"הלוואי וואלט געווען אן ארטיקל איבער"... שרייבער-ליינער שדכנות אשכול!

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
Yang2020
שר האלף
תגובות: 1760
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

"הלוואי וואלט געווען אן ארטיקל איבער"... שרייבער-ליינער שדכנות אשכול!

תגובהדורך Yang2020 » מיטוואך פאברואר 12, 2020 4:36 pm

וויבאלד עס דרייען זיך דא היבש טאלאנטפולע שרייבער, און טייל פון זיי וואלטן געקענט נוצן געדאנקען איבער וואס צו שרייבן. און פון די צווייטע זייט איז דאך פארהאן אן עולם נייגעריגע ליינער, וואס זייער דורשט ווערט נישט אלעמאל געשטילט מיט נושאים וואס אינטערעסירן זיי. איז דאך א פשוט'ע זה נהנה וזה נהנה די צוויי גרופעס זאלן זיך אפענהארציג אויסשמועסן.

דער אשכול איז געווידמעט בעיקר פאר די וואס וואלטן געוואלט ליינען איבער סיי וועלכע נושא, צי איז עס אן אשכול דאהי אדער אן ארטיקל אין אן אויסגאבע (דאס וועט שוין דער שרייבער באשליסן). אבער אויך פונעם צווייטן זייט, די וואס די פינגער קיצלען זיי עפעס צו שרייבן אבער זיי ווייסן נישט וואס, קענען דא אויסשמועסן זייערע קענטעניסן און בערך וועלכע ריכטונג זיי זענען גרייט צו נעמען, און דער ציבור ליינער וועט זיי שוין צוענדיגן דעם וועג.

און לשם שדכנות געלט, וועט אי"ה צוקומען דא אויף אייוועלט פילע באלערנדע אשכולות.
לעצט פאראכטן דורך Yang2020 אום דינסטאג פאברואר 25, 2020 7:33 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang

אוועטאר
שטומפיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3227
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 11, 2018 8:30 pm
לאקאציע: צווישן קענט און בראדוועי

תגובהדורך שטומפיג » מיטוואך פאברואר 12, 2020 4:42 pm

זייער א גוטע געדאנק, אויב וואלסטו ווען ארויסגעקומען פריער מיט די געדאנק וואלט יענג אפשר געקענט שענער אנציען אין אייאווע און ניו העמפשיר.
אפשר זאל די שדכנות אויך גיין פארקערט אז שרייבער וועלכע ווילן שרייבן אויף א געוויסע נושא אבער ווייסן נישט אויב ס'זענען דא פארנייגערטע אויף אזעלכע סחורה זאלן קענען פרעגן דעם דעת הציבור דא, און ווערן געמוטיגט דורך די רעאקציעס, אדער איינזעהן אז ס'איז ממון שאין עליה תובעין.
מה שלא יעשה השכל יעשה השמייכל!

אוועטאר
חוח בין השושנים
שר האלפיים
תגובות: 2688
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

תגובהדורך חוח בין השושנים » מיטוואך פאברואר 12, 2020 4:57 pm

שטומפיג האט געשריבן:זייער א גוטע געדאנק, אויב וואלסטו ווען ארויסגעקומען פריער מיט די געדאנק וואלט יענג אפשר געקענט שענער אנציען אין אייאווע און ניו העמפשיר.

ס'טרעסטו אויף די רויע וואונדן? נישט שיין...
אבער קוק נאר, דער יענג'ל איז ארויס פון פאליטיק (?) אבער ער בלייבט נאך אלץ א כלל-טוער.
בוא וראה איך הכסף מקלקל: הזכוכית כשהיא שקופה ונקיה אנחנו יכולים לראות דרכה את כל העולם, אבל אם נצפה אותה בכסף היא תהפוך לראי ואז נוכל לראות בה רק את עצמינו.

אוועטאר
שטומפיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3227
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 11, 2018 8:30 pm
לאקאציע: צווישן קענט און בראדוועי

תגובהדורך שטומפיג » זונטאג פאברואר 23, 2020 1:20 pm

א שאד אז דרעשכויל לעבט נישט אויף אלע באקן, איך האב זייער ארויסגעקוקט אויף זיין סוקסעס.
מה שלא יעשה השכל יעשה השמייכל!

אוועטאר
Yang2020
שר האלף
תגובות: 1760
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך Yang2020 » זונטאג פאברואר 23, 2020 2:28 pm

קוקט אויס אז דער עולם קען שוין אלעס, און איז שוין נישט נייגעריג אויף באשרייבונגען.



דערווייל וועל איך אויסנוצן דעם אשכול ווי דו האסט גע'עצה'ט:
שטומפיג האט געשריבן:אפשר זאל די שדכנות אויך גיין פארקערט אז שרייבער וועלכע ווילן שרייבן אויף א געוויסע נושא אבער ווייסן נישט אויב ס'זענען דא פארנייגערטע אויף אזעלכע סחורה זאלן קענען פרעגן דעם דעת הציבור דא, און ווערן געמוטיגט דורך די רעאקציעס, אדער איינזעהן אז ס'איז ממון שאין עליה תובעין.


אין די היסטאריע און הסבר פון "לאגיק מאשינען" און דיאגראמען איז איינער נייגעריג? אויך אין א באצאלטע אויסגאבע אדער נאר אויף אייוועלט?
די איינשטיין-בערגסאן דעבאטע איבערן נאטור פון צייט? כנ"ל?
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang

מי הוא זה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 256
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 23, 2014 7:52 pm

תגובהדורך מי הוא זה » זונטאג פאברואר 23, 2020 2:46 pm

אייוועלט

אוועטאר
Iphone
שר חמש מאות
תגובות: 970
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 10, 2013 8:57 pm

תגובהדורך Iphone » זונטאג פאברואר 23, 2020 10:31 pm

Ivelt

שבת פארטי
שר מאה
תגובות: 126
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 17, 2019 11:47 am

תגובהדורך שבת פארטי » זונטאג פאברואר 23, 2020 10:34 pm

איך בין נייגעריג אין אן ארטיקל איבער דעם אומקום פון גוגל גלעזער וואס האט געזאלט אנהויבן א נייע עפאכע פון קליידונג טעכנאלאגיע, וואס האט זיך אבער קיינמאל נישט מאטעריאליזירט.

אוועטאר
j718
שר חמישים ומאתים
תגובות: 400
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 18, 2016 3:14 pm
לאקאציע: אין בוידעם

תגובהדורך j718 » זונטאג פאברואר 23, 2020 10:42 pm

I'm interested in a article about the hardware from a pc
עס וואלט געדארפט זיין א דאנק קנעפל
צו קענען מיט א דרוק מיט א קנעפל צושטימען און מחזק זיין וואס א צווייטער האט געשריבן.
האלט איר דען נישט אזוי?
זיכער יא!
דאן רופט זיך אן דא: אנקעטע:
א דאנק קנעפל אנקעטע

אוועטאר
מחשב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3361
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

תגובהדורך מחשב » זונטאג פאברואר 23, 2020 11:26 pm

Yang2020 האט געשריבן:קוקט אויס אז דער עולם קען שוין אלעס, און איז שוין נישט נייגעריג אויף באשרייבונגען.



דערווייל וועל איך אויסנוצן דעם אשכול ווי דו האסט גע'עצה'ט:
שטומפיג האט געשריבן:אפשר זאל די שדכנות אויך גיין פארקערט אז שרייבער וועלכע ווילן שרייבן אויף א געוויסע נושא אבער ווייסן נישט אויב ס'זענען דא פארנייגערטע אויף אזעלכע סחורה זאלן קענען פרעגן דעם דעת הציבור דא, און ווערן געמוטיגט דורך די רעאקציעס, אדער איינזעהן אז ס'איז ממון שאין עליה תובעין.


אין די היסטאריע און הסבר פון "לאגיק מאשינען" און דיאגראמען איז איינער נייגעריג? אויך אין א באצאלטע אויסגאבע אדער נאר אויף אייוועלט?
די איינשטיין-בערגסאן דעבאטע איבערן נאטור פון צייט? כנ"ל?


איך בין זייער נייגעריג, און איך גלייב אז דא אויף אייוועלט איז דא היבש אפאר אידן וואס זענען אינטערעסירט, אבער פאר א באצאלטע אויסגאבע גלייב איך שווער אז עס איז דא די קלייענטעל דערפאר, דער עולם האט ווינציג געדולד צו נוצן די סייווי ווערטלאזע מח זינט דער AI איז אויף דער מאפע...

לאגיק מאשינען ווייס איך כלל נישט וואס דאס איז, אבער איך בין זיכער נייגעריג, איך קען מיר אבער נישט אינטערנעמען צו ליינען אלעס תיכף ווען ס'קומט ארויס ממכבש העט... דאס אז עס איז געווען א דעבאטע איבער נאטור פון צייט בין איך יעצט געוואר געווארן, און זיכער בין איך נייגעריג, און מסתמא מיט מיר נאך א שיינע עולם, און זיכער אויב עס וועט ווערן אזוי קלאר אראפגעלייגט ווי נאר דו קענסט.

הלוואי...

אוועטאר
משק ביתי
שר חמש מאות
תגובות: 976
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 02, 2019 10:41 pm

תגובהדורך משק ביתי » זונטאג פאברואר 23, 2020 11:28 pm

Yang2020 האט געשריבן:קוקט אויס אז דער עולם קען שוין אלעס, און איז שוין נישט נייגעריג אויף באשרייבונגען.



דערווייל וועל איך אויסנוצן דעם אשכול ווי דו האסט גע'עצה'ט:
שטומפיג האט געשריבן:אפשר זאל די שדכנות אויך גיין פארקערט אז שרייבער וועלכע ווילן שרייבן אויף א געוויסע נושא אבער ווייסן נישט אויב ס'זענען דא פארנייגערטע אויף אזעלכע סחורה זאלן קענען פרעגן דעם דעת הציבור דא, און ווערן געמוטיגט דורך די רעאקציעס, אדער איינזעהן אז ס'איז ממון שאין עליה תובעין.


אין די היסטאריע און הסבר פון "לאגיק מאשינען" און דיאגראמען איז איינער נייגעריג? אויך אין א באצאלטע אויסגאבע אדער נאר אויף אייוועלט?
די איינשטיין-בערגסאן דעבאטע איבערן נאטור פון צייט? כנ"ל?

the logic machines i never heard of and that turns my curiosity even more on
the Einstein time theory i always wished to get a hand on a good article
and keep in mind an article from you is ever interesting!!

וואס טוט זיך
שר ששת אלפים
תגובות: 6263
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm
לאקאציע: איינע פון די באהאלטענע סאב פארומס

תגובהדורך וואס טוט זיך » זונטאג פאברואר 23, 2020 11:29 pm

;l;p- פאר מחשב.

און ;l;p- ;l;p- פאר @יענג2020 פארן צוקונפטיגע באלערנדע ארטיקל.....
שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:טראמפ איז א לוזער וואס איז גוט אין איבערצייגן נארישע מענטשן אז ער איז קלוג און געלונגען.

בא שבת בא מנוחה
שר חמש מאות
תגובות: 578
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 20, 2016 7:18 pm

תגובהדורך בא שבת בא מנוחה » זונטאג פאברואר 23, 2020 11:44 pm

א שמארטיקעל אויפן אפקאמינג ברוינעם פאפיר בעגס... איי איי איי

אוועטאר
אלטער
שר ששת אלפים
תגובות: 6666
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 14, 2020 12:44 pm
לאקאציע: אין בהמ"ד ביים קאווע שטיבל

תגובהדורך אלטער » זונטאג פאברואר 23, 2020 11:53 pm

j718 האט געשריבן:I'm interested in a article about the hardware from a pc

עס קען דיר דעס העלפן
שעהם זיך נישט ווער דו ביסט
דער הייליגער קאצקער גיט צו פארשטיין
די בעסטע שענסטע פיינסטע זאך צו זיין איז
זיי זיך אליין!

אוועטאר
Yang2020
שר האלף
תגובות: 1760
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך Yang2020 » מאנטאג פאברואר 24, 2020 6:58 am

איך וועל בלי נדר בקרוב באשרייבן דא אויף אייוועלט די צוויי נושאים וואס איך האב אויפגעברענגט - בערגסאן און איינשטיין און זייער דעבאטע איבער צייט, און "לאגיק מאשינען" און דיאגראמען. א דאנק פארן עולם וואס האט אויסגעדרוקט אינטערעסע.

די אנדערע טעמעס זענען מונחים בקרן זויות וכל הקודם זכה. שרייבער, שארצט אייך ארויף די ארבל!
(איבער דאס אפשטעלונג פון גוגל גלאז, נישט וויסנדיג מער איבער די אישו וואלט איך געזאגט פשוט אז כך הוא דרכו של גוגל, זיי זענען היבש הייפעראקטיוו און פירן אויס ווייניגער פראדוקטן ביזן ענדע ווי וויפיל נישט. אבער דאס אליינס קען זיין שטאף פאר א געשמאקע ארטיקל).
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang

אוועטאר
מחשב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3361
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

תגובהדורך מחשב » מאנטאג פאברואר 24, 2020 2:34 pm

;1@ ;1@

אוועטאר
רואיג!
שר האלף
תגובות: 1575
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 18, 2014 12:32 am

תגובהדורך רואיג! » מאנטאג פאברואר 24, 2020 3:00 pm

Yang2020 האט געשריבן:איך וועל בלי נדר בקרוב באשרייבן דא אויף אייוועלט די צוויי נושאים וואס איך האב אויפגעברענגט - בערגסאן און איינשטיין און זייער דעבאטע איבער צייט, און "לאגיק מאשינען" און דיאגראמען. א דאנק פארן עולם וואס האט אויסגעדרוקט אינטערעסע.

לאגיק מאשינען רעדט גאר שטארק צו מיר, דאס העלפט פארשטיין די חכמה וואס ליגט אין א קאמפיוטער. איך ווארט שוין קוים אויף דיין ארבעט. יענג וועט אריינרעדן אין א שמועס צווישן א פיזיסט און א פיליזאף, וואס קען זיין בעסער ווי דעם!

קענט וועיט.

זארג נישט
שר האלפיים
תגובות: 2572
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 01, 2013 10:53 am

תגובהדורך זארג נישט » מאנטאג פאברואר 24, 2020 3:32 pm

שטומפיג האט געשריבן:א שאד אז דרעשכויל לעבט נישט אויף אלע באקן, איך האב זייער ארויסגעקוקט אויף זיין סוקסעס.

ערשט יעצט באמערקט דער אשכול, און גראדע א געוואלדיגע בייפאל, אבער אז מען זעט עס נישט (אדער דער קעפל ציהט נישט) קומט מען נישט אריין. (איך האב ערשט געכאפט אויף וואס דער קעפל צילט, נאכן אריין קומען. דער קעפל דארף מעם משפץ זיין)
זארג נישט, האב בטחון אין באשעפער

אוועטאר
j718
שר חמישים ומאתים
תגובות: 400
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 18, 2016 3:14 pm
לאקאציע: אין בוידעם

תגובהדורך j718 » מאנטאג פאברואר 24, 2020 3:38 pm

אלטער האט געשריבן:
j718 האט געשריבן:I'm interested in a article about the hardware from a pc

עס קען דיר דעס העלפן


viewtopic.php?f=52&t=14799
find something batter
עס וואלט געדארפט זיין א דאנק קנעפל
צו קענען מיט א דרוק מיט א קנעפל צושטימען און מחזק זיין וואס א צווייטער האט געשריבן.
האלט איר דען נישט אזוי?
זיכער יא!
דאן רופט זיך אן דא: אנקעטע:
א דאנק קנעפל אנקעטע

אוועטאר
Yang2020
שר האלף
תגובות: 1760
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך Yang2020 » מאנטאג פאברואר 24, 2020 3:43 pm

זארג נישט האט געשריבן:
שטומפיג האט געשריבן:א שאד אז דרעשכויל לעבט נישט אויף אלע באקן, איך האב זייער ארויסגעקוקט אויף זיין סוקסעס.

ערשט יעצט באמערקט דער אשכול, און גראדע א געוואלדיגע בייפאל, אבער אז מען זעט עס נישט (אדער דער קעפל ציהט נישט) קומט מען נישט אריין. (איך האב ערשט געכאפט אויף וואס דער קעפל צילט, נאכן אריין קומען. דער קעפל דארף מעם משפץ זיין)


אדרבה, איך נעם אן פארשלאגן וויאזוי צו טוישן דעם קעפל. דאס איז אויך א חלק פונעם שדכנות...
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang

זארג נישט
שר האלפיים
תגובות: 2572
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 01, 2013 10:53 am

תגובהדורך זארג נישט » מאנטאג פאברואר 24, 2020 3:48 pm

אפשר עפעס אזוי

שדכנות אשכול צווישן שרייבער און ליינער - גיבט אריין אייער ביטע צו שרייבן איבער...
זארג נישט, האב בטחון אין באשעפער

אוועטאר
Yang2020
שר האלף
תגובות: 1760
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך Yang2020 » דינסטאג פאברואר 25, 2020 8:44 am

רואיג! האט געשריבן:לאגיק מאשינען רעדט גאר שטארק צו מיר, דאס העלפט פארשטיין די חכמה וואס ליגט אין א קאמפיוטער. איך ווארט שוין קוים אויף דיין ארבעט.


א דאנק.
איך ווייס גראדע נישט צי איך וועל גיין גענוג ווייט צו העלפן פארשטיין קאמפיוטער'ס. איך האב געקלערט מער פון די היסטאריע און קוריאזע כאראקטערן און ממש נאר די בעיסיקס פון פארמאל לאגיק. מעגליך אז איך וועל זיך צופירן די הענט, אדער אפשר לאזן די איבריגע פאר דיר...

א דאנק זארג נישט, איך האב געטוישט די קעפל באזירט אויף דיין פארשלאג. בעסער?
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang

אוועטאר
רואיג!
שר האלף
תגובות: 1575
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 18, 2014 12:32 am

תגובהדורך רואיג! » דינסטאג פאברואר 25, 2020 1:26 pm

לדעתי א בעסערע קעפל. (איך אליין בין נאר אנגעקומען צו די אשכול ווען איך האב געקוקט וואו יענג שרייבט...)

בשבילי נברא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4657
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 18, 2010 10:53 am

תגובהדורך בשבילי נברא » דינסטאג פאברואר 25, 2020 2:22 pm

Yang2020 האט געשריבן:
רואיג! האט געשריבן:לאגיק מאשינען רעדט גאר שטארק צו מיר, דאס העלפט פארשטיין די חכמה וואס ליגט אין א קאמפיוטער. איך ווארט שוין קוים אויף דיין ארבעט.


א דאנק.
איך ווייס גראדע נישט צי איך וועל גיין גענוג ווייט צו העלפן פארשטיין קאמפיוטער'ס. איך האב געקלערט מער פון די היסטאריע און קוריאזע כאראקטערן און ממש נאר די בעיסיקס פון פארמאל לאגיק. מעגליך אז איך וועל זיך צופירן די הענט, אדער אפשר לאזן די איבריגע פאר דיר...

א דאנק זארג נישט, איך האב געטוישט די קעפל באזירט אויף דיין פארשלאג. בעסער?

אה! הלוואי!
וואס קען דען זיין בעסער ווי דאס אז אונזער "יענג" זאל זיך אביסל צופירן די הענט און זיך נעמען שרייבן א לענגס און א ברייטס?
מיר וועלן זיך אלע פארסמאקעווען דערמיט!

רואיג! האט געשריבן: (איך אליין בין נאר אנגעקומען צו די אשכול ווען איך האב געקוקט וואו יענג שרייבט...)

.
---

זארג נישט
שר האלפיים
תגובות: 2572
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 01, 2013 10:53 am

תגובהדורך זארג נישט » דינסטאג פאברואר 25, 2020 3:06 pm

Yang2020 האט געשריבן:
רואיג! האט געשריבן:לאגיק מאשינען רעדט גאר שטארק צו מיר, דאס העלפט פארשטיין די חכמה וואס ליגט אין א קאמפיוטער. איך ווארט שוין קוים אויף דיין ארבעט.


א דאנק.
איך ווייס גראדע נישט צי איך וועל גיין גענוג ווייט צו העלפן פארשטיין קאמפיוטער'ס. איך האב געקלערט מער פון די היסטאריע און קוריאזע כאראקטערן און ממש נאר די בעיסיקס פון פארמאל לאגיק. מעגליך אז איך וועל זיך צופירן די הענט, אדער אפשר לאזן די איבריגע פאר דיר...

א דאנק זארג נישט, איך האב געטוישט די קעפל באזירט אויף דיין פארשלאג. בעסער?

יא, בעסער ווי גוט.

יעצט צום עצם געדאנק פונעם אשכול און פארווואס עס איז א געוואלדיגע איינפאל אויב עס וועט זיך אויס ארבעטן (און אפילו אויב נישט), און דאס איז ווייל, יעדער ווייסט אז אנערקענונג טרייבט א שרייבער, און די מער אנערקענונג און עפרישיעישן דער מער וועט זיך דער שרייבער אנשטרענגן און ברענגן א דבר שלם. און דאס איז דער טריייב קראפט דא אין אונזער וועלטל.

ווען מען קלאפט יענעם אראפ, האט מען נישט נאר חרוב געמאכט די יעצטיגע תגובה, נאר אויך אפגעהארגעט די תגובות וואס דער שרייבער האט געקלערט פון שרייבן, און אויב האט ער געהאט בדעה זיך צו טיילן מיט עפעס א ידיעה וואס ווייניג ווייסן דערפון, בלייבט עס שוין שטעקן ביים שרייבער און ער וועט נישט שרייבן ווייל מען עפרישיעיט נישט.

און אפילו ווען א שרייבער עפענט שוין יא א נייע אינטרעסאנטע אשכול, און באקומט עפעס דאנקען דא און דארט, איז עס א סאך מאל אויך נישט גענוג אים צו טרייבן אויף ווייטער,,ווייל ער טראכט אז עס איז נישט דא "גענוג" עפרישיעישן און עס לוינט נישט דער ארבעט.

אבער אויב קומט איינער דא אריין און "בעהט" אז מען זאל שרייבן איבער א געוויסע ענין, מיין איך אז דעמאלט וועט זיך אלע מאל מאכען איינער אדער מערערע וואס וועלן הנאה האבן יענעם צוליב צו טוהן און שרייבן וואס יענער האט געבעהטן. און אויב נאך דער בקשה קומט אריין מערערע בקשות פאר די זעלבע, דעמאלט ווייסט דער שרייבער אז ער האט מיט וועמען צו גיין צום טיש און עס לוינט זיך אים ווייל זיין ארבעט וועט ווערן עפרישיעיטעד.

און אפשר זאל טאקע אזא אשכול אייביג זיין אויבן, אז מען זאל אייביג קענען בעטן וואס מען האלט איז וויכטיג און אינטרעסאנט פאר זיך און פאר יעדען צו ליינען.
זארג נישט, האב בטחון אין באשעפער


צוריק צו “ולאחיו יאמר חזק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 2 געסט