איט'ס נעווער טאא לעיט

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

לעולם
שר העשר
תגובות: 25
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 19, 2017 7:42 pm

איט'ס נעווער טאא לעיט

תגובהדורך לעולם » פרייטאג פאברואר 14, 2020 1:06 pm

לאמיר אייך פארציילן א קראנטע מעשה, וואס האט פאסירט עטליכע דרייסיג יאר צוריק, מיט ר' יהושע בצלאל הכהן.

ר' יהושע האט געוואוינט דא אין אמריקע, געפירט א גרויסע פעקטארי, און מצליח געווען אין זיינע געשעפטן. ווען ר' יהושע איז עלטער געווארן, האט ער מחליט געווען אז ער האט שוין גענוג געארבעט, יעצט איז געקומען די צייט הנאה צו האבן פון די פענסיע געלט. ר' יהושע איז ארויף וואוינען קיין ארץ ישראל, צו זיין נעבן זיינע קינדער וואס האבן דארט געוואוינט, אין שכונת 'מקור ברוך', ירושלים.

פארשטייט זיך, אז די ערשטע זאך וואס א איד זוכט אין א נייע ישוב, איז א בית המדרש. ר' יהושע פרעגט זיין איידעם וואו געפינט זיך דער נענסטע בית המדרש דא אין געגענט, ווייזט אים זיין איידעם אז ממש דא אויף דעם גאס איז דא א קליינע בית המדרש, מ'שטעלט זיך דארט שחרית 6 אזייגער.

"6 אזייגער? אזוי פריה? נישט גוט! איך זוך אביסל שפעטער... איך ארבעט מער נישט, וואו יאג איך זיך?"

"אויב אזוי" – ענטפערט די איידעם – "זאל די שווער מוחל זיין און צוגיין נאך אפאר גאסן, צו די 'זכרון משה שטיבלאך', דארט איז דא מנינים ביז...."

8 אזייגער אינדערפרי, און ר' יהושע שפאצירט אריין אין זכרון משה שטיבלאך. דער אלעמאל-אקטיווע גבאי, מסדר המנינים והשיעורים, ר' שבתי מינסקי ע"ה, דערשמעקט באלד אז דא קומט צו גיין א נייע תושב, ר' שבתי שטרעק אויס א שלום-עליכם פאר ר' יהושע, און תוך כדי דיבור שלאגט אים פאָר זיך צו משתתף זיין אין די נייע שיעור גמרא, יעדען אינדערפרי 4:30...
"איר זענט משוגע געווארן?... איך בין געקומען דא, ווייל דא דאווענט מען שפעט... טראגסטו מיך אָן א שיעור האלב-פינף פארטאגס?!.. איך בין אויף פענסיע, איך האב א לאנגע טאג, איך זוך עס נישט צו מאכן נאך לענגער..."

ר' שבתי פארלירט זיך נישט. "ר' יהושע! – שנאפס און לעקאך האט איר יא ליב?... די וואך מוצאי שבת איז דא א סיום מסכת. א ברייטע מלוה מלכה ווערט צוגעשטעלט, איר זענט העפליך געלאדענט". ר' יהושע נעמט אן דעם הזמנה, און ערשיינט צום מלוה מלכה און סיום מסכת.

בשעת'ן סעודה, האט דער מגיד שיעור, הרה"ג ר' צבי כהנוביץ זצ"ל, אויפגעטרען מיט א דרשה און ארומגערעדט בענין חשיבת לימוד התורה. – צום מארגנ'ס, זונטאג פארטאגס, 4:30 איז ר' יהושע, - דער נייער 'עולה' פון אמעריקא, וואס איז געקומען קיין ארץ ישראל 'אויסצולעבן' זיינע יארן אויף וועקאציע, - שוין געזיצען ביים שיעור. וכך מעשהו מאנטאג, דינסטאג – ביז זיין פטירה, 14 יאר שפעטער!

קיין איין טאג האט ר' יהושע נישט פארפאסט, ער האט זיך אריינגעלייגט אין תורה, און מיט יגיעה התמדה און שקידה איז ער געשטיגען מעלה מעלה, ביז ער איז געווארן א תלמיד חכם מופלג, און צומאל איז ער גאר געווען די 'במקום' פאר די מגיד שיעור!

די מעשה לערענט אונז וויאזוי א איד, אויף די עלטער, האט זיך אריינגעווארפן אין תורה, בשעת ווען זיין אויסקוק אויף די קומענדיגע יארן איז געווען געפלאנט אויף גאנץ אַן אנדערע דירעקציע.
---
עד כאן המעשה וואס די זכרון-משה אלט-געזעצנע ווייסען צו דערציילן.

אונז ווילן אבער וויסן איין זאך. די דרשה! וואס האט דער מגיד שיעור געזאגט ביי דעם מלוה מלכה, עפעס דיבורים וואס האבן אויפגעפלאמט ר' יהושע'ס נשמה און אים געטוישט אויף אייביג? וואס איז געווען די תוכן הדרשה? אפשר איז כדאי אז אונז זאלן אויך הערן די טרעפליכע געדאנק ווערטער, וואס זענען געזאגט געווארן דארט, כולי האי ואולי וועט עס ערוועקן אונזערע הערצער לה' ולתורתו.

צו אונזער מזל, איז געבליבן פארצייכענט א טייל פון די דרשה. לויט ווי הרה"ג ר' ליפא זילבערמאן זצ"ל האט געהערט פון ר' יהושע אליין. לאמיר איבערגעבן דעם ווארט פאר די מגיד שיעור, רבי צבי כהנוביץ זצ"ל:

א גוטע וואך חשוב'ע פארזאלמטע. מיר פראווענען דא א סיום מסכת, לכבוד דעם מאורע וועלן מיר רעדן אביסל בשבח לימוד תורה הקדושה.

שלמה המלך זאגט אין משלי, יְקָרָה הִיא מִפְּנִינִים – תורה איז טייערער פון פערל שטיינער.

לכאורה איז ממש נישט צו פארשטיין. שלמה המלך'ס השגה אין תורה איז דאך געווען עד אין לשער. מ'זעהט דאך אין ספר קהלת, אז מיט אלע וועלטס-חכמות וואס שלמה המלך האט געקענט, און מיט די וועלטס-רייכטום וואס ער האט געהאט, חזר'ט שלמה המלך איבער נאכאמאל און נאכאמאל אז "תחת השמש" – אנשטאט די תורה, איז אלץ הבל הבלים הכל הבל. אין ספר משלי בארימט שלמה המלך די תורה מיט הפלגות און מעלות, אורך ימים בימינה וגו', דרכיה דרכי נועם וגו', עץ חיים היא וגו', ביז ער ענדיגט ספר משלי און באזינגט דעם "אשת חיל", א משל אויף די תורה, "מי ימצא" וואויל איז דער וואס טרעפט איר, א.א.וו. 22 פסוקים על סדר הא"ב בשבח התורה ולומדיה.

ווען שלמה המלך וויל זאגן אז תורה איז טייערער פון אלעמען, פאסט נישט ער זאל אנכאפן "פנינים", פערל שטיינער, אלץ א דבר-והיפכו פון תורה. ס'איז משמע כאילו אז פון פערל שטיינער איז טאקע די תורה חשובע'ר, אבער פון אלע אנדערע חכמות און רייכטום איז כביכול די תורה נישט חשוב'ער?!

דערפאר זאגן חז"ל, אז די כוונה פון שלמה המלך איז אזוי: יקרה היא מפנינים, די תורה איז טייערער און חשוב'ער, מ'פנינים', מכהן גדול שנכנס לפני ולפנים.

ווען מ'טראכט אריין, זאגט אונז דא שלמה המלך די גרעסטע און העכסטע שבח במעלות התורה. – לאמיר מפרט זיין וועלכע 'פנינים' מ'רעדט דא: (א) א כהן גדול וואס גייט אריין אין (ב) קודש הקדשים (ג) ביום הכיפורים.

ווער איז א 'כהן גדול'?
פון אלע פעלקער אויף דער וועלט, האט השי"ת בוחר געווען אין אברהם אבינו און זיינע קינדער צו זיין "זיין" פאלק, כלל ישראל. - פון גאנץ כלל ישראל האט השי"ת בוחר געווען אין שבט לוי לעבדו ולשרתו. – פון שבט לוי, זענען די קינדער פון אהרן הכהן די איינציגסטע פון גאנץ כלל ישראל וואס זענען כהנים, און פון אלע כהנים איז דא איין איינציגסטע כהן גדול. ד.ה. אז דער מובחר'סדיגע מענטש פון די גאנצע וועלט איז דער כהן גדול. ער איז דער הייליגסטער פון זיין שבט, וואס איז הייליגער פון אלע שבטים, וואס זענען הייליגער פון די גאנצע וועלט!

וואו איז 'לפני ולפנים'?
פון די גאנצע כדור העולם, איז דא בלויז איין לאנד, וואס השי"ת האט געזאגט: דא האלט איך מיין אויג כסדר, אויף דעם קוק איך, און די לאנד אינטערסירט מיר די מערסטע פון די גאנצע וועלט. דא אין דעם לאנד וויל איך אז מיין פאלק זאל זיך אין איר באזעצן. אינערהאלב דעם לאנד, איז דא איין שטאט וואס איז הייליגער פון די גאנצע לאנד, דאס איז ירושלים. אין ירושלים, איז דא איין הויז וואס השי"ת רופט אן "ביתי", מיין הויז, א דירה בתחתונים. אין דעם גרויסען הויז, איז דא איין צימער, די צענטראלע נקודה פון די גאנצע קיום העולם (אלע שפע גייט אדורך דעם מקום חיבור שמים וארץ), וואס ווערט אנגערופן על שם קדושתה "קודש הקדשים", דארט, צווישען די בדי הארון איז די הייליגסטע פלאץ אויף די וועלט!

ווען איז 'יום הכיפורים'?
פון אלע טעג אין יאר, איז דא עטליכע פופציג שבתים. פון אלע שבתים איז דא איין איינציגע 'שבת שבתון', דאס איז יום הכיפורים, וואס ווערט אנגערופן יום הקדוש – די הייליגסטע טאג אין יאר.

יעצט נעם די כהן גדול, גרייט אים אן זיבן טעג מיט פרישות און טהרה, און שטעל אים אריין בעצם יום הקדוש אין די קודש הקדשים..... אה! וואספארא שפיץ שפיץ שפיץ קדושה און דביקות דארט איז געווען!!! אין די נוסח פון מוסף יום כיפור (תכנת) דערמאנט מען וואס מ'האט אנגעווארנט דעם כהן גדול, ער זאל וויסן זיין, אז ער גייט אריין אין קודש הקדשים: ראה לפני מי אתה נכנס, למקום אש להבת שלהבת!! דאס איז הייסע פייערדיגע פלאמעדיגע פלאמען... מער הייס פון דעם איז נישט שייך. ווייל וואו נאך האסטו אזא געלעגנהייט אז די העכסטע פון "עולם שנה נפש" זאל זיך צוזאמקומען אויף איינמאל?

ווען מ'וויל אויסמאלן וויאזוי דער "מראה כהן" האט אויסגעקוקט ארויסקומענדיג פונעם קודש קדשים, באנוצט זיך דער משורר מיט טיטלן וואס איז העכער די מושגים פון א בשר ודם. כברקים היוצאים מזיו החיות... ככוכב הנוגה בגבול מזרח... כמלאך הניצב על ראש הדרך... לעכטיג, שיינענ'דיג, מלאך'דיג, געטליך...
נורא נוראות!

דער חכם מחוכם, שלמה המלך, האט גוט פארשטאנען דעם מראה כהן. מיר קענען זיין זיכער אז דער מחבר פון 'שיר השירים' (שכל השירים קודש, ושיר השירים קודש קדשים), האט משיג געווען די אלע שערי חכמה פון די יחודים וואס ווערט אלץ אפגעטוהן בשעת'ן חיבור פון עולם שנה נפש. "אף על פי כן" – זאגט שלמה המלך – "יקרה היא", לימוד התורה איז טייערער, "מפנינים", מכהן גדול שנכנס לפני לפנים!!

א פלא!!

די הרגשים פון 'כל נדרי' זענען טאקע מער דביקות'דיג ווי ווען מ'זעצט זיך לערנען 'השותפין שרצו לעשות מחיצה', אבער אין 'ריאליטי', די 'וועליו' וואס יעדע שורה גמרא פארמאגט, די כוח וואס איין ווארט תורה האט, די זיכוך וואס איין תוספות מאכט, שטייגט איבער העכער שפיץ-מדריגות פון עולם שנה נפש אלע אינאיינעם!
דאס איז דער מציאות!

"א גוטע וואך!" - האט דער מגיד שיעור אויסגעפירט און גע'ענדיגט זיין דרשה.

---
ר' יהושע, אן עלטערע אמריקאנע ביזנעסמאן, האט נאך אזא התרגשות פאר תורה נישט געשפירט אין זיין לעבן. ער איז אזוי איבערגענומען געווארן, אז תיכף ומיד האט ער געמאכט א פעסטע החלטה, נעשה ונשמע, ער גייט זיך אריינווארפן אין תורה. וכך הוה. ער איז ווי פון דאסניי געבוירן געווארן מיט פרישע כוחות און צילן, און האט מיט א שטארקייט אנגעהאלטן זיין קבלה עד זקנה ושיבה, פאר גאנצע פערצן יאר, עד יומו האחרון!
לעולם יהא אדם: ירא שמים / זהיר בכבוד אשתו / רך כקנה.

חוח בין השושנים
שר האלף
תגובות: 1129
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

תגובהדורך חוח בין השושנים » פרייטאג פאברואר 14, 2020 1:22 pm

שיין, הייליג און ריין!
בקיצור, מיר קענען נאך תשובה טון..
נישט יעדער וואס דרייווט איין מפ"ש שטייטער פון מיר, איז א גולם. נישט יעדער וואס דרייווט איין מפ"ש שנעלער פון מיר, איז א חיה רעה. נישט יעדער וואס האלט אנדערש פון מיר, איז אומגערעכט.

Haklal
שר האלף
תגובות: 1116
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

תגובהדורך Haklal » פרייטאג פאברואר 14, 2020 1:29 pm

זייער קלאר!

איסר האטלקי
שר האלפיים
תגובות: 2403
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
לאקאציע: אין בעסמענט

תגובהדורך איסר האטלקי » פרייטאג פאברואר 14, 2020 1:40 pm

נורא נוראות!!

וואס איין גוטע דרשה קען אויפטון, וואס איין גבאי קען אויפטון מיט אזא קליינע בקשה, מיט איין החלטה צו קומען צום סיום, מיט איין קבלה אויפצושטיין זונטאג פארטאגס 4:00.


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Potus און 16 געסט