שפאנונג אין עיר הבירה שושן - נייעס און אפדעיטס

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
שמארטיקל
שר חמש מאות
תגובות: 653
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 29, 2019 8:50 pm
לאקאציע: אונטערן קאפל

שפאנונג אין עיר הבירה שושן - נייעס און אפדעיטס

תגובהדורך שמארטיקל » זונטאג פאברואר 16, 2020 6:08 pm

שרייבט נישט אין דעם אשכול פארן לייענען די תקנות!!

תקנות דא

***
לעצט פאראכטן דורך שמארטיקל אום מאנטאג פאברואר 17, 2020 11:02 pm, פאראכטן געווארן 3 מאל סך הכל.

אוועטאר
שמארטיקל
שר חמש מאות
תגובות: 653
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 29, 2019 8:50 pm
לאקאציע: אונטערן קאפל

תגובהדורך שמארטיקל » זונטאג פאברואר 16, 2020 6:09 pm

ברעקינג! קומט יעצט אריין די נייעס פון שושן אז די קעניגליכע פאלאץ גרייט זיך צו מאכן א גרויסע סעודה!

דיטעילס 2 פאללאו!!

אוועטאר
שמארטיקל
שר חמש מאות
תגובות: 653
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 29, 2019 8:50 pm
לאקאציע: אונטערן קאפל

תגובהדורך שמארטיקל » זונטאג פאברואר 16, 2020 6:13 pm

מיין חבר שיקט מיך אריין אז אידן וועלן לכאורה נישט זיין ערלויבט צו קומען

איינער קען קאנפירמען?

אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר האלף
תגובות: 1989
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: אין אפיס ביים דעסק

תגובהדורך כאניש וואס צו טון » זונטאג פאברואר 16, 2020 6:21 pm

גראדע הער איך יעצט פון הגה"צ ר' מרדכי'ס שטוב מענטשן נאכזאגן אז מ'האט איהם גערופן פון קעניגלכן פאלאץ צו אבזארווירן די כשר'ע קאך וואס ווערט ספעציעל איינגערושט צו אקאמאדירן אויך די יודן!

אוראייניקל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 384
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 21, 2019 9:05 am

תגובהדורך אוראייניקל » זונטאג פאברואר 16, 2020 6:22 pm

שמארטיקל האט געשריבן:מיין חבר שיקט מיך אריין אז אידן וועלן לכאורה נישט זיין ערלויבט צו קומען

איינער קען קאנפירמען?

אה! דיין חבר..
מן הסתם איז ער פון די אינצעלנע פארפרומטע אידעלעך, וואס מיינען אז אלץ וואס מרדכי בלשן זאגט איז קדוש!
דערפאר פרובירט ער דיר אריינצונארן מיט פעיק נוז!
זיכער גייט מען, כ'זאל דיר האלטן א פלאץ?

אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר האלף
תגובות: 1989
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: אין אפיס ביים דעסק

תגובהדורך כאניש וואס צו טון » זונטאג פאברואר 16, 2020 6:23 pm

אויף ווען איז דאס געסקעדשלט פארצוקומען?
בכלל וואס ליגט אינטער דעם?
כ'בין זיכער ס'עט נישט שפעטיגן קיין 'אסור להשטתף'ס'...

אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר האלף
תגובות: 1989
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: אין אפיס ביים דעסק

תגובהדורך כאניש וואס צו טון » זונטאג פאברואר 16, 2020 6:24 pm

אוראייניקל האט געשריבן:
שמארטיקל האט געשריבן:מיין חבר שיקט מיך אריין אז אידן וועלן לכאורה נישט זיין ערלויבט צו קומען

איינער קען קאנפירמען?

אה! דיין חבר..
מן הסתם איז ער פון די אינצעלנע פארפרומטע אידעלעך, וואס מיינען אז אלץ וואס מרדכי בלשן זאגט איז קדוש!
דערפאר פרובירט ער דיר אריינצונארן מיט פעיק נוז!
זיכער גייט מען, כ'זאל דיר האלטן א פלאץ?

וואס?! ר' מרדכי אסר'ט גאר צו גיין?!

אוועטאר
שמארטיקל
שר חמש מאות
תגובות: 653
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 29, 2019 8:50 pm
לאקאציע: אונטערן קאפל

תגובהדורך שמארטיקל » זונטאג פאברואר 16, 2020 6:24 pm

מרדכי גייט געבן א הכשר אויף די עסן? ר' איד וועקט אייך אויף!

#פעיק נוז

אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר האלף
תגובות: 1989
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: אין אפיס ביים דעסק

תגובהדורך כאניש וואס צו טון » זונטאג פאברואר 16, 2020 6:25 pm

האסט געהערט אנדערשט?

אוראייניקל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 384
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 21, 2019 9:05 am

תגובהדורך אוראייניקל » זונטאג פאברואר 16, 2020 6:25 pm

איצטער האבעך באקומען א בריוו פון מיין חבר, וואוינט ער אין גליל, אז ס'נאר וואס אנגעקומען אן ארדער צו שיקן טויזענטער ליטערס פיינע אלטע ארצישראלדיגע וויין קיין שושן!
אה די קאפ דרייט זיך מיר שין נאר פון טראכטן דאס צו פארזוכן!

אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר האלף
תגובות: 1989
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: אין אפיס ביים דעסק

תגובהדורך כאניש וואס צו טון » זונטאג פאברואר 16, 2020 6:28 pm

כ'הער יעצט אז די עווענט פארקומען אין קעניגליכן הויף!
כ'בין נישט מקנה די רבנים אויב זיי גייען דאס אסר'ן!

אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3562
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm

תגובהדורך קלאָצקאָפּ » זונטאג פאברואר 16, 2020 6:30 pm

ווער ביסטו יא אדער נישט מקנא צו זיין רבנים?!

האטעך איינער געפרעגט בכלל?
די דערמאנטע איז אקטועל ביז די קומענדיגע מעלדונג.

אוועטאר
פאלם טרי
שר העשר
תגובות: 49
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 08, 2017 9:53 am

תגובהדורך פאלם טרי » זונטאג פאברואר 16, 2020 6:32 pm

שמארטיקל האט געשריבן:ברעקינג! קומט יעצט אריין די נייעס פון שושן אז די קעניגליכע פאלאץ גרייט זיך צו מאכן א גרויסע סעודה!

דיטעילס 2 פאללאו!!


סי פשט פין דעי סעודה ?

אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר האלף
תגובות: 1989
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: אין אפיס ביים דעסק

תגובהדורך כאניש וואס צו טון » זונטאג פאברואר 16, 2020 6:34 pm

Wow ס'ווערט בעסער בי די מינוט, כ'הער יעצט אז ושתי פאררופט עקסטער א פרוויען פארטי! דאס מיינט אז ס'גייט לכאורה (נדנ) נישט זיין געמישט!
אינער מיט מער דיטעלס? ווי איז קאלמע? פארוואס מעלדט ער גארנישט?

אוועטאר
פעטער שמואל
שר חמש מאות
תגובות: 849
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 29, 2018 1:56 pm

תגובהדורך פעטער שמואל » זונטאג פאברואר 16, 2020 6:36 pm

הער איך אז עס גייט דארט זיין זעקס בעטן פון גאלד און זילבער
איך בין דער פילאנטראפ וואס האלט אויס די חרדישע אידנטום אין גרעיטער ניו יארק אומגעגנט

אוראייניקל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 384
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 21, 2019 9:05 am

תגובהדורך אוראייניקל » זונטאג פאברואר 16, 2020 6:38 pm

כאניש וואס צו טון האט געשריבן:Wow ס'ווערט בעסער בי די מינוט, כ'הער יעצט אז ושתי פאררופט עקסטער א פרוויען פארטי! דאס מיינט אז ס'גייט לכאורה (נדנ) נישט זיין געמישט!
אינער מיט מער דיטעלס? ווי איז קאלמע? פארוואס מעלדט ער גארנישט?

אך! ס'קען נישט זיין! מיין שכנ'טע זרש (המדתא'נס שנור) זאגט מיר אז זי האט גארנישט געהערט דערפון, און קיינער האט איר נישט גלאדנט אויף אזא פארטי!
#פעיק נוז!

אוועטאר
פאלם טרי
שר העשר
תגובות: 49
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 08, 2017 9:53 am

תגובהדורך פאלם טרי » זונטאג פאברואר 16, 2020 6:40 pm

סהאט עפעס מיט די בית המקדש ? 70 יאר גלות?
ער האלט אז יעצט איז ער שוין פארזיכערט מיטען טראן מקען עים שוין נישט אימפיטשען ?

אוועטאר
פעטער שמואל
שר חמש מאות
תגובות: 849
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 29, 2018 1:56 pm

תגובהדורך פעטער שמואל » זונטאג פאברואר 16, 2020 6:42 pm

איך בין פריער דורך געפארן. עס גייען פאר העפטיגע הכנות.
די "אחשדרפנים קאור אוו ענדזשינעירס" בויען א ריזיגע שטול (שלמה המלך סטייל )
איך בין דער פילאנטראפ וואס האלט אויס די חרדישע אידנטום אין גרעיטער ניו יארק אומגעגנט

אוראייניקל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 384
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 21, 2019 9:05 am

תגובהדורך אוראייניקל » זונטאג פאברואר 16, 2020 6:42 pm

אוראייניקל האט געשריבן:
כאניש וואס צו טון האט געשריבן:Wow ס'ווערט בעסער בי די מינוט, כ'הער יעצט אז ושתי פאררופט עקסטער א פרוויען פארטי! דאס מיינט אז ס'גייט לכאורה (נדנ) נישט זיין געמישט!
אינער מיט מער דיטעלס? ווי איז קאלמע? פארוואס מעלדט ער גארנישט?

אך! ס'קען נישט זיין! מיין שכנ'טע זרש (המדתא'נס שנור) זאגט מיר אז זי האט גארנישט געהערט דערפון, און קיינער האט איר נישט גלאדנט אויף אזא פארטי!
#פעיק נוז!

אה! כ'האב מורא די ביזט יא גערעכט געווען!
יעצט איז די שכן ממוכן אהיים געקומען פון פאלאץ, און ס'גייען פאר דארט אזוינע קוילעס!! ער שעלט און שימפט אז ושתי האט נישט גערופן זיין קלאפטע!! ער סטראשעט אז ער גייט איר אומפיטשן!
א רחמנות אויף ושתי, זי ווייסט נישט מיט וועם זי האט זיך דא אנגעהויבן!

אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר האלף
תגובות: 1989
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: אין אפיס ביים דעסק

תגובהדורך כאניש וואס צו טון » זונטאג פאברואר 16, 2020 6:47 pm

איך האלט אז דאס איז ושתי'ס ענדע,
אויב איז אמת אז זי האט בכוונה אויסגעלאזט זרש, איז זי א פארטיגע,
דער ממוכן מיט זיין געשליפן צינגל, האט דאך אחשווורושן אין טאש (פאר די וואס ווייסן)
#מיין פרעדיקשן..

אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר האלף
תגובות: 1989
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: אין אפיס ביים דעסק

תגובהדורך כאניש וואס צו טון » זונטאג פאברואר 16, 2020 6:48 pm

נו ווען גייט דאס למעשה זיין?
גייט דאס זיין אויך אזוי לאנג ווי די עווענט פאר די מיליטער לייט? אדער א קורצערע מעשה?

אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר האלף
תגובות: 1989
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: אין אפיס ביים דעסק

תגובהדורך כאניש וואס צו טון » זונטאג פאברואר 16, 2020 6:54 pm

אוראייניקל האט געשריבן:איצטער האבעך באקומען א בריוו פון מיין חבר, וואוינט ער אין גליל, אז ס'נאר וואס אנגעקומען אן ארדער צו שיקן טויזענטער ליטערס פיינע אלטע ארצישראלדיגע וויין קיין שושן!
אה די קאפ דרייט זיך מיר שין נאר פון טראכטן דאס צו פארזוכן!

דאס איז שלעכטע נייעס!
איך פארנעם שווערליך וויין, און אז מעט מיר אנגיסן א פילן גלעזל, העלעך מיר נישט קענען אנ'עיצה געבן :-(
כ'על מיזן מיט נעמען עפעס אינטערצושמירן..

אוועטאר
שניי באל
שר מאה
תגובות: 132
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 04, 2020 10:12 pm

תגובהדורך שניי באל » זונטאג פאברואר 16, 2020 7:09 pm

א מין היפאקריטיע פון די רבנים דא, סקומט אריין די נייעס אז דער זעלבער ר' מרדכי וואס האט געאסרט צו גיין, גיט גאר די הכשר דארט.

אוראייניקל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 384
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 21, 2019 9:05 am

תגובהדורך אוראייניקל » זונטאג פאברואר 16, 2020 7:14 pm

זאגט ער מיר יעצט דער שכן מיינער, אז ער קען זיך שווערן ביים בארד פון זיין זיידע עמלק ימ"ש, אז די גאנצע סעודה איז א מיטל צו איבער רעדן דעם עולם צו טוישן דעם קאנסטוטוציע, און שטעלן דעם אחשורוש אלץ דיקטעיטער!
רבותי ס'קומט שווערע צייטן, שטעלט אייך פאר, דעם מלך טיפש אלץ דיקטעיטער.
עי' מלבי"ם באריכות


#טראמפאלערט

אוועטאר
זעקסער
שר חמישים
תגובות: 57
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 07, 2017 1:15 am

תגובהדורך זעקסער » זונטאג פאברואר 16, 2020 7:24 pm

הער איך אז מוזיק גייט נישט זיין! ווייל יעדער גלייכט עפעס אנדערש אפשר זאל מען טיילן קליינע מאשינדלעך פאר יעדן מיט עיר פאונס


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 15 געסט