעדט מיט א גוי ביי דער ארבעט, זיין פעטער איז גוט מיט איינער פון די אחשתרנים בני הרמכים רייטער, זאגט ער אז די ציל פון דעם קעניג איז בלויז צו ווייזן זיין גרויס רייכקייט, און דערפאר וויל ער מאכן די שטייער שניטן צו ווייזן אז ער דארף נישט אונזער געלט, ער האט גענוג.

באזונדער איז געווען באריכטעט אין שושן-דער-מישאן נייעס סטאנציע אז די לעצטערע טעג הערט מען אז פוירסט לעדי וואש-די וועלכע האט פילע אידישע דינסטן וואס זי באהאנדלט גאר מיאוס, האט אויפגעהערט זיי צו פייניגן, ווייל זי איז איינגעטינקען אין די פלאנירונגען פאר דעם פארטי.

איינער ווייסט וועלכע דאטום ס'גייט זיין, און ווער ס'גייט רעדן? כ'הער אז מרסנא גייט זיין נואם הכבוד, און אדמתא וועט זיין דער טשעירמאן, און עפעס א סופרייז רעדנער גייט זיין.

דערוילעם האלט אז ממוכן גייט רעדן? ער האט נאך קיינמאל נישט אויפגעטרעטן אין פובליק, ער געפעלט מיר עפעס נישט. בלויז פאר זיינע אויגן אליין קומט אים הונדערט יאר הענגען.
קלוגע מענטשן רעדן וועגן געדאנקען; דורכשניטליכע מענטשן רעדן וועגן געשעענישן; נארישע מענטשן רעדן וועגן מענטשן.

איסר האטלקי
שר האלפיים
תגובות: 2809
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
לאקאציע: אין בעסמענט

תגובהדורך איסר האטלקי » זונטאג פאברואר 16, 2020 8:50 pm

עכט היימיש האט געשריבן:
טשאלענט האט געשריבן:טייערע ברודערליך! לאמיר זיך בארואיגן!

ווי עס הייסט יעצט וועט דער רבי ר' מרדכי שליט"א מארגן צופרי נאך שחרית אדערעסירן די נושא אין גרויסן ביהמ"ד, און דארט וועט מען קענען הערן מפי קדשו זיין דעת תורה.

לאמיר אויסווארטן

א תהלים שיעור צי סתם א דרשה?.

און פון וואו קומט די אינפאו?

נישט קיין תהילים שיעור, ער גייט רעדן דורך א הוק אפ פון פאלם ספרינגס.

אוועטאר
מומחה יוחס
שר האלפיים
תגובות: 2533
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

תגובהדורך מומחה יוחס » זונטאג פאברואר 16, 2020 8:52 pm

וואס עפעס נאר נאכן שיעור כללי,

לכאורה גייט מען אפשפארן גאנץ בעדפארד עוו.
متخصص نسبت داده شده است

אוועטאר
טשאלענט
שר האלפיים
תגובות: 2362
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 07, 2016 3:34 pm
לאקאציע: אין טשאלענט טאפ

תגובהדורך טשאלענט » זונטאג פאברואר 16, 2020 8:53 pm

יאפ! קלאצקאפ איז גערעכט!

צוליב די לחץ, און די געפערליכע העצע וואס איז דא אויפן גאס, האט מען צוריק געריקט דעם דרשה שוין אויף היינט ביינאכט
טשאלענט גמ"ח
דער באשעפער איז נאנט צו דיר
פונקט ווי ער איז נאנט צו מיר
דו ביסט געשעצט און אזוי באליבט ביי אים.
אונז האמיר א טאטע איין
נו שריי'זשע דו אליין
דארפסט מיך נישט האבן פאר דעם.

דו בעט און בעט ווייל דער טאטע הערט דיך אויס
(קרעדיט: מיכאל)

עכט היימיש
שר האלפיים
תגובות: 2289
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm

תגובהדורך עכט היימיש » זונטאג פאברואר 16, 2020 8:53 pm

קלאָצקאָפּ האט געשריבן:קומט אריין די ידיעה אז מרדכי גייט אויפטרעטן היינט נאכט אום 9:30 אין ביהמ"ד הגדול בענינים העומדים על הפרק.

ויסכר פי דוברי שקר!

---
האקט.. אייערע באריכטן זענען נישט קראנט! מ'רעדט פון יעצט אויפדערנאכט, נישט מארגן.

עס קוקט אויס אז מיט דער איינער פונקט איז @קלאצי גערעכט, ווייל איך זע יעצט אין ביהמ"ד ווי מען גרייט אן די מייק'ס, און מען גרייט אן דער שטענדער אויפן ארון קודש.

עס קוקט אויס מען וועט יא רעדן היינט, אויב איינער וועט דארט זיין לייוו זאל ער ביטע אפדעיטן בשעת מעשה, איך וועל אפשר דארט זיין, נישט זיכער.

--
טשאלענט האקט
איך גיי נישט אהין, נישט ווייל איך האב עפעס אקעגן דעם, און נישט ווייל עס איז אקעגן מיין שיטה, נאר פשוט וויל עס איז נישט "היימיש".

וואס מיינט היימיש? היימיש!

אוועטאר
מיט א פרישקייט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 475
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 28, 2019 12:00 pm
לאקאציע: פריש'ידער

תגובהדורך מיט א פרישקייט » זונטאג פאברואר 16, 2020 8:54 pm

ברעקינג: מ'האט געמאלדן אז די פרויען פארטי גייט זיין שבת, און וושתי שפארט זיך איין אז אלע אידישע דינסטן מוזן קומען זיך באטייליגן.

כ'האף אז רבינו מרדכי וועט רעדן דערפון ביי די דרשה, כ'שפיר אז די גאנצע סעודה וואס כ'בין געווען אזוי עקסייטעד, גייט באקומען או איסור. כ'האף מ'וועט אונז לאזן לעבן אביסל, כ'בין נאך קיינמאל נישט געשלאפן אויף א גאלדענע בעט...
קלוגע מענטשן רעדן וועגן געדאנקען; דורכשניטליכע מענטשן רעדן וועגן געשעענישן; נארישע מענטשן רעדן וועגן מענטשן.

איסר האטלקי
שר האלפיים
תגובות: 2809
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
לאקאציע: אין בעסמענט

תגובהדורך איסר האטלקי » זונטאג פאברואר 16, 2020 8:54 pm

ווער גייט ברענגען דא לייוו אפדעיטס???

מ'גייט עס קענען זען ערגעץ לייוו?

אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר האלף
תגובות: 1989
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: אין אפיס ביים דעסק

תגובהדורך כאניש וואס צו טון » זונטאג פאברואר 16, 2020 8:54 pm

מיין עלטער מומעס שכנ'טע איז א מחותנות'טע מיט א פרוי וואס שעירט א גוי'טע מיט דעם באוויסטן עסקן מ. נ. כ., האט זי פארציילט פאר מיין ווייב'ס פרענד אז די פרויען פארטי וועט זיין אין קעניגס הויז!
כ'אגראדע געטראכט אז די פרויען האבן נישט וואס צו גיין צו דעם מרשעת'נס פארטי, אבער אין קעניגס הויז איז שוין עפעס אנדערשט!
העלמער זיך אלע משטתף זיין! לחלק כבוד למלכות!


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 10 געסט