שפאנונג אין עיר הבירה שושן - נייעס און אפדעיטס

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
מומחה יוחס
שר האלפיים
תגובות: 2536
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

תגובהדורך מומחה יוחס » דאנארשטאג פאברואר 20, 2020 8:43 pm

קומט א מעלדונג מבית המלוכה, אז דער קעניג זוכט דער בעסטע זינגער'ס אין די בעסטע שפיללער'ס בעססטער מוזוקאנטן צו קענען שפילן ביי די גרויסע משתה אסתר, ביי די פרייליכע צערמאניע.

ער וויל מאכן א ביד, ווער ס'קען די בעסטע באווייזן, פארשטייט זיך א צענדליגע גרופעס פין די אלע אויבן דערמאנטע, פייטן זיך ארום, ווער ס'וועט זוכה זיין צו קענען שפילן ביי די זעלטענע געשעהניש..

ווארסט מיט שפאנונג..
متخصص نسبت داده شده است

אוועטאר
מומחה יוחס
שר האלפיים
תגובות: 2536
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

תגובהדורך מומחה יוחס » דאנארשטאג פאברואר 20, 2020 9:07 pm

עס הענגט אפציעלע צעטלך מטעם די קעניג אין די גאנצע לאנד, היות מיר רעדן נאר די לשון פון די היים אזוי ווי די געזעץ איז, קען איך נישט ליינען.

קען אפשר איינער ארויס העלפן זאגן וואס עס שטייט דא..

מיר קוקט אויס ווי א א חתונה איינלאדונג אבער כ'בין נישט זיכער..
צוגעלייגטע
הזמנה מיוחדת.PNG
הזמנה מיוחדת.PNG (17.65 KiB) געזעהן 705 מאל
לעצט פאראכטן דורך מומחה יוחס אום פרייטאג פאברואר 21, 2020 12:39 am, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.
متخصص نسبت داده شده است

אוועטאר
צייט שטיפער
שר האלף
תגובות: 1561
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 17, 2016 12:50 pm
לאקאציע: וואו נישט וואו...

תגובהדורך צייט שטיפער » דאנארשטאג פאברואר 20, 2020 9:29 pm

אזויפיל זעה איך, אז די צעטל איז פיל מיט גרייזן

אוועטאר
צייט שטיפער
שר האלף
תגובות: 1561
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 17, 2016 12:50 pm
לאקאציע: וואו נישט וואו...

תגובהדורך צייט שטיפער » דאנארשטאג פאברואר 20, 2020 9:42 pm

realachashveiroish@
צוגעלייגטע
0e559191760310219783cd1dac876067.png
0e559191760310219783cd1dac876067.png (197.8 KiB) געזעהן 760 מאל

אוועטאר
מומחה יוחס
שר האלפיים
תגובות: 2536
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

תגובהדורך מומחה יוחס » פרייטאג פאברואר 21, 2020 12:35 am

צייט שטיפער האט געשריבן:אזויפיל זעה איך, אז די צעטל איז פיל מיט גרייזן


?


פארשטייטס אפשר וואס שטייט דארט?
متخصص نسبت داده شده است

Potus
שר חמישים ומאתים
תגובות: 495
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 11, 2017 11:21 pm

תגובהדורך Potus » פרייטאג פאברואר 21, 2020 1:42 am

מומחה יוחס האט געשריבן:
צייט שטיפער האט געשריבן:אזויפיל זעה איך, אז די צעטל איז פיל מיט גרייזן


?


פארשטייטס אפשר וואס שטייט דארט?

Screenshot_20200221-014116_Google.jpg
Screenshot_20200221-014116_Google.jpg (350.02 KiB) געזעהן 678 מאל
לאנג לעבן זאל טראמפ דער ערשטער

טוב ויפה
שר מאה
תגובות: 197
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 15, 2018 7:09 pm

תגובהדורך טוב ויפה » פרייטאג פאברואר 21, 2020 5:12 am

פליז העלפ!
1. איינער ווייסט צו דער קעניג'ס מאדנע געזעץ אז דער מאן איז בעה"ב אין שטוב גייט נאך אן?? איך האב דא א שטיקל ויכוח מיטן ב"ב צו זאלמער גיין צו נישט.

2.‏ ווי קען מען טרעפן מער דיטעילס וועגן די סעודה? ווי לאקאל, טראנספארט וכדו'??

3.‏ איינער ווייסט צו זיי עלן צושטעלן עפעס א בעיביסיטינג סערוויס??
תזכו למצוות

מיין אינטערשריפט..??? עסטעדעך וויסן ווער איך בין!

אוראייניקל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 384
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 21, 2019 9:05 am

תגובהדורך אוראייניקל » פרייטאג פאברואר 21, 2020 5:44 am

טוב ויפה האט געשריבן:פליז העלפ!
1. איינער ווייסט צו דער קעניג'ס מאדנע געזעץ אז דער מאן איז בעה"ב אין שטוב גייט נאך אן?? איך האב דא א שטיקל ויכוח מיטן ב"ב צו זאלמער גיין צו נישט.


וואאאאאס? פאר'ן געזעץ איז זי געווען בעל הבית???
כ'הייב דיר שוין אן אנצוקוקן אלס א טי.. אזוי ווי אונזער יר"ה!
אפילו די מיסטזאמלער דא אין שושן, האט זיין ווייב דערעכערעץ פאר איהם!

טוב ויפה
שר מאה
תגובות: 197
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 15, 2018 7:09 pm

תגובהדורך טוב ויפה » פרייטאג פאברואר 21, 2020 7:01 am

אוראייניקל האט געשריבן:
טוב ויפה האט געשריבן:פליז העלפ!
1. איינער ווייסט צו דער קעניג'ס מאדנע געזעץ אז דער מאן איז בעה"ב אין שטוב גייט נאך אן?? איך האב דא א שטיקל ויכוח מיטן ב"ב צו זאלמער גיין צו נישט.


וואאאאאס? פאר'ן געזעץ איז זי געווען בעל הבית???
כ'הייב דיר שוין אן אנצוקוקן אלס א טי.. אזוי ווי אונזער יר"ה!
אפילו די מיסטזאמלער דא אין שושן, האט זיין ווייב דערעכערעץ פאר איהם!

די שאלה איז צווייפאכיג..
1.‏ איז דאס מילי דשמיא אדער מילי דעלמא
2. אויב מילי דעלמא, קען איך נאכאלץ אנטיילן וואס צו טון אלס די געזעץ

מיין אינטערשריפט..??? עסטעדעך וויסן ווער איך בין!

א גולם
שר האלף
תגובות: 1857
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 06, 2014 10:32 pm
לאקאציע: אין מיין שיך!

תגובהדורך א גולם » פרייטאג פאברואר 21, 2020 5:10 pm

עפעס קימט אריין אימקלארע נייעס פינעם גרעיני הויז וועגען.......

העלמער מיזן ווארטן אויף מוצאי שבת צו ווערן קלאר.

Potus
שר חמישים ומאתים
תגובות: 495
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 11, 2017 11:21 pm

תגובהדורך Potus » זונטאג פאברואר 23, 2020 3:44 am

נא אפדעיטס?
לאנג לעבן זאל טראמפ דער ערשטער

טוב ויפה
שר מאה
תגובות: 197
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 15, 2018 7:09 pm

תגובהדורך טוב ויפה » זונטאג פאברואר 23, 2020 6:21 am

הער איך אז אויפן הזמנה צום קעניגס פארטי איז געשטאנען....יום... לסדר... שנת ש'עה ט'ובה צ'לחת..
נאר אין גרינעם הויף...

מיין אינטערשריפט..??? עסטעדעך וויסן ווער איך בין!

אוועטאר
מיט א פרישקייט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 482
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 28, 2019 12:00 pm
לאקאציע: פריש'ידער

תגובהדורך מיט א פרישקייט » זונטאג פאברואר 23, 2020 10:03 am

וואס שלאפט מען דא???

היינט איז די גרויסע משתה אסתר! די באסעס פארן שוין ארויס ביז א האלבע שעה, אבער כ'זעה אז די ביהמ"ד איז נאך ליידיג. אויך האט מען אין מיין מנין געהעריג געזאגט תחנון. זעט זיך אויס אז ס'נישט ערווארטעט צופיל אידישע אנוועזנהייט ביים משתה אסתר...
קלוגע מענטשן רעדן וועגן געדאנקען; דורכשניטליכע מענטשן רעדן וועגן געשעענישן; נארישע מענטשן רעדן וועגן מענטשן.

אוועטאר
מיט א פרישקייט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 482
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 28, 2019 12:00 pm
לאקאציע: פריש'ידער

תגובהדורך מיט א פרישקייט » זונטאג פאברואר 23, 2020 10:12 am

פאלגענד אן ארטיקל ציטירט פון די בני הרמכים אבזערוואציע צענטער:

דעם זונטאג וועט פארקומען די גרויסע הייראט צערעמאניע צווישן דעם הויכגעשעצטן קעניג אחשורש און זיין זיוג שני איסטאהאר. איר ריכטיגע נאמען איז דערווייל נאך אונטער א מיסטעריעזע שאטן, גענוי ווי איר גאנצע אפשטאם. עס איז נישט באקאנט ווער זי איז, און פון וואו זי שטאמט, אזויפיל האט זי געזאגט פאר דעם קעניג אז זי איז א יתומה.

דער קעניג האט אריינגעלייגט אסאך שווערע כוחות צו ארויסקוועטשן פון איר פון וואו זי שטאמט, אבער די עקשנ'ט זיך שטארק נישט צו זאגן. טראץ וואס אלע האבן פאראויסגעזאגט אז דער כעס'יגער קעניג וועט איר הענגען אנשטאט הייראטן, האט איר צויבער וועלכע פאר'כישופ'ט יעדעם איינעם געברענגט דערצו אז זי זאל שטארק נושא חן זיין אין די אויגן פונעם קעניג, און ער זאל הייראטן מיט איר.

ווי איינער פון די נענטסטע פונעם קעניג - תרש דער הויפט סיקרעט סערוויס - זאגט, האט דער קעניג אויסגערימט איר 'גרינע קאליר' אז דאס איז שיין און דערמאנט אים פון די כוואליעס ביים נהר פרת... זעט זיך אויס אז נאכן זוכן פאר פיר יאר א פרוי, איז דער קעניג זאט פון נאכאמאל אומברענגען זיין קעניגן.

די צוגרייטונגען צו די פאראדע זענען גאר גרויס, אבער דאסמאל האט דער קעניג נישט איינגעלאדענט יעדעם איינעם, ער מאכט א גרויסע משתה פאר אלע זיינע מיניסטארן און קנעכט, אין די צייט וואס אלע איבעריגע ווייטערע לענדער באקומען גרויסע שטייער שניטן.

ווי איינע פון די פחות גיבט איבער פאר בני הרמכים אבזערוואציע צענטער, איז דאס וויבאלד דער קעניג האט מורא ער זאל זיך נישט נאכאמאל אנטרינקען, און האבן די זעלבע גרויסע בושות ווי ער האט געהאט מיט פיר יאר צוריק ביי די גרויסע פאראדע וואס האט זיך געענדיגט מיט די טראגישע אומקום פון ושתי, אויף וואס ער האט שטארק חרטה געהאט.

באזונדער ווארטן שוין די לצים און קאמיקער אויף די איינלאדענונגס בריוון צום פאראדע, נאכדעם וואס זינט דער בריוו וואס דער קעניג האט געשיקט נאך די פריער-דערמאנטע פאראדע, איבער די געזעץ אז א מאן דארף געוועלטיגן אין שטוב, ווערן אלע בריוון פון קעניג אויפגענומען מיט גרויס שפאס און געלעכטער.

מיר וואונשטן אן דעם קעניג אסאך גליק מיט זיין נייע ווייב...
קלוגע מענטשן רעדן וועגן געדאנקען; דורכשניטליכע מענטשן רעדן וועגן געשעענישן; נארישע מענטשן רעדן וועגן מענטשן.

שׁעמעדיגער
שר חמש מאות
תגובות: 708
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 16, 2017 2:38 pm

תגובהדורך שׁעמעדיגער » זונטאג פאברואר 23, 2020 10:24 am

איך ווייס נישט ווי די דרייסט דיך ביי אינז און ביהמ"ד זעט זיך גארנישט אן ניטאמאל רעדט מען דערפין

ציבוסליך פארגעסט די עולם פון די גאנצע פרשה מיטן צידרייטן קעניג
לעצט פאראכטן דורך שׁעמעדיגער אום זונטאג פאברואר 23, 2020 10:28 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

שׁעמעדיגער
שר חמש מאות
תגובות: 708
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 16, 2017 2:38 pm

תגובהדורך שׁעמעדיגער » זונטאג פאברואר 23, 2020 10:26 am

די קענסט אויפהערן דרייען א קאפ מיט די משתה אסתר?
לדעתי איז עס זייער נישט שיין צו רעדן דא אויפן וועלטל פון די היינטיגע סעודה צערעמאניע

וואס האט די גוישע הייראט צערעמאניע מיט אינז?
סאיז עקעלדיג נישט אידישלעך און האט נישט מיט אינז קיין שייכות
איך מיין סאיז צייט אויפציהערן צו רעדן פון די גאנצע פרשה
מגייט דא דיסקאסען יעדן טאג די קעניג מיט זיין נייע קעניגן?
סאיז צייט צו פארגעסן פון די פרשה און אנגיין מיטן לעבן
אפשר גאר זאלן די מנהלים ארויפלייגן א שלאס אויפן אשכול

אוועטאר
מיט א פרישקייט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 482
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 28, 2019 12:00 pm
לאקאציע: פריש'ידער

תגובהדורך מיט א פרישקייט » זונטאג פאברואר 23, 2020 10:29 am

ס'איז סוף כל סוף אינטערנאציאנאלע נייעס, די גאנצע וועלט רודערט מיט דעם.
קלוגע מענטשן רעדן וועגן געדאנקען; דורכשניטליכע מענטשן רעדן וועגן געשעענישן; נארישע מענטשן רעדן וועגן מענטשן.

אוועטאר
מיט א פרישקייט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 482
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 28, 2019 12:00 pm
לאקאציע: פריש'ידער

תגובהדורך מיט א פרישקייט » זונטאג פאברואר 23, 2020 10:29 am

איך גיי מיך אוודאי נישט באטייליגן ביי דעם פאראדע אלס ערליכער איד, אבער מיט דעם אלעם מעג מען עס באשרייבן אויף א כשר'ע וועג.
קלוגע מענטשן רעדן וועגן געדאנקען; דורכשניטליכע מענטשן רעדן וועגן געשעענישן; נארישע מענטשן רעדן וועגן מענטשן.

אוועטאר
מומחה יוחס
שר האלפיים
תגובות: 2536
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

תגובהדורך מומחה יוחס » זונטאג פאברואר 23, 2020 10:46 am

איך האלט מיט הרב מיט א פרישקייט, פשוט פאר איין סיבה, אז מען זאל זיך נאר דרייען ביי כשר'ע סייט'ס אין נישט ביי טרייפענע פלעצער, אז איין יוד גייט זיך אפהאלטן פין גיין אין אנדערע פלעצער האסט זיך שוין אלעס געלוינט..
متخصص نسبت داده شده است

אוועטאר
מיט א פרישקייט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 482
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 28, 2019 12:00 pm
לאקאציע: פריש'ידער

תגובהדורך מיט א פרישקייט » זונטאג פאברואר 23, 2020 10:48 am

די טויערן עפענען זיך יעצט, אינעווייניג איז דא צוגעגרייט א רייכע סעודה. אבער קיין גאלדענע און זילבערנע בעטן איז מער נישט דא, אזוי אויך נישט די אלע לוקסוסן וואס איז געווען בשנת שבע למלכותו.
קלוגע מענטשן רעדן וועגן געדאנקען; דורכשניטליכע מענטשן רעדן וועגן געשעענישן; נארישע מענטשן רעדן וועגן מענטשן.

אוועטאר
מיט א פרישקייט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 482
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 28, 2019 12:00 pm
לאקאציע: פריש'ידער

תגובהדורך מיט א פרישקייט » זונטאג פאברואר 23, 2020 10:49 am

קעפל פון שושן-דעלישאן:

קעניגס רייכטום ווארשיינליך געפאלן נאך פיר יאר פון אויסגעבן טריליאנען פאר די געצייגן און הונדערטער טויזענטער איינגעשטעלטע ביים זוכן א כלה.
קלוגע מענטשן רעדן וועגן געדאנקען; דורכשניטליכע מענטשן רעדן וועגן געשעענישן; נארישע מענטשן רעדן וועגן מענטשן.

אוועטאר
מיט א פרישקייט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 482
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 28, 2019 12:00 pm
לאקאציע: פריש'ידער

תגובהדורך מיט א פרישקייט » זונטאג פאברואר 23, 2020 10:50 am

א הערליכע ארקעסטרא שפילט יעצט די באקאנטע ניגון "די דידיי די דיי דידיי דידאדאם".
קלוגע מענטשן רעדן וועגן געדאנקען; דורכשניטליכע מענטשן רעדן וועגן געשעענישן; נארישע מענטשן רעדן וועגן מענטשן.

חוח בין השושנים
שר האלף
תגובות: 1577
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

תגובהדורך חוח בין השושנים » זונטאג פאברואר 23, 2020 10:54 am

לאמיר אויסווארטן צו הערן אויב מ'זינגט נישט דארט 'הא לאה'... אפשר האבן ושתי'ס לאיאלע אנהענגער עפעס אנגעדרייט און פארטוישט אסתר'ן מיט עפעס א מכשפה...
אויב האסטו אויף מיר פאראיבל, טענות, מענות, א ויצעקו צו מאכן, א שטאך צו געבן, א קשיא צו פרעגן, אדער א גוט ווארט צו זאגן טו עס ביטע דא.

אוועטאר
מיט א פרישקייט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 482
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 28, 2019 12:00 pm
לאקאציע: פריש'ידער

תגובהדורך מיט א פרישקייט » זונטאג פאברואר 23, 2020 10:55 am

אפאר בילדער פון די צוגעגרייטע טישן. קומט טאקע נישט צו צו די אלטע סעודה פון 4 יאר צוריק.
צוגעלייגטע
20130923_2013_09_23_a_1.jpg
20130923_2013_09_23_a_1.jpg (172.93 KiB) געזעהן 493 מאל
20130923_2013_09_23_a_3.jpg
20130923_2013_09_23_a_3.jpg (169.01 KiB) געזעהן 493 מאל
20130923_2013_09_23_a_2.jpg
20130923_2013_09_23_a_2.jpg (180.6 KiB) געזעהן 493 מאל
קלוגע מענטשן רעדן וועגן געדאנקען; דורכשניטליכע מענטשן רעדן וועגן געשעענישן; נארישע מענטשן רעדן וועגן מענטשן.

חוח בין השושנים
שר האלף
תגובות: 1577
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

תגובהדורך חוח בין השושנים » זונטאג פאברואר 23, 2020 10:56 am

וועלכע סארט ליכט הענגען פון די נאפט-לאמפן פון דאך? נאך קיינמאל אזוינס נישט געזען!
אויב האסטו אויף מיר פאראיבל, טענות, מענות, א ויצעקו צו מאכן, א שטאך צו געבן, א קשיא צו פרעגן, אדער א גוט ווארט צו זאגן טו עס ביטע דא.


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 13 געסט