שפאנונג אין עיר הבירה שושן - נייעס און אפדעיטס

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
מיט א פרישקייט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 476
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 28, 2019 12:00 pm
לאקאציע: פריש'ידער

תגובהדורך מיט א פרישקייט » מאנטאג פאברואר 17, 2020 11:10 pm

שמארטיקל האט געשריבן:ס'פשט פון די אפשטיפונג? @מיט א פרישקייט, כאב דיך א גאַנצע צייט געזיכט, ביסט געווען אין פאלאץ?


כ'בין נאך אלץ. משום גילוי קען איך נישט זאגן מער. איין זאך קען איך דיר זאגן, דא גייט מכות. דער הייזעריגער ממוכן איז נעלם געווארן, אוי שעלט מען אים דא צאם. די ערשטע מאל וואס מרס דער שטילער האט געהויבן זיין שטימע אין פאלאץ!
קלוגע מענטשן רעדן וועגן געדאנקען; דורכשניטליכע מענטשן רעדן וועגן געשעענישן; נארישע מענטשן רעדן וועגן מענטשן.

אוועטאר
דממה דקה
שר האלפיים
תגובות: 2498
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

תגובהדורך דממה דקה » מאנטאג פאברואר 17, 2020 11:11 pm

realAchashveiroish : The Fake News Media will not talk about the major tax cuts, massive party, huge crowd at the palace, little Vashti a big loser, MSHGA.

זעהט אויס ער איז שוין געגאנגען הכנות, סקומט גיטע נייעס.

אוועטאר
מיט א פרישקייט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 476
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 28, 2019 12:00 pm
לאקאציע: פריש'ידער

תגובהדורך מיט א פרישקייט » מאנטאג פאברואר 17, 2020 11:12 pm

קלאנגען אז אחשוורוש איז אויפגעשטאנען זענען אומריכטיג.
קלוגע מענטשן רעדן וועגן געדאנקען; דורכשניטליכע מענטשן רעדן וועגן געשעענישן; נארישע מענטשן רעדן וועגן מענטשן.

בוחר בשירי זמרה
שר חמש מאות
תגובות: 871
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 26, 2016 10:49 pm

תגובהדורך בוחר בשירי זמרה » מאנטאג פאברואר 17, 2020 11:23 pm

בינעך נישט אינוואלווד אין פאליטיק...

האף איך אז ס'גאנצע עטצעך אויסלאזו גוט פאר אידן

דער ממוכן האט מיר קיינמאל נישט אויסגעזען קיין גרויסער אוהב ישראל

בנוגע אחשורוש האבעך געהערט 2 דעות
לעצט פאראכטן דורך בוחר בשירי זמרה אום דינסטאג פאברואר 18, 2020 10:07 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
שמארטיקל
שר חמש מאות
תגובות: 650
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 29, 2019 8:50 pm
לאקאציע: אונטערן קאפל

תגובהדורך שמארטיקל » מאנטאג פאברואר 17, 2020 11:25 pm

שמארטיקל האט געשריבן:שרייבט נישט אין דעם אשכול פארן לייענען די תקנות!!

תקנות דא

***

אוועטאר
שניי באל
שר מאה
תגובות: 130
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 04, 2020 10:12 pm

תגובהדורך שניי באל » מאנטאג פאברואר 17, 2020 11:27 pm

דממה דקה האט געשריבן:realAchashveiroish : The Fake News Media will not talk about the major tax cuts, massive party, huge crowd at the palace, little Vashti a big loser, MSHGA.


מיט א פרישקייט האט געשריבן:קלאנגען אז אחשוורוש איז אויפגעשטאנען זענען אומריכטיג.


ווער דען האט געטוויט פון זיין אקאונט?

דער פארברענגט פשוט לאנג ביי די הכנות.

פארשער
שר האלף
תגובות: 1014
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 16, 2009 7:20 pm

תגובהדורך פארשער » מאנטאג פאברואר 17, 2020 11:42 pm

שניי באל האט געשריבן:
דממה דקה האט געשריבן:realAchashveiroish : The Fake News Media will not talk about the major tax cuts, massive party, huge crowd at the palace, little Vashti a big loser, MSHGA.


מיט א פרישקייט האט געשריבן:קלאנגען אז אחשוורוש איז אויפגעשטאנען זענען אומריכטיג.


ווער דען האט געטוויט פון זיין אקאונט?

דער פארברענגט פשוט לאנג ביי די הכנות.

דער קעניג האט שארף אפגעלייקענט אז ער זאל האבן געשריבן דעם טוויט, ער זאגט אז ער האט געשריבן liddle Vashti נאר די פעיק ניוז האט בייזוויליג פארדרייט זיינע ווערטער כאילו ער זאל האבן געשריבן little Vashti .
נייע אידישע ביכער Pesach Cookbooks
Use coupon code P2020 to get 10% off everything. Valid till Pesach.

אוועטאר
שניי באל
שר מאה
תגובות: 130
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 04, 2020 10:12 pm

תגובהדורך שניי באל » מאנטאג פאברואר 17, 2020 11:45 pm

אזוי צו אזוי איז ער אויף, ווארשיינליך גייט באלד קומען נייעס.

מיין פרעדיקשען איז אז מן הסתם איז ער נאך גוט שיכור, סא דא גייט נאך זיין אסאך פאן.

אוועטאר
טעם וריח
שר האלף
תגובות: 1135
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 19, 2017 7:33 pm

תגובהדורך טעם וריח » מאנטאג פאברואר 17, 2020 11:50 pm

אויב מען גייט הענגען ושתי גייט זיין פריילעך מגייט זוכן א נייע מלכה! לויטן קאנסטיטאשן מוז די קעניג זיין חתונה געהאט! (יר"ה האט דאס דערמאנט אין א טוויטקע קעגן בלומבערג'ן לעצטענס) אוי גייט זיין פאן!!

אוועטאר
מומחה יוחס
שר האלפיים
תגובות: 2535
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

תגובהדורך מומחה יוחס » דינסטאג פאברואר 18, 2020 12:09 am

חברה, נישט פשוט, כ'ציטער פין דער מומכן, ער איז פשוט א מאנסטער... ער זוכט צו ווערן גרויס, דער גאנצע הדיוט קופץ בראש, פין א שאמפעין טרינקער א בארבער.. ביז דא אנצוקומען...

מען דארף איהם בעצייטענס באזייטיגן אין פארשפארן, ער איז פין עקסטרעם רעכטער פארטיי, ער ארבעט אויף ארויס צו געבן די שמוציגער בוך 'מיין קאמף...' ראה הזהרתם..
متخصص نسبت داده شده است

אוועטאר
אלטער
שר חמש מאות
תגובות: 765
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 14, 2020 12:44 pm
לאקאציע: In the Database

תגובהדורך אלטער » דינסטאג פאברואר 18, 2020 12:52 am

ליבי אומר לי אז פון דעם מומכן העט מען נאך אסאך ליידן. מען דארף זען וואס פריער עם אראפ ריקן פון דעם בענקל, וואס ער קען נאך אנדרייען דא
שאל אביך ויגדך זקניך ויאמרו לך

אוועטאר
דער פאני מענטש
שר מאה
תגובות: 239
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 19, 2016 3:53 pm
לאקאציע: אין משוגעים הויז

תגובהדורך דער פאני מענטש » דינסטאג פאברואר 18, 2020 12:53 am

א רעגולער טוויט פון אחשוירוש בערך א שעה צוריק:
MSHIGA (מעיק שושן גרעיט עגעין)

(קרעדיט: דממה דקה)

---

קוקט אויס ער איז אויף. און ער ווייסט יא וואס טוט זיך.
[url=funniestman.com]funniestman.com[/url] האט גארנישט מיט מיר

Potus
שר חמישים ומאתים
תגובות: 495
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 11, 2017 11:21 pm

תגובהדורך Potus » דינסטאג פאברואר 18, 2020 3:56 am

אינטערעסאנט דער מר. ממוכן האט נאכנישט געטוויט זייט ער האט געלייגט די פערסישע פאן נעכטן נאכט
לאנג לעבן זאל טראמפ דער ערשטער

Potus
שר חמישים ומאתים
תגובות: 495
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 11, 2017 11:21 pm

תגובהדורך Potus » דינסטאג פאברואר 18, 2020 4:05 am

סארסעס זאגן אז די סנהדרין האט זיך נישט געוואלט אריינמישן אין די ושתי קעיס לכאורה האט איינע פון די גבאים עפעס אנגעדרייט,

העריך יעצט אז ממוכנס טאכטער האט פארציילט אין סקול אז איר טאטע האט איר געזאגט פאריגע וואך אז זי זאל זיך גרייטן צו זיין קעניגן

און אנדערע נייעס זענען איבער 1100 פראסקיוטער'ס ארויסגעקומען קעגן די ושתי אורטייל אבער דער קעניג האט קאמענטירט אויף טוויטער אז ער האט פולי שטיצע פאר ממוכן



בדוו טראכט איך יעצט צווישן אונז מער פנימי אז מרדכי האט עפעס א ניס ( כמיין אסתר הייסט זי דעי יתומה וואס סאיז געווען א קאמפיין פאר איר משפחה ווען די טאטע מאמע זענען ליידער אוועק יונגערהייט און מרדכי ציט איר אויף) כמיין אז זי וואלט געווען גאנץ גוט טאמער מזוכט טאקע א נייע קעניגן
נישט שיקן ווייטער
לאנג לעבן זאל טראמפ דער ערשטער

Potus
שר חמישים ומאתים
תגובות: 495
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 11, 2017 11:21 pm

תגובהדורך Potus » דינסטאג פאברואר 18, 2020 4:18 am

20200218_041737.jpg
20200218_041737.jpg (139.24 KiB) געזעהן 326 מאל
20200218_041726.jpg
20200218_041726.jpg (92.09 KiB) געזעהן 326 מאל
לאנג לעבן זאל טראמפ דער ערשטער

אוועטאר
מומחה יוחס
שר האלפיים
תגובות: 2535
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

תגובהדורך מומחה יוחס » דינסטאג פאברואר 18, 2020 9:02 am

עפעס ערנסטע מיטינגט קומען יעצט פאר אין די פאלאץ פין די קעניג אלע גרעסטע שישקעס פין די נאנטער ראטגעבער'ט פונעם קענוג שטייען ארום דער קעניג איצטירט דארטן,
קען איינער ארויס ליעקן פין די וויקיליקס געהיימע אינפארמאציע איבער וואס דער רעדעכסט איז יעצט דארט?
متخصص نسبت داده شده است

א גולם
שר האלף
תגובות: 1850
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 06, 2014 10:32 pm
לאקאציע: אין מיין שיך!

תגובהדורך א גולם » דינסטאג פאברואר 18, 2020 9:06 am

איז שוין געווען באריכטעט קאנפירמד אז ושתי האט באקומען א וויידעל?? אויב יא וועלכע דזשענדער דארף זי שרייבן אויף איר פאפירן? איזעס א ווירוס וואס מקען קעטשין?

אוועטאר
לייטער
שר חמש מאות
תגובות: 807
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 31, 2018 10:14 am

תגובהדורך לייטער » דינסטאג פאברואר 18, 2020 9:28 am

די סטאקס טראסקעט די s&p איז אראפ יעצט צופרי מיט %13.5
אלע סטאקס פארן אראפ

די עולם כאפט נישט וואספארא היסטארישע געשעעניש סגייט דא פאר, רוב פון אינץ וואוינען אין שושן סיטי און מען מיינט אז די וועלט באשטייט פון שושן, אונזער הויכגעשעצטע קעניג איז קעניג אויף 127 מדינת, כמעט אויף די גאנצע וועלט א שאקל אין בית המלכות איז א שאקל אויפן וועלט

kosher phone
שר חמישים ומאתים
תגובות: 442
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 08, 2015 3:56 pm

תגובהדורך kosher phone » דינסטאג פאברואר 18, 2020 9:39 am

א גולם האט געשריבן:איז שוין געווען באריכטעט קאנפירמד אז ושתי האט באקומען א וויידעל?? אויב יא וועלכע דזשענדער דארף זי שרייבן אויף איר פאפירן? איזעס א ווירוס וואס מקען קעטשין?

@Axios שרייבט אז עס איז קאנפירמד א שטראף פון הימל אויף דעם וואס זי פלעגט הייסן אידישע מעידלאך ארבייטן אום שבת, נאך ביי איר זיידן נבוכדנצר, נאכן לעצטן חורבן.

איסר האטלקי
שר האלפיים
תגובות: 2814
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
לאקאציע: אין בעסמענט

תגובהדורך איסר האטלקי » דינסטאג פאברואר 18, 2020 9:44 am

Potus האט געשריבן:סארסעס זאגן אז די סנהדרין האט זיך נישט געוואלט אריינמישן אין די ושתי קעיס לכאורה האט איינע פון די גבאים עפעס אנגעדרייט,

העריך יעצט אז ממוכנס טאכטער האט פארציילט אין סקול אז איר טאטע האט איר געזאגט פאריגע וואך אז זי זאל זיך גרייטן צו זיין קעניגן

און אנדערע נייעס זענען איבער 1100 פראסקיוטער'ס ארויסגעקומען קעגן די ושתי אורטייל אבער דער קעניג האט קאמענטירט אויף טוויטער אז ער האט פולי שטיצע פאר ממוכן



בדוו טראכט איך יעצט צווישן אונז מער פנימי אז מרדכי האט עפעס א ניס ( כמיין אסתר הייסט זי דעי יתומה וואס סאיז געווען א קאמפיין פאר איר משפחה ווען די טאטע מאמע זענען ליידער אוועק יונגערהייט און מרדכי ציט איר אויף) כמיין אז זי וואלט געווען גאנץ גוט טאמער מזוכט טאקע א נייע קעניגן
נישט שיקן ווייטער

650 פון די פראסעקיוטערס זענען היינט צופרי ארעסטירט געווארן. עס ווארט זיי אפ די זעלבע עונש ווי וואשטי. עטס מיינטס אז מ'איז אין אמעריקע דא? מ'קען נישט טראכטן אנדערש ווי דעם קעניג'ס באפעל!!

אוועטאר
לייטער
שר חמש מאות
תגובות: 807
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 31, 2018 10:14 am

תגובהדורך לייטער » דינסטאג פאברואר 18, 2020 9:56 am

CBS מעלט פון אומבאשטעטיקטע באריכטן אז די פורסט לעדיס נאנטע פראבירן צי מאכן א לעצט מניטגע שלום מיט א אפיציעלע איבערבעטונג פון די פורסט לעדי און ממוכן לאזט דערווייל נישט אריין

ושתי טויטער אקאונט איז דאון

אוועטאר
טעם וריח
שר האלף
תגובות: 1135
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 19, 2017 7:33 pm

תגובהדורך טעם וריח » דינסטאג פאברואר 18, 2020 9:58 am

נו ווען קומט א פסק?! הבל איז דארט?

kosher phone
שר חמישים ומאתים
תגובות: 442
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 08, 2015 3:56 pm

תגובהדורך kosher phone » דינסטאג פאברואר 18, 2020 10:06 am

מען הערט ארויס קולות פון די פירסט לעידי'ס פאלאץ. אז ער (אחשוורוש) איז א נער, און קומט בכלל נישט פון א קעניגליכע משפחה. משא"כ זי איז אן אייניקען פון דעם שייגעץ נבודכדנצר.
אין די גיטע צייטן פלעגט זי זאגן ביי זיינע ראלי'ס אז ער איז א הירא אין גאר א קליגער מענטש. יעפ אזוי גייט עס...!

בוחר בשירי זמרה
שר חמש מאות
תגובות: 871
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 26, 2016 10:49 pm

תגובהדורך בוחר בשירי זמרה » דינסטאג פאברואר 18, 2020 10:11 am

kosher phone האט געשריבן:מען הערט ארויס קולות פון די פירסט לעידי'ס פאלאץ. אז ער (אחשוורוש) איז א נער, און קומט בכלל נישט פון א קעניגליכע משפחה. משא"כ זי איז אן אייניקען פון דעם שייגעץ נבודכדנצר.
אין די גיטע צייטן פלעגט זי זאגן ביי זיינע ראלי'ס אז ער איז א הירא אין גאר א קליגער מענטש. יעפ אזוי גייט עס...!


ס'איז נישט ממש היפאקריסטווע

מ'קען טאקע מסופק זיין ווי קלוג ער איז

אפילו צווישן היימישע רבנים האב איך געהערט פארשידענע מיינונגען

יש אומרים אז ער'ז גאר קלוג. און יש אומרים א געפערליכער שוטה

kosher phone
שר חמישים ומאתים
תגובות: 442
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 08, 2015 3:56 pm

תגובהדורך kosher phone » דינסטאג פאברואר 18, 2020 10:18 am

די גרינע הויז האט ארויסגעגעבן א סטעיטמענט מיט אן איסור פאר כַּרְשְׁנָא צו רעליעסן זיין בוך Fire and Fury ביז וחמת המלך שככה.


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: dont care, נייגעריגע תלמיד און 10 געסט