שרייבער-ליינער שדכנות: ביטע שרייבן איבער...

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
Yang2020
שר האלף
תגובות: 1584
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

שרייבער-ליינער שדכנות: ביטע שרייבן איבער...

תגובהדורך Yang2020 » מיטוואך פאברואר 12, 2020 4:36 pm

וויבאלד עס דרייען זיך דא היבש טאלאנטפולע שרייבער, און טייל פון זיי וואלטן געקענט נוצן געדאנקען איבער וואס צו שרייבן. און פון די צווייטע זייט איז דאך פארהאן אן עולם נייגעריגע ליינער, וואס זייער דורשט ווערט נישט אלעמאל געשטילט מיט נושאים וואס אינטערעסירן זיי. איז דאך א פשוט'ע זה נהנה וזה נהנה די צוויי גרופעס זאלן זיך אפענהארציג אויסשמועסן.

דער אשכול איז געווידמעט בעיקר פאר די וואס וואלטן געוואלט ליינען איבער סיי וועלכע נושא, צי איז עס אן אשכול דאהי אדער אן ארטיקל אין אן אויסגאבע (דאס וועט שוין דער שרייבער באשליסן). אבער אויך פונעם צווייטן זייט, די וואס די פינגער קיצלען זיי עפעס צו שרייבן אבער זיי ווייסן נישט וואס, קענען דא אויסשמועסן זייערע קענטעניסן און בערך וועלכע ריכטונג זיי זענען גרייט צו נעמען, און דער ציבור ליינער וועט זיי שוין צוענדיגן דעם וועג.

און לשם שדכנות געלט, וועט אי"ה צוקומען דא אויף אייוועלט פילע באלערנדע אשכולות.
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang


Democracy Dollars - Ranked Choice - Fun Taxes
Freedom Dividend - Prosperity Grants - Help Movers
Marriage & Financial Counseling
Smartphones Harm

131+

שטומפיג
שר מאה
תגובות: 238
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 11, 2018 8:30 pm
לאקאציע: צווישן קענט און בראדוועי

תגובהדורך שטומפיג » מיטוואך פאברואר 12, 2020 4:42 pm

זייער א גוטע געדאנק, אויב וואלסטו ווען ארויסגעקומען פריער מיט די געדאנק וואלט יענג אפשר געקענט שענער אנציען אין אייאווע און ניו העמפשיר.
אפשר זאל די שדכנות אויך גיין פארקערט אז שרייבער וועלכע ווילן שרייבן אויף א געוויסע נושא אבער ווייסן נישט אויב ס'זענען דא פארנייגערטע אויף אזעלכע סחורה זאלן קענען פרעגן דעם דעת הציבור דא, און ווערן געמוטיגט דורך די רעאקציעס, אדער איינזעהן אז ס'איז ממון שאין עליה תובעין.

חוח בין השושנים
שר האלף
תגובות: 1129
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

תגובהדורך חוח בין השושנים » מיטוואך פאברואר 12, 2020 4:57 pm

שטומפיג האט געשריבן:זייער א גוטע געדאנק, אויב וואלסטו ווען ארויסגעקומען פריער מיט די געדאנק וואלט יענג אפשר געקענט שענער אנציען אין אייאווע און ניו העמפשיר.

ס'טרעסטו אויף די רויע וואונדן? נישט שיין...
אבער קוק נאר, דער יענג'ל איז ארויס פון פאליטיק (?) אבער ער בלייבט נאך אלץ א כלל-טוער.
נישט יעדער וואס דרייווט איין מפ"ש שטייטער פון מיר, איז א גולם. נישט יעדער וואס דרייווט איין מפ"ש שנעלער פון מיר, איז א חיה רעה. נישט יעדער וואס האלט אנדערש פון מיר, איז אומגערעכט.


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 23 געסט