גאלדענע חתונה

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

eller
שר חמשת אלפים
תגובות: 5193
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am

גאלדענע חתונה

תגובהדורך eller » דינסטאג פאברואר 11, 2020 1:34 pm

גרייט מיר זיך ביי אונז אין די משפחה צו פראווען פאר אונזער ראש המשפחה זייער "גאלדענע חתונה"
זוכן מיר צו הערן פון גוטע איידיעס וואס מען קען טון, וויאזוי מ'קען עס מאכן אויפן שענסטען פארנעם.
אזוי אויך אויב האט איר אייערע עקספעריענס ביטע עס שערן מיטן ציבור..
איך בין נישט קיין שרייבער . נאר א נייגעריגע ליינער. פרעגער. און קאמאנטירער...
מיין בליק אויף איי וועלט

eller
שר חמשת אלפים
תגובות: 5193
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am

תגובהדורך eller » דינסטאג פאברואר 11, 2020 1:39 pm

א באזונדערע בקשה אויב איינער האט סיי וועלכע איידיע וואס מען קען גראמען ביי אזא חתונה (אווענט..). ווי א משל און נמשל. און סיי וועלכע שיינע ענינים וואס מ'קען ארויסברענגען.
אויב וויכטיג איז מיין אישי אויך אפען.
א גרויסן דאנק פון פאראויס
איך בין נישט קיין שרייבער . נאר א נייגעריגע ליינער. פרעגער. און קאמאנטירער...
מיין בליק אויף איי וועלט

eller
שר חמשת אלפים
תגובות: 5193
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am

תגובהדורך eller » דאנארשטאג פאברואר 13, 2020 11:36 am

נו עני וואן מיט א גוטע משל אדער נמשל אדער סיי וועלכע אינטערסאנטע חידוש וואס מען קען זאגן און אזא מאמענט ?
דאנקע שיינע
איך בין נישט קיין שרייבער . נאר א נייגעריגע ליינער. פרעגער. און קאמאנטירער...
מיין בליק אויף איי וועלט

אוועטאר
הייליג
שר מאה
תגובות: 133
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 10, 2019 4:30 pm

תגובהדורך הייליג » דאנארשטאג פאברואר 13, 2020 12:10 pm

מען קען רעדן פונעם שיינעם דור וואס זיי האבן אויפגעשטעלט
מאכען א משל פון לייב אינעם וואלד וואס האט געפירט גרויסע מלחמות און אויף די עלטער אדער נאך די מלחמה ער קוקט צוריק און טראכט וואס האב איך דא עררייכט אבער ווען ער זעהט די פירות דאן בארואיגט ער זיך און ער זאגט פאר די יונגע לייבן אויך (דא קומט אריין סיי וועלכע זאך די איד שפירט אויפגעטוען דערמיט סקען זיין סיי וואס ווענט זיך לפי המצב)
סנאך זייער רוןי אבער מען קען עפעס מאכען דערמיט....
אויב האסטו א פראגע קענסטו מיר אויך פרעגען אין אישי

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11844
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » דאנארשטאג פאברואר 13, 2020 12:37 pm

לעצטנס געהערט פון א משפחה וואס האט דאס געמאכט. איינער פון די קינדער איז א טאלאנטפולער אינגערמאן, אבער ער איז פון די אינגערע אין די פאמיליע און געדענקט נישט אלע זיסע זכרונות פון די לעצטע 50 יאר, האט ער אנגערופן זיינע עלטערע געשוויסטער, און מיט יעדן געשמועסט א לענגערע וויילע און ארויסבאקומען געשמאקע שטיקלעך אינפארמאציע איבער זייער אייגענע משפחה. שפעטער האט ער צוזאמגעשטעלט א לאנגע מערכה מיט גראמען און אריינגעריקט אינצווישן אלע עפיזאדן וואס זענען זיך פארלאפן צווישן זייערע פיר ווענט, אריינגערעכנט די היסטאריע פון די אור עלטערן, אלע דירות טוישונגען, קאנטריס, און אזוי ווייטער
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

eller
שר חמשת אלפים
תגובות: 5193
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am

תגובהדורך eller » דאנארשטאג פאברואר 13, 2020 1:38 pm

א שיינעם דאנק פארן מיטיילן.
ווער עס האט נאך סיי וועלכע שיינע געדאנק קען עס ביטע שערן.
מיין אישי איז אויך אפען פאר וועם ס'איז באקוועמער.
דאנק אייך נאכאמאל
איך בין נישט קיין שרייבער . נאר א נייגעריגע ליינער. פרעגער. און קאמאנטירער...
מיין בליק אויף איי וועלט

אוועטאר
שלמה מולכו
שר מאה
תגובות: 145
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 18, 2019 11:18 am

תגובהדורך שלמה מולכו » דאנארשטאג פאברואר 13, 2020 1:46 pm

ביי אונז און די משפחה האט מען געמאכט א שבת די גאנצע משפחה צוזאמען אין די מאונטענס,יעדער האט געקאכט עפעס אנדערש, יעדער איז דארט געוועהן אפי׳ פון א״י און יוראפ.
מוצ״ש האט מען געוויזן דורך א פראדזשעקטאר בילדער פון די אלטע פארשטויבטע קינדער אלבום׳ס, די גאנצע משפחה אלס קליינע קינדער יארן צוריק, זייער אינטרעסאנט און נאסטאלאגיש.


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: פראהביטש און 27 געסט